איז עסן מצות איבער'ן יאר א פראבלעם?
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4011
איז עסן מצות איבער'ן יאר א פראבלעם?
איינער זאגט מיר שבת, אז אויף די דרענזער שמעלצער שמועס אויף קול מבשר איז געווען א מדובר איבער עסן פסח'דיגע מצות איבער'ן יאר.
איך וועל מודה זיין אז איך האב נישט געהערט דעם שמועס, ממילא פארשטיי איך נישט פונקטלעך די צדדים. און אדרבה, אויב איינער וואס האט יא אויסגעהערט די שמועס קען מיר זאגן בערך וויפיל אריין אין די שמועס זיי רעדן פון דעם, וואלט איך הנאה געהאט עס אויסצוהערן.
די טענה ווי יענער לייגט עס מיר אראפ איז געווען בערך, אז מצות איז א מאכל מצוה, און דאס עסט מען נישט סתם לשם תאווה איבער'ן יאר.
אני בעניי בדעתי הקלושה פארשטיי נישט וואס די חברה ווילן. איז ראמעין לעטאס, אדער חריין אויך א פראבלעם צו עסן א גאנץ יאר וויבאלד דאס איז די מצוה פון מרור? ווען די תורה האט געהייסען עסן מצה אדער מרור מיינט נישט אז די מאכל איז געווארן מוקצה א גאנץ יאר! פונקט ווי וואסער ווערט נישט אסור צו טרינקען וויבאלד עס איז דא חיוב פון מים אחרונים! און ברויט אויך נישט, ווייל שבת איז א מצוה זיך צו וואשען!
פסח איז מצות הייליג, און א גאנץ יאר איז עס א מאכל פונקט ווי טאמעטעס!
איז דא איינער וואס פארשטייט אז דאס איז א פראבלעם?

Re: איז עסן מצות איבערן יאר א פראבלעם?
כ'פארשטיי... אז ס'דא מענטשן וואס האבן ליב שערוריה'ס
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
Re: איז עסן מצות איבערן יאר א פראבלעם?
אמאהל פלעגן דאך די קנעכט און ארימע דאס עסן.
היינט איז דאך אויך דא די חמץ'דיגע, דאס הייסט אז ס'איז געמאכט פאר א גאנץ יאר, און מאי שנא די מצה וואס איז נישט נחמץ?
היינט איז דאך אויך דא די חמץ'דיגע, דאס הייסט אז ס'איז געמאכט פאר א גאנץ יאר, און מאי שנא די מצה וואס איז נישט נחמץ?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
Re: איז עסן מצות איבערן יאר א פראבלעם?
איך ווייס נישט בנוגע מצות, אבער מאכלי שבת איז זיכער געווען אן ענין נישט צו עסן אינמיטן די וואך.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
- בערל דער פייפער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 787
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 899
Re: איז עסן מצות איבערן יאר א פראבלעם?
צ”ק איך ווייס נישט פון קיין פראבלעם, אדער קויפן פרישע מצות במשך ווינטער נעמט אוועק די געפיל לדעתי
Re: איז עסן מצות איבערן יאר א פראבלעם?
א זייטיגע פראבלעם... עס קאסט טייער.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
Re: איז עסן מצות איבערן יאר א פראבלעם?
גא"מבערל דער פייפער האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 29, 2024 9:24 am צ”ק איך ווייס נישט פון קיין פראבלעם, אדער קויפן פרישע מצות במשך ווינטער נעמט אוועק די געפיל לדעתי
קיין עולה איז נישט פארהאן מיט עסן אינמיטן יאר , עס איז א געפיל זאך אז סזאל בלייבן די פרישקייט און טעם מצה פאר די מצוה
Re: איז עסן מצות איבערן יאר א פראבלעם?
ש'טא קיין מאנגעל.
כ'האב מיטגעהאלטן עטליכע מאל וואס מ'האט געשריגן אז ס'דא א מאנגל, און ביהיינד די סינס איז געוועהן איבעריג!
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
Re: איז עסן מצות איבערן יאר א פראבלעם?
קיינער זאגט נישט אז ס'איז אסור ע''פ הלכה אבער יעדער פארשטייט אז ס'נעמט אוועק די הרגש פון אכילת מצה וואס איז בזמן הזה די איינציסעטע מצוה פון אכילה מדאורייתאנקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 28, 2024 1:17 pm איינער זאגט מיר שבת, אז אויף די דרענזער שמעלצער שמועס אויף קול מבשר איז געווען א מדובר איבער עסן פסח'דיגע מצות איבער'ן יאר.
איך וועל מודה זיין אז איך האב נישט געהערט דעם שמועס, ממילא פארשטיי איך נישט פונקטלעך די צדדים. און אדרבה, אויב איינער וואס האט יא אויסגעהערט די שמועס קען מיר זאגן בערך וויפיל אריין אין די שמועס זיי רעדן פון דעם, וואלט איך הנאה געהאט עס אויסצוהערן.
די טענה ווי יענער לייגט עס מיר אראפ איז געווען בערך, אז מצות איז א מאכל מצוה, און דאס עסט מען נישט סתם לשם תאווה איבער'ן יאר.
אני בעניי בדעתי הקלושה פארשטיי נישט וואס די חברה ווילן. איז ראמעין לעטאס, אדער חריין אויך א פראבלעם צו עסן א גאנץ יאר וויבאלד דאס איז די מצוה פון מרור? ווען די תורה האט געהייסען עסן מצה אדער מרור מיינט נישט אז די מאכל איז געווארן מוקצה א גאנץ יאר! פונקט ווי וואסער ווערט נישט אסור צו טרינקען וויבאלד עס איז דא חיוב פון מים אחרונים! און ברויט אויך נישט, ווייל שבת איז א מצוה זיך צו וואשען!
פסח איז מצות הייליג, און א גאנץ יאר איז עס א מאכל פונקט ווי טאמעטעס!
איז דא איינער וואס פארשטייט אז דאס איז א פראבלעם?
שמעתי אז ר' יודל ראזענבערג ע''ה מנהל האופה פון סאטמאר האט געקאסט די מצה און עס אויסגעשפיגן נישט וועלענדיג עס עסן
Re: איז עסן מצות איבערן יאר א פראבלעם?
מי יעמוד בסוד קדושים!
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4011
Re: איז עסן מצות איבערן יאר א פראבלעם?
אויף דעם האבן זיך די פוסקים געזארגט און דערפאר עסן מיר נישט קיין מצות פון ראש חודש ניסן.שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 29, 2024 12:11 pmקיינער זאגט נישט אז ס'איז אסור ע''פ הלכה אבער יעדער פארשטייט אז ס'נעמט אוועק די הרגש פון אכילת מצה וואס איז בזמן הזה די איינציסעטע מצוה פון אכילה מדאורייתאנקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 28, 2024 1:17 pm איינער זאגט מיר שבת, אז אויף די דרענזער שמעלצער שמועס אויף קול מבשר איז געווען א מדובר איבער עסן פסח'דיגע מצות איבער'ן יאר.
איך וועל מודה זיין אז איך האב נישט געהערט דעם שמועס, ממילא פארשטיי איך נישט פונקטלעך די צדדים. און אדרבה, אויב איינער וואס האט יא אויסגעהערט די שמועס קען מיר זאגן בערך וויפיל אריין אין די שמועס זיי רעדן פון דעם, וואלט איך הנאה געהאט עס אויסצוהערן.
די טענה ווי יענער לייגט עס מיר אראפ איז געווען בערך, אז מצות איז א מאכל מצוה, און דאס עסט מען נישט סתם לשם תאווה איבער'ן יאר.
אני בעניי בדעתי הקלושה פארשטיי נישט וואס די חברה ווילן. איז ראמעין לעטאס, אדער חריין אויך א פראבלעם צו עסן א גאנץ יאר וויבאלד דאס איז די מצוה פון מרור? ווען די תורה האט געהייסען עסן מצה אדער מרור מיינט נישט אז די מאכל איז געווארן מוקצה א גאנץ יאר! פונקט ווי וואסער ווערט נישט אסור צו טרינקען וויבאלד עס איז דא חיוב פון מים אחרונים! און ברויט אויך נישט, ווייל שבת איז א מצוה זיך צו וואשען!
פסח איז מצות הייליג, און א גאנץ יאר איז עס א מאכל פונקט ווי טאמעטעס!
איז דא איינער וואס פארשטייט אז דאס איז א פראבלעם?
שמעתי אז ר' יודל ראזענבערג ע''ה מנהל האופה פון סאטמאר האט געקאסט די מצה און עס אויסגעשפיגן נישט וועלענדיג עס עסן
Re: איז עסן מצות איבערן יאר א פראבלעם?
קיינער גנב'עט נישט ארויס פון מצה בעקעריי קיין מצות. זיי פארקויפן דאס אויפציעל און אויב איז דא א מאנגעל זאלן זיי אויפהערן פארקויפען. א אינגערמאן וואס קויפט מצות אינמיטען יאר דארף נישט טראכטען אז ער מאכט א מאנגעל.
Re: איז עסן מצות איבערן יאר א פראבלעם?
Re: איז עסן מצות איבערן יאר א פראבלעם?
נעקסט גייט לכאורה זיין אז מען גייט עסן אין די סוכה אונטער די סכך א גאנץ יאר ווען ס'איז א שיינע וועטער
Re: איז עסן מצות איבערן יאר א פראבלעם?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 3
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:16 pm
- Location: קוק אויף מיין ניק
- x 7
Re: איז עסן מצות איבערן יאר א פראבלעם?
צ/ק
א פראבלעם פארן מאגן...
א פראבלעם פארן מאגן...
- אלטערנעסייד פארקינג
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 880
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
- Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
- x 1489
Re: איז עסן מצות איבערן יאר א פראבלעם?
די פראבלעם איז אז די מצה לייגט זיך אויף די ברייט פון די מאגן.
און די פראבלעם פארוואס מ'עסט עס נישט איבערן יאר איז וויבאלד אונז האבן נישט די "קניידלעך" פון אחרון של פסח צו דורך לעכערען די מצות און צוליב פיקח נפש טאר מען עס נישט איינשטעלן און עסן מצות איבערעס יאר נאר פסח...
Re: איז עסן מצות איבערן יאר א פראבלעם?
מעג מען עסן א גאנץ יאר אדער נאר ג' אייר?
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
נפשי חולת אהבתך....
- אלטערנעסייד פארקינג
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 880
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
- Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
- x 1489
Re: איז עסן מצות איבערן יאר א פראבלעם?
מ'גרייט זיך א גאנץ יאר צו ג' אייר...
Re: איז עסן מצות איבערן יאר א פראבלעם?
גראדע האבן דרעז"ש געברענגט א רעקארדינג כ'מיין פון באבובער דיין ווי ער זאגט אז ס'איז נישט קיין ריכטיגע זאך.
אבער לאמיר אייך מסביר זיין,
קיינער האלט נישט - ווי ווייט איך פארשטיי - אז מען זאל קיינמאל נישט עסן מצה אין לויף פון יאר, שוין אפגערעדט אז די שיריים פלעגט מען עסן און זייער אסאך פלעצער אין די ימי הספירה, שבועות, וכדו'.
אבער דאס וואס איז געווארן אז מען קויפט וועכנטליך, אדער אפילו נאר יעדע שיינע שבת (מברכים, ר"ח, חנוכה, בא, שירה, קבלת התורה, ד' פרשיות, און ווען נישט?) א שאכטל מצות איז אביסל איבערגעטריבן.

- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 224
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 8:33 pm
- x 277
Re: איז עסן מצות איבערן יאר א פראבלעם?
וואס עפעס?! אויב איינער האט עס ליב זאל ער זיך מחיה זיין דערמיט... ווער לאזט אים נישט?!..אנעקדאט האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 29, 2024 5:28 pm גראדע האבן דרעז"ש געברענגט א רעקארדינג כ'מיין פון באבובער דיין ווי ער זאגט אז ס'איז נישט קיין ריכטיגע זאך.
אבער לאמיר אייך מסביר זיין,
קיינער האלט נישט - ווי ווייט איך פארשטיי - אז מען זאל קיינמאל נישט עסן מצה אין לויף פון יאר, שוין אפגערעדט אז די שיריים פלעגט מען עסן און זייער אסאך פלעצער אין די ימי הספירה, שבועות, וכדו'.
אבער דאס וואס איז געווארן אז מען קויפט וועכנטליך, אדער אפילו נאר יעדע שיינע שבת (מברכים, ר"ח, חנוכה, בא, שירה, קבלת התורה, ד' פרשיות, און ווען נישט?) א שאכטל מצות איז אביסל איבערגעטריבן.
אז מ'טויגט טויגט מען...
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3976
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 10882
Re: איז עסן מצות איבערן יאר א פראבלעם?
אין מיין הגדה שטייט "שבכל הלילות אנו אוכלין חמץ ומצה"
Re: איז עסן מצות איבערן יאר א פראבלעם?
פיינע ראי'שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 8:34 pm אין מיין הגדה שטייט "שבכל הלילות אנו אוכלין חמץ ומצה"