מארגן כ"ב טבת פאלט די יארצייט פון הגאון המפורסם רבי שמואל העליר זצ"ל, ער איז געבוירן צו זיין טאטע רבי ישראל, בשנת תק"ס.
(דוכט זיך רבי ישראל'ס טאטע איז געווען די בעל תוקע ביים הייליגען חוזה מלובלין).
רבי שמואל האט געהאט די געוואלדיגע זכיה אז די הייליגער חוזה האט אים געלייגט תפילין ביי זיין בר מצוה.
שנת תקע"ז איז ער ארויף מיט זיין טאטע קיין ארץ ישראל, ער איז געווארן א מקורב ביים הייליגען בת עין זצ"ל, נאכן פטירה פונעם בת עין איז ער געווארן די רבי פון צפת, די איש על העדה אין צפת.
ער איז נסתלק כ"ב טבת תרמ"ד - ומנו"כ אין צפת
זי"ע
הגאון המפורסם רבי שמואל העליר זצ"ל, רבה של צפת - כ"ב טבת תרמ"ד
- דער ידען
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 118
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:38 am
- Location: willy
- x 459
Re: הגאון המפורסם רבי שמואל העליר זצ"ל - רבה של צפת - כ"ב טבת
כידוע איז ער געווען א גרויסער חכם בתורת הרפואה, רבי מרדכי חיים מסלונים ז"ל שרייבט אין זיין ספר "מאמר מרדכי" - אז ער פלעגט לערנען ספרי הרפואה אין פלעצער וואס מען טאר נישט טראכטן פון לערנען.
אזוי אויך שרייבט ער אז ער האט געהאט א מקוה ביי זיך אינדערהיים, און יעדען טאג פארן דאווענען איז ער אריין אין די וואסער, ביז ער האט גענדיגט גאנץ ספר תהלים, הערשט דערנאך איז ער געגאנגען דאווענען.
אזוי אויך שרייבט ער אז ער האט געהאט א מקוה ביי זיך אינדערהיים, און יעדען טאג פארן דאווענען איז ער אריין אין די וואסער, ביז ער האט גענדיגט גאנץ ספר תהלים, הערשט דערנאך איז ער געגאנגען דאווענען.
- דער ידען
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 118
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:38 am
- Location: willy
- x 459
Re: הגאון המפורסם רבי שמואל העליר זצ"ל - רבה של צפת - כ"ב טבת
די סדר פון אלע רבנים און חכמי ישראל עד היום - איז אז ווען מען שרייבט אינטער די נאמען אויף א תשובה וכדומה, שרייבט מען "רב דק"ק פלונית", אדער "חונה בק"ק פלונית", רבי שמואל פלעגט נישט שרייבן "אב"ד דק"ק צפת", ווייל ער האט געהאלטן אז נאך די פטירה פונעם הייליגען "בית יוסף", קען מען שוין נישט איבער נעמען די רבנות אין די שטאט צפת. ער פלעגט שרייבן "שמואל העליר" - אסאך מאל טרעפט מען "מעיה"ק צפת".
עיין בשו"ת חתם סופר ח"ו סימן נ"ט...
עיין בשו"ת חתם סופר ח"ו סימן נ"ט...
Re: הגאון המפורסם רבי שמואל העליר זצ"ל, רבה של צפת - כ"ב טבת תרמ"ד
ווער האט אים ממנה געווען אלץ רב אין צפת איז געווען בלויז איין קהילה?
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.