דעבאטע צווישן דעם נאטירליכן און דעם אהערגעשטעלטן

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
בינתיים
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 11:16 pm
x 28

דעבאטע צווישן דעם נאטירליכן און דעם אהערגעשטעלטן

פאוסט דורך בינתיים »

האמיר דא אויפן פאדיום צוויי פערזאנען. דוד איז זייער פאר אויטענטשקייט און נאטורליכקייט. זיי ווער דו ביסט. זוך דיך נישט צו געפעלן. טראכט נישט איבער יעדעס ווארט וואס דו זאגסט צי ס'וועט געפעלן פארן צוהערער. זיי נישט א גאנצע צייט פארנומען צי ס'פאסט יא אדער נישט. זיי דיך אליין.

און דוד אליין איז א גוטע מוסטער דערויף. ער טוט וואס זיין הארץ באגערט. אוודאי וועט ער נישט טוהן קיין צעדרייטע זאכן, אבער ער האט א שוואכע פילטער. ער זאגט וואס ער פילט און ער טוט וואס ער פילט. אמאל קומט ער אריין שיעף... אבער ער איז פון די וואס פלעגן זאגן אלץ בחור ''אויב ער וויל מיך נישט וויאזוי איך בין, וויל איך אים אויך נישט''... און מענטשן גלייכן אים, ס'איז געשמאַק צו זיין אין זיין געגנווארט, ס'איז אלץ שמייכלדיג און לייכט.

אויפן אנדערע זייט שטענדער שטייט יחזקאל. יחזקאל האלט שטארק אז א מענטש דארף איבערטראכטן און מעסטן זיינע דיבורים און פעולות. מ'קען נישט טוהן וואס ס'גלוסט זיך.

און יחזקאל איז אליינס טאקע דער בעסטער ביישפיל דערויף. ער איז אן אדורכגעטראכטער מענטש. גארנישט איז נישט ספאנטאניש. ער האלט אלץ א מכובד'יגע פאזיציע, ער געט אכטונג אויף זיין שטאנד, און יעדעס ווארט איז געוואויגן און געמאסטן. יחזקאל איז לאו דוקא גוט מיט די גאנצע שטאט, ער האט זיך זיין ענגע קרעמל פון חברים וואס זענען זיין שניט, און זיי האבן הנאה צו פארברענגען אינאיינעם.

אונז וועל מיר געבן אן עפענונג סטעיטמענט פאר ביידע זייטן וואו זיי וועלן ערקלערן זייער שיטה בקיצור און פארוואס זיי האלטן אז די אנדערע מהלך איז נישט ריכטיג, און פון דארט וועלן מיר גיין צו דעבאטירן פארשידענע ארגומענטן.

צום ערשט גיבן מיר די מייק פאר דוד:

"מיין שיטה איז זייער פשוט" ערקלערט דוד מיט א פייער!, "יעדער האט ליב דעם אמת און קיינער האט נישט ליב קיין פאפער. אמאל איז אפשר געווען אנדערש, אבער היינט גייען מענטשן פאר אפענקייט און וואלנערבילעטי. איך זאג דיר פראביר עס אויס. דו וועסט אנפאנגען צו לעבן א נייע לעבן. א פרייע לעבן. אן די אלע נארישע געפעלעכצער".

פיין. יעצט לאמיר הערן יחזקאל'ס שיטה.

"א מענטש וואס האט די יכולת צו אויסרעכענען זיינע ווערטער מיט חכמה" זאגט יחזקאל מיט א רואיגע סאלידע שטימע, "ער האט די מעגליכקייט צו דורכזיפן זיינע מעשים אז זיי זאלן זיין צום זאך און בדרך החכמה, דארף אוודאי אזוי טוהן. דאס ברענגט ארויס די מעלה פון א מענטש. א מענטש איז נישט קיין בהמה, אז דער אייבירשטער געט כח פאר א מענטש צו אויסשטעלן זיינע ווערטער און פעולות אויף א קלוגן און זאכליכן טאקטישער וועג זאל ער אזוי טוהן, און פון טוהן אזוי ווערט מען אזוי. אז מ'שטעלט זיך ארויף אויף א הויכע ניווא וואקסט מען אריין דערין".

- "דער פאקט איז אבער אז נאטורליכע מענטשן האבן א חן. ס'איז געשמאַק מיט זיי צו פארברענגען. גיי קוק ווער ס'האט די מערסטע פריינט, דו וואס זענען לייכט און לויז. די אלע ארטיפישעל מענטשן וואס זיפן דורך יעדעס ווארט וואס זיי רעדן זענען גוט פאר עקסעל קורסעס און מוזעאומס"

- "חן? ווייסט ווער ס'איז די מערסטע בא'חנ'ט? בעיביס! יא, בעיביס זענען זייער קיוט. זיי זענען זייער אויטענטיש און נאטורליך און זענען טאקע מלא חן. אבער ווען אן אדאלט פירט זיך אויף אזוי נאטורליך ווי א קינד פירט מען אים אריין אין א ספעציעלע אנשטאלט, פון ערוואקסענע קלוגע מענטשן פארלאנגט זיך אז זיי זאלן זיין אין טשארדזש און אויסרעכענען זייערע פעולות"

- "אקעי... קודם כל ס'איז נישט קיין פארגלייך. קיינער זאגט נישט אז מען זאל זיך אויפפירן ווי א קינד. אבער לאמיר דיר פרעגן, ס'האט דען א פשט צו לעבן פאר יענעם? דו ביסט נישט זיך אליין! א געפאפטע מענטש! אחד בפה ואחד בלב!"

- "ס'איז נישט "לעבן פאר יענעם", און די ציל דארף טאקע נישט זיין יענעם צו געפעלן. די ציל איז צו זיין בעל הבית אויף די דיבורים און פעולות זיי אויסצושטעלן אויפן בעסטן וועג מעגליך. אפילו פאר זיך אליין ווען קיינער זעהט נישט. עס ברענגט ארויף דעם מענטש אויף א העכערע ניווא. עס איז שליטה עצמית און רייבט אויס דעם מענטש".

- "פיינע טעאריעס... זאג מיר דעם אמת. ווען נישט דיין איגא וואס דו האלטסט אז אזוי גייט מען דיך ארויפקוקן. מ'גייט דיך האלטן פאר א חכם. וואלסטו דען זיך אויך אזוי געמוטשעט? קוק מיר אין פנים אריין און זאג מיר דעם אמת צי דו מיינסט טאקע דיין ניווא און אייגענע שטייגן, אדער דו ביסט פשוט דא צו געפעלן פאר מענטשהייט?"

- "קודם כל, ס'איז נישט וואס איך טוה, ס'איז וואס ס'איז ריכטיג צו טוהן. אויב איך טוה וואס ס'איז ריכטיג דאן דארף איך בלויז ארבעטן עס צו טוהן וועגן דעם אמת דערפון און נישט וועגן מענטשן, איך דארף אבער נישט טוישן מיין מהלך צוליב מיין שוואכקייט צו געפעלן מענטשן. אבער אז מ'רעדט שוין, לאמיר דיר צוריקפרעגן, דו מיט דיין נאטורליכקייט ווילסטו דען נישט געפעלן מענטשן? דו אליינס האסט מיך דאך פריער געזאגט אז 'מענטשן גלייכן דאס', ס'הייסט אז דו נעמסט אויך אריין אנדערע מענטשן אין קאנסידערעישאן! ווען עס וואלט ווען דוקא נישט געפאלן פאר מענטשן וואלסטו ווען אויך געווען אזוי באקוועם צו זיין לייכט און לויז?"

- "ס'איז נישט ממש אזוי. ווייל איך ענדזשוי כאטש מיין מהלך! עס איז לייכט און געשמאק! איך לעב א פרייע לעבן! משא''כ דו, דו לעבסט דאך א צוקוועטשטע לעבן! מלא פרעשור! איך זעה נישט פארוואס דו זאלסט זיך מוטשען אזוי ווען נישט וואס דיין שוואכע זעלבסטשאץ רעדט דיך איין אז דו מוזט אלעמאל רעדן חכם'דיג כדי צו געפעלן און באקומען די גוטע פילינג אז דו ביסט גוטע נייעס"

- "געשמאק מיט לייכטקייט גייט נישט דוקא צוזאמען. יא אמת, ס'איז אין א וועג לייכטער צו זיין לייכט און נישט זיך דארפן האלטן צו א ניווא, אבער געשמאק? הייבט זיך נישט אן. ווען דו פילסט אז דו טוסט די ריכטיג זאך, דו נעמסט די אחריות אויף דיינע טאהטן, דו שארפסט דיין מוח צו טראכטן און רעדן אויף א הויכע שטייגער, דו שארפסט דיין אינטעלעקט, דאס פילט אסאך מער געשמאק! און אז דו טענה'סט שוין אז מיין שוואכע זעלבסטשאץ איז שולדיג אויף מיין זיך אהערשטעלן, אפשר איז גאר דא א צד אז עס איז פונקט פארקערט. דיין שוואכע זעלבסטשאץ מאכט אז דו זאלסט נישט האבן קיין כח, מוט, און קוראזש צו נעמען אחריות, און דערפאר גייסטו אונטער די כוואליעס און דו מאכסט פון דיינע שוואכקייטן א לכתחילה, און פארדעם קוקסטו אן מיין מהלך ווי אזא צוקוועטשעטע לעבן!

- "אקעי, כ'וועל מוזן מסכים זיין אז ס'זענען דא מענטשן וואס האבן אנדערע געשמאקקייטן ווי מיר... ווייל איך פארשטיי נישט דערצו... אבער לאמיר דיך פרעגן נאך איין פראגע. אונז לעבן מיר ליידער אין גענוג א אנגעשטערענגטע סאסייעטי, אזויפיל פעיר פרעשור, אזויפיל ענקזייעטי, דו ווייסט וויפיל נאך לחץ דיין מהלך לייגט צו? אונז זעמיר נישט גענוג קראנק? אפשר הייבסטו אן צו אפרישיעיטאן אביסל וואלנערבילעטי? זעה איין די שיינקייט אין דעם! דאס אז א מענטש קען זיך ערלויבן צו זיין אפן צו אנדערע מיט אלע זיינע שוואכקייטן איז אזא גוטע מתנה! ס'היילט דעם מענטש! און ס'מאכט אונזער קאמיונעטי בעסער!

- "אוודאי, איך פארשטיי אז ס'זענען דא מענטשן פארוועם דאס איז א רפואה. אמת. און איך פארשטיי זייער גוט ווער ס'נעמט דעם מהלך. אבער איך האלט יא אז סוכ"ס דארף מען האלטן אין קאפ אז אויב א מענטש קען יא זיין אן טאפ, ער קען יא זיין א מכלכל דבריו במשפט, איז עס אוודאי א מעליותא, און עכ"פ פארשטיי און שעץ דו וואס קענען דאס יא טוהן.

- "דו קענסט זיין גערעכט ביז איבערמארגן, אבער דאס איז נישט אונזער עבודה אין די היינטיגע טעג! אי"ה ביי תיקון השלם וועט דאס אויך זיין. אונז האלט מיר נאכנישט דארט. קודם לאמיר זיך אביסל אויפלאזן. לאמיר אביסל אויפגעבן קאנטראל און אנהייבן לעבן א צופרידענע רואיגע לעבן. רוף מיך ווען מ'האלט דארט און מ'וועט זעהן ווייטער.


---

א שיינע דעבאטע געווען. כ'מיין אז יעדער האט קלאר ארויסגעברענגט זיינע צדדים. ס'וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן וואס דער עולם האלט. ווער האט געווינען די דעבאטע? און אויך, אפשר זענען פארהאן נאך ארגומענטן לכאן ולכאן וועלכע זענען נישט ארויפגעברענגט געווארן וואס קענען צוגעבן נאך א שטיקל ליכט צו דעם סוגיא...
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6286
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14303

Re: דעבאטע צעווישן דעם נאטורליכער און אהערגעשטעלטער

פאוסט דורך דער תהלים איד »

זיס ווי צוקער. :lol:

באלד וועט @ווינטעלע אריינקומען טיילן נומערן פאר דוד און יחזקאל...

ביזדערווייל זענען ביידע גערעכט! דער פראבלעם איז נאר אז דער יחזקאל איז געווענליך נישט אזוי באלאנסירט ווי ער מאכט זיך דא, און די זעלבע מיט דוד :oops:
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1510
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2430

Re: דעבאטע צווישן דעם נאטירליכן און דעם אהערגעשטעלטן

פאוסט דורך טיפע טאשן »

פארשטייט זיך אז איך בין גערעכט...

פיינע ארבעט.
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 648
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 883

Re: דעבאטע צווישן דעם נאטירליכן און דעם אהערגעשטעלטן

פאוסט דורך מאטאווירט »

דוד האט עס, אין מיינע אויגן.

די וועלכע זענען נאטירליך, זענען געווענליך די אין וועמענס געגנווארט יעדער וויל זיין.

שטייצעך, מ’דארף האבן א באלאנס אויך. קענסט נישט גיין כין ביהמ"ד מיט פידזשאמעס ווייל ס’באקוועמער
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
בינתיים
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 11:16 pm
x 28

Re: דעבאטע צווישן דעם נאטירליכן און דעם אהערגעשטעלטן

פאוסט דורך בינתיים »

מאטאווירט האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 10:16 am דוד האט עס, אין מיינע אויגן.

די וועלכע זענען נאטירליך, זענען געווענליך די אין וועמענס געגנווארט יעדער וויל זיין.

שטייצעך, מ’דארף האבן א באלאנס אויך. קענסט נישט גיין כין ביהמ"ד מיט פידזשאמעס ווייל ס’באקוועמער
קודם כל, ווער זאגט אז די גליק ליגט אין זיין דער אין וועמענ'ס געגנווארט יעדער וויל זיין? ווער זאגט אז דאס דארף זיין דער קובע?

נאכדעם, איך קען גראדע אסאך מענטשן וואס וועלן ענדערש אויסקלויבן דער רואיגער שטילער אבער דורכגעטראכטער מענטש און נישט דער לעבעדיגער לייכטער.

אויך, ווען דו ווילסט דורכרעדן מיט איינעם א וויכטיגע נושא, וועם וועסטו ענדערש אויסקלויבן? דער דורכגעטראכטער אדער דער לייכטער וואס געט א זאג ארויס וואס ער טראכט נאך די ערשטע ספליט סעקאנד פונעם טראכט...?
אמת
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 241
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 258

Re: דעבאטע צווישן דעם נאטירליכן און דעם אהערגעשטעלטן

פאוסט דורך אמת »

דער וואס וויל זיך געפעלן חייו אינם חיים, "ער" לעבט נישט "יענער" לעבט, אפשר, און אפשר דאס אויך נישט.
לייבל פריש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 345
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:13 pm
x 390

Re: דעבאטע צווישן דעם נאטירליכן און דעם אהערגעשטעלטן

פאוסט דורך לייבל פריש »

יעדער מענטש האט ארבע יסודות איינער האט מער פון דעם מדה און ווייניגער פון יענע מדה און איינער די פארקערטע

כולי עלמא מודי אז איינער בלי שום עול איז א הפקר אינג און אויך איז כולי עלמא מודי איינער מיט פרעשור און אנגעצויגנקייט איז ווייטער נישט גוט

דעריבער דארף יעדער ארבעטן אויף זיין "באלאנס" צי ווערן אינמיטן ווי דער רמב"ם זאגט אז א מענטש דארף גיין אויפן דרך הממוצה
ווי דער רבי רבי אלימלך זאגט שוין צי גיין פארקערט פאר 40 טעג און אנקומען צי זיין מער ווייניגער אינמיטן

פארשטייט זיך אז אפילו ווען מגייט אויף אן עקסטרעים צי איין זייט צי ארבעטן אויף די מדות טאר עס נישט צורירין איזה איסור תורה וסניפי'
דערמאנונג: אדר א’ נישט שבט ב’...
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 2000

Re: דעבאטע צווישן דעם נאטירליכן און דעם אהערגעשטעלטן

פאוסט דורך יום טוב »

בינתיים האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 1:49 pm
מאטאווירט האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 10:16 am דוד האט עס, אין מיינע אויגן.

די וועלכע זענען נאטירליך, זענען געווענליך די אין וועמענס געגנווארט יעדער וויל זיין.

שטייצעך, מ’דארף האבן א באלאנס אויך. קענסט נישט גיין כין ביהמ"ד מיט פידזשאמעס ווייל ס’באקוועמער
קודם כל, ווער זאגט אז די גליק ליגט אין זיין דער אין וועמענ'ס געגנווארט יעדער וויל זיין? ווער זאגט אז דאס דארף זיין דער קובע?

נאכדעם, איך קען גראדע אסאך מענטשן וואס וועלן ענדערש אויסקלויבן דער רואיגער שטילער אבער דורכגעטראכטער מענטש און נישט דער לעבעדיגער לייכטער.

אויך, ווען דו ווילסט דורכרעדן מיט איינעם א וויכטיגע נושא, וועם וועסטו ענדערש אויסקלויבן? דער דורכגעטראכטער אדער דער לייכטער וואס געט א זאג ארויס וואס ער טראכט נאך די ערשטע ספליט סעקאנד פונעם טראכט...?
דעיס אז מענטשן ווילן זיך ענדערש דורך רעדן מיט יענעם א.ג. דורך געטראכטן מענטש איז צוליב וואס ער סעילסט זיך אלס א קלוגער מענטש, אבער בכלל נישט מוכרח אז דער א.ג. נאטירליכער מענטש איז ווייניגער דורך געטראכט ווען עס קומט צו ערענסטע נושאים קען גאר זיין אז ער איז סאך קלוגער און טיפער נאר ער נוצט זיין טיפקייט אויף די ריכטיגע פלאץ און נישט צו מעסטן זיינע מעשים אויסצוקוקן גוט און געפעלן פאר מענטשן, נאך מער דאס אליינס אז ער לעבט נישט פאר יענעם איז א סברא צו זאגן אז ער טראכט מער תכליתדיג ווי איידער די תוצאות אויף די מינוט
שרייב פאוסט