דיעטע שטאך; וואס זאגט איר דערויף?

געזונטע שמועסן און ידיעות
משולם

דיעטע שטאך; וואס זאגט איר דערויף?

פאוסט דורך משולם »

ס'איז היינט שוין דא לייכטערע וועגן וויאזוי צו אפ'פאלן שיינע צאל פונטן, אנע אפעראציע וכדומה.

דאס איז דער דייעטע שטאך; און איינע פון זיי הייסט; אוזעמפיק

וואס זאגט איר דערויף?
שוואכע מעשיות
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:13 am

Re: דייעטע שטאך; וואס זאגט איר דערויף?

פאוסט דורך שוואכע מעשיות »

אזויווי איך האב שוין ערווענט אויף עפעס אן אנדערע היימישע פארום 🍳🌏 איז דא א בעסערע אפציע פאר לייכטע איבערוואג (איך וואלט געזאגט ביז פופציג פונט) וואס רופט זיך פֶענְטֶרמֵיין.

עס איז ביליג.
עס איז א פיל.
עס איז עוועילעבל איבעראל אייביג.
עס איז זייער סעיף.

ועוד כמה מעלות טובות, פרעגט אייער דאקטאר!
משולם

Re: דייעטע שטאך; וואס זאגט איר דערויף?

פאוסט דורך משולם »

שוואכע מעשיות האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 8:24 pm אזויווי איך האב שוין ערווענט אויף עפעס אן אנדערע היימישע פארום 🍳🌏 איז דא א בעסערע אפציע פאר לייכטע איבערוואג (איך וואלט געזאגט ביז פופציג פונט) וואס רופט זיך פֶענְטֶרמֵיין.

עס איז ביליג.
עס איז א פיל.
עס איז עוועילעבל איבעראל אייביג.
עס איז זייער סעיף.

ועוד כמה מעלות טובות, פרעגט אייער דאקטאר!
אפשר ברענגט איר דעטאלן און אויך פארוואס ס'איז בעסער ווי דעם איינשפריץ.
שוואכע מעשיות
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:13 am

Re: דייעטע שטאך; וואס זאגט איר דערויף?

פאוסט דורך שוואכע מעשיות »

איך האב שוין געשריבן פיר סיבות אינעם ערשטן תגובה. אט האט איר נאך דעטאלן:

ערפינדן מער ווי פופציג יאר צוריק, ד״מ מ׳ווייסט מער אינפא וועגן לאנג טערמיניגע אפעקטס.
ערפינדן לכתחילה פאר וואג פארלוסט, נישט פאר דייעביעטיס, ודלא כ׳אזעמפיק.
מען ברעכט נישט, מ׳פילט נישט איבלען, און נאך אנדערע אומאנגענעמליכקייטן.
מ׳שטעכט נישט, ס״ה א פיצי פילעכל.

אוודאי האט עס חסרונות אויך אבער עס איז עפעס צו נעמען אין באטראכט רעדנדיג פון weight loss
וועלגערערס צום טיש
פרישער באניצער
פאוסטס: 39
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:55 pm
x 7

Re: דייעטע שטאך; וואס זאגט איר דערויף?

פאוסט דורך וועלגערערס צום טיש »

וואס איז די ענגלישע ווארט? מיין גוגל קען נישט קיין נקודות
נישט אפעלירט מיט די קארטעלן פון מעקסיקא.
משולם

Re: דייעטע שטאך; וואס זאגט איר דערויף?

פאוסט דורך משולם »

ראביי גוגעל זאגט אז פענטערמין איז בלויז פאר א קורצע תקופה גוט צו נוצן. דאקעגן אזעמפיק וואס איז פאר לאנג טערמינען צו נוצען.

און איך האב נאר וואס אנגעהויבן נעמען אזעמפיק, און די שטאך איינשפריץ איז א צענטל קעגן א פיל.
ווייל די נידל איז איין מילימעטער אינגאנצן, און איז גענוי ווי מ'שנייד נעגל... און א קאפסעל דארף מען שלונגען!
משולם

Re: דייעטע שטאך; וואס זאגט איר דערויף?

פאוסט דורך משולם »

וועלגערליך צום טיש האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 8:33 pm וואס איז די ענגלישע ווארט? מיין גוגל קען נישט קיין נקודות
phentermine or ozempic
מי שברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 181
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:40 pm
Location: קר"י
x 158

Re: דייעטע שטאך; וואס זאגט איר דערויף?

פאוסט דורך מי שברך »

Ozempic איז אזוי א יעדע דייעט, מען דארף נאך אלץ וואטשן וואס מען עסט אין די ozempic וועט דיך העלפן זיך וואטשן...
אין אויב וועט מען מאכן עקסערסייז וועט עס אוואדע מער העלפן...
מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד
משולם

Re: דייעטע שטאך; וואס זאגט איר דערויף?

פאוסט דורך משולם »

מי שברך האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 8:57 pm Ozempic איז אזוי א יעדע דייעט, מען דארף נאך אלץ וואטשן וואס מען עסט אין די ozempic וועט דיך העלפן זיך וואטשן...
אין אויב וועט מען מאכן עקסערסייז וועט עס אוואדע מער העלפן...
און פענטערמין איז אנדערש דערמיט?
שוואכע מעשיות
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:13 am

Re: דייעטע שטאך; וואס זאגט איר דערויף?

פאוסט דורך שוואכע מעשיות »

משולם האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:09 pm
מי שברך האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 8:57 pm Ozempic איז אזוי א יעדע דייעט, מען דארף נאך אלץ וואטשן וואס מען עסט אין די ozempic וועט דיך העלפן זיך וואטשן...
אין אויב וועט מען מאכן עקסערסייז וועט עס אוואדע מער העלפן...
און פענטערמין איז אנדערש דערמיט?
ניין.
דהיינו אויב פוילעצטו ארום און דו פרעסט ווייטער ווי א חיה טורפת, אפשר בשעת׳ן נעמען די פיל וועסטו פארלירן אפאר פונט, אפשר אפילו אסאך, אבער די טאג וואס דו הערסט אויף נעמען די פיל גייען די נומערן צוריק צום אלטן… (און מ׳קען עס נישט נעמען מער ווי עטליכע חדשים)

איך האב הערליך פארלוירן קומענדיג פון צוואנציג נאך צוויי, און ב״ה באוויזן צו בלייבן אין די 165-175 עריע זינט דאן
משולם

Re: דייעטע שטאך; וואס זאגט איר דערויף?

פאוסט דורך משולם »

אהא... דו ביסט בלויז ערב מאתיים.
איך בין נישט אין דיין עריע בכלל...
און ווייל כ'וויל מיר נישט שניידן, וועל איך בעסער נעמען עפעס וואס כ'קען אנהאלטן לענגער.
פלוני אלמוני
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 8:43 am
x 4

Re: דייעטע שטאך; וואס זאגט איר דערויף?

פאוסט דורך פלוני אלמוני »

צ/ק

אז ס'טוט וויי... (מסתמא! כ'האב עס נישט אליינס פרובירט...)

אבער אויפן ערנסטע זייט. ליידער האט מען געהערט פארגאנגענע וואך פון א אינגערמאן אין ארץ-ישראל וואס האט געמאכט די סליוו און ס'האט זיך ל"ע געמאכט קאמפליקאציעס אינדערמיט פון וואס ער איז נפטר געווארן ה"י. איז זיכער אז יעדע non invasive װעג צו אראפלאזן אפאר פונטן איז בעסער ווי דארפן שניידן.
שמוליק
פרישער באניצער
פאוסטס: 48
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 7:43 am
x 5

Re: דייעטע שטאך; וואס זאגט איר דערויף?

פאוסט דורך שמוליק »

ווייס איך איינער וואס נעמט עס, העלפט שטארק
משולם

Re: דייעטע שטאך; וואס זאגט איר דערויף?

פאוסט דורך משולם »

כ'מיין אז די סך הכול צווישן די פיל און די איינשפריץ, איז אויב מ'וויל עס בלויז אויף א קורצע צייט איז מעגליך די פיל אויך ערשטקלאסיג. א שטייגער איינער וואס וויל בלויז פארלירן עטליכע פונט, אבער נישט קיין זיבעציג פונט!

און איינער וואס וויל דראסטיש אפ'פאלן, מוז נעמען פאר א משך זמן זיכער, דעם איינשפריץ וואס איז ממש א קיצל קעגן אנדערע דייעטעס.
פעטער שמואל
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:31 pm
x 1

Re: דייעטע שטאך; וואס זאגט איר דערויף?

פאוסט דורך פעטער שמואל »

געהערט אז די פיל האט א סייד עפעקט פון מוד סווינגס.
איינער שוין געהאט די סייד אפעקט?
אוועיטער
אינזשעניר
פרישער באניצער
פאוסטס: 47
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:32 am
x 13

Re: דיעטע שטאך; וואס זאגט איר דערויף?

פאוסט דורך אינזשעניר »

וועלכע איז בעסער צו פארלירן בערך זיבעציג פונט?
כברויך א דייעט עיסעפ.
אוועיטער
פרינדזשעס..
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:31 pm
x 16

Re: דיעטע שטאך; וואס זאגט איר דערויף?

פאוסט דורך פרינדזשעס.. »

מיר נעמען יעצט אזמעפיק, ווייל מיין טאטע מאכט חתונה און כ'פיט נישט אין מיין קלייד... (איינער קען די לשון פון ערגעץ?!)
על כל פרצוף איז אזעי, די ערשטע וואך האב איך מיך געפילט אנגעשטאפט נאכן עסן יעדע קלייניקייט יעצט ענדיגט זיך שוין מיין צווייטע וואך און איך עס פארהעלטנסמעסיג נארמאל נישט קיין סך ווי כ'פלעג עסן בעפאר און מיט די עקסערסייז זעהט אויס ווי כ'על פיטן אין ס'קלייד אי"ה.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1574
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3331

Re: דיעטע שטאך; וואס זאגט איר דערויף?

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

איך בין געווען אויף אזעמפיק, פיין אפגעפאלן ב"ה!

ס'האט מיר געמאכט היבש שוואך אסאך מאל (עכ"פ איך האב עס אנגעלייגט אין דעם), און זיייער שטארקע 'געז'. האב איך עס געסטאפט.

יעצט האט מיר דער זעלבער דאקטאר געאפערט צו פרובירן די נייערע שאט, א נאכגעמאכטע, איך דענק נישט דעם נאמען, און כבין דערויף שוין אפאר וואכן, זייער פיינע עקספיריענס ביזדערווייל.
אוועיטער
פרינדזשעס..
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:31 pm
x 16

Re: דיעטע שטאך; וואס זאגט איר דערויף?

פאוסט דורך פרינדזשעס.. »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 2:56 pm איך בין געווען אויף אזעמפיק, פיין אפגעפאלן ב"ה!

ס'האט מיר געמאכט היבש שוואך אסאך מאל (עכ"פ איך האב עס אנגעלייגט אין דעם), און זיייער שטארקע 'געז'. האב איך עס געסטאפט.

יעצט האט מיר דער זעלבער דאקטאר געאפערט צו פרובירן די נייערע שאט, א נאכגעמאכטע, איך דענק נישט דעם נאמען, און כבין דערויף שוין אפאר וואכן, זייער פיינע עקספיריענס ביזדערווייל.
קום אריין מיט די נאמען ביטע
אוועיטער
אני-הק'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:13 am
x 190

Re: דייעטע שטאך; וואס זאגט איר דערויף?

פאוסט דורך אני-הק' »

שוואכע מעשיות האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 8:24 pm אזויווי איך האב שוין ערווענט אויף עפעס אן אנדערע היימישע פארום 🍳🌏 איז דא א בעסערע אפציע פאר לייכטע איבערוואג (איך וואלט געזאגט ביז פופציג פונט) וואס רופט זיך פֶענְטֶרמֵיין.

עס איז ביליג.
עס איז א פיל.
עס איז עוועילעבל איבעראל אייביג.
עס איז זייער סעיף.

ועוד כמה מעלות טובות, פרעגט אייער דאקטאר!
לייק פאר די בילדער
איך דערמאן מיך פון עפעס א ווערטער-בילדער שפיל וואס מיר פלעגן זיין פארנומען אלס קינדער
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש

איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
משתוקק לארץ ישראל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 114
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:10 am
x 9

Re: דייעטע שטאך; וואס זאגט איר דערויף?

פאוסט דורך משתוקק לארץ ישראל »

אני-הק' האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:45 pm
שוואכע מעשיות האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 8:24 pm אזויווי איך האב שוין ערווענט אויף עפעס אן אנדערע היימישע פארום 🍳🌏 איז דא א בעסערע אפציע פאר לייכטע איבערוואג (איך וואלט געזאגט ביז פופציג פונט) וואס רופט זיך פֶענְטֶרמֵיין.

עס איז ביליג.
עס איז א פיל.
עס איז עוועילעבל איבעראל אייביג.
עס איז זייער סעיף.

ועוד כמה מעלות טובות, פרעגט אייער דאקטאר!
לייק פאר די בילדער
איך דערמאן מיך פון עפעס א ווערטער-בילדער שפיל וואס מיר פלעגן זיין פארנומען אלס קינדער
ווי אויך אויף 🍳🌏 פלעגט זיין אזא שפיל
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1574
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3331

Re: דיעטע שטאך; וואס זאגט איר דערויף?

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

פרינדזשעס.. האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 4:51 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 2:56 pm איך בין געווען אויף אזעמפיק, פיין אפגעפאלן ב"ה!

ס'האט מיר געמאכט היבש שוואך אסאך מאל (עכ"פ איך האב עס אנגעלייגט אין דעם), און זיייער שטארקע 'געז'. האב איך עס געסטאפט.

יעצט האט מיר דער זעלבער דאקטאר געאפערט צו פרובירן די נייערע שאט, א נאכגעמאכטע, איך דענק נישט דעם נאמען, און כבין דערויף שוין אפאר וואכן, זייער פיינע עקספיריענס ביזדערווייל.
קום אריין מיט די נאמען ביטע
כאב געכאפט א בילד פון מיין באקסל

0.jpg
0.jpg (42.13 KiB) געזען געווארן 591 מאל
שרייב פאוסט