דיעטע שטאך; וואס זאגט איר דערויף?
דיעטע שטאך; וואס זאגט איר דערויף?
ס'איז היינט שוין דא לייכטערע וועגן וויאזוי צו אפ'פאלן שיינע צאל פונטן, אנע אפעראציע וכדומה.
דאס איז דער דייעטע שטאך; און איינע פון זיי הייסט; אוזעמפיק
וואס זאגט איר דערויף?
דאס איז דער דייעטע שטאך; און איינע פון זיי הייסט; אוזעמפיק
וואס זאגט איר דערויף?
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 8
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:13 am
Re: דייעטע שטאך; וואס זאגט איר דערויף?
אזויווי איך האב שוין ערווענט אויף עפעס אן אנדערע היימישע פארום איז דא א בעסערע אפציע פאר לייכטע איבערוואג (איך וואלט געזאגט ביז פופציג פונט) וואס רופט זיך פֶענְטֶרמֵיין.
עס איז ביליג.
עס איז א פיל.
עס איז עוועילעבל איבעראל אייביג.
עס איז זייער סעיף.
ועוד כמה מעלות טובות, פרעגט אייער דאקטאר!
עס איז ביליג.
עס איז א פיל.
עס איז עוועילעבל איבעראל אייביג.
עס איז זייער סעיף.
ועוד כמה מעלות טובות, פרעגט אייער דאקטאר!
Re: דייעטע שטאך; וואס זאגט איר דערויף?
אפשר ברענגט איר דעטאלן און אויך פארוואס ס'איז בעסער ווי דעם איינשפריץ.שוואכע מעשיות האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 16, 2023 8:24 pm אזויווי איך האב שוין ערווענט אויף עפעס אן אנדערע היימישע פארום איז דא א בעסערע אפציע פאר לייכטע איבערוואג (איך וואלט געזאגט ביז פופציג פונט) וואס רופט זיך פֶענְטֶרמֵיין.
עס איז ביליג.
עס איז א פיל.
עס איז עוועילעבל איבעראל אייביג.
עס איז זייער סעיף.
ועוד כמה מעלות טובות, פרעגט אייער דאקטאר!
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 8
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:13 am
Re: דייעטע שטאך; וואס זאגט איר דערויף?
איך האב שוין געשריבן פיר סיבות אינעם ערשטן תגובה. אט האט איר נאך דעטאלן:
ערפינדן מער ווי פופציג יאר צוריק, ד״מ מ׳ווייסט מער אינפא וועגן לאנג טערמיניגע אפעקטס.
ערפינדן לכתחילה פאר וואג פארלוסט, נישט פאר דייעביעטיס, ודלא כ׳אזעמפיק.
מען ברעכט נישט, מ׳פילט נישט איבלען, און נאך אנדערע אומאנגענעמליכקייטן.
מ׳שטעכט נישט, ס״ה א פיצי פילעכל.
אוודאי האט עס חסרונות אויך אבער עס איז עפעס צו נעמען אין באטראכט רעדנדיג פון weight loss

- פרישער באניצער
- פאוסטס: 39
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:55 pm
- x 7
Re: דייעטע שטאך; וואס זאגט איר דערויף?
וואס איז די ענגלישע ווארט? מיין גוגל קען נישט קיין נקודות
נישט אפעלירט מיט די קארטעלן פון מעקסיקא.
Re: דייעטע שטאך; וואס זאגט איר דערויף?
ראביי גוגעל זאגט אז פענטערמין איז בלויז פאר א קורצע תקופה גוט צו נוצן. דאקעגן אזעמפיק וואס איז פאר לאנג טערמינען צו נוצען.
און איך האב נאר וואס אנגעהויבן נעמען אזעמפיק, און די שטאך איינשפריץ איז א צענטל קעגן א פיל.
ווייל די נידל איז איין מילימעטער אינגאנצן, און איז גענוי ווי מ'שנייד נעגל... און א קאפסעל דארף מען שלונגען!
און איך האב נאר וואס אנגעהויבן נעמען אזעמפיק, און די שטאך איינשפריץ איז א צענטל קעגן א פיל.
ווייל די נידל איז איין מילימעטער אינגאנצן, און איז גענוי ווי מ'שנייד נעגל... און א קאפסעל דארף מען שלונגען!
Re: דייעטע שטאך; וואס זאגט איר דערויף?
phentermine or ozempicוועלגערליך צום טיש האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 16, 2023 8:33 pm וואס איז די ענגלישע ווארט? מיין גוגל קען נישט קיין נקודות
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 181
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:40 pm
- Location: קר"י
- x 158
Re: דייעטע שטאך; וואס זאגט איר דערויף?
Ozempic איז אזוי א יעדע דייעט, מען דארף נאך אלץ וואטשן וואס מען עסט אין די ozempic וועט דיך העלפן זיך וואטשן...
אין אויב וועט מען מאכן עקסערסייז וועט עס אוואדע מער העלפן...
אין אויב וועט מען מאכן עקסערסייז וועט עס אוואדע מער העלפן...
מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 8
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:13 am
Re: דייעטע שטאך; וואס זאגט איר דערויף?
ניין.
דהיינו אויב פוילעצטו ארום און דו פרעסט ווייטער ווי א חיה טורפת, אפשר בשעת׳ן נעמען די פיל וועסטו פארלירן אפאר פונט, אפשר אפילו אסאך, אבער די טאג וואס דו הערסט אויף נעמען די פיל גייען די נומערן צוריק צום אלטן… (און מ׳קען עס נישט נעמען מער ווי עטליכע חדשים)
איך האב הערליך פארלוירן קומענדיג פון צוואנציג נאך צוויי, און ב״ה באוויזן צו בלייבן אין די 165-175 עריע זינט דאן
Re: דייעטע שטאך; וואס זאגט איר דערויף?
אהא... דו ביסט בלויז ערב מאתיים.
איך בין נישט אין דיין עריע בכלל...
און ווייל כ'וויל מיר נישט שניידן, וועל איך בעסער נעמען עפעס וואס כ'קען אנהאלטן לענגער.
איך בין נישט אין דיין עריע בכלל...
און ווייל כ'וויל מיר נישט שניידן, וועל איך בעסער נעמען עפעס וואס כ'קען אנהאלטן לענגער.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 18
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 8:43 am
- x 4
Re: דייעטע שטאך; וואס זאגט איר דערויף?
צ/ק
אז ס'טוט וויי... (מסתמא! כ'האב עס נישט אליינס פרובירט...)
אבער אויפן ערנסטע זייט. ליידער האט מען געהערט פארגאנגענע וואך פון א אינגערמאן אין ארץ-ישראל וואס האט געמאכט די סליוו און ס'האט זיך ל"ע געמאכט קאמפליקאציעס אינדערמיט פון וואס ער איז נפטר געווארן ה"י. איז זיכער אז יעדע non invasive װעג צו אראפלאזן אפאר פונטן איז בעסער ווי דארפן שניידן.

ווייס איך איינער וואס נעמט עס, העלפט שטארק
Re: דייעטע שטאך; וואס זאגט איר דערויף?
כ'מיין אז די סך הכול צווישן די פיל און די איינשפריץ, איז אויב מ'וויל עס בלויז אויף א קורצע צייט איז מעגליך די פיל אויך ערשטקלאסיג. א שטייגער איינער וואס וויל בלויז פארלירן עטליכע פונט, אבער נישט קיין זיבעציג פונט!
און איינער וואס וויל דראסטיש אפ'פאלן, מוז נעמען פאר א משך זמן זיכער, דעם איינשפריץ וואס איז ממש א קיצל קעגן אנדערע דייעטעס.
און איינער וואס וויל דראסטיש אפ'פאלן, מוז נעמען פאר א משך זמן זיכער, דעם איינשפריץ וואס איז ממש א קיצל קעגן אנדערע דייעטעס.
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 3
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:31 pm
- x 1
Re: דייעטע שטאך; וואס זאגט איר דערויף?
געהערט אז די פיל האט א סייד עפעקט פון מוד סווינגס.
איינער שוין געהאט די סייד אפעקט?
איינער שוין געהאט די סייד אפעקט?
Re: דיעטע שטאך; וואס זאגט איר דערויף?
וועלכע איז בעסער צו פארלירן בערך זיבעציג פונט?
כברויך א דייעט עיסעפ.
כברויך א דייעט עיסעפ.
- פרינדזשעס..
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 11
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:31 pm
- x 16
Re: דיעטע שטאך; וואס זאגט איר דערויף?
מיר נעמען יעצט אזמעפיק, ווייל מיין טאטע מאכט חתונה און כ'פיט נישט אין מיין קלייד... (איינער קען די לשון פון ערגעץ?!)
על כל פרצוף איז אזעי, די ערשטע וואך האב איך מיך געפילט אנגעשטאפט נאכן עסן יעדע קלייניקייט יעצט ענדיגט זיך שוין מיין צווייטע וואך און איך עס פארהעלטנסמעסיג נארמאל נישט קיין סך ווי כ'פלעג עסן בעפאר און מיט די עקסערסייז זעהט אויס ווי כ'על פיטן אין ס'קלייד אי"ה.

- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1572
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 3331
Re: דיעטע שטאך; וואס זאגט איר דערויף?
איך בין געווען אויף אזעמפיק, פיין אפגעפאלן ב"ה!
ס'האט מיר געמאכט היבש שוואך אסאך מאל (עכ"פ איך האב עס אנגעלייגט אין דעם), און זיייער שטארקע 'געז'. האב איך עס געסטאפט.
יעצט האט מיר דער זעלבער דאקטאר געאפערט צו פרובירן די נייערע שאט, א נאכגעמאכטע, איך דענק נישט דעם נאמען, און כבין דערויף שוין אפאר וואכן, זייער פיינע עקספיריענס ביזדערווייל.
ס'האט מיר געמאכט היבש שוואך אסאך מאל (עכ"פ איך האב עס אנגעלייגט אין דעם), און זיייער שטארקע 'געז'. האב איך עס געסטאפט.
יעצט האט מיר דער זעלבער דאקטאר געאפערט צו פרובירן די נייערע שאט, א נאכגעמאכטע, איך דענק נישט דעם נאמען, און כבין דערויף שוין אפאר וואכן, זייער פיינע עקספיריענס ביזדערווייל.
- פרינדזשעס..
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 11
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:31 pm
- x 16
Re: דיעטע שטאך; וואס זאגט איר דערויף?
קום אריין מיט די נאמען ביטעAzoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 19, 2023 2:56 pm איך בין געווען אויף אזעמפיק, פיין אפגעפאלן ב"ה!
ס'האט מיר געמאכט היבש שוואך אסאך מאל (עכ"פ איך האב עס אנגעלייגט אין דעם), און זיייער שטארקע 'געז'. האב איך עס געסטאפט.
יעצט האט מיר דער זעלבער דאקטאר געאפערט צו פרובירן די נייערע שאט, א נאכגעמאכטע, איך דענק נישט דעם נאמען, און כבין דערויף שוין אפאר וואכן, זייער פיינע עקספיריענס ביזדערווייל.
Re: דייעטע שטאך; וואס זאגט איר דערויף?
לייק פאר די בילדערשוואכע מעשיות האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 16, 2023 8:24 pm אזויווי איך האב שוין ערווענט אויף עפעס אן אנדערע היימישע פארום איז דא א בעסערע אפציע פאר לייכטע איבערוואג (איך וואלט געזאגט ביז פופציג פונט) וואס רופט זיך פֶענְטֶרמֵיין.
עס איז ביליג.
עס איז א פיל.
עס איז עוועילעבל איבעראל אייביג.
עס איז זייער סעיף.
ועוד כמה מעלות טובות, פרעגט אייער דאקטאר!
איך דערמאן מיך פון עפעס א ווערטער-בילדער שפיל וואס מיר פלעגן זיין פארנומען אלס קינדער
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 114
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:10 am
- x 9
Re: דייעטע שטאך; וואס זאגט איר דערויף?
ווי אויך אויף פלעגט זיין אזא שפילאני-הק' האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 19, 2023 9:45 pmלייק פאר די בילדערשוואכע מעשיות האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 16, 2023 8:24 pm אזויווי איך האב שוין ערווענט אויף עפעס אן אנדערע היימישע פארום איז דא א בעסערע אפציע פאר לייכטע איבערוואג (איך וואלט געזאגט ביז פופציג פונט) וואס רופט זיך פֶענְטֶרמֵיין.
עס איז ביליג.
עס איז א פיל.
עס איז עוועילעבל איבעראל אייביג.
עס איז זייער סעיף.
ועוד כמה מעלות טובות, פרעגט אייער דאקטאר!
איך דערמאן מיך פון עפעס א ווערטער-בילדער שפיל וואס מיר פלעגן זיין פארנומען אלס קינדער
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1572
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 3331
Re: דיעטע שטאך; וואס זאגט איר דערויף?
כאב געכאפט א בילד פון מיין באקסלפרינדזשעס.. האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 19, 2023 4:51 pmקום אריין מיט די נאמען ביטעAzoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 19, 2023 2:56 pm איך בין געווען אויף אזעמפיק, פיין אפגעפאלן ב"ה!