רבי אברהם דוב בער מאווריטש, הבת עין ז"ל - י"ב כסליו תר"א לפ"ק

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 737
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2369

רבי אברהם דוב בער מאווריטש, הבת עין ז"ל - י"ב כסליו תר"א לפ"ק

פאוסט דורך מירון »

מיט ארום צוויי הונדערט און זעכציג יאר צוריק, בשנת תק"כ, איז געבוירן געווארן דער הייליגער בת עין, רבי אברהם דוב אויערבאך ז"ל, צו זיין פאטער הרב ר' דוד ז"ל. רבי אברהם דוב איז געווען א תלמיד פון רבי לוי יצחק מבארדיטשוב ז"ל, און פון דעם מאור עינים ז"ל, און אויך פון זיין זון דער טשערנאבלער מגיד רבי מאטעלע ז״ל.

ווען דער אווריטשער ז״ל האט געפלאנט ארויפצופארן וואוינען אין ארץ ישראל איז ער געפארן זיך געזעגענען פון זיין חבר, רבי אהרן מטשערנאביל, דער עלטסטער זון פון רבי מאטעלע טשערנאבלער. האט אים רבי אהרן א פרעג געטאן: "זאגט נאר אווריטשער רב, וואס רעש׳ט די וועלט אזוי מיט אייך?" האט אים דער אווריטשער רב געענטפערט: "ווייל איך האב ליב יעדן איד!"

מעשה: אין יאר תקצ״ז האט פאסירט דער באקאנטער ערד ציטערניש וואס האט איינגעווארפן רוב בנינים פון די שטאט צפת. בשעת די ערד האט געציטערט, פונקט אין יענע צייט, האט זיך דער בת עין געפונען אין ביהמ״ד צוזאמען מיט אסאך אידן פון זיין קהלה. דער בת עין האט באפוילן פאר אלע אנוועזנדע אידן זיי זאלן זיך דערנענטערן ארום אים. ביז עטליכע סעקונדעס האט דער גאצער ביהמ"ד זיך געטרייסלט, און צו אלעמענס וואונדער איז איינגעפאלן נאר די האלבע זייט פון די שול וואו קיינער איז נישט געשטאנען. דער בית המדרש שטייט נאך ביז צום היינטיגן טאג אין עיר הקודש צפת. דער חרוב געווארענער טייל איז שפעטער צוריק צוגעבויט געווארן, און עס הענגט דארט אין ביהמ״ד א טאוול אויף די וואנט אין וועלכן עס ווערט געשילדערט די געשיכטע פון דעם גרויסן נס.

איינמאל ווען דער אווריטשער רב ז״ל איז געגאנגען זיך משתטח זיין אויף די קברי צדיקים אין צפת, האט איינער פון זיינע באגלייטער זיך אויסגעדרוקט מיט א לשון זלזול נעבן איינעם פון די ציוני קודש, זאגנדיג: "ווער ווייסט אויב דער צדיק ליגט דא טאקע באערדיגט?..”. האט זיך אנגערופן הרה"ק מאווריטש: "א זאך וואס איז א מסורה ביי אידן און מ'גלויבט נישט אין דעם איז דאס אפיקורסות”.

דער צדיק דער בת עין האט ליידער נישט איבערגעלאזט קיין זש"ק. ער איז נפטר געווארן ביום י"ב כסליו תר"א לפ"ק אין א תקופה וואס ס'האט געבושעוועט א מגיפה רח"ל. דער בת עין האט דעמאלט מקבל געווען אויף זיך צו זיין א קרבן כפרה לטובת כלל ישראל, און מיט זיין פטירה איז ותעצר המגפה!
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2231
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 7075

Re: רבי אברהם דוב בער מאווריטש, הבת עין ז"ל - י"ב כסליו תר"א לפ"ק

פאוסט דורך נקודות טובות »

וואס איז די מעשה מיט די יארצייט סעודות? וואס טרייבט הרה''צ ר' אלימלך בידערמאן דערצו?
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 737
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2369

Re: רבי אברהם דוב בער מאווריטש, הבת עין ז"ל - י"ב כסליו תר"א לפ"ק

פאוסט דורך מירון »

נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 10:41 am וואס איז די מעשה מיט די יארצייט סעודות? וואס טרייבט הרה''צ ר' אלימלך בידערמאן דערצו?
כ'שטעל מיר פאר צוליב דעם וואס ער האט אזויפיל געטוען פארן יישב אין [צפון] ארץ ישראל, בפרט נאכן ערדציטערניש און די פאקט אז ער האט נישט איבערגעלאזטיבערגעלאזט קיין זש"ק. צדיקים האבן אויך זייער מחשיב געווען זיין הייליג ספר. אגב היי יאר קומט אויס די יארצייט שב"ק, דארף מען וויסן ווען מ'גייט מאכן די יארצייט סעודות.
אוועיטער
אני-הק'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 365
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:13 am
x 299

Re: רבי אברהם דוב בער מאווריטש, הבת עין ז"ל - י"ב כסליו תר"א לפ"ק

פאוסט דורך אני-הק' »

די מקור איבער די יארצייט סעודות קומט פון טאהשער רבי זצ"ל, געברענגט אין ספרו עבודת עבודה שיח"ק
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש

איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 737
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2369

Re: רבי אברהם דוב בער מאווריטש, הבת עין ז"ל - י"ב כסליו תר"א לפ"ק

פאוסט דורך מירון »

אני-הק' האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 12:57 pm די מקור איבער די יארצייט סעודות קומט פון טאהשער רבי זצ"ל, געברענגט אין ספרו עבודת עבודה שיח"ק
פון וועם זאגט ער דאס נאך?
אוועיטער
אני-הק'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 365
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:13 am
x 299

Re: רבי אברהם דוב בער מאווריטש, הבת עין ז"ל - י"ב כסליו תר"א לפ"ק

פאוסט דורך אני-הק' »

מירון האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 1:00 pm
אני-הק' האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 12:57 pm די מקור איבער די יארצייט סעודות קומט פון טאהשער רבי זצ"ל, געברענגט אין ספרו עבודת עבודה שיח"ק
פון וועם זאגט ער דאס נאך?
מדעת עצמו, אז ער האט מיטגעהאלטן א משפחה אין ארץ ישראל וואס האט געדארפט א גרויסע ישועה מאכט א סעודה, און זיי זענען געהאלפן געווארן, און דערנאך רעדט ער פון די גרויסקייט פונעם בת עין. איך דארף עס אויפזוכן.
דאכט זיך אז אין טאהש איז שוין דא יארן לאנג מענטשן וואס מאכן סעודות י"ב כסלו יומד"ק הבת עין, נאך אסאך בעפאר ר' אלימלך בידערמאן האט עס פארשפרייט אין די וועלט.
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש

איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2231
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 7075

Re: רבי אברהם דוב בער מאווריטש, הבת עין ז"ל - י"ב כסליו תר"א לפ"ק

פאוסט דורך נקודות טובות »

אני-הק' האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 1:41 pm
מירון האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 1:00 pm
אני-הק' האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 12:57 pm די מקור איבער די יארצייט סעודות קומט פון טאהשער רבי זצ"ל, געברענגט אין ספרו עבודת עבודה שיח"ק
פון וועם זאגט ער דאס נאך?
מדעת עצמו, אז ער האט מיטגעהאלטן א משפחה אין ארץ ישראל וואס האט געדארפט א גרויסע ישועה מאכט א סעודה, און זיי זענען געהאלפן געווארן, און דערנאך רעדט ער פון די גרויסקייט פונעם בת עין. איך דארף עס אויפזוכן.
דאכט זיך אז אין טאהש איז שוין דא יארן לאנג מענטשן וואס מאכן סעודות י"ב כסלו יומד"ק הבת עין, נאך אסאך בעפאר ר' אלימלך בידערמאן האט עס פארשפרייט אין די וועלט.
די מקור אויף די היינטיגע סעודות איז הרה''צ ר' אלימלך בידערמאן. די מקור פון ר' אלימלך בידערמאן איז בשום אופן נישט טאהש. ער האט אן אנדערע מעשה וואס ער פארציילט, מיט א קרן סעודות הילולא אין ישיבת בית אברהם פון ר' שלמה גראס ז''ל.
מיין שאלה איז נאר פארוואס האט נישט ר' אלימלך גענומען די סגולות ר' מתיא בן חרש, אדער פרק שירה? אויב איז עס א סגולה וואס האט נישט קיין מקור, נאר איינער האט עס געטוהן און געזעהן ישועות, איז מאי שנא?

אויף למעשה בין איך בכלל נישט מערר אויף מנהג ישראל, ווייל א מנהג בישראל וואס איז איינגעפירט געווארן דורך ר' אלימלך איז בודאי תורה! איך האב נאר געוואלט וויסען אויב איינער האט א ביאור...
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 737
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2369

Re: רבי אברהם דוב בער מאווריטש, הבת עין ז"ל - י"ב כסליו תר"א לפ"ק

פאוסט דורך מירון »

אינעם גליון פון רבי אלימלך בידערמאן:

עס איז באקאנט וואס דער "בת עין" זאגט (פרשת בלק) "ויגל ה' את עיני בלעם" (במדבר כב, לא), אז דער רשע בלעם האט זוכה געווען צו זעהן א מלאך, נאך דעם ווי ער האט געליטן בזיונות פון דעם אייזל , וואס האט איהם געזאגט "הלא אנכי אתונך אשר רכבת עלי", וואס די חז"ל זאגן (סנהדרין קה:) אז מיט דעם האט דאס אייזל איהם גע'מוסר'ט איבער זיינע שלעכטע מעשים. און נאך אזא בזיון, קען אפילו איינער ווי בלעם הרשע , אויך זעהן א מלאך מיט דעם טייטשט דער "בת עין" דאס וואס דער אויבערשטער האט צוגעפירט אז בלק זאל שיקן נאך חשוב'ערע שרים צו ברענגען בלעם צו שעלטן די אידן. פארוואס האט דער אויבערשטער צוגעפירט אזוי, אז בלק זאל שיקן חשוב'ערע שליחים?

זאגט דער "בת עין", אז דאס איז געווען כדי בלעם זאל ליידן א גרעסערן בזיון ווען דאס אייזל וועט איהם מוסר'ן פאר די אויגן און אויערן פון די שרי מואב, און וואס גרעסער די שרים זענען געווען, אלץ גרעסער איז געווען בלעם'ס בזיון, און נאר אזוי האט אזא "פי חזיר" (ווי דער "אור החיים" הקדוש רופט איהם אן, עיי"ש בפ' בלק) געקענט זיין ראוי צו בענטשן אידישע קינדער.

זעהט מען פון דעם , אז ווען מ'ווערט פארשעמט איז מען א "כלי מוכשר" זיך צו בענטשען, און צו בענטשן אנדערע אידן. מ'דארף נאר האלטן "קאפ" און אלעס אננעמען באהבה .
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2231
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 7075

Re: רבי אברהם דוב בער מאווריטש, הבת עין ז"ל - י"ב כסליו תר"א לפ"ק

פאוסט דורך נקודות טובות »

מירון האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 1:37 pm אינעם גליון פון רבי אלימלך בידערמאן:

עס איז באקאנט וואס דער "בת עין" זאגט (פרשת בלק) "ויגל ה' את עיני בלעם" (במדבר כב, לא), אז דער רשע בלעם האט זוכה געווען צו זעהן א מלאך, נאך דעם ווי ער האט געליטן בזיונות פון דעם אייזל , וואס האט איהם געזאגט "הלא אנכי אתונך אשר רכבת עלי", וואס די חז"ל זאגן (סנהדרין קה:) אז מיט דעם האט דאס אייזל איהם גע'מוסר'ט איבער זיינע שלעכטע מעשים. און נאך אזא בזיון, קען אפילו איינער ווי בלעם הרשע , אויך זעהן א מלאך מיט דעם טייטשט דער "בת עין" דאס וואס דער אויבערשטער האט צוגעפירט אז בלק זאל שיקן נאך חשוב'ערע שרים צו ברענגען בלעם צו שעלטן די אידן. פארוואס האט דער אויבערשטער צוגעפירט אזוי, אז בלק זאל שיקן חשוב'ערע שליחים?

זאגט דער "בת עין", אז דאס איז געווען כדי בלעם זאל ליידן א גרעסערן בזיון ווען דאס אייזל וועט איהם מוסר'ן פאר די אויגן און אויערן פון די שרי מואב, און וואס גרעסער די שרים זענען געווען, אלץ גרעסער איז געווען בלעם'ס בזיון, און נאר אזוי האט אזא "פי חזיר" (ווי דער "אור החיים" הקדוש רופט איהם אן, עיי"ש בפ' בלק) געקענט זיין ראוי צו בענטשן אידישע קינדער.

זעהט מען פון דעם , אז ווען מ'ווערט פארשעמט איז מען א "כלי מוכשר" זיך צו בענטשען, און צו בענטשן אנדערע אידן. מ'דארף נאר האלטן "קאפ" און אלעס אננעמען באהבה .
WOW! שארף!
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 737
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2369

Re: רבי אברהם דוב בער מאווריטש, הבת עין ז"ל - י"ב כסליו תר"א לפ"ק

פאוסט דורך מירון »

אינעם גליון פון רבי אלימלך בידערמאן:

הג"ר ישעיה טישלער שליט"א פון בני ברק, דערציילט, אז אין יאר תשע"ז האט ער אמאל פרייטאג צו נאכטס באגעגנט א יונגערמאן פון "קרית ספר", אריינקומענדיג אין א חסיד'יש בית המדרש אין בני ברק. דער יונגערמאן איז געקומען אויף שבת צו זיין שווער וועלכער וואוינט אין בני ברק. נאכ'ן איהם זאגן "גוט שבת", האט דער יונגערמאן געפרעגט רבי ישעיה'ן אויב עס געפינט זיך דא אין שול דער ספר "בת עין". האט רבי ישעיה אים געענטפערט, אז דא אין שול איז נישט דא דער ספר "בת עין", אבער ער האט דעם ספר ביי זיך אינדערהיים. "אויב דו ווילסט, קום מיט מיר, און איך וועל דיר בארגן דאס ספר", האט רבי ישעיה געזאגט צו דעם יונגערמאן, איז דער יונגערמאן געגאנגען מיט רבי ישעיה'ן, צו בארגן פון איהם דאס ספר. גייענדיג אויפ'ן וועג, פרעגט רבי ישעיה דעם יונגערמאן, אויב ער וויל דווקא דאס ספר, אדער ס'איז גוט אויך אן אנדער חסיד'יש ספר?

האט דער יונגערמאן איהם געענטפערט, אז גענוי א יאר פריער, איז געווארן 12 יאר פון זיין חתונה און זיי זענען נאך נישט געהאלפן געווארן מיט קינדער. זענען זיי געפארן קיין צפת, מתפלל צו זיין ביים הייליגן "בת עין" זי"ע (ס'איז נישט געווען אין טאג פון זיין יארצייט). וויבאלד ער איז א כהן, האט ער נישט געקענט גיין אויפ'ן בית החיים צום הייליגן "ציון", נאר ער איז אריינגעגאנגען אין דער שוהל פונעם "בת עין" אין צפת. דארט האבן ער און זיין בני בית "געשפאלטן הימלען" מיט זייערע געבעטן און געוויינען געהאלפן צו ווערן מיט קינדער, און ער האט דארט מקבל געווען אויף זיך, אז ווען עס וועט ביי איהם געבוירן ווערן א זון, וועט ער יעדן שבת ביי די סעודה לערנען דעם ספר "בת עין" אין לויף פון ערשטן יאר פונעם קינד'ס געבורט... דערציילט דער יונגערמאן ווייטער, אז זיי זענען טאקע באלד געהאלפן געווארן מיט קינדער, און ער האט באלד געקויפט דעם ספה"ק "בת עין", כדי ער זאל קענען לערנען דערין יעדן שבת. ער איז ב"ה מקיים זיין קבלה טובה , נאר דא, אין בני ברק, אין הויז פון זיין שווער, האט ער נישט געפונען דעם ספר, וועגן דעם האט ער עס געזוכט אין שול.

איינער פון אונזער חבורה האט געהערט פון אונז די דאזיגע עובדא (אין טאג פון די הייליגע הילולא, אין יאר תשע"ח), און וויבאלד ער האט זיך גענויטיגט אין א שידוך פאר זיין טאכטער וועלכע איז שוין נישט יונג געווען, האט ער תיכף ומיד גענומען אויף זיך צו לערנען יעדן שבת אין ספה"ק "בת עין", און ביז א קורצע צייט האט מען געטראפן פאר איר א גוטן שידוך. צוויי חדשים שפעטער איז שוין געפראוועט געווארן די חתונה, און ביז א יאר פון זיין קבלה האבן זיי בעזרת השי"ת שוין געפראוועט א ברית פאר זייער בכור !
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 737
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2369

Re: רבי אברהם דוב בער מאווריטש, הבת עין ז"ל - י"ב כסליו תר"א לפ"ק

פאוסט דורך מירון »

עס איז ידוע אז דער הייליגער "בת עין" פלעגט כמעט נישט ארויסגיין פון זיין הויז, און אוודאי נישט אויף קיין לוויות. אמאל האט ער געמאכט אן אויסנאם, און איז נאכגעגאנגען א נפטר ביז נאך סתימת הגולל, כאטש יענער איז געווען א פשוט'ער איד.

ביי די לוי', איז דער "בת עין" געווען שטארק פארטראכט אין זיינע הייליגע מחשבות. אינמיטן די טהרה , האט די חברה קדישא געשיקט פרעגן די אלמנה, פארוואס זענען די אויבערשטע טיילן פון איר מאן'ס פיס, שווארץ? האט זי געענטפערט, אז "דאס איז אן אלטע מעשה", און זי האט דערציילט, אז נאך די חתונה פלעגט ער ארומפארן פעדלען ווי א רוכל, פארקויפענדיג מיני סדקית. אמאל איז ער געווען אין אן אראביש דארף, וואו די טאכטער פונעם שעיך, א מטרוניתא, האט געוואלט חתונה הא בן מיט איהם... בלית ברירה ווייל דער שעיך האט געמוטשעט דעם איד ער זאל חתונה האבן מיט איר, האט מען קובע געווען די חתונה אויף יענע נאכט אריינקומענדיג אין זאל, האט דער איד באמערקט א גרויסן פאס פון קוילן אינמיטן זאל, און אזוי ווי דער "חתן" האט דא געזעהן אז דער גיהנום איז פאר איהם אפען פון אלע זייטן רח"ל , איז ער אריינגעשפרונגען אין דעם קאכעדיגן פאס פון קוילן, און זיינע פיס זענען אפעברענט געווארן... ווען די אנוועזענדע אראבער האבן געזעהן וואס פארא "משוגע'נער" ער איז, האבן זיי איהם פארטריבן פון דארט...

שפעטער האט דער "בת עין" געזאגט, אז ער איז ארויסגעגאנגען צו די לוי' פון יענעם איד, צוליב דעם וואס ער האט געזעהן אן "עמודא דנורא" (א זויל פון פייער וואס קומט אראפ נאר ווען מען באגלייט ארויף דעם גדול הדור) העכער די מטה!
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 737
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2369

Re: רבי אברהם דוב בער מאווריטש, הבת עין ז"ל - י"ב כסליו תר"א לפ"ק

פאוסט דורך מירון »

באשרייבונג
פיילס
באשרייבונג.pdf
(130.17 KiB) דאונלאודעד 30 מאל
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 898
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1588

Re: רבי אברהם דוב בער מאווריטש, הבת עין ז"ל - י"ב כסליו תר"א לפ"ק

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

איינער האט זיך אמאל אויפגעשטעלט ביי א יארצייט סעודה פונעם בת עין זי"ע און זיך אנגערופן איך געדענק נישט אויפן מינוט א ווארט פונעם בת עין איז וועל איך נאכזאגן א שטיקל באר הפרשה...
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8663
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21425

Re: רבי אברהם דוב בער מאווריטש, הבת עין ז"ל - י"ב כסליו תר"א לפ"ק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דערמאנסט מיר.... מיין טאכטער פרעגט מיר אנהייב וואך צו איך קען איר העלפן.

לכבוד חנוכה האט איר טיטשער א פראגראם אז מיידלעך זאלן ברענגען אפגעשריבן תשובות אויף "די בת עין'ס קושיא"...

(כנראה האט מען אויך דערציילט מעשיות לכ' די יארצייט פון בת עין און די מח האט געמישט)
שרייב פאוסט