"למעשה" הכשר אויף טעכנאלאגישע דעווייסעס

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8666
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21433

Re: "למעשה" הכשר אויף טעכנאלאגישע דעווייסעס

פאוסט דורך דער תהלים איד »

איך זאג כסדר, סיי לגבי מארקעטינג און סיי לגבי אזעלכע געשעענישן, סיי לגבי פאליטישע שאלות סיי לגבי פראקטישע שאלות, און בעיקר אין ביזנעס וואו מענטשן מאכן שרעקליכע מיסטעיקס צוליב אזעלכע זאכן:

אויב דו ביסט אמת'דיג און ריכטיג, און די גייסט די גראדע וועג, גייט דיר נישט שאטן קיינעמס קרומקייט, האלט דיך גראד מיט דיין אמת'דיגקייט, און זארג נישט. איי עס קוקט אויס ווי יענער נעמט איבער די גאס מיט זיינע קאנספיראציעס, אדער עס קוקט אויס ווי יענער נערט אריין די מאסן מיט זיין פראדוקט? וכדו'? ס'איז א דורכגאנג.

יעצט, איך מיין אז ווער עס וויל א ראי' דערצו, זאל דורכליינען די טעמעס אין דעם דאזיגן אשכול, פון אנהויבן ביז'ן סוף. ויונעם לו.

אבער די קונץ איז, עס צו געדענקען אין די באהאגלטע מינוט. נישט נאכדעם...
שרייב פאוסט