אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

נייעס אין אונזער קווארטאל
מיטב הגיון
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 368
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
x 273

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך מיטב הגיון »

פארטריבן האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 10:56 pm
מיטב הגיון האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 5:04 pm אלזא, עס איז מיין פארגעניגן צו אדרעסירן אייך ביידן סיי דער בעל התל און סיי דער בעל החריץ בנוגע די פאלשע באטריגערישן באריכט
מיטב הגיון האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 5:04 pm קודם איבער די צוויי היילייטעד סתירה'דיגע ווערסיעס פון איין פאקט, זענען ביידע אמת וויאזוי עס איז צוגעגאנגען?
איך מוז מודה זיין דאס איז באמת א שרעקליכע סתירה, קודם שטייט אז די סטעיט האט געזאגט אז זיי האבן נאכנישט קיין שטעלונג... און דערנאך שטייט אז זיי זענען שטיל געבליבן און זיך נישט קעגנגעשטעלט נאר דורכגעלאזט....
עס איז דאך מרפסין איגרא אזא שרעקליכע סתירה... האיך יתקיימו שניהם?....דאס איז דאך אויסדרוקליך א באטריגערישע זאך....

דאס קען נאר א גאונישע קאפ אזוי גוט מדייק זיין און אויפכאפן אזא שרעקליכע סתירה.

צדיק'ל, דורותינו זאגט אז זיי האבן באשטעטיגט, וואס איז א שטארקע סתירה מיט "זיי האבן נאכנישט קיין שטעלונג" וואס דו ברענגסט פון דורותינו.

זיי שרייבן נישט , שטיל געבליבן און זיך נישט קעגנגעשטעלט נאר דורכגעלאזט.... (וואס איז גראדע אויך נישט אמת...) און איז גראדע יא א סתירה מיט דעם אז "דער אדוואקאט פון די סטעיט האט געזאגט אז זיי קוקן נאך אריין דערין" (לשון הדורותינו וואס פארשטייט זיך דו ברענגסט נישט נאך...) און איז אפשר נישט אזא סתירה מיט "זיי האבן נאכנישט קיין שטעלונג" וואס נאר דאס ברענגסטו פון דורותינו, און איז גראדע נישט אמת, די סטעיט האט דאס קיימאל נישט געזאגט (די בראוקען טעלעפאון געים וואס מען שפילט דא צו מאכן ליגנדס שטימען איז מבהיל'דיג).

אינטערעסאנט, אז איבער די ליגנט איבער דעם קלאס עקשאן וואס איך שרייב טוסטו איגנארירן און שטיל בלייבן און לאזט עס פאראויסגיין און באשטעטיגן אז עס איז טאקע ליגנד...
פיילס
Screenshot 2025-12-25 123009.png
Screenshot 2025-12-25 123009.png (36.77 KiB) געזען געווארן 1372 מאל
מיטב הגיון
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 368
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
x 273

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך מיטב הגיון »

פארטריבן האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 10:56 pm
מיטב הגיון האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 5:04 pm אלזא, עס איז מיין פארגעניגן צו אדרעסירן אייך ביידן סיי דער בעל התל און סיי דער בעל החריץ בנוגע די פאלשע באטריגערישן באריכט

מיטב הגיון האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 5:04 pm און נאכדעם בנוגע פארטיידיגן די ישיבות, קען זיך עפעס דאכטן אז די סטעיט וויל דווקא נישט פארטיידיגן צו די ישיבות זענען גערעכט אדער נישט צוליב שלעכטיגקייט און רשעות, ווען דער קאנטעקסט און די מציאות פון די סטעיט ענטפער איז עס פשוט אויסגעשמועסט אז זיי פארטרעטן נישט די ישיבות (ב"ה, כ'וויל ניטאמאל אז זיי זאלן פארטרעטן) אבער דורותינו האט 3 עקסלעמעישאן מארקס!!! (יאך האב 3 פינטעלעך)...
מיטב הגיון האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 5:04 pm כ'קען נאך מאריך זיין מיט פרטים און פארשידענע אספעקטן וויאזוי דאס איז דורכאויס פאלש און באטריגעריש, אבער כ'האב ב"ה נישט אזויפיל צייט.

יא! דער ארטיקל איז דורכאויס פאלש און באטריגעריש כנוסח וכמטרת דורותינו.
יעצט האסט מיך געכאפט אין שאק :shock: , און איך האב נישט קיין ברירה און איך מוז מודה זיין על האמת אז די דורותינו איז דורכאויס פאלש און באטריגעריש..

והא ראי' די דורותינו האט אומבארעכטיגט געלייגט 3 עקסלעמעישאן מארקס!!! וואס לכאורה האבן זיי געמיינט דערמיט צו באשמוצן די סטעיט און דערמיט פארדרייט די סיבה פארוואס די סטעיט ווילן נישט פארטיידיגן די ישיבות אז דאס איז צוליב זייער שלעכטיגקייט און רשעות, ווען אין אמת'ן אריין איז די סטעיט זייער סימפאטיש מיט אונז, און זוכן כסדר נאר צו מאכן געזעצן און רעגולאציעס זיכער צו מאכן מען טשעפעט נישט אונזער חינוך, נאר זיי האבן 'פשוט טעכניש אויסגעשמועסט' אז זיי פארטרעטן נישט די ישיבות.....

נישטא ווער ס'זאל לאכן פון אזעלכע שרעקליכע שקרים און באטריגן.....

ואידך פירושא זיל גמור, עס פעלט שוין נישט אויס מער מסביר צו פארענטפערן די אלע זינלאזע אויפגעבלאזענע כלומרשטע שקרים

- - -

די סטעיט שמועסט פשוט אויס טעכניש א זיי פארטרעטן נישט די ישיבות, אפגעזעהן צו זיי זענען סימפאטיש מיט אונז צו נישט, דאס איז קלאר דער מציאות (ווי מען זעהט אין די אטטעטשמענט וואס איך האב געברענגט) און שרייבן אנדערש ווי די מציאות און מיט עקסלעמעישאן מארקס וכו' געבויעט אויף דאס אז זיי זענען נישט סימפאטיש און נישט אויפן מציאות, איז פשוט און פראסט פאלש און באטריגעריש.

וואס דורותינו'ס סיבה איז מיט די אלע פאלשע דראמאטישע באריכטן (קען זיין מען וועט אמאל וועלן דאס אויסשמועסן) איז אירעלעווענט צום פאקט אז עס איז פאלש.
מיטב הגיון
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 368
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
x 273

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך מיטב הגיון »

פארטריבן האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 10:17 pm
מיטב הגיון האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 5:07 pm
► Show Spoiler
וואו זאגט יענער: "דער רבי האט געהאט א ווייטן בליק"

דורותינו האט שוין פ' נח -עטליכע וואכן נאכן פיילן די קעיס- פאראויס געזעהן אז פ' חיי שרה גייען זיי זיך דארפן יאגן מיט א שנעלער באריכט, און באריכטעט דעם 'קאורט אוו אפיעלס' ליגנט מיט גענויע פונקטליכע נישט געשטויגענע דעטאלן, און די שוידערליכע קאנסעקווענצן נאך וואס לעגאלע עקספערטן האבן געטוהן אנצייגן די שווערע און טיפע נאכווייען פונעם לעצטן פערל'ס געריכטליכע אנקלאגע אינעם קאורט אף אפיעלס.

דאס איז א קלאסישער דורותינו ביישפיל.

און יא מיין פריינט, דאס קומט פאר יעדע איינציגע וואך.
און איך זאג אז איר האט ניטאמאל א 'נאנטן בליק'.

אדרבה כאפט א 'נאנטן בליק' אין דעם שטיקל פונעם רעבעלל קלאגע וואס ער איז מעתיק פונעם קאורט אף אפיעלס פסק [געווינס...] וואס שמעלצט צוזאם די קאנסטיטוציע פארלאנגען פון סאונד בעסיק עדיוקעשאן אז דאס גייט ביינעזאם מיט אלע עדיוקעשאן געזעצן אריינגערעכנט די סאבסטענשאל עקוויוועלענט געזעץ.
דערנאך געבט א 'נאנטן בליק' רוהיגערהייט וואס עס שטייט אינעם דורותינו ארטיקל פר' נח וואס איר האט מעתיק געווען (וואס באציהט זיך אויף דעם שטיקל פונעם רעבעלל קלאגע), און זייט מסביר פארן עולם וואס פונקטליך איז די ליגנט און נישט געשטויגענע דעטאלן וואס שטייט אין דורותינו....

דאס איז טאקע א ריכטיגע סימבאל פון דורותינו שקרים... וואס קומט פאר יעדע וואך..... (איר האט נאר פשוט נישט קיין צייט צו אויפווייזן יעדע וואך אלע שקרים.....)

אינטערעסאנט נאר אז עס איז דא א גליון וואס קומט שוין ארויס איבער 2 יאר (ב"ה כולן שווין לטובה) און עס איז [לשיטתכם] יעדע איינציגע וואך פול מיט שקרים און דורכאויס פאלש און באטריגעריש, דאך נעמט איר זיך אראפ פון אייער גאר פארנומענע צייט צו אדורך ליינען בעיון גדול יעדע איינציגע גליון מדאשקע לדאשקע, אזש אז איר געדענקט אויסנווייניג יעדן ארטיקל וואס זיי שרייבן.....
זעהט אויס אז עפעס אן אמת איז נאך דא דארט וואס ציהט אייך ווי א מאגנעט צו ליינען יעדעס ווארט, ארויסקוקנדיג מיט האפענונג אפשר וועט זיך פארווארפן עפעס א ווארט וואס מען וועט קענען אויפבלאזן אלץ א שקר....

און אויב מען רעדט שוין יא פון די שרעקליכע דורותינו שקרים פון יעדע וואך.... איז אינטערסאנט צו דערמאנען דעם עולם ווי דער 'אמת'דיגער תורתינו' וואס האט אויפגעדעקט די אלע בלאף פון דורותינו, איז נעבעך זייער שנעל אונטערגעגאנגען, און ווידער דער 'שקר'דיגער דורותינו' האלט שוין ביי איבער 100 גליונות וואך איין וואך אויס.
מען זעהט ב"ה בחוש אז די ווערטער פון חז"ל 'קושטא קאי שיקרא לא קאי' זענען חי וקיים...

דורותינו נח.jpg

REBELL COMPLAINT - COURT OF APPEALS.jpg
די קאורט אוו אפיעלס פסק אויף וואס די קעיס "כאפט זיך ארויף" איז די CFE קאורט אוו אפיעלס פסק פון יארן פריער וואס "דארט" איז אויסגעשמועסט געווארן די רעכטן אדער חיוב הלימודים אין די קאנסטיטושען.

דיין צוגעברענגטע אטטעטשמעט זאגט אז די פערלס פסק ציטירט אויך דעם CFE פסק ווי עס איז אויסגעשמועסט די רעכטן אדער חיוב הלימודים אין די קאנסטיטושען. (און איז צוגעברענגט בלויז כלפי אז די קאנסטיטושען איז מחייב יעדן)

(יישר כח פאר'ן עס נישט אראפנעמען פון דיין אטעטעשמענט)

און דעריבער איז די אלע איבריגע דעטאלן וואס שטייט דארט איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, די פערלס פסק מאכט נישט קלאר גארנישט, (נישט די חיוב הלימודים איבער סובסטענשטאל עקוויוועלאנט און זיכער נישט איבער די קאנסטיטושען) די פערלס איז זיכער נישט די ערשטע מאל אין היסטאריע וואס מאכט קלאר וואס עס מיינט, ווען ביז
דעמאלטס איז דער גאנצער נושא געווען פארנעפעלט און אומקלאר, נאכדעם וואס דאס איז קיינמאל נישט געווארן ארויפגעברענגט געווארן אין קיין געריכט וואס דער עדיוקעשאן פונעם ניו יארק קאנסטעטושן מיינט.
און אויך נישט די מיטלסטע מאל.

עס איז פשוט קאמיש און לאכעדיג צו זאגן אז די קלאגע אנטקעגן די פעלדער געזעץ און די גיידליינס אז עס איז קעגן די קאנסטיטושען, איז געבויעט אויף דעם אז עס איז דא א פסק וואס זאגט אז די פעלדער געזעץ מיט די גיידליינס איז א חלק פון די קאנסטיטושען...

די דורותינו באריכטן זענען אפענע שקרים, פאלש און באטריגעריש ווי אויך פשוט אוממעגליך.

(בכלל איז די גאנצע וועג ווי דורותינו לייגט אראפ די קלאגע מי תלוי במי, סאונד בעיסיק און סובסטענשאל עקוויוועלענט, וועלכע האלטן די קלעגער איז קלארער פאר זיי און וואס ווילן זיי זאל זיין ווי וואס, לייגט דורותינו אראפ פונקט פארקערט ווי דער מציאות, און ווען מען האט דאס אליין ארויס קומט פון דעם אליין אויטאמאטיש ארויס ווי ליגנעריש און פאלש די באריכטן זענען, און נישט נאר די באריכטן פון די קלאגע נאר אויך רוב אלטע שטותים בנוגע סובסטענשאל עקוויוועלענט, ווערט אפגעפרעגט, קען זיין מען וועט אמאל אנקומען דערצו)
אוועיטער
פ. לאקס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 714
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 1336

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

פארטריבן האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 10:59 pm
פ. לאקס האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 1:10 pm ווען נישט דורותינו'ס רעקארד צייגט אז זיי פראבירן יא צו פארדרייען דעם אמת וואלסטו אפשר געווען גערעכט...
ווען דורותינו האט אין געוויסע זאכן אן אנדערע מיינונג פון אייך מיינט נאכנישט אז זיי פארדרייען דעם אמת.
viewtopic.php?p=174304#p174304
קאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:14 pm ברויך נישט קיין מקור, עס איז פשוטע 'קאמען סענס'
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
וואס נישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 270
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:20 am
x 113

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך וואס נישט »

דורותינו פר' ויגש תשפ"ו - גליון ק"ז
דורותינו גליון קז - ויגש פו.pdf
(4.53 MiB) דאונלאודעד 14 מאל
unnamed.jpg
unnamed.jpg (486.84 KiB) געזען געווארן 1200 מאל
unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (636.71 KiB) געזען געווארן 1200 מאל
וואס נישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 270
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:20 am
x 113

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך וואס נישט »

...

דורותינו גליון קז - ויגש פוjpg_Page3.jpg
דורותינו גליון קז - ויגש פוjpg_Page3.jpg (403.46 KiB) געזען געווארן 1253 מאל

דורותינו גליון קז - ויגש פוjpg_Page4.jpg
דורותינו גליון קז - ויגש פוjpg_Page4.jpg (386.95 KiB) געזען געווארן 1253 מאל
וואס נישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 270
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:20 am
x 113

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך וואס נישט »

אימעיל פון די סיטי עדיוקעישאן דעפארטמענט צו אלע סיטי מוסדות מיט די פעטוועי דעדליין
unnamed.png
unnamed.png (101.07 KiB) געזען געווארן 1210 מאל
וואס נישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 270
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:20 am
x 113

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך וואס נישט »

אגודת ישראל
unnamed (1).png
unnamed (1).png (136.26 KiB) געזען געווארן 1211 מאל
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 543
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 389

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

מיטב הגיון האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 1:04 pm
► Show Spoiler
די קאורט אוו אפיעלס פסק אויף וואס די קעיס "כאפט זיך ארויף" איז די CFE קאורט אוו אפיעלס פסק פון יארן פריער וואס "דארט" איז אויסגעשמועסט געווארן די רעכטן אדער חיוב הלימודים אין די קאנסטיטושען.

דיין צוגעברענגטע אטטעטשמעט זאגט אז די פערלס פסק ציטירט אויך דעם CFE פסק ווי עס איז אויסגעשמועסט די רעכטן אדער חיוב הלימודים אין די קאנסטיטושען. (און איז צוגעברענגט בלויז כלפי אז די קאנסטיטושען איז מחייב יעדן)

(יישר כח פאר'ן עס נישט אראפנעמען פון דיין אטעטעשמענט)

און דעריבער איז די אלע איבריגע דעטאלן וואס שטייט דארט איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, די פערלס פסק מאכט נישט קלאר גארנישט, (נישט די חיוב הלימודים איבער סובסטענשטאל עקוויוועלאנט און זיכער נישט איבער די קאנסטיטושען) די פערלס איז זיכער נישט די ערשטע מאל אין היסטאריע וואס מאכט קלאר וואס עס מיינט, ווען ביז
דעמאלטס איז דער גאנצער נושא געווען פארנעפעלט און אומקלאר, נאכדעם וואס דאס איז קיינמאל נישט געווארן ארויפגעברענגט געווארן אין קיין געריכט וואס דער עדיוקעשאן פונעם ניו יארק קאנסטעטושן מיינט.
און אויך נישט די מיטלסטע מאל.

עס איז פשוט קאמיש און לאכעדיג צו זאגן אז די קלאגע אנטקעגן די פעלדער געזעץ און די גיידליינס אז עס איז קעגן די קאנסטיטושען, איז געבויעט אויף דעם אז עס איז דא א פסק וואס זאגט אז די פעלדער געזעץ מיט די גיידליינס איז א חלק פון די קאנסטיטושען...

די דורותינו באריכטן זענען אפענע שקרים, פאלש און באטריגעריש ווי אויך פשוט אוממעגליך.

(בכלל איז די גאנצע וועג ווי דורותינו לייגט אראפ די קלאגע מי תלוי במי, סאונד בעיסיק און סובסטענשאל עקוויוועלענט, וועלכע האלטן די קלעגער איז קלארער פאר זיי און וואס ווילן זיי זאל זיין ווי וואס, לייגט דורותינו אראפ פונקט פארקערט ווי דער מציאות, און ווען מען האט דאס אליין ארויס קומט פון דעם אליין אויטאמאטיש ארויס ווי ליגנעריש און פאלש די באריכטן זענען, און נישט נאר די באריכטן פון די קלאגע נאר אויך רוב אלטע שטותים בנוגע סובסטענשאל עקוויוועלענט, ווערט אפגעפרעגט, קען זיין מען וועט אמאל אנקומען דערצו)
אזא גאנצע פורים תורה קען נאר מאכן איינער וואס אדער קען ער נישט קיין צו גוטן ענגליש, און קען נישט געהעריג גוט אפליינען קיין קאורט דאקומענטן.
אדער איינער וואס מאכט זיך כאילו לא ידע את יוסף, און פארדרייט בכוונה (צוליב פארשטענדליכע סיבות) די קלארע אפענע דאקומענטן וואס מיר האבן צוגעצייכנט.
(עס דערמאנט מיך פון די שרייבער פון מסורה פאראיין וואס וואס האבן ארויסגעגעבן גאנצעטע ביכלעך אן אפילו איין ווארט אמת, ואכמ"ל, ועוד חזון למועד).

אין אמת'ן אריין האט נישט קיין זין ווייטער צו פירן וויכוחים מיט איינעם וואס קען נישט ליינען דאקומענטן, דאך וועל איך יא פרובירן אביסל אויסקלארן די פאקטן און די דאקומענטן איבער דעם דערמאנטן פרט פון די רעבעלל קלאגע, וואס האט יעצט צום ערשטן מאל זייט די גזירת החינוך אויפגעבויט א טענה, אז די חיוב פון סאבסטענשאל עקוויוועלענט איז נכלל אינעם ניו יארק סטעיט קאנסטיטושען התחייבות אז יעדעס קינד האט א רעכט צו באקומען א 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן', און ער האט דאס טאקע דייקא אויסגעבויט אויף די פסק [געווינס...] פון קאורט אף אפיעלס פון 'די פערל'ס געריכט' פארגאנגענעם חודש סיון תשפ"ה לפ"ק [נישט פון די CFE קעיס], וואס דורכדעם וועט דאס פארבלייבן א בכי' לדורות אז עס איז היינט צוטאגס דא א געריכט אורטייל פון העכסטן געריכט אין ניו יארק סטעיט וואס האט אוועקגעשטעלט צום 'ערשטן מאל' אז די פרט פון 'סאבסטענשאל עקוויוועלענט' איז נכלל אינעם קאנסטיטושען רעכט פון יעדעס קינד צו באקומען א סאונד בעסיק עדיוקעשאן.

דיסקלעימער:
ווי פארשטענדליך איז זייער נארמאל אז די פערל'ס סימפאטיקער זאלן נישט וועלן אקצעפטירן דאס אויבנדערמאנטע, און וועלן נישט דערלאזן אז דער ציבור זאל איינזעהן אז נאכן זיך שלאגן אזויפיל יארן אין געריכט דורך די אלע פערל'ס קלאגעס, נישט גענוג אז מען האט נישט ניטאמאל פארדינט כאטש עפעס שטיקל געווינס, נאר עס זאל זיך גאר ארויסשטעלן צו פארבלייבן אלץ א בכי' לדורות, דעריבער איז נישט קיין ספק אז זיי וועלן ווייטער קומען פארדרייען די מציאות הדברים און אריינלערנען פאלשע פשטים אין אפענע געריכט דאקומענטן.
בין איך דא מוסר מודעה אז נישט צו זיי זענען מיינע שורות געווידמעט, איך שרייב נאר פאר די אומפארטייאישע ליינער וואס קענען אביסל ליינען דאקומענטן, וירא הקהל למי החותמת ולמי הפסולים..

יעצט צום ענין וועלן מיר אביסל קלאר שטעלן די פאקטן:

1) אין די קאורט אף אפיעלס פסק פון די ק'אמפעין פאר פ'יסקעל ע'קוויטי הנקרא CFE (וואס איז טאקע געווארן געפירט דורך דעם זעלבן יעצטיגן אדוואקאט רעבעלל), האבן די ריכטער מחדש געווען און אויסגעטייטשט אז אין מיט דעם ניו יארק סטעיט קאנסטיטושען האט זיך די סטעיט מחייב געווען יעדעס קינד זאל האבן די מעגליכקייט צו באקומען א 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן'.

2) אין די לעצטע פערל"ס קאורט אף אפיעלס פסק (דאטירט יוני 18 25'). נאכן אראפגעברענגן די אויבנדערמאנטע פסק פון די CFE קעיס, אז יעדע קינד איז בארעכטיגט פאר א 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן', האבן זיי יעצט פריש צוגעלייגט אז 'סאבסטענשאל עקוויוועלענסי' איז אויך נכלל אין די קאנסטיטושאנעל רעכטן פון יעדן קינד.
זעהט אינעם ארגינעלן פסק [געווינס...] פון פערלס קאורט אף אפיעלס וואו זיי זענען מעתיק פון די CFE קעיס, און דערנאך וואס זיי האבן יעצט צוגעלייגט (די ציטירטע פון CFE קעיס -מיט א שורה פון די קאנסטיטושען- איז געהיילייט אין געיל, און די פרישע חלק איז געהיילייט אין גרין).

56DECISION.jpg
56DECISION.jpg (156.65 KiB) געזען געווארן 1187 מאל

3) דאס איז דאס גאנצע וואס כלל ישראל האט געווינען.. און מרויח געווען... מיטן גאנצן פערלס קאורט קעיס במשך 3 יאר! אז דורך דעם פסק [געווינס...] איז יעצט געווארן א בכי' לדורות אז עס איז היינט צוטאגס דא א קלארע פסק איינשטימיג פון אלע 7 ריכטער פון העכסטן געריכט אין ניו יארק, וואס לייגט אריין די סאבסטענשאל עקוויוועלענסי פארלאנגען אינעם קאנסטיטושען, (וואס דאס וועט אויך לכאורה שווער מאכן צו קענען מאכן עפעס פרישע געזעצן צו טשעפענען די סאבסטענשאל עקוויוועלענס התחייבות).

4) קורץ נאך דעם פסק [געווינס...] האט דער לויער רעבעלל אין זיין אנקלאגע זיך טאקע ארויפגעכאפט אויף דעם פסק פון פערל'ס קאורט אפיעלס, צו טענה'ן אז אויב מען גיבט נישט קיין 'סאבסטענשאל עקוויוועלענט' חינוך אין די ישיבות דאן פארלעצט מען דעם 'קאנסטיטושעל' רעכט פון די קינדער צו באקומען א 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן', און דורך די טענה וויל ער אפווארפן די אלע געזעצן וואס מען האט פרובירט צו מאכן לטובת החינוך, וויבאלד א געזעץ קען נישט אוועקשטויסן קיין קאנסטיטושען, נישט פעלדער און נישט די נייע בודזשעט געזעץ.

Page35.jpg
Page35.jpg (25.25 KiB) געזען געווארן 1187 מאל

5) די סיבה פארוואס רעבעלל האט געדארפט ציטירן דעם פסק [געווינס...] פון פערל'ס קאורט אף אפיעלס, און עס איז איהם נישט געווען גענוג צו ברענגען נאר דעם ארגינעלן CFE קאורט פסק, איז וויבאלד אין די ארגינעלע CFE פסק האט מען בכלל נישט גערעדט פון סאבסטענשאל עקוויוועלענסי, און דאס איז הערשט יעצט צום ערשטן מאהל געווארן גע'פסק'נט אין די פערל'ס קאורט אף אפיעלס פסק [געווינס...] אז סאבסטענשאל עקוויוועלענסי איז נכלל אין די קאנסטיטושאנעל רעכטן פונעם קינד, [און וועגן דעם האבן נישט יאפפעד און נישט די סטעיט דאס געטענה'ט ביז היינט].
(די חלק ציטירטע פון CFE קעיס איז געהיילייט אין געיל, און די חלק פון די פרישע פערל'ס קעיס איז געהיילייט אין גרין)

Page36.jpg
Page36.jpg (67.51 KiB) געזען געווארן 1187 מאל

6) דאס איז דער סך הכל וואס דער דורותינו אין זייער פאלשער באטריגערישער אוממעגליכער ארטיקל ברענגט ארויס,

בילד

7) איך ערווארט נישט אז איר זאלט מודה זיין אז איך בין גערעכט, ווייל עס זייער ווייטאגליך מודה צו זיין אז די אנגעבליכע פערל'ס געווינס זאל זיך ארויסשטעלן צו זיין גאר א בכי' לדורות, און איר וועט זיכער ווייטער פרובירן צו פארדרייען די פאקטן און ארום צו חושען, אבער יעדער רעכט דענקיגער מענטש קען אליין זיך איבערצייגן דעם אמת אין די אלע בייגעלייגט דאקומענטן.

לסיומא דמילתא, אזוי זעהן אויס אלע שקרים פון דורותינו, אז ווען זיי טוען אויפדעקן די שווערע קאנסעקווענצן פון פערל'ס מהלך, דאן מוז מען דאס אויטאמאטיש פרובירן צו פארלייקענען און מאכן פאר שקרים....
היימישע זייגער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 414
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:43 am
x 1249

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך היימישע זייגער »

פארטריבן האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 10:28 pm

ייש"כ פאר די אומאפפרעגבארע קלארקייט אין די פאקטן!
אוועיטער
פ. לאקס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 714
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 1336

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

מיטב הגיון האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 12:58 pm
פארטריבן האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 10:56 pm
מיטב הגיון האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 5:04 pm
- - -
נ.ב. איך וואלט אייך געוואלט פרעגן א שאלה, איך זעה אז איר קעמפט אזוי פארן אמת און עס גייט אייך ממש אין לעבן אז מען זאל נישט פארקויפן ח"ו קיין שקרים פארן ציבור,
אפשר וואלט איר מיר געקענט זאגן אין וואספארא קאטעגאריע גייט אריין דאס איינרעדן די אייגענע רבנים און דיינים אז מען גייט 'נישט אליין נעמען קיין פעטוועי', נאר שיקן א 'שארפע קנאות'דיגע בריוו', און דאס זעלבע אויך פארקויפט דערנאך פארן גאנצען ציבור.
ווען אין פאקט האט מען אין די באשטימטע צייט ווען מען האט געדארפט אריינגעבן דעם ענטפער זייער קלאר ארויסגעשריבן פאר די באהערדע אז מען 'קלויבט אויס' פעטוועי 6, און מיטגעשיקט אן אנדערע נוסח נישט דאס וואס מען האט געוויזן פאר די רבנים, (און דערנאך כדי צו פארווישן דעם שגץ שטיק האט מען אפאר טעג שפעטער - ווען עס האט שוין נישט מעלה ומוריד געווען - נאכגעשיקט און צוגעווארפן די ארגינעלע בריוו מיטן כלומר'שטן פארענטפערונג אז מען האט זיך 'בטעות' 'פארמישט' און מען האט געשיקט די נישט ריכטיגע בריוו.....)
צי גייט דאס אריין בגדר אמת לאמיתו אדער גאר שקר גמור און דורכאויס פאלש און באטריגעריש.....
מיר האבן בשעתו דאס אדרעסירט און געהאט פאן דא דערוועגן, איר קענט דאס אויפזוכן און נאכקוקן, maybe you'll enjoy it.
איך געדענק טאקע אז די ענטפער איז געווען אז די סטעיט/סיטי האט מסתם געפעלשט די בריוו און עס אליינס געעדיט ארויס צו שניידן דעם קנאי'שע שטיקל...
קאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:14 pm ברויך נישט קיין מקור, עס איז פשוטע 'קאמען סענס'
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20249

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

פ. לאקס האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 1:38 pm
מיטב הגיון האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 12:58 pm
פארטריבן האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 10:56 pm
נ.ב. איך וואלט אייך געוואלט פרעגן א שאלה, איך זעה אז איר קעמפט אזוי פארן אמת און עס גייט אייך ממש אין לעבן אז מען זאל נישט פארקויפן ח"ו קיין שקרים פארן ציבור,
אפשר וואלט איר מיר געקענט זאגן אין וואספארא קאטעגאריע גייט אריין דאס איינרעדן די אייגענע רבנים און דיינים אז מען גייט 'נישט אליין נעמען קיין פעטוועי', נאר שיקן א 'שארפע קנאות'דיגע בריוו', און דאס זעלבע אויך פארקויפט דערנאך פארן גאנצען ציבור.
ווען אין פאקט האט מען אין די באשטימטע צייט ווען מען האט געדארפט אריינגעבן דעם ענטפער זייער קלאר ארויסגעשריבן פאר די באהערדע אז מען 'קלויבט אויס' פעטוועי 6, און מיטגעשיקט אן אנדערע נוסח נישט דאס וואס מען האט געוויזן פאר די רבנים, (און דערנאך כדי צו פארווישן דעם שגץ שטיק האט מען אפאר טעג שפעטער - ווען עס האט שוין נישט מעלה ומוריד געווען - נאכגעשיקט און צוגעווארפן די ארגינעלע בריוו מיטן כלומר'שטן פארענטפערונג אז מען האט זיך 'בטעות' 'פארמישט' און מען האט געשיקט די נישט ריכטיגע בריוו.....)
צי גייט דאס אריין בגדר אמת לאמיתו אדער גאר שקר גמור און דורכאויס פאלש און באטריגעריש.....
מיר האבן בשעתו דאס אדרעסירט און געהאט פאן דא דערוועגן, איר קענט דאס אויפזוכן און נאכקוקן, maybe you'll enjoy it.
איך געדענק טאקע אז די ענטפער איז געווען אז די סטעיט/סיטי האט מסתם געפעלשט די בריוו און עס אליינס געעדיט ארויס צו שניידן דעם קנאי'שע שטיקל...
:roll:
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 543
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 389

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

היימישע זייגער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 12:13 pm ייש"כ פאר די אומאפפרעגבארע קלארקייט אין די פאקטן!
מיר האבן הנאה אז עס געפינען זיך נאך ב"ה דא אזעלכע מענטשן וואס זייערע אויגן זענען נאכנישט פארבלענדט, און אדרבה פרייען זיך צו זעהן דעם קלארן אמת, אזוי אז די צייט און כח וואס מען לייגט אריין אויסצוקלארן די פאקטן און אראפשרייבן באופן מסודר איז נישט געגאנגען לריק.

עס דארף דא טאקע ווערן ארויסגעברענגט לשבח פון @מערכת אידטיש פארן געבן די מעגליכקייט צו אויסשמועסן דא אלע פרטים איבער די גזירת החינוך אן קיין איינזייטיגע צענזור צו שרייבן נאר לויט א געוויסע אגענדע אדער פארטיי ליניע, און יעדער האט די געלעגנהייט אויסצושמועסן זיינע טענות\סברות\ראיות אויף א נארמאלע אופן לויט די סטאנדארטן פון די הנהלה.
אין איינע פון די פריוואטע דאנק מעסעדזשעס וואס מיר האבן באקומען, האט יענער אנגעפרעגט פארוואס איך שרייב נישט די אלע זאכן אין אן אנדערע פלאץ וואו עס דרייען זיך סאך מער מענטשן פונעם היימישן ציבור, וואס דאן וואלט סאך מער געקענט מיטהאלטן די קלארע אמת'דיגע פאקטן, ווי פארשטענדליך איז אונזער ענטפער געווען טאקע דאס אויבנדערמאנטע אז נישט איבעראל איז דא די מעגליכקייט און פרייהייט פונעם ווארט צו קענען שרייבן אן קיין צענזור, ווי דאס וואס מיר פארמאגן דא אויף אידטיש.
חיים יוסף
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 229
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 11:16 am
x 377

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך חיים יוסף »

פארטריבן האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 10:56 pm
היימישע זייגער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 12:13 pm ייש"כ פאר די אומאפפרעגבארע קלארקייט אין די פאקטן!
מיר האבן הנאה אז עס געפינען זיך נאך ב"ה דא אזעלכע מענטשן וואס זייערע אויגן זענען נאכנישט פארבלענדט, און אדרבה פרייען זיך צו זעהן דעם קלארן אמת, אזוי אז די צייט און כח וואס מען לייגט אריין אויסצוקלארן די פאקטן און אראפשרייבן באופן מסודר איז נישט געגאנגען לריק.

עס דארף דא טאקע ווערן ארויסגעברענגט לשבח פון @מערכת אידטיש פארן געבן די מעגליכקייט צו אויסשמועסן דא אלע פרטים איבער די גזירת החינוך אן קיין איינזייטיגע צענזור צו שרייבן נאר לויט א געוויסע אגענדע אדער פארטיי ליניע, און יעדער האט די געלעגנהייט אויסצושמועסן זיינע טענות\סברות\ראיות אויף א נארמאלע אופן לויט די סטאנדארטן פון די הנהלה.
אין איינע פון די פריוואטע דאנק מעסעדזשעס וואס מיר האבן באקומען, האט יענער אנגעפרעגט פארוואס איך שרייב נישט די אלע זאכן אין אן אנדערע פלאץ וואו עס דרייען זיך סאך מער מענטשן פונעם היימישן ציבור, וואס דאן וואלט סאך מער געקענט מיטהאלטן די קלארע אמת'דיגע פאקטן, ווי פארשטענדליך איז אונזער ענטפער געווען טאקע דאס אויבנדערמאנטע אז נישט איבעראל איז דא די מעגליכקייט און פרייהייט פונעם ווארט צו קענען שרייבן אן קיין צענזור, ווי דאס וואס מיר פארמאגן דא אויף אידטיש.
כאטש מיר זענען נישט איינשטימיג אין רוב פעלער האבן מיר גאר שטארק הנאה פון אייערע אויסקלארונגען, און פון אייער בליק אויף די נושה, וואס פארטרעט קלאר א גרויסע ציבור ערליכע אידן
אין האלט זיכער אפ אזעלכע וואס ווילן גיין אינגאנצן לינק פון טיען וואס עס פאלט זיי נאר איין.
א יישר כח פאר אייער צייט
אוועיטער
פ. לאקס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 714
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 1336

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

זע איך אז ענדליך איז שוין דא א נאמען פון אן אדוואקאט מטעם די סטעיט.
קאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:14 pm ברויך נישט קיין מקור, עס איז פשוטע 'קאמען סענס'
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
וואס נישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 270
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:20 am
x 113

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך וואס נישט »

דורותינו גליון ק”ח ערש”ק פ’ ויחי תשפ”ו לפ”ק
דורותינו גליון ק''ח - ויחי פו.pdf
(2.12 MiB) דאונלאודעד 6 מאל
unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (384.46 KiB) געזען געווארן 450 מאל
unnamed (2).jpg
unnamed (2).jpg (576.93 KiB) געזען געווארן 450 מאל
וואס נישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 270
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:20 am
x 113

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך וואס נישט »

פרישע אויפדעקונגען און אנטוויקלונגן:

א קוק אויף ווייטער מיט א ניכטערן בליק אויף צוריק:

פרייטאג שמות תשפ"ד לפ"ק - פרייטאג שמות תשפ"ו לפ"ק
unnamed (4).jpg
unnamed (4).jpg (180.35 KiB) געזען געווארן 446 מאל
unnamed (5).jpg
unnamed (5).jpg (666.01 KiB) געזען געווארן 446 מאל
unnamed (8).jpg
unnamed (8).jpg (738.72 KiB) געזען געווארן 446 מאל
וואס נישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 270
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:20 am
x 113

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך וואס נישט »

מעשה שהי' כך היה!......
unnamed (6).jpg
unnamed (6).jpg (562.54 KiB) געזען געווארן 445 מאל
unnamed (7).jpg
unnamed (7).jpg (551.63 KiB) געזען געווארן 445 מאל
וואס נישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 270
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:20 am
x 113

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך וואס נישט »

אימעיל פון א מוסד שוין דאנערשטאג נאכמיטאג, אריינגעשיקט דעם 'פעטוועי בריוו', אנטהאלט שוין דעם מיטלסטן פאראגראף פונעם ארגינעל נוסח, און אויך שטייט נישט אז 'מען קלויבט די פעטוועי’

unnamed.jpg
unnamed.jpg (187.33 KiB) געזען געווארן 436 מאל

סיטי באאמטער פאדערט שטרענג פון מוסד צו ענטפערן קלאר דעם פעטוועי אויסוואל אינעם סורוועישאן דעפארטמענט!

unnamed.png
unnamed.png (154.61 KiB) געזען געווארן 436 מאל

מוסד איינגעשטעלטער טענה'ט זיך מיטן באאמטן אז מען זאל קענען מעלדן די פעטוועי אויסוואל דורך אימעיל, און באשטעטיגט זיין מוסד'ס אויסוואל

unnamed (1).png
unnamed (1).png (112.48 KiB) געזען געווארן 436 מאל
וואס נישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 270
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:20 am
x 113

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך וואס נישט »

סיטי באאמטער פארלאנגט נאכאמאל באשטעטיגונג אז דער מוסד נעמט פעטוועי 6, און די קלארע ענטפער פונעם מוסד אז 'יא'.

unnamed (2).png
unnamed (2).png (83.77 KiB) געזען געווארן 430 מאל

מוסד איינגעשטעלטער בעט באשטעטיגונג אז מען האט זיי געלייגט אויף פעטוועי 6

unnamed (3).png
unnamed (3).png (91.14 KiB) געזען געווארן 430 מאל

סיטי באאמטער באשטעטיגט די פעטוועי 6 'לויט ווי פארלאנגט'

unnamed (4).png
unnamed (4).png (130.47 KiB) געזען געווארן 430 מאל
וואס נישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 270
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:20 am
x 113

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך וואס נישט »

דער 'פרייטאג' אימעיל געשיקט פארן דעדליין וואו מען שרייבט ארויס אז 'מען קלויבט פעטוועי 6', מיט די בייגעלייגטע בריוו ווי עס פעלט די גאנצע מיטלסטע
פאראגראף פון אסעסמענטס און די שארפע ווערטער

סיטי באאמטער באשטעטיגט די אפטיילונגן וואס ער האט געלייגט אין פעטוועי 6 'לויט ווי פארלאנגט'

דער זונטאג אימעיל - נאכן ערהאלטן די באשטעטיגונג אז דער מוסד איז שוין פארעכנט אונטער פעטוועי 6 - איז פארמעקט די שורה אז מען קלויבט פעטוועי 6, און ענטהאלט שוין די ארגינעלע נוסח מיט די מיטלסטע פאראגראף פון אסעסמענטס, און די 'קנאות'דיגע ווערטער' פארגעשטעלט פאר די רבנים
10-UTA pathway email - Sunday.pdf
(1.29 MiB) דאונלאודעד 12 מאל
מיטב הגיון
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 368
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
x 273

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך מיטב הגיון »

כ'קום ממש נישט אהן צו שרייבן, דעריבער וועל איך פרובירן צו זיין קורץ, און שרייבן בלויז אויף די פונקטן, און נישט פרובירן זיך מטפל צו זיין מיט די אלע ארומיגע לשונות של גנאי ושקר וואס דער שרייבער באנוצט זיך שטענדיג אין זיינע תגובות, ווי איידערשט בלויז רעדן פון די פאקטן און פרובירן אויפווייזן די שקרים מיט וואס דער שרייבער פרובירט צו פארענטפערן די פאלשע באטריגערישע באריכטן פון דורותינו.

וואס אן אמת דער שרייבער פארענטפערט נישט כמעט קיןן איין דורותינו ליגנט וואס מיר האבן בעבר געברענגט, נאר דער שרייבער פרובירט צו פארענטפערן געוויסע מעין פונקטן מיט זיינע אייגענע ווערטער ווי כאילו דאס שרייבט דורותינו, אבער הצד השוה שבהן אז עס איז פשוט נישט אמת.

די אלע פאלשקייטן זענען בעיקר געבויעט אויף 2 ליגנדס וואס מען פרובירט אויפצובוען :
1) אז ביז היינט האט מען גארנישט אריינגעטייטשט וואס עס מיינט 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן'' און די CFE פסק האט גארנישט געזאגט דערוועגן, און די קלאגע ממש נישט געבויעט אויף די CFE פסק.

2) אז די פערלס פסק האט יעצט צום ערשטן מאל אויסגעטייטשט דעם קאנסטיטושען וואס עס מיינט 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן' און געזאגט (לכאורה) אז עס מיינט עפעס געוויסע לימודים, וואס מען האט יעצט צום ערשטן מאל אריינגעלייגט אין דעם קאנסטיטושען וואס עס מיינט 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן', און דאס שטייט אין די קלאגע און אויף דעם כאפן זיי זיך ארויף

די ביידע (שתים שהן ארבע) ליגנדס זענען אביסל תלוי הא בהא און איינס בויעט אוף די אנדערע.

אבער דער אמת איז אז יעדע איינס עקסטערע איז איין גרויסער שקר.

דאס אז מען האט ביז היינט נישט אריינגעטייטשט וואס עס מיינט 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן'' און די CFE פסק האט גארנישט געזאגט דערוועגן, איז שקרץ
דאס אז די קלאגע איז ממש נישט געבויעט אויף די CFE פסק, איז שקר.

דאס אז די פערלס פסק האט יעצט צום ערשטן מאל (אדער בכלל) אויסגעטייטשט דעם קאנסטיטושען וואס עס מיינט 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן' און געזאגט (לכאורה) אז עס מיינט עפעס געוויסע לימודים, איז שקר.
און דאס אז דאס שטייט אין די קלאגע און אויף דעם כאפן זיי זיך ארויף, איז אויך שקר.

ווי אויך די אלע ארומיגע ראיות וואס מען נוצט אויפצובויען די שקרים איז אויך איין שטיק שקר.

אלזא קודם איבער פונקט נומער 1
פארטריבן האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 10:28 pm

יעצט צום ענין וועלן מיר אביסל קלאר שטעלן די פאקטן:

1) אין די קאורט אף אפיעלס פסק פון די ק'אמפעין פאר פ'יסקעל ע'קוויטי הנקרא CFE (וואס איז טאקע געווארן געפירט דורך דעם זעלבן יעצטיגן אדוואקאט רעבעלל), האבן די ריכטער מחדש געווען און אויסגעטייטשט אז אין מיט דעם ניו יארק סטעיט קאנסטיטושען האט זיך די סטעיט מחייב געווען יעדעס קינד זאל האבן די מעגליכקייט צו באקומען א 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן'.

CFE האט נישט {נאר} מחדש געווען און אויסגעטייטשט דעם ניו יארק סטעיט קאנסטיטושען האט זיך די סטעיט מחייב געווען יעדעס קינד זאל האבן די מעגליכקייט צו באקומען א 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן'.

אויף דעם איז שוין דא א פריערדיגן פסק וואס ווערט דארט אראפגעברענגט citing Board of Educ., Levittown Union Free School Dist. v Nyquist, 57 NY2d 27, 48 [1982] (קען זיין אפילו פריער אויך)

דער עיקר וואס CFE האט מחדש געווען איז וואס באדייט א 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן' און אריינגעלערנט פשטים וואס האט שטארק געהויבן די לימודים וואס זענען נכלל אין די קאנסטיטושאנעל רעכטן פון א 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן' .

די CFE פסק האט דאן באשטימט אז די ביז יעצטיגע לימודים אין פובליק איז נישט גענוג צופרידנשטעלנד, און דעריבער אויפגעפאדערט און מחייב געווען די סטעיט צו הייבן פאנדינג כדי נאכצוקומען די פארלאנג.

די CFE האט געשאפן אן ערדציטערניש בשעתו ועד היום הזה צוליב וואס עס האט שטארק געהויבן די לימודים וואס זענען נכלל אין די קאנסטיטושאנעל רעכטן, און איז די באזיס פאר פארשידענע קלאגעס, אריינגערעכנט די יעצטיגע און אויך פריערדיגע.

די CFE פסק איז אן היסטארישער לענדמארק און איינע פון די פראמינענטסטע קאורט אוו אפיעלס פסקים און פיגורירט פראמינענט אין פילע צענדליגער טויזענטער נייעס באריכטן, אפשאצונגען, סטאדיס, וכו' וכו' צוליב די היסטארישע ערדציטערניש און אימפאקט וואס עס האט געשאפן, דורכדעם וואס עס האט שטארק געהויבן די חיוב פון לימודים וואס זענען נכלל אין די קאנסטיטושאנעל רעכטן.

די CFE פסק איז שוין שטארק באנוצט געווארן בעבר אין די געריכטן קעגן אונז (נישט ווי דער שקר אין נומער 5 , זעה במקומו)

די גאנצע קלאגע איז געבויעט אויף די CFE פסק, די CFE פסק רעכענט אויס געוויסע לימודים קלאר און דאס איז אויף וואס די קלאגע 'כאפט זיך ארויף, אז די נייע\פעלדער געזעץ
און די גיידליינס שטימיט נישט מיט דעם, און דאס איז וואס די קלאגע פאדערט פון געריכט, אלעס איז די לשון פון די אלטע CFE פסק, און עס באשטייט נישט נאר פון די אזויגערופענע 3 R'ס...(מילד גערעדט) וואס דורותינו ברענגט מיט א טראציגקייט און בלעכענעם פנים אז ביז היינט האט דאס געמיינט סאונד בעסיק עדיוקעישאן. (און מיט דעם שקר ווערט געבויעט די גאנצע געביידע).
פיילס
Screenshot 2026-01-04 141110.jpg
Screenshot 2026-01-04 141110.jpg (44.28 KiB) געזען געווארן 311 מאל
Screenshot 2025-12-31 181959.png
Screenshot 2025-12-31 181959.png (175.19 KiB) געזען געווארן 311 מאל
מיטב הגיון
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 368
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
x 273

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך מיטב הגיון »

פארטריבן האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 10:28 pm

2) אין די לעצטע פערל"ס קאורט אף אפיעלס פסק (דאטירט יוני 18 25'). נאכן אראפגעברענגן די אויבנדערמאנטע פסק פון די CFE קעיס, אז יעדע קינד איז בארעכטיגט פאר א 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן', האבן זיי יעצט פריש צוגעלייגט אז 'סאבסטענשאל עקוויוועלענסי' איז אויך נכלל אין די קאנסטיטושאנעל רעכטן פון יעדן קינד.
זעהט אינעם ארגינעלן פסק [געווינס...] פון פערלס קאורט אף אפיעלס וואו זיי זענען מעתיק פון די CFE קעיס, און דערנאך וואס זיי האבן יעצט צוגעלייגט (די ציטירטע פון CFE קעיס -מיט א שורה פון די קאנסטיטושען- איז געהיילייט אין געיל, און די פרישע חלק איז געהיילייט אין גרין).

56DECISION.jpg

די פערלס קאורט אף אפיעלס פסק טוט נישט במישרין און נישט בעקיפין אריינלערנען סיי וועלכער פשט אין די תוכן הלימודים נישט אין די קאנסטיטוציע'ס סאונד בעיסיק התחייבות און נישט אין די עדיוקעשאן געזעץ סובסטענשאל עקוויוועלענט התחייבות, סך הכל שטעלט עס אוועק אז די קאנסטיטושען איז מחייב "אלע" קינדער (אפילו נישט פון פובליק סקול) און אז די וועג וויאזוי עס ווערט אויסגעפירט פאר "אלע" קינדער אפילו פון פריוואטע סקולס די קאנסטיטוציע'ס סאונד בעיסיק התחייבות, איז דורך דעם סובסטענשאל עקוויוועלענט געזעץ, (און דער אויספיר איז אז צוליב דעם מעג זיין אין די רעגולאציעס דעם ציטאט אז א סקול וואס איז נישט סובסטענשאל עקוויועלענט הייסט נישט קיין סקול וואס קומט נאך דעם עדיוקעישאן געזעץ) איז דאס טייטש פונקט פארקערט אז די פארלאנגען וואס דארפן זיין לויט די קאנסטיטוציע פאר יעדן ווערט אויסגעפירט דורכן געזעץ דורכן פארלאנגען אז זיי מוזן זיין סובסטענשאל עקוויוועלענט (דאס טייטש אז אפילו לאמיר אננעמען אז סובסטענשאל עקוויוועלענט מיינט מער לימודים, ווי די קאנסטיטוציע'ס סאונד בעיסיק התחייבות, און לאמיר זאגן אז די פערלס קאורט אף אפיעלס פסק רעדט דא יא פון די תוכן הלימודים, שטייט דא אז מען איז יוצא די גרינגע קאנסטיטוציע'ס סאונד בעיסיק התחייבות מיט די שווערערע סובסטענשאל עקוויוועלענט געזעץ, אבער קיין ווארט נישט אז די שווערע סובסטענשאל עקוויוועלענט געזעץ ליגט אין די קאנסטיטוציע, אבער באמת ווי שוין געשריבן און ווי מען קען זיך אליין איבערצייגן איז לא מיני' ולא מקצתי', קיין איין חלק איז נישט אמת)

וואס עס שטייט דא איז איין זאך:

די פערלס פסק זאגט די סובסטענשאל עקוויוועלענט געזעץ איז דער וועג וויאזוי מען פארפילט די קאנסטיטוציאנעלע רעכטן פאר "אלע" קינדער אפילו וואס גייען נישט אין פובליק סקול, דאס איז די איינציגסטע זאך וואס מען זעהט אין דעם פערלס פסק (און זיי זענען דאס נישט מחדש און דארפן דאס נישט מחדש זיין). און דאס איז די איינציגסטע סיבה פארוואס די קלאגע ברענגט דעם פסק אזוי ווי זיי שרייבן קלאר.

דאס טייטשט 2 זאכן מיט וואס דא איז פאלש:

1) אז כאילו דא רעדט מען פון די חיוב סאונד בעיסיק עדיוקעישאן בנוגע תוכן הלימודים און באמת רעדט מען פון דער חיוב סאונד בעיסיק עדיוקעישאן בנוגע פאר "אלע" קינדער .

2) אז דא שטייט אז דער חיוב פון סובסטענשאל עקוויוועלענט איז נכלל אין די קאנסטיטושאנעל רעכטן, ווען באמת איז פונקט פארקערט אז דער חיוב פון די קאנסטיטושאנעל רעכטן אז סאונד בעיסיק עדיוקעישאן איז אויף "יעדע" קינד איז נכלל אין די סובסטענשאל עקוויוועלענט געזעץ.

און דעריבער טענה'ט די קלאגע (אזוי ווי זיי האבן שוין עטליכע מאל געטענה'ט בעבר) אז היות די סובסטענשאל עקוויוועלענט געזעץ איז דער דער פלאץ ווי עס איז נכלל די קאנסטיטוציאנעלע רעכט און חיובים פון א סאונד בעיסיק עדיוקעישאן, מוז די סובסטענשאל עקוויוועלענט חיובים פארזיכערן די דאזיגע קאנסטיטוציאנעלע רעכט, און די יעצטיגע סובסטענשאל עקוויוועלענט געזעץ לאזט זיין סובסטענשאל עקוויוועלענט אהן דעם וואס מען זאל פארפילן די קאנסטיטוציאנעלע רעכטן וואס ער ברענגט נאך פון זיין CFE פסק און אהן זיין באמת סובסטענשאל עקוויוועלענט צום פובליק סקול, און ממילא דארף מען אפווארפן און אנולירן די דערמאנטע סובסטענשאל עקוויוועלענט געזעצן.

און עס אריינצולייגן אין די קאנטעקסט פונם שרייבער: (הגם "נכלל" איז נישט די ריכטיגע ווארט, שפיר איך נישט קיין פראבלעם יעצט זיך צו באנוצן דערמיט אויב עס קומט בעסער ארויס אזוי.)
פארטריבן האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 10:28 pm

2) אין די לעצטע פערל"ס קאורט אף אפיעלס פסק (דאטירט יוני 18 25'). נאכן אראפגעברענגן די אויבנדערמאנטע פסק פון די CFE קעיס, אז יעדע דאס אז קינד איז בארעכטיגט פאר א 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן', איז א חלק פון די קאנסטיטושאנעל רעכטן פון יעדן קינד, האבן זיי יעצט פריש צוגעלייגט אז די קאנסטיטושאנעל רעכטן פון יעדן קינד איז נכלל אין די 'סאבסטענשאל עקוויוועלענסי' געזעצן.

זעהט אינעם ארגינעלן פסק [געווינס...] פון פערלס קאורט אף אפיעלס וואו זיי זענען מעתיק פון די CFE קעיס, און דערנאך וואס זיי האבן יעצט צוגעלייגט (די ציטירטע פון CFE קעיס -מיט א שורה פון די קאנסטיטושען- איז געהיילייט אין געיל, און די פרישע חלק איז געהיילייט אין גרין).

קיינער לערנט אנדערש פשט און קיינער פרובירט נישט צו זאגן אנדערש פשט.

אויב זאל האבן געשעהן סיי וואספארא טויש אין די קאנסטיטוציאנעלע התחייבות דורך די פערלס קאורט אף אפיעלס פסק, וואלט דאס געווען אן ערדציטערניש.

אבער שא שטיל קיינער ווייסט נישט פון דעם חידוש אז די פערלס פסק האט אריינגעלייגט פרישע חיובים און פארלאנגען אין דעם קאנסטיטושען, קיין שום צייטונג באריכט, קיין שום א.ג. עדיוקעשאן עקספערט לאיער וכו' וכו' ווייסן נישט דערפון.

קיינער האט נאכנישט געזאגט למשל אז די סטעיט וועט יעצט דארפן הייבן פאנדינג פאר עדיוקעשאן צוליב וואס די פערלס פסק האט אריינגעלייגט מער זאכן וואס עס מיינט א סאונד בעיסיק עדיוקעישאן, ווי מען האט אריינגעלערנט ביז היינט... וכו' וכו'

אין די סקווירא-בארשאוו קעיס אז מען זאל קענען נוצן די נייע פעטוועי געזעץ, טענה'ט יאפפעד אז די נייע פעטוועי געזעץ קומט נישט נאך סאונד בעיסיק צוליב דעם שוואכן CFE פסק, קיין ווארט נישט וועגן דעם בכי' לדורות פערלס פסק.

download/file.php?id=57570

א שטארק נאכגעפאלגטע קעיס אין קאורט אוו אפיעלס וואוו עס איז שטארק אויסגעשמועסט געווארן וואס עס מיינט סאונד בעיסיק עדיוקעשאן, וואוו דער קאורט אוו אפיעלס האט ארויסגעגעבן זייער פסק 4 חדשים נאך די פערלס פסק, ווערט גאר שטארק אראפגעברענגט און אויסגעשמועסט וואס זענען די חיובים פון א סאונד בעיסיק עדיוקעישאן, און די גאנצע זאך וואס ווערט אראפ געברענגט איז די CFE פסק און דאס איז אייגנטליך דער גאנצער זאך אויף וואס די פסק באציהט זיך, וואונדער איבער וואונדער איז נישט דא דארט קיין איין ווארט איבער די אזויגערופענע נייע חיובים פון זייער פערלס פסק, קיין ווארט נישט איבער די נייע סובסטענשאל עקוויוועלענט לימודים וואס זיי האבן אקארשט אריינגעלייגט אין זייער פסק... נאר די נארישע CFE פסק וואס שטייט גארנישט...

download/file.php?id=57573

נאכמער אפילו אין די דיסענט (וואס איז דער זעלבער ווי דער שרייבער פון די פערלס פסק) וואס זוכט מער אויסצושמועסן און מאכן שטערקער די פארלאנגען פון א סאונד בעיסיק עדיוקעישאן, סך הכל ברענגט ער מער אראפ די CFE פסק... און ווייסט אויך בכלל נישט פון די פערלס פסק.

download/file.php?id=57572

ווי אויך א חודש פארן פסק דאס טייטשט 3 חדשים נאכן פערלס פסק האט דער זעלבער לאיער פון די קלאגע (רעבעלל) אריינגעגעבן אן אמיקוס אין דעם קעיס, און צו אלעמענס וואונדער ווייסט ער נישט דארט צו ציטירן דעם פערלס פסק...

download/file.php?id=57574

כ'קען נאך אסאך מאריך זיין בנוגע דעם שקר פון די לעכערליכע זינלאזע פשט אין די פערלס פסק, אבער כ'וועל מיך דערווייל אפשטעלן דא, קען זיין מען וועט עס נאך אמאל נוצן.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2105
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3779

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך הדסים »

אנטשולדיגט פארן אריינהאקן אינמיטן, איך האב שוין סייווי פארלוירן חשבון אויף דער יעצטיגער מערכה ווער עס קלאגט וועמען אויף וואס..

כ'בין נאר נייגעריג, ווייסט איינער צי דאס איז אמת? איז דא פארהאן איינער פון לאנדאן דאס צו באשטעטיגן/אפווארפן ערשטהאנטיג?
Screenshot 2026-01-04 165658.png
Screenshot 2026-01-04 165658.png (647.02 KiB) געזען געווארן 273 מאל
כ'האף מיטן גאנצן הארץ אז ס'איז שקר.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
קאמענטארן
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 13, 2025 10:31 pm
x 10

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך קאמענטארן »

וואס נישט האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 02, 2026 2:08 pm מעשה שהי' כך היה!......

unnamed (6).jpgunnamed (7).jpg
@מיטב הגיון ?
שרייב פאוסט