קוקן פאזיטיוו האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 11, 2026 8:50 am
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 10, 2026 12:27 am
IMG_7234.jpeg
סיז אפשענעל, אויב א קהילה באשלוסט צו גיבן ווייטער א טשעק, קענען זיי, למעשה האבן רוב גרויסע קהילות שוין עגריט און פארשטאנען אז סלוינצעך פשוט צו מאכן פון 1,000 זאל ווערן 2,000...
אויב פלעגט די ביהמ"ד גיבן 2,000, קענען זיי ווייטער גיבן 1,000 קעש און צולייגן א 2,000 דאללערדיגע קארטל...
די קארטלעך גייען אי"ה ארבייטן אין גראסערי, פלייש, קלאודינג, און נאך עסענשל סטארס, אויב קענסטו נישט אויסנוצן די קארטל, קענסטו לייגן קרעדיט אדער אויסצאלן דיין באלאנס...
און לאמער נישט פארגעסן, די וועד פארלאנגט אז די סטאר מוז גיבן א דיסקאונט פארן קאסטומער, דאס מיינט אז דיינע 2,000 דאללער קענען ווערד זיין 22-2500 דאללער און צומאל מער...
אלע גבאי ביהמ"ד וואס איך האב גערעדט זענען שטארק דערפאר!
די עכטע שאלה איז וואס מ'טוט מיט די וואס האבן נישט קיין ביהמ"ד וואס זיי נעמען פון דארט... כאב גערעדט מיט עטליכע אינעם וועד, איך זע דערווייל נישט קיין געהעריגע פלאן פאר זיי, סאו עצה טובה, יעדער וואס דארף, זיי פראבירן רעדן מיט זיין לאוקל גבאי... סיז אפשר נישט באקוועם, אבער דערווייל זע נאכניש קיין אנדערע מהלך...
פון ווי גייען בתי מדרשים איבערן שטאט אויפקומען מיט פרישע אומגעראכטענע הונדערטע טויזענטער אדער מיליאנען דאלארן פאר דעם צוועק איבערנאכט ?
זיכט די קופה צו טיילען מער געלט ווי די פאריגע יארן אדער זיכן צו שפארן ווי ווייניגער ?
פארוואס קען נישט די קופה טיילן לויט ווי די גבאים באשליסן ווער עס ברויך באמת און שלום על ישראל , פארוואס דארפן די בתי מדרשים מעטשען?
ווי עס זעט אויס גייט רוב געלט פון די קופה אנקומען צו די פני המזרח שיינע אידן ,בנשק"לעך מיט זייערע קינדער און אייניקעלעך..., וואס פלעגן באקומען ביז אבער פון די קופת אין די בתי מדרשים,
וואס באקומען שוין מצות אומזיסט פון די גרויסע קהילות אדער ביליגער, אדער פון משמחי לב, קמחא פעקלעך פון אברהם לויפער, דיסקאונטס און פעקלעך פון מוסדות ווי כלי קודש , די חלוקה פון זייער בית המדרש'ל ..פלאס א דאפעלטער באונאוס פון די וויליאמסבורג'ע קופה ,
משא"כ די קופה איז געווען לכתחילה פאר אידן וואס נעמען נישט פון די אלע פלעצער, און צומאל האבן ניטאמאל פוד סטעמפס,וואס זענען באמת אויפגעראכטען געווארן פון יואלי לאנדא'ס חלוקה,
גייען יעצט זיין קרח מכאן ומכאן
סיידן אז מען וועט זיך שעמען צו בעטן, און אפילו ווער עס בעט יא, איז שווער צו גלייבן אז די גבאים וועלן קענען שאפן און טיילן שיינע פארציעס , ביז יעצט האט דער עמך נצרך באקומען צווישען א טויזענט און צוויי טויזענט דאלאר פון יואלי לאנדא'ס חלוקה און יעצט וועט ער נישט באקומען קיין טויזענט אויך נישט
שוין חבל , הלוואי וועט זיך שאפן עפעס א טויש דערינען בעוד מועד