סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
אגב די בעיס איז געווען מורא'דיג הויעך. סהאט אויפגעשאקלט די גאנצע נאכמיטאג סעודה.....
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
איך רעד נישט פון די רעקארדינג, איך רעד פון בשעת מעשהטעכנאלאגיע קענער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 04, 2025 7:18 pmגערעכט אז עס איז געווען קלארער ווי ביי די הדלקה ווי אויך האבן זיי בעסער געקאווערט די שטח אבער די קוואליטעט לויט מיין מיינונג איז נישט עפעס מוראדיג אויב עפעס וואלטן זיי געמעגט עדיטן די ריקארדינג פון באגלייטן מיט די טרעק ריקארדינג נישט געבן די סטיריאו ריקארדינג וואס רעקארדירט אלעס פון די מעין מיקס....יא איך האב שוין די ריקארדינג פון באגלייטן!! גראדע אויך די מעמד פטר חמור איז אויך נישט עפעס מען הערט זייער שווערע בעקראונד נויז ווען די קוויער זינגט בקיצור... שוין געהערט אמאל א ריקארדינג וואס מען האט איבערגעמיקסט דורך די טרעק ריקארדינג עס איז מוראדיג נאכאמאל כ'זאג נישט אז מען מוז אויסגעבן געלט כדי א פראפעסיאנאל זאל יעצט זיצן אין סטודיאו און איבערמאכן אוןן עדיטן די טרעק ריקארדינג אבער כ'זאג סתם אז עס וואלט געווען אסאך בעסער א געדיטע טרעק ריקארינג ווי א סטיריאו ריקארדינג...בודקע האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 04, 2025 7:06 pmפאר מיך האט זיך עס געהערט קלארער ווי ביי די הדלקהAzoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 04, 2025 6:50 pm אגב ביים באגלייטן איז געווען עפעס זייער אומקלאר די סאונד. למשל ווען הרב אקער האט געזינגען די שמירת עינים ניגון האב איך נישט געקענט הערן די ווערטער. איך בין געשטאנען אויפ'ן פארקינג לאט אביסל מער צו דרום.ווי גרויסע מבינים זיי זענען ווייס איך נישט, אבער לעצטענס דעליווערן זיי ממש ביי יעדע איינציגסטע מעמד הערליך קלארע סאונדטעכנאלאגיע קענער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 04, 2025 7:00 pm
שוין אפגערעדט אז די וואס מאכן די סאונד זענען נישט די גרעסטע מבינים אין פעלד.....וד''ל אפילו די ריקארדינג איז נישט עפעס ווייסעך וואס....
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1751
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 6540
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
חידוש פון היי יאר
- טעכנאלאגיע קענער
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 35
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 20, 2024 5:29 pm
- x 62
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
פערצופאל איז די מיקס פון די ריקארדינג געווענליך די זעלבע ווי בשעתן מעמד ווייל מען גיבט ארויס די סטיריאו ריקארדינג! נישט די טרעק....ווייל מיט טרעק אז עס אסאך בעסער די ריקארדינג! די איינציגסטע חילוק איז אז מען מאכט אביסל שטילער די ריקארדינג אז עס זאל נישט קראצן און מ'צוטיילט עס די מיקס טאטש מען נישט אן!!! וויאזוי עס איז אזוי איז עס!בודקע האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 04, 2025 8:08 pmאיך רעד נישט פון די רעקארדינג, איך רעד פון בשעת מעשהטעכנאלאגיע קענער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 04, 2025 7:18 pmגערעכט אז עס איז געווען קלארער ווי ביי די הדלקה ווי אויך האבן זיי בעסער געקאווערט די שטח אבער די קוואליטעט לויט מיין מיינונג איז נישט עפעס מוראדיג אויב עפעס וואלטן זיי געמעגט עדיטן די ריקארדינג פון באגלייטן מיט די טרעק ריקארדינג נישט געבן די סטיריאו ריקארדינג וואס רעקארדירט אלעס פון די מעין מיקס....יא איך האב שוין די ריקארדינג פון באגלייטן!! גראדע אויך די מעמד פטר חמור איז אויך נישט עפעס מען הערט זייער שווערע בעקראונד נויז ווען די קוויער זינגט בקיצור... שוין געהערט אמאל א ריקארדינג וואס מען האט איבערגעמיקסט דורך די טרעק ריקארדינג עס איז מוראדיג נאכאמאל כ'זאג נישט אז מען מוז אויסגעבן געלט כדי א פראפעסיאנאל זאל יעצט זיצן אין סטודיאו און איבערמאכן אוןן עדיטן די טרעק ריקארדינג אבער כ'זאג סתם אז עס וואלט געווען אסאך בעסער א געדיטע טרעק ריקארינג ווי א סטיריאו ריקארדינג...
- חלום חלמתי
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 547
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 809
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
טעימיה קלה פון די קריסטל קלארע סאונד וואס מ'רעדט דא פון...
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 35
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:55 pm
- x 81
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
אפגעכאפט מיט עפעס וואס איז נישט דעזיינט צו נעמען די וואליום, און די ריקארדינג קראצט.חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 04, 2025 10:17 pm טעימיה קלה פון די קריסטל קלארע סאונד וואס מ'רעדט דא פון...
#טריי עגען…
ביידעוועי, איך בין אין די מוד ארויסצונעמען די ציין פון די העצער׳ס… בוסט אין?!
איך ליין דא צוזאם שטותים מיט לאקשן, סתם געשריבן. מען פארגעסט איין זאך:
Garbage in is garbage out
אפשר איז צייט צו מאכן א שטיקל אפגרעיד צו די סאו קאלד זונגערס? אפשר איז צייט זיך צו נעמען גרילן יעדע ריר און פון יעדע ענגל ווי די דעטאלן פון די סאו קאלד ״סאטמאר קווייער״ זויגט אויף הייווען? זיכער זענען דא ״געוויסע״ וואס זונגען גוט, אבער וויאזוי ״הערט״ זיך די געוויסע וואס מאכן א חורבן? פארוואס דארף די מיקס אייביג זיין פארוואסערט צו ״פארדעקן״ די כאזעריי פון די זונגער׳ס אומ-פונקטליכקייט? ר׳ עמרם אליין פארלאנגט אזא סארט אויסגעוואשענע מיקס! ווער ס׳האט א פראגע דערין, קען הערן דעם הערליכן משתה יין אלבום ווי די קווייער מיקס איז א חורבן פונעם יאר הינדרעט.
נאכדעם וועלן מיר זיך נעמען צו די ביינער פון קהל אליין, פארוואס קענען זיי זיך נישט געהעריג צושטעלן און איינקויפן געהעריגע עקוויפמענט לויט די וואוקס און געברויך? פארוואס דארף די פראצעדור אנקומען אויף דעם אופן ווי עס גייט צו?
סארקאזים אין די זייט.
דאָ שטייען העארישע אינגעלייט וואס מאכן דאס בעסטע וואס איז שייך מיט ווייניגער פון מינימאלע עקוויפמענט! מען באצאלט זיי אזוי ווייניג ***נמחק***** (בעסער מ׳רעדט נישט דערפון) אבער די עקספעקטעישאנס פון די אינגע ציבור און בעיקר די קווייער אינגעלייט, זענען אומדערהערט נישט ריאליסטיש! זיי פארשטייען אז זיי זונגען פאר בּאָבּקעס אדער גענצליך בחינם, און דערפאר געבן זיי זיך רשות צו פּערפארמען לויט זייער געשמאק, אפילו טויזענטער אידן גייט עס אויף די נערוון, דאן דא מען אויך פארשטיין אז פאר קהל שארט זיך נישט אזוי ארויס א מיליאן טולער צו אינוועסטן אין א פרישע סיסטעם, אדער דינגען פאר יעדע מעמד פאר ריזיגע געלטער!
קיינער זוכט נישט צו נעמען אנטייל אין די עקספענסעס, נישט צו באצאלן סאונד עקוויפמענט, נישט צו דינגען סאונד פירמעס, און נישט צו באצאלן פאר שירה צו קומען צו יעדע מעמד.
צו נעמען אויפן צימבל נאר די העארישע אינגעלייט וואס לייגן אריין בלוט און שווייס פאר יעדע סאונד דשאב, און נאר זיי אויסלייגן אויפן טיש פון יעדע ענגל, איז בכלל נישט פעיר! און נישט נאר איזעס נישט פעיר, נאר ס׳איז שפיכת דמים!
ווייסט ווער עס וועט פארלירן? ״יעדער״! ווייל מיט אזא עדיטוט וועלן די אינגעלייט איין טאג באשליסן מה לי הצרה הזאת, און דאן? מיינסט אז קהל וועט קענען האבן פון ווי צו באצאלן די שווערע געלטער צו דינגען א פירמע יעדע שני וחמישי? זיכער אז נישט! מ׳האט דאך יעצט אויך נישט באצאלט צו דינגען נאך! אפשר וועט מען ארויפריקן די מעמבערשיפ? טראכט פאר א מינוט וואס דא גייט פאסירן!
טראכט פאר א מינוט פאר׳ו שרייבן ״סיי וועלכע״ קריטיק ברבים אויף ״סיי וועם״, צו ס׳איז סאונד, זונגערס, מיקס, עסקנות, וכדומה. ס׳זענען דא עכטע מענטשן מיט געפילן און בלוט! האסט א קאמענט? די מענטשן וועלן גערן רעדן צו דיר! די סארט שמועסן באלאנגען נישט אין פאבליק! פינטל! דא באלאנגט ״נאר״ א גוט ווארט, א קאמפלימענט, און א פאזעטיווע גייסט.
בתקווה להבנה.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
פערצופאל איז די מיקס פון די ריקארדינג געווענליך די זעלבע ווי בשעתן מעמד ווייל מען גיבט ארויס די סטיריאו ריקארדינג!
100% די מיקס איז געווענליך די זעלבע, אבער ווען די מיקס איז אזוי מיינט נאכנישט אז אזוי האטצעך עס געהערט בשעת מעשה ווען מען מיקסט טראכט מען נישט וויאזוי ס'גייט זיך הערן אין די ריקארדינג מען מיקסט ס'זאל זיך הערן ביים מעמד די בעסטע שייך, (לאמיר אנכאפן א משל. געווענליך ביי א קווייער דארף מען צולייגן א עפעקט וואס הייסט "ריווערב " צי אביסל אויסמישן די קווייער און סזאל זיך הערן געשמאקער, יעדע פלאץ האט א נאטורליכע ריווערב סוי ווען מען לייגט צי א ריווערב אויפן מיקסער דארף מען וואטשן אז אויב די נאטורליכע ריווערב איז שטארק דארף מען מאכן די ציגעלייגטע זאל זיין שטילער אז סזאל נישט זיין צי ציוואסערט, און ווען די פלאץ האט נישט קיין שטארקע ריווערב דארף מען עס מאכן שטערקער, אבער מען דארף אייביג זיכער מאכן אז מקען נאך הערן די ווערטער וואס מען זינגט און אז סזאל זיך הערן געשמאק, סוי ווען די לייגסט א שטארקע ריווערב ביים מעמד וועט זיך די ריקארדינג הערן מיט א שטארקע ריווערב, אבער אויפן פלאץ בשעתן מעמד איז עס געווען פונקט גוט אדער כמעט פונקט גוט, און די זעלבע פארקערט, סוי די הערסט טאקע די מיקס פון בשעת די מעמד אבער דארט האט זיך עס געהערט גוט ) עס זענען טאקע דא פלעצער ווי מען מיקסט בשעת די איווענט א עקסטערע מיקס פאר די ריקארדינג
איך פארשטיי נישט וואס די מיינסט. מיט טרעק איז די ריקארדינג בעסער ??? ווען מזאל דיך געבן די אלע טרעקס צי הערן אין דיין אויער וועסטו הערן א מיאוס'ע ריקארדינג, (נישט סתם מיאוס... איך גלייב די ווילסט עס נישט הערן .....ס'גרעניצט זיך מיט הלבנת פנים) טרעק ריקארדינג גייט ניטאמאל אריין אין די מיקסער סנעמט די טרעקס גלייך פון מייק ארויס (לייען. פון מויל ארויס)נישט די טרעק....ווייל מיט טרעק אז עס אסאך בעסער די ריקארדינג!
איך בין איינמאל געווען ביי גמח יוסף שלמה בשעת ער האט גרייט געמאכט א סידי און כ'האב געזען אז ער מאכט העכער די ריקארדינג אז ס'זאל נישט זיין צי שטיל...די איינציגסטע חילוק איז אז מען מאכט אביסל שטילער די ריקארדינג אז עס זאל נישט קראצן
אמאל יא און אמאל נישטאון מ'צוטיילט עס די מיקס טאטש מען נישט אן!!! וויאזוי עס איז אזוי איז עס!
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 153
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 10:08 am
- Location: אייראפע
- x 423
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
דער עולם איז סטאק מיטן מוציו''ט אין מיט די נאמבער'ס , נאכנישט געשריבן געווארן צופיל וועגן יו''ט אליין נאר אביסל פונעם 'קרעפעל' פשעטל. אונז ווארטן צו הערן א שיינע באריכט פון... וועם נישט .קומסט אריין קלאר
יישר כח
פון חסידים וואס האבן זיך ליידער נישט משתתף געווען היי יאהר בצל הקודש
יישר כח
פון חסידים וואס האבן זיך ליידער נישט משתתף געווען היי יאהר בצל הקודש
בעפאר דו רעדטס, הער.
בעפאר דו שרייבסט, טראכט.
בעפאר דו שפענדסט געלט, פארדין.
בעפאר דו קריטיקירסט, ווארט.
בעפאר דו גיבסט אויף, פראביר.
בעפאר דו שרייבסט, טראכט.
בעפאר דו שפענדסט געלט, פארדין.
בעפאר דו קריטיקירסט, ווארט.
בעפאר דו גיבסט אויף, פראביר.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 35
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:55 pm
- x 81
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
בדרך אגב, צו לייגן די שמועס (און די אפענע העצע אקעגן די סאונד) אין פרעספעקטיוו,
געוויסע שרייבן אנטגעקן די סאונד און מ׳לייגט ארויס קליפס דערפון אפגעכאפט מיט סעלפאון׳ס וואס איז נישט דעזיינט אפצוכאפן אזאנע הויעכע סאונד לעוועלס, איז ווערט ארויסצוברענגען, אז די סאונד אינגעלייט קענען הערן יעדע מייק פון יעדע זונגער באזונדער, יעדע זונגער ווערט אפגעכאפט עקסטער אויף א טרעק, און לעולם וואלטן זיי געקענט ארויסשטעלן די זונגערס טרעקס און ירא הקהל ומשפט צו דער איז פאסיג צו שטיין ביים מייק בכלל. די טאלאנטפולע אינגעלייט וואס טוהן סאונד מיט מסירת נפש, טוהן עס נישט, סאו ביטע אויפהערן צעשמירן די סאונד ברבים.
געוויסע שרייבן אנטגעקן די סאונד און מ׳לייגט ארויס קליפס דערפון אפגעכאפט מיט סעלפאון׳ס וואס איז נישט דעזיינט אפצוכאפן אזאנע הויעכע סאונד לעוועלס, איז ווערט ארויסצוברענגען, אז די סאונד אינגעלייט קענען הערן יעדע מייק פון יעדע זונגער באזונדער, יעדע זונגער ווערט אפגעכאפט עקסטער אויף א טרעק, און לעולם וואלטן זיי געקענט ארויסשטעלן די זונגערס טרעקס און ירא הקהל ומשפט צו דער איז פאסיג צו שטיין ביים מייק בכלל. די טאלאנטפולע אינגעלייט וואס טוהן סאונד מיט מסירת נפש, טוהן עס נישט, סאו ביטע אויפהערן צעשמירן די סאונד ברבים.
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2770
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 6442
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
@ר׳ יואל קליין איך קען זיך נישט אויס מיט אינערליכע זאכן עפעס ליינסטו דא זאכן וואס עס שטייט נישט. איך האב נישט געזאגט אז די זינגערס זינגען יא גוט אדער נישט גוט. איך האב געזאגט א הערה אז די סאונד האט זיך נישט געהערט קלאר. עס קען זיין אז די זינגער זענען שולדיג אבער איך כאפ נישט גענוי וויאזוי. עס איז אמת אז די זינגער זענען נישט די העכסטע לעוול אבער נישט דאס איז יעצט געווען מיין הערה.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 35
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:55 pm
- x 81
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
דאן פארוואס פארענטפערסטו זיך?Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 10:53 am @ר׳ יואל קליין איך קען זיך נישט אויס מיט אינערליכע זאכן עפעס ליינסטו דא זאכן וואס עס שטייט נישט. איך האב נישט געזאגט אז די זינגערס זינגען יא גוט אדער נישט גוט. איך האב געזאגט א הערה אז די סאונד האט זיך נישט געהערט קלאר. עס קען זיין אז די זינגער זענען שולדיג אבער איך כאפ נישט גענוי וויאזוי. עס איז אמת אז די זינגער זענען נישט די העכסטע לעוול אבער נישט דאס איז יעצט געווען מיין הערה.
קאמפלעינען אויף זאכן ברבים איז נישט אויסגעהאלטן על פי תורה. שטומט?
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 72
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 8:38 pm
- x 90
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
נארמאלע מענטש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 6:20 am דער עולם איז סטאק מיטן מוציו''ט אין מיט די נאמבער'ס , נאכנישט געשריבן געווארן צופיל וועגן יו''ט אליין נאר אביסל פונעם 'קרעפעל' פשעטל. אונז ווארטן צו הערן א שיינע באריכט פון... וועם נישט .קומסט אריין קלאר
יישר כח
פון חסידים וואס האבן זיך ליידער נישט משתתף געווען היי יאהר בצל הקודש
=יו"ט שבועות בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א בקרית מלך רב קרית יואל=
ערב יו"ט האט דער רבי געצינדן א יזכור לעכט בביתו נאוה קודש.
ארום 9:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מנחה ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
צו מערבית איז צוגעגאנגען הר"ר דוד שלמה לאוב שליט"א - מאנסי.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:10.
דער ציבור איז אריבער זאגן גוט יום טוב און שלום נעמען, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
בביתו נאוה קודש האט דער רבי געזאגט תיקון ליל שבועות - תורה.
ארום 1:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
במשך די טיש האט מען מאריך געווען מיט ניגוני מתיקות ועריבות התורה.
מיטן פיוט פון מערבית האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' העניך מרדכי מייזליש שליט"א - רב דביהמ"ד טאלטשאווע ק"י.
און מיט די פיוט פון אהבה רבה הרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א - רב דביהמ"ד צאנז ק"י.
דערנאך האט מען געזינגען והאר עינינו פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התעורורות.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש אויפן פסוק 'ומשה עלה אל האלקים' און געזאגט אז משה רבינו האט מוסיף געווען יום אחד מדעתו צו לאזן הערן אז פונקט ווי ביי מצה זאגט מען אז מען קען נאר מאכן מצה פון א זאך וואס קען ווערן חמץ'דיג אזוי אויך האבן נאר כלל ישראל געקענט באקומען די תורה וויבאלד זיי האבן א יצר הרע משא"כ די מלאכים, און דער רבי האט שטארק ארומגערעדט אז די תורה איז געגעבן געווארן פאר יעדע איינציגסטע איד און נישט נאר פאר בני עליה און דאס איז מחייב יעדעם לפי מדרגתו, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
ברכת המזון: הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 3:35, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי איז געגאנגען אין מקוה עטליכע מינוט פארן עלות.
=יום ראשון של שבועות=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' דוד שמואל ווייס הי"ו - וומ"ס, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 11:15.
ברכות: הרה"ג ר' ישראל שלמה ליכטענשטיין שליט"א - דומ"ץ בית מדרשינו דברי יואל ב"פ.
פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א - דומ"ץ בקהלתינו הק' ב"פ.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית והלל,
ביי אהבה רבה האט מען געזינגען די ניגון פון הרה"ק רבי ר' הערש מ'רימנוב זי"ע מיט גרויס התעורורות ובבכיות.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי"ו - ב"פ, און הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו - מאנסי.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יואל האלבערשטאם שליט"א - רב דבית מדרשינו בית שמואל בשכונת דברי חיים.
מיטן טראגן די ספרי תורה צום בימה זענען מכובד געווארן הרה"ג ר' הערשל מייזליש שליט"א - רב דבית מדרשינו בית נחום דוב בוומ"ס, און הר"ר זלמן יודא כהנא שליט"א - מרבני קהלתינו הק' בית שמש.
דער רבי איז ארויף אויפן בימה און פארגעזאגט אקדמות בקול חוצב להבות אש און השתפכות הנפש.
דער רבי איז געווען בעל קורא און געליינט די קריאה מיט גרויס התעורורות.
כהן: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א.
לוי: הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א.
שלישי: הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
רביעי: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו - וומ"ס, און נאכן עולה זיין האט הרה"ח ר' יצחק הי"ו געמאכט א מי שברך פאר אלע מסיימים און מתחילים במסגרת חבורת תורתך שעשועי.
חמישי: רבינו שליט"א.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' ברוך בענדיט ברמ"י כהנא הי"ו.
ר' אברהם שמעון ברמ"ח ווידער הי"ו.
ר' יחזקאל שרגא ברח"ל קויפמאן הי"ו - וומ"ס.
הגבה: הרה"ח ר' יצחק פריינד הי"ו - ב"פ.
גלילה: הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו - וומ"ס.
מפטיר: הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו - וויען.
הגבה: הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' יעקב ברוינער הי"ו - ב"פ.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם שלמה כ"ץ הי"ו - לאנדאן.
מען האט געענדיגט ארום 3:30, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צום 'קרעפל טיש,
דער רבי האט קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות און פיש, דערנאך האט דער רבי טועם געווען פון די קרעפלעך, און געטרינקען א קאווע,
מען האט געזינגען ניגוני יו"ט,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען די 'קרעפל פשעטל' ווי דער רבי האט משמיע געווען דברי פלפול ודרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.
מען האט געענדיגט ארום 4:05.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט דער רבי מכבד געווען מיט אהבה רבה נכדו הרב דוד טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
ברכת המזון: הרב הלל בהרה"ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:45,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר שמואל דוד גאנדעל שליט"א.
דערנאך איז פארגעקומען די מעמד קריאת התנאים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען ניגוני יו"ט, דער רבי האט טועם געווען מזונות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
מיט אהבה רבה האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' אלי' גרויס שליט"א מבערבעשט,
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'כה תאמר לבית יעקב' און ארויסגעברענגט אז יעדע פון די דריי סעודות שב"ק איז משפיע פרנסה פאר צוויי טעג פון די וואך און פארדעם האט מען מקריב געווען שבועות די שתי הלחם וויבאלד בשבת ניתנה תורה, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב,
דערנאך האט דער רבי געליינט די תנאים שבין ישראל לאביהם שבשמים און מען האט געזינגען ובאו כולם און עליונים ששו.
מען האט געענדיגט ארום 9:40 און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת מעריב,
צו מערבית איז צוגעגאנגען הר"ר אברהם לייב ליכטמאן שליט"א - וומ"ס.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:10, און דער ציבור איז אריבער זאגן גוט יום טוב, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 12:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין היכל השלחנות.
הגבהת הכוס: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א, בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
במשך די טיש האט מען געזינגען ניגוני יו"ט שבועות.
מיט אהבה רבה האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב יוקל ט"ב שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק כה תאמר לבית יעקב און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון מקרא נדרש לפניו ולפני פניו.
ברכת המזון: הרה"ג ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א - רב דביהמ"ד שערי תפילה בשכונת העלף האלאו ק"י.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 2:00 אזייגער.
=יום שני של שבועות=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די מעמד אדיר 'לימוד התורה' ווי מען האט געלערענט פון 8:30 ביז 10:30 ע"פ קריאת הקודש פון מרן רבינו שליט"א,
ארום 8:30 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד ווי דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי און עוסק געווען בלימידו,
ארום 9:15 איז דער רבי ארויסגעקומען און זיך אומגעקוקט אויף די לומדים בהיכל הביהמ"ד און ארומגעגאנגען אינעם גאנצן ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויפן ריזן ציבור לומדים מיט א שטארקע קורת רוח פאר א לענגערע צייט, דערנאך איז דער רבי אראפ צום היכל התורה 'היכל ראזענבערג' ווי דער רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די לומדים פאר א לענגערע צייט מיט גרויס הנאה.
דערנאך איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי ווי דער רבי האט געלערנט אינאיינעם מיט נכדו הב' יחזקאל שרגא ט"ב ני"ו בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א,
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מנחם זאב הירש הי"ו - וומ"ס, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 10:55.
ברכות: הרה"ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א - דומ"ץ דקהלתינו הק' מאנטריאל.
פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א - מרבני קהלתינו הק' וומ"ס.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית ואמירת הלל.
נאכן שיר של יום האט מען געזאגט מגילת רות.
נאך רות האט דער רבי געזאגט קדיש לע"נ די משפחה פון אביו רביה"ק בעל ברך משה זי"ע הי"ד.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד ויואל משה וומ"ס, און הר"ר יצחק אהרן גרין שליט"א - וומ"ס.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א - דומ"ץ בית מדרשינו 18'טע עוו. ב"פ.
מיטן טראגן די ספרי תורה צום בימה זענען נתכבד געווארן הרה"ג ר' נתן דוד אשכנזי שליטא מסטאניסלאוו מאנסי, און הרה"ג ר' אהרן יעקב כהנא שליט"א - מאנסי.
כהן: הרה"ג ר' יצחק צבי ווייס שליט"א - אב"ד איהעל ב"פ.
לוי: הר"ר יואל יודא רובינפעלד שליט"א - וומ"ס.
שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
רביעי: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו.
חמישי: רבינו שליט"א.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' אהרן מתתי' בר"א רייזמאן הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' מאיר שטערן הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' משה אלי' וויינשטאק הי"ו - ב"פ.
מפטיר: הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' משה ישעי' ווערצבערגער הי"ו - מאנטריאל.
גלילה: הרה"ח ר' יצחק שיפף הי"ו - מאנסי.
נאכן ליינען האט מען געזאגט יזכור.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר יואל מייזליש שליט"א - וויען.
מען האט געענדיגט ארום 2:45.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט דער רבי מכבד געווען מיט אהבה רבה הב' משה בהרה"ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה און נעילת החג ארום 9:00 אזייגער,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו.
נאך מנחה איז פארגעקומען די שלחן הטהור לכבוד נעילת החג,
דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט,
מען האט מאריך געווען מיט ניגוני יו"ט,
הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער - משמש דקהלתינו הק' בוומ"ס האט אנגעגאסן פארן רבי'ן די כוס, און דער רבי האט געוואונטשן לחיים פאר די חברא קדישא, און פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט טועם געווען מזונות און מען האט פארטיילט שיריים,
מען האט מאריך געווען בשירה וזמרה ניגוני יו"ט שבועות און ניגוני מתיקות התורה,
נאכן זמן האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש אויפן מייק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ועתה אם שמוע תשמעו בקולי' און ארויסגעברענגט אז ביי א איד זאגט מען מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה משא"כ ביי א מחשבה רעה נישט וויבאלד כלל ישראל האט א חזקת כשרות במילא זאגט מען אז ווען ער וואלט געקענט מקיים זיין די מצוה וואלט ער עס מקיים געווען, משא"כ די אומות העולם וואס האבן נישט קיין חזקת כשרות זאגט מען עס נישט, זאגט אבער דער רמב"ם אז נאר אין ארץ ישראל זאגט מען אז מען האט א חזקת כשרות משא"כ אין חוץ לארץ זאגט מען עס נישט, זאגט אבער דער ייטב לב אז אין די בתי מדרשים אין חוץ לארץ וויבאלד עס וועט לעתיד נקבע ווערן אין ארץ ישראל האט עס שוין יעצט א דין ווי ארץ ישראל במילא ווען א איד זיצט אין ביהמ"ד און האט דארט א מחשבה טובה איז עס הקב"ה יא מצרפה למעשה,
און דער רבי האט ארומגערעדט בהתפעלות איבער די מעמד עסק התורה דרבים ווי טויזענטער אידן האבן געלערנט צוויי שעה פארן דאווענען, און מען האט נאכדעם מתפלל געווען אהבה רבה און והאר עינינו רעכנט שוין הקב"ה די מחשבות אויף למעשה וויבאלד אין ביהמ"ד האט מען א חזקת כשרות,
און דער רבי האט דערמאנט די סיום במסגרת חבורת תורתך שעשועי ווי מען גייט יעצט אין די קומענדיגע וואכן מסיים זיין גאנץ ש"ס, עס גייט נישט נאר זיין א סיום הש"ס, עס גייט אויך זיין א התחלת הש"ס! אסאך אידן האבן זיך מקבל געווען יו"ט שבועות זיך אנצושליסן אין די חבורה צו לערנען מסכת נאך מסכת און דאס רעכנט אויך הקב"ה אויף למעשה און איז משפיע רב טוב,
דער רבי האט מסיים געווען און אנגעוואונטשן עס זאל טאקע זיין 'לכם לכל צרכיכם' אין אלע ענינים וואס יעדער בפרטיות דארף האבן.
דערנאך האט דער רבי געליינט די כתובה שבין ישראל לאביהם שבשמים, און מען האט געזינגען ובאו כולם און עליונים ששו,
ביים ענדיגן האט דער רבי פארגעזאגט דריי מאל לשנה הבאה בירושלים.
צו מעריב איז צוגעגאנגען הר"ר אברהם גאלדבערגער שליט"א, און דער רבי האט געמאכט הבדלה.
"ויו"ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש"
נאך הבדלה איז דער רבי ערשינען אויפן בימת הכבוד פארנט פון ביהמ"ד הגדול במעמד אלפי אנשי שלומינו אנשים נשים וטף,
דער רבי האט צום ערשט מחדש געווען די לבנה און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד אויף טובים מאורות און מען האט ממשיך געווען בשירה וזמרה,
נאך עטליכע מינוט האט דער רבי משמיע געווען די 'ברכת הקודש' אויפן פסוק 'ועתה אם שמוע תשמעו בקולי' אויף וואס דער אוהח"ק זאגט אז די דאפעלטע לשון גייט ארויף אויף תורה שבכתב און די תורה שבע"פ, אדער קען מען זאגן אז 'שמוע' גייט ארויף אויף יו"ט שבועות און 'תשמעו' גייט ארויף אויף שפעטער ווען מען גייט אהיים זאל מען מקיים זיין אלע קבלות טובות וואס מען האט זיך מקבל געווען סיי די מענער מיט די קבלות טובות בעניני תורה, עבודה, וגמילות חסדים, און ביי די עזרת נשים ביי די קבלות טובות בעניני צניעות, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר הקטנים עם הגדולים בכל מילי דמיטב.
מען האט געענדיגט ארום 11:10.
מוצאי יו"ט זענען אריין בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורי אנשי שלומינו פון מאנטריאל זיך געזעגענען,
דער רבי האט זיי אויסגעפרעגט איבער די לימודים און משמיע געווען דברי הדרכה און אנגעוואונטשן ברכות קדשו.
זוכט איר איינער זאל אפטייפן אייערע צעטלעך?
kjtype123@gmail.com
kjtype123@gmail.com
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 72
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 8:38 pm
- x 90
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
אויף קול בחצרות מעלדט מען אז די רבי פארט פרשת תולדות קיין ארץ ישראל
ס'איז שוין באשטעטיגט?
ס'איז שוין באשטעטיגט?
זוכט איר איינער זאל אפטייפן אייערע צעטלעך?
kjtype123@gmail.com
kjtype123@gmail.com
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
יונגער זיידע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 12:52 pm אויף קול בחצרות מעלדט מען אז די רבי פארט פרשת תולדות קיין ארץ ישראל
ס'איז שוין באשטעטיגט?
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
נפשי חולת אהבתך....
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 72
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 8:38 pm
- x 90
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
זוכט איר איינער זאל אפטייפן אייערע צעטלעך?
kjtype123@gmail.com
kjtype123@gmail.com
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
צוויי וואכן פאר די גרויסע חתונה פונעם עלטסטער איר אייניקל? אביסל א אינטערסאנטע צייט צו מאכן א גרויסע נסיעה, ניין?
ווען פארט די לעצטע באס?
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
זייער מסתבר.. די נסיעה קאסט אסאך כוחות פארן רבי'ן זאל זיין געזונט. און אזא היסטארישע חתונה גייט אויך קאסטן כוחות.די אייבשטער זאל העלפן אין פריידן פאר לאנגע געזונטע יארן
אגב נאכן לעצטע היסטארישע שבת פקודי איז אויך פארגעקומען א חתונה 2 אדער 3 טאג נאכן אהיימקומען ביי הרב יחזקאל שרגא בהגה‘‘צ רבי ברוך שליט"א
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
הער איך אז ס'איז נאך בכלל נישט קאנפירמד, זיי טראכטן אויך פון פרשת תרומה, קען טאקע זיין אז דאס איז די סיבהלכל קהלא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 2:32 pmזייער מסתבר.. די נסיעה קאסט אסאך כוחות פארן רבי'ן זאל זיין געזונט. און אזא היסטארישע חתונה גייט אויך קאסטן כוחות.די אייבשטער זאל העלפן אין פריידן פאר לאנגע געזונטע יארן
אגב נאכן לעצטע היסטארישע שבת פקודי איז אויך פארגעקומען א חתונה 2 אדער 3 טאג נאכן אהיימקומען ביי הרב יחזקאל שרגא בהגה‘‘צ רבי ברוך שליט"א
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
כינוס כהנים
משפחת כ''ץ. כהן. כהנה. שענברוין. ועוד ועוד
משפחת כ''ץ. כהן. כהנה. שענברוין. ועוד ועוד
- טעכנאלאגיע קענער
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 35
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 20, 2024 5:29 pm
- x 62
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
זרש האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 04, 2025 11:15 pmפערצופאל איז די מיקס פון די ריקארדינג געווענליך די זעלבע ווי בשעתן מעמד ווייל מען גיבט ארויס די סטיריאו ריקארדינג!
100% די מיקס איז געווענליך די זעלבע, אבער ווען די מיקס איז אזוי מיינט נאכנישט אז אזוי האטצעך עס געהערט בשעת מעשה ווען מען מיקסט טראכט מען נישט וויאזוי ס'גייט זיך הערן אין די ריקארדינג מען מיקסט ס'זאל זיך הערן ביים מעמד די בעסטע שייך, (לאמיר אנכאפן א משל. געווענליך ביי א קווייער דארף מען צולייגן א עפעקט וואס הייסט "ריווערב " צי אביסל אויסמישן די קווייער און סזאל זיך הערן געשמאקער, יעדע פלאץ האט א נאטורליכע ריווערב סוי ווען מען לייגט צי א ריווערב אויפן מיקסער דארף מען וואטשן אז אויב די נאטורליכע ריווערב איז שטארק דארף מען מאכן די ציגעלייגטע זאל זיין שטילער אז סזאל נישט זיין צי ציוואסערט, און ווען די פלאץ האט נישט קיין שטארקע ריווערב דארף מען עס מאכן שטערקער, אבער מען דארף אייביג זיכער מאכן אז מקען נאך הערן די ווערטער וואס מען זינגט און אז סזאל זיך הערן געשמאק, סוי ווען די לייגסט א שטארקע ריווערב ביים מעמד וועט זיך די ריקארדינג הערן מיט א שטארקע ריווערב, אבער אויפן פלאץ בשעתן מעמד איז עס געווען פונקט גוט אדער כמעט פונקט גוט, און די זעלבע פארקערט, סוי די הערסט טאקע די מיקס פון בשעת די מעמד אבער דארט האט זיך עס געהערט גוט ) עס זענען טאקע דא פלעצער ווי מען מיקסט בשעת די איווענט א עקסטערע מיקס פאר די ריקארדינג
איך פארשטיי נישט וואס די מיינסט. מיט טרעק איז די ריקארדינג בעסער ??? ווען מזאל דיך געבן די אלע טרעקס צי הערן אין דיין אויער וועסטו הערן א מיאוס'ע ריקארדינג, (נישט סתם מיאוס... איך גלייב די ווילסט עס נישט הערן .....ס'גרעניצט זיך מיט הלבנת פנים) טרעק ריקארדינג גייט ניטאמאל אריין אין די מיקסער סנעמט די טרעקס גלייך פון מייק ארויס (לייען. פון מויל ארויס)נישט די טרעק....ווייל מיט טרעק אז עס אסאך בעסער די ריקארדינג!
איך ווייס אז דארט קומט עס אריין רויערהייט און טאקע פארדעם זאג איך אז עס איז בעסער וויבאלד מען מיקסט עס איבער נארמאל ביי א פראפעסיאנאל אוואדאי איז די פלעינע טרעק ריקארדינג נישט גוט אבער אויב מען מאכט עס איבער אין סטודיאו וועט עס זיין בעסער ווי די געווענליכע סטוריאו ריקארדינגאיך בין איינמאל געווען ביי גמח יוסף שלמה בשעת ער האט גרייט געמאכט א סידי און כ'האב געזען אז ער מאכט העכער די ריקארדינג אז ס'זאל נישט זיין צי שטיל...די איינציגסטע חילוק איז אז מען מאכט אביסל שטילער די ריקארדינג אז עס זאל נישט קראצן
דאס איז געווען אמאל.. ווען האסטו דאס געזען? היינט צוטאגס איז עס פינקט פארקערט מען מאכט עס שטילער וויבאלד די רעקארדער קען פארנעמען די הויכע סאונד..
אמאל יא און אמאל נישטאון מ'צוטיילט עס די מיקס טאטש מען נישט אן!!! וויאזוי עס איז אזוי איז עס!
- טעכנאלאגיע קענער
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 35
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 20, 2024 5:29 pm
- x 62
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
האסטו די סטיריאו ריקארדינג פון מוצאי שבעות תשפ''ה
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
טעכנאלאגיע קענער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 7:23 pm האסטו די סטיריאו ריקארדינג פון מוצאי שבעות תשפ''ה
פון דעי ריקארדינג האסטו גערעדט אז סנישט גוט ?
איך מיין אז די ריקארדינג קומט פון קול סאטמאר, קענסט הערן די דיסטארשען/נויז ווען משאקלט די ווייער/וואליום ווערט העכער אפאר מאל ביים אנהייב
נאדיר די original
https://www.dropbox.com/scl/fo/unj1590z ... 8hnvc&dl=0