► Show Spoiler
דאנערשטאג ויגש - זאת חנוכה
בשעה 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפלת שחרית אין בית המדרש הגדול אינאיינעם מיט די קרוב צו 1,500 תלמידי מוסדותינו הק' פון וויליאמסבורג כיתות ז' ח' ט'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר הב' בן הרב אלכסנדר פרענקל ר"מ בישיבה גדולה.
דער רבי האט יורד געווען לפני התיבה צו הלל.
ביים ליינען האט עולה געווען כהן הרב יעקב הערמאן מנה"ר, לוי הרב אברהם ישעי' ווייס, שלישי הב' בן הרב אלכסנדר פרענקל, הגבה רבינו שליט"א, גלילה הרב משה פריעדמאן מנה"ר.
נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים וואו די קינדער האבן געזינגען ניגונים דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש.
דער רבי האט ארום גערעדט אז ביי די נס חנוכה, האט מען כ"ה כסלו שוין מחנך געווען די מנורה און אנגעהויבן צינדן די נרות, האבן אידן שוין געקענט מתקן זיין די ראי' דורכן זען די עבודת הכהנים, אבער די מזבח האט מען הערשט צוריק מחנך געווען זאת חנוכה, דערפאר ליינט מען זאת חנוכת המזבח, אז מען האט שוין געקענט מקריב זיי די קרבנות האט מען שוין געהאט די שירת הלוים, און דעמאלט האט מען שוין אויך געקענט מקדש זיין די שמיעה.וואס די צוויי ענינים איז די יסוד פאר יראת שמים.
און די מצוה פון נר חנוכה איז ראיה, וואס דאס איז די זעלבע אויתיות ווי יראה, ווייל דורך קוקן אויף די נרות חנוכה באקומט מען יראת שמים, און די זעלבע דורך דעם וואס מען זינגט חנוכה שירות ותשבחות בשעת די חנוכה ליכט, איז מען זוכה צו מקדש זיין די שמיעה, וואס דורך די ביידע איז מען זוכה צו יראת שמים.
וועגן דעם צינד מען די נר חנוכה בשמאל, כדי שתהא מזוזה בימין ונר חנוכה בשמאל, ובעל הבית בציצית באמצע, ווייל די אלע ברענגט צו יראת שמים, ווי מען זעט ביי אונקלוס הגר אז ער האט געזאגט פאר די רוימישע שלוחים די חילוק פון א מלך בשר ודם אז ער זיצט ביי זיך אין פאלאץ און די שומרים היטן ארום, משא"כ די מלך מלכי המלכים האט געזאגט אז מען זאל לייגן א מזוזה, אז ער שטייט אינגרויסן אין היט אויף יעדע אידישע שטוב, קומט אויס די מזוזה ברענגט יראת שמים. און די זעלבע ביי ציצית איז די מצוה וראיתם אותו וזכרתם את כל מצות ה'. און דאס איז די מצוה פון נר חנוכה
נאך די דברות קודש זענען די קינדער אריבער מקבל זיין א געבענטשטע מטבע פון רבינו שליט"א.
נאכמיטאג איז פארגעקומען די זאת חנוכה טיש אין ישיבה גדולה מיט די בחורים פון חלק ג'.
עס האט אויפגעטרעטן הרה״ג רבי ירחמיאל משה ביטמאן שליט״א מנה"ר.
רבינו שליט"א האט זיך געוואשן צו דער סעודת היום און געוואונטשן לחיים מען האט געזינגען ניגוני ימים נוראים שטייענדיג אין אזא יום נשגב אזא גרויסע טאג ביים גמר החתימה ביי נעילה פון די ימים נוראים און ניגוני חנוכה.
דערנאך האט דער רבי אויפגעטרעטן מיט דברות קודש דער רבי האט זיך געשטעלט אויף כמה קושיות ודיוקים אויף מדרשים און אויף דעם נוסח פון ׳ועל הניסים׳, און דאן געבויעט מפי ספרים וסופרים א הערליכן דרוש על דרך אגדה און פארענטפערט די קושיות, און ארויסגעברענגט וואס מען דארף מיטנעמען פונעם הייליגן יום טוב חנוכה.
רבינו שליט"א האט ארומגערעדט איבער דעם געוואלדיגן כח פון "פלפול התורה" וואס ברענגט צוריק לערנען וואס איז פארגעסן געווארן, און איז די שטארקסטע עצה פאר "שכחת התורה". ווי ק"ז הישמח משה זי״ע שרייבט אז קושיות אין לערנען קומט פון קליפות, און ווען מ׳איז מחדש דעם תירוץ טוט דאס צעברעכן די קליפה, וואס די זעלבע קליפה שטערט אויך אין נצחון מלחמות, וועגן דעם דורך דעם כח פון פלפול התורה ברענגט עס סיי צו חידושי תורה, און פארגעסענע הלכות ווערט צוריק נתחדש, און סיי נצחון המלחמה. מיט דעם האט דער רבי הערליך מסביר געווען אז מ'מאכט א זכר צום נס פון "נצחון המלחמה" דורך די "נרות", וויבאלד נר מצוה תורה אור, די נרות וואס אויף חידושי תורה, ווען א איד׳ס אויגן שיינען אין די תורה הקדושה, מיט׳ן כח פון פלפול התורה, דאס האט געמאכט מנצח זיין די מלחמה.
באזונדער האט דער רבי שטארק ארומגערעדט איבער נאך א מורא'דיגן מעלה פון פלפול התורה, וואס דער חת"ס שרייבט, אז דאס ברענגט צו צו שמחת התורה, און דאס איז "מונע" פון שכחת התורה, און מיט דעם מסביר געווען אז די שמחה האבן די יוונים געוואלט אוועק נעמען, אזוי ארום גורם זיין להשכיחם תורתך. מיט דעם האט דער רבי הערליך פארטייטשט די מחלוקת פון יעקב ויוסף וועם צו לייגן פארדעם, מנשה אדער אפרים, יוסף הצדיק האט געהאלטן אז נאך "מנשה" וואס ווייזט אויף נשני אלקים מכל עמלי, ד.ה. אויף שכחת התורה, קומט "אפרים" וואס ווייזט אויף פלפול וחידושי תורה, וואס - דאס ברענגט צוריק די פארגעסענע הלכות. האט יעקב אבינו געזאגט אז אויב מ'לייגט קודם "אפרים", אז מ'לערנט פלפול התורה מיט א אמת'דיגע שמחה, כי ששון לבי המה, קומט מען שוין נישט צו צום שכחה, וועגן דעם דארף זיין אפרים פאר דעם, און דערמיט הערליך אריינגעטייטשט אין די פסוקים.
דער רבי האט אויסגעפירט מיט ווארעמע דיבורים אז דאס איז וואס מ'נעמט ארויס פונעם חנוכה, דער היפך פון להשכיחם תורתיך, נאר מ'דארף לערנען מיט א עמקות ובהירות, מיט א שמחת התורה, כי ששון לבי המה, מ'דארף ליגן אין לערנען מיט א אמת'דיגע חיות דקדושה, מיט א לעבהאפטיגקייט, אזוי געדענקט מען די לערנען, לעולם לא אשכח פיקודיך כי בם חייתנו, און אויסגעפירט מיט ברכות הקודש.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען דעם חשוב'ן מנה"ר הרה״ג רבי ירחמיאל משה ביטמאן שליט״א.
נאכ'ן בענטשן האט מען געדאווענט מנחה בעל תפילה איז געווען הב' אלימלך בנציון ב"ר משה ברוך מארקאוויטש ני"ו.
שבת פרשת ויגש
א דריי פערטל שעה נאכן זמן איז דער רבי אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול וואו דער רבי האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה.
צו קבלת שבת האט געדאווענט פאר'ן עמוד הרה"ח ר' יואל יאזשעף הי"ו יו"ר הנהלת המוסדות בני ברק.
בשעה 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען נכדו הבחור משה ני"ו בן הגה"צ רבי יצחק ראזענבערגער שליט"א חדב"ן ורב בית מדרשינו ליע גארדענס.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יעקב חיים שטיינמעטץ שליט"א ר"מ בישיבה גדולה, מנוחה ושמחה הגה"צ אב"ד סאמבור שליט"א.
ביים תורה האט דער רבי ארום גערעדט וויאזוי יהודה האט געקענט מקבל זיין ערבות צוריק צוברענגן בנימין לעבעדיג, וויבאל דער האט געהאט די כוח וואס יעקב אבינו האט אים מלוה געווען האט ער געוויסט אז עס קען אים קיין שלעכטס נישט פאסירן.
קה אכסוף הרה"ח ר' חיים שלמה ווערטהיימער הי"ו, קה ריבון הרה"ח ר' משה שטיינמעטץ הי"ו, לקל אשר שבת הרה"ח ר' חיים שלמה וויינשטאק הי"ו פון קרית יואל.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ר' אלטר גלאנץ שליט"א חדב"ן.
יום שבת קודש
בשעה 9:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית.
פסוקי דזמרא האט געדאווענט פארן עמוד הרה"ח ר' נחמי' קרויס הי"ו, רבינו שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו עד הנה.
מוסף האט געדאווענט פארן עמוד הרב סענדר פרענקל ר"מ בישיבתינו הק'
א דריי פערטל שעה נאכ'ן זמן הדלקה איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אהרן גרשון ענגל הי"ו.
ביי שלש סעודת האט דער רבי ארום גערעדט אין די ווערטער פונעם זלאטשובע מגיד, אז יוסף הצדיק האט געזאגט פאר די שר המשקים ונתת כוס פרעה בידו כמשפט הראשון, אז עס וועט נאך אמאל געשעהן די זעלבע מעשה און פרעה וועט גארנישט טון, צו ווייזן אז עס וואלט איהם בכלל נישט געדארפט קומען א עונש דערפאר, נאר די גאנצע מעשה איז געשעהן אלעס מיט א השגחה עליונה לטובת יוסף הצדיק, כי אם זכרתני אתך ועשית נא עמדי חסד והזכרתני אל פרעה, און דאס איז געווען די עבודה וואס יוסף הצדיק האט אוועק געשטעלט אינעם גלות צו וויסן אז יעדע עונש איז אלעס מיט אן השגחה עליונה פונעם אייבירשטען, וואס דאס טוט ממרק זיין און דורך דעם וועט מען זוכה זיין צו שמחנו כימות עניתנו.
מוצאי שבת
ארום 10:00 איז דער רבי אריבער צו די שמחת השבע ברכות פון החתן בן הגה"צ אב"ד בארדיטשוב שליט"א עב"ג הכלה בת הרב נחמן שטיין שליט"א, וואס איז פארגעקומען אין ביהמ"ד בארדיטשוב דער רבי האט געווינטשן לחיים פאר די חתן און מחותנים און אנגעווינטשן ברכות לרוב.
דערנאך האט דער רבי באשיינט דעם מעמד סיום מסכת בבא קמא פון תלמידי ישיבה גדולה חלק א' וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון פרדס צבי.
זונטאג ויחי
דער רבי האט געדאוונט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר הב' בן מוה"ר יוסף ארי' כהנא הי"ו.
נאכמיטאג איז בקודש הפנימה די הנהלת מוסדות יטב לב אינאיינעם מיט הרה"ח ר' אפרים יוסף עפשטיין הי”ו, מיקירי נכבדי קהלתינו הק׳ לאנגיאריגער עסקן וגבאי קודש לטובת מוסדות יטב לב בירושלים עיה״ק, לרגל וואס בנו הנגיד הנכבד מוה״ר יואל הי״ו האט מנדב געווען א סכום הגון לכבוד אביו הדגול שליט״א, לטובת דעם נייעם בנין וואס ווערט יעצט פארענדיגט אין ירושלים עיה״ק.
כ״ק מרן רבינו שליט״א האט אונטערגעשריבן דעם שטר און מ׳האט אריינגעברענגט לחיים. רבינו שליט״א האט אנגעוואונטשן הרה״ח ר׳ אפרים יוסף הי"ו לאריכות ימים ושנים מתוך בריות גופא ונהורא מעליא.
אויפדערנאכט נאך די זמני כניסה איז דער רבי אריבער צו די שמחת השבע ברכות פון בן הרה"ח ר' יודא אליעזר יאקאבאוויטש הי"ו מזכיר דקהילתינו הק' עב"ג הכלה בת הרב יהוסף שווארץ אב"ד פראג ק"י אין זאל פון עידן לאנדא.
דער רבי האט געוואונטשן לחיים פאר די חתן און מחותנים און די זיידעס דערנאך האט מען געבענטשט און דער רבי האט געזאגט די שבע ברכות נאכדעם האט דער רבי געטאנצן מיטן חתן און מחותנים.
מאנטאג ויחי
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה גדולה.
פאר'ן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר הבחור בן מוה"ר יעקב ווערצבערגער הי"ו, הבחור בן מוה"ר יצחק איצקאוויטש הי"ו, הבחור בן מוה"ר אביגדור האלפערט הי"ו, הבחור בן מוה"ר יוסף פאלקאוויטש הי"ו
בעל תפילה איז געווען הב' נפתלי הירצקא בן מוה"ר יואל זופניק הי"ו.
ביים ליינען האט עולה געווען כהן הב' יודא ארי' בן הרב משולם שרגא הכהן כ''ץ, לוי הב' זיידא ישראל חיים בן מוה"ר רפאל ארי' קרויס הי"ו, שלישי רבינו שליט"א.
הגבה הב' אלימלך בנציון בן מוה"ר משה ברוך מארקאוויטש הי"ו, גלילה הב' חיים שלמה בן מוה"ר שמואל ארי' מיללער הי"ו.
אויפדערנאכט זענען אריין די חברי הנהלת התאחדות בחורי הישיבה מקבל זיין ברכת הקודש ספעציעל נאך די קאמפיין די פארגאנגענע וואכן פאר קופת שקל הטהור.
דינסטאג ויחי
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל בית מדרשינו הגדול.
בשעת די זמני כניסה איז אריין הרב דוד יונה ראזענבוים עורך ראשי פון מפעל אור הרשב"י און געוויזן די נייע ספר הזוהר מיט פירושי הקדמונים וואס מפעל אור הרשב"י גרייט זיך ארויסצוגעבן.
ביינאכט איז פארגעקומען די שמחת התנאים פון נכדת מרן רבינו שליט"א אין די זאל פון עידן לאנדא.
הכלה בת הגה"צ ר' אלעזר טייטלבוים שליט"א חדב"ן עב"ג החתן בן הרה"ג ר' שמעון ישראל מייזליש ר"מ בישיבתינו הק' בן הגה"צ גאב"ד שאפראן זצ"ל חתן הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א
עס האט אויפגעטרעטן די דאפלטע זיידע הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א, נאכדעם האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, און דערנאך געליינט די תנאים.
עדות זענען געווען הרה"ח ר' יוסף אלי' שלעזינגער הי"ו מגבאי בית מדרשינו הגדול און הרה"ח ר' לוי יצחק שווארץ הי"ו חבר הנהלת קהלתינו אין קרית יואל.
נאכ'ן ברעכן טעלער האט דער רבי געוואונטשן לחיים פאר די חתן און מחותנים און די זיידעס און דער ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב.
מיטוואך ויחי
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל בית מדרשינו הגדול.
פאר'ן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר הבחור בן מוה"ר יושע זאב לעפקאוויטש הי"ו.