viewtopic.php?p=171284#p171284דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 09, 2025 3:26 pm די אלע וואס פרעגן וואס "דורותינו" גייט יעצט טון, אדער אויב די אזויגערופענע טהרת הקודש מוסדות גייען זיך פארמאכן:
ענק ווייסן נישט אז מען לערנט שוין לאנג כפירה ומינות אין אלע מוסדות, נאך בעפאר די גזירה, בלויז כדי צו אנפילן די טאשן מיט טמא'נע פראגראמען?!
מען האט דאך אויסגעמעקט דעם שם ה' פון אלע לימודים. בקיצור, קיינער זאל #נישט זארגן...
אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
מיט די נייע געזעץ אין קראפט ווערן נישט די אלטע רעגולאציעס אטאמאטיש בטל?
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
פון דא זעט אויס אזוי
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
- אני מאמין איך גלייב
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 21
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 10:01 pm
- x 136
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
דו קענסט מיר מסביר זיין וואס פונקטליך זעלדין וואלט געקענט טון ווען ער איז ווען גאווערנאר??בית ישראל האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 09, 2025 10:53 amדי ווייסט אז די האסט סתם געמאלן וואסער?אלטער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 08, 2025 9:27 pmזייער שיין און קלאר. איך וויל נאר פארשטיין פארוואס צוויי יאר צוריק האט מען געשריגן אז "נאר" זעלדין קען העלפן?Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 08, 2025 9:18 pm
לאמיר עס אביסל בעסער אויסשמועסן.
א פאליטישאן קעירט נאר פאר איין זאך: וואוטס. און אפילו דאס קעירט ער נישט ווער ס'האט געוואוט פאר אים פאריגע עלעקשאנס, נאר אים גייט נאר אן וויאזוי ער קען שאפן וואוטס פאר די קומענדיגע עלעקאנס.
ווען א פאליטישאן ווייסט אז דו גייסט סייווי וואוטן פאר אים אפגעזען וואס ער טוט, האט ער נישט קיין שום סיבה זיך צוצושטעלן צו דיר.
ווען א פאליטישאן שטעלט זיך נישט צו און דו וואוטסט נאכאלץ פאר אים, באשטעטיגט עס קליפ און קלאר אז ער קען דיר ווארפן איבער'ן דראנג און דו וועסט ווייטער וואוטן פאר דיר.
האקעל איז נישט געווארן גאווערנאר ביי די לעצטע וואלן. זי איז שוין געווען גאווערנאר פאר איבער א יאר, און זי האט גארנישט געטון בנוגע חינוך - וואס איז געגאנגען דאון סאוט מיט א שנעלן גאלאפ. וואלטן ווען אלע קהילות געשטימט פאר איר טראץ איר זיך נישט ארויסשטעלן פאר'ן חינוך, וואלט נישט געווען קיין שום סיבה אין די וועלט זי זאל עס יא טון. משא"כ אז רווב קהילות האבן געוויזן אז אונזערע שטימען דארף מען פארדינען דורך ארבעטן פאר אונז, פארשטייט זי זייער גוט אז די איינציגסטע וועג וואס זי קען זיך רעכענען אויף צענדליגער טויזנטער אידישע שטימען ביי די קומענדיגע וואלן איז דורך דעליווערן עפעס אויף חינוך.
סאו יא, ווען דו האסט א פאליטישאן וואס שטעלט זיך נישט צו צו דיר איז די איינציגסטע וועג עס זאל אפילו זיין א מעגליכקייט אז ער זאל אנהייבן ארבעטן פאר דיר אויב דו וואוטסט נישט פאר אים כ"ז ער שטעלט זיך נישט צו.
דברים פשוטים פאר ווער עס קען אביסל פאליטיק.
אויף קומען יעדעס יאר מיט פרישע סחורה איז טאקע אן ארבייט, אבער נישט יעדער קויפט דאס.
יא ווייל דעמאלטס נאכן האבן האוקעל שוין אלץ גאווערנער און זעהן ווי ווייניג די חינוך אישו האט איר אינטערסירט, לעומת זה זעלדין האט הייס פארשפראכן צו פייטן דערוועגן איז די אויסוואל געוועו קלאר.
וואלט ער דען געהאט אזא שטארקע ווארט אויף די אלע לינקע געזעצגעבער אין אלבעני אזויווי האוקעל האט געהאט יעצט??
וואלט זיך דען איין דעמאקראט געקימערט מיט וואס ער האלט?
דא איז אלעס געגאנגען אויף פארטייאישע ליניעס.
באלד וועסטו מיר זאגן אז יענג וואלט עס אויך געקענט דעליווערן, ווייל ער האט עס קלאר פארשפראכן...
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
עולם גולם כמנהגו נוהג, גארנישט טוישט זיך.
די הייליגע רעפאבליקאנע פארשטייער וואס רייטן אויף אונזער חינוך וקדושה האבן נאכאמאל געוויזן די רוקן ווען ס’געקומען למעשה.
עיין ערך לאולער ביי די גרויסע אויפגעבלאזענע בילל אין קאנגרעס וואס האט געדארפט כלומרשט צו ראטעווען די חינוך, ווען ער האט געשטימט דערקעגן און געווארפן אונזער חינוך אינטערעסן איבערן דראנג, צוליב א נישט גענוג געמיינע סיעף...
און מ’וועט אונז ווייטער פרעדיגן די לאקשן ביי די קומענדיגע עלעקשן....
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
וואסע טאקע פשט פון איםחכם עצום האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 09, 2025 4:38 pmעולם גולם כמנהגו נוהג, גארנישט טוישט זיך.
די הייליגע רעפאבליקאנע פארשטייער וואס רייטן אויף אונזער חינוך וקדושה האבן נאכאמאל געוויזן די רוקן ווען ס’געקומען למעשה.
עיין ערך לאולער ביי די גרויסע אויפגעבלאזענע בילל אין קאנגרעס וואס האט געדארפט כלומרשט צו ראטעווען די חינוך, ווען ער האט געשטימט דערקעגן און געווארפן אונזער חינוך אינטערעסן איבערן דראנג, צוליב א נישט גענוג געמיינע סיעף...
און מ’וועט אונז ווייטער פרעדיגן די לאקשן ביי די קומענדיגע עלעקשן....
האט ער נישט געווינען נאר וועגן אונז היימישע?
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
שקר ווי די עבודה זרהלייבקע יענטע'ס האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 09, 2025 3:06 pmגערעכט אז געוויסע האבן אזוי געשפירט , אבער לאנגיעריגע עסקנים בתוכם ר' משה דוד, האבן געהאלטן אז מען דארף זיך האלטן צום די אלטע כללים וואס איז נאך איינגעשטעלט געווארן מימי ר' ליפא פריעדמאן.בית ישראל האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 09, 2025 11:19 amאמת, אבער ווען האוקעל איז שוין געזיצן דארט און גארנישט געהאלפן, האט מען געשפירט אז זעלדין קען זיין א בעסערע אפציע.תפארת שבתפארת האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 09, 2025 11:01 am
פאר די וואלן ווערט יעדער פאליטישאן א הייסער פארשפרעכער, דעמאלטס האט האקול פונקט אזוי פארשפראכן ווי זעלדין, משא"כ פארדעם איז זי בכלל נישט געלאפן כידוע זי האט איבערגענומען די גובערנאטורשאפט נאך קואמא'ס רעזיגנאציע
אויף למעשה קען מען סאך מער אויפטוהן ווען די גאווערנאר איז אין די זעלבע פארטיי ליניע מיט די אסעמבלי\סענאט ווי ווען ס'וואלט געווען א רעפובליקאנער גאווערנאר וואס פארשטייט זיך נישט מיט די דעמאקראטישע אסעמבלי\סענאט
אבער געוויסע יונגע (באצאלטע) עסקנים זענען אים איבערגעפארן.
מיין נישט אז איינער האט זיך דא עפעס אויסגעלערנט
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
דורותינו גליון ע”ה פ’ אחרי קדושים תשפ”ה
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
די פרישע אמענדמענט צום עדיוקעישאן ביל
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
די פארגעשלאגענעם נוסח פון אפאר וואכן צוריק
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
א קליינע שאלה וואס איז געווארן מיט מהר"א'ס דרשה אז נעמען א פעטוועי איז אסור, איז נישט די געזעץ אז מען דארף נעמען א פעטוועי.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
וויאזוי האט נח געקענט בויען די תיבה ער איז דאך געווען בלינד??
וועלעכע פעטוועי פארלאנגט די געזעץ דארף מען נעמען? עסקינג פאָר עי פרענד...
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
נפשי חולת אהבתך....
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
אזוי האט די עדיקעישאן קיימישאנער אריינגעטייטשט אין די אלטע געזעץ
אין די נייע געזעץ שטייט דאס נישט
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
נפשי חולת אהבתך....
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
יעצט זעה איך די תירוץ שכחדער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 07, 2025 2:54 pm בנוגע די נארישע פאוסטס (און אומ-ערפאלגרייכע פאלשע אימעילס...) איבער "פעטוועי 6", די דזשאוק איז אזוי נאריש און קארני אז ס'שטערט מיר בכלל נישט אז דאס ווערט געזאגט, אויב איינער שלאפט בעסער אזוי.
דאס ווארט פעטוועי קומט נישט דא אריין, און צו זאגן אז אדמו"ר מהר"א האט שוין 4 יאר צוריק געארבעט אויף א געזעץ וואס איז א המשך פון די "הצלה פון פעטוועי 6" וואס ער האט נישט געלאזט טון א יאר צוריק (בשעת ער האט ווייטער געארבעט פאר דעם נייעם געזעץ), איז ניטאמאל גוט פאר קינדערגארטן קינדערלעך.
פעטוועי קומט נישט אריין אין בילד, "טעסטס" איז נישט קיין פראבלעם געווען, דער פראבלעם איז געווען "טעסטס אויף א גזירה". (דערפאר האט אויסגעפעלט צו שפריצן וואסער אז די גזירה איז באמת נישט קיין גזירה נאר ס'האט געהייסן מ'האט געמיינט מ'האט געוואלט מ'האט מורא געהאט וכו' וגו' ואכמ"ל...).
נעקסט פליז, צוריק צום תהילמל!
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 157
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 12:44 am
- Location: new york
- x 341
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
ניין קיינער דארף נישט נעמען קיין פעטוועי מער!
די פעטוועיס זענען געווען מהלכים וויאזוי אויפציווייזן אז מלערנט טאקע אלע 12 סאבדשעקטס און מיטן נעמען א פעטוועי האט מען זיך געבראכן און געזאגט איך לערן אלעס
אבער יעצט האט די ביל געמאכט אז מדארף נישט לערנען גארנישט צי ווערן סובשענשעל עקוויוולענט נאר עס איז גענוג מיט נעמען כשרע טעסטס מיט דעם אליין איז מען שוין יוצא איינע פון די וועגן די חיוב פון זיין אייניג און אויך די טעסטס מוז נאר נעמען 30 פארצענט פונעם מוסד דהיינו בעיקר מיידלעך וואס נעמען שוין מילא ביז היינט
די ביל איז געמאכט געווארן קינצלעך באופן פון די 7 פעטוועיס כדאי די חברה זאל נישט כאפן אז מהאט זיי געלעכרעט די גאנצע מעשה...
מהאט נאכגעשריבן די אופן פון די 7 פעטוועיס וויאזוי מווערט מסודר אבער דארט שטייט נישט ווי אין די גיידליינס אז ממוז אלעס לערנען... און אויך האט מען דארט ציגעלייגט אלעס אדער כמעט אלעס וואס מהאט געוואלט..
ובעיקר אז מיטן געבן כשרע טעסטס פאר א דריטל מוסד איז מען שוין יוצא און מדארף נישט פאקטיש לערנען און מדארף דערווייל נישט נעמען קיין שום פעטוועי אויך נישט אפילו אויב זיי גייען מאכן נייע פעטוועיס ווייל פונקט ווי א רעדשעסטעט סקול האט נישט געדארפט בפועל נעמען קיין פעטוועיס וועט א מוסד וואס נעמט טעסטס פאר מיידליך שוין זיין אפראווד אטאמאטיש און די עדשיקעישאן דעפארטמענט מיט זייערער פעטוועיס קומען לכאורה נישט אריין דא אין בילד בכלל
אויך איז גאר א שטארקע זאך אז נאר 30 פארצענט מארק פאר א מוסד איז שוין גוט (אדער ווייניגער געוואנדן לפי הפובליק סקולס) דהיינו אויב וועט א מוסד האבן גוטע מארקס אויף כתב ולשון און א 0 אויף סייענס און סאשעל סטאדיס דאן וועט זיין גענונג ווייל מרעכנט עס אויף די סך הכל... דאס פרעגט אפ דעם דורותינו די וואך וואס זאגט אז מגייט משנה זיין ווייל מגייט אנהייבן געבן טעסטס אויף די 4 הויפט סאבדשעקטס ארייגערעכנט סייענס...
און דאס איז חוץ פון דעם וואס יעדע סארט זאך וואס גרעניצט זיך מיט שמוץ קענען זיי נישט פארלאנגען ווייל עס מוז שטומען מיט אונזער קולטור און רעליגיע
און דאס איז חוץ פון דעם אז ביז 8 יאר ארום קען די עדשיקעישאן דעפארטמענט בכלל טאפן א וואנט יעצט מיט אלע מוסדות אפילו אויב זיי זאלן מאכן נייע גיידליינס..
בקיצור מדארף לערנען שיעור עיון צי כאפן פארוואס די עדשיקעישן דעפארטמענט וויינט יעצט אז מהאט זיי געבינדען פון אלע 7 זייטן
און יאפעד וויינט אין דעילי ניוס אז זיי זענען צובראכן אויף שברי שברים...
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
איך האב געמעקט ווייל דו האסט געשריבן זייער מיאוס קעגן א קהלה בישראל און איך האב אויך געוואלט מען זאל פארשפארן דיין ניקמיטב הגיון האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 09, 2025 11:57 amאה, מען האט אויסגעמעקט קודם מיין תגובה און יעצט האט מען עס צוריגעלייגט ווייל עס איז געלונגען אויפצוקומען מיט א פרישן ליגנערישן ספין? האלט דיך דערמיט!דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 09, 2025 11:42 am1. נומער איינס איז פשוט נישט אמת. מילד גערעדט.מיטב הגיון האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 09, 2025 10:33 am דער וויליאמסבורג'ער סענאטאר אן ארכי ליבעראלער וואס דארף נישט צו שטארק צוקומען צו אונזער וואוטס נאר עטוואס מער ווי האקול, האט גאר העפטיג געארבייט דערפאר
1. סיי מיט שטארקע שטיצע
2. און סיי מיט צוריקהאלטן די ליבעראלע בלאק פון פארפירן און זיין דערקעגן.
לאמיר עס צולייגן. ארגינעל האט סטוארט קאזינס (די סענאט מאדזשדארעטי לידער) געוואלט מאכן א פשרה צווישן די אסעמבלי ביל ווערסיע און די לוז קרוגער טיעם. זי האט צוגעשטעלט פאר קרוגער א נייע ביל וואס גייט ערגעץ אינצווישן.
סקופיס האט דערפאר געדארפט ארומלויפן צו די ארום 40 וואוטס אינעם דעמאקראיטישער "קאנפערענס" צו קענען ווייזן אז רוב זענען אויף זיין זייט, און מ'קען איגנארירן דעם גרויסן קרוגער און אננעמען דעם ארגינעלן ביל.
דאס איז געווען א משונה'דיגע ארבעט וואס ער האט געטון אליינס, און ב"ה אז ער האט מצליח געווען. סעלצער איז נישט געווען צום האבן, זי איז קיינמאל נישט מיטגעשטאנען. נישט גערעדט צו סטוארט קאזינס, נישט געברענגט קיין איין שטימע אויסער איר אייגענע, זי האט בכלל נישט געדיעלט מיט ר' שמחה אייכנשטיין, זיי האט קיינמאל נישט געהאלפן דערמיט פעלדער במשך די יאר, זי האט קיינמאל נישט געקאלט די גאווערנאר'ס אפיס צו זאגן אז זי איז אין שטיצע דערפון, זיי האט קיינמאל נישט אויפגעטרעטן אינעם קאקוס לטובת די ביל, אא"וו. זי איז געזיצן פאסיוו. דאס איז געווען די מציאות.
סקופיס האט געארבעט אינעם סענאט אליינס, און צום לעצט האט ער געהאט הילף פון איין סענעטאר וואס פעט רייען האט דעליווערט. וזהו.
2. צו ס'איז געווען דא עפעס זאכן בבחינת מניעת ריוח, אז זי האט שטילערהייט געהאלטן געוויסע עלעמנטן אין די ראמען נישט צו ארויסשפרינגען דערקעגן? דאס קען קיינער נישט וויסן. קען זיין. יעדער קען מחדש זיין וואס ער וויל... און אפשר אפילו איז דא עפעס אמת דערין.
אבער זיכער אז זי האט קיינעם נישט געהאלפן קאנווינסן צו שטימען דערפאר, און גארנישט צוגעהאלפן אינעם אקטיווער קאמף.
די פאקט איז זי האט אריינגעלייגט גאר א סאך ארבייט:
1. סיי מיט שטארקע שטיצע
2. און סיי מיט צוריקהאלטן די ליבעראלע בלאק פון פארפירן און זיין דערקעגן.
למעשה רבו עלי חבירי, טאקע פון יענעם צד וועמען דו האסט אטאקירט, אז מען זאל יא צוריקשטעלן דיין פאוסט
אבער די מיאוסע ווערטער האט מען זעלבסטפארשטענדליך געמעקט
ווילעך דיר טאקע געבן א ווארענונג ברבים אז אונזער מהלך איז צו ענדערש מעקן ניקס ווי איידער פאוסטס און דו גייסט אין יענע דירעקציע
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6314
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 14430
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
די סיבה פארוואס עס הייסט נישט אינעם געזעץ "פעטוועי", איז זייער פשוט.
די נאמען פעטוועי האט די עדיוקעישן דעפארטמענט געגעבן, ווען זיי האבן צוגעשטעלט "וועגן צו קאמפלייען" מיט זייערע גיידליינס. דאס הייסט, זיי האבן געמאכט גיידליינס וואס טייטשן אויס די געזעץ אז מען מוז לערנען אלע סובדזשעקטס וואס מ'לערנט אין פובליק שולע, און די אסעסמענטס זענען געווען א "וועג צו ווייזן אז מען קאמפלייט" מיט די "חוב צו לערנען אלעס".
יעצט זענען די טעסטס מער נישט קיין פעטוועי צו אויפווייזן עפעס. נאר דאס אליינס איז די גאנצע חוב פון עקוויווילענסי, צו האבן רעזולטאטן אויף די טעסטס אייניג ווי די פובליק שולע.
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2608
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 6123
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
דאס איז וואס ChatGPT זאגט מיר
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
אויף וועלכע סאבדשעקטס דארף מען נעמען די טעסטס ?
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
איך פארשטיי אויך אזוי, דעריבער פארשטיי איך נישט, דייט נישט יעצט די פערלס קלאגע קעגן די גיידליינס אטאמאטיש ארויסגעווארפן ווערן נאך עס שוין נישט דא קיין גיידליינס?
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
מסתמא יא, די שאלה איז נאר צו מען קען צוריקומען צום אורטייל פון די נידריגע געריכט אז די עלטערן זענען נישט אחראי אויף די לימודים אין שולע, דאס וואלט געווען א רעטונג ברעט פאר די טהרת הקודש מוסדות וואס נעמען סייווי נישט קיין געלט.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
איך בין צומישט פון דעם וואס שטייט דאAzoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 11, 2025 12:05 pm דאס איז וואס ChatGPT זאגט מיר
Screenshot 2025-05-11 105831.png
ער הייבט אן אז עס האט זיך יא געשטוישט, און ער פירט אויס אז עס האט זיך נישט געטוישט
אדער יא אדער ניין, מעיק אפ יור מיינד