► Show Spoiler
מזל טוב יהדות ניו יארק! יישר כח עדת חסידי סאטמאר!! יישר כח עיר הקודש קרית יואל!!!
אין אן היסטארישער ווענדפונקט וועלכע טוישט דעם ריכטונג און עפנט האפנטליך אן ערנסטער תקופת הצלה פאר'ן הייליגן חינוך פון אידישע קינדער אין ניו יארק רבתי, איז יעצט ביום ה' אח"ק לספירת "נצח שבנצח" פארענדיגט געווארן א יארן-לאנגע הארעוואניע צו פארבעסערן דעם געזעץ איבער פריוואטע שולעס אין ניו יארק סטעיט, נאך ביטער שווערע הארעוואניע אויפ'ן אינציאטיוו פון כ"ק מרן רבינו שליט"א רועה נאמן לעדתו און פארטרעטער פונעם גרעסטן חסידישן מוסד אין ניו יארק.
דער נייער געזעץ איז באזירט אויף א יסוד אז דער חרדישער ציבור זאל בעז"ה נישט דארפן טוישן דעם חינוך צו זיין ווי א פאבליק סקול רח"ל, און אז מ'זאל גארנישט דארפן משנה זיין פון ביז יעצט אינעם "תוכן" אדער אינעם "סדר" פון די לימודים, א מערכה וואס גייט אצינד אריבער א אויפשאקלונג און ברענגט אונז בס"ד צו א שטאפל ווי קיינמאל בעפאר, כאטש וואס ס'איז נישט קיין פולקאמע הונדערט פראצענטיגע ישועה פאר'ן גאנצן מערכה עד הסוף, און ס'איז אויך ערווארטעט אז דער קאמף איז ווייט פון פארטיג מצד די שונאי הדת.
במשך די יארן איז יעדער עדות וויאזוי דער רבי שליט"א מאנט און פאדערט פון די עסקני הכלל אז דער געריכט סיסטעם אליינס איז נישט גענוג צו קענען בייקומען די שונאי הדת, און מען מוז נוצן סיי די לעגיסלאטיווע ברענטשעס אין אלבאני און סיי די עקזעקיוטיווע ברענטש וואס דאס איז די גאווערנאר'ס אפיס, צו ברענגען א דורכברוך אין די נושא, כאטש וואס וואס האבנדיג אזויפיל שונאי הדת דערקעגן איז דאס אזא שווערע און הייקעלע און קאמפליצירטע מערכה צו האבן מיט זיך אזויפיל מאכט צו קענען אזאנס אדורכפירן, אבער וואס טוט מען נישט פאר'ן חינוך און פאר'ן עתיד פונעם יהדות ניו יארק! מ'טוט אלעס וואס מעגליך און מיט סיעתא דשמיא וכחם וזכותם פון אבותינו ורבותינו הקדושים זי"ע האפט מען אנצוקומען צום העכסטן שטאפל פון הצלחה.
דער נייער געזעץ טוט קלאר דעטאלירן אז דאס טוט אפווארפן אלע ביז היינטיגע רעגולאציעס, ברענגענדיג אז די ביטערע גזירה איומה אין א צורה פון "גיידליינס" וואס די ניו יארק "עדיוקעישן קאמישאנער" האט ארויסגעגעבן, ווערט ב"ה יעצט גענצליך אנולירט, דער אפטייטש פונעם אלטן געזעץ פון 120 יאר צוריק ווערט אויסגעבעסערט צו א קלארע מהלך וואס קען נישט אזוי שנעל גענצט ווערן אונז צו טשעפען, און איינצייטיג ווערן אלע 15 מוסדות פון ניו יארק סיטי וועלכע זענען שוין געווען באשטעטיגט אלס "דורכגעפאלן" צוריק לעגאליזירט.
לויט'ן נייעם נארוואס-באשטעטיגטער געזעץ וואס איז אדורך אינעם סטעיט סענאט און דאן אינעם סטעיט אסעמבלי, די 2 לעגיסלאטיווע ברענטשעס פון ניו יארק, און וועט אצינד גיין פאר'ן אונטערשריפט פונעם גאווערנאר וועלכע האט שוין באשטעטיגט איר חתימה זאגנדיג קלאר איינמאל און נאכאמאל אז נאר מיט די חינוך ביל וואס סאטמאר פאדערט וועט זי באשטעטיגן דעם בודזשעט ביל, ווערט אהערגעשטעלט א מהלך פאר די אלטע געזעץ פון "סובסטענשל עקוויווילענט" אז מ'דארף זיך נישט אונטערנעמען צו ווערן עקוויוועלענט צום פאבליק סקול, נאר אנשטאט וועט מען קענען גרינג נאכקומען דעם געזעץ דורך פארשידענע אופנים.
א שליסל פונעם געזעץ וועט זיין אז "טעסטס" וואס ווערן געגעבן פאר די תלמידים דארפן ארויסקומען מיט די "זעלבע סוקסעס ראטע ווי די פובליק שולעס" לויט ווי הויך זייערע ראטעס קומען ארויס אין עוורידזש.
אבער אין די זעלבע צייט איז געווארן גאר שטארק אויסגעברייטערט און פארלייכטערט די נושא פון "טעסטס" זעלבסט אויף א וועג וואס מ'קען עס גרינג נאכקומען אן ח"ו מאכן סיי וועלכע שינוי אין די ביז איצטיגע סדר ותוכן הלימודים, מיט עטליכע נקודות וואס דער נייער געזעץ ברענגט, ווי פאלגנד:
1. די ערשטע נקודה איז ווי געזאגט, אז די טעסטס ווערן נישט געגעבן צוליב א התחייבות פון לימודים, נאר די טעסטס זעלבסט זענען די איינציגסטע התחייבות וואס דער אלטער געזעץ האט געמיינט צו זאגן, און מ'דארף גארנישט טוישן פון סדר ותוכן הלימודים עס נאכצוקומען.
2. עס איז געווארן צוגעלייגט א תנאי אז די טעסטס קענען נאר געגעבן ווערן אויב דאס איז "הייקל צו די רעליגיע פון די שולע", דאס הייסט אז די מוסדות קענען פסל'ען א טעסט וואס קומט נישט נאך אונזער אמונה בשלימות.
3. אין די צייט וואס ניו יארק שטעלט צו טעסטס פאר די שולעס, איז אבער געווארן צוגעלייגט אן אפציע צו אויסוועהלן פון א לאנגע ליסטע פון אנדערע טעסטס צו איינטוישן די ניו יארק'ע טעסטס, און די ליסטע קען וואקסן ווייטער יעדעס מאל עס ווערט באשטעטיגט נאך א טעסט לויט א ספעציפישע רול אוועקגעשטעלט. ד.ה. אז מ'קען איין יאר נוצן איין סארט טעסט, און א יאר דערויף נוצן א צווייטע, און א יאר דערויף א דריטע, אלעס לויט'ן געברויך פונעם מוסד.
4. אנשטאט וואס דער קאמישאנער זאל קענען מאכן אייגענע השערות וויפיל פראצענט א היימישע מוסד מוז סוקסעסירן אינעם טעסט, און דאס איז בו בזמן וואס אין די פובליק שולעס איגנארירן זיי די פאקט אז די פראצענטן פון סוקסעס זענען שרעקליך נידריג, וועט אנשטאט דעם גערעכנט ווערן אונזער סוקסעס לויט אן עוורידזש וואס איז באזירט אויף די טעסט "רעזולטאטן פון די פובליק שולעס", ודי למבין.
5. היות עס איז שוין לאנג איינגעפירט אז די מיידלעך אין שולע נעמען רעגירונג טעסטס, מיט א הויכע סוקסעס ראטע, איז געווארן א נייער טויש אז מען וועט נישט רעכענען די ראטעס פון יעדע בנין המוסד באזונדער, נאר מען וועט רעכענען די גאנצע מוסד אינאיינעם, אריינגערעכנט די חדר און די סקול פון יעדע מוסד וואס איז אונטער איין ווירטשאפט. דאס באדייט אז מען וועט בעז"ה גאנץ גרינג קענען נאכקומען די פארלאנגטע סקאור אויף סיי וועלכע טעסט.
6. עס איז אויך געוטוארן צוגעלייגט ספעציעלע ווערטער זיכער צו מאכן אז אויך די 15 מוסדות אין די סיטי וועלכע זענען שוין באצייכנט געווארן "נאן עקוויווילענט", זאלן אויך גערעכנט ווערן אלס לעגאל און די ביז יעצטיגע רדיפות זאלן זיך אויטאמאטיש מוזן אויפהערן.
7. באזונדער איז געווארן אראפגעשטעלט א שטארקע יסוד וואס וועט העלפן בעז"ה פאר די גאנצע מערכה גאר שטארק, אז היות מען הייבט אן א נייע מהלך, הייבט זיך אלעס אן פון ערשטע קלאס, כיתה א', און עס דויערט 7 יאר ביז מען קומט אן ביז די 8'טע קלאס, דאס הייסט אז דאס נאכקוקן און באשטימען די הצלחה וועט נאר קענען זיין אין 7 יאר ארום.
8. ס'איז דא נאך פארשידענע נקודות אינעם געזעץ, וואס איז בעסער נישט צו אריינגיין אין אלע הייקעלע פרטים, לתועלת הענין, און ווי געזאגט איז ערווארטעט אז דאס וועט נאך אנקומען אין געריכט, וחכמים הזהרו בדבריכם.
די עדיוקעישן קאמישאנער, וואס שטייט אין שפיץ פונעם אומ-ערוויילטער "רידזשענטס" קאמיטע וועלכע האבן גוזר געווען דעם גזירת החינוך מיט די ביטערע גיידליינס וואס זענען געווען אקטיוו ביז'ן היינטיגן טאג און געצווינגען מוסדות צו נעמען א "פעטוועי" וואס זאל באשטעטיגן אז מען קומט נאך די שעדליכע גיידליינס ח"ו, האט שוין לעצטע וואך געמאלדן איר שארפע געגנערשאפט צום נייעם געזעץ, ווי פארשטענדליך, און זי האט ארויסגעהויבן די ערווארטונג אז דאס וועט געטראגן ווערן אין געריכט, וואו עס וועט מעגליך זיין דער קומענדיגער סטאנציע פונעם געפעכט, אבער אצינד מיט א פארקערטע שטאנד ווי ביז יעצט, ווען מיר וועלן האבן דעם געזעץ אויף אונזער זייט און זיי וועלן זיי די קלעגער.
עס איז טאקע א וואונדער און א פלא וויאזוי אינעם ליבעראלער ניו יארק זאל קענען פאסירן אזא ערד-ציטערניש, מיט אזא געזעץ וואס זאל באקומען אלע נויטיגע לעגיסלאטיווע שטימען אין א סטעיט וואס שטעלט פאר די גרעסטע ליבראלע אגענדעס און די מערסט-לינקע אנשויאונגען, דארט זאל קענען אזא חוט של חסד אדורכשווימען ביז צו איר ענדע און באקומען א באשטעטיגונג.
דאס איז חסדי ה', גאר גרויסע חסדים און אפשר קען מען עס אפילו רופן "נסים"!
אבער די השתדלות איז געטון געווארן צום מאסימום וויפיל דער אויבערשטער האט חונן דעת געווען, דורך דעם וואס השי"ת האט אונז געגעבן א גלות-לעבנס-היטער וואס הייסן "וואלן", און דער אויבערשטער האט געהאלפן אז רובם ככולם פונעם ציבור ווערט נישט פארשלעפט צו קיין פארטייאישע אדער קינדערישע קאמפיין'ס, נאר פאלגט אויס דעם דעת תורה צו וועלן לויט א מהלך, לויט א חשבון, לויט א קלארער דעת תורה וועלכע נעמט אין באטראכט די עסקנות וואס ליגט אויפ'ן טיש און וויאזוי די לאנגיאריגע עסקנים האבן מצליח געווען ביז היינט צו האלטן אונזער עקזיסטענץ אין גלות. ב"ה עס איז פארהאן א וואוילער ציבור, און זיי האבן געברענגט דעם היינטיגן היסטארישער געשעעניש!
אסאך אסאך האט דער ציבור געהאט אויסצושטיין פון אזעלכע וואס האבן נישט פארשטאנען און פארשוועמט געווארן פון די בייזע ווינטן, זאל עס זיין ביי די "זעלדין/האקול" וואלן ווען די גאס האט געפולווערט מיט אן איינרעדעניש אז דער רעפוליקאנער גאווערנאר גייט אריינקומען און אים דארף מען אינדאריסרן כדי צו געראטעוועט ווערן, צי זאל עס זיין שפעטער ביי די לעצטע "סקופיס" וואלן אין קרית יואל ווען א מאסיווע העצעריי-קאמפיין דורך נערים וקטני דעת האט געליאמערט אז "מיט סקופיס וועט נישט זיין קיין חינוך, און נישט קיין ביליגע דירות". בשעת א מח טומלעריי איז זייער שווער צו איבערצייגן יעדנס טעותים ליידער, אבער ווען מען האלט ביי אזא מינוט רופט זיך אויס: אשריכם חסידי סאטמאר! ענקערע שטימען לפי דעת תורה האט געברענגט רעזולטאטן פאר גאנץ יהדות ניו יארק! עס האט זיך געלוינט די שווערע אריבערגאנג! עס האט זיך געלוינט צו איגנארירן די ברייטע גאס! זה זכותכם! דער חינוך פון דורי דורות אי"ה בלי שום שינוי איז אייערס!
עד הנה עזרונו רחמיך, כלל ישראל לויבט השי"ת אויף די גרויסע נסים און דערגרייכונגען פונעם יהדות הגולה, און יעדער איז מתפלל אויף ווייטער, ואל יטשנו ד' אלקינו לנצח, סיי מיט די דאזיגע מערכה וואס איז ווייטער אנגעוויזן אויף פיל סיעתא דשמיא, און סיי מיט אלע אנדערע קריטישע געברויכן פאר אונזער עקזיסטענץ אין גלות אמעריקא ביז משיח וועט אונז פון דא אויסלייזן בקרוב.
*
צו פארשטיין אין קורצן וויאזוי מען האט דערגרייכט ביז אהער:
אין יאר 2020 למס' איז געווען "דבר נפל בישראל", אבער מיט די אויגן האט עס אויסגעזען בלויז אז "דבר נפל בקרית יואל"...
עס זענען דאן באשטעטיגט געווארן נייע "אסעמבלי מאפעס" אין ניו יארק, און ס'איז אויסגעקומען אז קרית יואל האט באמערקט אז זיי האבן א שאנס צו אריינוועהלן א דעמאקראטישער אסעמבלימאן. ביז דאן איז געווען א רעפובליקאנער קארל בערבענאק, וועלכע האט ליידער פארטרעטן אינטערעסן פון "יונייטעד מאנרא", אבער אפילו אין די פריערדיגע יארן איז דער זיץ נישט צופיל צונוצגעקומען פאר קרית יואל, וויבאלד די מעדזשארעטי אינעם אסעמבלי זענען שוין מערערע יארן ליבעראל, אזוי אז א רעפובליקאנער האט נישט דארט קיין ווארט אויף בילס וכדומה.
אצינד זעענדיג אז מ'קען סווינגען די לאקאלע זיץ צו די מעדזשארעטי פארטיי און אריינברענגען א דעמאקראט, האט הנהלת קרית יואל פארגעשלאגן פאר'ן חרדישער אסעמבלימאן ר' שמחה אייכנשטיין, אז ער זאל מודיע זיין פאר'ן אסעמבלי ספיקער העיסטי אז ער האט די שאנס צו דעליווערן א נייע מעמבער פאר די פארטיי, און ער וועט דאס טון בתנאי אז די ספיקער וועט אריבערקומען צו סאטמאר'ער רבי אויף א באזוך, און אז ער וועט העלפן פאר די באמיאונגען אינעם גזירת החינוך וואס דאס איז די וויכטיגסטע דעברויך פון די אידישע איינוואוינער אין דעם דיסטריקט.
צו מאכן דעם המשך קורץ, העיסטי האט דאס אנגענומען, און אין יאר 2022 למס' האט קרית יואל אינדארסירט און ערוויילט דעם דעמאקראטישער אסעמבלימאן קריס עיקוס, א געווינס דורך "8" שטימען!, און דאן איז העיסטי און עיקוס געווען אינאיינעם ביים רבי'ן שליט"א אויף א באזוך און פארשפראכן צו שטיין צו די רעכטע האנט פון רבי'ן בנוגע חינוך, און נאך געברויכן.
זינט דאן, איז ר' שמחה אייכנשטיין געווארן א הויכער פיגור אינעם אסעמבלי. אנשטאט זיין א לאקאלע פארטרעטער פון איין אידישע געגנט, איז ער געווארן דער וואס ברענגט פאר זיין פארטיי די אידישע שטימען, מיט נייע פארטרעטער פון אלע געגנטער! זינט דאן האט ער שוין אויך געהאלפן אריינברענגען ר' קלמן יעדער פון בארא פארק, און העסקן ר' אהרן בנציון ווידער פון מאנסי, אזוי אז דער כח אינעם דעמאקראטישער אסעמבלי איז געווארן גאר שטארק, ובפרט ווען לידם האבן זיי געהאט קריס עיקוס אליינס, און דער ספיקער העיסטי, וועלכע האבן געהאט גאר א שטארקע השפעה אויף אלע ארומיגע אינעם אסעמבלי.
*
ווען עס קומט צום צווייטן פליגל, די "סטעיט סענאט", דארט האט דאס יהדות החרדית געהאט איין איינציגער פארטרעטער, אדער בעסער געזאגט, קעמפער. דאס איז געווען סענאטאר סקופיס, וואס – ווידעראמאל – אדאנק דעם כח פון די "קרית יואל בלאקוואוט" האט ער פארשפראכן פאר מרן רבינו שליט"א אין יאר 2020 בעפאר די וואלן אז ער וועט מהפך זיין עורו און אנהויבן העלפן קרית יואל מיט אלע זייערע געברויכן, ובפרט מיט'ן גזירת החינוך, און ער האט אויסגעפירט זיין פארשפרעכונג העכער אלע ערווארטונגען, ב"ה.
די מערכה אינעם סענאט איז געווען גאר א שווערע, ווען 2 עלטערע סענאטארן מזרע ישראל אליינס גרויסע שונאי הדת ליידער, ליז קרוגער און שעלי מאיער, מאכטפולע סענטארן מיט גרויסע פאזיציעס זייענדיג די טשעירלייט פון עדיוקעישן און פיינענס קאמיטעען, האבן די גאנצע צייט געארבעט ביטער שווער קעגן דעם ביל, נאך פון א יאר צוריק ווען מען האט שוין פרובירט צו דורכפירן א ענליכע ביל, וואס דעמאלס האט שוין האקול פארשפראכן אז טראץ וואס מיר האבן עס ארויסגעצויגן צוליב איין סעיף וועט זי זיכער מאכן אז קומענדיגע מאל זאל עס קענען אדורכגיין, און דאס איז געליגן אויפ'ן טיש במשך די גאנצע יאר צייט, מיט אן אנגייענדע קאמף וואו סקופיס האט געקעמפט איינער אליינס לטובת אונזער חינוך.
די איינציגסטע דרויסנדיגע שטיצער פאר סקופיס אנצוגיין מיט זיין קאמף, זענען געווען 2 "פעדעראלע" קאנגרעסלייט פון די דעמאקראטישע פארטיי, קאנגרעסמאן פעט רייען, וועלכע איז גאר נאנט בקשר און פול מיט הכרת הטוב פאר קרית יואל, און דער דעמאקראטישער קאגרעס לידער האקים דזשעפריס, וואס שטעלט זיך אויך אהער פאר אונזערע וויכטיגע אינטערעסן און האט שוין אויך באזוכט אינאיינעם מיט פעט רייען ביי מרן רבינו שליט"א און אצינד האבן זיי טאקע געטון מה שביכלתם און אויסגעפירט זייערע הבטחות פאר'ן רבי'ן מיט די שענסטע פארבן.
מיט 6 חדשים צוריק איז אנשטאנען א שטארקע שינוי לטובה אינעם סענאט, וואס האט אפילו ערמעגליכט אריינצושטעלן א פרישע שיפור הלשון!
דאס איז געווען ווען דער סענאטאר ר' שמחה פעלדער האט געמאלדן אז ער גייט לויפן פאר א לאקאלע סיטי פאזיציע און ער פארלאזט די סטעיט סענאט, וואס דאס מיינט אז עס גייט זיין אין בארא פארק א "ספעשל עלעקשן", און די עסקנים האבן געברענגט א דעמאקראטישער קאנדידאט מיט די הבטחה אז אויב וועט דער חינוך ווערן מסודר, וועט בארא פארק אריינברענגען יענעם דעמאקראטישער קאנדידאט אויף פעלדער'ס פלאץ, א זאך וואס איז זייער וויכטיג פאר די פארטיי אנצוהאלטן.
אין די לעצטע וואכן האט דער פעדעראלער קאנגרעסמאן פעט רייען באוויזן נאך א הילף, ווען ער האט געברענגט צום טיש נאך איין סטעיט סענאטאר פון אלסטער, סענאטאר הינטשי, וועלכע האט ארויסגעהאלפן סענאטאר סקופיס אנצוגיין מיט זיין ארבעט פאר דעם ביל, און אפשאלגן די שונאי הדת וואס האבן פארלייגט וועלטן דערקעגן.
די קעגנערישע ארבעט אינעם סטעיט סענאט איז געווען אזוי העפטיג, אז א נישט-אידישער סענאטאר האט געזאגט פאר די עסקנים: "די העצע פון די עליטע סענאטארן קעגן ענקער חינוך איז איבער נארמאל! מיר ווייסן נישט פון וואו דאס קומט!".
מיר ווייסן אבער יא... שנאת עם הארץ לתלמוד חכם איז ליידער די גרעסטע שנאה, און זייענדיג מזרע ישראל האבןדי יעניגע א שרעקליכע שנאה צו אונזער הייליגער לעבנסשטייגער. אבער ב"ה ווי גרויס זייערע פאזיציעס זענען, האט דער צד הטוב געווינען, ובפרט ווען דער גאווערנאר האט געלאזט הערן די דערמאנטע ווערטער פאר די סענאטארן, אז זי וויל דאס האבן אינעווייניג.
*
דא קומט טאקע אריין דער דריטער טייל, די עקזעקיוטיווע ברענטש פונעם סטעיט רעגירונג, די גאווערנאר'ס אפיס.
ווי שוין ערווענט איז נישט קיין סוד אז אין א צייט וואס דער רעפובליקאנער ווינט האט ביי די וואלן אין יאר 2020 למספרם שיעור אפגעריסן די לעצטע דראנטן פונעם יהדות החרדית צו האבן אן אפענעם טיר אין די דעמאקראטישע סטעיט רעגירונג, א זאך וואס איז געווארן אפגעראטעוועט דורך ק"ק קרית יואל און דורך ק"ק סקווירא, וועלכע האבן אינדארסירט גאווערנאר האקול נאכ'ן גוט באטראכטן דעם מצב מיט א ניכטערן בליק און מיט א דעת תורה, און נאכדעם וואס גאווערנאר האקול האט געשריבן א בריוו און זיך פארפליטעט צו העלפן יהדות ניו יארק מיט'ן גזירת החינוך.
עס איז יעצט נישט די צייט אריינצוגיין ווי ביטער שווער דער באשלוס איז אנגעקומען אין יענעם עת שכרות, אבער אין פאקט האט זיך דער קריטישער באשלוס ארויסגעשטעלט צו זיין אן אויסטערלישער הצלה, און דער גאווערנאר איז די גאנצע צייט געווען בקשר מיט די עסקנים און געהאלפן אויף טריט און שריט.
נאר אין די לעצטע וואכן האט די גאווערנאר געדארפט איבערקומען אירע אייגענע איינגעשטעלטע וועלכע האבן געהאט געוויסע טענות און געוואלט טוישן געוויסע לשונות, אבער דער גאווערנאר האט העפטיג פארטרעטן אונזער בקשה אז קיין איין איינציג ווארט זאל נישט געטוישט ווערן, וואס נאר אזוי האט מען דערגרייכט דעם יעצטיגן מינוט.
*
עס רופט זיך דעריבער אויס: אשריכם חסידי סאטמאר! אשריכם תושבי קרית יואל! אשריכם ערליכע אידן וועלכע גייען בדרך התורה! איר האט באוויזן צו טון א מעשה חסד אין טאג פון די וואלן, א חסד מיט זיך אליינס, און א חסד מיט כלל ישראל!
אודאי איז א באזונדערע פליכט צו באדאנקען די אלע וועלכע האבן אוועקגעגעבן שלאפלאזע נעכט לאנגע יארן און חדשים, אנגעהויבן מיט די עסקנים וועלכע האבן געארבעט אויפ'ן ביל זעלבסט הלא המה העסקן הגדול ר' יהושע עסטרייכער הי"ו פון בארא פארק אינאיינעם מיט הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו חבר הנהלת המתיבתא קרית יואל, אינאיינעם מיט'ן מתיבתא אדמיניסטראטאר הר"ר יואל דוד שווארץ הי"ו.
ווען עס קומט צו די ריזיגע קאסטן וואס אזא מערכה ציט אריין, איז רוב געווארן באצאלט דורך די הנהלת המתיבתא ובראשם הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו, און א לעצטיגער גרויסער הוצאה איז אויך אויסגעצאלט געווארן דורכ'ן אדמינסטראטאר פון איינע פון די מוסדות סאטמאר וויליאמסבורג הרה"ח ר' חיים יצחק מאנדעל הי"ו.
ווען עס קומט צום חלק העסקנות אין אלבאני, סיי בעפאר די וואלן און סיי יעדן איינציגן טאג און נאכט, איז נישט מעגליך אראפצוגעבן וויפיל שווערע בלוט און שווייס דארט איז אריין סיי דורך די דערמאנטע עסקנים פון קרית יואל, סיי דורך די דערמאנטע חרדישע אסעמבלי-לייט, און ועל כולם די ראשי עסקני סאטמאר אין אלבאני, הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו דער קרית יואל ווילעדזש אדמיניסטראטאר, און הרה"ח ר' נפתלי משה אינדיג הי"ו מראשי JCC, וואס האבן די זכי' צו זיין די שלוחים לדבר מצוה אויף די שווערע מיסיעס לנו ולזרעינו, און שוינען נישט קיין שעות אדער כוחות ביי יעדן טריט און שריט למען צרכי הכלל.
דמים תתלא משמע, געלט, בלוט און שווייס, אריינגערעכנט שווערע שטיינער, איז געווארן אינוועסטירט אין דעם מערכה, און וועט ווייטער אי"ה באגלייט ווערן דורך די אלע וועלכע שוויצן באמת פאר'ן יהדות החרדית, נישט פאר די העדליינס, נישט פאר די פארטייען, נישט פאר בילדער מיט פאליטישאנס, נאר פאר'ן תכלית און תועלת לפי דעת תורה, וואס ווי דער עבר ווייזט קומט מען דערמיט אן גאר ווייט בס"ד.
בדרך התורה נלך, בדרך התורה נצליח, מדרך התורה לא נמוש!
מזל טוב, מזל טוב!