זבולון שטיינקלאץ האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 07, 2026 5:07 pmסתם א הערה, א אפערעיטינג סיסטעם איז די זעלבע זאך ווי א עפפ?פ. לאקס האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 07, 2026 4:15 pmלמאי נפקא מינא?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 07, 2026 4:12 pm @פ. לאקס דיין פראגע קען געפרעגט ווערן אין 2 ליינס?
אבער לאמיר פראבירן.
1) פארוואס איז ענדרויד אפערעיטינג סיסטעם ווייניגער "קאמפליצירטע אינטערנעט עפפ" וואס דארף "העווי פילטערינג" ווי וועיז.
2) אויב וועיז אויף א טעלעפאן וועט נאכברענגען באנקינג און איינער וואס דארף דאס זאל האבן א טאבלעט, פארוואס זאל איינער וואס דארף וועיז נישט דארפן האבן א טאבלעט נאר מען קען עס מתיר זיין אויף א באזונדערע "וועיז דעווייס" און באנקינג איז נישט דא קיין באזונדערע "באנק דעווייס"?
אודאי נישט. אן אפערעיטינג סיסטעם איז די מוח פון די דעווייס. אויב האסטו א כשר-געבוירענע אפערעיטינג סיסטעם איז נישט מעגליך צו עפענען קיין שום לעכער (חוץ מיט דזשעילברעיקינג וואס דאס קען מען טון אויף יעדע דעווייס בעולם). משא"כ אויב דיין פאון איז געבויעט אויף אן ענדרויד אפערעיטינג סיסטעם, דארט הייבט זיך אן אלע פראבלעמען היות די אפערעיטינג סיסטעם בשרשו איז געבויעט אלס סמארטפאון, נאר דו האסט ארומגעשפילט דערמיט עס צו כשר'ן.
----
מיטהאלטנדיג די דעבאטע פון די זייט איז מיין ווערדיקט: @דער תהלים איד פשוט נישט געענטפערט הרב לאקס'נס פראגעס נאר זיך ארויסגעדרייט איינמאל און נאכאמאל.
יעצט זעה איך אז @הדסים האט שוין שיין אויסגעשמועסט איין פון די צוויי נקודות פון די דעבאטע.