שייטלען אמאל און היינט

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 958
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2585

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך מסתמא »

פרייליך האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 9:41 am
מסתמא האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 9:38 am
פרייליך האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 9:31 am

ס'דארט געווען א מצב וואס מען האט בדיעבד געמיזט ראטעווען פון א ערגערע פראבלעים
דאס ברענגט סך הכל ארויס אז בדיעבד ווייל די מצב האט דארט נישט געטויגט האט מען דאס געמיזט אריינברענגן,
דאס מאכט עס נישט פאר א לכתחילה'דיגע זאך ובפרט כהיום אין א זמן ווען די כיסוי הראש איז פרוץ אויף אזא שטארקע פארנעם.
נישטא קיין מקום לשנות פון וואס מהאט געזעהן אינדערהיים.
הייסטעס ס'גאר א פרומקייט און א הידור צו אנהאלטן דייקא א זאך וואס לכל הדיעות איז דא גדולי עולם וואס האלטן אז דער לבוש איז ערגער פון א דיעבד, דאס איז חידושים נפלאים.
מיין פריינט, איר ווילט כזאל דורכגיין די מעגל השנה און אייך טרעפן וויפיל מאל איר טרעט אויף גדולי עולם וואס מהאט פשוט נישט אנגענומען להלכה להחמיר?
איר ווייסט אז אויב אסרט איר שייטלעך און איר זענט זיך סומך אויף שיטת יעב"ץ דאן טאר אייער טאכטער נישט גיין מיט קיין אויפגעדעקטע האר כפי שיטתו.. האט איר שוין געקלערט פון איר צודעקן???

--------
אגב ברוב מקומות וואו מהאט יא גע'אסר'ט שייטלעך דוגמת פראנקפורט איז עס געווען אך ורק משום סייג וגדר נישט צו קומען צו גילוי שערות רח"ל (ההפלא"ה, תשובה מאהבה, בית יצחק ועוד גדולי הפוסקים האוסרים) נגד פשטות ההלכה.. אין אונגארן האט מען זיך בס"ה געהאלטן צום פשטות ההלכה.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
לקדש שם שמים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 278
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:02 pm
Location: גלילות
x 161

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך לקדש שם שמים »

פרייליך האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 9:31 am
מסתמא האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 9:25 am
פרייליך האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 9:16 am

א לכתחילה איד זיכט אין אזא צייט ווען די שייטלען טויגן נישט, צו גיין איבערגעדעקט.
אגב, די שייטלעך איז געווארן אנגענומען ביתר שאת לקולה אין אונגארן נאכן צוזעהן אז אין די מקומות וואו מהאט עס גע’אסר’ט לגמרי משום סייג וגדר (פולין ודייטשלאנד) האט עס סוכ”ס צוגעברענגט ביים המון עם צו גילוי שערות ממש רח”ל.
ס'דארט געווען א מצב וואס מען האט בדיעבד געמיזט ראטעווען פון א ערגערע פראבלעים
דאס ברענגט סך הכל ארויס אז בדיעבד ווייל די מצב האט דארט נישט געטויגט האט מען דאס געמיזט אריינברענגן,
דאס מאכט עס נישט פאר א לכתחילה'דיגע זאך ובפרט כהיום אין א זמן ווען די כיסוי הראש איז פרוץ אויף אזא שטארקע פארנעם.
סא איר ווילט צוריקדרייען צו 200 יאר צירוק איך הער...
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 958
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2585

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך מסתמא »

לקדש שם שמים האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 9:53 am
פרייליך האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 9:31 am
מסתמא האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 9:25 am

אגב, די שייטלעך איז געווארן אנגענומען ביתר שאת לקולה אין אונגארן נאכן צוזעהן אז אין די מקומות וואו מהאט עס גע’אסר’ט לגמרי משום סייג וגדר (פולין ודייטשלאנד) האט עס סוכ”ס צוגעברענגט ביים המון עם צו גילוי שערות ממש רח”ל.
ס'דארט געווען א מצב וואס מען האט בדיעבד געמיזט ראטעווען פון א ערגערע פראבלעים
דאס ברענגט סך הכל ארויס אז בדיעבד ווייל די מצב האט דארט נישט געטויגט האט מען דאס געמיזט אריינברענגן,
דאס מאכט עס נישט פאר א לכתחילה'דיגע זאך ובפרט כהיום אין א זמן ווען די כיסוי הראש איז פרוץ אויף אזא שטארקע פארנעם.
סא איר ווילט צוריקדרייען צו 200 יאר צירוק איך הער...
פונקט פארקערט, אין דייטשלאנד האט מען מחמיר געווען קעגן די פשטות ההלכה ווייל מהאט געמיינט אז דאס וועט ראטעווען אידישקייט, ארויסגעשטעלט האט זיך וויפיל דאס האט געהאלפן.. טאקע הגאון ר' שמשון רפאל הירש אין שטאט פראנקפורט עטליכע יאר נאך די חרם אויף שייטלעך און הגאון ר' עזריאל הילדעסהיימער (תלמידי הערוך לנר) שרייבן שוין אז שייטלעך איז א מנהג קדום און לכתחילה שבלכתחילה שוין זעהענדיג די חורבן פון די חומרא נגד ההלכה.
ואגב, עטליכע יאר נאכן דאס זיך געפונען אין לייפניק פונעם דברי חיים איז שוין נישט געווען כמעט קיין איין שומר תורה ומצוות אין יענע גאנצע מחוז... און אזוי אויכעט איז געווען אין שטאט פראג עטליכע יאר נאכן תשובה פונעם שו"ת תשובה מאהבה צו אסרן שייטלעך מחמת גילוי שערות.. אז די גאנצע שטאט איז געגאנגען בגילוי שערות.
אין אונגארן האט מען מעמיד געווען הדברים על דינא דשו"ע והנושאי כלים מן הנסיון הקרוב בעיירי דייטשלאנד ופולין. מהאט איינגעזעהן אז מדארף ארבעטן מיט חכמה און נישט בלויז לייגן איסורים אויף איסורים בדברים המותרים, נישט אלץ איז דאס דער מהלך.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
גראסערי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 366
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 223

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך גראסערי »

מסתמא האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 10:07 am

גאר אינטערעסאנט צו ליינען דו האסט אויסגעטראפן עפעס וואס די דברי חיים איז נישט בייגעפאלן

און נאך מער פון דעם אלע היימישע רבנים מאכן גאר איבער די זעלבע טעות נאכאמאל און די איינצוגסטע וואס האט זיך דערלערנט ביסטו?
לקדש שם שמים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 278
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:02 pm
Location: גלילות
x 161

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך לקדש שם שמים »

אלע היימישע רבנים? סאיז נאר דא איין היימישע רבי?
גראסערי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 366
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 223

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך גראסערי »

גראסערי האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 11:57 am

פאלט דיר נישט ביי אז די סיבה פארוואס אידישקייט איז געפאלן ווייל מען האט נישט געפאלגט די רבנים האוסרים

און די איינצוגסטע וואס זענען געבליבן ערליך אפילו ביז נאכן קריג זענען גאר די וואס האבן יא געפאלגט

נישט בייגעפאלן?
גראסערי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 366
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 223

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך גראסערי »

לקדש שם שמים האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 11:59 am אלע היימישע רבנים? סאיז נאר דא איין היימישע רבי?
ניין אלע היימישע רבנים האקן דערויף כסדר

פאפא, וויען, ביידע סאטמאר, באבוב, דומץ סקווירא ב'פ געהאט גרויסע מעמד לעצטענס אין מאנסי, אלע ווישניץ געהאט גרויסע מעמעדים, און די ליסט גייט ווייטער און ווייטער

אדרבה ברענג נאר איין היימישע רב וואס איז מתיר האר אויסזענדיגע שייטל

גראסערי האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 12:01 pm

דאכט זיך אז די וויענע קהלה איז גענוג בעל בתיש און די רב איז גענוג פארשטענדליך

און ער האט געזאגט ביי די פארגאנגענע ז אדר דרשה אז די היינטיגע שייטלן איז א איסור דאורייתא
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 958
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2585

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך מסתמא »

גראסערי האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 12:01 pm
לקדש שם שמים האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 11:59 am אלע היימישע רבנים? סאיז נאר דא איין היימישע רבי?
ניין אלע היימישע רבנים האקן דערויף כסדר

פאפא, וויען, ביידע סאטמאר, באבוב, דומץ סקווירא ב'פ געהאט גרויסע מעמד לעצטענס אין מאנסי, אלע ווישניץ געהאט גרויסע מעמעדים, און די ליסט גייט ווייטער און ווייטער

אדרבה ברענג נאר איין היימישע רב וואס איז מתיר האר אויסזענדיגע שייטל
נישט דאס איז די דיון דא ביז אהער.

1 אפענע צניעות'דיגע שייטלען זענען מותר לכתחילה.
2 האר מצד עצמה איז נישט אסור מטעם הירהור וגירוי, בלויז די דרכן לכסתו מאכט די הירהור וגירוי.

האר אויסזעענדע שייטלען איז יעדע שייטל.. די היינטיגע לעוול פון עכטקייט מאכט נייע שאלות (שלא מצינו בדברי הפוסקים עד ימינו) ווייל סקען ווערן אנגעקוקט ווי א זיוף אינעם חיוב כיסוי הראש (נישט מישן מיט היהורים וגירוי וואס קומט נישט אריין דא בכלל כמבואר לעיל) און אי"ה עוד חזון. אויב האט מען דאס מינדעסטע היכר אפילו א דינע בענד פאלט אוועק די גאנצע חשש אז מזעהט נישט קיין חילוק און דאס איז דאך פשוט ביותר (אגב, די מקור פון א דינע בענד טרעפן מיר שוין אין די גאר פריערדיגע אחרונים בזמנו של היעב"ץ ווי דער אפי זוטרא ומהר"מ חגיז, אז סאיז גענוג להיכר אפילו א דינע בענד).

און זייט וויסן אז אפילו דאס איז תלוי במחלוקת ווייל לפי הגר"מ פיינשטיין היות איינמאל די חשש מראית עין פאלט אוועק צוליב דעם וואס היינט ציטאגס איז די נושא פון פאה נכרית א היתר פשוט, דאן דארף מען שוין לדעתו בכלל נישט זעהן קיין שום חילוק בין אשת איש לנשואה כלל. אבער ווי געזאגט די היימישע פוסקים ווי דער שבט הלוי, הגר"נ געשטעטנער, הגרי"ש אלישיב, והגרי"ט ווייס זענען מחמיר במקום וואס מזעהט ממש נישט קיין שום חילוק.

אבער אן אפענע שייטל וואס המתבונן יכול להבחין (לשון הגרח"ק) שזה אינו שערה אלא שהוא גוף זר עליה (לשון השבט הלוי) אזאנס איז כשר וישר אפילו לויט די היימישסטע פוסקים וואס פארלאנגען צו זעהן א חילוק בין פניה לאשת איש. און נאכאמאל גארנישט מיט קיין הירהורים וגירוי צוטון.
גראב גערעדט, ווער איר שטייט נעבן די פרוי און איר ברויכט נישט אראפנעמען די שייטל בכדי צו וויסן אז דאס איז נישט איר האר, דאן איז זי נישט מזייף די חיוב פון כיסוי הראש כלל וכלל און זי איז א הייליגע אישה צנוע לכל הדיעות.

פשוטע אפענע דוגמאות און חילוקים להבחין בין שערה לפאה נכרית וואס פארלאנגט נישט קיין גרויסע התבוננות
1 סאיז מער שיינעדיג
2 סוואקסט נישט ארויס פון קאפ (נישט לעיס טאפ)
3 די שייטל איז נישט צוזאמענגענומען ווי א פאוני (לעצטנס יא, ואין לעשות כן).
4 די קרייזן וועלכע שערן זיך נישט איז עס בולט ביותר ווייל די שייטל איז עטוואס אפגעריקט

און פון גאר דערווייטנס האט מען בודאי אמאל אויכעט נישט געזעהן קיין חילוק ולא היו חוששין לזה, נאר אויף פון דער נאנט איז דער גאנצער דיון.
---------

מען טאר נישט גיין לאנג און ציפלאסן. אבער דאס האט נישט מיט הלכות פאה נכרית נאר מיט בגדי פריצות ווי הויזן אד"ג.. דא קומט שוין אריין הירהור וגירוי וכל הענינים כמו כל ענין של פריצות. ואין ענינו שייך לנדון דידן כלל.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
גראסערי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 366
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 223

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך גראסערי »

מסתמא האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 12:40 pm

איך קען נאר איבערזאגן נאכאמאל וואס שוין געשריבן

אלע רבני דורינו וואס שרייען אויף די היינטיגע שייטליך האלטן אנדערש ווי דאס וואס די האסט געשריבן

דעס וואס זיי זענען מוחה לעצטענס איז נישט פאר די האלבע % מענטשען וואס גייען שוואך אפילו לשיטתך נאר זיי זאגן קלאר אז די מצב איז איום ונורא

פאר סיי וועלכע סיבה נעמען זיי נישט אן די אלע הסברים וואס דו שרייבסט
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 958
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2585

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך מסתמא »

@גראסערי אבי גערעדט. קיינער האט נישט געזאגט אז די היינטיגע שייטלעך בכלליות זענען אסור, בלויז טייל דערפון.

או יע או נאו איז נישט מיין ליין, אויב ברענגט איר אראפ מקורות וכדומה קעמיר רעדן.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
גראסערי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 366
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 223

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך גראסערי »

מסתמא האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 1:47 pm @גראסערי אבי גערעדט. קיינער האט נישט געזאגט אז די היינטיגע שייטלעך בכלליות זענען אסור, בלויז טייל דערפון.

או יע או נאו איז נישט מיין ליין, אויב ברענגט איר אראפ א מקורות וכדומה קעמיר רעדן
מסכים
איך וועל מאכן די פארשט ארבעט אי'ה
זאג מיר פון וועלכע גרעסרע רב די ווילסט איך זאל ברענגען
און דו ברענג סיי וועלעכע היינטיגע גרעסערע חסידישע רב וואס האלט אז מיט א קליינע בענדל מעג מען שוין גיין מיט א שייטל וואס רוב ציבור גייט היינט
לדוגמא האר אריין אין פנים, צולאזט, קליינע קאפליך וואס זעט זיך נישט אן און פראנט ועוד

פארגעס נישט דו עיקר טענעריי איז צו עס איז דא אויף וואס צו איבערדרייען א וועלט און מוחה זיין צוליב וואס א גרויסע ציבור גייט באיסור, אדער לאזן זאכן וויאזוי דאס איז, און נאר אפאר פרומע ליידיגערס מאכן פאסטערס
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 958
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2585

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך מסתמא »

גראסערי האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 1:53 pm
מסתמא האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 1:47 pm @גראסערי אבי גערעדט. קיינער האט נישט געזאגט אז די היינטיגע שייטלעך בכלליות זענען אסור, בלויז טייל דערפון.

או יע או נאו איז נישט מיין ליין, אויב ברענגט איר אראפ א מקורות וכדומה קעמיר רעדן
מסכים
איך וועל מאכן די פארשט ארבעט אי'ה
זאג מיר פון וועלכע גרעסרע רב די ווילסט איך זאל ברענגען
און דו ברענג סיי וועלעכע היינטיגע גרעסערע חסידישע רב וואס האלט אז מיט א קליינע בענדל מעג מען שוין זאכן וויאזוי דאס איז, און נאר אפאר פרומע ליידיגערס מאכן פאסטערס
כהאב ביז אהער פרובירט מברר זיין פשטות השו”ע והפוסקים און דאס איז מיר מחייב. יעדער פון די גדולי הפוסקים ובפרט די היימישע קענט איר אראפברענגען און מברר זיין דאס ענין, אדרבה ואדרבה

סתם סניפס פון לשונות אן קיין פארדעם און נאכדעם זאגט נישט גארנישט, מדארף אראפברענגען די פולע היקף.

אדרבה ואדרבה ויישר כח למפרע!
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
לקדש שם שמים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 278
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:02 pm
Location: גלילות
x 161

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך לקדש שם שמים »

גראסערי האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 1:38 pm
מסתמא האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 12:40 pm
גראסערי האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 12:01 pm

ניין אלע היימישע רבנים האקן דערויף כסדר

פאפא, וויען, ביידע סאטמאר, באבוב, דומץ סקווירא ב'פ געהאט גרויסע מעמד לעצטענס אין מאנסי, אלע ווישניץ געהאט גרויסע מעמעדים, און די ליסט גייט ווייטער און ווייטער

אדרבה ברענג נאר איין היימישע רב וואס איז מתיר האר אויסזענדיגע שייטל
נישט דאס איז די דיון דא ביז אהער.

1 אפענע צניעות'דיגע שייטלען זענען מותר לכתחילה.
2 האר מצד עצמה איז נישט אסור מטעם הירהור וגירוי, בלויז די דרכן לכסתו מאכט די הירהור וגירוי.

האר אויסזעענדע שייטלען איז יעדע שייטל.. די היינטיגע לעוול פון עכטקייט מאכט נייע שאלות (שלא מצינו בדברי הפוסקים עד ימינו) ווייל סקען ווערן אנגעקוקט ווי א זיוף אינעם חיוב כיסוי הראש (נישט מישן מיט היהורים וגירוי וואס קומט נישט אריין דא בכלל כמבואר לעיל) און אי"ה עוד חזון. אויב האט מען דאס מינדעסטע היכר אפילו א דינע בענד פאלט אוועק די גאנצע חשש אז מזעהט נישט קיין חילוק און דאס איז דאך פשוט ביותר (אגב, די מקור פון א דינע בענד טרעפן מיר שוין אין די גאר פריערדיגע אחרונים בזמנו של היעב"ץ ווי דער אפי זוטרא ומהר"מ חגיז, אז סאיז גענוג להיכר אפילו א דינע בענד).

און זייט וויסן אז אפילו דאס איז תלוי במחלוקת ווייל לפי הגר"מ פיינשטיין היות איינמאל די חשש מראית עין פאלט אוועק צוליב דעם וואס היינט ציטאגס איז די נושא פון פאה נכרית א היתר פשוט, דאן דארף מען שוין לדעתו בכלל נישט זעהן קיין שום חילוק בין אשת איש לנשואה כלל. אבער ווי געזאגט די היימישע פוסקים ווי דער שבט הלוי, הגר"נ געשטעטנער, הגרי"ש אלישיב, והגרי"ט ווייס זענען מחמיר במקום וואס מזעהט ממש נישט קיין שום חילוק.

אבער אן אפענע שייטל וואס המתבונן יכול להבחין (לשון הגרח"ק) שזה אינו שערה אלא שהוא גוף זר עליה (לשון השבט הלוי) אזאנס איז כשר וישר אפילו לויט די היימישסטע פוסקים וואס פארלאנגען צו זעהן א חילוק בין פניה לאשת איש. און נאכאמאל גארנישט מיט קיין הירהורים וגירוי צוטון.
גראב גערעדט, ווער איר שטייט נעבן די פרוי און איר ברויכט נישט אראפנעמען די שייטל בכדי צו וויסן אז דאס איז נישט איר האר, דאן איז זי נישט מזייף די חיוב פון כיסוי הראש כלל וכלל און זי איז א הייליגע אישה צנוע לכל הדיעות.

פשוטע אפענע דוגמאות און חילוקים להבחין בין שערה לפאה נכרית וואס פארלאנגט נישט קיין גרויסע התבוננות
1 סאיז מער שיינעדיג
2 סוואקסט נישט ארויס פון קאפ (נישט לעיס טאפ)
3 די שייטל איז נישט צוזאמענגענומען ווי א פאוני (לעצטנס יא, ואין לעשות כן).
4 די קרייזן וועלכע שערן זיך נישט איז עס בולט ביותר ווייל די שייטל איז עטוואס אפגעריקט

און פון גאר דערווייטנס האט מען בודאי אמאל אויכעט נישט געזעהן קיין חילוק ולא היו חוששין לזה, נאר אויף פון דער נאנט איז דער גאנצער דיון.
---------

מען טאר נישט גיין לאנג און ציפלאסן. אבער דאס האט נישט מיט הלכות פאה נכרית נאר מיט בגדי פריצות ווי הויזן אד"ג.. דא קומט שוין אריין הירהור וגירוי וכל הענינים כמו כל ענין של פריצות. ואין ענינו שייך לנדון דידן כלל.
איך קען נאר איבערזאגן נאכאמאל וואס שוין געשריבן

אלע רבני דורינו וואס שרייען אויף די היינטיגע שייטליך האלטן אנדערש ווי דאס וואס די האסט געשריבן

דעס וואס זיי זענען מוחה לעצטענס איז נישט פאר די האלבע % מענטשען וואס גייען שוואך אפילו לשיטתך נאר זיי זאגן קלאר אז די מצב איז איום ונורא

פאר סיי וועלכע סיבה נעמען זיי נישט אן די אלע הסברים וואס דו שרייבסט
יא סאיז מער ווי א האלבע % נישט אויסגעהאלטענע און פון דעם רעדן אלע רבנים
פאם פיילעט
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2023 5:00 pm
x 6

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך פאם פיילעט »

נאכן ליינען 20 בלעטער פון תגובות/ פאסטס
שטיי איך אין איך שטוין
וואס אין די גיהנום טענהט מען זיך דא
מסתמא און תהילים יוד און גראסערי
רייסן זיך ביי די קעפ מען שיסט גאונישע סברות
למעשה
יעדער איז מודה אז עס איז דא מתירם
יעדער איז מודה אז עס איז דא אוסרים
יעדער איז מודה אז לאנגע און צעלאזטע שייטלעך איז א פראבלעם
סא ווי קריגט מען זיך????
גראסערי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 366
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 223

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך גראסערי »

@מסתמא האט געהאט טענות אויף די קאמפיין בקהל' סאטמאר מהר'א היתכן מען לייגט אזעלכע צעטליך אן קיין הסכמה פון קיין שום רב
viewtopic.php?p=33776#p33776
viewtopic.php?p=33633#p33633

נאכן צוברענגען לשונות פון די רבי פון די קהלה וואס בארעכטיגט די קאמפיין ענטפערט ער מיט די שו'ע ופוסקים וחוזר חלילה

די מינוט ער וועט זאגן אז די רבנים זענען זיך טועה און זיי גייען קעגן די שו'ע טרעיט איך אפ

עס איז געהעריג טענו בחיטין והודו לזכר קדשו

איך זאג סכ'ה אז דא איז דא א פראבלעם פון אלע היימישע רבנים און דאס בארעכטיגט א שטארקע קאמפיין דערקעגען
גראסערי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 366
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 223

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך גראסערי »

מסתמא האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 2:06 pm
גראסערי האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 1:53 pm
מסתמא האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 1:47 pm @גראסערי אבי גערעדט. קיינער האט נישט געזאגט אז די היינטיגע שייטלעך בכלליות זענען אסור, בלויז טייל דערפון.

או יע או נאו איז נישט מיין ליין, אויב ברענגט איר אראפ א מקורות וכדומה קעמיר רעדן
מסכים
איך וועל מאכן די פארשט ארבעט אי'ה
זאג מיר פון וועלכע גרעסרע רב די ווילסט איך זאל ברענגען
און דו ברענג סיי וועלעכע היינטיגע גרעסערע חסידישע רב וואס האלט אז מיט א קליינע בענדל מעג מען שוין זאכן וויאזוי דאס איז, און נאר אפאר פרומע ליידיגערס מאכן פאסטערס
כהאב ביז אהער פרובירט מברר זיין פשטות השו”ע והפוסקים און דאס איז מיר מחייב. יעדער פון די גדולי הפוסקים ובפרט די היימישע קענט איר אראפברענגען און מברר זיין דאס ענין, אדרבה ואדרבה

סתם סניפס פון לשונות אן קיין פארדעם און נאכדעם זאגט נישט גארנישט, מדארף אראפברענגען די פולע היקף.

אדרבה ואדרבה ויישר כח למפרע!
דא האסטו די גאנצע
viewtopic.php?p=34568#p34568
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 958
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2585

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך מסתמא »

גראסערי האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 4:18 pm @מסתמא האט געהאט טענות אויף די קאמפיין בקהל' סאטמאר מהר'א היתכן מען לייגט אזעלכע צעטליך אן קיין הסכמה פון קיין שום רב
טייל צעטלעך האבן טאקע דעקונג פון די דברי מהר”א ודייניו און טייל נישט, אבער די צעטלעך ווערן נישט אדורכגעקוקט דורך קיינעם און די קאמפיין ווערט געפירט דורך אפאר א”ג עסקנים און נישט בחינם טרעפט מען דארטן גראבע עמי הארצות’ער.

הלכה למעשה האט זיך יעדער זיין מסורה און מורה דרך סייווי און כמוז מיך נישט באציען צו יעדער וואס רעדט אין די נושא כמשה מסיני חוץ טאמער סאיז מתוך שקלא וטריא בדברי הש”ס שו”ע והפוסקים מיט טעמים ונימוקים.

כלל ישראל איז נתחייב בחיוב גמור צו פאלגן די דברי השו”ע והפוסקים אן קיין שום מעשיות. אבער געזאגטע דיבורים כמשה מפי הגבורה בלי טעמים ונימוקים ומקור בש”ס שו”ע והפוסקים געזאגט דורך סיי וועמען זענען בלויז מחייב די וועלכע האלטן זיי פאר זייער מורה דרך וכו’ ואינו ענין לכאן סאיז גארנישט געזאגט. ביטע מיר ארויסלאזן פון אזאלעכע סארט ענינים און אי”ה וועל איך בעתיד מער נישט ענטפערן אויף אזאלעכע סארט טענות וראיות, ועל הכלל כולו יצא.

א גוט שבת!
ואי”ה בלי נדר אדער צוזאג וועלמיר ממשיך זיין.
-----

האקט, וזה נכלל בהכלל כולו וד”ל.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
גראסערי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 366
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 223

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך גראסערי »

מסתמא האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 4:57 pm
גראסערי האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 4:18 pm @מסתמא האט געהאט טענות אויף די קאמפיין בקהל' סאטמאר מהר'א היתכן מען לייגט אזעלכע צעטליך אן קיין הסכמה פון קיין שום רב
טייל צעטלעך האבן טאקע דעקונג פון די דברי מהר”א ודייניו און טייל נישט, אבער די צעטלעך ווערן נישט אדורכגעקוקט דורך קיינעם און די קאמפיין ווערט געפירט דורך אפאר א”ג עסקנים און נישט בחינם טרעפט מען דארטן גראבע עמי הארצות’ער.

הלכה למעשה האט זיך יעדער זיין מסורה און מורה דרך סייווי און כמוז מיך נישט באציען צו יעדער וואס רעדט אין די נושא כמשה מסיני חוץ טאמער סאיז מתוך שקלא וטריא בדברי הש”ס שו”ע והפוסקים מיט טעמים ונימוקים.

כלל ישראל איז נתחייב בחיוב גמור צו פאלגן די דברי השו”ע והפוסקים אן קיין שום מעשיות. אבער געזאגטע דיבורים כמשה מפי הגבורה בלי טעמים ונימוקים ומקור בש”ס שו”ע והפוסקים געזאגט דורך סיי וועמען זענען בלויז מחייב די וועלכע האלטן זיי פאר זייער מורה דרך וכו’ ואינו ענין לכאן סאיז גארנישט געזאגט. ביטע מיר ארויסלאזן פון אזאלעכע סארט ענינים און אי”ה וועל איך בעתיד מער נישט ענטפערן אויף אזאלעכע סארט טענות וראיות, ועל הכלל כולו יצא.

א גוט שבת!
ואי”ה בלי נדר אדער צוזאג וועלמיר ממשיך זיין.
-----

האקט, וזה נכלל בהכלל כולו וד”ל.
דא האב מיר געוואלט צוקומען,

דיר איז מחייב בלויז די שו'ע און נישט קיין מנהיגי הדור בזמנינו, וויאזוי זיי זעהן די פירצת הדור, און וויאזוי זיי לערנען אריין פשט אין די שו'ע

לויט ווי עס זעט אויס די לעצטע בלעטער, מען האט נישט געקענט ברענגען קיין איין היימישע מורה דרך בזמנינו וואס די ציבור דא פארלאזט זיך, זאל האלטן וויאזוי די שרייבסט אויף די האקעלע ענינים

פון דא קענסטו שוין שרייבן וויייטער וואס דו ווילסט

#וידע הקהל וישפוט
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 958
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2585

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך מסתמא »

גראסערי האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 04, 2023 8:42 pm דא האב מיר געוואלט צוקומען,

דיר איז מחייב בלויז די שו'ע און נישט קיין מנהיגי הדור בזמנינו, וויאזוי זיי זעהן די פירצת הדור, און וויאזוי זיי לערנען אריין פשט אין די שו'ע

לויט ווי עס זעט אויס די לעצטע בלעטער, מען האט נישט געקענט ברענגען קיין איין היימישע מורה דרך בזמנינו וואס די ציבור דא פארלאזט זיך, זאל האלטן וויאזוי די שרייבסט אויף די האקעלע ענינים

פון דא קענסטו שוין שרייבן וויייטער וואס דו ווילסט

#וידע הקהל וישפוט
ניין. איר ווילט אז כזאל אריינגיין אין א טענה’ריי צו מהר”א ודייניו זענען ”די מנהיגי הדור” און איר גייט מיך נישט אריינשלעפן אהין. כגיי מיך נישט באציען צו איין ספעציפישע קרייז אדער גדול וכו’ וכו’
דאס האבעך יא געשריבן און כשטיי ווייטער אינטער דעם אז קיינער נעמט נישט קיין אחריות אויף די צעטלעך און די קאמפיין בקהילתו, סווערט געפירט דורך א”ג עסקנים און טראגט טאקע יענע פנים. ביי אייך איז די ענין געשלאסן צוליב קהילת מהר”א ודייניו, פיין... און דערמיט שליס איך אויכעט דאס זיך באציען צו קהילת מהר”א ספעציפיש בנושא הזה, חוץ כמובן אויף טעמים ונימוקים בש”ס ופוסקים וואס קיין שומר תורה ומצוות טאר נישט איגנארירן.

די דעת פון די אינטערנאציאנאל אנערקענטע גדולי הדור זענען מיר כמובן אבסאלוטלי מחייב און אדרבה ברענגט נאך וואס זיי שרייבן. נישט קיין תקנות/סטעיטמענטס וואס מהענגט אין א ספעציפישע קהילה כחוק בלי טעם.

ואי”ה וועלן מיר ממשיך זיין אין די דעת פון די לעצטע פוסקים ווייל מיר זענען נאכנישט אנגעקומען צו דעם געהעריג
ווער רעדט? פון וואס? צוליב וואס?
סתם אומקלארע זאכן זאגט נישט גארנישט. ואי”ה וועלן מיר ממשיך בלי”נ אדער צוזאג.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
פרייליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 579
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:38 pm
x 334

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך פרייליך »

פאם פיילעט האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 4:07 pm נאכן ליינען 20 בלעטער פון תגובות/ פאסטס
שטיי איך אין איך שטוין
וואס אין די גיהנום טענהט מען זיך דא
מסתמא און תהילים יוד און גראסערי
רייסן זיך ביי די קעפ מען שיסט גאונישע סברות
למעשה
יעדער איז מודה אז עס איז דא מתירם

יעדער איז מודה אז עס איז דא אוסרים
יעדער איז מודה אז לאנגע און צעלאזטע שייטלעך איז א פראבלעם
סא ווי קריגט מען זיך????
מען קריגט זיך אין די כו"ע מודי אז ס'דא מתירים
לדעת מסתמא וחבורתו איז די אלע וואס האבן אין די משפחה א היסטערי פון אסאך דורות מיט שייטלען ווילן זיי דאס בשום אופן אנערקענען אז דאס איז נישט געווען א הינדערט פראצענטיגע לכתחילה אזוי צו גיין
הגם @מסתמא ווייסט אויך אז גדולי ישראל האבן דאס געוואלט אויסראטען און האבן מחמת מצב הדור געקענט גיין בלויז מיט שטייטע טריט אין די נושא, די פראגע איז נישט צו ס'יא אדער נישט געווען מתירים, די נידון איז צו עס איז געווען בלי פקפוק א הינדערט פראצענטיגער לכתחילה אזוי צו גיין.
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 958
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2585

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך מסתמא »

פרייליך האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 04, 2023 10:10 pm

פשטות השו”ע והפוסקים המחייבים כל בן ישראל וכמו שהבתי לעיל באריכות

מסתמא האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 04, 2023 10:16 pm

די גדולי ישראל וואס האבן דאס געוואלט אויסרייסן האבן גוט געוויסט דעם 'פשטות השו”ע והפוסקים המחייבים כל בן ישראל'
זיי האבן דאס קלאר געהאלטן פאר א דרגה אראפציר אין כיסוי ראש

פרייליך האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 04, 2023 10:21 pm

סזענען געווען וואס האבן געוואלט מחמיר זיין נגד פשטות השו”ע, פיין. איז דאס מחייב כלל ישראל? זאגט דאס אז עמיצער וואס פירט זיך כפשטות השו”ע איז א בדיעבד איד? איר ווייסט דעם ענטפער.
אסאך זאכן האבן אסאך גדולים מחמיר געווען און איז בלויז מחייב זייערע אנהענגער און דאס איז נישט דער נידון דא.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
פרייליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 579
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:38 pm
x 334

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך פרייליך »

מסתמא האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 04, 2023 10:24 pm
פרייליך האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 04, 2023 10:21 pm
מסתמא האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 04, 2023 10:16 pm

פשטות השו”ע והפוסקים המחייבים כל בן ישראל וכמו שהבתי לעיל באריכות
די גדולי ישראל וואס האבן דאס געוואלט אויסרייסן האבן גוט געוויסט דעם 'פשטות השו”ע והפוסקים המחייבים כל בן ישראל'
זיי האבן דאס קלאר געהאלטן פאר א דרגה אראפציר אין כיסוי ראש
סזענען געווען וואס האבן געוואלט מחמיר זיין נגד פשטות השו”ע, פיין. איז דאס מחייב כלל ישראל?
ביסט דאך ברוגז אויף סאטמארע אידן וואס שרייבן צעטליך, וואס עפעס רופסטו דאס מחייב זיין כלל ישראל
שרייב פאוסט