בן מנחם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 2:59 am
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 14, 2024 7:43 pm
איי געט יור פוינט. און גראדע שטים איך צו מיט עטליכע נקודות. אבער לאמיר גיין צו שטייט.
די סיבה פארוואס הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן האט אזוי פיל שומעים, איז די זעלבע סיבה פארוואס דער הייליגער בעל שם טוב ותלמידיו האבן געהאט נאכפאלגער. אידן זענען מבקשים, אידן ווילן הערן דעם דבר ד'. אידן ווילן זיך מקשר זיין לאביהם שבשמים. איך בין נישט מדמה, אבער וואס פארקויפט רבי אלימלך בסך הכל? די זעלבע נושאים וואס די תלמידי בעל שם האבן פארקויפט. התחזקות באמונה, קדושת החיים, זהירות בעניני בין אדם לחבירו, גודל מעלת התפילה, קדושת שבת, וכו' וכו'. דער האט עפעס באשאפן א תורה חדשה וואס ברענגט אים מער שומעים? ער איז עפעס א פסיכאלאג? דער איז דאך א מתנה מן השמים פאר'ן דור! דער בל שם הקדוש איז געווען א מתנה פאר זיין דור, און מיר האבן א מתנה פונעם אויבערשטען פאר אונזער דור. דער אויבערשטער פארלאזט נישט זיין פאלק. עמד ושתלן בכל דור. בסך הכך דארף מען נישט היינט קלעטערן לאנגע מיילן צו הערן דעם דבר ד', מיט איין טעלעפאון רוף קען מען הערן א שעה התחזקות והתעוררת.
רעדענדיג איבער רבי אלימלך לעצמו. איך מיין אז עס איז נישטא היינט, און עס איז נישט געווען אין מאדערן היסטארי א משפיע וואס איז בדומה לו. יעדער איינער איז כדאי לעצמו. אבער די כח וואס ער האט פון זיך אראפלאזן צום מגושם און מיט אים "קאנעקטען" און זיך ווערטלען, הגם וואס זיין פערזענליכע לעבנס שטייגער איז בפרישות עצומה. ער געבט דיר אלעמאל דעם איינדריק ווי ער פארשטייט דיר און אז ער מיטשעט זיך מיט די זעלבע נסיונת, אנדערש ווי אנדערע וואס געבן דעם איינדרוק כאילו דו ביסט געפאלן פון די לבנה. ער וועט קיינמאל נישט זאגן א שלעכט ווארט אויף א איד, ער וועט אלעמאל פראבירן צו טרעפן די נקודה טובה און אויפבויען דעם מענטש. אנדערש ווי אנדערע משפיעים וואס וועלן ברבים אראפרייסען געוויסע סארטן מענטשען. ער וועט דיר שטעכן און גלעטן בהעלם אחת, כדי דו זאלסט נתעורר ווערן, אבער נישט צובראכען ווערן. אנדערש ווי אנדערע משפיעים וואס קענען נאר גלעטן אדער נאר שטעכן. פיו ולבו שווין בבחינת הוא היה אומר, זיין מהות זאגט דיר אז יעדע ווארט וואס קומט ארויס פון זיין מויל איז ער באמת. וליתר שאת איז ער נאך געבענטשט מיט א שטארקע סענס אם הומער און ער וועט אלעמאל באווייזען צו האלטן די לופט ארום זיך דערפרישענד. זיין כח ההשפעה איז בפשטות נישטא בדומה לו. ווען ער וויל דו זאלסט וויינען וועסטו וויינען, ווען ער וויל דו זאלסט לאכן וועסטו לאכן. ווען ער וויל דו זאלסט טאנצען וועסטו טאנצען, און ווען ער וויל דו זאלסט זיין בהתעוררת וועסטו זיין בהתעוררת. דאס איז א געוואלדיגע כשרון מיט וואס ער איז געבענטש געווארן, אך ורק ווייל דער אויבערשטער האט אינזין געהאט אונזער דור יתום.
איז עס א וואונדער אז ער האט אזוי פיל שומעים?
דאס איז לית מאן דפליג אז מיר געפינען זיך אין א דור וואס הערשט א גרויסע צמאון לשמוע דבר ד'. יא דער נביא זאגט אז אזוי וועט זיין. צו מיר שטייען שוין טאקע ממש פאר ביאת המשיח אדער עס וועט נאך נעמען לאנג? ווייס איך נישט, איך האף אז יא. אבער דער צמאון וואקסט ביי די דעי. די הערצער פון אידן שרייען איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין אפגעהיטען.
די גאנצע בליק וואס איר האט אויף די היינטיגע וועלט, איז נישט ריכטיג. די אמאליגע וועלט איז נישט בעסער געווען. פאליטיק איז נישט געווען פאליטיק, ביזנעס איז נישט געווען ביזנעס. אלעס איז אלעמאל געווען געבויעט אויף לופט. קנאה ושנאה. מה שהיה הוא שיהיה ומה שנעשה הוא שיעשה ואין כל חדש תחת השמש. ואל תאמר מה היה שהימים הראשנים היו טובים מאלה כי לא מחכמה שאלת על זה. די וועלט האט אלעמאל אויסגעזעהן די זעלבע. פארשטייט זיך אז יעדע דור האט א זיך זיין אייגענארטיגקייט. אבער די וועלט איז שקר מתחילתה ועד סופה. דער יצר הרע איז דער מלך זקן וכסיל, דער איז דער מערסט עקפיריענסד. דער גייט שוין אן באלד זעקס טויזענט יאר, צו יעדע צייט מיט א פרישע מיטל.
מחלוקת אין כלל ישראל איז אלעמאל געווען, כופרים ופשעים זענען אלעמאל געווען, אנדרייערס און שווינדלערס זענען אלעמאל געווען, מחוצפים פאר רבנים זענען אלעמאל געווען. דור הלך ודור בא והארץ לעולם עמדת.
שטארק געשריבן.....
האסט א נעקסט לעוועל וועג וויאזוי די שרייבסט די באשעפער האט דיר געגעבן טאלאנט...
איי פולי עגרי אויף רבי אלימלך...
איך וויל ארויסברענגן נאך א זאך, אז איך שפיר, אז די האסט זייער גוט ארויסגעברענגט, וואס איך און נאך זעהן און ברסלב, און פארוואס ברסלב האט אזא שטארקע נאכפאלגערשאפט, די זאכן וואס די האסט געשריבן, אויף רבי אלימלך, קען מען קאפי פעיסטן צו ברסלב + נאך און נאך גוטע זאכן...
רבי נחמן איז דאך געווען דעם בעש''ט'ס אן אייניקעל, ער נעמט די תורות הבעש''ט, און שיינט עס אריין און די טונקעלסטע פלעצער..
איך וועל ציטירן בערך דיינע ווערטער, וואס די שרייבסט אויף רבי אלימלך, וואס איך זעה עס און ברסלב.
'די כח וואס ער האט פון זיך אראפלאזן צום מגושם און מיט אים "קאנעקטען"
ער געבט דיר אלעמאל דעם איינדריק ווי ער פארשטייט דיר און אז ער מיטשעט זיך מיט די זעלבע נסיונת, אנדערש ווי אנדערע וואס געבן דעם איינדרוק כאילו דו ביסט געפאלן פון די לבנה.
ער וועט קיינמאל נישט זאגן א שלעכט ווארט אויף א איד, ער וועט אלעמאל פראבירן צו טרעפן די נקודה טובה און אויפבויען דעם מענטש
דאס און נאך און נאך און נאך גוטע זאכן טרעפט מען און ברסלב.....
מען קען רעדן און רעדן אפאר טעג און א צו, וואס ברסלב טוט אלס אויף, מיט מענטשן, און וויאזוי עס טוישט מענטשן לטובה, נאן סטאפ, ווער עס רירט נאר אן ברסלב מיט א אמת וועט עס שפירען די מענטש טוישט זיך לטובה, אויף א פרצדענטלאזע פארנעם.
דאס זאגן צענדליגער טויזענטער יודען, וואס זענען אנגעקומען צו תורת ברסלב, מכל קצוי תבל, אלע שיכטן און קרייזן.
חוזרי בתשובה וואס זענען געווען פריי.... וואס נעמט אריין קלוגע און געלערנטע מענטשן ...
יודען ביי אונז און בית מדרש ..... סתם יודען..... יודען וואס די סיסטעם האט אויפגעגעבן אויף זיי.... און יודען ת''ח און בעלי מדריגה.... און אלעס אינצווישען...
וואס איז פשט אז ברסלב האט אזוי אויפגעפיקט וועל איך ווייטער ברענגן בערך וואס די שרייבסט
(פארפאלען ב''ה ביזט א מעכטיגע שרייבער ס'איז א שאד איך זאל טרייען מיך צו בעסער ארויסברענגן דיין שריפט איז סאמטינג ספעשיל)
אך ורק ווייל דער אויבערשטער האט אינזין געהאט אונזער דור יתום.
איז עס א וואונדער אז ער האט אזוי פיל שומעים?
דאס איז זיכער אז יעדער ווייסט, אז מיר געפינען זיך אין א דור וואס הערשט א גרויסע צמאון לשמוע דבר ד'. יא דער נביא זאגט אז אזוי וועט זיין
דער צמאון וואקסט ביי די דעי. די הערצער פון אידן שרייען איך וויל זיין ערליךוכו'...
און דאס וואס די ענדיגסט צו, וועגן די אמאליגע וועלט, איז א שטארקע אמת, און דא קום איך אן צו א פוינט, וואס איינער וואס איז געהאלפן געווארן דורך ברסלב, אדער פארשטייט באמת וואס ברסלב איז, טוט אים עס זייער וויי..
רבי נחמן און רבי נתן האבן שוין שוין בחיים חיותם, צוריק געברענגט די ערגסטע ערגסטע משכילים און רשעים צום באשעפער, מענטשן וואס עס איז בכלל נישט געווען קיין שאנס, אז זיי זאלן חוזר בתשובה זיין, אבער זיי האבן עס באוויזן.
און אזוי אויך במשך די לעצטע צוויי הונדרעט יאר, דאס ביסל ביסל יודן וואס זענען אנגעקומען צו ברסלב, איז נישט געווען קיין חיליק זייער מצב, ס'האט געקענט זיין דאס ערגסטע, אבער ממש דאס ערגעסטע, אבער א פייער וואס פלאקערט תשובה אמונה וכו' האט זיך אנגעצינדן און זייער נשמה, און צום סוף, ביים לעצטן אטעם, זענען זיי אוועק זייענדיג צדיקים גמורים.
און ס'איז ליידער געשען וואס עס איז געשען, די אור של צדיק איז ליידער געווען פארטונקעלט אסאך אסאך יארן, און מען דארף פאר קיינעם נישט זאגן, וואס עס איז אריבער אויף כלל ישראל און די יארן - די לעצטע צוויי הונדרעט יאר, ברוחניות ובגשמיות, און ווער ווייסט, צו ווען די אור של הצדיק וואלט דעגרייכט, די אלע נשמות וואלטען זיי נישט אנגעקומען, ווי זיי זענען אנגעקומען. ווי אנדרעש איז די בילד מיט די וואס זענען יא אנגעקומען צו ברסלב...
איז ב''ה די לעצטערע יארן האט די באשעפער געהאלפן, שוינענדיג די דור יתום, אז ברסלב זאל זיך אנהייבן צו פארשפרייטן אויף אלע עקן וועלט,ס'שיינט און באלייכט, און לעבט אויף טויטע נשמות, וואס קערן זיך צוריק צו זייער טאטע וואס האט אזוי געווארט אויף זיי...
ווער עס איז שוין געווען ערב ראש השנה ביים ציון ווייסט וואס מען רעדט ס'איז א וואש מאשין וואס רייניגט נשמות, יודען וואס אמאל וואלטען זיי פארפאלען געגאנגען..
אבער יעצט ווילן זיי נאר די אבינו שבשמים, ווילן נאר און נאר זייער טאטע, זיי האלטען און איין בעסער ווערן, ביי איינעם נעמט עס שנעלער, און ביי איינעם שטייטער, אבער זיי זענען און די ריכטיגע לעין, וואס פארט ביזן ווערן א צדיק גמור...
בקיצור אנשטאטס עס זאל איבערגיין איינמאל און נאכעמאל, די זעלבע מציעות, אזוי ווי די האסט עס זייער גוט אראפגעלייגט, איז דא עפעס ניי, ס'דא א צדיק וואס וועקט אויף נשמות, און שטעלט אפ די געלאפ,
(צום וויפלטען מאל זענען מיר שוין דא ? איין באשעפער ווייסט) און מען זעהט ווי זאכן הייבן אן גיין און די גוטע דירעקשאן..
נשמות קומען אן צו ווי זיי דארפען אנקומען.... וואס ביז רבי נחמן איז עס נישט געשען.....
יא יא משיח איז אן די וועי