חלום חלמתי האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 16, 2025 12:10 pm
שמח האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 16, 2025 9:10 am
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 16, 2025 1:44 am
פרעג א יונגל פון חדר.
איך פרעג דיר! איז די גדר די 'אויסזעהן' פונעם דעווייס אדער די 'מעגליכקייטן' דערפון?
אבוויעסלי איז א טאבלעט ממש א מצוה, טראץ אירע מעגליכקייטן. סאו אינטערנעט איז נישט קיין פראבלעם, נאר עפעס א געוויסע סארט כלי מיטן נאמען סמארטפאון איז, און דאס איז מען דן וואס סגייט אריין אינעם גדר, און גדר מיינט מען די אויסזען ווייל מעגליכקייט איז נישט די אישא...
כ'מיין אז דו און
@הדסים דו האבן מיר נישט פארשטאנען.
איך פארשטיי אז דער ''עיקר'' פראבלעם פונעם סמארט פאון איז די מעגלעכקייטן, און מ'האט אוועקגעשטעלט א גדר, די אויסזעהן.
איך האב פארשטאנען פון
@הלבלר בקולמסו אז א סמארט-פאון קען ער פארשטיין די גזירה ווייל ס'איז געוויסע סארט כלי.
ועוד, א סמארטפאון איז א געוויסע סארט כלי, ממילא האט פשט צו זאגן אז "אטע דער כלי" דאס איז דער פראבלעם.
יעצט, אויב א קווין פאון - לדוגמא - האט די זעלבע פראבלעמען ווי א סמארט-פאון וויבלאד ס'האט א פילע ענדרויד סיסטעם, משא''כ ביליגערע סארט פליפ-פאונס ארבעט אויף ענדרויד גאו אוו געט נישט אלע מעגליכקייטן פונעם סמארט-פאון, אפי ס'קען ליידער ברענגן איבער געניג מכשולות, איז עס למעשה א דרגה שוואכער ווי א פולע ענדרויד סיסטעם, איז דאס אויך אין כלל פון ''געוויסע סארט כלי'' וואס דו רעדסט?
פשט אין די ווערטער ''א געוויסע סארט כלי'', מיינט מען די אויסזעהן אדער די מעגליכקייטן? אויב מעגליכקייטן, פארוואס זאל נישט יעדע דעווייס מיט די סארט מעגליכקייט אריין אין דעם דרגא פונעם סמארט-פאון?
אויב לויט דיר איז די אויסזעהן פון א סמארט-פאון דער פראבלעם, פארוואס זאל נישט יעדע דעווייס מיטן אויסזעהן פון א כלי מיט סמארט-פאון-מעגליכקייטן זיין די זעלבע פראבלעם?
טאבלעט איז ס''ה די אויפטו, לפי הבנתי, אז דו האסט עס נישט מיט דיר אינדערהיים און ביהמ''ד, און מ'איז דעריבער ווייניגער מקושר דערצו.
כ'האב געשריבן אפשר אביסל צעמישט... למעשה איז מען פארנומען יעצט מיטן בחינה פון תורתך/יסודי.