פרעזידענט פארמעסט 2028 למספרם

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1525
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 2652

Re: פרעזידענט פארמעסט 2028 למספרם

פאוסט דורך הדסים »

בודקע האט געשריבן: זונטאג יולי 20, 2025 9:59 pm
פופציגער האט געשריבן: זונטאג יולי 20, 2025 9:51 pm
בודקע האט געשריבן: זונטאג יולי 20, 2025 9:37 pm

הסברה ביטע?
איך וויל דירעקט נישט אריינגיין אין א לאנגע שמועס, טאקע מהאי טעמא ווייל דו נוצט קאנטער ארגומענטן שלא באותו ענין.
וואס הייסט שלא באותו ענין? ער קומט זאגן אז זי האט ארויס געבעילט ראיאטירער, ענטפער איך אז טראמפ האט אויך געפארדנט, וואס איז דאס שלא באותו ענין? האבן ביידע ארויס געלאזט ראיאטירער צו ניין?
פארוואס שיסטו צוריק מיט דעם אויב דו ווייסט ס’נישט דומה?
סאוי אויב די קאראפשאן איז נאר 50% איז עס שוין נישט קיין קאראפשאן? ביידע איז א חסרון אין יוסטיץ. פינטל. דאס איז ערגער ווי דעם? פיין פארענטפערט, גיי צוריק צו דיין פלאץ און נעם א לאלי פון מיין לעדל..
אמשול לך משל, געווען אמאל א סאבסיטוט וואס האט נעבעך נישט געטויגט איז געווען עטליכע קינדער מחוצפים וואס האבן געמאכט סיריעס פורים, געשמירט ווייסעכוואס אויפן מלמד'ס בענקל, געווארפן טענדזשערינס און זיך געלאזט וואוילגיין.

דער סאבסיטוט האט זיי געשיקט צום סגן מנהל אבער דער סגן האט געהאלטן אז ס'איז נישט זיינע ביזנעס און צוריקגעשיקט די קינדער אין קלאס אזש ס'איז געווען הויך יו"ט.
ויהי היום איינע פון די וואוילע קינדער האט געהאט א שווערן טאג און ער האט איינגעדרימלט אינמיטן פארלערנען, דער במקום שיקט אים ארויס "גיי שוין צום סגן מנהל!" ער קומט אן צום סגן מנהל און דער לעצטער ווארפט זיך ארויף אויף אים מיט כעס און נעמט זיך אריינרוקן מכות רצח!
בחסדי שמים איז דער מנהל פונקט געקומען מאכן א קאווע, ווי נאר ער קומט אריין צינדט זיך אן זיין גרינע צארן און זאגט דעם אינגל אז ער קען שוין צוריקגיין אין קלאס.

חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו.


נעמען און מינדערוויכטיגע פרטים געטוישט צו היטן אויף די כבוד פון די באטרעפנדע.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1525
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 2652

Re: פרעזידענט פארמעסט 2028 למספרם

פאוסט דורך הדסים »

פופציגער האט געשריבן: זונטאג יולי 20, 2025 11:50 pm
בודקע האט געשריבן: זונטאג יולי 20, 2025 9:59 pm
פופציגער האט געשריבן: זונטאג יולי 20, 2025 9:51 pm

איך וויל דירעקט נישט אריינגיין אין א לאנגע שמועס, טאקע מהאי טעמא ווייל דו נוצט קאנטער ארגומענטן שלא באותו ענין.
וואס הייסט שלא באותו ענין? ער קומט זאגן אז זי האט ארויס געבעילט ראיאטירער, ענטפער איך אז טראמפ האט אויך געפארדנט, וואס איז דאס שלא באותו ענין? האבן ביידע ארויס געלאזט ראיאטירער צו ניין?
פארוואס שיסטו צוריק מיט דעם אויב דו ווייסט ס’נישט דומה?
סאוי אויב די קאראפשאן איז נאר 50% איז עס שוין נישט קיין קאראפשאן? ביידע איז א חסרון אין יוסטיץ. פינטל. דאס איז ערגער ווי דעם? פיין פארענטפערט, גיי צוריק צו דיין פלאץ און נעם א לאלי פון מיין לעדל..
האסט פארשטאנען אז ער רעדט פון ארויסבעילן ראיאטירער אין דעם געוויכט פון וואס ער רעדט.

ווער רעדט וועגן דאס עצם רעיון חסרון אין יוסטיץ? גלייבט איינער דען אז יוסטיץ, אדער סיי וואס אויף אונזער וועלט, פארמאגט נישט קיין לעכער?
לאמיר עס זאגן קלארער, ארויסבעילן פראטעסטירער איז נישט קיין איסור אלס דער שם האיסור פון 'הוצאת מוחים מבית האסורים' וואס ווער ס'גייט אריין אינעם כלל פון מוחה בבית האסורים איז דא א 'דין' אז מ'טאר אים נישט ארויסנעמען. ווען שכל זאגט אז ס'איז אן עוולה איז עס אן עוולה און ווען נישט נישט.

און נאכמער, טאקע דער וואס מאכט פונעם געזעץ א ליסטע פון דינים מיט שטאלענע כללים דוקא ער איז דער וועפענייזער פונעם דזשאסטיס סיסטעם און דער נמשל פון מקום המשפט שמה הרשע.
וכדלעיל ברובאשקין.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3118
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3491

Re: פרעזידענט פארמעסט 2028 למספרם

פאוסט דורך אנדערער »

מיין קאפ איז פארשטאפט פון צופיל אייזקריעם היינט. איך כאפ נישט די משלים מיט די נמשלים. איך וועל פלעין אראפלייגן די פאקטן

די בלמ ראיאטירער זענען געווען אנארכיסטן וואס האבן נאר געוואלט מאכן חורבנות

די אנארכיסטן האבן אין רוב פעלער נישט געהאט קיין שום טענה קעגן די קרבנות, די קרבנות זענען געווען פריוואטע מענטשן, אפילו שחורים

דאס ארעסטירן די אנארכיסטן איז געווען סטאנדארד פראצעדור

העריס האט געהאלטן אז מיט שטיצן די אנארכיע וועט עס איר העלפן ווערן פרעזידענט (דאס איז שוין די לימוד זכות...)


יאנואר 6 ראיאטירער האבן געהאלטן אז זיי זענען בארויבט געווארן פון זייערע רעכטן (נישט בלויזע אנארכיסטן)

זיי האבן אטאקירט די רעגירונג (נישט אומשולדיגע מענטשן)

מען האט זיי באהאנדלט גאר הארב (נישט סטאנדארט פראצעדור)

טראמפ האט שוין געווינען זיין צווייטע טערמין און האט נישט געהאלפן ווילדע קרימינאלן בלויז פאר שטימען
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
שרייב פאוסט