אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)

אונזער היסטאריע
פיי
פרישער באניצער
פאוסטס: 37
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:26 pm
x 60

Re: אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)

פאוסט דורך פיי »

מסתמא האט געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2024 10:46 am
ר’ מנחם איז געוועזן דער וועלכער האט מתקן געווען אז מזאל מער נישט געבן קיין מיאון, א קטנה וואס די טאטע מאכט חתונה און זי ווערט א גדולה, נאר זי דארף א גט. עטליכע דורות שפעטער געפונען מיר די פולמוס מיט ר’ יעקב פאללאק איבער מיאון אין וועלכע ר’ יעקב האט מתיר געווען דאס געבן מיאון.
מנהגים.
קודם א גרויסן דאנק פאר די הערליכע מאמרים, אויף גאר א וויסטע תקופה וואס ווייניג ווייסן און נאך ווייניגער שרייבן.

הערות קצרות בדיני מיאון.
מיאון איז נאר שייך ביי א קטנה און נאר ווילאנג מ'איז נישט קיין גדולה.
אויב די טאטע האט חתונה געמאכט קען מען נישט ממאן זיין, ווייל דעמאלט איז די קידושין מן התורה און זי דארף א גט.
מיאון איז נאר שייך ווען א צווייטער מאכט איר חתונה, אדער אויב איר טאטע האט איר חתונה געמאכט און זי האט שוין באקומען א גט, און נאכדעם האט זי נאכאמאל באקומען קידושין.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2367
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 8366

Re: אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)

פאוסט דורך מסתמא »

מסתמא האט געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2026 2:02 pm
רבינו מנחם ממירזבורג
121639281.pdf
(190.71 KiB) דאונלאודעד 17 מאל
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
פיי
פרישער באניצער
פאוסטס: 37
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:26 pm
x 60

Re: אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)

פאוסט דורך פיי »

מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 7:57 pm למען האמת, די דאטומען איז נישט געזעצט אין שטיין ווייל מקען אפשר רעכענען די סוף תקופת הראשונים אין אנדערע דאטומען

ווי די רינדפלייש פאגראמען אום ה'נ"ח 1298 למספרם


אין וועלכע דער גרויסער תלמיד פונעם מהר”ם מראטענבערג דער מרדכי איז אומגעקומען על קידוש השם און אזוי אויכעט דער הגהות מיימונית

ווידעראום דער רא"ש איז שוין פון לאנג געווען אין שפאניע וואס דאס האט טעכניש באמת חותם געווען די גאלדענע תקופת הבעלי תוספות.


יעדער איז וועלקאם צו שרייבן סיי וועלכע פרק היסטאריע פון אט דעם תקופה ואין מוקדם ומאוחר, סאיז ברייט אפען פארן פאבליק.
לויט וויפיל איך געדענק שרייבט מען אז דער רא"ש איז יא שפעטער געגאנגען קיין שפאניע.

ער האט זיך נאך אפגעגעבן מיט די חורבנות פון רינדפלייש

אנדערע זאגן ער איז געגאנגען קיין פרובנציא, און נאכן גירוש ס"ו, איז ער ערשט געגאנגען קיין טולדו

זיי עס מברר
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2147
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 7535

Re: אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)

פאוסט דורך Think and Thank »

פיי האט געשריבן: מיטוואך אפריל 15, 2026 7:20 pm
מסתמא האט געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2024 10:46 am
ר’ מנחם איז געוועזן דער וועלכער האט מתקן געווען אז מזאל מער נישט געבן קיין מיאון, א קטנה וואס די טאטע מאכט חתונה און זי ווערט א גדולה, נאר זי דארף א גט. עטליכע דורות שפעטער געפונען מיר די פולמוס מיט ר’ יעקב פאללאק איבער מיאון אין וועלכע ר’ יעקב האט מתיר געווען דאס געבן מיאון.
מנהגים.
קודם א גרויסן דאנק פאר די הערליכע מאמרים, אויף גאר א וויסטע תקופה וואס ווייניג ווייסן און נאך ווייניגער שרייבן.

הערות קצרות בדיני מיאון.
מיאון איז נאר שייך ביי א קטנה און נאר ווילאנג מ'איז נישט קיין גדולה.
אויב די טאטע האט חתונה געמאכט קען מען נישט ממאן זיין, ווייל דעמאלט איז די קידושין מן התורה און זי דארף א גט.
מיאון איז נאר שייך ווען א צווייטער מאכט איר חתונה, אדער אויב איר טאטע האט איר חתונה געמאכט און זי האט שוין באקומען א גט, און נאכדעם האט זי נאכאמאל באקומען קידושין.

ווען א טאטע מאכט חתונה איז עס קידושין דאורייתא, און ווען זי באקומט א גט האט זי אן אייגענע יד מקבל צו זיין קידושין מן התורה און עס איז מער נישטא קיין מיאון. מיאון איז נאר שייך ביי א קטנה א יתומה וואס איר מאמע און ברידער האבן חתונה געמאכט, וואס דעמאלס איז די גאנצע קידושין נאר מדרבנן, איז כל זמן זי איז נאך א קטנה קען זי אויפלעזן די נישואין דורך דערקלערן אז זי וויל מער נישט איר מאן (מיאון כשמו). (כ:כ רש"י בכמה וכמה מקומות ופשוט הוא). אויב איז זי אינצווישן געווארן א גדולה איז שוין דא א שאלה פון קידושי ביאה וואס זענען דאורייתא און מ'קען מער נישט מאכן קיין מיאון.

אגב, די געשיכטע פון מיאון מיט ר' יעקב פאלאק איז געווען ביי זיין אייגענע שוועגערין.

אגב דאגב, די שפעטערדיגע פוסקים ביז נישט לאנג צוריק זענען מחולק ווי וועם מען פסק'נט, צו ווי ר' יעקב פאלאק אז די תקנה פון ר' מנחם ממיזרבורג איז נישט נתקבל געווארן, אדער ווי די חולקים. דער רמ"א פסק'נט ווי ר' יעקב פאלאק, דער מהרש"ל פסק'נט ווי די אוסרים. דער שערי אפרים און דער צמח צדק שרייבן מיט א פשטות אז די איסור איז נישט נתקבל געווארן, אבער דער ערוך השלחן טענה'ט פארקערט.
שרייב פאוסט