קודם א גרויסן דאנק פאר די הערליכע מאמרים, אויף גאר א וויסטע תקופה וואס ווייניג ווייסן און נאך ווייניגער שרייבן.מסתמא האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 19, 2024 10:46 am
ר’ מנחם איז געוועזן דער וועלכער האט מתקן געווען אז מזאל מער נישט געבן קיין מיאון, א קטנה וואס די טאטע מאכט חתונה און זי ווערט א גדולה, נאר זי דארף א גט. עטליכע דורות שפעטער געפונען מיר די פולמוס מיט ר’ יעקב פאללאק איבער מיאון אין וועלכע ר’ יעקב האט מתיר געווען דאס געבן מיאון.
מנהגים.
הערות קצרות בדיני מיאון.
מיאון איז נאר שייך ביי א קטנה און נאר ווילאנג מ'איז נישט קיין גדולה.
אויב די טאטע האט חתונה געמאכט קען מען נישט ממאן זיין, ווייל דעמאלט איז די קידושין מן התורה און זי דארף א גט.
מיאון איז נאר שייך ווען א צווייטער מאכט איר חתונה, אדער אויב איר טאטע האט איר חתונה געמאכט און זי האט שוין באקומען א גט, און נאכדעם האט זי נאכאמאל באקומען קידושין.