אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)

אונזער היסטאריע
פיי
פרישער באניצער
פאוסטס: 37
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:26 pm
x 58

Re: אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)

פאוסט דורך פיי »

מסתמא האט געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2024 10:46 am
ר’ מנחם איז געוועזן דער וועלכער האט מתקן געווען אז מזאל מער נישט געבן קיין מיאון, א קטנה וואס די טאטע מאכט חתונה און זי ווערט א גדולה, נאר זי דארף א גט. עטליכע דורות שפעטער געפונען מיר די פולמוס מיט ר’ יעקב פאללאק איבער מיאון אין וועלכע ר’ יעקב האט מתיר געווען דאס געבן מיאון.
מנהגים.
קודם א גרויסן דאנק פאר די הערליכע מאמרים, אויף גאר א וויסטע תקופה וואס ווייניג ווייסן און נאך ווייניגער שרייבן.

הערות קצרות בדיני מיאון.
מיאון איז נאר שייך ביי א קטנה און נאר ווילאנג מ'איז נישט קיין גדולה.
אויב די טאטע האט חתונה געמאכט קען מען נישט ממאן זיין, ווייל דעמאלט איז די קידושין מן התורה און זי דארף א גט.
מיאון איז נאר שייך ווען א צווייטער מאכט איר חתונה, אדער אויב איר טאטע האט איר חתונה געמאכט און זי האט שוין באקומען א גט, און נאכדעם האט זי נאכאמאל באקומען קידושין.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 8276

Re: אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)

פאוסט דורך מסתמא »

מסתמא האט געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2026 2:02 pm
רבינו מנחם ממירזבורג
121639281.pdf
(190.71 KiB) דאונלאודעד 14 מאל
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
פיי
פרישער באניצער
פאוסטס: 37
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:26 pm
x 58

Re: אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)

פאוסט דורך פיי »

מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 7:57 pm למען האמת, די דאטומען איז נישט געזעצט אין שטיין ווייל מקען אפשר רעכענען די סוף תקופת הראשונים אין אנדערע דאטומען

ווי די רינדפלייש פאגראמען אום ה'נ"ח 1298 למספרם


אין וועלכע דער גרויסער תלמיד פונעם מהר”ם מראטענבערג דער מרדכי איז אומגעקומען על קידוש השם און אזוי אויכעט דער הגהות מיימונית

ווידעראום דער רא"ש איז שוין פון לאנג געווען אין שפאניע וואס דאס האט טעכניש באמת חותם געווען די גאלדענע תקופת הבעלי תוספות.


יעדער איז וועלקאם צו שרייבן סיי וועלכע פרק היסטאריע פון אט דעם תקופה ואין מוקדם ומאוחר, סאיז ברייט אפען פארן פאבליק.
לויט וויפיל איך געדענק שרייבט מען אז דער רא"ש איז יא שפעטער געגאנגען קיין שפאניע.

ער האט זיך נאך אפגעגעבן מיט די חורבנות פון רינדפלייש

אנדערע זאגן ער איז געגאנגען קיין פרובנציא, און נאכן גירוש ס"ו, איז ער ערשט געגאנגען קיין טולדו

זיי עס מברר
שרייב פאוסט