אידטיש - צייט פאר התבוננות

אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 681
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 1970

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

פאוסט דורך מירון »

בית ישראל האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 1:00 pm
מירון האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 12:55 pm
בית ישראל האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 12:50 pm

וואס א נפק"מ?
צו געדענקען אז אייוועלט האט נישט אלץ געהאט דעם אזוי גערופענעם גוטן רעקארד.
איך ליין שוין אייוועלט מער ווי 10 יאר
איך שרייב שוין דארט זינט דעם גרינדונג, און איך קען עס אביסל. אסאך שטותים, אסאך גוטע זאכן, פלענטי פאליטיק אידישע און גוי'אשע און פלענטי זאכן וואס מ'טאר נישט שרייבן.
הכנה דרבה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 112
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:10 pm
x 129

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

פאוסט דורך הכנה דרבה »

מירון האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 1:03 pm
בית ישראל האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 1:00 pm
מירון האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 12:55 pm

צו געדענקען אז אייוועלט האט נישט אלץ געהאט דעם אזוי גערופענעם גוטן רעקארד.
איך ליין שוין אייוועלט מער ווי 10 יאר
איך שרייב שוין דארט זינט דעם גרינדונג, און איך קען עס אביסל. אסאך שטותים, אסאך גוטע זאכן, פלענטי פאליטיק אידישע און גוי'אשע און פלענטי זאכן וואס מ'טאר נישט שרייבן.
דוגמאות ביטע.
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 681
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 1970

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

פאוסט דורך מירון »

הכנה דרבה האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 1:42 pm
מירון האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 1:03 pm
בית ישראל האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 1:00 pm

איך ליין שוין אייוועלט מער ווי 10 יאר
איך שרייב שוין דארט זינט דעם גרינדונג, און איך קען עס אביסל. אסאך שטותים, אסאך גוטע זאכן, פלענטי פאליטיק אידישע און גוי'אשע און פלענטי זאכן וואס מ'טאר נישט שרייבן.
דוגמאות ביטע.
איר געדענקט אפשר די אלטע קר"י קרישקלעך און נייעס, וואס מ'האט געדארפט צום סוף ארונטערנעמען? יארן איז עס אנגעגאנגען מיט די אלטע/ארגינעלע חברה וואס פלעגן שרייבן קריספי פאליטיק.

איר געדענק אפשר די אסיפה אין מאנסי ביז מ'האט עס געדארפט אריינלייגן (באשאפן) אין אקטועלע נייעס?

ואי אפשר לפורטם כי רבים הם.

שטותים:

א קורצע נישט זייער היציגע פריימערי סיזאן האט געברענגט כמעט 225 זייטן פון שטותים
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=58689

מ'טענה'ט זיך אהין און צוריק פון אינמיטן טאג ביז די פארטאגס שעהן. דאס איז זיכער פון די גאר וויכטיגע זאכן?

אומאויסגעהאלטנע זאכן:

היינט קען א ניק ארויסשרייבן דארט פארשידענע אומאיידלע געזעצן אדער מעשים פון פאליטישאנס מיט אלע קליפערליך אויב ס'האט צוטוען מיט גויאישע פאליטיקס.

גוטע זאכן:

נייעס פאר איינער וואס איז אינטרעסירט אדער וויל זיך אויסלופטערן

צומאל א "@פופציגער סטייל" ארטיקל זיך צו אויסלופטערן

וויכטיגע זאכן:

אלע מינע העלפ אשכולות
אוועיטער
איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 446
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 439

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

פאוסט דורך איד »

יום טוב האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 12:29 pm
גזירת החינוך איז אם אקטיווע טעמע יעצט איבעראל ווי מען שטייט און גייט און דיין טענה איבער די וועג פון שרייבן דאס איז צוליב אזעלכע וואס ספינען ארום מיט שטותים און די רעספאנד איז לפי דעם וואס שרייבט שטותים
איך פארשטיי
אבער למעשה די וועג וואס מ'האט אטאקירט א געוויסע קהילה איז נישט געווען אויסגעהאלטן, אפגעזעהן צו יענע קהילה האט נישט פארקויפט פאר זייער עולם די גאנצע אמת
אז מ'וויל זאגן א זיי זענען נישט גערעכט, פיין
אבער אהן אראפרייסן
סו''ס איז עס א פאבליק סייט, ווי מ'רעדט זיך דארך היימיש, פארוואס אראפרייסן
די האלסט אז זיי זענען באגאנגען א טעות, דיין רבי זאגט אז זיי טוהן נישט גוט, זייער פיין
רייס אבער נישט אראפ, א צווייטע קהילה, וואס טוט אנדערש
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1105
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 1336

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

פאוסט דורך טיפע טאשן »

יום טוב האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 12:29 pm
בית ישראל האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 12:09 pm
הכנה דרבה האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 12:54 am @ווירקליך איר שרייבט זייער שיינע תורות אבער אביסל בת היענה'דיג, זיך פארהוילנדיג פונעם פ"ה'ס נקודה.
די אלע שיינע הסברים און דינע חילוקים וואס די מטרה דא איז, און וויאזוי די קליינע קינדער גייען אליין פארשטיין אז זיי באלאנגען נישט דא וכו', דאס אלעס שרייבט מען שוין איבער און איבער ביי יעדע נארישע קינדערישע פייט זינט די סייט האט זיך געגרינדעט.
למעשה האלט מען א האלבע יאר שפעטער און @מחדש ברענגט ארויף א געוואלדיגע נקודה, דהיינו שטעלט אייך אפ און באטראכט דעם סייט מיט א אמת, איז דאס וואס די גרינדער האבן געזוכט? איז דא נאך א אנגענומענע נארמאלע היימשע פלאץ וואס קוקט אויס אזוי היינט צוטאגס?
יעדער וואס האט אויגן זעהט אויף אייוועלט וויפיל מעמבערס דארט זענען אנגעווייטאגט אויף די הנהלה'ס שטרענגקייט, שטעלט זיך די שאלה: פ"וו קומט נישט דער עולם אהער אין די מאסן?!..
ענטפער מיר ביטע נישט יעצט "משומר", ווייל ס'וואלט געדארפט זיין גענוג באנוצער וואס האבן נישט קיין משומר וואס זאלן אהער קומען, ועוד, ווען די עולם וואלט ווען געגליכן דאס פלאץ און פארלאנגט עקסעס כסדר וואלט משומר זיך געבראכן און ג'עפנט ווען זיי האבן ווען נישט עפעס א כשרות טענה.
אלא מאי די פלאץ איז ליידער אומב'חנ'ט, נישט קיין תוכן, נישט קיין אונטערהאלטונג, קוים אביסל נייעס, און די עיקר איז העצע, פולווער, און קריגערייען א גאנצע טאג.
און אויב די הנהלה האט געהאלטן אז מ'קען ערלויבן צו דעבאטירן פאליטיק (רוף עס וויאזוי דו ווילסט, דורכטוהן די ענין.. וכו') און ס'זאל בלייבן "ערוואקסן" און למעשה זעהט מען אז ס'נישט שייך, וועט זיי קיינער נישט אראפקוקן ווען זיי וועלן זאגן טעיתי, און מאכן שטרענגערע פארשריפטן מהיום והלאה.
איר זאגט גאנץ פיין.
די גרעסטע ראי' דערצו איז אז די 3 מערסט באניצטע אשכולות דא זענען
בלומינגראוו
גזירת החינוך
בחצרות הקודש.

וואס 2 פון די איז א גרויל צו ליינען די אפענע שנאה פון געוויסע אידן אקעגן אנדערע און סאיז מיר א חידוש אז די סייט דא לאזט עס צו און פארלאנגט נישט קיין איינגעהאלטענקייט
גזירת החינוך איז אם אקטיווע טעמע יעצט איבעראל ווי מען שטייט און גייט און דיין טענה איבער די וועג פון שרייבן דאס איז צוליב אזעלכע וואס ספינען ארום מיט שטותים און די רעספאנד איז לפי דעם וואס שרייבט שטותים
ב.ג. רעדט זיך נישט פון קיין פאלייק עס איז א פראבלעם איבער אן הפקירות שטאט און האט נישט מיט שנאה קיין שייכות

און די זאכן רעדט מען דא ווייל אויף אייוועלט טאר מען נישט דערמאנען די נושאים
טאקע דאס איז די פראבלעם אז די זאכן רעדט מען דא און די אנדערע זאכן דארט, דערפאר קוקט אויס אזוי דא, ווען יעדער וואלט אויסגעשמועסט אלעס דא וואלט די אשכולות געווען בלויז א קליינע חלק משא''כ יעצט.
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1191
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1103

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

פאוסט דורך שבת קודש »

מירון האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 10:46 am
להגדיל הטראסק האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 1:16 am כבר חויתי דעתי ביחיד ועתה ברבים
2 זאכן וואס אייוועלט האט וואס דער סייט האט נאכנישט, און דאס איז דער שוואכקייט דא גוטע קראנטע נייעס ברענגער אויף א שטארקע פארנעם, א שטייגער ווי אבימלך, אבזערווירער, נקדימון, ישראל הלוי, נארמאליזעם וכו' אויף אייוועלט (דא איז ביזדערווייל דא נאר איין @ניקל וואס טוט אביסל די ארבעט

און נאכדעם דארף מען דא א קנאפער ידען וואס זאל ארויסהעלפן אין יעדע נושא וואס מעגליך
אייוועלט איז א סייט וואס האט זיך געגרינדעט יארן צוריק נאכן/אינמיטן קריג (סאטמאר) בערך צווישן תשס"ו - תשס"ט, נאכדעם וואס מ'איז מיד געווארן פון זיך קריגן און באשלאסן אז אנשטאט זיך קריגן קען מען שיין פארברענגען. דעמאלס איז אייוועלט דווקא באזירטע אויף שיינע פארברענגען אישוס, מיט די צייט האט מען אנגעהויבן מיט מער ערענסט הילף איינער פארן צוויייטן און דערנאך האט זיך אנגעהויבן די א.ז.ג "גוטע קראנטע נייעס ברענגער".

ניין הצלחה פון א סייט איז נישט דווקא גוטע קראנטע נייעס ברענגער ס'איז אלעס צוזאמען.

דער גאנצער נקדימון איז הערשט אריינגעקומען ביי די 2020 עלעקשאנס. אבימלך איז אריינגעקומען אינגאנצן א יאר און האלב צוריק.

נאך א וויכטיגע נקודה, וואס איז באמת מעין די פריערדיגע נקודה:

ס'נעמט יארן ביז מ'קומט אן אויף דעם שטאפל, נישט א האלבע יאר און מ'עקספלאדירט שוין און מ'פרעגט וואס איז די תכלית פון דעם סייט? אדער מ'מאכט א קעפל "אידטיש - צייט פאר התבננוות". פאוואליע, נישט אלעס איז אינסטענט, אביסל סבלנות, גארנישט גייט נישט איבערנאכט.
אוודאי האט עס מיט גוטע קראנטע נייעס ברענגער, אייוועלט האט זיך געטריפלט ביי די רוסלאנד מלחמה פאר דעם פלעגט דארט זיין צווישן 200-300 באזוכער אין רוב זמנים פון טאג זייט די רוסלאנד מלחמה איז עס צווישן 600-700 באזוכער אין רוב זמנים אין טאג.

רוב מענטשען קומען אריין אויף א פלאץ צו זעהן די נייעס א זאך וואס איז לעת עתה נאכנישט געהעריג דא אויף אידטיש און אז מ'איז שוין דארט דרייט מען שוין זיך איבעראל.
יאקאב
פרישער באניצער
פאוסטס: 20
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 9:10 pm
x 42

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

פאוסט דורך יאקאב »

איך בין נישט קיין גרויסע שרייבער בעיקר ליין איך דא,
מיין מיינונג איז אז אידטיש האט נישט קיין גרויסע האפענונעג אויב ס'געשעט נישט קיין טוישוינגען שנעל, די מציאות יעצט איז אז יעדע סאטמערע פאליטיק אשכול איז אקטיוו חוץ פון דעם איז היבש שטיל,
אזא מהלך איז זייער אומבעטעמט און ציעט נישט קיין מענטשען, קודם כל אויב וואוינסטו נישט אין קרית יואל געגענט איז 25% פון די סייט נישט פאר דיר...
צווייטענס, יא איך האב טאקע הנאה בשעת'ען ליינען די אלע פאליטיק אשכולות אבער כ'מיין אז רוב גייען מודה זיין אז ווען מ'גייט אוועק פון דעם פילט מען זיך עקעלדיג און שלעכט,
צאמגעהערט די ערגסטע אויף וואוילע אידן, בארעדעט קהלות בישראל און זיך געשלאגן ווי קליינע קינדער, ( די מציאות איז אז אנדערש ווי ס'קוקט דא אויס אויך סייט, רוב סאטמערע אידן גייט נישט צופיל אן די אלע שמוץ און מ'לעבט מער ווייניגער בשלום מיט די אנדערע צד )

פון די אנדערע זייט טרייען צו נאכמאכן אייוועלט איז שווער און נישט אונטערעסאנט פארוואס זאל מען קומען דא ווען מ'האט דארט אלע נייעס באריכטער וכדומה,
די איינציגסטע פלאץ ווי ס'איז דא א לאך איז אזעלכע אשכולות ווי עירוב, שייטל, אידישע הרגשים וכדומה, די אלע זאכן זענען נישט ערלויבט איף אייוועלט צוליב די איבערפלוס פון שרייבער אבער דא מיין איך קען עס האבן אסאך הצלחה.

פאר איך ענדיג, מיין פערזענליכע ביטע צו די מנהלים, ביטע סטאפן אזעלכע אשכולות ווי בלומינגראוו, ס'איז ממאס די פלאץ!
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 691
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 942

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

פאוסט דורך ווירקליך »

לך לך האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 12:14 am
ווירקליך האט געשריבן: דינסטאג מערץ 12, 2024 11:53 pm צום ענין.

עס איז זייער קלאר פאר אונז אז מיר דארפן זיין אפן צו טוישונגען, אויב זעט מען זאכן האלטן זיך נישט געהעריג, אדער אויב אונזער דעת תורה, אדער פילטער פירמעס וועלן פאדערן עפעס (א זאך וואס האט נאכנישט פאסירט, אנדערש ווי משומר פארקויפט פאר זייערע קליענטן אז זיי זענען בקשר מיט אונז איבער געוויסע זאכן. דאס איז פשוט שקר), וועלן מיר עס טון אן צעגערן.

עס איז זיכער דא א סיבה פארוואס זיי ווילן עס נישט עפענען, איך פארשטיי אז אלץ הנהלה קען מען נישט אלעס ארויסשרייבן אבער גיין אין אראפרייסן א פילטער ווייל איר קומט זיך נישט אויס מיט זיי איז נישט גערעכט...
איך ווייס דעם סיבה, אויף אידיש זאגט מען עס "וד"ל"...

און דאס אז זיי זענען בקשר מיט אונז איז ליגנט.
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 691
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 942

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

פאוסט דורך ווירקליך »

איטשע האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 1:26 am איך האב שוין עטליכע מאל געפונען דא אויפן סייט געוויסע תגובות וואס האבן געטרעטן אויף רויטע ליניע'ס, ביי איין פאל האב איך האב עס פארשטייט זיך באריכטעט ווילנדיג אז די סייט זאל זיך האלטן אויף גראדע ערליכע רעלסן, און נאך א שטיק צייט וואס איך האב געזען אז די באריכט איז איגנארירט געווארן, האב איך געשיקט א פריוואטע מעסעדזש צו איינע פון די איבערגעגעבענע מנהלים מיטן טענה אז אזא תגובה האט נישט קיין פלאץ אין די אויסגעהאלטענע מקום, און עטליכע מינוט שפעטער איז די תגובה געווען א פארגאנגענהייט
איר זענט גערעכט מיט דעם אז מיר דארפן פארברייטערן די אחראים צירקל.
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 691
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 942

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

פאוסט דורך ווירקליך »

הכנה דרבה האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 12:54 am @ווירקליך איר שרייבט זייער שיינע תורות אבער אביסל בת היענה'דיג, זיך פארהוילנדיג פונעם פ"ה'ס נקודה.
די אלע שיינע הסברים און דינע חילוקים וואס די מטרה דא איז, און וויאזוי די קליינע קינדער גייען אליין פארשטיין אז זיי באלאנגען נישט דא וכו', דאס אלעס שרייבט מען שוין איבער און איבער ביי יעדע נארישע קינדערישע פייט זינט די סייט האט זיך געגרינדעט.
למעשה האלט מען א האלבע יאר שפעטער און @מחדש ברענגט ארויף א געוואלדיגע נקודה, דהיינו שטעלט אייך אפ און באטראכט דעם סייט מיט א אמת, איז דאס וואס די גרינדער האבן געזוכט? איז דא נאך א אנגענומענע נארמאלע היימשע פלאץ וואס קוקט אויס אזוי היינט צוטאגס?
יעדער וואס האט אויגן זעהט אויף אייוועלט וויפיל מעמבערס דארט זענען אנגעווייטאגט אויף די הנהלה'ס שטרענגקייט, שטעלט זיך די שאלה: פ"וו קומט נישט דער עולם אהער אין די מאסן?!..
ענטפער מיר ביטע נישט יעצט "משומר", ווייל ס'וואלט געדארפט זיין גענוג באנוצער וואס האבן נישט קיין משומר וואס זאלן אהער קומען, ועוד, ווען די עולם וואלט ווען געגליכן דאס פלאץ און פארלאנגט עקסעס כסדר וואלט משומר זיך געבראכן און ג'עפנט ווען זיי האבן ווען נישט עפעס א כשרות טענה.
אלא מאי די פלאץ איז ליידער אומב'חנ'ט, נישט קיין תוכן, נישט קיין אונטערהאלטונג, קוים אביסל נייעס, און די עיקר איז העצע, פולווער, און קריגערייען א גאנצע טאג.
און אויב די הנהלה האט געהאלטן אז מ'קען ערלויבן צו דעבאטירן פאליטיק (רוף עס וויאזוי דו ווילסט, דורכטוהן די ענין.. וכו') און ס'זאל בלייבן "ערוואקסן" און למעשה זעהט מען אז ס'נישט שייך, וועט זיי קיינער נישט אראפקוקן ווען זיי וועלן זאגן טעיתי, און מאכן שטרענגערע פארשריפטן מהיום והלאה.
איך וועל פרובירן צו ענטפערן זיך האלטנדיג אביעקטיוו.

איך פארהויל זיך נישט פון זיין נקודה, איך האב געשריבן דאס אז איך, אין מיינע אויגן, האב איך נאכנישט געזען עפעס וואס זאל זיין ארגער ווי אויף אנדערע סייטס. אדרבה, צייג מיר.

אונזער פלאן איז נישט געווען דוקא אז בעביס זאלן "אליינס איינזען", נאר מזאל פשוט לייכטער פארשיקן די איבערדרייער, און האלטן דעס פלאץ ריין. מיר זענען מודה אז מיר זענען נישט געווען גענוג שארף דערמיט, און מיר האפן צו גיין שארפער און מער פאקוסירט בעתיד. ווי געשריבן, א טעמע ספעציעל פאר דעם קען זיין א גוטע געדאנק.

פארוואס מענטשן קומען נישט אהער פון אייוועלט? אונזער ציל איז נישט געווען אריבערצושלעפן די אייוועלטער אהער... מיר וואלטן לייכטערהייט געקענט אנפירן אזא קאמפיין וואס אייוועלט האט געפירט אין זיינערצייט אוועקשלעפנדיג מענטשן פון היידפארק, מיר וואלטן געקענט איינשפאנען אלע חברי המערכת אריבערצוברענגען כאטש זייערע נאנטע און חברים, אבער מיר האבן דאס נישט געטון. איך האב גענוג פריינט וועם איך וואלט געקענט אריבערברענגען אהער, אבער אין גם אחד, קיין איינער פון זיי, האט נאכנישט באקומען פון מיר אפילו א לייכטע בקשה אריבערצוקומען.

און די סיבה איז ווייל מיר זוכן נישט צו קאנקורירן מיט אייוועלט, פארקערט, אונזער אריגינעלע ציל איז געווען צו זיין קליין, און וועסט לאכן אויב איך וועל דיר צייגן אונזערע מעסעדזש אויסטוישן איידערן עפענען, וויפיל ניקס מיר האפן צו האבן ביז א יאר...
אזוי אויך איז נישט מענטשליך צו גיין אונטערהאקן אזא געוואלדיגע סייט ווי אייוועלט. מיר האבן גארנישט קעגן זיי.

און דאס איז די סיבה פארוואס מענטשן קומען נישט אהער. אידטיש איז נישט קיין דירעקט אלטערנאטיוו צו אייוועלט (לעת עתה עכ"פ זיכער נישט) נאר א באזונדערע זאך, און ס’פארשטענדליך אז הונדערטער אידן טרעפן אויף אייוועלט זאכן וואס דא טרעפט מען נישט. צי איז דאס וועלטליכע נייעס (איך פערזענליך גלייך מער די נייעס דא, טאקע ווייל ס’ווייניגער, סמוד, און נישט פול מיט כל מיני דעבאטעס וכו’, אבער יעדער איז אנדערש), הילף, וכדומה.

(אגב, מיר האבן געהאט איינער וואס האט זיך אנגעטראגן צו אריבערברענגען ק"פ אלע אינטערסאנטע נייעס פון אייוועלט, אבער מיר האבן אפגעזאגט, כנ"ל, מיר זענען נישט דא צו האקן אייוועלט)

אידטיש איז מער געמאכט פאר שמועסן, ארטיקלען, לייכטע שמועסן, און "אויך" נייעס און הילף (עגעין, אלעס קען ווערן מער און בעסער עווענטועל, אבער די יסוד איז דאס)

און, יא, משומר איז א שטארקע פאקטאר דא, ווייל דאס האלט אפ דעם סייט פון זיין קאלירפול באלאנסירט. דער פאקט איז אז משומר האט א קאנטראל מאכט, און זיי ווייסן עס אויך...

און איך וויל דיר זאגן נאכמער, רעדסט וועגן א כשרות טענה פון משומר... משומר האט שוין אפיציעל געלאזט וויסן אז זיי פארמאכן דעם סייט לאנג איידער ס’געווען סיי וועלכע פאליטישע שמועס, און מיט א קלארע סיבה...

איך זאג דא קלאר, מיר זענען אייביג, און אייביג געווען, גרייט צו הערן זיי וועלכע טענה און זיך צושטעלן הונדערט פראצענט. זיי ווייסן דאס אויך.
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 691
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 942

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

פאוסט דורך ווירקליך »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 1:16 am כבר חויתי דעתי ביחיד ועתה ברבים
2 זאכן וואס אייוועלט האט וואס דער סייט האט נאכנישט, און דאס איז דער שוואכקייט דא
גוטע קראנטע נייעס ברענגער אויף א שטארקע פארנעם, א שטייגער ווי אבימלך, אבזערווירער, נקדימון, ישראל הלוי, נארמאליזעם וכו' אויף אייוועלט (דא איז ביזדערווייל דא נאר איין @ניקל וואס טוט אביסל די ארבעט

און נאכדעם דארף מען דא א קנאפער ידען וואס זאל ארויסהעלפן אין יעדע נושא וואס מעגליך

ווען אונז וועלן האבן די צוויי אינגרידיענס וועט דא ווערן טרעפיק און עס וועט אנפאנגן ווערן בא'חנ'ט און געשמאק בס"ד.

וואס'זשע דען? איך האלט אויך אז ווען מען דעבאטירט א נושא, דער ערשטער וואס פארפארט פון די רעלסן, צו שרייבט פאליטיק שלא בדרך כבוד, אדער אן אלגעמיינע נושא וואס רירט אן געוויסע נקודות וואס טארן נישט ווערן אויסגעשמועסט אין פאבליק, דער ערשטער תגובה דארף שנעל געמעקט ווערן, און יענער דארף באקומען א ווארנונג, (לעצטנס געווען א נושא וואס איינער האט געשריבן א תגובה אריין און די פארבאטענע זאנע, כ'האב עס באריכטעט אבער עס איז נאך געווען זייער לאנג אויפן סייט - כ'בין נאכנישט יעצט זיכער אויב עס איז שוין געמעקט)- עמער ממשיך זיין נעקסטיים, כ'האב שוין נישט קיין נערוון צו שרייבן, באט יו גאט די פוינט...
אייער לעצטע נקודה איז גערעכט, כנ"ל.

בנוגע די זאכן וואס פעלן... פאר לאנגע יארן האט אייוועלט דאס נישט געהאט.. דאס קומט נאר נאך וואס מענטשן מאכן זיך עכט באקוועם אין א פלאץ.

אבער געס וואט, אלע אלטע אייוועלטער זאגן זיי בענקען זיך צו די אלטע צייטן... ווייסט פארוואס? ווייל נאך אלעם איז א פלאץ צו פארברענגען געשמאק, אויף א רואיגן פארנעם אן קאמערציאלע טרעפיק, זייער זייער געשמאק. ס’וועגט דעפינעטלי איבער.
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
כרוספדין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 301
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:44 pm
x 307

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

פאוסט דורך כרוספדין »

יאקאב האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 5:37 pm מיין פערזענליכע ביטע צו די מנהלים, ביטע סטאפן אזעלכע אשכולות ווי בלומינגראוו, ס'איז ממאס די פלאץ!

ביטע נישט.... איך וועל נישט האבן וואס צו ליינען דא.
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 11:25 pm 1) וואס איז וואכענשריפט / היימשטאט / UJC?
ווער וויל צוברעכן קרית יואל / וויל עס אויפבויען / האט געבויעט א נייע שוהל וואס מען דארף נישט / פארדינגט הייזער פאר גוים?
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 691
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 942

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

פאוסט דורך ווירקליך »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 1:29 am אויב אזוי דעמאלס דארף מען אפשר פשוט מער מען פאוער אז מען זאל קענען שנעלער רעספאנדן צו באריכטעטע תגובות, אזוי וועלן זאכן שנעלער באהאנדלט ווערן נאך פאר די שמוץ שטינקט שוין.
רייט
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 691
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 942

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

פאוסט דורך ווירקליך »

מירון האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 10:35 am
לך לך האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 12:14 am
ווירקליך האט געשריבן: דינסטאג מערץ 12, 2024 11:53 pm צום ענין.

עס איז זייער קלאר פאר אונז אז מיר דארפן זיין אפן צו טוישונגען, אויב זעט מען זאכן האלטן זיך נישט געהעריג, אדער אויב אונזער דעת תורה, אדער פילטער פירמעס וועלן פאדערן עפעס (א זאך וואס האט נאכנישט פאסירט, אנדערש ווי משומר פארקויפט פאר זייערע קליענטן אז זיי זענען בקשר מיט אונז איבער געוויסע זאכן. דאס איז פשוט שקר), וועלן מיר עס טון אן צעגערן.

עס איז זיכער דא א סיבה פארוואס זיי ווילן עס נישט עפענען, איך פארשטיי אז אלץ הנהלה קען מען נישט אלעס ארויסשרייבן אבער גיין אין אראפרייסן א פילטער ווייל איר קומט זיך נישט אויס מיט זיי איז נישט גערעכט...
נישטא קיין שום סיבה פארוואס די סייט ווערט געבלאקט, חוץ פאליטיק. א פילטער טאר אויף קיין שום פאל נישט גענוצט ווערן פאר פאליטשע צוועקן און אז יאר איז עס א עוון פלילי און מ'דארף מגלה זיין קלונם ברבים.
מגלה זיין קלונם עכט איז נישט שייך... אידטיש האט פארשריפטן... אבער די מציאות מעג געזאגט ווערן.
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 691
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 942

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

פאוסט דורך ווירקליך »

מירון האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 10:46 am
להגדיל הטראסק האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 1:16 am כבר חויתי דעתי ביחיד ועתה ברבים
2 זאכן וואס אייוועלט האט וואס דער סייט האט נאכנישט, און דאס איז דער שוואכקייט דא גוטע קראנטע נייעס ברענגער אויף א שטארקע פארנעם, א שטייגער ווי אבימלך, אבזערווירער, נקדימון, ישראל הלוי, נארמאליזעם וכו' אויף אייוועלט (דא איז ביזדערווייל דא נאר איין @ניקל וואס טוט אביסל די ארבעט

און נאכדעם דארף מען דא א קנאפער ידען וואס זאל ארויסהעלפן אין יעדע נושא וואס מעגליך
אייוועלט איז א סייט וואס האט זיך געגרינדעט יארן צוריק נאכן/אינמיטן קריג (סאטמאר) בערך צווישן תשס"ו - תשס"ט, נאכדעם וואס מ'איז מיד געווארן פון זיך קריגן און באשלאסן אז אנשטאט זיך קריגן קען מען שיין פארברענגען. דעמאלס איז אייוועלט דווקא באזירטע אויף שיינע פארברענגען אישוס, מיט די צייט האט מען אנגעהויבן מיט מער ערענסט הילף איינער פארן צוויייטן און דערנאך האט זיך אנגעהויבן די א.ז.ג "גוטע קראנטע נייעס ברענגער".

ניין הצלחה פון א סייט איז נישט דווקא גוטע קראנטע נייעס ברענגער ס'איז אלעס צוזאמען.

דער גאנצער נקדימון איז הערשט אריינגעקומען ביי די 2020 עלעקשאנס. אבימלך איז אריינגעקומען אינגאנצן א יאר און האלב צוריק.

נאך א וויכטיגע נקודה, וואס איז באמת מעין די פריערדיגע נקודה:

ס'נעמט יארן ביז מ'קומט אן אויף דעם שטאפל, נישט א האלבע יאר און מ'עקספלאדירט שוין און מ'פרעגט וואס איז די תכלית פון דעם סייט? אדער מ'מאכט א קעפל "אידטיש - צייט פאר התבננוות". פאוואליע, נישט אלעס איז אינסטענט, אביסל סבלנות, גארנישט גייט נישט איבערנאכט.
שטארקע רייד!

יא, מיר זענען דא צו זען די זאך זיך סטאביליזירן אינאיינעם.

פון דעם אשכול שיינט אז דער ציבור זוכט ממש דאס וואס מיר זוכן צו אהערשטעלן... נו, איז דאך דא לעיקעך, ס’דא ברוינפן, לאמיר שטעלן א לחיים!

לאמיר אינאיינעם מאכן אידטיש פאר אונזער איינגענעמע צירקל.
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 691
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 942

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

פאוסט דורך ווירקליך »

טיפע טאשן האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 12:08 pm ווען די הנהלה וועט איינהאלטן סעיף ו’ און י’ וועט זיין זייער א געשמאקע אטמאספערע דא

viewtopic.php?p=223#p223
ו. ברודערליך: ווען עס קומט צו קאנקורירנדע זייטן ביי אלגעמיינע פאליטיק אדער להבדיל אידישע מיינונגס פארשידנהייטן, און איר שרייבט עפעס אויף אייער צד, האלט אייך ערוואקסן און לייגט נישט אריין קיין טשעפע ווערטער אויף קיינעם, און אודאי נישט אויף א צווייטן שרייבער. ווען איר שרייבט אייער מיינונג/ידיעה, לאזט א צווייטן שרייבן זיינס. לויפט נישט נאך דאס לעצטע ווארט... האלט דעם אטמאספער געשמאק.
י. וועהלן מעמבערס: מיר וועלן פרובירן צו האלטן אן אויג אויף א מעמבער וואס צילט צו גיין אין א צווייטע דירעקציע, און אים אוועקשיקן, אזוי ארום זאלן די איבריגע חברים קענען שמועסן נארמאל אן קיין איבריגע צענזור.
ביטע ערקלערט אביסל ברייטער

בית ישראל האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 12:17 pm
שמייכלדיג האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 12:16 pm
בית ישראל האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 12:13 pm

טאטאל מחולק.

כנראה לענ"ד איז די פילטער דא דיך צו העלפן ניצן די אינטערנעט אויף די מערסטע כשרע מהלך אבער נאר וואס די דארפסט פאר עכטע באניץ און נישט פאר שוואולטאג.
ליבי אומר לי אז ווען אייוועלט עפענט זיך ווען און 2023 וואלטן זיי עס אויך נישט געפענט, נאר אזוי ווי סאיז שוין געווען ברייט באניצט נאך פאר משומר האט געפענט, פלאס וואס זיי האבן זיך ארויסגעשטעלט אלץ א גאר שטארק צענזורירטע פלאץ האט עס משומר נישט געקענט עכט פארמאכן.
די אלע לעצטיגע וועבסייטס, בחצרות, בליק וכו' איז פארמאכט דארט?
יא.

כגיי נישט זאגן אז סליגט נישט דא אויך אינטערן טיש נאך סיבות, נאר צו זאגן אז סאיז ממש א עוון פלילי איז פארט נישט אמת ווען סאיז דא א גענוג נערמאלע הסבר זיי זאלן עס נישט עפענען
נישטא קיין נארמאלע הסבר. נישטא.

גענוג וועבזייטלעך וואס זענען נישט קיין צורך פרנסה ווערן לייכט געעפנט, אין אונזער פאל נעם א דוגמא די פארמאכטע שרייבער פארום וואס איז נאך אזא צורך פרנסה ווי אסאך אנדערע וועבזייטלעך, און זיי עפענען נישט.

אבער פארוואס דארף איך קריכן ביז א פארמאכטע פארום?... די קארטן ליגן אפן אויפן טיש.
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 691
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 942

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

פאוסט דורך ווירקליך »

יום טוב האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 12:29 pm
בית ישראל האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 12:09 pm
הכנה דרבה האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 12:54 am @ווירקליך איר שרייבט זייער שיינע תורות אבער אביסל בת היענה'דיג, זיך פארהוילנדיג פונעם פ"ה'ס נקודה.
די אלע שיינע הסברים און דינע חילוקים וואס די מטרה דא איז, און וויאזוי די קליינע קינדער גייען אליין פארשטיין אז זיי באלאנגען נישט דא וכו', דאס אלעס שרייבט מען שוין איבער און איבער ביי יעדע נארישע קינדערישע פייט זינט די סייט האט זיך געגרינדעט.
למעשה האלט מען א האלבע יאר שפעטער און @מחדש ברענגט ארויף א געוואלדיגע נקודה, דהיינו שטעלט אייך אפ און באטראכט דעם סייט מיט א אמת, איז דאס וואס די גרינדער האבן געזוכט? איז דא נאך א אנגענומענע נארמאלע היימשע פלאץ וואס קוקט אויס אזוי היינט צוטאגס?
יעדער וואס האט אויגן זעהט אויף אייוועלט וויפיל מעמבערס דארט זענען אנגעווייטאגט אויף די הנהלה'ס שטרענגקייט, שטעלט זיך די שאלה: פ"וו קומט נישט דער עולם אהער אין די מאסן?!..
ענטפער מיר ביטע נישט יעצט "משומר", ווייל ס'וואלט געדארפט זיין גענוג באנוצער וואס האבן נישט קיין משומר וואס זאלן אהער קומען, ועוד, ווען די עולם וואלט ווען געגליכן דאס פלאץ און פארלאנגט עקסעס כסדר וואלט משומר זיך געבראכן און ג'עפנט ווען זיי האבן ווען נישט עפעס א כשרות טענה.
אלא מאי די פלאץ איז ליידער אומב'חנ'ט, נישט קיין תוכן, נישט קיין אונטערהאלטונג, קוים אביסל נייעס, און די עיקר איז העצע, פולווער, און קריגערייען א גאנצע טאג.
און אויב די הנהלה האט געהאלטן אז מ'קען ערלויבן צו דעבאטירן פאליטיק (רוף עס וויאזוי דו ווילסט, דורכטוהן די ענין.. וכו') און ס'זאל בלייבן "ערוואקסן" און למעשה זעהט מען אז ס'נישט שייך, וועט זיי קיינער נישט אראפקוקן ווען זיי וועלן זאגן טעיתי, און מאכן שטרענגערע פארשריפטן מהיום והלאה.
איר זאגט גאנץ פיין.
די גרעסטע ראי' דערצו איז אז די 3 מערסט באניצטע אשכולות דא זענען
בלומינגראוו
גזירת החינוך
בחצרות הקודש.

וואס 2 פון די איז א גרויל צו ליינען די אפענע שנאה פון געוויסע אידן אקעגן אנדערע און סאיז מיר א חידוש אז די סייט דא לאזט עס צו און פארלאנגט נישט קיין איינגעהאלטענקייט
גזירת החינוך איז אם אקטיווע טעמע יעצט איבעראל ווי מען שטייט און גייט און דיין טענה איבער די וועג פון שרייבן דאס איז צוליב אזעלכע וואס ספינען ארום מיט שטותים און די רעספאנד איז לפי דעם וואס שרייבט שטותים
ב.ג. רעדט זיך נישט פון קיין פאלייק עס איז א פראבלעם איבער אן הפקירות שטאט און האט נישט מיט שנאה קיין שייכות

און די זאכן רעדט מען דא ווייל אויף אייוועלט טאר מען נישט דערמאנען די נושאים
גערעכט!

דאס זענען זאכן וואס ביי יעדע שמחה, מקוה, קאווע, איז דאס די הויפט טעמעס. פארוואס זאל עס נישט דא זיין?

און ווי גוט זאגסטו, ב"ג איז פאליטיק? צווישן וועם און וועם? ביידע סאטמארס האלטן אייניג, בס"ה א דעבאטע צווישן איינוואוינער, און אגב, איינער וואס גייט אריין אהין וואס באלאנגט נישט דארט איז א מאבד עצמו לדעת... ווער הייסטיך אריינטרעטן אין בלאטע?...
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 691
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 942

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

פאוסט דורך ווירקליך »

בית ישראל האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 12:34 pm
יום טוב האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 12:29 pm
בית ישראל האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 12:09 pm

איר זאגט גאנץ פיין.
די גרעסטע ראי' דערצו איז אז די 3 מערסט באניצטע אשכולות דא זענען
בלומינגראוו
גזירת החינוך
בחצרות הקודש.

וואס 2 פון די איז א גרויל צו ליינען די אפענע שנאה פון געוויסע אידן אקעגן אנדערע און סאיז מיר א חידוש אז די סייט דא לאזט עס צו און פארלאנגט נישט קיין איינגעהאלטענקייט
גזירת החינוך איז אם אקטיווע טעמע יעצט איבעראל ווי מען שטייט און גייט און דיין טענה איבער די וועג פון שרייבן דאס איז צוליב אזעלכע וואס ספינען ארום מיט שטותים און די רעספאנד איז לפי דעם וואס שרייבט שטותים
ב.ג. רעדט זיך נישט פון קיין פאלייק עס איז א פראבלעם איבער אן הפקירות שטאט און האט נישט מיט שנאה קיין שייכות

און די זאכן רעדט מען דא ווייל אויף אייוועלט טאר מען נישט דערמאנען די נושאים
נו נו נעם עס ווי אזוי די ווילסט.
טראכט נאר א רגע מיט אן אמת ביטע צו די די הונדערטער בלעטער דארט זענען נישט אנגעפילט מיט שנאת חינם און בארעדן אנדערע אידן
און אויך די טראמפערייען און פורים רב פארמעסטן אויף אנדערע סייטס, גיממי עי ברעיק.
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 691
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 942

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

פאוסט דורך ווירקליך »

בית ישראל האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 12:34 pm
מירון האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 12:34 pm
בית ישראל האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 12:32 pm

קוק צוריק 2 תגובות
סארי באט דאס איז נישט עקסעפטעבל, ס'איז מופרך מעיקרא ווי שוין געשריבן.
ביי אייך כמובן.
נישט ביי אסאך אנדערע

זייער מיינונג איז נישט געבינדען צו דיין פארשטאנד
א שאד צו פארטיידיגן מיט טענות וואס זיי אליינס קענען נישט ערקלערן
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 691
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 942

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

פאוסט דורך ווירקליך »

אקעי, כהאב געהעריג געהיידזשעקט אן אשכול... טשעקינג אוט.

אויב איינער האט נאך עפעס אויסצוקלארן ביטע זיך נישט אפהאלטן... מיר ווילן זייער קאמיוניקירן מיטן ציבור
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1105
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 1336

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

פאוסט דורך טיפע טאשן »

ווירקליך האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 7:19 pm
טיפע טאשן האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 12:08 pm ווען די הנהלה וועט איינהאלטן סעיף ו’ און י’ וועט זיין זייער א געשמאקע אטמאספערע דא

viewtopic.php?p=223#p223
ו. ברודערליך: ווען עס קומט צו קאנקורירנדע זייטן ביי אלגעמיינע פאליטיק אדער להבדיל אידישע מיינונגס פארשידנהייטן, און איר שרייבט עפעס אויף אייער צד, האלט אייך ערוואקסן און לייגט נישט אריין קיין טשעפע ווערטער אויף קיינעם, און אודאי נישט אויף א צווייטן שרייבער. ווען איר שרייבט אייער מיינונג/ידיעה, לאזט א צווייטן שרייבן זיינס. לויפט נישט נאך דאס לעצטע ווארט... האלט דעם אטמאספער געשמאק.
י. וועהלן מעמבערס: מיר וועלן פרובירן צו האלטן אן אויג אויף א מעמבער וואס צילט צו גיין אין א צווייטע דירעקציע, און אים אוועקשיקן, אזוי ארום זאלן די איבריגע חברים קענען שמועסן נארמאל אן קיין איבריגע צענזור.
ביטע ערקלערט אביסל ברייטער
די ניקס וואס זענען נאר דא צו גיין אין צירקלען אדער יענעם שטעכן זאל מען שיקן,

איך מיין אז יעדער איז מסכים אז זיך אויסצושמועסן קעגנזייטיגע צדדים איז א גוטע זאך ווילאנג די קענסט פארנעמען אז יענער האט א אנדערע מיינוג.
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
להגדיל הטראסק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 721
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 2212

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

עס זענען דא ניקים וואס איך גלייך פון ביידע צדדים, און עס איז דא ניקים וואס מאכן אומבא'טעמ'ט דאס פלאץ
ווילעך נישט זאגן קיין נעמען... יעדער ווייסט פון וועמען מען רעדט...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1485
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 3341

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

יאקאב האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 5:37 pm
מיין פערזענליכע ביטע צו די מנהלים, ביטע סטאפן אזעלכע אשכולות ווי בלומינגראוו, ס'איז ממאס די פלאץ!
גא"מ, מיטן גאנצן הארץ
נישט יעדער וואס רעדט אסאך, ווייסט אסאך...
אוועיטער
איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 446
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 439

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

פאוסט דורך איד »

א גרויסע ש'כח @ווירקליך פארן אריין קומען און אזוי שיין מסביר זיין
ס'איז אונז א כבוד פאר אז מנהל
שרייב פאוסט