נייעס פון קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
בני יואל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 10:35 pm
x 236

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בני יואל »

ווער איז די מארקעטער פון די מוסדות ? מדארף אים אויך אהערברענגען אויף אידטיש ….
ביטע אינאכט נעמען: די לב טהור אשכול איז נישט געמאכט פאר פלעינע ניקס צו שרייבען, די נייעס דארט איז נאר צו שטופען א אדשענדע און סאיז נישט מוכרח אז וואס סשטייט דארט איז אמת
אוועיטער
מערכת אידטיש
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 29, 2025 10:27 pm
Location: אידטיש
x 254

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך מערכת אידטיש »

ביטע נישט ממשיך זיין דעם שמועס. יישר כח. א גוט שבת, ההנהלה.
דער ניק ווערט געמאניטערט דורך אלע חברי המערכת
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3598
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 19345

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך חלום חלמתי »

פארקינג אין גרויסן איז לייק...
פיילס
IMG-20260104-WA0004.jpg
IMG-20260104-WA0004.jpg (227.12 KiB) געזען געווארן 2522 מאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אויגעלעך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 358
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 1:38 pm
x 593

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך אויגעלעך »

חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג יאנואר 04, 2026 10:37 am פארקינג אין גרויסן איז לייק...
"די" דרייווער וואלט דא געפארקט אפי' ווען עס איז דא בריווח פארקינג...
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20252

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אויגעלעך האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 05, 2026 11:56 am
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג יאנואר 04, 2026 10:37 am פארקינג אין גרויסן איז לייק...
"די" דרייווער וואלט דא געפארקט אפי' ווען עס איז דא בריווח פארקינג...
שטימט... ליודעים...

אגב מענין לבנין, איך בין געווען היינט אין מאנסי, און איך זוך די מאנסיע בלאגערס! וואס גייט פאר מיט ענק???... אפשר זיץ איך פשוט נישט אויף די ריכטיגע וואטעפפ גרופס?... וואו זענען ענקערע העצערייען?...

כ'בין געשטאנען אויף רוט 59 פארנדיג א שטרעקע וואס וואלט געזאלט נעמען צווישן 2 און 3 מינוט, ס'האט גענומען גאנצע 20 מינוט, אין א גרינעם מאנטאג פארמיטאג.

די טרעפיק ביי יעדע רויט-לייט איז געווען לאנג לכאורה א האלבע מייל, ווען ס'איז שוין געווארן גרין איז עס אבער צוריקגעווארן רויט נאך בעפאר מיין רייע איז געקומען... און ענדליך ס'איז שוין גרין פאר מיר אויך קומט באלד א פרישע לויט לייט וואס איז נישט אויסגערעכנט צו לויפן אינאיינעם און איך דארף ווידער ווארטן.

כ'על שוין נישט רעדן פון די צוקראכטע ראודס במשך דעם מעין הייוועי פון די שטאט... מיט טויזנטער רייזענדע מיט איין סינגל לעין...

און דארט איז יא דא וואלן מיט פארמעסטן אויף מעיאר און טראסטי אמטן... ניין? וויאזוי גייט עס אדורך?... פלעין אנדערע מיני מענטשן? אדער?

די בעיקערטאון טרעפיק יעצט בעפארן פארברייטערן, קען זיך פארשטעקן פאר מאנסי ווי א בונדל קעגן א עלעפאנט...

#באמערקונג
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3598
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 19345

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך חלום חלמתי »

► Show Spoiler
מ'העצט פיין, זארגט אייך נישט...

ראונג וואטסעפפ גרופע איט איז..
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2189
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6737

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בודקע »

unnamed - 2026-01-05T123557.975.jpg
unnamed - 2026-01-05T123557.975.jpg (195.69 KiB) געזען געווארן 1747 מאל
unnamed - 2026-01-05T123551.148.jpg
unnamed - 2026-01-05T123551.148.jpg (178.53 KiB) געזען געווארן 1747 מאל
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
חיימ'קע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 11:05 am
Location: אין די קינדער שיך
x 513

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך חיימ'קע »

וויייסט איינער ווער עס קען פיקסן א לעפטאפ?
איך גלייך זייער אידטיש!!!
סא האלט אן אידטיש סטאנדארטן...
אוועיטער
איד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 963
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 1074

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך איד »

בודקע האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 06, 2026 10:52 am unnamed - 2026-01-05T123557.975.jpgunnamed - 2026-01-05T123551.148.jpg
גייט ערגעץ זיין ווי מ'גייט עס קענען הערן אויפן טעלעפאן?
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2189
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6737

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בודקע »

איד האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 06, 2026 11:38 am
בודקע האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 06, 2026 10:52 am unnamed - 2026-01-05T123557.975.jpgunnamed - 2026-01-05T123551.148.jpg
גייט ערגעץ זיין ווי מ'גייט עס קענען הערן אויפן טעלעפאן?
דאונט נאו
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
בערל דער פייפער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1304
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 1954

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

@דער תהלים איד קענסט אויסקלארן ווי מאכט עס אויס למעשה?
viewtopic.php?p=233645#p233645
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
פארנומען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 241
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 1:46 pm
x 325

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך פארנומען »

בערל דער פייפער האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 06, 2026 5:27 pm @דער תהלים איד קענסט אויסקלארן ווי מאכט עס אויס למעשה?
viewtopic.php?p=233645#p233645
קען מען מעגליך צוריק עפענען די ראוד ארויס פון עצי תמרים?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20252

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

בערל דער פייפער האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 06, 2026 5:27 pm @דער תהלים איד קענסט אויסקלארן ווי מאכט עס אויס למעשה?
viewtopic.php?p=233645#p233645
מיט סיעתא דשמיא האפט מען אז זאכן וועלן זיין אסאך בעסער.

זיי ווייסן אז אנשי שלומינו האבן זיי אריינגעברענגט, מיט שווערע ארבעט. ס'איז שוין געווען א געמיינזאמע מיטינג צווישן קרית יואל ווילעדזש און די טאון, גלייך נאכ'ן איינשווערונג, צוליב די קאונטי זיץ וואס זיי שעירן מיט ק"י, א נושא פאר זיך.
אוועיטער
איל_משולש
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 4:35 pm
x 36

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך איל_משולש »

חיימ'קע האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 06, 2026 11:02 am וויייסט איינער ווער עס קען פיקסן א לעפטאפ?
איך.
קום פריוואט פאר אינפאו.
אסעמבלימאן
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 18, 2025 1:05 pm
Location: 10950
x 65

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך אסעמבלימאן »

איז דא ערגעץ וואו מקען איבערהערן די נעכטיגע "דינא" אווענט?

איז געווען דארט עפעס חידושים? אדער סתם אזוי וואו אייביג אז מ'דארף אבאכט געבן וואס מ'טוט.
רעדט צום דבר
פרישער באניצער
פאוסטס: 32
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 27, 2025 1:21 pm
Location: 10950
x 87

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך רעדט צום דבר »

איך וועל פרובירן צו אראפשרייבן עטליכע נקודות וואס מ'האט אויסגעשמיסט ביים "דינא אוונעט" – וואס קען אפשר זיין אינטערעסאנט און נוצבאר

איך וועל שרייבן וואס עס קומט מיר ארויף אין מח וואס מ'האט דארט גערעדט, אן א סדר

אדרבה, אויב איינער האט הגהות אדער צולייגן נאך זאכן וואס מ'האט גערעדט, איז מכובד

• ביז איצט האט מען געדארפט געבן א 1099 אויב מ'האט געגעבן פאר א יחיד משך פונעם יאר מער וואו $600.00 פון דאס יאר 2026 וועט מען דארפן געבן א 1099 נאר העכער $1,200 (פאר יאר 2025 דארף מען נאך געבן אויב מ'האט געגעבן פאר א יחיד פון 600 און ארויף)

• די IRS קען פינקטלעך זעהן וויפיל דו נוצט דיין קרעדיט קארד א חודש, סא אויב דו נוצט מער וויפיל דו פארדינסט, בוזטו שוין אויף די רויטע ליסטע, אויב האסטו א גוטע סיבה וויאזוי דו קענסט נוצן מער, איז נאך אלס בעסער אז זיי האבן בכלל נישט קיין קשיות אויף דיין טעקס ריטורן וואו אז זיי זאלן האבן קשוית און דו זאלסט האבן תירוצים – און אויך דארף מען שטענדיג געדענקן אז ווען זיי האבן קשיות איז דאס נישט אזוי וואו א שואל ומשיב אין ישיבה, ווען זיי פרעגן דארפסטו האבן פראוו אז וואס דו ענפערסט איז 100% אמת – און אסאך מאל ווען זיי האבן קשיות, זיי פרעגן נישט קיין תירוצים, זיי טוהן גלייך וואס זיי האבן צוטוהן....

• נישט נוצן א ביזנעס קרעדיט קארטל פאר פערזענליכע הוצאות

• סיי וואס מ'רעדט אויפן טעלעפאון קען היינט צוטאגס ווערן מיטגעהאלטן, סא "סיי וואס" דו רעסט אויפן טעלעפאון, אפילו צו דיין חבר, טראכט אז עס איז דא א שאנס אז נאך איינער האלט מיט – סיי וועלעכע אימעל, טעקס-מעסיזש, וואטסעפפ, סיגנעל עס ווערט געשיקט, אפילו מ'האט עס אויסגעמעקט, קען די גאווערמענט אייביג עס נאכגיין אפילו דו האסט עס אויסגעמעקט

• אויב האט מען א אייגענע הויז וואיזוי אסאך אידן האבן וד''ל, און דער מיטן "שם" פאלט אריין מיט פראבלעמען אדער מיט די באנק אדער מיט די גאווערמענט, קענען זיי צונעמען דעם הויז – סא פאר מ'טוט עס דארף מען עס נעמען אין באטראכט

• CHASE באנק קען פארמאכן א אקונט פון איין מינוט אויף די צווייטע און געבן נישט צוריק די געלט וואס ליגט אין די אקונט, אנדערע בענק בדרך כלל לאזן וויסן פאראויס אז זיי גייען פארמאכן די אקונט און זיי געבן צוריק די געלט

• אויב מ'איז ח''ו אינוואלף אין א עקסידענט און פאלציי קומט און פרעגט פראגעס, אויב איז עס א קליינע עקסידענט קען מען ענטפערן, אויב ח''ו איז א מענשט געווארן געשעדיגט אדער ערגער ח''ו זאל מען זאגן פאר די פאלציי אז מ'וועט נעמען א לויער זאל פרעזענטירן און גארנישט ענטפערן (די מענטש האט אייביג די רעכט דאס צו זאגן)
די פאלציי וועט אייביג פרובירן צו זאגן נישט קיין פראבלעם אבער "איין קלייניקייט ווילן זיי וויסן, זיי ווילן פשוט זיין קלאר" דארף מען שטענדיג געדענקן אפילו פאר די "איין קלייניקייט" איך וועל נעמען א לויער זאל מיר פרעזנטירן

• א ביזנעס ריפארט וואס מ'נוצט צו פיילן טעקס דארף מאכן סענס פאר די גאווערמנעט, אויב זאכן מאכן נישט קיין סענס איז דא שטארקע שאנס צו ווערן ג אוידיט

• סיי וועלכע אינוועסטעגיטאר וואס קומט פרעגן פראגס, סיי פון דיר פערזענליך אדער אויף א צווייטן דארף מען אייביג זאגן "איך רעדט נישט אן א לויער" זיי וועלן אייביג פרובירן צו זאגן נישט קיין פראבלעם אבער "איין קלייניקייט ווילן זיי וויסן" דארף מען שטענדיג געדענקן אפילו פאר די "איין קלייניקייט" "איך רעדט נישט אן א לויער"

• און פאל איינער האט פראבלעמען ח''ו, אדער אין פאל פון אן אוידעט, זאל מען קיינמאל פרעגן חברים וואס מ'קען טוהן, אפילו מ'ווייסט אז זיי האבן געהאט די זעלבע פראבלעם, אייביג גיין צו די ריכטיגע עסקנים און פארפעשענאל'ס (מ'קען רופן פאר דען "עסק" פון קרית יואל)

• ווען מ'קומט בעטן הילף פון עסקנים אדער פון א לויער, דארף מען פארציילן אלע פאקטן אפילו מ'שעמט זיך, אסאך מאל איז דא קליינע פאקטן וואס טוישט די גאנצע מעשה, די עסקנים זענען דא צו העלפן און זיי זענען קיינעם נישט דן

• יעדע מאל א ביזנעס נעמט אויף א נייע ארבעטער דארף מען זיכערמאכן צו האבן די 4 זאכן
1) Form W-4
2) Form I-9
3) Form IT-2104
4) פיקטשער ID קארטל

קיינמאל פארבארג נישט דיין קרעדיט קארטל פאר א צווייטן

• אויב דו ווילסט איבערגעבן א ליעס דארפטסו וויסן אז א קאר איז מצי הזיקא, און דו געבסט דאס איבער פאר א צווייטן וואס קען שאדן מאכן דיין נאמען און ברעגן אסאך עגמת נפש און קאפ-ווי און געלט שאדן

• די IRS איז נישט עפעס וואס זיי זיצן אין וואשינגטאן, זיי האבן לאקאל אפיסעס און זיי האלטן אלעס מיט, זיי האבן א לאקאל אפיס נעבן קרית יואל, פון די צווייטע זייט אויב מ'טוט זאכן ריכטיק זענען זיי בכלל נישט עפעס א "שרעקעדיגע זאך" אויב מאכט מען א טועת ביים פיילן טעקס און רוב פעלער קען מען עס מסדר זיין מיט זיי
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1277
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1755

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך יאנטשי »

רעדט צום דבר האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 1:09 pm איך וועל פרובירן צו אראפשרייבן עטליכע נקודות וואס מ'האט אויסגעשמיסט ביים "דינא אוונעט" – וואס קען אפשר זיין אינטערעסאנט און נוצבאר

נישט ממש דאס, נאר אז דו פארבארגסט א קרעדיט קארטל דארפסטו זיין גרייט צו באצאלן יענעמס באלאנס, און עס איז פונקט ווי דו געבסט יענעם א הלוואה.

און אויף די שאלה וויפיל מען מעג פארבארגן פון געלט וואס מען האט אוועקגעלייגט, זאגט ער אז נישט מער ווי 50% ווייל עס זענען דא שטארקע שאנסן אז מען וועט נישט קענען צוריקזען די געלט ווען מען וועט עס דארפן. די זעלבע 50% רעכענט אריין געלט וואס מען פארבארגט דורך א קרעדיט קארטל אויף דיין נאמען, ווי פריער געשריבן.
אוועיטער
איד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 963
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 1074

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך איד »

רעדט צום דבר האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 1:09 pm איך וועל פרובירן צו אראפשרייבן עטליכע נקודות וואס מ'האט אויסגעשמיסט ביים "דינא אוונעט" – וואס קען אפשר זיין אינטערעסאנט און נוצבאר

איך וועל שרייבן וואס עס קומט מיר ארויף אין מח וואס מ'האט דארט גערעדט, אן א סדר

אדרבה, אויב איינער האט הגהות אדער צולייגן נאך זאכן וואס מ'האט גערעדט, איז מכובד

• ביז איצט האט מען געדארפט געבן א 1099 אויב מ'האט געגעבן פאר א יחיד משך פונעם יאר מער וואו $600.00 פון דאס יאר 2026 וועט מען דארפן געבן א 1099 נאר העכער $1,200 (פאר יאר 2025 דארף מען נאך געבן אויב מ'האט געגעבן פאר א יחיד פון 600 און ארויף)

• די IRS קען פינקטלעך זעהן וויפיל דו נוצט דיין קרעדיט קארד א חודש, סא אויב דו נוצט מער וויפיל דו פארדינסט, בוזטו שוין אויף די רויטע ליסטע, אויב האסטו א גוטע סיבה וויאזוי דו קענסט נוצן מער, איז נאך אלס בעסער אז זיי האבן בכלל נישט קיין קשיות אויף דיין טעקס ריטורן וואו אז זיי זאלן האבן קשוית און דו זאלסט האבן תירוצים – און אויך דארף מען שטענדיג געדענקן אז ווען זיי האבן קשיות איז דאס נישט אזוי וואו א שואל ומשיב אין ישיבה, ווען זיי פרעגן דארפסטו האבן פראוו אז וואס דו ענפערסט איז 100% אמת – און אסאך מאל ווען זיי האבן קשיות, זיי פרעגן נישט קיין תירוצים, זיי טוהן גלייך וואס זיי האבן צוטוהן....

• נישט נוצן א ביזנעס קרעדיט קארטל פאר פערזענליכע הוצאות

• סיי וואס מ'רעדט אויפן טעלעפאון קען היינט צוטאגס ווערן מיטגעהאלטן, סא "סיי וואס" דו רעסט אויפן טעלעפאון, אפילו צו דיין חבר, טראכט אז עס איז דא א שאנס אז נאך איינער האלט מיט – סיי וועלעכע אימעל, טעקס-מעסיזש, וואטסעפפ, סיגנעל עס ווערט געשיקט, אפילו מ'האט עס אויסגעמעקט, קען די גאווערמענט אייביג עס נאכגיין אפילו דו האסט עס אויסגעמעקט

• אויב האט מען א אייגענע הויז וואיזוי אסאך אידן האבן וד''ל, און דער מיטן "שם" פאלט אריין מיט פראבלעמען אדער מיט די באנק אדער מיט די גאווערמענט, קענען זיי צונעמען דעם הויז – סא פאר מ'טוט עס דארף מען עס נעמען אין באטראכט

• CHASE באנק קען פארמאכן א אקונט פון איין מינוט אויף די צווייטע און געבן נישט צוריק די געלט וואס ליגט אין די אקונט, אנדערע בענק בדרך כלל לאזן וויסן פאראויס אז זיי גייען פארמאכן די אקונט און זיי געבן צוריק די געלט

• אויב מ'איז ח''ו אינוואלף אין א עקסידענט און פאלציי קומט און פרעגט פראגעס, אויב איז עס א קליינע עקסידענט קען מען ענטפערן, אויב ח''ו איז א מענשט געווארן געשעדיגט אדער ערגער ח''ו זאל מען זאגן פאר די פאלציי אז מ'וועט נעמען א לויער זאל פרעזענטירן און גארנישט ענטפערן (די מענטש האט אייביג די רעכט דאס צו זאגן)
די פאלציי וועט אייביג פרובירן צו זאגן נישט קיין פראבלעם אבער "איין קלייניקייט ווילן זיי וויסן, זיי ווילן פשוט זיין קלאר" דארף מען שטענדיג געדענקן אפילו פאר די "איין קלייניקייט" איך וועל נעמען א לויער זאל מיר פרעזנטירן

• א ביזנעס ריפארט וואס מ'נוצט צו פיילן טעקס דארף מאכן סענס פאר די גאווערמנעט, אויב זאכן מאכן נישט קיין סענס איז דא שטארקע שאנס צו ווערן ג אוידיט

• סיי וועלכע אינוועסטעגיטאר וואס קומט פרעגן פראגס, סיי פון דיר פערזענליך אדער אויף א צווייטן דארף מען אייביג זאגן "איך רעדט נישט אן א לויער" זיי וועלן אייביג פרובירן צו זאגן נישט קיין פראבלעם אבער "איין קלייניקייט ווילן זיי וויסן" דארף מען שטענדיג געדענקן אפילו פאר די "איין קלייניקייט" "איך רעדט נישט אן א לויער"

• און פאל איינער האט פראבלעמען ח''ו, אדער אין פאל פון אן אוידעט, זאל מען קיינמאל פרעגן חברים וואס מ'קען טוהן, אפילו מ'ווייסט אז זיי האבן געהאט די זעלבע פראבלעם, אייביג גיין צו די ריכטיגע עסקנים און פארפעשענאל'ס (מ'קען רופן פאר דען "עסק" פון קרית יואל)

• ווען מ'קומט בעטן הילף פון עסקנים אדער פון א לויער, דארף מען פארציילן אלע פאקטן אפילו מ'שעמט זיך, אסאך מאל איז דא קליינע פאקטן וואס טוישט די גאנצע מעשה, די עסקנים זענען דא צו העלפן און זיי זענען קיינעם נישט דן

• יעדע מאל א ביזנעס נעמט אויף א נייע ארבעטער דארף מען זיכערמאכן צו האבן די 4 זאכן
1) Form W-4
2) Form I-9
3) Form IT-2104
4) פיקטשער ID קארטל

קיינמאל פארבארג נישט דיין קרעדיט קארטל פאר א צווייטן

• אויב דו ווילסט איבערגעבן א ליעס דארפטסו וויסן אז א קאר איז מצי הזיקא, און דו געבסט דאס איבער פאר א צווייטן וואס קען שאדן מאכן דיין נאמען און ברעגן אסאך עגמת נפש און קאפ-ווי און געלט שאדן

• די IRS איז נישט עפעס וואס זיי זיצן אין וואשינגטאן, זיי האבן לאקאל אפיסעס און זיי האלטן אלעס מיט, זיי האבן א לאקאל אפיס נעבן קרית יואל, פון די צווייטע זייט אויב מ'טוט זאכן ריכטיק זענען זיי בכלל נישט עפעס א "שרעקעדיגע זאך" אויב מאכט מען א טועת ביים פיילן טעקס און רוב פעלער קען מען עס מסדר זיין מיט זיי
א גרויסן ש'כח!

אויב האב איך געניצט קרעדיט קארדס מער ווי איך מאך אויף די ביכער,
דאן וואס זאל איך טוהן ווען איך פייל טעקסט ריטערנס?

דאס אז זיי קען זעהן, מיינט אז זיי קוקן אייביג?
אוועיטער
בני יואל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 10:35 pm
x 236

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בני יואל »

טאקע וויכטיג
במציאות מיין איך אז רוב מענטשען ניצען די קק מער פון זייער אינקאם וויאזוי מאכט עס טאקע סענס?
ביטע אינאכט נעמען: די לב טהור אשכול איז נישט געמאכט פאר פלעינע ניקס צו שרייבען, די נייעס דארט איז נאר צו שטופען א אדשענדע און סאיז נישט מוכרח אז וואס סשטייט דארט איז אמת
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3598
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 19345

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך חלום חלמתי »

בני יואל האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 09, 2026 12:34 am טאקע וויכטיג
במציאות מיין איך אז רוב מענטשען ניצען די קק מער פון זייער אינקאם וויאזוי מאכט עס טאקע סענס?
ווען די קינדער האבן נישט קיין שוך אדער מען דארף צאלן די לעקטער ביל אינמיטן ווינטער איז דא א אנדערע סארט קאלקולעטער.
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1277
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1755

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך יאנטשי »

חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 09, 2026 8:56 am
בני יואל האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 09, 2026 12:34 am טאקע וויכטיג
במציאות מיין איך אז רוב מענטשען ניצען די קק מער פון זייער אינקאם וויאזוי מאכט עס טאקע סענס?
ווען די קינדער האבן נישט קיין שוך אדער מען דארף צאלן די לעקטער ביל אינמיטן ווינטער איז דא א אנדערע סארט קאלקולעטער.
ניצן איז זיכער נישט קיין פראבלעם, באצאלן איז. פון וואו קומט די געלט?

די ענטפער איז אז אן רעגירונג פראגראמען וועט עס געווענליך נישט מאכן קיין פראבלעמען, און אפילו ווען יא איז עס נישט קיין גרויסע קאפוויי (לכל היותר (ביי א פשוטע אוידיט, ווען מען האט נישט וואס צו באהאלטן) איז צאלן טעקס אויף די געלט). מיט פראגראמען קען מען האבן ערענסטע עגמ"נ.

עניוועי, ווי געזאגט זאל מען נישט נעמען קיין עדווייס פון חברים..
זוכער
פרישער באניצער
פאוסטס: 35
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 28, 2025 2:32 pm
Location: China
x 68

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך זוכער »

100 פראצענט מענטשן וואס האבן הויכע קק באלאנס - איז עס פון טשארדזשעס וואס איז מער פון זייער אינקאום!

סאו די איי אר עס גייט בכלל נישט נאך מענטשן מיט אסאך קק חובות.
אברהם יחיאל
ניי צום טיש
פאוסטס: 7
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 1:25 pm
x 4

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך אברהם יחיאל »

יאנטשי האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 09, 2026 9:28 am
חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 09, 2026 8:56 am
בני יואל האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 09, 2026 12:34 am טאקע וויכטיג
במציאות מיין איך אז רוב מענטשען ניצען די קק מער פון זייער אינקאם וויאזוי מאכט עס טאקע סענס?
ווען די קינדער האבן נישט קיין שוך אדער מען דארף צאלן די לעקטער ביל אינמיטן ווינטער איז דא א אנדערע סארט קאלקולעטער.
ניצן איז זיכער נישט קיין פראבלעם, באצאלן איז. פון וואו קומט די געלט?

די ענטפער איז אז אן רעגירונג פראגראמען וועט עס געווענליך נישט מאכן קיין פראבלעמען, און אפילו ווען יא איז עס נישט קיין גרויסע קאפוויי (לכל היותר (ביי א פשוטע אוידיט, ווען מען האט נישט וואס צו באהאלטן) איז צאלן טעקס אויף די געלט). מיט פראגראמען קען מען האבן ערענסטע עגמ"נ.

עניוועי, ווי געזאגט זאל מען נישט נעמען קיין עדווייס פון חברים..
וואסערע פראגראמען בעטן די ק"ק סטעטמענטס?
אוועיטער
dev
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 240
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 4:30 pm
Location: Monsey
x 297

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך dev »

אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20252

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

dev האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 09, 2026 12:12 pm א מעשה נורא!!

https://www.dropbox.com/scl/fi/o5nqay6k ... c40qu&dl=0
טאקע א מעשה נורא. ס'האט מיך בארירט ביים הערן.

די שאלה איז נאר וויפיל פראצענט פון די מעשה איז אויפגעבלאזן און באפיצט און ארומגעטוישט, כנהוג.
שרייב פאוסט