דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 15, 2026 3:31 pm
בלומינגראווער איד האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 15, 2026 1:08 pm
יאנטשי האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 15, 2026 12:54 pm
יא, די העץ דא איז איבערגעטריבן. און ממש דאס שפילט זיך טאקע אויך אפ אין ווילעדזש או קרית יואל וואו אלעס וואס זיי טוען איז נישט גוט, און ביי אנדערע איז אלעס 100% גוט אז עס קען ניטאמאל זיין בעסער.
#בלעקווייט גלעזער
אמת, אבער ע"פ רוב וועסטו נישט הערן פון בלומינג גראווע יודן אז אלעס וואס די קרית יואל באאמטע טוען איז שלעכט, זיי טוען אויף א וועלט פאר זייערע תושבים, די איינציגסטע נעגאטיוו זאכן וואס דו וועסט הערן איז וואו זיי שטערן במעשה בלומינג גראוו און איבער זאכן וואס מענטשן זענען אנטלאפן פון קרית יואל פאר (צו עס איז פארטיי פירערשאפט, טרעפיק, 50 משפחות אין איין בנין, קיין חשבון מיט פארקינג וכדו').
עס איז אויך ליגנט אז די UJC האלט אין איין העצן קעגן קרית יואל, בשעת וואס פון קרית יואל האלט מען אין איין הערן אין די צייטונגען און אין דרשות קעגן די פירערשאפט אין בלומינג גראוו וועסטו קיינמאל נישט זען אין די UJC בלעטלעך דערפון, אינעם עבר האט מען פרובירט דא אריינצוקוועטשן אסאך מאל אין מודעות אז "אפשר" איז מען מרמז עפעס וואס רייסט אראפ קרית יואל
1) אינעם מגילת היסוד פון UJC איז געווען ארויסגעברענגט אז "דא וועט נישט זיין די קארופציע פון יחידים משתלטים"...
סוי, אויב איינער פון די 2 פירערשאפטן זענען געבויט אויף זאגן וואס יענער איז, איז עס עמיצער וואס האט פשוט געברענגט נייע לעוולס אין קארופציע, אריינגערעכנט באהאלטענע וואלן וואס מ'טעהנט זיך בלויז צו די אטורני דזשענעראל האט יא גענומען שריט אדער נישט... איי איי איי ווען קרית יואל זאל אזאנס טון... בלעטער אויף בלעטער שווארצע טינט וואלטן געווען אויסגעגאסן...
2) די נושא פון זייער נעמען קרעדיט אויף יעדע זאך וואס שפילט זיך אפ, אפגעזען וועמענס קרעדיט ס'איז, האט זיך נישט יעצט אנגעהויבן. כ'האב נישט קיין נערוון צו גיין זוכן אויף צוריק... אבער ס'איז א פאקט.
די הקרי' האט עס קיינמאל נישט געטון כפי זכרוני.
און דא האט עס שוין געהאלטן ביי דעם אז דער פארטיידיקער האט "געוויסט קראנט" אז ס'איז זאגאר די ווילעדזשעס לאט. אבער ער האט נישט געוויסט אז די ווילעדזש בעט פול-פרייז רענט דערפאר...
פארשטיי איך נישט די גאנצע מגילה, זאגן אז דא גייען זאכן גיין אנדערש ווי אין אנדערע יודישע געגנטער איז עפעס וואס יעדע געגנט שרייבט, עס איז פשוטע מארקעטינג... דאס איבריגע איז סתם געשאסן אינעם זעלבן מישמאש.
זייער קלאר: אין הקרי' איז געווען אן אפענע שמוץ ארטיקל איבער מכלומרשטע געפעלטשטע סעמפל בעלאטס אין בלומינג גראוו, דו וועסט קיינמאל נישט זען אז ארטיקל אינעם שטימע.
אין די היימשטאט איז געלאפן פאר עטליכע וואכן אן אפענע שמוץ קאמפיין קעגן בלומינג גראוו, דאס וועסטו נישט זען אין קיין שטימע.
דאס וואס די היימשטאט שרייבט אז אין בלומינג גראוו איז די טעקסעס הויעך בשעת אין קרית יואל איז ביליג איז נישט קיין שמוץ קאמפיין, עס איז פשוטע מארקעטינג פאר דירות אין קרית יואל, דאס איז אלע שטימע באשרייבונגען וואו קרית יואל שטייט ברמז.
איך האף אז דו פארשטייסט דעם חילוק, אויב נישט איז א שאד צו רעדן...
לגבי פראפאגאנדירן מיט פריוואטע אונטערנעמונגען, ווארט אויף די קומענדיגע הקרי'... עס איז א נארמאלע זאך, נאכדערצו אויב די ווילידזש איז אינוואלווד אין סיי וואספארא וועג, אין יעדע יודישע (לכאורה אויך גוישע) שטאט