1) אינעם מגילת היסוד פון UJC איז געווען ארויסגעברענגט אז "דא וועט נישט זיין די קארופציע פון יחידים משתלטים"...בלומינגראווער איד האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 15, 2026 1:08 pmאמת, אבער ע"פ רוב וועסטו נישט הערן פון בלומינג גראווע יודן אז אלעס וואס די קרית יואל באאמטע טוען איז שלעכט, זיי טוען אויף א וועלט פאר זייערע תושבים, די איינציגסטע נעגאטיוו זאכן וואס דו וועסט הערן איז וואו זיי שטערן במעשה בלומינג גראוו און איבער זאכן וואס מענטשן זענען אנטלאפן פון קרית יואל פאר (צו עס איז פארטיי פירערשאפט, טרעפיק, 50 משפחות אין איין בנין, קיין חשבון מיט פארקינג וכדו').יאנטשי האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 15, 2026 12:54 pmיא, די העץ דא איז איבערגעטריבן. און ממש דאס שפילט זיך טאקע אויך אפ אין ווילעדזש או קרית יואל וואו אלעס וואס זיי טוען איז נישט גוט, און ביי אנדערע איז אלעס 100% גוט אז עס קען ניטאמאל זיין בעסער.בלומינגראווער איד האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 15, 2026 12:44 pm
סך הכל איז אזוי:
ווען די ווילידזש פארלאנגט נישט פון זיי צוצולייגן פארקינג וואלט דא געשטאנען וואספארא חיות זיי זענען פארן לאזן אזא פארנומענע פלאץ אן גענוג פארקינג,
ווען זיי פארלאנגען ווען פארקינג און שטעלן נישט צו פראפערטי = סתם שלעכטע מענטשן, פארלאנגען פון אן אומשולדיגן דעוועלאפער צו טרעפן נאך פארקינג,
ווען זיי שטעלן ווען צו דעם פראפערטי אומזיסט = קארופטירטע חברה, גיבן אוועק דעם ציבור'ס פראפערטי פאר רייכע דעוועלאפערס וואס גיבן זיי מיליאנען אין טאש,
ווען זיי בעטן ווען געשוואלענע רענט = חיות רעות, רייסן אויס דאס ביסל פראפיט פונעם אומשולדיגן בעל הבית,
יעצט אז זיי זענען געקומען צו דעם בעל הבית מיט א נארמאלן דיעל וואס מאכט נישט שאדן פאר די ווילידזש = בכלל נישט זייער קרעדיט, סתם פראפאגאנדע.
נישטא קיין זאך וואס זיי גייען טון וואס יודן דא גייען זען אלס א גוטע זאך
#בלעקווייט גלעזער
עס איז אויך ליגנט אז די UJC האלט אין איין העצן קעגן קרית יואל, בשעת וואס פון קרית יואל האלט מען אין איין הערן אין די צייטונגען און אין דרשות קעגן די פירערשאפט אין בלומינג גראוו וועסטו קיינמאל נישט זען אין די UJC בלעטלעך דערפון, אינעם עבר האט מען פרובירט דא אריינצוקוועטשן אסאך מאל אין מודעות אז "אפשר" איז מען מרמז עפעס וואס רייסט אראפ קרית יואל
סוי, אויב איינער פון די 2 פירערשאפטן זענען געבויט אויף זאגן וואס יענער איז, איז עס עמיצער וואס האט פשוט געברענגט נייע לעוולס אין קארופציע, אריינגערעכנט באהאלטענע וואלן וואס מ'טעהנט זיך בלויז צו די אטורני דזשענעראל האט יא גענומען שריט אדער נישט... איי איי איי ווען קרית יואל זאל אזאנס טון... בלעטער אויף בלעטער שווארצע טינט וואלטן געווען אויסגעגאסן...
2) די נושא פון זייער נעמען קרעדיט אויף יעדע זאך וואס שפילט זיך אפ, אפגעזען וועמענס קרעדיט ס'איז, האט זיך נישט יעצט אנגעהויבן. כ'האב נישט קיין נערוון צו גיין זוכן אויף צוריק... אבער ס'איז א פאקט.
די הקרי' האט עס קיינמאל נישט געטון כפי זכרוני.
און דא האט עס שוין געהאלטן ביי דעם אז דער פארטיידיקער האט "געוויסט קראנט" אז ס'איז זאגאר די ווילעדזשעס לאט. אבער ער האט נישט געוויסט אז די ווילעדזש בעט פול-פרייז רענט דערפאר...