נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1568
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5118

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך Think and Thank »

מיילעך מעכל האט געשריבן: זונטאג פעברואר 15, 2026 2:59 pm
Think and Thank האט געשריבן: זונטאג פעברואר 15, 2026 2:53 pm
מיילעך מעכל האט געשריבן: זונטאג פעברואר 15, 2026 2:46 pm

מיט אלע פשעטלעך און דרושים, אין קרית יואל נעמט מען נישט צוזאם גארביטש שבת ע"פ הורואות הרבנים, מ'שארט יא די שניי ע"פ הוראות הרבנים אלץ פיקוח נפש, קען זיין הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א ווייסט נישט וואס דו ווארפסט דא צאם

קענסט אפשר ברענגען די פסקים פון די רבנים בכתב? כ'וואלט געוואלט קענען אפטיילן די מציאות וואס זיי זאגן טאקע פון וואס דו וואלסט געקענט באשטיין אז זיי זאלן זאגן.
וואס דארף מען בכלל אפטיילן לשיטתך מעג מען אלעס טון ווייל אויב שמחה אייכענשטיין ווערט נ י סיטי מעיאר

ווייטער מיט דיין זעלבע אייגענע הנחה אז די רבנים האבן געזאגט אז עס איז א אידישע נכס. דו ווייסט בכלל וויאזוי מען הערט אויס און טראכט איבער א סברא אנדערש ווי דו האסט געטראכט פארדעם?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8642
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21389

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 15, 2026 1:08 pm
יאנטשי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 15, 2026 12:54 pm
בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 15, 2026 12:44 pm
סך הכל איז אזוי:
ווען די ווילידזש פארלאנגט נישט פון זיי צוצולייגן פארקינג וואלט דא געשטאנען וואספארא חיות זיי זענען פארן לאזן אזא פארנומענע פלאץ אן גענוג פארקינג,

ווען זיי פארלאנגען ווען פארקינג און שטעלן נישט צו פראפערטי = סתם שלעכטע מענטשן, פארלאנגען פון אן אומשולדיגן דעוועלאפער צו טרעפן נאך פארקינג,

ווען זיי שטעלן ווען צו דעם פראפערטי אומזיסט = קארופטירטע חברה, גיבן אוועק דעם ציבור'ס פראפערטי פאר רייכע דעוועלאפערס וואס גיבן זיי מיליאנען אין טאש,

ווען זיי בעטן ווען געשוואלענע רענט = חיות רעות, רייסן אויס דאס ביסל פראפיט פונעם אומשולדיגן בעל הבית,

יעצט אז זיי זענען געקומען צו דעם בעל הבית מיט א נארמאלן דיעל וואס מאכט נישט שאדן פאר די ווילידזש = בכלל נישט זייער קרעדיט, סתם פראפאגאנדע.

נישטא קיין זאך וואס זיי גייען טון וואס יודן דא גייען זען אלס א גוטע זאך
יא, די העץ דא איז איבערגעטריבן. און ממש דאס שפילט זיך טאקע אויך אפ אין ווילעדזש או קרית יואל וואו אלעס וואס זיי טוען איז נישט גוט, און ביי אנדערע איז אלעס 100% גוט אז עס קען ניטאמאל זיין בעסער.

#בלעקווייט גלעזער
אמת, אבער ע"פ רוב וועסטו נישט הערן פון בלומינג גראווע יודן אז אלעס וואס די קרית יואל באאמטע טוען איז שלעכט, זיי טוען אויף א וועלט פאר זייערע תושבים, די איינציגסטע נעגאטיוו זאכן וואס דו וועסט הערן איז וואו זיי שטערן במעשה בלומינג גראוו און איבער זאכן וואס מענטשן זענען אנטלאפן פון קרית יואל פאר (צו עס איז פארטיי פירערשאפט, טרעפיק, 50 משפחות אין איין בנין, קיין חשבון מיט פארקינג וכדו').

עס איז אויך ליגנט אז די UJC האלט אין איין העצן קעגן קרית יואל, בשעת וואס פון קרית יואל האלט מען אין איין הערן אין די צייטונגען און אין דרשות קעגן די פירערשאפט אין בלומינג גראוו וועסטו קיינמאל נישט זען אין די UJC בלעטלעך דערפון, אינעם עבר האט מען פרובירט דא אריינצוקוועטשן אסאך מאל אין מודעות אז "אפשר" איז מען מרמז עפעס וואס רייסט אראפ קרית יואל
1) אינעם מגילת היסוד פון UJC איז געווען ארויסגעברענגט אז "דא וועט נישט זיין די קארופציע פון יחידים משתלטים"...

סוי, אויב איינער פון די 2 פירערשאפטן זענען געבויט אויף זאגן וואס יענער איז, איז עס עמיצער וואס האט פשוט געברענגט נייע לעוולס אין קארופציע, אריינגערעכנט באהאלטענע וואלן וואס מ'טעהנט זיך בלויז צו די אטורני דזשענעראל האט יא גענומען שריט אדער נישט... איי איי איי ווען קרית יואל זאל אזאנס טון... בלעטער אויף בלעטער שווארצע טינט וואלטן געווען אויסגעגאסן...

2) די נושא פון זייער נעמען קרעדיט אויף יעדע זאך וואס שפילט זיך אפ, אפגעזען וועמענס קרעדיט ס'איז, האט זיך נישט יעצט אנגעהויבן. כ'האב נישט קיין נערוון צו גיין זוכן אויף צוריק... אבער ס'איז א פאקט.

די הקרי' האט עס קיינמאל נישט געטון כפי זכרוני.

און דא האט עס שוין געהאלטן ביי דעם אז דער פארטיידיקער האט "געוויסט קראנט" אז ס'איז זאגאר די ווילעדזשעס לאט. אבער ער האט נישט געוויסט אז די ווילעדזש בעט פול-פרייז רענט דערפאר...
בלומינגראווער איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 215
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 4:02 pm
x 189

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בלומינגראווער איד »

בעיסיקלי פונקט ווי דו האסט שוין אפגעמאכט אז א ווילידזש טאר נישט ארבייטן שבת און דו רעגסט דיר וואו דער היתר איז האסטו שוין אפגעמאכט אז מהר"א האט א פראבלעם אז די דיינים פון א געגנט שרייבן אונטער אויף א קו"ק מיטן וויזשניצער רב, בלויז פונעם פאקט אז ער איז קעגן UJC (אויך נישט 100% קלאר, איך ווייס אז זיינע חסידים וואס זענען איינגעשטעלט אינעם ווילידזש גייען אריין צו אים גענוג אפט און ער פארלאנגט נישט זיין זאלן ארויסגיין פונעם ווילידזש)
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8642
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21389

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

בנוגע די שבת שאלה דא, פארשטיי איך אז די שאלה איז נישט געווען וואס דער היתר איז, נאר "ווער איז דער מתיר".

כלומר, ס'איז געווען א שאלה ביים ווילעדזש, ווער פרעגט, וועמען פרעגט ער, און ווער האט פאקטיש געפסק'נט.
בלומינגראווער איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 215
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 4:02 pm
x 189

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בלומינגראווער איד »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 15, 2026 3:31 pm
בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 15, 2026 1:08 pm
יאנטשי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 15, 2026 12:54 pm
יא, די העץ דא איז איבערגעטריבן. און ממש דאס שפילט זיך טאקע אויך אפ אין ווילעדזש או קרית יואל וואו אלעס וואס זיי טוען איז נישט גוט, און ביי אנדערע איז אלעס 100% גוט אז עס קען ניטאמאל זיין בעסער.

#בלעקווייט גלעזער
אמת, אבער ע"פ רוב וועסטו נישט הערן פון בלומינג גראווע יודן אז אלעס וואס די קרית יואל באאמטע טוען איז שלעכט, זיי טוען אויף א וועלט פאר זייערע תושבים, די איינציגסטע נעגאטיוו זאכן וואס דו וועסט הערן איז וואו זיי שטערן במעשה בלומינג גראוו און איבער זאכן וואס מענטשן זענען אנטלאפן פון קרית יואל פאר (צו עס איז פארטיי פירערשאפט, טרעפיק, 50 משפחות אין איין בנין, קיין חשבון מיט פארקינג וכדו').

עס איז אויך ליגנט אז די UJC האלט אין איין העצן קעגן קרית יואל, בשעת וואס פון קרית יואל האלט מען אין איין הערן אין די צייטונגען און אין דרשות קעגן די פירערשאפט אין בלומינג גראוו וועסטו קיינמאל נישט זען אין די UJC בלעטלעך דערפון, אינעם עבר האט מען פרובירט דא אריינצוקוועטשן אסאך מאל אין מודעות אז "אפשר" איז מען מרמז עפעס וואס רייסט אראפ קרית יואל
1) אינעם מגילת היסוד פון UJC איז געווען ארויסגעברענגט אז "דא וועט נישט זיין די קארופציע פון יחידים משתלטים"...

סוי, אויב איינער פון די 2 פירערשאפטן זענען געבויט אויף זאגן וואס יענער איז, איז עס עמיצער וואס האט פשוט געברענגט נייע לעוולס אין קארופציע, אריינגערעכנט באהאלטענע וואלן וואס מ'טעהנט זיך בלויז צו די אטורני דזשענעראל האט יא גענומען שריט אדער נישט... איי איי איי ווען קרית יואל זאל אזאנס טון... בלעטער אויף בלעטער שווארצע טינט וואלטן געווען אויסגעגאסן...

2) די נושא פון זייער נעמען קרעדיט אויף יעדע זאך וואס שפילט זיך אפ, אפגעזען וועמענס קרעדיט ס'איז, האט זיך נישט יעצט אנגעהויבן. כ'האב נישט קיין נערוון צו גיין זוכן אויף צוריק... אבער ס'איז א פאקט.

די הקרי' האט עס קיינמאל נישט געטון כפי זכרוני.

און דא האט עס שוין געהאלטן ביי דעם אז דער פארטיידיקער האט "געוויסט קראנט" אז ס'איז זאגאר די ווילעדזשעס לאט. אבער ער האט נישט געוויסט אז די ווילעדזש בעט פול-פרייז רענט דערפאר...
פארשטיי איך נישט די גאנצע מגילה, זאגן אז דא גייען זאכן גיין אנדערש ווי אין אנדערע יודישע געגנטער איז עפעס וואס יעדע געגנט שרייבט, עס איז פשוטע מארקעטינג... דאס איבריגע איז סתם געשאסן אינעם זעלבן מישמאש.

זייער קלאר: אין הקרי' איז געווען אן אפענע שמוץ ארטיקל איבער מכלומרשטע געפעלטשטע סעמפל בעלאטס אין בלומינג גראוו, דו וועסט קיינמאל נישט זען אז ארטיקל אינעם שטימע.

אין די היימשטאט איז געלאפן פאר עטליכע וואכן אן אפענע שמוץ קאמפיין קעגן בלומינג גראוו, דאס וועסטו נישט זען אין קיין שטימע.

דאס וואס די היימשטאט שרייבט אז אין בלומינג גראוו איז די טעקסעס הויעך בשעת אין קרית יואל איז ביליג איז נישט קיין שמוץ קאמפיין, עס איז פשוטע מארקעטינג פאר דירות אין קרית יואל, דאס איז אלע שטימע באשרייבונגען וואו קרית יואל שטייט ברמז.

איך האף אז דו פארשטייסט דעם חילוק, אויב נישט איז א שאד צו רעדן...

לגבי פראפאגאנדירן מיט פריוואטע אונטערנעמונגען, ווארט אויף די קומענדיגע הקרי'... עס איז א נארמאלע זאך, נאכדערצו אויב די ווילידזש איז אינוואלווד אין סיי וואספארא וועג, אין יעדע יודישע (לכאורה אויך גוישע) שטאט
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1568
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5118

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך Think and Thank »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 15, 2026 3:33 pm בנוגע די שבת שאלה דא, פארשטיי איך אז די שאלה איז נישט געווען וואס דער היתר איז, נאר "ווער איז דער מתיר".

כלומר, ס'איז געווען א שאלה ביים ווילעדזש, ווער פרעגט, וועמען פרעגט ער, און ווער האט פאקטיש געפסק'נט.

דו האלטסט אז דער גוי'אישער מעיאר פון א ווילעדזש מיט אידישע און - להדיל - גוי'אישע איינוואוינער, גייט אדער דארף פרעגן א שאלה פאר ער הייסט אן אנדערער גוי'אישער ארבעטער ארויסשיקן א טעקסט אדער קאל?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8642
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21389

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

נעם ארויס די נושא פון "ווער עס שרייבט אפן קעגן א צווייטן", וואס יא, קרית יואל שרייבט מער אפן, ווען זיי האבן א טענה, ווי וויזשניץ, אדער וואלן. דאס קומט נישט אריין אין אונזער שמועס כלפי ווער עס פירט זיך מער אמת'דיג וכו'.

סוי נעם ארויס די טעמע, און ליין איבער מיין פאוסט ביטע.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8642
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21389

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

Think and Thank האט געשריבן: זונטאג פעברואר 15, 2026 3:43 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 15, 2026 3:33 pm בנוגע די שבת שאלה דא, פארשטיי איך אז די שאלה איז נישט געווען וואס דער היתר איז, נאר "ווער איז דער מתיר".

כלומר, ס'איז געווען א שאלה ביים ווילעדזש, ווער פרעגט, וועמען פרעגט ער, און ווער האט פאקטיש געפסק'נט.

דו האלטסט אז דער גוי'אישער מעיאר פון א ווילעדזש מיט אידישע און - להדיל - גוי'אישע איינוואוינער, גייט אדער דארף פרעגן א שאלה פאר ער הייסט אן אנדערער גוי'אישער ארבעטער ארויסשיקן א טעקסט אדער קאל?
ניין. דיין ענטפער איז ס'איז א גוי'אישע ווילעדזש איז א גוטע ענטפער, אויב דאס איז די מציאות.

איך באצי זיך צו דער ווילעדזש פארשטייער וואס האט געענטפערט אז בלומינגראוו האט אויך רבנים וכו'.
בלומינגראווער איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 215
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 4:02 pm
x 189

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בלומינגראווער איד »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 15, 2026 3:43 pm נעם ארויס די נושא פון "ווער עס שרייבט אפן קעגן א צווייטן", וואס יא, קרית יואל שרייבט מער אפן, ווען זיי האבן א טענה, ווי וויזשניץ, אדער וואלן. דאס קומט נישט אריין אין אונזער שמועס כלפי ווער עס פירט זיך מער אמת'דיג וכו'.

"נעם ארויס אז דער האט אנגעשלאגן מיין טאטע און רעד נאר פון די פאקט אז מען שרייט איינער אויפן צווייטן אין שול" סארא ארגומענט איז דאס, דא לייגט מען אראפ כאילו די UJC האלט אין איין באשמוצן די קרית יואל ווילידזש און קרית יואל ענטפערט נעבעך געציילטע מאל בלית ברירה וועןנדער מציאות איז פארקערט, בלומינג גראוו באשמוצט קיינמאל נישט און געציילטע מאל ברמיזה בשעת קרית יואל שטויסט אין די צייטונגען און אין אלבאני.

טול קורה מבין עיניך, איר מאכט נישט קיין טראפ סענס

בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 15, 2026 3:52 pm

עס קוקט אויס ווי דו ליינסט ערגעץ אנדערש, וואו איך האב נישט צוטריט, און דו ענטפערסט דא.

ליין איבער אונזער שמועס, און קום צוריק רואיג.

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 15, 2026 3:57 pm

האב איך נישט קיין השגה פון וועלכע "נושא" דו רעדטסט, דער אריגינעלער נושא איז איבער די פארקינג לאט וואס UJC נעמט מכלומרשט קרעדיט פאר (וואס אגב, איך טרעף נישט קיין צעטל פון זיי, קען זיין אז עס איז געווען א שטיק צייט צוריק) וואס זיי טארן ח"ו נישט נעמען נאר אויב זיי אפערירן אליין די טראקטארן און אויך נאר אויב זיי טוען עס בחינם.

דו האסט אריינגעווארפן אז אין די אריגינעלע שטאטוטן/קאנסטיטוציע/ניו טעסטעמענט פון UJC האט מען שוין געמאכט א מיסיע אז "מען גייט באשמוצן קרית יואל", האב איך דיר געוויזן ווי אבסורד דיין גאנצע ארגומענט איז (הגם איך קען פארשטיין די פרא קרית יואל שיטה בעצם) האסטו געטוישט אז "רעד נישט פון דעם און פון יענעם".

און קרית יואל שרייבט נישט נאר פון וואלן און וויזשניץ, זיי האבן גענומען א זייטיגע זאך מיט סקופיס און עס גענוצט פאר א שטעקן

קלאר? קען מען ווייטער פירן דעם שמועס?
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1568
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5118

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך Think and Thank »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 15, 2026 3:44 pm
Think and Thank האט געשריבן: זונטאג פעברואר 15, 2026 3:43 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 15, 2026 3:33 pm בנוגע די שבת שאלה דא, פארשטיי איך אז די שאלה איז נישט געווען וואס דער היתר איז, נאר "ווער איז דער מתיר".

כלומר, ס'איז געווען א שאלה ביים ווילעדזש, ווער פרעגט, וועמען פרעגט ער, און ווער האט פאקטיש געפסק'נט.

דו האלטסט אז דער גוי'אישער מעיאר פון א ווילעדזש מיט אידישע און - להדיל - גוי'אישע איינוואוינער, גייט אדער דארף פרעגן א שאלה פאר ער הייסט אן אנדערער גוי'אישער ארבעטער ארויסשיקן א טעקסט אדער קאל?
ניין. דיין ענטפער איז ס'איז א גוי'אישע ווילעדזש איז א גוטע ענטפער, אויב דאס איז די מציאות.

איך באצי זיך צו דער ווילעדזש פארשטייער וואס האט געענטפערט אז בלומינגראוו האט אויך רבנים וכו'.

די גאנצע שמועס אין וואס איך בין געווען אינוואלווד, אנגעהויבן פון מיין ערשטע פאוסט, באציט זיך ספעציפיש צו די נקודה אז מאן יימר אז די ווילעדזש איז בכלל א אידישע זאך.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8642
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21389

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 15, 2026 4:12 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 15, 2026 3:57 pm
בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 15, 2026 3:52 pm

"נעם ארויס אז דער האט אנגעשלאגן מיין טאטע און רעד נאר פון די פאקט אז מען שרייט איינער אויפן צווייטן אין שול" סארא ארגומענט איז דאס, דא לייגט מען אראפ כאילו די UJC האלט אין איין באשמוצן די קרית יואל ווילידזש און קרית יואל ענטפערט נעבעך געציילטע מאל בלית ברירה וועןנדער מציאות איז פארקערט, בלומינג גראוו באשמוצט קיינמאל נישט און געציילטע מאל ברמיזה בשעת קרית יואל שטויסט אין די צייטונגען און אין אלבאני.

טול קורה מבין עיניך, איר מאכט נישט קיין טראפ סענס
עס קוקט אויס ווי דו ליינסט ערגעץ אנדערש, וואו איך האב נישט צוטריט, און דו ענטפערסט דא.

ליין איבער אונזער שמועס, און קום צוריק רואיג.
האב איך נישט קיין השגה פון וועלכע "נושא" דו רעדטסט, דער אריגינעלער נושא איז איבער די פארקינג לאט וואס UJC נעמט מכלומרשט קרעדיט פאר (וואס אגב, איך טרעף נישט קיין צעטל פון זיי, קען זיין אז עס איז געווען א שטיק צייט צוריק) וואס זיי טארן ח"ו נישט נעמען נאר אויב זיי אפערירן אליין די טראקטארן און אויך נאר אויב זיי טוען עס בחינם.

דו האסט אריינגעווארפן אז אין די אריגינעלע שטאטוטן/קאנסטיטוציע/ניו טעסטעמענט פון UJC האט מען שוין געמאכט א מיסיע אז "מען גייט באשמוצן קרית יואל", האב איך דיר געוויזן ווי אבסורד דיין גאנצע ארגומענט איז (הגם איך קען פארשטיין די פרא קרית יואל שיטה בעצם) האסטו געטוישט אז "רעד נישט פון דעם און פון יענעם".

און קרית יואל שרייבט נישט נאר פון וואלן און וויזשניץ, זיי האבן גענומען א זייטיגע זאך מיט סקופיס און עס גענוצט פאר א שטעקן

קלאר? קען מען ווייטער פירן דעם שמועס?

ווער עס רעדט קעגן יענעם אן קיין דעקונג קענסטו זען דא.

ווער עס שרייבט פאקטן וואס זענען אנדערש ווי די מציאות קענסטו זען דא.

דא איז געווען א שאלה וועגן פראפאגאנדע אויף א פארנעם וואס מאכט נישט קיין סענס. האט מען גע'טענה'ט אז די ווילעדזש האט מנדב געווען די לאט, און דאס איז אויך נישט אמת.

קיינער האט נישט געזאגט אז ס'איז עפעס א עולה שאינה כתובה בתורה. מ'האט סתם אנגעמערקט ווייל ס'איז מאדנע. און עגעין, איך דענק נישט קרית יואל ווילעדזש טון אזוי. דו חזר'סט איבער נאכאמאל און נאכאמאל אז זיי נעמען אויך דרעקיט אויף וואס אנדערע טוען.

איך מיין אז ווען קרית יואל זאל נעמען קרעדיט פאר עפעס און מ'וועט געוואויר ווערן אז זיי פארדינען זאגאר געלט דערויף, וואלט זיך געטון אויף טישן און בענק.
בערל
פרישער באניצער
פאוסטס: 20
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 8:05 am
x 27

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בערל »

מיילעך מעכל האט געשריבן: זונטאג פעברואר 15, 2026 12:54 pm איך האב געשריבן אז איך ווייס נישט וועלכע רבני העיר האבן געגעבן א היתר צו ארבעטן שבת, ענטפערסטו מיר אז קרית יואל ווילעדזש האט מען שוין אויך געארבעט שבת און יום טוב? סא אלעס וואס קרית יואל ווילעדזש טוט איז מותר?? פיין! האמיר עפעס דערגרייכט!

איך האב אויך געשריבן אז די ווילעדזש האט געשיקט א ראבא קאל און א טעקסט מעסעדזש בעצם יום השבת אז מארבעט צו פארעכטען די וואטער מעין ברעיק וואס דאס איז שוין א עקסטערע זילותא דשבתא קען זיין אז סאיז געווען א טעות אבער כהאף סוועט זיך נישט איבערשפילן
ניין, כהאב געזאגט אז קיינער גייט נישט אן חילול שבת, ווייל ווען קרית יואל ווילידש טיט עס איז מען שטיל
אגד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 113
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 9:08 am
x 173

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך אגד »

@דער תהלים איד, פארוואס טאר נישט דער בלומינגראוו ווילידזש/יו דזשעי סי דיקטאטור נעמען קרעדיט פארן צווינגען געשעפטן צוצושטעלן מער פארקינג, און נאך אויף זייער לאט, פאר באצאלט?

איים דזשאסט נאט געטינג איט

אין זייער ארגינעלע מעלדונג איז געשטאנען קלאר אז די געשעפטן זענען געצווינגן/געפושט געווען עס צו דינגען.

משל למה הדבר דומה, אויב דער ווילעדזש אף קרית יואל זאל פיינעלי אנהייבן טאוען קארס אדער כאטש טיילן פארקינג טיקעטס לויטן געברויך, וואלט זיי דען געקומען ווייניגער קרעדיט פארן מאכן סדר צוליב דעם וואס זיי צווינגען אדער ואס די קאר אייגנטומער ברויכן צאלן?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8642
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21389

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אגד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 15, 2026 9:24 pm @דער תהלים איד, פארוואס טאר נישט דער בלומינגראוו ווילידזש/יו דזשעי סי דיקטאטור נעמען קרעדיט פארן צווינגען געשעפטן צוצושטעלן מער פארקינג, און נאך אויף זייער לאט, פאר באצאלט?

איים דזשאסט נאט געטינג איט

אין זייער ארגינעלע מעלדונג איז געשטאנען קלאר אז די געשעפטן זענען געצווינגן/געפושט געווען עס צו דינגען.

משל למה הדבר דומה, אויב דער ווילעדזש אף קרית יואל זאל פיינעלי אנהייבן טאוען קארס אדער כאטש טיילן פארקינג טיקעטס לויטן געברויך, וואלט זיי דען געקומען ווייניגער קרעדיט פארן מאכן סדר צוליב דעם וואס זיי צווינגען אדער ואס די קאר אייגנטומער ברויכן צאלן?
ערשטנס, זיי מעגן אלעס. איך האב געזאגט זיי טארן נישט?

צווייטנס, דער שמועס האט זיך אנגעהויבן ווען איינער האט געזאגט אז ס'איז טאקע יא די קרעדיט פון UJC ווייל ס'איז זייער לאט. און דאס שטעלט זיך ארויס צו זיין א שטיקל ליצנות.

אויב זיי נעמען קרעדיט פאר לייגן פרעשור, איז זייער גוט. ואגב, אין קרית יואל ווילעדזש וואלט עס געהייסן קארופציע. "זיי לייגן פרעשור צו דינגען זייער לאט פאר פול פרייז".
אגד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 113
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 9:08 am
x 173

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך אגד »

עס איז זייער קרעדיט ווייל זיי האבן געהייסן.

עקסטערע קרעדיט אז זיי האבן צוגעשטעלט זייער לאט.

קארופציע הייסט ווען דאס געלט גייט אין טאש וכדומה אווי געווענליך ביי זיי, אבער אין די ווילעדזש קאסע אויף א לעגיטימע וועג איז נישט קארופציע.
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1385
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 2049

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך יאנטשי »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 16, 2026 10:09 am ואגב, אין קרית יואל ווילעדזש וואלט עס געהייסן קארופציע. "זיי לייגן פרעשור צו דינגען זייער לאט פאר פול פרייז".
נישט אמת, קיינער האט נישט קיין טענות ווען די ווילעדזש זאל ווען צווינגען די ביזנעס צענטער פארוואלטונג צו דינגען זייער לאט אין די בעק צוצולייגן פארקינג, אדער צווינגען שאפינג צענטער צו דינגען די לאט אונטער עזרת חולים (אפשר יא ווייל עכט דארפן זיי עס פאר זייערע אייגענע פאציענטן און פארדינגען אין אזא פאל איז טאקע קארופציע... איך רעד למשל זיי דארפן עס נישט)
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3363
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3873

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך אנדערער »

יאנטשי האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 16, 2026 11:51 amקיינער
גוזמא
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8642
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21389

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

יאנטשי האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 16, 2026 11:51 am
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 16, 2026 10:09 am ואגב, אין קרית יואל ווילעדזש וואלט עס געהייסן קארופציע. "זיי לייגן פרעשור צו דינגען זייער לאט פאר פול פרייז".
נישט אמת, קיינער האט נישט קיין טענות ווען די ווילעדזש זאל ווען צווינגען די ביזנעס צענטער פארוואלטונג צו דינגען זייער לאט אין די בעק צוצולייגן פארקינג, אדער צווינגען שאפינג צענטער צו דינגען די לאט אונטער עזרת חולים (אפשר יא ווייל עכט דארפן זיי עס פאר זייערע אייגענע פאציענטן און פארדינגען אין אזא פאל איז טאקע קארופציע... איך רעד למשל זיי דארפן עס נישט)
די נושא איז געווען עכט אגב דאגב, ס'נישט ווערד א דיסקוסיע עכט...

אבער ס'איז ביי מיר ברור, מעל לכל ספק, אז ווען קרית יואל ווילעדזש זאל צווינגען דאקטאר ווערצבערגער צו דינגען פארקינג פונעם ווילעדזש, וואלט געווען א הימל געשריי אויף סאשעל מידיע.

מעל לכל ספק.

אבער, איך זאג עס נישט צו מאכן די זאך פאר אן עולה. ס'איז נישט קיין עולה. איך מערק עס נאר אן אגב.
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1385
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 2049

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך יאנטשי »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 16, 2026 1:23 pm
יאנטשי האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 16, 2026 11:51 am
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 16, 2026 10:09 am ואגב, אין קרית יואל ווילעדזש וואלט עס געהייסן קארופציע. "זיי לייגן פרעשור צו דינגען זייער לאט פאר פול פרייז".
נישט אמת, קיינער האט נישט קיין טענות ווען די ווילעדזש זאל ווען צווינגען די ביזנעס צענטער פארוואלטונג צו דינגען זייער לאט אין די בעק צוצולייגן פארקינג, אדער צווינגען שאפינג צענטער צו דינגען די לאט אונטער עזרת חולים (אפשר יא ווייל עכט דארפן זיי עס פאר זייערע אייגענע פאציענטן און פארדינגען אין אזא פאל איז טאקע קארופציע... איך רעד למשל זיי דארפן עס נישט)
די נושא איז געווען עכט אגב דאגב, ס'נישט ווערד א דיסקוסיע עכט...

אבער ס'איז ביי מיר ברור, מעל לכל ספק, אז ווען קרית יואל ווילעדזש זאל צווינגען דאקטאר ווערצבערגער צו דינגען פארקינג פונעם ווילעדזש, וואלט געווען א הימל געשריי אויף סאשעל מידיע.

מעל לכל ספק.

אבער, איך זאג עס נישט צו מאכן די זאך פאר אן עולה. ס'איז נישט קיין עולה. איך מערק עס נאר אן אגב.
אין המשל דומה לנמשל, אויב אין קרית יואל ווילעדזש האבן אלע די סארט אפיסעס ווי דאקטער ווערצבערגער נישט קיין פארקינג, קען מען נישט צווינגען איינעם אז יענער מוז יא האבן, זיכער נישט ווען עס איז פונקט א לאטנוואס באלאנגט פארן ווילעדזש (אדער א צווייטע טאש...)

דא רעדט מען נישט פון קיין פּריוואַטע אפיס, נאר א קאמערציעלע אפיס געביידע מיט א גראסערי, ממש די זעלבע ווי מיינע משלים, אין רוב באנוצער פון די בנינים קומען מיט זיערע קארס, איז נישט מער ווי נארמאל יא צו פארלאנגען זיי זאלן מוזן צושטעלן 'גענוג' פארקינג פאר אלע טענענטס און קאסטומערס. דאס אז עס באלאנגט פארן ווילעדזש מאכט נישט אויס, אויב וואלט מען עס פארלאנגט אפילו וועןמדי ווילעדזש האט נישט קיין לאט דארט, און יעצט אויב האטנער ווען א צווייטע לאט קען ער יענץ נוצן אנשטאט.
חיים דער שרייבער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 294
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 6:30 pm
Location: קרית יואל
x 118

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך חיים דער שרייבער »

IMG_2660.jpeg
IMG_2660.jpeg (206.85 KiB) געזען געווארן 353 מאל
בערל
פרישער באניצער
פאוסטס: 20
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 8:05 am
x 27

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בערל »

נא ווער איז דער נחשון צי בארעדן UJC פארן נעמען קרעדיט?
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 861
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1712

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בן תורה »

סיידוואקס גייט מען אויך מאכן? שטייט נישט
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4912
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6734

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך שמח »

בערל האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 1:15 pm נא ווער איז דער נחשון צי בארעדן UJC פארן נעמען קרעדיט?
כ'מעג דיר בעטן א טובה? אזויווי דו ביסט גאנצע ניי דא (מיט דעם ניק).

ביטע ביטע, ס'פעלט נישט אויס אין יעדע טעמע צו פראבירן טריגערן און אנהייבן א שמועס וואס פירט דרומית מערכית, פלעין ס'פעלט נישט אויס.

אז דו האסט עפעס אינטערסאנט/געשמאק צו זאגן, זאג.
שרייב פאוסט