נייעס פון קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8666
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21433

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

חיים יוסף האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 5:30 pm איז צדק געווען אינוואלווד צאמצישטעלן דעם באזוך?
צדק איז געלאדנט געווארן דורך די הנהלת הקרי' צו מיטהאלטן דעם טאג מיט'ן ווארדען, זייענדיג א ארג. מיט וועמען מען ארבעט אינאיינעם אויף סיי וועלכע געברויך פאר די יושבי חושך (צדק האט גענאסן וויכטיגע הילף פון קרית יואל ביים פירסט סטעפ עקט, ביי הרב סאמעט'ס באפרייאונג, ועוד).
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8666
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21433

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 5:22 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 1:45 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 1:01 pm קרית יואל נעמט היינט אויף א גאסט מיט כבוד און עהרע, דער "ווארדאן" פון די אוטוסוויל טורמע.

ער באזוכט ביי מערערע פלעצער ארום די שטאט, און באזונדער א באזוך ביים מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א).

דאס קומט נאך א פערזענליכע איינלאדענונג פון רבי'ן ביי די באזוך אין טורמע עטליכע וואכן צוריק, אין א רינג פון השתדלות פאר די וואוילזיין פון אחב"י יושבי חושך אינעם טורמע.

Screenshot 2025-12-08 130020.jpg
ער איז אנגעקומען צום אשת חיל, ארויף אויף א KJ טראנזיט וואס פירט אים ארום די שטאט, געווען א באזוך אין מתיבתא, א באזוך אין בית רחל, און יעצט ענדיגט ער א באזוך אין כולל וואו ער איז אריבער אלע שטאקן.

יעצט גייט ער אויף א לאנטש מיט עסקנים און הנהלת הקרי' אינעם אשת חיל זאל, און דאן א באזוך ביים רבי'ן פערזענליך.
געווען גאר א ווארימע אויפנאמע ביין רבי'ן שליט"א אויף צאנז קט., מיט א שמועס צווישן רבי'ן און דעם ווארדען וואו ס'איז אויפגעקומען פאקטישע בקשות פונעם ווארדען וויאזוי מען האפט צו פארבעסערן די צושטאנד פאר די יושבי חושך ל"ע ה"י.

דער לענגערער שמועס איז געווארן געפירט דורך הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין פון הנהלת קרית יואל, און עס האבן אויך גערעדט אינעם שמועס עטליכע געסט ווי ר' יואל פעטלין פונעם ק"י סקול דיסטריקט, הרב משה מארגערעטן פון צדק, הר"ר אברהם יושע פריינד, הר"ר אלי' שלמה קאהן, הר"ר שלמה אבראמאוויטש, און נאך.
WhatsApp Image 2025-12-08 at 18.37.28_39da37be.jpg
WhatsApp Image 2025-12-08 at 18.37.28_39da37be.jpg (234.71 KiB) געזען געווארן 2796 מאל
WhatsApp Image 2025-12-08 at 18.37.28_08b74fe9.jpg
WhatsApp Image 2025-12-08 at 18.37.28_08b74fe9.jpg (225.26 KiB) געזען געווארן 2796 מאל
WhatsApp Image 2025-12-08 at 18.37.27_41dfe479.jpg
WhatsApp Image 2025-12-08 at 18.37.27_41dfe479.jpg (237.39 KiB) געזען געווארן 2796 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8666
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21433

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 5:22 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 1:45 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 1:01 pm קרית יואל נעמט היינט אויף א גאסט מיט כבוד און עהרע, דער "ווארדאן" פון די אוטוסוויל טורמע.

ער באזוכט ביי מערערע פלעצער ארום די שטאט, און באזונדער א באזוך ביים מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א).

דאס קומט נאך א פערזענליכע איינלאדענונג פון רבי'ן ביי די באזוך אין טורמע עטליכע וואכן צוריק, אין א רינג פון השתדלות פאר די וואוילזיין פון אחב"י יושבי חושך אינעם טורמע.

Screenshot 2025-12-08 130020.jpg
ער איז אנגעקומען צום אשת חיל, ארויף אויף א KJ טראנזיט וואס פירט אים ארום די שטאט, געווען א באזוך אין מתיבתא, א באזוך אין בית רחל, און יעצט ענדיגט ער א באזוך אין כולל וואו ער איז אריבער אלע שטאקן.

יעצט גייט ער אויף א לאנטש מיט עסקנים און הנהלת הקרי' אינעם אשת חיל זאל, און דאן א באזוך ביים רבי'ן פערזענליך.
געווען גאר א ווארימע אויפנאמע ביין רבי'ן שליט"א אויף צאנז קט., מיט א שמועס צווישן רבי'ן און דעם ווארדען וואו ס'איז אויפגעקומען פאקטישע בקשות פונעם ווארדען וויאזוי מען האפט צו פארבעסערן די צושטאנד פאר די יושבי חושך ל"ע ה"י.

דער לענגערער שמועס איז געווארן געפירט דורך הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין פון הנהלת קרית יואל, און עס האבן אויך גערעדט אינעם שמועס עטליכע געסט ווי ר' יואל פעטלין פונעם ק"י סקול דיסטריקט, הרב משה מארגערעטן פון צדק, הר"ר אברהם יושע פריינד, הר"ר אלי' שלמה קאהן, הר"ר שלמה אבראמאוויטש, און נאך.
WhatsApp Image 2025-12-08 at 18.37.28_7961024b.jpg
WhatsApp Image 2025-12-08 at 18.37.28_7961024b.jpg (217.35 KiB) געזען געווארן 2797 מאל
WhatsApp Image 2025-12-08 at 18.37.28_39da37be.jpg
WhatsApp Image 2025-12-08 at 18.37.28_39da37be.jpg (234.71 KiB) געזען געווארן 2797 מאל
WhatsApp Image 2025-12-08 at 18.37.30_332fdda8.jpg
WhatsApp Image 2025-12-08 at 18.37.30_332fdda8.jpg (64.52 KiB) געזען געווארן 2797 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8666
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21433

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

די אויפנאמע שילדן פאר'ן ווארדען
פיילס
image000000.jpg
image000000.jpg (427.29 KiB) געזען געווארן 2599 מאל
image000000 (2).jpg
image000000 (2).jpg (312.31 KiB) געזען געווארן 2599 מאל
image000000 (1).jpg
image000000 (1).jpg (485.78 KiB) געזען געווארן 2599 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8666
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21433

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

רייכער פרעזענטאציע פון "מצילי אש" צום 25 פייערונג, און די נייע גרויסע פלענער פאר'ן נייעם "פייער דיסטריקט"

https://preview.dpmggroup.com/kjfd25#page=1

יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1388
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 2055

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך יאנטשי »

שרייב קלאר וואס איז נוגע פון די 48 זייטן...

אז די פייער דעפארטמענט וואס איז ביז היינט געווען בלויז א פייער דעפארמענט דירעקט אונטער די ווילעדש, וועט פון היינט און ווייטער ווערן א 'פייער דיסטריקט' וואס איז נישט אפילעאירט מיט די ווילעדש, אע"כ וועט די אויפן טעקס ביל זיין א נייע טשארדש פאר די פייער דעפארטמענט. (און אפעציעל נייע וואלן פאר די פייער קאמישאנער. וואס וועט מסתמא פארקומען צוזאמען מיט די ווילעדש וואלן)

אין א זייטיגע נאטיץ זעט מען שוין אן די איבעפלוס פון געלט אין די פייער דיסטריקט, די ווען פאר אזא פשוטע מעלדונג געבט מען ארויס א רייכע בראשור וואס וועט אנקומען צו אלע תושבים. נאר א ווערטל..
פיילס
1765309177593-0c633694-15c5-4532-ad4b-0f2eae19fbf2_1.jpg
1765309177593-0c633694-15c5-4532-ad4b-0f2eae19fbf2_1.jpg (188.4 KiB) געזען געווארן 2517 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8666
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21433

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

יאנטשי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 2:33 pm שרייב קלאר וואס איז נוגע פון די 48 זייטן...

אז די פייער דעפארטמענט וואס איז ביז היינט געווען בלויז א פייער דעפארמענט דירעקט אונטער די ווילעדש, וועט פון היינט און ווייטער ווערן א 'פייער דיסטריקט' וואס איז נישט אפילעאירט מיט די ווילעדש, אע"כ וועט די אויפן טעקס ביל זיין א נייע טשארדש פאר די פייער דעפארטמענט. (און אפעציעל נייע וואלן פאר די פייער קאמישאנער. וואס וועט מסתמא פארקומען צוזאמען מיט די ווילעדש וואלן)

אין א זייטיגע נאטיץ זעט מען שוין אן די איבעפלוס פון געלט אין די פייער דיסטריקט, די ווען פאר אזא פשוטע מעלדונג געבט מען ארויס א רייכע בראשור וואס וועט אנקומען צו אלע תושבים. נאר א ווערטל..
דארפסט בעסער ליינען...

1) די פייער דעפארטמענט האט אויך געהאט א טעקס, נאר ס'איז געליגן אינעם ווילעדזש ביל. האסט נישט געזען די טשארדזש. יעצט ווערט עס אפגעטיילט און וועסט עס שוין יא זען. אבער די ווילעדזש חלק ווערט ביליגער. די טאטעל איז די זעלבע.

2) די פייער דיסטריקט גייט יא זיין אפיליאירט מיט'ן ווילעדזש, און די קאמישאנער גייט געשטעלט ווערן דורכ'ן ווילעדזש. אזוי ווי ביז היינט.

3) די בראשור האט נאך אינפארמאציע אויסער דעם... לרגל די 25 יאר אפצייכענונג.
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4309
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 29173

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך חלום חלמתי »

לצים....

די גרענט איז נאר פאר דירות אונטער 390, די געטרייע ווילידזש איז דאך נישט שולדיג אז ס'איז נישטא אזא דירה...
פיילס
12346.jpg
12346.jpg (397.08 KiB) געזען געווארן 2073 מאל
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1388
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 2055

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך יאנטשי »

חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2025 12:48 pm לצים....

די גרענט איז נאר פאר דירות אונטער 390, די געטרייע ווילידזש איז דאך נישט שולדיג אז ס'איז נישטא אזא דירה...
סאיז גראדע יא דא אלטע בעיסמענטס פאר ארום די פרייז, ועוד א דירה פון 450 קען מען אויך אראפלייגן מער און אראפרוקן די פורטשעס פרייז (און נעמען א העכערע % מארגעדש ווייס איך נישט צו עס לויט זיך)
Landau238
פרישער באניצער
פאוסטס: 37
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 1:25 pm
Location: Monroe
x 53

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך Landau238 »

חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2025 12:48 pm לצים....

די גרענט איז נאר פאר דירות אונטער 390, די געטרייע ווילידזש איז דאך נישט שולדיג אז ס'איז נישטא אזא דירה...
סא וואס האסטו געוואלט זיי זאלען בכלל נישט לייגען א צעטל אז עס איז דא אזא גרענט? אויב איינער קען אויסארבעטען צו זיין eligible
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4918
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6744

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך שמח »

1000448506.jpg
1000448506.jpg (360.54 KiB) געזען געווארן 1759 מאל
אוועיטער
דבוק אין צדיק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 465
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:14 pm
Location: טוב ל'צדיק' וטוב לשכנו
x 399

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דבוק אין צדיק »

שמח האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 21, 2025 11:38 pm1000448506.jpg
וויפל יארן קען נעמען צו בויען אזא פלענט?
חאצקיל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 142
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:19 pm
Location: Brooklyn
x 292

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך חאצקיל »

דבוק אין צדיק האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 12:01 am
שמח האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 21, 2025 11:38 pm1000448506.jpg
וויפל יארן קען נעמען צו בויען אזא פלענט?
3 יאר. ביז תשפ״ט בערך
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8666
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21433

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שמח האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 21, 2025 11:38 pm1000448506.jpg
חסדי ה' כי לא תמנו! חנוכה תשפ"ו

נאך לאנגע יארן השתדלות צו פארזיכערן די יסודות פונעם וואוקס מיט פרישע טויזנטער דירות אינעם הייליגן שטאט קרית יואל יצ"ו, איז ווידערמאל אנשטאנען א געוואלדיגער דורכברוך פאר'ן צוקונפט

ווען די השתדלות האט בחסדי ה' געברענגט 2 ענדגילטיגע שריט צום
צובויען פרישע 3 מיליאן גאלאן סוער טריעטמענט!
אינעם הערימען סוער פלענט – צו סערווירן די צוקונפטיגע דירות דעוועלאפמענטס אינעם קאונטי סוער דיסטריקט 1

1 – דאנערשטאג מקץ ד' דחנוכה, איז פארגעקומען דער לעצטער אפשטימונג אין די "קאונטי לעגיסלעיטאר", וואו עס איז באשטעטיגט געווארן דאס ארויסנעמען א 185-מיליאן דאלאר'דיגע הלואה, און דערמיט קען מען אנהויבן דעם פראיעקט צו זיין געענדיגט אין 5 יאר אי"ה!

2 – עש"ק מקץ ה' דחנוכה, האט דער ניו יארק גאווערנאר האקול באשטעטיגט א 25-מיליאן דאלאר'דיגער גרענט פאר דעם פלענט אויסברייטערונג, צו שפארן פיל שטייערצאלער געלטער אין סוער קאסטן

די ביידע אנטוויקלונגען קומען נאך 18 יאר לאנגע און קאמפליצירטע ארבעט מטעם הנהלת קרית יואל (זינט די ערשטע שריט דערוועגן בשנת תשס"ח), סיי ביי די קאונטי און סיי ביי די סטעיט, און נאך גאר אינטענסיווע טעגליכע ארבעט במשך די לעצטע 12 חדשים.

אינעם לעצטן דעצעמבער 4 למס' איז דער אפשטימונג זאגאר ’’אראפגעפאלן’’ פונעם סדר היום אינעם לעגיסלאטור, און קרית יואל האט פארלייגט גאר שווערע כוחות אז ביים לעצטן מיטינג פונעם יאר, דעצעמבער 18 למס', זאל דאס ווערן אויפגעברענגט, ווייל אינעם נייעם קאלענדער יאר קומט אריין פרישע פנימער אינעם קאונטי רעגירונג און עס איז נישט ערווארטעט אז א נייע רעגירונג זאל אזוי שנעל באשטעטיגן אזא ריזיגער "חוב" און דאס וואלט געברענגט א פרישע לאנגע צעגעריי אן קיין קלארע ענדע.

בחסדי ה' האט די השתדלות מצליח געווען! און דער אפשטימונג איז אדורך. דאס קומט שוין נאכדעם וואס אלע פריערדיגע אפשטימונגען זענען שוין פאריבער, דאס איז א "סיקרע אפשטימונג", און שפעטער א "פאונדינג סטעיטמענט" נאכ'ן איבערקוקן די שטודיעס, ביז די יעצטיגע לעצטע "באונד רעזאלוציע" אפשטימונג.

סיי די 185-מיליאן דאלאר'דיגע הלואה אויף גאר נידריגע ראטעס, און סיי די רעגירונג גרענטס, ביידע האט הנהלת קרית יואל ב"ה באוויזן צו ברענגען צום מציאות אז די קאונטי זאל אנקומען דערצו, סיי מיט פאליטישע הילף אין די סטעיט פראצעדורן, און סיי מיט'ן צושטעלן די ציפערן פון קרית יואל'ס פאפולאציע אא"וו וואס דאס האט געברענגט די קאונטי צו זיין עלידזשיבל פאר'ן ריזן גרענט וואס גאווערנאר האקול האט אצינד געשאנקען. דאס וועט אפשפארן ריזיגע געלטער אי"ה פאר די קרית יואל'ע שטייערצאלער.

דאס טוט בעז"ה שענקען פאר קרית יואל פארצוזעצן די פאראויס'דיגע וויזיע אז די שטאט זאל בעז"ה קענען בויען נאך קרוב צו 10,000 דירות אן קיין זארג פון "סוער קעפעסעטי", איינמאל די יעצטיגע פארבליבענע סוער קעפעסעטי וועט אויסלויפן אין די קומענדיגע יארן.

ולך עשית שם גדול וקדוש, עס איז נישט קיין צופאל אז אין די ימי הנס פון יו"ט חנוכה האט דער אויבערשטער געהאלפן אז 2 גרויסע השתדלות זאלן קומען לידי גמר, כדי דער הייליגער שטאט, משאת נפשו פונעם כהן גדול בגלות אמעריקא מרן רביה"ק זיע"א, זאל קענען בס"ד ווייטער בליען בקדושה וטהרה לשם ולתפארת, בנשיאותו פון ממלא מקומו בקודש מרן רבינו הגה"ק שליט"א עד ביאת הגואל.

מיט פיל דאנק פאר אלע שותפים אין די עבודת הקודש, תושבי העיר וועלכע גייען ארויס שטימען אין די באשטימטע צייטן
אנ”ש דקרית יואל

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 1:56 am 2 – עש"ק מקץ ה' דחנוכה, האט דער ניו יארק גאווערנאר האקול באשטעטיגט א 25-מיליאן דאלאר'דיגער גרענט פאר דעם פלענט אויסברייטערונג, צו שפארן פיל שטייערצאלער געלטער אין סוער קאסטן
https://efc.ny.gov/water-infrastructure ... wards-2025
Screenshot 2025-12-22 024612.jpg
Screenshot 2025-12-22 024612.jpg (31.08 KiB) געזען געווארן 1575 מאל
נאו לעיבל
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 908
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 8:47 pm
x 2421

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך נאו לעיבל »

שמח האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 21, 2025 11:38 pm1000448506.jpg
שוין ווייטער פארקויפט קרית יואל די חינוך פאר געלט...
יחזקאל הלוי
פרישער באניצער
פאוסטס: 53
זיך איינגעשריבן: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 12:05 pm
x 189

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך יחזקאל הלוי »

יאנטשי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 2:33 pm שרייב קלאר וואס איז נוגע פון די 48 זייטן...

אז די פייער דעפארטמענט וואס איז ביז היינט געווען בלויז א פייער דעפארמענט דירעקט אונטער די ווילעדש, וועט פון היינט און ווייטער ווערן א 'פייער דיסטריקט' וואס איז נישט אפילעאירט מיט די ווילעדש, אע"כ וועט די אויפן טעקס ביל זיין א נייע טשארדש פאר די פייער דעפארטמענט. (און אפעציעל נייע וואלן פאר די פייער קאמישאנער. וואס וועט מסתמא פארקומען צוזאמען מיט די ווילעדש וואלן)

אין א זייטיגע נאטיץ זעט מען שוין אן די איבעפלוס פון געלט אין די פייער דיסטריקט, די ווען פאר אזא פשוטע מעלדונג געבט מען ארויס א רייכע בראשור וואס וועט אנקומען צו אלע תושבים. נאר א ווערטל..
אויב איינער קען אויסקלארן וואס איז די מעלה אז זיי זענען עקסטער פון די ווילידש אויב זיי גייען נישט ארויפגיין מיט די טעקס?

און צו די אמת'ע פאקטן האט די ווילידש געגעבן ממש פרוטות פאר די פייער דיפארטמענט אקעגן אנדערע דיפארטמענס

אז זיי האבן זיך ממש נישט געקענט מסדר זיין מיט פרישטע עקוויפמענטס וואס מען דארף ריפלעסן. דוק ותשכח
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8666
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21433

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

יחזקאל הלוי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 2:13 pm אויב איינער קען אויסקלארן וואס איז די מעלה אז זיי זענען עקסטער פון די ווילידש אויב זיי גייען נישט ארויפגיין מיט די טעקס?
צו קענען ארויסנעמען א גרויסע 10-מיליאן באנד פון די רעגירונג, אומאפהענגיג פונעם ווילעדזש באנד-לימיט.

יחזקאל הלוי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 2:13 pm און צו די אמת'ע פאקטן האט די ווילידש געגעבן ממש פרוטות פאר די פייער דיפארטמענט אקעגן אנדערע דיפארטמענס

נאך א מזל דו שרייבסט אז ס'איז אמת'ע פאקטן...

קענסט דאס ווארט, יא? אז א "גוי" מיינט א ערל. וואס מיינט א "גוי גמור"? א שוואכע איד...

און איך האב מוסיף געווען, אז א "מעשה" מיינט א פאסירונג. א "מעשה שהיה" מיינט א פרישע געבעקס.
מי שברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 285
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:40 pm
Location: קר"י
x 241

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך מי שברך »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 1:56 am
שמח האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 21, 2025 11:38 pm1000448506.jpg
חסדי ה' כי לא תמנו! חנוכה תשפ"ו

נאך לאנגע יארן השתדלות צו פארזיכערן די יסודות פונעם וואוקס מיט פרישע טויזנטער דירות אינעם הייליגן שטאט קרית יואל יצ"ו, איז ווידערמאל אנשטאנען א געוואלדיגער דורכברוך פאר'ן צוקונפט

ווען די השתדלות האט בחסדי ה' געברענגט 2 ענדגילטיגע שריט צום
צובויען פרישע 3 מיליאן גאלאן סוער טריעטמענט!
אינעם הערימען סוער פלענט – צו סערווירן די צוקונפטיגע דירות דעוועלאפמענטס אינעם קאונטי סוער דיסטריקט 1

1 – דאנערשטאג מקץ ד' דחנוכה, איז פארגעקומען דער לעצטער אפשטימונג אין די "קאונטי לעגיסלעיטאר", וואו עס איז באשטעטיגט געווארן דאס ארויסנעמען א 185-מיליאן דאלאר'דיגע הלואה, און דערמיט קען מען אנהויבן דעם פראיעקט צו זיין געענדיגט אין 5 יאר אי"ה!

2 – עש"ק מקץ ה' דחנוכה, האט דער ניו יארק גאווערנאר האקול באשטעטיגט א 25-מיליאן דאלאר'דיגער גרענט פאר דעם פלענט אויסברייטערונג, צו שפארן פיל שטייערצאלער געלטער אין סוער קאסטן

די ביידע אנטוויקלונגען קומען נאך 18 יאר לאנגע און קאמפליצירטע ארבעט מטעם הנהלת קרית יואל (זינט די ערשטע שריט דערוועגן בשנת תשס"ח), סיי ביי די קאונטי און סיי ביי די סטעיט, און נאך גאר אינטענסיווע טעגליכע ארבעט במשך די לעצטע 12 חדשים.

אינעם לעצטן דעצעמבער 4 למס' איז דער אפשטימונג זאגאר ’’אראפגעפאלן’’ פונעם סדר היום אינעם לעגיסלאטור, און קרית יואל האט פארלייגט גאר שווערע כוחות אז ביים לעצטן מיטינג פונעם יאר, דעצעמבער 18 למס', זאל דאס ווערן אויפגעברענגט, ווייל אינעם נייעם קאלענדער יאר קומט אריין פרישע פנימער אינעם קאונטי רעגירונג און עס איז נישט ערווארטעט אז א נייע רעגירונג זאל אזוי שנעל באשטעטיגן אזא ריזיגער "חוב" און דאס וואלט געברענגט א פרישע לאנגע צעגעריי אן קיין קלארע ענדע.

בחסדי ה' האט די השתדלות מצליח געווען! און דער אפשטימונג איז אדורך. דאס קומט שוין נאכדעם וואס אלע פריערדיגע אפשטימונגען זענען שוין פאריבער, דאס איז א "סיקרע אפשטימונג", און שפעטער א "פאונדינג סטעיטמענט" נאכ'ן איבערקוקן די שטודיעס, ביז די יעצטיגע לעצטע "באונד רעזאלוציע" אפשטימונג.

סיי די 185-מיליאן דאלאר'דיגע הלואה אויף גאר נידריגע ראטעס, און סיי די רעגירונג גרענטס, ביידע האט הנהלת קרית יואל ב"ה באוויזן צו ברענגען צום מציאות אז די קאונטי זאל אנקומען דערצו, סיי מיט פאליטישע הילף אין די סטעיט פראצעדורן, און סיי מיט'ן צושטעלן די ציפערן פון קרית יואל'ס פאפולאציע אא"וו וואס דאס האט געברענגט די קאונטי צו זיין עלידזשיבל פאר'ן ריזן גרענט וואס גאווערנאר האקול האט אצינד געשאנקען. דאס וועט אפשפארן ריזיגע געלטער אי"ה פאר די קרית יואל'ע שטייערצאלער.

דאס טוט בעז"ה שענקען פאר קרית יואל פארצוזעצן די פאראויס'דיגע וויזיע אז די שטאט זאל בעז"ה קענען בויען נאך קרוב צו 10,000 דירות אן קיין זארג פון "סוער קעפעסעטי", איינמאל די יעצטיגע פארבליבענע סוער קעפעסעטי וועט אויסלויפן אין די קומענדיגע יארן.

ולך עשית שם גדול וקדוש, עס איז נישט קיין צופאל אז אין די ימי הנס פון יו"ט חנוכה האט דער אויבערשטער געהאלפן אז 2 גרויסע השתדלות זאלן קומען לידי גמר, כדי דער הייליגער שטאט, משאת נפשו פונעם כהן גדול בגלות אמעריקא מרן רביה"ק זיע"א, זאל קענען בס"ד ווייטער בליען בקדושה וטהרה לשם ולתפארת, בנשיאותו פון ממלא מקומו בקודש מרן רבינו הגה"ק שליט"א עד ביאת הגואל.

מיט פיל דאנק פאר אלע שותפים אין די עבודת הקודש, תושבי העיר וועלכע גייען ארויס שטימען אין די באשטימטע צייטן
אנ”ש דקרית יואל
בלומינגראוו איז אויך אין סוער דיסטריקט 1?
מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8666
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21433

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

מי שברך האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 3:01 pm בלומינגראוו איז אויך אין סוער דיסטריקט 1?
ניין. מער קלאר האט מען געשמועסט פון דא און אראפ
אוועיטער
בערל דער פייפער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1352
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 2128

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 3:07 pm
מי שברך האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 3:01 pm בלומינגראוו איז אויך אין סוער דיסטריקט 1?
ניין. מער קלאר האט מען געשמועסט פון דא און אראפ
די קאנטי גייט נישט קענען געבן נאר פאר סוער דיסטריקט 1?
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8666
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21433

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

בערל דער פייפער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 4:33 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 3:07 pm
מי שברך האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 3:01 pm בלומינגראוו איז אויך אין סוער דיסטריקט 1?
ניין. מער קלאר האט מען געשמועסט פון דא און אראפ
די קאנטי גייט נישט קענען געבן נאר פאר סוער דיסטריקט 1?
קען זיין אז עפעס יא, אבער שווער צו וויסן, זעה דא
יחזקאל הלוי
פרישער באניצער
פאוסטס: 53
זיך איינגעשריבן: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 12:05 pm
x 189

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך יחזקאל הלוי »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 2:25 pm
יחזקאל הלוי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 2:13 pm אויב איינער קען אויסקלארן וואס איז די מעלה אז זיי זענען עקסטער פון די ווילידש אויב זיי גייען נישט ארויפגיין מיט די טעקס?
צו קענען ארויסנעמען א גרויסע 10-מיליאן באנד פון די רעגירונג, אומאפהענגיג פונעם ווילעדזש באנד-לימיט.

יחזקאל הלוי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 2:13 pm און צו די אמת'ע פאקטן האט די ווילידש געגעבן ממש פרוטות פאר די פייער דיפארטמענט אקעגן אנדערע דיפארטמענס

אז זיי האבן זיך ממש נישט געקענט מסדר זיין מיט פרישטע עקוויפמענטס וואס מען דארף ריפלעסן. דוק ותשכח
נאך א מזל דו שרייבסט אז ס'איז אמת'ע פאקטן...

קענסט דאס ווארט, יא? אז א "גוי" מיינט א ערל. וואס מיינט א "גוי גמור"? א שוואכע איד...

און איך האב מוסיף געווען, אז א "מעשה" מיינט א פאסירונג. א "מעשה שהיה" מיינט א פרישע געבעקס.
שרייבסט זייער שיינע געדאנקען

איך שרייב וואס איך האב מיר נאכגעפרעגט סא אז דו ווייסט אנדערש קענסטו זאגן

שרייבן שיינע געדאנקן האסטו מיר נישט געזאגט גארנישט נאר אז דו האסט נישט וואס צו זאגן

פאר אזא איינעם איז בעסער צו בלייבן שטיל
אסעמבלימאן
פרישער באניצער
פאוסטס: 39
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 18, 2025 1:05 pm
Location: 10950
x 69

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך אסעמבלימאן »

עסק - קרית יואל
פיילס
unnamed (2).jpg
unnamed (2).jpg (213.99 KiB) געזען געווארן 418 מאל
unnamed (3).jpg
unnamed (3).jpg (214.8 KiB) געזען געווארן 418 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8666
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21433

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

גליון עיר הקודש
עיר הקודש בלעטל פרשת ויגש #3_Page_1.jpg
עיר הקודש בלעטל פרשת ויגש #3_Page_1.jpg (354.62 KiB) געזען געווארן 258 מאל
עיר הקודש בלעטל פרשת ויגש #3_Page_2.jpg
עיר הקודש בלעטל פרשת ויגש #3_Page_2.jpg (377.31 KiB) געזען געווארן 258 מאל
עיר הקודש בלעטל פרשת ויגש #3_Page_3.jpg
עיר הקודש בלעטל פרשת ויגש #3_Page_3.jpg (359.13 KiB) געזען געווארן 258 מאל
שרייב פאוסט