די כאלאטלעך פון היימישע ישיבות זענען געווען די פלייש וואס האט אנגעפילט די גאס, פונקט ווי מיך און דיך אלס צושויער, נישט פון דעם רעדט מען...א גוט יאר האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 16, 2025 2:57 pmרובא דרובה האבן געהאט חאלאטלעך פון די היימישע ישיבות, עס ציפט צו רעדן פונעם אמת,אבער סתם לייקענען ציפט נאך מער , ווער סאיז דארט געווען, און מיטגעהאלטען, האט עס געריסן ביים הארץ , היימישע פרויען וואס האבן דורך געוואקט, האבן ממש געוויינט אז דאס איז אונזער חינוך, סאיז עיקבתא דמשיחא במלוא מובן המילההלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 16, 2025 2:29 pm א גרויסע טייל זענען נישט געווען די בחורים וואס מיר טרעפן אין ביהמ"ד יעדן שבת....
נייעס פון וויליאמסבורג
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 294
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
- x 390
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
בעצם דארף מען שוין שליסן די נושא מיט א תפלה לקל חי אז לשנה הבאה בירושלים אבער אויב ח’’ו נישט זאל זיך די סצענעס חלילה נישט איבערשפילן.
אבער אז מ’רעדט פון באשולדיגן וואלט איך געלייגט א גרויס טייל שולד אויף אייוועלט פארן מאכן פאריאר א מאסיווע קאווער אפ אויף די גאנצע פארטי, און מעקן יעדער וואס האט נאר פרובירט צו זאגן א קרום ווארט דערויף.
אויב וואלט עס פאריאר - ווען ס’איז נישט געווען אזא נידריגע מצב - באקומען די ריכטיגע אווערנעס, וואלט זיך עס היי יאר נישט איבערגעשפילט.

- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5951
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 12874
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
איך האב גערעדט נעכטן נאכט מיט א איד וואס איז געווען אנוועזנד ביי די חסד-מסיבה פון זיין נאנטער פריינט הנגיד ר' שלמה פעדער.
ערשטנס האט ער מיר געזאגט אז בעפאר מען האט פארמאכט די זאל איז שוין טאקע דער מצב אינדרויסן געווען ביטער, ער האט עס געזען מיט די אויגן, און ער האט אויך געזען ווי איינער קומט עס פארציילן פאר שלומי, און אויף די רגע, בלי שהי', האט שלומי פארמאכט. ער וויל נישט ס'זאל ארויסקומען אזעלכע זאכן. וכך הוה. אבער נישט דאס פארמאכן האט עס גורם געווען - ווי די וואטסעפפערס מה יפית'עס שרייען, נאר פארקערט.
יעצט פארוואס היי יאר איז אזוי געשען, האט ער מיר מסביר געווען אז די שאר ירקות לרפו"ש בגוף ובנפש האבן יעדעס יאר פארשידענע גרופעס, און שלומי איז נאר איינע פון די אדרעסן וועלכע נעמען אויף די בחורים זיי מחזק צו זיין. זיי גייען ארום אין מערערע שטעט און אדרעסן. נאר היות ס'איז געווען מוצאי שבת און פון אלע זייערע אדרעסן איז דא געווען די איינציגסטע אפענע אדרעס, איז אויסגעקומען אז אלע זענען אויפאמאל אנגעקומען, ויצא העגל הזה.
וואס איז נוגע אויף להבא גלייב איך אז שלומי מאכט שוין זיינע פלענער. ער איז אן ערליכער איגערמאן און ער נעמט אויף יעדן איינעם, זיי טאקע אויך אבער נאר לתועלת נישט ח"ו פארקערט.

- פאוסטס: 485
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 393
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
עס איז שוין געווען די פארגאנגענע יאר אויך.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 17, 2025 9:52 am איך האב גערעדט נעכטן נאכט מיט א איד וואס איז געווען אנוועזנד ביי די חסד-מסיבה פון זיין נאנטער פריינט הנגיד ר' שלמה פעדער.
ערשטנס האט ער מיר געזאגט אז בעפאר מען האט פארמאכט די זאל איז שוין טאקע דער מצב אינדרויסן געווען ביטער, ער האט עס געזען מיט די אויגן, און ער האט אויך געזען ווי איינער קומט עס פארציילן פאר שלומי, און אויף די רגע, בלי שהי', האט שלומי פארמאכט. ער וויל נישט ס'זאל ארויסקומען אזעלכע זאכן. וכך הוה. אבער נישט דאס פארמאכן האט עס גורם געווען - ווי די וואטסעפפערס מה יפית'עס שרייען, נאר פארקערט.
יעצט פארוואס היי יאר איז אזוי געשען, האט ער מיר מסביר געווען אז די שאר ירקות לרפו"ש בגוף ובנפש האבן יעדעס יאר פארשידענע גרופעס, און שלומי איז נאר איינע פון די אדרעסן וועלכע נעמען אויף די בחורים זיי מחזק צו זיין. זיי גייען ארום אין מערערע שטעט און אדרעסן. נאר היות ס'איז געווען מוצאי שבת און פון אלע זייערע אדרעסן איז דא געווען די איינציגסטע אפענע אדרעס, איז אויסגעקומען אז אלע זענען אויפאמאל אנגעקומען, ויצא העגל הזה.
וואס איז נוגע אויף להבא גלייב איך אז שלומי מאכט שוין זיינע פלענער. ער איז אן ערליכער איגערמאן און ער נעמט אויף יעדן איינעם, זיי טאקע אויך אבער נאר לתועלת נישט ח"ו פארקערט.
- לאקאלער רב
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 183
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
- x 319
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
קודם הכל אין אלע אלע דורות זענען געווען אפטריניגע, איין דור מער איין ווייניגער, איין מקום מער איין מקום ווייניגער. און ווי די רבי פלעגט זאגן: ס'איז דא א הבטחה פאר כלל ישראל כי לא תשכח מפי זרעו, אבער די יחיד דארף האבן רחמים ער זאל חלילה נישט פארפאלן גיין.נקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 16, 2025 3:14 pmמיין הייליגער און טייערער @פופציגער. וויפיל איגנארענץ ליגט אין אזא פאוסט. דו ווייסט ווי אזוי די גאס קוקט אויס. מיט'ן זיך באגראבן די קאפ אין זאמד, און מיט'ן פוי יאמר להם וועט איר גארנישט דערגרייכן. ס'איז א פחד א שרעק. ס'קומט א צייט ווי עס איז ליידער נארמאל צו הערן אז היימישע בחורים גייען סוסייעד, יזדזע עולם ומלואה!!! אויף וועלכע עולם געפינט איר זיך?? וועקט אייך אויף צום ביטער'ן מציאות! איר קענט ציילן די היימישע סוסייעד ראטע די לעצטע 2 יאר??? ווי קומט אריין העיטערס??? סועסייד ביי עלטערע האט מען אלעמאל געהערט, אבער דאס איז שוין א שטאפעל ווייטער. די מצב איז איום ונורא!! די אינגע דור גייט אריבער א שווערע דורכגאנג. מען דארף האבן גרויס רחמים ס'זאל נישט היטן אינדערהיים. מען רעדט נישט פון פרעמדע עלעמענטן, מען רעדט פון דייינע שכנים'ס קינדער!!פופציגער האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 16, 2025 12:32 pm אין א שטאט פון פופצן טויזנט אינוואוינער האט זיך געמאכט "איין" באס מיט אזעלכע דראפאוטס!
וואויל צו דיר וויליאמסבורג! אזא שיינע דור ערצויגן. איבעראח מאכן זיך נושרים, אבער אז אין אזא ריזן שטאט זאל איין באס זיין אויף וואס אלע העיטערס כאפן זיך ארויף צו אראפרייסן אונזער סיסטעם, דאס איז באגריסנד!
פארשטייט זיך, כנעם נישט אוועק פונעם שרעקליכן פירצה. פוי יאמר להם.
און קיינער לייקנט נישט די מציאות און די מצב ווי אונז לעב מיר היינט.
תנאים און אמוראים האבן געציטערט פון די דור פון עקבתא דמשיחא, יתי ולא איחמיניה, אזעלכע ביטערע זמנים און נסיונות וואס איז נישט געווען זינט בריאות העולם, אינטערנעט, סאשעל מידיא,ליצנות, כפירה ומינות, ציונית, זנות, חולי נפש, עצבות ומרה שחורה , און וואס נישט. מ'שאקלט פון אויבן די שטריק שטערקער און שטערקער און ס'איז ביטער שווער זיך צו דערהאלטן, און ליידער איז דא וואס גליטשען זיך אויס.
יעצט איז דא די מענטשן וואס ווען מ'הערט נאר פון א נושר אדער א מאבד עצמו שפרינגן זיי גלייך אויף און שרייען סיסטעם. אלעס איז די סיסטעם שולדיג. (ליין- רבנים , דעת תורה , קול קורא'ס, צימצום, פרימאקעס..)
אנשטאט צו קוקן מיט א ניכטערע בליק אז אין אזא ביטער שווערע דור איז דא שטעט ווי אידישקייט שפורדלט אויף א הערליכע פארנעם, און די פראצענט אפטריניגע איז אזוי קליין (און אפשר נאך קלענער ווי אסאך אנדערע זמנים אין היסטאריע) , וואס דאס ווייזט פונקט פארקערט, אז די סיסטעם און אונזער חינוך איז גאר גאר סוקסעספול.
און לעומת זה די מקומות פון אייגענע חכמים און פארשטייערס איז די רעזאלטאטן זייער ביטער נעבעך.
ואדרבה די וואס האבן טענות זאלן ביטע ברענגן א ראו מאדעל ווי נישט סיסטעם האט געהאט סוקסעס און אפשר וועט מען אדאפטירן יענע מהלך..
- חלום חלמתי
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 192
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 257
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
אין זאל איז נישט געווען קיין תערובות. פינטל.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 17, 2025 9:52 am איך האב גערעדט נעכטן נאכט מיט א איד וואס איז געווען אנוועזנד ביי די חסד-מסיבה פון זיין נאנטער פריינט הנגיד ר' שלמה פעדער.
ערשטנס האט ער מיר געזאגט אז בעפאר מען האט פארמאכט די זאל איז שוין טאקע דער מצב אינדרויסן געווען ביטער, ער האט עס געזען מיט די אויגן, און ער האט אויך געזען ווי איינער קומט עס פארציילן פאר שלומי, און אויף די רגע, בלי שהי', האט שלומי פארמאכט. ער וויל נישט ס'זאל ארויסקומען אזעלכע זאכן. וכך הוה. אבער נישט דאס פארמאכן האט עס גורם געווען - ווי די וואטסעפפערס מה יפית'עס שרייען, נאר פארקערט.
יעצט פארוואס היי יאר איז אזוי געשען, האט ער מיר מסביר געווען אז די שאר ירקות לרפו"ש בגוף ובנפש האבן יעדעס יאר פארשידענע גרופעס, און שלומי איז נאר איינע פון די אדרעסן וועלכע נעמען אויף די בחורים זיי מחזק צו זיין. זיי גייען ארום אין מערערע שטעט און אדרעסן. נאר היות ס'איז געווען מוצאי שבת און פון אלע זייערע אדרעסן איז דא געווען די איינציגסטע אפענע אדרעס, איז אויסגעקומען אז אלע זענען אויפאמאל אנגעקומען, ויצא העגל הזה.
וואס איז נוגע אויף להבא גלייב איך אז שלומי מאכט שוין זיינע פלענער. ער איז אן ערליכער איגערמאן און ער נעמט אויף יעדן איינעם, זיי טאקע אויך אבער נאר לתועלת נישט ח"ו פארקערט.
אינדרויסן איז אנגעקומען א באס מיט אומווירדיגע רח"ל וואס שומרים האט ב"ה פארשיקט נאך א קורצע געראנגל.
שלומי האט פארמאכט די מסיבה און הונדערטער בחורים האבן זיך ארויסגעלאזט אין גאס און איבערגעדרייט א שטאט מיט פייערקרעקערס און ציושעטע קולות. לעמיל מארקאוויטש זאגט אז זינטאג פארטאגס זענען געווען מער יודן ווי גוים אין סענטראַל בוקינג ליידער.
האט געהאט א פשט צו פארמאכן די מסיבה? פרעגט איבער אייער פריינט
א לייק קאסט נישט, נישטא פארוואס צו קארגן..
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1802
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4815
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
גיי פארשטיי פארוואס איינער זעהט אין מיינע ווערטער אנטי סיסטעם. ניטאמאל ווייס איך וואס די ווארט סיסטעם מיינט, איך קאנסידער דאס נישט. מיין הארץ איז אזוי געלעכערט זעהנדיג וואס קומט פאר אז איך האב ניטאמאל די מח צו בלעימען איינעם.מאיר שלום האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 17, 2025 1:39 pmקודם הכל אין אלע אלע דורות זענען געווען אפטריניגע, איין דור מער איין ווייניגער, איין מקום מער איין מקום ווייניגער. און ווי די רבי פלעגט זאגן: ס'איז דא א הבטחה פאר כלל ישראל כי לא תשכח מפי זרעו, אבער די יחיד דארף האבן רחמים ער זאל חלילה נישט פארפאלן גיין.► Show Spoiler
און קיינער לייקנט נישט די מציאות און די מצב ווי אונז לעב מיר היינט.
תנאים און אמוראים האבן געציטערט פון די דור פון עקבתא דמשיחא, יתי ולא איחמיניה, אזעלכע ביטערע זמנים און נסיונות וואס איז נישט געווען זינט בריאות העולם, אינטערנעט, סאשעל מידיא,ליצנות, כפירה ומינות, ציונית, זנות, חולי נפש, עצבות ומרה שחורה , און וואס נישט. מ'שאקלט פון אויבן די שטריק שטערקער און שטערקער און ס'איז ביטער שווער זיך צו דערהאלטן, און ליידער איז דא וואס גליטשען זיך אויס.
יעצט איז דא די מענטשן וואס ווען מ'הערט נאר פון א נושר אדער א מאבד עצמו שפרינגן זיי גלייך אויף און שרייען סיסטעם. אלעס איז די סיסטעם שולדיג. (ליין- רבנים , דעת תורה , קול קורא'ס, צימצום, פרימאקעס..)
אנשטאט צו קוקן מיט א ניכטערע בליק אז אין אזא ביטער שווערע דור איז דא שטעט ווי אידישקייט שפורדלט אויף א הערליכע פארנעם, און די פראצענט אפטריניגע איז אזוי קליין (און אפשר נאך קלענער ווי אסאך אנדערע זמנים אין היסטאריע) , וואס דאס ווייזט פונקט פארקערט, אז די סיסטעם און אונזער חינוך איז גאר גאר סוקסעספול.
און לעומת זה די מקומות פון אייגענע חכמים און פארשטייערס איז די רעזאלטאטן זייער ביטער נעבעך.
ואדרבה די וואס האבן טענות זאלן ביטע ברענגן א ראו מאדעל ווי נישט סיסטעם האט געהאט סוקסעס און אפשר וועט מען אדאפטירן יענע מהלך..
די חילוק פון מיר און דיר איז, ווען דו זעהסט לא עלינו סיסטעם ארויסגעפאלענע זעהסטו קיא וצואה, איך זעה ריין אידיש בלוט! פון וועמען רעדט מען דא?? מען רעדט דאך פון הייליגע אידישע נפשות!! וואו איז דא א גרעסערע צער פון דעם!! איינער וואס וויינט פון א פארשטעלונג פון לאנגזאם ביי לב לילד, דארף נאך עני טיים וויינען זעהנדיג צובראכענע נשמות. דאס זענען דאך אונזערע ברודער, ס'שניידט דאס הארץ! דו שרייסט פוי?? איך שריי טאטע ווי לאנג נאך!!
קיינער ווייסט נישט ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן. די מצב איז פחדים נוראים. אבער ווי קען מען קוקן אויף אידישע נפשות מיט א מושכל ראשון אז א געוויסע פראצענט גייט אוועקפאלן?? דאס איז דאך ריינע אכזריות!! די צער און ווייטאג וואס ליגט אין אזא הארץ איז גענוג nuclear צו פארניכטן די וועלט צען מאל! ווי אזוי קען א איד רעדן אזוי?? ווי אזוי קען מען אנקוקן אידישע נפשות אלץ פראדוקטן?? וואס איז א חילוק וויפיל פראצענט עס איז, הימל און ערד שרייען פון וואס קומט פאר! ווי קען א מענטש זאגן שלום עלי נפשי, ואשריך וויליאמסבורג ווען אידיש בלוט גיסט זיך אין די גאסן??? מען ענדיגט נאך צו מיט א פוי?? ס'איז א פחד וואס קומט פאר! באלד א מנין היימישע בחורים וואס מען האט באגלייט למנוחת עולמים אין די לעצטע יאר אליינס, נישט צוליב אווערדאוז, נאר צוליב זיך נעמען דאס לעבן בלוטיג איז עפעס א קלייניקייט??? ווי קען מען ציילן סוקסעס פראצענטן??? דאס זענען דאך אונזערע קינדער, זייערע עלטערן וואוינען צווישן אונז. פון וואו קומט די רשעות און איגנארענץ?? איך רעד שוין נישט פון OTD, דאס איז ליידער א צרה בפני עצמו וואס קען נישט באשריבן ווערן. נישטא די לאך וואס קען פארנעמען די טרערן וואס דארף פארגאסן ווערן פאר די צובראכענע נשמות. מען רעדט דא פון היימישע בחורים וואס דרייען זיך אין היימישע ישיבות. אבער ער איז ביזי פראטעקטן די סיסטעם יעצט, גא פיגער...
סיסטעם ארויף, סיסטעם אראפ. ווער רעדט פון סיסטעם דא? מען רעדט דאך פון אידיש בלוט..!!! איך בין אזוי צובראכן (באמת!) אז איך קען מיך נישט צוזאמען נעמען צו שרייבן קלאר. איך האף דער עולם כאפט מיין נקודה.
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
ביזט הייליג גערעכט. יעדע נשמה איז א אומשאצבארע עולם מלא, און די צער איז מורא'דיג גרויס.נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 17, 2025 2:29 pmגיי פארשטיי פארוואס איינער זעהט אין מיינע ווערטער אנטי סיסטעם. ניטאמאל ווייס איך וואס די ווארט סיסטעם מיינט, איך קאנסידער דאס נישט. מיין הארץ איז אזוי געלעכערט זעהנדיג וואס קומט פאר אז איך האב ניטאמאל די מח צו בלעימען איינעם.מאיר שלום האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 17, 2025 1:39 pmקודם הכל אין אלע אלע דורות זענען געווען אפטריניגע, איין דור מער איין ווייניגער, איין מקום מער איין מקום ווייניגער. און ווי די רבי פלעגט זאגן: ס'איז דא א הבטחה פאר כלל ישראל כי לא תשכח מפי זרעו, אבער די יחיד דארף האבן רחמים ער זאל חלילה נישט פארפאלן גיין.נקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 16, 2025 3:14 pm
מיין הייליגער און טייערער @פופציגער. וויפיל איגנארענץ ליגט אין אזא פאוסט. דו ווייסט ווי אזוי די גאס קוקט אויס. מיט'ן זיך באגראבן די קאפ אין זאמד, און מיט'ן פוי יאמר להם וועט איר גארנישט דערגרייכן. ס'איז א פחד א שרעק. ס'קומט א צייט ווי עס איז ליידער נארמאל צו הערן אז היימישע בחורים גייען סוסייעד, יזדזע עולם ומלואה!!! אויף וועלכע עולם געפינט איר זיך?? וועקט אייך אויף צום ביטער'ן מציאות! איר קענט ציילן די היימישע סוסייעד ראטע די לעצטע 2 יאר??? ווי קומט אריין העיטערס??? סועסייד ביי עלטערע האט מען אלעמאל געהערט, אבער דאס איז שוין א שטאפעל ווייטער. די מצב איז איום ונורא!! די אינגע דור גייט אריבער א שווערע דורכגאנג. מען דארף האבן גרויס רחמים ס'זאל נישט היטן אינדערהיים. מען רעדט נישט פון פרעמדע עלעמענטן, מען רעדט פון דייינע שכנים'ס קינדער!!
און קיינער לייקנט נישט די מציאות און די מצב ווי אונז לעב מיר היינט.
תנאים און אמוראים האבן געציטערט פון די דור פון עקבתא דמשיחא, יתי ולא איחמיניה, אזעלכע ביטערע זמנים און נסיונות וואס איז נישט געווען זינט בריאות העולם, אינטערנעט, סאשעל מידיא,ליצנות, כפירה ומינות, ציונית, זנות, חולי נפש, עצבות ומרה שחורה , און וואס נישט. מ'שאקלט פון אויבן די שטריק שטערקער און שטערקער און ס'איז ביטער שווער זיך צו דערהאלטן, און ליידער איז דא וואס גליטשען זיך אויס.
יעצט איז דא די מענטשן וואס ווען מ'הערט נאר פון א נושר אדער א מאבד עצמו שפרינגן זיי גלייך אויף און שרייען סיסטעם. אלעס איז די סיסטעם שולדיג. (ליין- רבנים , דעת תורה , קול קורא'ס, צימצום, פרימאקעס..)
אנשטאט צו קוקן מיט א ניכטערע בליק אז אין אזא ביטער שווערע דור איז דא שטעט ווי אידישקייט שפורדלט אויף א הערליכע פארנעם, און די פראצענט אפטריניגע איז אזוי קליין (און אפשר נאך קלענער ווי אסאך אנדערע זמנים אין היסטאריע) , וואס דאס ווייזט פונקט פארקערט, אז די סיסטעם און אונזער חינוך איז גאר גאר סוקסעספול.
און לעומת זה די מקומות פון אייגענע חכמים און פארשטייערס איז די רעזאלטאטן זייער ביטער נעבעך.
ואדרבה די וואס האבן טענות זאלן ביטע ברענגן א ראו מאדעל ווי נישט סיסטעם האט געהאט סוקסעס און אפשר וועט מען אדאפטירן יענע מהלך..
די חילוק פון מיר און דיר איז, ווען דו זעהסט בחורים וואס זענען לא עלינו ארויסגעפאלן פונעם סיסטעם זעהסטו קיא וצואה, איך זעה אבער ריין אידיש בלוט! פון וועמען רעדט מען דא?? מען רעדט דאך פון אידישע קינדער!! נישטא קיין גרעסערע צער ווי דעם!! איינער וואס וויינט פון א פארשטעלונג פון לאנגזאם ביי לב לילד, דארף נאך עני טיים וויינען זעהנדיג צובראכענע נשמות. דאס זענען דאך אונזערע ברודער, ס'רייסט דאס הארץ! דו שרייסט פוי?? איך שריי טאטע ווי לאנג נאך!!
קיינער ווייסט נישט ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן. די מצב איז פחדים נוראים. אבער ווי קען מען קוקן אויף אידישע נפשות מיט א מושכל ראשון אז א געוויסע פראצענט גייט אוועקפאלן?? דאס איז דאך ריינע אכזריות!! די צער און ווייטאג וואס ליגט אין אזא הארץ איז גענוג nuclear צו פארניכטן די וועלט צען מאל! ווי אזוי קען א איד רעדן אזוי?? ווי אזוי קען מען אנקוקן אידישע נפשות אלץ פראדוקטן?? וואס איז א חילוק וויפיל פראצענט עס איז, הימל און ערד שרייען פון וואס קומט פאר! ווי קען א מענטש זאגן שלום עלי נפשי, ואשריך וויליאמסבורג ווען אידיש בלוט גיסט זיך אין די גאסן??? מען ענדיגט נאך צו מיט א פוי?? ס'איז א פחד וואס קומט פאר! באלד א מנין היימישע בחורים וואס מען האט באגלייט למנוחת עולמים אין די לעצטע יאר אליינס, נישט צוליב אווערדאוז, נאר צוליב זיך נעמען דאס לעבן בלוטיג איז עפעס א קלייניקייט??? ווי קען מען ציילן סוקסעס פראצענטן??? דאס זענען דאך אונזערע קינדער, זייערע עלטערן וואוינען צווישן אונז. פון וואו קומט די רשעות און איגנארענץ?? איך רעד שוין נישט פון OTD בכלל, דאס איז ליידער א צרה בפני עצמו וואס קען נישט באשריבן ווערן. נישטא די לאך וואס קען פארנעמען די טרערן וואס דארף פארגאסן ווערן פאר די צובראכענע נשמות. אבער ער איז ביזי פראטעקטן די סיסטעם יעצט, גא פיגער...
סיסטעם ארויף, סיסטעם אראפ. ווער רעדט פון סיסטעם דא? מען רעדט דאך פון אידיש בלוט..!!! איך בין אזוי צובראכן (באמת!) אז איך קען מיך נישט צוזאמען נעמען צו שרייבן קלאר. איך האף דער עולם כאפט מיין נקודה.
איך האב געמיינט ארויסצוברענגן א אנדערע נקודה.
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
דו מישט א קאשע.חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 17, 2025 2:15 pmאין זאל איז נישט געווען קיין תערובות. פינטל.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 17, 2025 9:52 am איך האב גערעדט נעכטן נאכט מיט א איד וואס איז געווען אנוועזנד ביי די חסד-מסיבה פון זיין נאנטער פריינט הנגיד ר' שלמה פעדער.
ערשטנס האט ער מיר געזאגט אז בעפאר מען האט פארמאכט די זאל איז שוין טאקע דער מצב אינדרויסן געווען ביטער, ער האט עס געזען מיט די אויגן, און ער האט אויך געזען ווי איינער קומט עס פארציילן פאר שלומי, און אויף די רגע, בלי שהי', האט שלומי פארמאכט. ער וויל נישט ס'זאל ארויסקומען אזעלכע זאכן. וכך הוה. אבער נישט דאס פארמאכן האט עס גורם געווען - ווי די וואטסעפפערס מה יפית'עס שרייען, נאר פארקערט.
יעצט פארוואס היי יאר איז אזוי געשען, האט ער מיר מסביר געווען אז די שאר ירקות לרפו"ש בגוף ובנפש האבן יעדעס יאר פארשידענע גרופעס, און שלומי איז נאר איינע פון די אדרעסן וועלכע נעמען אויף די בחורים זיי מחזק צו זיין. זיי גייען ארום אין מערערע שטעט און אדרעסן. נאר היות ס'איז געווען מוצאי שבת און פון אלע זייערע אדרעסן איז דא געווען די איינציגסטע אפענע אדרעס, איז אויסגעקומען אז אלע זענען אויפאמאל אנגעקומען, ויצא העגל הזה.
וואס איז נוגע אויף להבא גלייב איך אז שלומי מאכט שוין זיינע פלענער. ער איז אן ערליכער איגערמאן און ער נעמט אויף יעדן איינעם, זיי טאקע אויך אבער נאר לתועלת נישט ח"ו פארקערט.
אינדרויסן איז אנגעקומען א באס מיט אומווירדיגע רח"ל וואס שומרים האט ב"ה פארשיקט נאך א קורצע געראנגל.
שלומי האט פארמאכט די מסיבה און הונדערטער בחורים האבן זיך ארויסגעלאזט אין גאס און איבערגעדרייט א שטאט מיט פייערקרעקערס און ציושעטע קולות. לעמיל מארקאוויטש זאגט אז זינטאג פארטאגס זענען געווען מער יודן ווי גוים אין סענטראַל בוקינג ליידער.
האט געהאט א פשט צו פארמאכן די מסיבה? פרעגט איבער אייער פריינט
די באס מיט די אפטריניגע איז געווען ביי די הייוועי. די מסיבה איז געווען ביי פלאשינג. (ס'איז דארט אויכט אנגעקומען נשים אינדרויסן, אבער נישט יענע אפטריניגע באס)
די איבערגעהיצטע קוקיס און טשאקלאד וואס מ'האט געטיילט איז געווען אינווענדיג און אינדרויסן, פארן אפשליסן און נאכן אפשליסן. און איך האף אז דו פארשטייסט אז די חברה זענען נישט געלאפן קויפן די פייער קרעקערס און די אנדערע מרעין בישין נאכן פארשליסן..
צו מ'וואלט געדארף אפשפארן די מסיבה, איי דאונט קנאו , אבער די רעזאלטאטן האט מיט דעם וואס איז געווען אפען פאר אפאר שעה און נישט מיט די אפשליסונג.
און ווי געשריבן אויבן איז פאריאר געווען די זעלבע רעזאלטאטן מיט פייער קרעקערס, ציושעטע קולות, אפבלאקן , אן דאס אפשליסן די מסיבה.
היי יאר איז פשוט געווען א סאך מער בחורים, סאך א שוואכערע קלייענטעל, די פאליציי אינטערווענירונג, און נשים.
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
איך וויין......
חברה שיקטס נישט ארום קיין פוטעידש, - סיי שטייעדיע וכ"ש ריקעדיגע- פון מוצ"ש - סאיז פיקוח נפש, פליז פליז....
א ידיד מיינער, און א ידיד פאר אנ"ש, א ריזיגע עולם קען עם, האט מיך פריער גערופן צו איך האב אפאר מינוט, אוודאי, צו איך בין אליין, יא, ער ברעכט אויס און א געוויין, אז ליידער איז זיין בחור - וואס וואקעלט זיך ליידער רצוא ושוב - געווארן געפערליך עקספאזט דעם מוצ"ש צו צוויי פארבאטענע ענינים, עד כדי וויינט ער יאמערלעך אז עס פארן ארום קליפס פון זיין צדיק ווי ער דרייט זיך מיט די גרויליגע ...., ער האלט עס נישט אויס, אויך האט ער באקומען פרישע מיני ציגארעטליך וד"ל.
העלפ
ער פרעגט מיר צו וועם ער קען זיך יעצט ווענדן? איינער ווייסט????
לה' הישועה- והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם
בעסיידס דעם שווערער איסור פון הסתכלות והרהור....יפה שעה אחת קודם
סאיז זייער שווער צו דעליטן פולי פונעם מוח איינמאל סגייט אריין

עס רינט מיר טרערןהנההנם האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 17, 2025 2:56 pm איך וויין......
חברה שיקטס נישט ארום קיין פוטעידש, - סיי שטייעדיע וכ"ש ריקעדיגע- פון מוצ"ש - סאיז פיקוח נפש, פליז פליז....
א ידיד מיינער, און א ידיד פאר אנ"ש, א ריזיגע עולם קען עם, האט מיך פריער גערופן צו איך האב אפאר מינוט, אוודאי, צו איך בין אליין, יא, ער ברעכט אויס און א געוויין, אז ליידער איז זיין בחור - וואס וואקעלט זיך ליידער רצוא ושוב - געווארן געפערליך עקספאזט דעם מוצ"ש צו צוויי פארבאטענע ענינים, עד כדי וויינט ער יאמערלעך אז עס פארן ארום קליפס פון זיין צדיק ווי ער דרייט זיך מיט די גרויליגע ...., ער האלט עס נישט אויס, אויך האט ער באקומען פרישע מיני ציגארעטליך וד"ל.
העלפ
ער פרעגט מיר צו וועם ער קען זיך יעצט ווענדן? איינער ווייסט????
לה' הישועה- והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם
בעסיידס דעם שווערער איסור פון הסתכלות והרהור....יפה שעה אחת קודם
סאיז זייער שווער צו דעליטן פולי פונעם מוח איינמאל סגייט אריין
אוי באשעפער וויפיל איז די שיעור
עד מתי
איך מיין אז לב להאזין קען דא העלפן
- חלום חלמתי
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 192
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 257
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
אפשר נישט האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 17, 2025 3:24 pmהנההנם האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 17, 2025 2:56 pm איך וויין......
חברה שיקטס נישט ארום קיין פוטעידש, - סיי שטייעדיע וכ"ש ריקעדיגע- פון מוצ"ש - סאיז פיקוח נפש, פליז פליז....
א ידיד מיינער, און א ידיד פאר אנ"ש, א ריזיגע עולם קען עם, האט מיך פריער גערופן צו איך האב אפאר מינוט, אוודאי, צו איך בין אליין, יא, ער ברעכט אויס און א געוויין, אז ליידער איז זיין בחור - וואס וואקעלט זיך ליידער רצוא ושוב - געווארן געפערליך עקספאזט דעם מוצ"ש צו צוויי פארבאטענע ענינים, עד כדי וויינט ער יאמערלעך אז עס פארן ארום קליפס פון זיין צדיק ווי ער דרייט זיך מיט די גרויליגע ...., ער האלט עס נישט אויס, אויך האט ער באקומען פרישע מיני ציגארעטליך וד"ל.
העלפ
ער פרעגט מיר צו וועם ער קען זיך יעצט ווענדן? איינער ווייסט????
לה' הישועה- והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם
בעסיידס דעם שווערער איסור פון הסתכלות והרהור....יפה שעה אחת קודם
סאיז זייער שווער צו דעליטן פולי פונעם מוח איינמאל סגייט אריין
איך מיין אז לב להאזין קען דא העלפן
Lev Lehaazin Ad.PNG

א לייק קאסט נישט, נישטא פארוואס צו קארגן..
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
די פייער קרעקערס איז געווען לענגאויס וויליאמסבורג א גאנץ מוצאי שבת, האט גארנישט מיט די מסיבה, און סאיז געווען פון אונזערע היימישע וויליאמסבורג'ע בחורים באסעס , בקיצור אונזערע בחורים ,איך רעדט דייקא פון די וואס זענען אין די סיסטעם און לערנען אין ישיבוה קטנות אין וויליאמסבורג וכדומה , זענען געווען הונדערטע בחורים ווי ארויסגעלאזט חיות פון וואלד א גאנצע נאכט ,געפערליך ביליג , גארנישט מיט די פלאשינג מסיבה, שפעטער פשוט האבן זיך צוזאמגעטראפן אפען גאס טויזענטער בחורים מיט די ענערזשי אין זיך , און סאיז געשען וואס איז געשעןמאיר שלום האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 17, 2025 2:43 pmדו מישט א קאשע.חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 17, 2025 2:15 pmאין זאל איז נישט געווען קיין תערובות. פינטל.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 17, 2025 9:52 am איך האב גערעדט נעכטן נאכט מיט א איד וואס איז געווען אנוועזנד ביי די חסד-מסיבה פון זיין נאנטער פריינט הנגיד ר' שלמה פעדער.
ערשטנס האט ער מיר געזאגט אז בעפאר מען האט פארמאכט די זאל איז שוין טאקע דער מצב אינדרויסן געווען ביטער, ער האט עס געזען מיט די אויגן, און ער האט אויך געזען ווי איינער קומט עס פארציילן פאר שלומי, און אויף די רגע, בלי שהי', האט שלומי פארמאכט. ער וויל נישט ס'זאל ארויסקומען אזעלכע זאכן. וכך הוה. אבער נישט דאס פארמאכן האט עס גורם געווען - ווי די וואטסעפפערס מה יפית'עס שרייען, נאר פארקערט.
יעצט פארוואס היי יאר איז אזוי געשען, האט ער מיר מסביר געווען אז די שאר ירקות לרפו"ש בגוף ובנפש האבן יעדעס יאר פארשידענע גרופעס, און שלומי איז נאר איינע פון די אדרעסן וועלכע נעמען אויף די בחורים זיי מחזק צו זיין. זיי גייען ארום אין מערערע שטעט און אדרעסן. נאר היות ס'איז געווען מוצאי שבת און פון אלע זייערע אדרעסן איז דא געווען די איינציגסטע אפענע אדרעס, איז אויסגעקומען אז אלע זענען אויפאמאל אנגעקומען, ויצא העגל הזה.
וואס איז נוגע אויף להבא גלייב איך אז שלומי מאכט שוין זיינע פלענער. ער איז אן ערליכער איגערמאן און ער נעמט אויף יעדן איינעם, זיי טאקע אויך אבער נאר לתועלת נישט ח"ו פארקערט.
אינדרויסן איז אנגעקומען א באס מיט אומווירדיגע רח"ל וואס שומרים האט ב"ה פארשיקט נאך א קורצע געראנגל.
שלומי האט פארמאכט די מסיבה און הונדערטער בחורים האבן זיך ארויסגעלאזט אין גאס און איבערגעדרייט א שטאט מיט פייערקרעקערס און ציושעטע קולות. לעמיל מארקאוויטש זאגט אז זינטאג פארטאגס זענען געווען מער יודן ווי גוים אין סענטראַל בוקינג ליידער.
האט געהאט א פשט צו פארמאכן די מסיבה? פרעגט איבער אייער פריינט
די באס מיט די אפטריניגע איז געווען ביי די הייוועי. די מסיבה איז געווען ביי פלאשינג. (ס'איז דארט אויכט אנגעקומען נשים אינדרויסן, אבער נישט יענע אפטריניגע באס)
די איבערגעהיצטע קוקיס און טשאקלאד וואס מ'האט געטיילט איז געווען אינווענדיג און אינדרויסן, פארן אפשליסן און נאכן אפשליסן. און איך האף אז דו פארשטייסט אז די חברה זענען נישט געלאפן קויפן די פייער קרעקערס און די אנדערע מרעין בישין נאכן פארשליסן..
צו מ'וואלט געדארף אפשפארן די מסיבה, איי דאונט קנאו , אבער די רעזאלטאטן האט מיט דעם וואס איז געווען אפען פאר אפאר שעה און נישט מיט די אפשליסונג.
און ווי געשריבן אויבן איז פאריאר געווען די זעלבע רעזאלטאטן מיט פייער קרעקערס, ציושעטע קולות, אפבלאקן , אן דאס אפשליסן די מסיבה.
היי יאר איז פשוט געווען א סאך מער בחורים, סאך א שוואכערע קלייענטעל, די פאליציי אינטערווענירונג, און נשים.
- גארנישט מיט נישט
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 13
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 18, 2024 12:34 pm
- x 40
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
ס'איז געווען נעכטן אן אסיפה מיט די רבני העיר ווי עס איז אויסגעשמועסט געווארן די פארסירונג מוצאי שבת,
דארט איז אויפגעברענגט געווארן א גאר וויכטיגע נקודה אויף למעשה וואס ווייניג רעדן דערפון, אז די עיקר ווייטאג פון די פרשה איז נישט דווקא די שרעקליכע מעשים ביי די הייוועי אדער די געטענץ ביי פלאשינג נאר די פאקט אז הונדרעטער בחורים און היימישע מיידליך האבן זיך געדרייט אויף די גאסן פראנק און פריי אן דעם וואס זייערע עלטערן זאל אנגיין אדער וויסן ווי זיי דרייען זיך!
איינער וואס איז א טאטע פאר קינדער און האט אביסל א שכל הישר פארשטייט אז סאיז די אחריות פון עלטערן אינדרויסן פון די ישיבה אדער סקול שעות צו וויסן ווי און מיט וועם זיי דרייען זיך!
צענדליגע טאטעס זענען געקומען אין שול זונטאג ציפרי און נישט געהאט א בלאסע איינונג וויאזוי די גאסן ווי זייערע קינדער האבן זיך געדרייט האבן אויסגעזעהן און ווי זייערע קינדער זענען געווען בשעת מעשה!
מיט די שקצים וואס קומען איבערדרייען די שטאט איז לכוארה נישט דא וואס מ'קען טוען אז עס זאל נישט נאכאמאל פאסירן, אבער וואס מקען יא טוען איז זיכער מאכן אז יעדע ערליכע בחור אדער מיידל איז אקונטעט פאר דורך אויס די גאנצע נאכט און די עלטערן זאלן טראגן אן אחריות צו וויסן ווי זייערע קינדער דרייען זיך נישט נאר פורים נאר אויך א גאנץ יאר אין די נעכט און מוצאי שבתים.
מגייט האבן אסאך צו הערן פון די מוסדות אין די קעמנדיגע תקופה איבער דעם נושא.
דאס אלעס איז חוץ די פאקט אז די 'היימישע' גרופעס, מאבילס און די פארשטעלעכטצאר איז די הויבט גורם וויאזוי די גאסן האבן אויסגעזעהן און איז עפעס וואס דארף אונטערגעברענגט ווערן עד הסוף!
די פרעמדע עלעמענטען האבן טאקע אונטערגעצינדן די פייער אבער אונזערע בחורים האבן אריינגעוורפן די באקסעס.

יא יא גוט ארויסגעברענגט , די מציאות שלאגט אין פנים, בכלל נישט בעטעמט עס צו פעיסן ,סאיז זייער ביטער נאר צו טראכטן דערפון , אבער סאיז וואס עס איז,
הלוואי ווען טאטעס קענען האבן קאנטראל אויף זייערע קינדער...
און דאס אז דייקא אין וויליאמסבורג איז דאס פארגעקומען , איז א גרויסע קשיא, פארוואס דייקא אין וויליאמסבורג? און פארוואס דייקא וויליאמסבורג'ע בחורים ?
גראדע מען דארף דאס חזר'ן אז די שקצים פון וואס די רעדסט , זענען געווען נישט לאנג צוריק ישיבה קטנה בחורים און אונזערע ישיבות און מיידלעך אין אונזערע בית רחל, קיינער ווייסט נישט וויאזוי זייער בחור און מיידעל וועט זיין נעקסטע יאר , ריינער איז נישט פארזיכערט !
דאס וויאזוי די בחורים האבן געבאסטעד זיך אויסצוגעבן און אזוי זיך אויפירן דייקא מוצאי שבת , און פילן צולאזט אן קיין פרעשור דארף א ערענסטע אפהאנדלונג,וואס עס ליגט אינטער דעם ,דאס איז נישט פשוט

- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2287
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 5313
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
וואס מיינסטו צו זאגן דערמיט? אין בארא פארק וואלט עס נישט געשקענט געשען?א גוט יאר האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 17, 2025 4:27 pm יא יא גוט ארויסגעברענגט , די מציאות שלאגט אין פנים, בכלל נישט בעטעמט עס צו פעיסן ,סאיז זייער ביטער נאר צו טראכטן דערפון , אבער סאיז וואס עס איז,
הלוואי ווען טאטעס קענען האבן קאנטראל אויף זייערע קינדער...
און דאס אז דייקא אין וויליאמסבורג איז דאס פארגעקומען , איז א גרויסע קשיא, פארוואס דייקא אין וויליאמסבורג? און פארוואס דייקא וויליאמסבורג'ע בחורים ?
גראדע מען דארף דאס חזר'ן אז די שקצים פון וואס די רעדסט , זענען געווען נישט לאנג צוריק ישיבה קטנה בחורים און אונזערע ישיבות און מיידלעך אין אונזערע בית רחל, קיינער ווייסט נישט וויאזוי זייער בחור און מיידעל וועט זיין נעקסטע יאר .
דאס וויאזוי די בחורים האבן געבאסטעד זיך אויסצוגעבן און אזוי זיך אויפירן דייקא מוצאי שבת , און פילן צולאזט אן קיין פרעשור דארף א ערענסטע אפהאנדלונג,וואס עס ליגט אינטער דעם ,דאס איז נישט פשוט
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
זעסט דאך אז סאיז נישט געשען ,Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 17, 2025 4:31 pmוואס מיינסטו צו זאגן דערמיט? אין בארא פארק וואלט עס נישט געשקענט געשען?א גוט יאר האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 17, 2025 4:27 pm יא יא גוט ארויסגעברענגט , די מציאות שלאגט אין פנים, בכלל נישט בעטעמט עס צו פעיסן ,סאיז זייער ביטער נאר צו טראכטן דערפון , אבער סאיז וואס עס איז,
הלוואי ווען טאטעס קענען האבן קאנטראל אויף זייערע קינדער...
און דאס אז דייקא אין וויליאמסבורג איז דאס פארגעקומען , איז א גרויסע קשיא, פארוואס דייקא אין וויליאמסבורג? און פארוואס דייקא וויליאמסבורג'ע בחורים ?
גראדע מען דארף דאס חזר'ן אז די שקצים פון וואס די רעדסט , זענען געווען נישט לאנג צוריק ישיבה קטנה בחורים און אונזערע ישיבות און מיידלעך אין אונזערע בית רחל, קיינער ווייסט נישט וויאזוי זייער בחור און מיידעל וועט זיין נעקסטע יאר .
דאס וויאזוי די בחורים האבן געבאסטעד זיך אויסצוגעבן און אזוי זיך אויפירן דייקא מוצאי שבת , און פילן צולאזט אן קיין פרעשור דארף א ערענסטע אפהאנדלונג,וואס עס ליגט אינטער דעם ,דאס איז נישט פשוט
נאר פארקערט די שוואכערע בחורים פון בארא זענען גאר געקומען פון בארא פארק קיין וויליאמסבורג ,
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
אה, דער בחור האט געזאגט פאר זיין טאטן אז ער גייט צו די עריכת השולחן אין וויען וואס ענדיגט זיך פארטאגס...גארנישט מיט נישט האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 17, 2025 4:17 pm ס'איז געווען נעכטן אן אסיפה מיט די רבני העיר ווי עס איז אויסגעשמועסט געווארן די פארסירונג מוצאי שבת,
דארט איז אויפגעברענגט געווארן א גאר וויכטיגע נקודה אויף למעשה וואס ווייניג רעדן דערפון, אז די עיקר ווייטאג פון די פרשה איז נישט דווקא די שרעקליכע מעשים ביי די הייוועי אדער די געטענץ ביי פלאשינג נאר די פאקט אז הונדרעטער בחורים און היימישע מיידליך האבן זיך געדרייט אויף די גאסן פראנק און פריי אן דעם וואס זייערע עלטערן זאל אנגיין אדער וויסן ווי זיי דרייען זיך!
איינער וואס איז א טאטע פאר קינדער און האט אביסל א שכל הישר פארשטייט אז סאיז די אחריות פון עלטערן אינדרויסן פון די ישיבה אדער סקול שעות צו וויסן ווי און מיט וועם זיי דרייען זיך!
צענדליגע טאטעס זענען געקומען אין שול זונטאג ציפרי און נישט געהאט א בלאסע איינונג וויאזוי די גאסן ווי זייערע קינדער האבן זיך געדרייט האבן אויסגעזעהן און ווי זייערע קינדער זענען געווען בשעת מעשה!
מען גייט באשילדיגן די עלטערן (וואס זענען באמת אביסל שילדיג) אנשטאט זיך אליינס פרעגן, פארוואס האט נישט התאחדות געלייגט קיין צעטליך פאר פורים מיט א זייגער ביז ווען די בחורים מעגן ארום פארן ביינאכט? פארוואס האבן עס נישט די ישיבות אינפארסירט אז איינס דרייסיג ביינאכט איז נישטא קיין סיבה פארוואס א מאביל/באס פארט נאך דעמאלטס ארום?
ווען פארט די לעצטע באס?
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2287
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 5313
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
@א גוט יאר איך ווייס נישט וואס דו ווילסט.
- גארנישט מיט נישט
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 13
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 18, 2024 12:34 pm
- x 40
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
הייסט א צעטל איז די סעלאשאן..ווען התאחדות לייגט א צעטל צו גיין וואונטשן ערב ראש השנה פאלגסטו?פעניאק האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 17, 2025 4:44 pmאה, דער בחור האט געזאגט פאר זיין טאטן אז ער גייט צו די עריכת השולחן אין וויען וואס ענדיגט זיך פארטאגס...גארנישט מיט נישט האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 17, 2025 4:17 pm ס'איז געווען נעכטן אן אסיפה מיט די רבני העיר ווי עס איז אויסגעשמועסט געווארן די פארסירונג מוצאי שבת,
דארט איז אויפגעברענגט געווארן א גאר וויכטיגע נקודה אויף למעשה וואס ווייניג רעדן דערפון, אז די עיקר ווייטאג פון די פרשה איז נישט דווקא די שרעקליכע מעשים ביי די הייוועי אדער די געטענץ ביי פלאשינג נאר די פאקט אז הונדרעטער בחורים און היימישע מיידליך האבן זיך געדרייט אויף די גאסן פראנק און פריי אן דעם וואס זייערע עלטערן זאל אנגיין אדער וויסן ווי זיי דרייען זיך!
איינער וואס איז א טאטע פאר קינדער און האט אביסל א שכל הישר פארשטייט אז סאיז די אחריות פון עלטערן אינדרויסן פון די ישיבה אדער סקול שעות צו וויסן ווי און מיט וועם זיי דרייען זיך!
צענדליגע טאטעס זענען געקומען אין שול זונטאג ציפרי און נישט געהאט א בלאסע איינונג וויאזוי די גאסן ווי זייערע קינדער האבן זיך געדרייט האבן אויסגעזעהן און ווי זייערע קינדער זענען געווען בשעת מעשה!
מען גייט באשילדיגן די עלטערן (וואס זענען באמת אביסל שילדיג) אנשטאט זיך אליינס פרעגן, פארוואס האט נישט התאחדות געלייגט קיין צעטליך פאר פורים מיט א זייגער ביז ווען די בחורים מעגן ארום פארן ביינאכט? פארוואס האבן עס נישט די ישיבות אינפארסירט אז איינס דרייסיג ביינאכט איז נישטא קיין סיבה פארוואס א מאביל/באס פארט נאך דעמאלטס ארום?
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1802
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4815
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
יא יא, און דאס איז די גרעסטע ווייטאג. עלטערן האבן נישט קיין השגה וואו די קינדער האלטן. מ'קען גיין אין א נארמאלע ישיבה, זיין א נארמאלע בחור, און זיין שבור ורצוץ ביי זיך אז ווען מען האט נאר די אפערטאנערטי קראכט מען. ס'איז ווייטאגליך אז נאך יעדע געשעהעניש שרייט מען נאכאמאל פוי, מען פארשטייפט נאך מער די צוימינגען, אבער צו די שורש הפראבלעם האט קיינער נישט קיין לעזונג. קיינער האט נאכנישט געטראפן די ריכטיגע באלאנס.א גוט יאר האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 17, 2025 4:27 pm יא יא גוט ארויסגעברענגט , די מציאות שלאגט אין פנים, בכלל נישט בעטעמט עס צו פעיסן ,סאיז זייער ביטער נאר צו טראכטן דערפון , אבער סאיז וואס עס איז,
הלוואי ווען טאטעס קענען האבן קאנטראל אויף זייערע קינדער...
און דאס אז דייקא אין וויליאמסבורג איז דאס פארגעקומען , איז א גרויסע קשיא, פארוואס דייקא אין וויליאמסבורג? און פארוואס דייקא וויליאמסבורג'ע בחורים ?
גראדע מען דארף דאס חזר'ן אז די שקצים פון וואס די רעדסט , זענען געווען נישט לאנג צוריק ישיבה קטנה בחורים און אונזערע ישיבות און מיידלעך אין אונזערע בית רחל, קיינער ווייסט נישט וויאזוי זייער בחור און מיידעל וועט זיין נעקסטע יאר , ריינער איז נישט פארזיכערט !
דאס וויאזוי די בחורים האבן געבאסטעד זיך אויסצוגעבן און אזוי זיך אויפירן דייקא מוצאי שבת , און פילן צולאזט אן קיין פרעשור דארף א ערענסטע אפהאנדלונג,וואס עס ליגט אינטער דעם ,דאס איז נישט פשוט
וואס גייט מען טוהן? מ'גייט אסר'ן צו גיין נאך געלט? מ'גייט נישט לאזן בחורים טרינקען פורים? די אלע צוימינגען האט נישט געטוישט די מציאות לטובה. אבער פון די אנדערע זייט לאזן אזוי ווי ביז איצט איז דאך זיכער נישט קיין אפציע. סא וואס יא? נאר משיח קען קעיר נעמען. און אויף דערווייל קען מען גארנישט טוהן חוץ פון מתפלל זיין אכט מאל א טאג אויף די קינדער און אייניקלעך.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1802
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4815
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
רבי איד, התאחדות זאל מאכן זיכער אז ס'איז דא גענוג זאלץ אויף פסח. וואס איז א קו"ק פון התאחדות ווערד? אנשטאט אדרעסירן די פראבלעם גופא, גייסטו זוכן דעם גרינגען וועג? א קו"ק פון התאחדות און פטור אן עסק? ס'דא א סיבה פארוואס זאכן קוקן אויס אזוי ווי עס קוקט אויס. יעדער האט מורא צו פעיסן ריעליטי, אבער אז מען אדרעסירט נישט דעם שורש קענסטו זוכן וויפיל אלטערנעטיוון דו ווילסט, דו גייסט דורכפאלן!פעניאק האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 17, 2025 4:44 pmאה, דער בחור האט געזאגט פאר זיין טאטן אז ער גייט צו די עריכת השולחן אין וויען וואס ענדיגט זיך פארטאגס...גארנישט מיט נישט האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 17, 2025 4:17 pm ס'איז געווען נעכטן אן אסיפה מיט די רבני העיר ווי עס איז אויסגעשמועסט געווארן די פארסירונג מוצאי שבת,
דארט איז אויפגעברענגט געווארן א גאר וויכטיגע נקודה אויף למעשה וואס ווייניג רעדן דערפון, אז די עיקר ווייטאג פון די פרשה איז נישט דווקא די שרעקליכע מעשים ביי די הייוועי אדער די געטענץ ביי פלאשינג נאר די פאקט אז הונדרעטער בחורים און היימישע מיידליך האבן זיך געדרייט אויף די גאסן פראנק און פריי אן דעם וואס זייערע עלטערן זאל אנגיין אדער וויסן ווי זיי דרייען זיך!
איינער וואס איז א טאטע פאר קינדער און האט אביסל א שכל הישר פארשטייט אז סאיז די אחריות פון עלטערן אינדרויסן פון די ישיבה אדער סקול שעות צו וויסן ווי און מיט וועם זיי דרייען זיך!
צענדליגע טאטעס זענען געקומען אין שול זונטאג ציפרי און נישט געהאט א בלאסע איינונג וויאזוי די גאסן ווי זייערע קינדער האבן זיך געדרייט האבן אויסגעזעהן און ווי זייערע קינדער זענען געווען בשעת מעשה!
מען גייט באשילדיגן די עלטערן (וואס זענען באמת אביסל שילדיג) אנשטאט זיך אליינס פרעגן, פארוואס האט נישט התאחדות געלייגט קיין צעטליך פאר פורים מיט א זייגער ביז ווען די בחורים מעגן ארום פארן ביינאכט? פארוואס האבן עס נישט די ישיבות אינפארסירט אז איינס דרייסיג ביינאכט איז נישטא קיין סיבה פארוואס א מאביל/באס פארט נאך דעמאלטס ארום?
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
איך האב נישט געמיינט די צעטיל, איך האב געמיינט א נקודה, נישט אלעס זענען די טאטעס אינגאנצן שילדיג אויף מוצאי שבת פורים, הגם איך האב פארגעהאלטן א טאטע וואס האט זיך געלייגט שלאפן רואיג מוצ"ש בזמן וואס זיין קליינע בחור האט זיך געפינען אויפן גאס, אבער די נקודה איז, פארוואס האבן די ישיבת געלאזט די בחורים ארומגיין מוצאי שבת ביז אין די נאכט אריין?
איך ווייס אויך אז אן התאחדות צעטיל מאכט נישט אויס, און אויך אז די אסיפה נעכטן גייט גארנישט ברענגען אויסער א צעטיל...
איך ווייס אויך אז אן התאחדות צעטיל מאכט נישט אויס, און אויך אז די אסיפה נעכטן גייט גארנישט ברענגען אויסער א צעטיל...
ווען פארט די לעצטע באס?
- גארנישט מיט נישט
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 13
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 18, 2024 12:34 pm
- x 40
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
לדעתי הקצרה ברויך מען מבטל זיין דאס גיין מיט גרופעס נאך געלט און צירוקברענגען דאס וואס איז געווען אמאל אז בחורים זענען געגאמגען צוויי אדער טאפס דריי בחורים צוזאמען, די אלע פראבלעמען געשעהן ווען גרופעס 45-50 בחורים דרייען זיך צוזאמען און עס פעלט נישט אויס מער ווי איין בחור וואס זאל אונטערצינדען און מאכן א גאנצע גרופע ערליכע בחורים ציווילדיוועט און צילאזט.