אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
אויב האט מען נישט גענומען א פעטוועי, איז בכלל דא א גזירה ?
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5228
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9596
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
יעצט געהערט א שטיקל פון מערכת סאטמאר איבער א ביאור אויף די ווערטער פון די סטעיט לויער אז די אססעסמענטס מאכט אז מען זאל נישט פאלן אונטער די גיידליינס, לוינט זיך צו הערן וויאמען קען אפלערנען א תוספת, פארפאלן אז מען קען קען מען
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
סא פארוואס שרייבט דורותינו
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
וואס שטימט נישט? יא עס דא א גזירה אבער די איינציגסטע שטראף וואס זיי קענען געבן איז צונעמען געלטער און ערקלערן אז דו ביזט נישט קיין לעגאלע סקול
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5228
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9596
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
דער דורותינו איז א סיקריקישע זאך, פרעג מיר נישט קיין קושיות פון דארט. די קהילות וועלכע דרוקן זייערע רעטאריק אין איד און אין וואכנשריפט בנוגע אנדערע זאכן, זאלן זיך דא מטפל זיין מיט זיי... נישט איך.
בנוגע די גזירה איז שוין אויסגעשמועסט אויבן, ערשטנס, פאנדינג איז אויך א ביטערע גזירה, ואכמ"ל, צווייטנס, אויב זאל די סטעיט געווינען וועט עס קאסטן א ביטערע פרייז פאר די עלטערן אלס די אלטע געזעץ אויב זיי טוען נישט 'פולע' האום סקולינג. נאר, דא פרובירט די סטעיט צו טענה'ן אז די דאזיגע 'גיידליינס' ספעציפיש באציען זיך נישט צו טרוענסי ממילא איז די אישו בלויז פאנדינג.
די סטעיט ווילן דערמיט אראפשפילן די איבערקערעניש וואס די גיידליינס קענען מאכן, כדי דער שופט זאל עס אפראוון.
בנוגע די גזירה איז שוין אויסגעשמועסט אויבן, ערשטנס, פאנדינג איז אויך א ביטערע גזירה, ואכמ"ל, צווייטנס, אויב זאל די סטעיט געווינען וועט עס קאסטן א ביטערע פרייז פאר די עלטערן אלס די אלטע געזעץ אויב זיי טוען נישט 'פולע' האום סקולינג. נאר, דא פרובירט די סטעיט צו טענה'ן אז די דאזיגע 'גיידליינס' ספעציפיש באציען זיך נישט צו טרוענסי ממילא איז די אישו בלויז פאנדינג.
די סטעיט ווילן דערמיט אראפשפילן די איבערקערעניש וואס די גיידליינס קענען מאכן, כדי דער שופט זאל עס אפראוון.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
חלק ב' פון די מונדליכע ארגומענטן
אבי שיק האט גענומען דאס ווארט און אנגעהויבן מיט א טענה אז די סטעיט האט נישט וואס אריין צו רעדן איבער שולעס, נאר איבער עלטערן, און האט ציטירט פון די סטעיט'ס אייגענע גיידליינס ביז קוים עטליכע יאר צוריק אז זי פארמאגט נישט קיין שום אטאריטעט איבער פריוואטע שולעס.
ווי אויך האט ער צוגעלייגט אז 1) די סטעיט קען נישט פארמאכן קיין שולעס, און 2) עס איז נישט דא קיין שום חלק אינעם געזעץ וואס זאגט אז חינוך קען נישט צעטיילט ווערן אין עטליכע ערטער.
אבער אין די נייע גיידליננס זוכט די רעגירונג יא צו קענען פארמאכן שולעס, און דירעקטירן עלטערן ארויס צו נעמען זייערע קינדער פון די שולעס און זיי אריין שטעלן אונטער א צווייטע חינוך סיסטעם. און פארבאטן די רעכטן פון עלטערן צו געבן א חינוך צעטיילט אין עטליכע ערטער.
האט דער ריכטער אריין געפרעגט אז דאס אלעס האט דאך אבער נישט מיט די 5 קלעגער ישיבות וואס 4 דערפון זענען באשטעטיגט עקוויווילענט און די פינפטע האט נישט קיין שום סיבה מורא צו האבן אז זי וועט דערקלערט ווערן נישט עקוויווילענט.
דערויף האט אבי שיק געענטפערט אז די געריכט האט שוין עטליכע מאל געאורטיילט אז ביים קלאגן א רעגולאציע וועלכע פארמאגט א 4 מאנאטן לימיט ביז ווען מען קען עס אפווארפן אין געריכט קען די רעגירונג נישט אפווארפן די טענות דורכ'ן שרייען אז יענער ליידט נאכנישט פאקטיש פונעם געזעץ, ווייל ביי א געווענליכע רעגולאציע נעמט מער ווי 4 מאנאטן ביז די שאדן ווערט אפגעטון, און האט ציטירט א קעיס ביי וועלכע די געריכט איז געווען צעטיילט איבער ווער עס איז גערעכט, אבער איבער די סטענדינג טענה האבן אלע ריכטער אנע אויסנאם געאורטיילט אז ער פארמאגט יא סטענדינג, כאטש יענער האט דעמאלט נאכנישט געליטן פונעם געזעץ.
האט דער ריכטער געפרעגט שיק צי די קלאגע דא דערקלערט אז די סטעיט האט זיך גענומען ברייטערע רעכטן ווי דאס וואס די געזעץ ערלויבט איר? (וואס נאר דאן פאלט עס אונטער ארטיקל 78 און מען קען עס שוין קלאגן)
אויף וועלכע אבי שיק האט געענטפערט אבסאלוט יא
האט דער ריכטער געפרעגט טא איר באשולדיגט אז די רידשענטס מאכן אייגענע פאליסיס (וועלכע נאר די סטעיט סענאט און אסעמבלי קענען טון)?
האט מר. שיק געענטפערט אז זיי נעמען ברייטערע רעכטן ווי וואס זיי האבן באקומען, און די רעכטן וואס זיי נעמען זיך איז פאקטיש קעגן די געזעץ, ווייל זיי פארמאכן די שולע.
דא האט שיק מסביר געווען אז איך פארשטיי די סטעיט טענה'ט זיי פארמאכן נישט די סקול, ווייל מען קען ווייטער לערנען אדארט, זאגט ער אבער מען דארף פונאדערשיידן די "בילדינג" פונעם "סקול", אוודאי פארמאכן זיי נישט די בילדינג, איך קען דארט ווייטער טון וואס איך וויל, אבער זיי פארמאכן די "סקול" קערפערשאפט דורכן עס דערקלערן אויס שולע, און דאס איז א זאך וואס זיי קענען נישט טון לויטן געזעץ, די געזעץ איז געצילט אויף די עלטערן נישט אויף די שולעס, און זיי האבן נישט א רעכט צו פארמאכן א שולע.
האט דער ריכטער געפרעגט איך פארשטיי די חילוק צווישן א בנין און א שולע, אבער צי האט דען נישט די רעגירונג רעכט צו זאגן אז היות די שולע שטעלט נישט צו קיין סובסטענטשעלי עקוויווילענט עדיוקאציע געב איך נישט קיין געלט?
דערויף האט מר. שיק געענטפערט אז די סטעיט האט דערווייל אין אלע פאפירן און טענות פאר די געריכט נישט דערמאנט די ווארט געלט, זיי דרייען סתם א קאפ כאילו די גאנצע זאך איז איבער געלט, זיי זוכן נישט אפצוהאקן די געלט, זיי זוכן צו פארמאכן די שולע און זאגן נאר געלט (בבחינת ער מיינט די ווייב און זאגט די שוויגער…)
געלט גייט פאר די סטודענטן נישט פאר די שולעס, און די גאנצע טענה קומט בכלל נישט אריין, למשל אויב מען געט געלט פאר די ביכער, אצינד אויב נוצט מען נישט די ביכער אוודאי באקומט מען נישט געלט, אבער אויב נוצט מען עס גייט די געלט פאר די ביכער, עס איז נישטא אזא זאך ווי געלט פאר די שולע אז די סטעיט זאל קענען זינגען די ניגון אז אויב די שולע איז נישט 100% עקוויווילענט באקומט זי נישט געלט, - און דאס איז נישט א שטראף, נאר עס איז פשוט באקומסט נישט געלט פאר א זאך וואס האסט נישט, אבער סתם געלט ארבעט נישט אזוי, נאר די געלט גייט פאר ספעציפישע צוועקן - וואס דאס אלעס שטעלן די שולעס צו.
אבער וואס די סטעיט וויל דא טון אז זאגן אז סטודענטן קענען נישט קומען, און אז די עלטערן גייען ליידן לעגאלע קאנסקווענצן פארן שיקן דארט, און דאס איז נישט א זאך וואס קען געשען אינעם ווייטן צוקונפט, נאר א שיינע צאל שולעס האבן שוין באקומען פרעלימינערי אורטיילן פון די סטעיט אז זיי זענען נישט עקוויווילענט, עס איז נאך טאקע דא עטליכע סטעפס ביז אן ענדגילטיגע אורטייל, אבער זיי האבן שוין קלאר ארויס געזאגט וואס זיי ווילן.
למשל האבן מיר א שולע וואס די סטעיט האט געזאגט מיר זענען צופרידן פון דיין ענגליש, מיר זענען צופרידן פון דיין רעכענען, סייענס זענען מיר צופרידן, אבער מיר זענען נישט צופרידן מיט די וועג וויאזוי איר האלט רעקארדס איבער וויאזוי איר נעמט אויף טיטשערס, דערפאר זענט ארי נישט עקוויווילענט.
דאס הייסט די סטעיט נעמט די "אלעס אדער גארנישט" מהלך, וואס דאס איז קעגן די געזעץ וועלכע ערלויבט א חינוך צעטיילט אין באזונדערע ערטער.
דער ריכטער האט אריין געהאקט און האט געוואלט וויסן אויב דאס איז אן אמת'ער מעשה? דאער ער געט בלויז א משל ארויס צו ברענגען וועלכע סארט רעכטן די סטעיט זוכט, און שיק האט געענטפערט אז עס איז א פאקטישע עכטע מעשה און עס ליגט אין די געריכט פאפירן.
די סטעיט נעמט זיך רעכטן פיל ווייטער ווי בלויז פארזיכערן די חינוך, זייערע פארלאנגען אין דעם געריכט קעיס איז נישט געצילט פאר חינוך קוואליטעט, נאר זיי זוכן קאנטראל, זיי ווילן נישט ערלויבן א חינוך צעטיילט אין עטליכע ערטער ווייל זיי ווילן א שטערקערע קאנטראל - אבער דאס איז נישט זיירעע רעכטן אונטערן געזעץ, די געזעץ פארלאנגט פשוט אז די קינדער זאלן באקומען א מינימאלע חינוך נישט אויפצואוואקסן אמעראצים וואס קענעןם גארנישט, אבער זיי זוכן דא פשוט קאנטראל, און ווילן דעריבער קענען פארמאכן שולעס און דערמיט טרעטן אויף די רעכטן פון די עלטערן.
דער ריכטער האט געבעטן שיחק בעסער מסביר צו זיין זיין לעגאלע טענה.
די געזעץ פארלאנגט אז א פריוואטע שולע זאל צושטעלן סובסטענטשעלי עקוויווילענט לימודים צום פובליק שולע, יעצט זאגסטו אז ווען די רידשענטס דערקלערן אז א געוויסע שולע קומט נישט נאך די געזעץ נעמען זיי זיך מער מאכט ווי די געזעץ געט זיי, וואס ווילסטו זיי זאלן טון? די געזעץ פארלאנגט אז זיי זאלן זאגן וועלכע שולעס קומען יא און נישט נאך די געזעץ…
דערויף האט אבי שיק געענטפערט אז ניין, איר האט א טעות, די געזעץ זאגט אז די "עלטערן" דארפן פארזיכערן אז זייערע קינדער באקומען אן עקוויווילענט חינוך, גארנישט מיט די שולע איינגעשטויסן, און די אייגענע סטעיט גיידליינס ביז בלויז עטליכע יאר צוריק איז געווען אז זיי האבן קיינע אטאריטעט אויף פריוואטע שולעס טאקע פאר די סיבה.
די ציל פונעם געזעץ איז געווען אז א קינד זאל ווערן נתחנך, עס קען קומען דורך א קאמבאנאציע פון זאכן, און די רעכט ליגט שוין אין די פעדעראלע קאנסטיטוציע אז מען קען נשיט פארלאנגען די גאנצע חינוך צו זיין אין איין ארט, נאר מען קען עס לערנען צעטייל אין באזונדערע פלעצער, אבער אפילו אן די פעדעראלע קאנסטיטוציע זאגט דאס די סטעיט געזעץ אויך, און דערפאר האט נישט די סטעיט די רעכט צו פארלאנגען אלעס זאל זיין אויף איין ארט.
דער ריכטער האט זיך צוריק געקערט צום סטענדינג אישו, און געפרעגט אבי צי ער קען באשטעטיגן אז דערווייל האט קיינער נישט געליטן פון די נייע גיידליינס
אבי שיק האט בעיקר ווידערהאלט זיינע טענות אז אזא פאל קען מען קלאגן תיכף ומיד און מען דארף נישט ווארטן ביז מען ליידט פאקטיש, און ווידער ציטירט די פריערדיגע קעיס ביי וועלכע אלע אפעלאט ריכטער האבן געאורטיילט אז סטענדינג האט יענער אבער דאך זענען זי יגעווען צעטיילט איבער די פאקטישע אורטייל, און זיי האבן דערקלערט אז ער האט סטענדינג ווייל אז נישט קומט אויס אז קיינער אין די וועלט קען נאכנישט אנקלאגן די רעגולאציעס, און דאס איז טראצדעם וואס שפעטער אריין וואלטן אנדערע יא געקענט קלאגןף אבער דאך דארף מען נישט ווארטן אזוי לאנג.
נאכמער האט שיק צוגעלייגט, איינס אז די סטעיט וויל דא טוישן די התחייבות פון די עלטערן און עס ארויפשמירן אויף די שולעס, און נאכמער, די זעלבע קערפערשאפט מאכט די רעגולאציע, לערנט פשט דערין, און פירט עס אויס, און אויב שטעלסט זיך נישט צו פארמאכן זיי דיר.
דער ריכטער האט געפרעגט שיק אז דאס איז טעכניש אלעס נאר "שפעקולירטע שאדנס" (ד.מ. אז די שפעקולירסט אז מעגליך גייסטו אין די צוקונפט ליידן פון דעם), ווייל עס איז דאך דא א גאנצע פראצעדור מיט א גאנצע קערפערשאפט פון מענטשן וואס דארפן עס איבערגיין ביז זיי דערקלערן נישט עקוויווילענט, דערפאר איז עס נאכנישט נוגע.
האט מרץ שיק געענטפערט אז קודם כל די ישיבות וואס זענען דא די קלעגערס זיי זענען די ציל פון די רעגולאציעס (ד.ה. עס איז נישט אז עס איז דא נייע רעגולאציעס און די ישיבות האבן מורא זיי גייען ליידן דערפון, נאר די רעגולאציעס האט מען קלאר געמאכט מיט א ציל - און די ישיבות זענען די ציל דערפון…)
און חוץ משה האט די סטעיט שוין זייער קלאר געמאכט זייערע פלענער ווען איבער א דאזען ישיבות האבן שוין באקומען די ערשטע אורטייל אז זיי זענען נישט עקוויווילענט, די סטעיט זוכט בלויז צו טון פונקט דאס וואס די געריכט האט געאורטיילט אז זיי קענען נישט.
און - האט אבי שיק פארענדיגט מיט נאך א לעגאלע חידוש - די פאקט אז עלטערן קענען מעגליך ליידן לעגאלע פראבלעמען פארן שיקן אין די שולע איז שוין א דירעקטע פראבלעם פאר די שולע (קענסט נישט זאגן אז די שולע האט נישט סטענדינג ווייל די עלטערן גייען ליידן, ווייל) א שולע קען נישט אנגיין אויב עלטערן האבן מורא אהין צו שיקן וויסנדיג אז יעדע ליאדע מינוט קענען זיי ליידן לעגאלע פראבלעמען פארן אהין שיקן, קענסט נישט זאגן אז דערווייל קען די שולע געהעריג אנגיין און נאר איינמאל זי ווערט געפונען נישט עקוויווילענט זאל זי קלאגן אין געריכט, ווייל א שולע קען נישט אזוי אנגיין.
אצינד האט שיק געבעטן נאך צייט (די 15 מינוט האט זיך געהאט געענדיגט) צו רעדן איבער סטענדינג
ער האט געזאגט די ערשטע קלעגער איז פערלס, פערלס האט זיכער סטענדינג, קודם כל האט די קאמישינער אליינס אנערקענט אז פערלס - פארטרעטנדיג מוסדות התורה - איז א צד דא, און זי זאגט אפילו אז זי האט זיך געטראפן מיט פערלס, ווייל זיי זענען סטעיקהאלדערס (ד.מ. זיי קענען ליידן פון די נייע רעגולאציעס) און אזוי אויך איז דא בריוון וואס זי האט געשיקט צו פערלס אלץ פארטרעטער פון די ישיבות וואס גייען ליידן פון די נייע רעגולאציעס.
אזוי האט שיק ציטירט נאך עטליכע ראיות אז די סטעיט האט אליינס אנערקענט אז פערלס איז א צד דא, און אטאמאטיש ווארפט דאס אפ זייערע סטענדינג טענות.
אצינד האט דער ריכטער געגעבן די געבעטענע 2 מינוט פאר די סטעיט, און געזאגט אז זינט ער האט צוגעגעבן נאך צייט פאר מר. שיק וועט ער אויך צוגעבן צייט פאר די סטעיט אויב בעט ער.
די סטעיט האט אנגעהויבן מיט סטענדינג, און דער ריכטער האט גראד אריין געהאקט ציטירנדיג שיק’ס טענה אז קעגן א רעגולאציע קען מען יא קלאגן כאטש מען ליידט נאכנישט דערפון
די סטעיט האט אויף דעם געענטפערט אז מען קען טאקע קלאגן, אבער נאר אביסל שפעטער אין די מעשה, נאר נאך די רעוויו פעריאדע.
און איבער די טענה אז עלטערן האבן א רעכט צו צעטיילן א חינוך אין עטליכע ערטער האבן די קלעגער נישט קיין ססטענדינג זייענדיג מוסדות התורה און נישט עלטערן. (שיק האט אויף דעם געהאט געענטפערט אז א שולע קען נישט אנהגיין אויב עלטערן האבן מורא צו שיקן אין דעם מוסד, די פראגע איז צי די ריכטער זענען באאיינדרוקט געווארן פון די טענה)
און איבער די טענות פון אבי שיק אז מען מעג צעטיילן א חינוך אין מערערע ערטער האט די סטעיט גע'טענה'ט אז דאס איז נאר אין ספעציפישע פעלער, אבער נישט אין אלגעמיין.
און פארענדיגט אז סתם אזוי דארפן עלטערן נעמען איינע פון די מהלכים, פובליק שולע, פריוואטע שולע, אדער האום סקולינג, און מען קען נישט מאכן אן ערוב געמישאכץ פון אביסל דא און אביסל דארט.
די נעקסטע טענה האט די סטעיט געזאגט אז דאס אזי קלאר אז די קאמישינער האט רעכט צו באשליסן אויב א שולע איז יא אדער נישט עקוויווילענט, און ציטירט די 2018 אמענדמענט וועלכע שרייבט קלאר ארויס וואס די קאמישינער זאל אלץ באטראכטן איידערן מאכן אזא באשלוס (צי מען איז יא אדער נישט עקוויווילענט) וואס צייגט אז זי פארמאגט יא די מאכט.
און פארענדיגט מיט די טענה איבער געלט, אז געלט - אפילו פאר מאדאטירטע סערוויסעס (דאס הייסט פארלאנגטע זאגן, צץבץשץ די סטעיט פארלאנגט די שולעס צוצושטעלן לאנטש, און דערפאר צאלן זיי, א.א.וו. יעדע זאך וואס די סטעיט פארלאנג מען מוז צושטעלן איז אויך דא פראגראמען צו העלפן דעקן די קאסטן דערפון) גייט נאר פאר א שולע וואס שטעלט צו עקוויווילענט חינוך.

פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
בסך הכל האט מען זיך געקריגט איבער
1) סטענדינג,
2) צי די סטעיט קען פארמאכן מוסדות (דערקלערן נישט עקוויווילענט)
3) צי עלטערן קענען געבן א חינוך צעטיילט אין מערערע ערטער אדער דארפן גיין מיט 1 מהלך (שולע, אדער האום סקול)
די ריכטער האבן אויסגעזען סקעפטיש צו ערלויבן די סטעיט צו פארמאכן ישיבות און דערמיט אויסשטעלן צענדליגע טויזנטער עלטערן צו טשיילד אביוז קלאגעס, און האבן עטליכע מאל געדרוקט די סטעיט צי די עלטערן וועלן נישט ליידן קיין קאנסקווענצן אויב ווערט די סטעיט ערלויבט צו דערקלערן די ישיבות נישט עקוויווילענט.
ווי פארשטענדליך קען מען נישט פאראויס זאגן וואס די אורטייל וועט זיין, אבער ווי עס זעט אויס וועט די געריכט פראבירן נישט צו אורטיילן פונדעמונטאל אויף קיין שום וועג.
דאס הייסט אז אויב וועט די געריכט בעז"ה אננעמען די טענות קעגן די סטעיט וולן זיי בלויז באשטעטיגן די ערשטע פסק, און נישט אורטייל מיט קיין חידושים.
און פון די צווייטע זייט אויב די געריכט וועט חלילה נישט וועלן אננעמען די טענות וועט זי עס טון נישט דורכן דערקלערן פערלס נישט גערעכט, נאר דורכן אורטיילן אז זיי פארמאגן נישט סטענדינג און דערמיט אפן לאזן די טיר פאר שפעטערדיגע קלאגעס
אצינד פארבלייבט נאר מתפלל צו זיין אז דער אויבערשטער זאל בייגן די האר. פון די ריכטער לטובה, און די אורטייל זאל ארויס קומען לטב ולחיין ולשלם!

@פ. לאקס איך מוז דיר גראטולירן פאר דיין קלארע באריכט. נהנתי מאוד!
און אויך, אבי שיק'ס ענטפער'ס צו די סטעיט טענות קוקן מיר אויס זייער צום זאך, גאר גוט געשניטן.

- אסמכתא בעלמא
- מנהל המערכת
- פאוסטס: 797
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
- x 887
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
בשם אלע חברי המערכת בעט איך מ'זאל נישט ארויפלייגן דא קיין געליעקטע רעקארדינגס וכדו'.
ס'איז בכלל נישט עטיש, כ"ש אז ס'באלאנגט נישט אויף אידטיש.
ס'איז בכלל נישט עטיש, כ"ש אז ס'באלאנגט נישט אויף אידטיש.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
1)ס'איז דא א גזירה פאר די מוסדות וואס גייען נישט קענען עומד בנסיון זיין צו פארלירען די פאנדינג.
2) ס'איז דא א געזעצט און ניו יארק אז א טאטע דארף צושטעלען א 'סובסטענשעל עקוויוויעלנט עדיקעשן',איז אפי' זיי האבן נישט קיין וועג צו עס אינפאסירן איז עס למעשה א גזירה
(זיי קענען אפשר מיט די יארן ווערן מער קאמיניסטיש)
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 190
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:43 am
- x 147
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5228
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9596
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
דער תורתינו איז ווידער ביזי ווארפן דעם שולד אויפ'ן פעלדער געזעץ...
ס'דארף שוין ארויסקומען א "מוחותינו" חוזק צו מאכן פון די לגיונות פונעם "תורותינו" וואס מאכט חוזק פון די גוזמאות פון "דורותינו".
אויב איז דער ציל אז אנשטאט קלארקייט זאל זיין א תוהו ובוהו, קען עס מעגליך געלונגען...
ס'דארף שוין ארויסקומען א "מוחותינו" חוזק צו מאכן פון די לגיונות פונעם "תורותינו" וואס מאכט חוזק פון די גוזמאות פון "דורותינו".
אויב איז דער ציל אז אנשטאט קלארקייט זאל זיין א תוהו ובוהו, קען עס מעגליך געלונגען...
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
האט נישט די סטעיט'ס לויער געזאגט אז דו פעלדער געזעץ געגעבן די כח פארן קאמישענער?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 4:11 pm דער תורתינו איז ווידער ביזי ווארפן דעם שולד אויפ'ן פעלדער געזעץ...
ס'דארף שוין ארויסקומען א "מוחותינו" חוזק צו מאכן פון די לגיונות פונעם "תורותינו" וואס מאכט חוזק פון די גוזמאות פון "דורותינו".
אויב איז דער ציל אז אנשטאט קלארקייט זאל זיין א תוהו ובוהו, קען עס מעגליך געלונגען...
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
און אויב יא , וואס איז דאס יעצט א נפקא מינה?ר' משה האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 4:14 pmהאט נישט די סטעיט'ס לויער געזאגט אז דו פעלדער געזעץ געגעבן די כח פארן קאמישענער?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 4:11 pm דער תורתינו איז ווידער ביזי ווארפן דעם שולד אויפ'ן פעלדער געזעץ...
ס'דארף שוין ארויסקומען א "מוחותינו" חוזק צו מאכן פון די לגיונות פונעם "תורותינו" וואס מאכט חוזק פון די גוזמאות פון "דורותינו".
אויב איז דער ציל אז אנשטאט קלארקייט זאל זיין א תוהו ובוהו, קען עס מעגליך געלונגען...
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5228
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9596
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
ער האט עס יא געזאגט, ווייל דעיס איז די פאקט.ר' משה האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 4:14 pmהאט נישט די סטעיט'ס לויער געזאגט אז דו פעלדער געזעץ געגעבן די כח פארן קאמישענער?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 4:11 pm דער תורתינו איז ווידער ביזי ווארפן דעם שולד אויפ'ן פעלדער געזעץ...
ס'דארף שוין ארויסקומען א "מוחותינו" חוזק צו מאכן פון די לגיונות פונעם "תורותינו" וואס מאכט חוזק פון די גוזמאות פון "דורותינו".
אויב איז דער ציל אז אנשטאט קלארקייט זאל זיין א תוהו ובוהו, קען עס מעגליך געלונגען...
ממילא? וואו קומט עס דא אריין? דערפאר איז וואס? ס'איז עפעס א אויפדעקונג אז די פעלדער געזעץ איז נישט געלונגען?
כ'רעד שוין נישט פון דעם וואס ס'איז נישט עפעס וואס מאכט בכלל א חילוק אין קאורט אדער אין עקוויווילענסי, כהאב נישט די צייט יעצט עס מסביר צו זיין, ס'איז סתם געהאקט אין קאפ... אבער איך רעד דאך אפילו לו יהא. וואס איז די פוינט?
און אויב שוין יא העצן אויף פעלדער, אפשר איז דאס גאר א העצע אויף פערלס גאר. פארוואס האט פערלס פארטיידיקט די פעלדער געזעץ ווען יאפעד האט עס געקלאגט?
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
דו נפקא מינה איז ווייל דעי וואס פארפירן טאג און נאכט אנטקעגן פערלעס אז זיי מאכן ערגער די גזירה און מאכן פשרות האבן געשטיפט פאר דע פעלדער דורכפאל, און זיי האבן נאך קיינמאל מודה געווען אינעם דורכפאליום טוב האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 4:19 pmאון אויב יא , וואס איז דאס יעצט א נפקא מינה?ר' משה האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 4:14 pmהאט נישט די סטעיט'ס לויער געזאגט אז דו פעלדער געזעץ געגעבן די כח פארן קאמישענער?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 4:11 pm דער תורתינו איז ווידער ביזי ווארפן דעם שולד אויפ'ן פעלדער געזעץ...
ס'דארף שוין ארויסקומען א "מוחותינו" חוזק צו מאכן פון די לגיונות פונעם "תורותינו" וואס מאכט חוזק פון די גוזמאות פון "דורותינו".
אויב איז דער ציל אז אנשטאט קלארקייט זאל זיין א תוהו ובוהו, קען עס מעגליך געלונגען...
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
וואס הייסט קיינמאל נישט מודה געווען?
ס'איז א חילוק פון האבן א דורכפאל, מיט שטופן א דורכפאל
ס'איז א חילוק פון האבן א דורכפאל, מיט שטופן א דורכפאל
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5228
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9596
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
ממילא? דערפאר קומט עס דא אריין? דערפאר פארדעקט עס די פעטוועיס?
א דורכפאל איז א דורכפאל, א דורכפאל איז נישט קיין מזיד. נעמען פעטוועי'ס איז געווען א פלאן, נישט א דורכפאל. שוין אפגערעדט וואס כנ"ל האט פעלדער נישט געמאכט א חילוק וואס מאכט אויס אין קאורט, דער לויער האט עס נאר גענוצט ווייל ער רעדט לפי המציאות של עכשיו.
- בערל דער פייפער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 785
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 898
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
viewtopic.php?p=76652#p76652
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
דאכט זיך אז דאס רופט זיך בלעקמעילן, דו זאג מיר נישט יעצט נישט צו נעמען א פעטוועי ווייל דו האסט געהאט א פלאפ ... איינער איז מסופק אין די כוונה פון די פעלדער געזעץ ? איז עס דורך געפאלן , גראדע קען עס נאך אסאך ארויסהעלפן, אבער פעירלס וויל ענדערש מאכן פשרות בדרך המסורה ווי איידער חלילה נוצן די שרעקליכע פעלדער געזעץ , וואס זוכסטו יעצט הודאה איבער אן אלטע דורכפאל?, קוק אויף די הווה און עתיד , נאר דו ווילסט יעצט נישט רעדן פון די הווה און עתיד זאל מען רעדן פון די פעלדער דורכפאל
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
נקוט האי כללא בידך, די פעלדער געזעץ איז א טאל צו ניצן ווען מען האט נישט וואס צו ענטפערןדער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 4:32 pmממילא? דערפאר קומט עס דא אריין? דערפאר פארדעקט עס די פעטוועיס?
א דורכפאל איז א דורכפאל, א דורכפאל איז נישט קיין מזיד. נעמען פעטוועי'ס איז געווען א פלאן, נישט א דורכפאל. שוין אפגערעדט וואס כנ"ל האט פעלדער נישט געמאכט א חילוק וואס מאכט אויס אין קאורט, דער לויער האט עס נאר גענוצט ווייל ער רעדט לפי המציאות של עכשיו.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 247
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 2:19 pm
- x 260
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
ואתא כלבא ונשך לשונראדער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 4:11 pm דער תורתינו איז ווידער ביזי ווארפן דעם שולד אויפ'ן פעלדער געזעץ...
ס'דארף שוין ארויסקומען א "מוחותינו" חוזק צו מאכן פון די לגיונות פונעם "תורותינו" וואס מאכט חוזק פון די גוזמאות פון "דורותינו".
אויב איז דער ציל אז אנשטאט קלארקייט זאל זיין א תוהו ובוהו, קען עס מעגליך געלונגען...
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 344
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:13 pm
- x 388
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
און מהאט כל הזמן גערעט פון די שורה וואס די ליבעראלן האבן אריינגערוקט אז די קאמישענער איז בעה"ב נישט איין מאהל און נישט הונדערט מאהלנפתלי האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 4:43 pmנקוט האי כללא בידך, די פעלדער געזעץ איז א טאל צו ניצן ווען מען האט נישט וואס צו ענטפערןדער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 4:32 pmממילא? דערפאר קומט עס דא אריין? דערפאר פארדעקט עס די פעטוועיס?
א דורכפאל איז א דורכפאל, א דורכפאל איז נישט קיין מזיד. נעמען פעטוועי'ס איז געווען א פלאן, נישט א דורכפאל. שוין אפגערעדט וואס כנ"ל האט פעלדער נישט געמאכט א חילוק וואס מאכט אויס אין קאורט, דער לויער האט עס נאר גענוצט ווייל ער רעדט לפי המציאות של עכשיו.
דערמאנונג: אדר א’ נישט שבט ב’...
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
אבער האסט נאך קיינמאל נישט מודה געווען אז דו ביזט שולדיג אינעם דורכפאל ,כאפסט? ווילאנג דו זאגסט נישט דאס איז עס נישט אינטערסאנטלייבל פריש האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 5:12 pmאון מהאט כל הזמן גערעט פון די שורה וואס די ליבעראלן האבן אריינגערוקט אז די קאמישענער איז בעה"ב נישט איין מאהל און נישט הונדערט מאהלנפתלי האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 4:43 pmנקוט האי כללא בידך, די פעלדער געזעץ איז א טאל צו ניצן ווען מען האט נישט וואס צו ענטפערןדער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 4:32 pm