בפשטות מיינט ער אז זיין יעצטיגע העצע איז געשלאסןר' מנשה האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 28, 2025 10:10 pmלדעתי, אויב איינער לאזט נישט א צווייטן זיך אפרעדן אויף סטעבלישמענט דארף ער זעלבסט זיין א ראול מאדעל אז ווען "ער" האט טענות טוט ער גענוי דאס וואס ער ערווארטעט פון אנדערע צו טין: נישט אטאקירן די סטעבלישמענט. בכל אופן שיהיה.פופציגער האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 26, 2025 10:01 amאפדעיט:פופציגער האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 25, 2025 4:47 pm זייער שווער צו מאריך זיין אין דעטאלן. אזויפיל וועל איך זאגן אז פאריאר בין איך געזעסן א וואך צייט אין שפיטאל מיט א קינד מיט דאבל-נעמאניע, נאך וואס דער דאקטאר אין עזר האט אפגעשפעט פון מיין ווייב ווען זי איז געווען באזארגט און געוואלט מאכן אן עקסרעי. דער מצב דאן איז געווען באמת פיקוח נפש.
אפאר חדשים צוריק האב איך געהאט אן ערפארונג איידער'ן געבורט פון מיין בעבי, אין וועלכע די דירעקטע פארנאכלעסיגקייט, אבער דירעקט דירעקט, ממש דירעקט, פון עזר, האט געלייגט מיין ווייב און דאס קינד אין א סכנה. (דער דאקטאר וואס האט עס געכאפט האט ממש געשריגן פון שאק).
איצט האב איך אז מיין מיידעלע היסט שווער שוין א וואך צייט, מ'איז געגאנגען צום דאקטאר שוין עטליכע מאל, דער דאקטאר האט פארגאנגענע מיטוואך געזאגט ס'זיכער נישט נעמאניע און אפילו אויב יא געבט ער אנטי-ביאטיק פאר אן אויערן אינפעקציע און ס'וועט זיכער אויך העלפן.
מיין ווייב איז אבער נישט געווען באקוועם, און נאכ'ן זען ווי ס'ווערט נאר ארגער און די פיבער גייט נישט אוועק, און זייענדיג אונטער בארעכטיגטע טראמא פון פאריאר אפזיצן אין שפיטאל מיט'ן זעלבן קינד און נאכ'ן זעלבן סארט געשיכטע אז עזר האט געזאגט ס'גארנישט, האט זי געקאלט בעטן פאר א ריפוירל פאר א טשעסט עקסרעי.
"דער דאקטאר איז יעצט ביי א פאציענט, ער וועט צוריקרופן ווי נאר ער איז פארטיג" איז געווען דער תירץ וואס דער עזר רעסעפשאניסט האט געגעבן פארלאפענעם מיטוואך פיר מאל, און ביים פיפטן מאל קאלן האט יענער סתם זיך צעלאכט... (יא, מ'האט געקאלט יעדע צוויי שעה, וואוסנדיג פון ערפארונג אז אנדערש האט עזר זיכער נישט דאס מינדעסטע אחריות).
פרייטאג צופרי (!) האמיר ענדליך באקומען אן אפוינטמענט צו מאכן א טשעסט עקסרעי, זעמיר געגאנגען, און געהערט אז דער דאקטאר גייט נאך היינט רופן זאגן די רעזולטאטן.
מיינט איינער זיי האבן טאקע גערופן? א בוידעם...
שבת איז עס ערגער געווארן... מוצאי שבת האט מען אריינגעקאלט און אודאי די עקיוט קעיר קען נישט קוקן... היינט צופרי האט די נוירס געזאגט אז זי זעט גארנישט אויפ'ן טשארט, און נאכ'ן זיך איינבעטן ביי איר זי זאל פרעגן דעם דאקטאר איז זי צוריקגעקומען אז יא, ס'איז נעמאניע! בינגא!
לע"ע האלט עס אז מ'האמיר גערופן הצלה, די אקסעדזשין לעוולס זענען יעצט פיין, און מ'דארף האלטן אן אויג.
גראדע, מיין ווייב טענה'ט אז איר פראבלעם דא איז איין זאך, אז ווען א מאמע פון א קינד בעט זיך מ'זאל מאכן אן עקסרעי ווייל זי האט א שווערע ערפארונג מיט נעמאניע, לאך נישט!! טו עס פאר איר!!
אבער מיין פראבלעם איז אסאך טיפער.
א שאד. ממש א שאד אז אין א ווילעדזש וואו אלעס איז אזוי שיין און אזוי הערליך, זאל מען זיך מוטשען מיט אזא קרעציגן העלט צענטער.
דער דאקטאר האט פריער גערופן צו מיר אהיים, און זיך אנטשולדיגט אויף די עגמת נפש. גענומען די דעטאלן פון די געשיכטע און צוגעזאגט צו טון דערוועגן ס’זאל זיך נישט איבערשפילן.
ווי איך פארשטיי איז דער פראבלעם נישט מיט די דאקטוירים נאר די נוירסעס וואס דארפן פאלאוען קענען פארנאכלעסיגן, און דער דאקטאר האט פארשפראכן אז מ’ארבעט צו דערגיין פארוואס אזא זאך קען פאסירן.
נו שוין, קודם א לעבעדיגע גרוס פונעם פידבעק דעפארטמענט.
ס’מיר געווען א פארגעניגן צו הערן, און כ’האף אז כ’האב טאקע אזויפיל אויפגעטון מ’זאל פאררעכטן דעם פראבלעם, ויהיה זה שכרי.
העצעריי געשלאסן. א דאנק פאר די פירערשאפט פון עזר פאר’ן נעמען ערנסט מיין פראבלעם.
ווען דיין מעשה איז אין קראפט גייט אן העצעריי און ווען כבודך ווערט מסודר איז "העצעריי געשלאסן". ועיין בל''ג בעומר אשכול.
נייעס פון קרית יואל
Re: נייעס פון קרית יואל
Re: נייעס פון קרית יואל
געזונטערהייט...מכבי האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 28, 2025 10:22 pmבפשטות מיינט ער אז זיין יעצטיגע העצע איז געשלאסןר' מנשה האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 28, 2025 10:10 pmלדעתי, אויב איינער לאזט נישט א צווייטן זיך אפרעדן אויף סטעבלישמענט דארף ער זעלבסט זיין א ראול מאדעל אז ווען "ער" האט טענות טוט ער גענוי דאס וואס ער ערווארטעט פון אנדערע צו טין: נישט אטאקירן די סטעבלישמענט. בכל אופן שיהיה.פופציגער האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 26, 2025 10:01 am
אפדעיט:
דער דאקטאר האט פריער גערופן צו מיר אהיים, און זיך אנטשולדיגט אויף די עגמת נפש. גענומען די דעטאלן פון די געשיכטע און צוגעזאגט צו טון דערוועגן ס’זאל זיך נישט איבערשפילן.
ווי איך פארשטיי איז דער פראבלעם נישט מיט די דאקטוירים נאר די נוירסעס וואס דארפן פאלאוען קענען פארנאכלעסיגן, און דער דאקטאר האט פארשפראכן אז מ’ארבעט צו דערגיין פארוואס אזא זאך קען פאסירן.
נו שוין, קודם א לעבעדיגע גרוס פונעם פידבעק דעפארטמענט.
ס’מיר געווען א פארגעניגן צו הערן, און כ’האף אז כ’האב טאקע אזויפיל אויפגעטון מ’זאל פאררעכטן דעם פראבלעם, ויהיה זה שכרי.
העצעריי געשלאסן. א דאנק פאר די פירערשאפט פון עזר פאר’ן נעמען ערנסט מיין פראבלעם.
ווען דיין מעשה איז אין קראפט גייט אן העצעריי און ווען כבודך ווערט מסודר איז "העצעריי געשלאסן". ועיין בל''ג בעומר אשכול.
אבער זאל ער נישט זיין דער וואס שטעלט אפ א צווייטען ווען יענער האט א אישו
Re: נייעס פון קרית יואל
הונדערט פראצענט.ר' מנשה האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 28, 2025 10:10 pmלדעתי, אויב איינער לאזט נישט א צווייטן זיך אפרעדן אויף סטעבלישמענט דארף ער זעלבסט זיין א ראול מאדעל אז ווען "ער" האט טענות טוט ער גענוי דאס וואס ער ערווארטעט פון אנדערע צו טין: נישט אטאקירן די סטעבלישמענט. בכל אופן שיהיה.פופציגער האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 26, 2025 10:01 amאפדעיט:פופציגער האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 25, 2025 4:47 pm זייער שווער צו מאריך זיין אין דעטאלן. אזויפיל וועל איך זאגן אז פאריאר בין איך געזעסן א וואך צייט אין שפיטאל מיט א קינד מיט דאבל-נעמאניע, נאך וואס דער דאקטאר אין עזר האט אפגעשפעט פון מיין ווייב ווען זי איז געווען באזארגט און געוואלט מאכן אן עקסרעי. דער מצב דאן איז געווען באמת פיקוח נפש.
אפאר חדשים צוריק האב איך געהאט אן ערפארונג איידער'ן געבורט פון מיין בעבי, אין וועלכע די דירעקטע פארנאכלעסיגקייט, אבער דירעקט דירעקט, ממש דירעקט, פון עזר, האט געלייגט מיין ווייב און דאס קינד אין א סכנה. (דער דאקטאר וואס האט עס געכאפט האט ממש געשריגן פון שאק).
איצט האב איך אז מיין מיידעלע היסט שווער שוין א וואך צייט, מ'איז געגאנגען צום דאקטאר שוין עטליכע מאל, דער דאקטאר האט פארגאנגענע מיטוואך געזאגט ס'זיכער נישט נעמאניע און אפילו אויב יא געבט ער אנטי-ביאטיק פאר אן אויערן אינפעקציע און ס'וועט זיכער אויך העלפן.
מיין ווייב איז אבער נישט געווען באקוועם, און נאכ'ן זען ווי ס'ווערט נאר ארגער און די פיבער גייט נישט אוועק, און זייענדיג אונטער בארעכטיגטע טראמא פון פאריאר אפזיצן אין שפיטאל מיט'ן זעלבן קינד און נאכ'ן זעלבן סארט געשיכטע אז עזר האט געזאגט ס'גארנישט, האט זי געקאלט בעטן פאר א ריפוירל פאר א טשעסט עקסרעי.
"דער דאקטאר איז יעצט ביי א פאציענט, ער וועט צוריקרופן ווי נאר ער איז פארטיג" איז געווען דער תירץ וואס דער עזר רעסעפשאניסט האט געגעבן פארלאפענעם מיטוואך פיר מאל, און ביים פיפטן מאל קאלן האט יענער סתם זיך צעלאכט... (יא, מ'האט געקאלט יעדע צוויי שעה, וואוסנדיג פון ערפארונג אז אנדערש האט עזר זיכער נישט דאס מינדעסטע אחריות).
פרייטאג צופרי (!) האמיר ענדליך באקומען אן אפוינטמענט צו מאכן א טשעסט עקסרעי, זעמיר געגאנגען, און געהערט אז דער דאקטאר גייט נאך היינט רופן זאגן די רעזולטאטן.
מיינט איינער זיי האבן טאקע גערופן? א בוידעם...
שבת איז עס ערגער געווארן... מוצאי שבת האט מען אריינגעקאלט און אודאי די עקיוט קעיר קען נישט קוקן... היינט צופרי האט די נוירס געזאגט אז זי זעט גארנישט אויפ'ן טשארט, און נאכ'ן זיך איינבעטן ביי איר זי זאל פרעגן דעם דאקטאר איז זי צוריקגעקומען אז יא, ס'איז נעמאניע! בינגא!
לע"ע האלט עס אז מ'האמיר גערופן הצלה, די אקסעדזשין לעוולס זענען יעצט פיין, און מ'דארף האלטן אן אויג.
גראדע, מיין ווייב טענה'ט אז איר פראבלעם דא איז איין זאך, אז ווען א מאמע פון א קינד בעט זיך מ'זאל מאכן אן עקסרעי ווייל זי האט א שווערע ערפארונג מיט נעמאניע, לאך נישט!! טו עס פאר איר!!
אבער מיין פראבלעם איז אסאך טיפער.
א שאד. ממש א שאד אז אין א ווילעדזש וואו אלעס איז אזוי שיין און אזוי הערליך, זאל מען זיך מוטשען מיט אזא קרעציגן העלט צענטער.
דער דאקטאר האט פריער גערופן צו מיר אהיים, און זיך אנטשולדיגט אויף די עגמת נפש. גענומען די דעטאלן פון די געשיכטע און צוגעזאגט צו טון דערוועגן ס’זאל זיך נישט איבערשפילן.
ווי איך פארשטיי איז דער פראבלעם נישט מיט די דאקטוירים נאר די נוירסעס וואס דארפן פאלאוען קענען פארנאכלעסיגן, און דער דאקטאר האט פארשפראכן אז מ’ארבעט צו דערגיין פארוואס אזא זאך קען פאסירן.
נו שוין, קודם א לעבעדיגע גרוס פונעם פידבעק דעפארטמענט.
ס’מיר געווען א פארגעניגן צו הערן, און כ’האף אז כ’האב טאקע אזויפיל אויפגעטון מ’זאל פאררעכטן דעם פראבלעם, ויהיה זה שכרי.
העצעריי געשלאסן. א דאנק פאר די פירערשאפט פון עזר פאר’ן נעמען ערנסט מיין פראבלעם.
ווען דיין מעשה איז אין קראפט גייט אן העצעריי און ווען כבודך ווערט מסודר איז "העצעריי געשלאסן". ועיין בל''ג בעומר אשכול.
ווייל איך בין ביי דיפאלט פראו עסטעבלישמענט. אבער נישט בלינד דערפאר.
דאס הייסט אז ווען איך האב טענות האב איך נישט מורא צו שרייבן דערוועגן, און ווען ס’ווערט מסודר שעם איך זיך נישט צו אפטרעטן פון מיינע טענות.
אין דעם פאל בינעך געווען זיכער אז מיינע טענות פאלן אויף טויבע אויערן, ביז ווען דער דאקטאר האט פערזענליך גערופן אויספרעגן, און שפעטער האט מען גערופן פון די פידבעק דעפארטמענט דאבל טשעקן צי סנאך דא עפעס טענות.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
Re: נייעס פון קרית יואל
וואס הייסט איך שטעל אפ? אז איך פארענטפער ווען איך ווייס דעם ענטפער?ר' מנשה האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 28, 2025 10:29 pmגעזונטערהייט...מכבי האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 28, 2025 10:22 pmבפשטות מיינט ער אז זיין יעצטיגע העצע איז געשלאסןר' מנשה האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 28, 2025 10:10 pm
לדעתי, אויב איינער לאזט נישט א צווייטן זיך אפרעדן אויף סטעבלישמענט דארף ער זעלבסט זיין א ראול מאדעל אז ווען "ער" האט טענות טוט ער גענוי דאס וואס ער ערווארטעט פון אנדערע צו טין: נישט אטאקירן די סטעבלישמענט. בכל אופן שיהיה.
ווען דיין מעשה איז אין קראפט גייט אן העצעריי און ווען כבודך ווערט מסודר איז "העצעריי געשלאסן". ועיין בל''ג בעומר אשכול.
אבער זאל ער נישט זיין דער וואס שטעלט אפ א צווייטען ווען יענער האט א אישו
וואס איז שלעכט?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2728
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 6332
Re: נייעס פון קרית יואל
ערנסט ערנסט.
א טאג נאך וואס כהאב עס געשריבן דא האמיר באקומען נאך א פאון קאל פון די פידבעק דעפארטמענט.
איך האב אויפגעהויבן דעם טעלעפאן און געזאגט אז ס'שוין מסודר, האט ער געזאגט אז מיין ווייב האט געלאזט א מעסעדזש און ער וויל הערן צי אירע פראבלעמען זענען מסודר. כ'האב אים פארזיכערט אז יא און אראפגעלייגט.
בלייבט איבער צו זען צי אזעלכע זאכן וועלן זיך טאקע נישט איבערשפילן.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6510
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 14961
Re: נייעס פון קרית יואל
אין ליכט פון די אנגייענדע ארבעט, וואס האט פארקירעוועט די וועג אריין צו גאנץ עצי תמרים פון "חברון", ווערט יעצט חברון א ONE WAY אויף די וועג "צו" עצי תמרים/ניקלשבורג.
די ארויף צו חברון פון די מצילי אש זייט וועט נאר זיין אפן ביז אשת חיל.
- בערל דער פייפער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1013
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 1403
Re: נייעס פון קרית יואל
ב"ה געווען א געפערליכע אנזעץ נעכטןדער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 29, 2025 6:09 pmאין ליכט פון די אנגייענדע ארבעט, וואס האט פארקירעוועט די וועג אריין צו גאנץ עצי תמרים פון "חברון", ווערט יעצט חברון א ONE WAY אויף די וועג "צו" עצי תמרים/ניקלשבורג.
די ארויף צו חברון פון די מצילי אש זייט וועט נאר זיין אפן ביז אשת חיל.
Re: נייעס פון קרית יואל
אין 1 ווארט:פופציגער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 29, 2025 12:28 amהונדערט פראצענט.ר' מנשה האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 28, 2025 10:10 pmלדעתי, אויב איינער לאזט נישט א צווייטן זיך אפרעדן אויף סטעבלישמענט דארף ער זעלבסט זיין א ראול מאדעל אז ווען "ער" האט טענות טוט ער גענוי דאס וואס ער ערווארטעט פון אנדערע צו טין: נישט אטאקירן די סטעבלישמענט. בכל אופן שיהיה.פופציגער האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 26, 2025 10:01 am
אפדעיט:
דער דאקטאר האט פריער גערופן צו מיר אהיים, און זיך אנטשולדיגט אויף די עגמת נפש. גענומען די דעטאלן פון די געשיכטע און צוגעזאגט צו טון דערוועגן ס’זאל זיך נישט איבערשפילן.
ווי איך פארשטיי איז דער פראבלעם נישט מיט די דאקטוירים נאר די נוירסעס וואס דארפן פאלאוען קענען פארנאכלעסיגן, און דער דאקטאר האט פארשפראכן אז מ’ארבעט צו דערגיין פארוואס אזא זאך קען פאסירן.
נו שוין, קודם א לעבעדיגע גרוס פונעם פידבעק דעפארטמענט.
ס’מיר געווען א פארגעניגן צו הערן, און כ’האף אז כ’האב טאקע אזויפיל אויפגעטון מ’זאל פאררעכטן דעם פראבלעם, ויהיה זה שכרי.
העצעריי געשלאסן. א דאנק פאר די פירערשאפט פון עזר פאר’ן נעמען ערנסט מיין פראבלעם.
ווען דיין מעשה איז אין קראפט גייט אן העצעריי און ווען כבודך ווערט מסודר איז "העצעריי געשלאסן". ועיין בל''ג בעומר אשכול.
ווייל איך בין ביי דיפאלט פראו עסטעבלישמענט. אבער נישט בלינד דערפאר.
דאס הייסט אז ווען איך האב טענות האב איך נישט מורא צו שרייבן דערוועגן, און ווען ס’ווערט מסודר שעם איך זיך נישט צו אפטרעטן פון מיינע טענות.
אין דעם פאל בינעך געווען זיכער אז מיינע טענות פאלן אויף טויבע אויערן, ביז ווען דער דאקטאר האט פערזענליך גערופן אויספרעגן, און שפעטער האט מען גערופן פון די פידבעק דעפארטמענט דאבל טשעקן צי סנאך דא עפעס טענות.
קיינער טאר זיך נישט אפרעדן נאר איך.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2394
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 7477
Re: נייעס פון קרית יואל
אומריכטיג
ווען מען רעדט זיך אפ, און די זאך ווערט געסאלווד, איז מען א מענטש און מען מעלדט אז די זאך איז מסודר.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
Re: נייעס פון קרית יואל
זייער גוט! און לאז נאר א צווייטן אויך טון דאס זעלביגע.להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 29, 2025 10:41 pmאומריכטיג
ווען מען רעדט זיך אפ, און די זאך ווערט געסאלווד, איז מען א מענטש און מען מעלדט אז די זאך איז מסודר.
Re: נייעס פון קרית יואל
ער לאזט נישט?ר' מנשה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 29, 2025 10:45 pmזייער גוט! און לאז נאר א צווייטן אויך טון דאס זעלביגע.להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 29, 2025 10:41 pmאומריכטיג
ווען מען רעדט זיך אפ, און די זאך ווערט געסאלווד, איז מען א מענטש און מען מעלדט אז די זאך איז מסודר.
Re: נייעס פון קרית יואל
איז דאס וויאזוי עס ווערט געשאפן א קאנספיראציע טעאריע איבער קאנטראל און טעראר...?ר' מנשה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 29, 2025 10:45 pmזייער גוט! און לאז נאר א צווייטן אויך טון דאס זעלביגע.להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 29, 2025 10:41 pmאומריכטיג
ווען מען רעדט זיך אפ, און די זאך ווערט געסאלווד, איז מען א מענטש און מען מעלדט אז די זאך איז מסודר.
איינער האט נישט געלאזט איינעם זיך אפרעדן?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
Re: נייעס פון קרית יואל
ר' מענדל זאגט אז דא איז אנדערש ווייל אז א איד בעט זיך ער וויל לייגן תפילין מעג מען אים לייגן, מש"כ ווען מען לויפט ארום אין די גאסן סתם לייגן פאר סיי וועם.להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 27, 2025 7:56 pmקוק אריין אין על הגאולה וואס דער רבי שרייבט דארטתינוק הבורח האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 27, 2025 7:41 pmאם כן קענען מיר אויך נישט לייגן קיין תפילין.להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 27, 2025 7:20 pm עס איז נישט נאר גוף נקי בגשמיות, עס איז גוף נקי במחשבה אויכעט
מען דארף לעבן מיט על הגאולה צו וויסן דאס
אבער איך שהי', די מעשה איז א גוטע מעשה, און די הערה איז א ריכטיגע הערה
Re: נייעס פון קרית יואל
זעכער לאזט עראנדערער האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 30, 2025 12:52 amער לאזט נישט?ר' מנשה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 29, 2025 10:45 pmזייער גוט! און לאז נאר א צווייטן אויך טון דאס זעלביגע.להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 29, 2025 10:41 pm
אומריכטיג
ווען מען רעדט זיך אפ, און די זאך ווערט געסאלווד, איז מען א מענטש און מען מעלדט אז די זאך איז מסודר.
Re: נייעס פון קרית יואל
סארי מיי מיסטעיק.. מחמת איזהו סיבה האב איך אזוי געהאט פארשטאנען פין דיר. ואתכם הסליחה. וטעות לעולם חוזר.פופציגער האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 30, 2025 1:04 amאיז דאס וויאזוי עס ווערט געשאפן א קאנספיראציע טעאריע איבער קאנטראל און טעראר...?ר' מנשה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 29, 2025 10:45 pmזייער גוט! און לאז נאר א צווייטן אויך טון דאס זעלביגע.להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 29, 2025 10:41 pm
אומריכטיג
ווען מען רעדט זיך אפ, און די זאך ווערט געסאלווד, איז מען א מענטש און מען מעלדט אז די זאך איז מסודר.
איינער האט נישט געלאזט איינעם זיך אפרעדן?
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6510
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 14961
Re: נייעס פון קרית יואל
הכרת הטוב! לפני מלכים ושרים! א זעלטענער פאון געשפרעך מיט'ן גאווערנאר פון ניו יארק!
אין די לעצטע מינוט'ן יעצט עש"ק איז פארגעקומען א טעלעפאן מיטינג פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) מיט'ן גאווערנאר פון ניו יארק סטעיט, וואו דער רבי האט זיך הערצליך באדאנקט פאר די געוואלדיגע ארבעט וואס האקול האט באוויזן ביים שטיפן פאראויס און באשטעטיגן דעם אזוי-שווערער טויש אינעם חינוך געזעץ פון ניו יארק, וועלכע וועט האפנטליך אי"ה זיין דער הצלה-ברעט פאר אלע חרדישע מוסדות איבער ניו יארק סטעיט און האלטן א פאנצער קעגן די מלשינים ומהרסים און קעגן די גוזרי הגזירה אינעם עדיוקעישן דעפארטמענט.
דער געשפרעך האט זיך אנגעהויבן ווען דער ווילעדזש אדמיניסטראטאר הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין - וואס איז געזיצן נעבן רבי'ן שליט"א בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. - האט גערעדט שטארקע דאנק ווערטער ארויסברענגענדיג אז דער גאווערנאר זאל וויסן אז די גאנצע יהדות החרדית איז איר דאנקבאר, און מיר געדענקען נאך ווי שווער ס'איז געווען פאר איר אראפצוקומען בעפאר די וואלן צום רבי'ן און געבן א צוזאג וועגן דעם שווערן חינוך נושא, אבער זי האט עס געטון, און נישט בלויז געטון א צוזאג נאר טאקע געהאלטן ווארט, און די גאנצע 2 יאר געארבעט צו שטיפן די זאך פאראויס אין אלע שטאפלען וואו דער עקזעקיוטיווער אפיס האט געקענט ארויסהעלפן, ביז'ן ענדגילטיג אונטערשרייבן אויפ'ן ביל.
ר' גדלי' האט ארויסגעברענגט אז אונזער מדה איז הכרת הטוב, און די קאמיונעטי איז איר שטארק מכיר טובה און וועט עס ארויסווייזן אויף ווייטער.
דאן האט דער גאווערנאר זעלבסט גענומען דאס ווארט און זיך באדאנקט פארן געבן די מעגליכקייט צו העלפן דורך אזא נאנטע צוזאמענארבעט, און זי האט דערביי אויסגערעכנט אז אויסער עדיוקעישן איז מען פארנומען מיט נאך גרויסע זאכן פאר די אידישע קאמיונעטי, מיט סעיפטי, מיט האוזינג געברויכן, מיט באקעמפן אנטיסעמיטיזם, מיט סעיוון די וואוטשערס פאר עלטערן פון פרייוועט סקולס, און נאך.
דא האט דער רבי שליט"א אנגעהויבן אליינס זאגן גאר שטארקע דאנק ווערטער, זאגנדיג אז אין נאמען פון אלע אידן איבער די סטעיט טוען מיר זיך שטארק באדאנקען פארן ראטעווען אונזער עדיוקעישן, און און פאר אלעם וואס מ'טוט פאר די אידישע קאמיונטי, און פאר'ן ווילעדזש אף קרית יואל.
דער רבי האט צוגעלייגט אז אידן געדענקען שטארק ווער עס טוט א טובה פאר זיי, און מיר זענען דאנקבאר! און דאן געוואונטשן: איר זאלט האבן ווייטער הצלחה!
דער טעלעפאן מיטינג צייגט אויף די שטארקע אנערקענונג פון ביידע זייטן אויף די געוואלדיגע דערגרייכונג וואס מ'האט ב"ה באוויזן, און כלל ישראל קוקט טאקע ארויס אויף די ווייטערדיגע הצלחה פונעם קשר וואס דאס יהדות החרדית האט ב"ה מצליח געווען צו אנהאלטן אין אלבאני אויף אזא ערנסטער פארנעם, טראץ אלע שוועריקייטן! און מ'זאל דורך די אויסגעטרעטענע וועגן באווייזן ווייטער אנצוגיין אין גלות אמעריקא בהשכל ובדעת, במנוחה ובשלוה, עד שיבא גואלינו, במהרה אמן.

אם יש קמח יש תורה! פריידיגע דירות נייעס ערבי יו"ט שבועות אין קרית יואל!
קרית יואל בפרט און סאטמאר בכלל נעמט אויף מיט גרויס פרייד די נייעס, אז אינערהאלב א שטארק-קאמפיינטע אווארד "האוזינג גרענט" וואס גאווערנאר האקול האט ארויסגעשטעלט אלס איר קאמפיין צו שטיפן האוזינג און אפארדעבל האוזינג, איז ב"ה געווארן אריינגעשטעלט א ריזן סומע פאר קרית יואל'ס וואסער-פייפליין וואס ווארט אויפ'ן לעצטן פאזע פון אויפשטעלן א 50 מיליאן דאלאר'דיגע פילטער פלענט, און פון די 60 מיליאן וואס האקול האט אנאסירט פאר מערערע פרא-דעוועלאפמענט אונטערנעמונגען איבער די גאנצע מיד-האדסאן אומגעגנט, וועט עיר הקודש קרית יואל יעצט ערהאלטן גאנצע 10 מיליאן דאלאר!
האקול האט שטארק געשטיפט אן אגענדע פון פרא-דעוועלאפמענט, וועלכע איז געווארן היבש צוריקגעשטיפט דורך די ליבעראלע בלאקס אינעם סטעיט סענאט און אינעם אסעמבלי, אזוי אז פון די פילע פלענער צו שטיפן פאר געזעצן וואס באשטראפן קאונטיס און טאון'ס וועלכע שטערן דעוועלאפמענטס, איז פארבליבן אויף למעשה איין שפיץ פון איר פרא-דעוועלאפמענט אגענדע, צו שענקען גרויסע גרענטס פאר אלע וואס דארפן גרעסערע הילף צו קענען אויספירן שוין-באשטימטע פלענער פאר ברייטע האוזינג.
איבריג צו זאגן אז ווען מען רעדט פון "פרא-דעוואלעפמאנט" איז קרית יואל פון די יושבים ראשונה, נאך לאנגע יארן וואס יעדע שטיינדל ווערט איבערגעדרייט צו פארזיכערן אזא בליענדע וואוקס בליעה"ר, פון וואסער ביז סוער, פון זאונינג ביז אנעקסירונגען, אלעס ווערט פון פאראויס באטראכט און אין אלעם ווערט אינוועסטירט כוחות און געלט און שווייס אז דער וואוקס זאל קענען אנקומען צו וואו ס'איז שוין ב"ה אנגעקומען השי"ת זאל העלפן אויף ווייטער, זייענדיג כששונה בין החוחים צווישן אזויפיל שוועריקייטן וואס דער גאנצער ראיאן שטייט אויס אויף טריט און שריט ווען מען וויל בויען גרעסערע דעוועלאפמענטס.
ס'איז נישט מער ווי פארשטענדליך פאר סאטמארע אידן אבער דאך מערקווירדיג פאר אלגעמיינע צוקוקער, אז אינעם "טשארט" וואס האקול'ס אפיס האט ארויסגעשטעלט איבער די יעצטיגע גרויסע גרענט פראקלאמירונג, ווערט אנגעוויזן אויף איבער 10,000 הייזער וואס וועלן געבויט ווערן אדאנק דעם גרענט. אבער, איבער 5,200 דערפון זענען... אין קרית יואל, דירות וואס וועלן אי"ה קענען געבויט ווערן אין די נאנטע יארן אדאנק דעם "פייפליין פילטערונג פלענט" וואס וועט האפנטליך בקרוב געבויט ווערן אויפ'ן קאונטי רוט 44 אין א שטח וואס איז אונטערן טאון אף וואודבורי, און ווארט אצינד בלויז פאר די לעצטע אפראוועלס פונעם טאון וועלכע האט געלייגט היבש פיסלעך אבער האלט שוין בעז"ה ביי די לעצטע שיכטן דערפון און איז ערווארטעט צו ווערן ענדגילטיג אפראווד נאך היי יאר אי"ה.
אט איז דער טשארט וואו קרית יואל ברענגט איבער האלב פון האקול'ס דירות-רעוואלוציע:
דער ריזן 10 מיליאן דאלאר גרענט איז א גרענט וואס יעדער יחיד וואס וואוינט - און וואס וועט אי"ה וואוינען - אינעם הייליגן שטאט, האט דא באקומען געלט אין טאש, ווען דער ריזן וואסער פראעקט וואס וועט אונז געבן וואסער פאר לאנגע יארן, ווערט אצינד אין ריזן טייל געדעקט דורך א מתנה פון די רעגירונג, אנשטאט דורך די וואס טרונקען דאס וואסער. ווען דער קרית יואל ווילעדזש זאל דארפן ארויסנעמען א לאון פאר דאס געלט, וואלט דאס באדייט צוריקצאלן מיט אינטערעסט און פרינציפל באלד דאפלט פון דעם סכום, מיט חודש'ליכע פעימענטס וואס וואלט געפאלן אויף די באנוצער פון די דירות און שטייער צאלער.
דער מאסיווער פייפליין אונטערנעמונג וועלכע איז נישט לאנג צוריק געווען באטראכט ווי א וויסטער סאטמארער חלום פון גרויסצוקיגע פלאנירער מיט ברייטע השגות/דמיונות... איז שוין היינט ב"ה א מציאות וואס קרית יואל האט יעצט ב"ה גענוג וואסער נאר אדאנק דעם, דורכ'ן קויפן וואסער פון "ניו ווינדסאר" וועלכע פליסט צו אונז דורכ'ן ריזיגן פייפליין.
אבער אצינד קוקט מען ארויס צו ווערן אנגעהוקט אין די סיטי עקוואדאקט וועלכע לויפט אריבער אין די קעטסקילס, וואס דאס ווארט אויפ'ן מעכטיגן 50 מיליאן דאלאר'דיגער "פילטערונג פלענט" וואס פאדערט זיך, זינט די סיטי וואסער קען נאר גענוצט ווערן - סיי געזעצליך און סיי פראקטיש - אויב דאס גייט אריבער א פילטערונג פלענט וואס ברענגט ארויף די וואסער צו די בעסטע שטאפלען.
כאטש וואס אויפ'ן מינוט איז טאקע דער פייפליין שוין גענוג אן הצלה פארן יעצטיגן וואוקס בליעה"ר, אבער מיט א בליק אויף פאראויס מוז מען זיך אונטעריאגן צו פארענדיגן דעם פראיעקט בשלימות און זיך אנבינדן אינעם סיטי עקוואדאקט. ווי געזאגט פריער האלט מען ביי די שפעטע שטאפלען פון אפראוועלס פון די וואודבורי טאון באאמטע, וועלכע האבן נישט ווייניג צעגערונגען אריינגעשטעלט אין וועג, ווי ערווארטעט.
אבער יעצט ערווארט מען בס"ד אז דער פראיעקט וועלכע וועט דויערן צו בויען ארום 2 יאר צייט, וועט זיך קענען אנהויבן אי"ה בקרוב, ערגעץ נאך די זומער חדשים, מיט די הילף פון אלע תושבי קרית יואל וועלכע האבן געשאנקען זייער וואוט אינעם "יום החסד" ביי די נאוועמבער וואלן, וואס עפ"י דרך הטבע איז נישטא קיין אנדערע וועג אז דער שטן זאל אזוי דורכפאלן ב"ה מיט זיינע שטערונגען און דער כח הקדושה זאל אזוי וואקסן בליעה"ר, ווען די וואס שתדל'ען פאר אונז טאג און נאכט האבן ב"ה די מצעגליכקייטן צו עפענען די טויערן און דערגרייכן אויסצופירן אונזער שליחות בסיעתא דשמיא.
וגם כל העם הזה על מקומו יבוא בשלום.

@דער תהלים איד איך זעה אז האוקעל שרייבט אז 1,047 פון די איבער 5 טויזענט נייע דירות אין קר"י גייט זיין עפארדבעל, וויאזוי רעכנט די סטעיט עפארדבעל דירות?
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6510
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 14961
Re: נייעס פון קרית יואל
איך שטעל מיך פאר אז ס'מיינט די פראצענט וועלכע זענען "לעגאל געצווינגען" צו בויען אפארדעבל לויט די סטעיט.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6510
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 14961
Re: נייעס פון קרית יואל
אינערהאלב די אנגייענדע העווי ארבעט צו איבערבויען גאנץ מאונטעין ראוד/קאונטי רוט 44, האט דער ווילעדזש מסדר געווען אויף יו"ט שבועות אז ס'זאל ווערן אהערגעשטעלט א "וואלקוועי" אינמיטן די קאנסטראקשן לעין, צו באדינען דעם ציבור אויף יו"ט שבועות.
די וואלקוועי האט געקאסט עקסטער געלט אהערצושטעלן אבער ס'איז געווען א שטארקע טובה פאר די פיסגייער, סיי פון חברון/ראדאמסק/קארלסבורג/ניקלשבורג, און סיי די פילע אידן וואס קומען ארויף צו די תפילות פון קרית יואל המורחבת פון שכונת זרע קודש און שכונת דברי חיים אין בלומינגראוו.
היות ס'האט זיך ב"ה זייער גוט אויסגעארבעט און ס'איז אויך געווען גענוג סעיף, האפט מען יעצט עס צו קענען צוריקשטעלן נאכאמאל אויף שב"ק, און אפשר נאך עטליכע שבתים, געוואנדן אין די פאזע פון די קאנסטראקשן ווי לאנג ס'וועט זיין מעגליך צו האבן א גראדע וועג אינמיטן די געגראבענע שטח.

- חלום חלמתי
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 489
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 755
Re: נייעס פון קרית יואל
אויף וואס האט מען געוואוט היינט?
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1726
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 6473
Re: נייעס פון קרית יואל
פאר ר' אברהם ווידער.