נייעס פון קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
יאנטשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 646
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 703

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך יאנטשי »

שמח בחלקו האט געשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 3:32 pm
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 3:20 pm
תפארת שבתפארת האט געשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 3:12 pm

גוט געפרעגט

געהערט האב איך אז ס'גייט זיין טייערער ווי גינת קליין
טאמער איינער קען קאנפירמען

נ.ב. איך מיין ס'גייט אריין אין די קעטעגארי פון נייעס וואס מ'באהאלט פונעם ציבור (עכ"פ מ'פרובירט צו באהאלטן... בת היענה APPROACH,) ס'ברענגט נישט צופיהל כבוד אין א חתונה תקנות עפאכע
וואלט געראטן ארויפצוגיין מיט די פרייז הערשט ווען די נייע ביליגע חתונה זאל אינעם נייעם בית רחל וועט פארטיג ווערן וואס דעמאלטס וועט זיין גענוג זאלן פאר ווער עס וויל חתונה מאכן פאר ביליג, נישט יעצט ווען די איינע כנור דוד קומט נישט נאך די פארלאנג פאר די וואס ווילן מאכן ביליג.
טו מיר נישט קיין טובות, מאך מיר נישט איבער קיין זאל, און גיי נישט ארויף מיט די פרייז!

אז דו וויסלט אונז טון א טובה, עפן אויף נאך לאנטש רומס - אזוי ווי עס איז - און מאך עס פאר נאך ביליגער פון כינור דוד...
זייער ריכטיג.

איך האלט אז בעצם אלעס ביים חתונה מאכן וואלט געדארפט זיין אנשטאט די יעצטיגע צוויי סטאנדארטן, זאל זיין דריי.

דאס הייסט אז אנשטאט דעם וואס כינור דוד איז די 'ביליגע' זאל, זאל די לאנטש רום אין בנין מאשקאוויטש זיין די ביליגע, און כינור זאל זיין די צענטער. אנשטאט די סמארט פעקעדזש (ע"ה, בלויז א משל) זאל זיין די 'ביליגע' אפציע, זאל זיין א ביליגערע אפציע.. וכו' וכו'... מענטשן האבן נישט ליב צו זיין די יאנטשי, איבערהויפט צו זאגן פארן מחותנסטע אז 'אונז גיי מיר די ביליגסטע...' אבער אויב איז עס די צענטער קען זיך עס אסאך שנעלער איינגעבן.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6342
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14511

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 2:47 pm בית רחל פארדייס ווערט אין די יעצטיגע ספירה טעג אינגאנצען איבערגעמאכט

איינער מיט בילדער?

מיט וויפיל גייט די פרייז ארויפגיין?

תפארת שבתפארת האט געשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 3:12 pm גוט געפרעגט

געהערט האב איך אז ס'גייט זיין טייערער ווי גינת קליין
טאמער איינער קען קאנפירמען

נ.ב. איך מיין ס'גייט אריין אין די קעטעגארי פון נייעס וואס מ'באהאלט פונעם ציבור (עכ"פ מ'פרובירט צו באהאלטן... בת היענה APPROACH,) ס'ברענגט נישט צופיהל כבוד אין א חתונה תקנות עפאכע

יאנטשי האט געשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 3:48 pm יע יע, אין נארמאלע צייטן וואלט געווען ריזיגע קעפלעך אין היימשטאט איבער די דורכבראך פאר מחותנים אז מען מאכט איבער דעם זאל... מיט פילפארביגע בילדער וואס די געטרייע הנהלת המוסדות טוט זיך איבערשטרענגען בלויז לטובת הציבור...

#היימישע מידיע


שמח בחלקו האט געשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 3:32 pm טו מיר נישט קיין טובות, מאך מיר נישט איבער קיין זאל, און גיי נישט ארויף מיט די פרייז!

אז דו וויסלט אונז טון א טובה, עפן אויף נאך לאנטש רומס - אזוי ווי עס איז - און מאך עס פאר נאך ביליגער פון כינור דוד...


בעפאר מען בויט צו פיל אויף שמועות:

פאראדייס (וואס איז כמדומה ביליגער ווי די פרדס פיגא תקנות זאלן) גייט ארויף מיט'ן פרייז מיט קליינגעלט, אזוי ווי אלעס גייט ארויף. עס האט נישט קיין שייכות מיט'ן איבערבויען. ס'גייט ס"ה ארויף אפאר הונדערט דאלאר פער צד.

נאר אז מען גייט שוין ארויף, מאכט מען שוין א אויפפרישונג און מען לייגט צו אלעס וואס מענטשן האבן קאמפלעינט דערויף.
יאנטשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 646
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 703

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך יאנטשי »

פיין, כהאף מען לייגט א נייע דעדיקעיטעד ברעיקער פאר די מוזיק... איחן באשעפער ווייסט פארוואס מען האט קיינמאל נישט געעפענט די אונטער 1000 דאלאר פאר א קלייניקייט וואס האט אפגעקאסט אזויפיל עגמ"נ פאר צענדליקע מחותנים א יאר...
Glass
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 545
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:30 pm
Location: Palm Tree
x 1243

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך Glass »

שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 2:47 pm בית רחל פארדייס ווערט אין די יעצטיגע ספירה טעג אינגאנצען איבערגעמאכט

איינער מיט בילדער?

אויף די בילדער זעט נישט אויס ווי מ'האט דעווייל עפעס ספצועל איבערגעמכט
https://www.dailymonroe.com/news/photo- ... g-hadlakah
אוועיטער
דבוק אין צדיק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 310
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:14 pm
Location: טוב ל'צדיק' וטוב לשכנו
x 250

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דבוק אין צדיק »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 10:25 am Village Road Poster.jpg
אפשר איז כדאי צו עפענען מעזיבוש צו פארעסט צייטוויליג ביז די קאונטי באקראצט זיך.
אוועיטער
האסלער
פרישער באניצער
פאוסטס: 40
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:27 pm
x 48

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך האסלער »

דבוק אין צדיק האט געשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 7:18 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 10:25 am Village Road Poster.jpg
אפשר איז כדאי צו עפענען מעזיבוש צו פארעסט צייטוויליג ביז די קאונטי באקראצט זיך.
גוטע געדאנק, די פארשפארטע ראוד גייט פארקריפלען קרית יואל אויף א שווערע אופן.
אוועיטער
תושב קרית יואל
פרישער באניצער
פאוסטס: 63
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 4:35 pm
Location: קרית יואל
x 31

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך תושב קרית יואל »

האסלער האט געשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 8:54 pm
דבוק אין צדיק האט געשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 7:18 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 10:25 am Village Road Poster.jpg
אפשר איז כדאי צו עפענען מעזיבוש צו פארעסט צייטוויליג ביז די קאונטי באקראצט זיך.
גוטע געדאנק, די פארשפארטע ראוד גייט פארקריפלען קרית יואל אויף א שווערע אופן.
עס איז נישט במציאות (אויב די ווייסט וויאזוי מעזיבוש קוקט אויס)
א צופרידענע תושב קרית יואל
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2897
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8245

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

"זאל מיין גראז וואקסן ביזן הימל דארף איך נישט דיין גראז-שניידער!" - האט דער שכן געברומט מיט גרום-צארן.

א גאנצע שמועס, ווייטאג און פארע, געבויט אויף איינעמ’ס לופטיגע אפשאצונג.

סא סwיט
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7345

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 1:52 pm זעהסט דא? דא איז פארעסט ביי גארליץ, די לעין לצד גארליץ איז דא א באמפ וואס מען זעהט נישט מיטן פליישיגן אויג, עס האט אויך נישט קיין געלע ליניעס צו דערקענען, און מען קען כאפן א געזונטע שפרונג אויב פארסטו מיטן ערלויבטן ספיד לימוד, און אויב האסטו א טאפ זיפ, א שאכטל גלאז, א האקעלע מיניטשער, וכדו', געב אכט ווייל דער אומערווארטעטער שפרונג קען דיר קאסטן א פרייז
אודה ה' מאוד בפי, אין די זעלבע צייט געבן א יישר כח פאר זיינע שלוחים פארן איבערפלאסטערן דעם ראוד און עס מסדר זיין!!!
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
חלום חלמתי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 434
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 670

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך חלום חלמתי »

לויט ווי ס'זעהט אויס גייט מען פיינעלי פארעכטן די ראוד פארנט פון ר' מאיר הירש'ס הויז און מהעט שויניש דארפן אנכאפן די רעדל מיט ביידע הענט ביים טאנצן אויפן לעגענדארער פאטהאול
ב"ה
ענותן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 487
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 4:02 pm
x 440

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך ענותן »

מהאט היינט גע'כשר'ט די נייע מקוה אין קרית יואל,
איינער מיט בילדער?
איך האב עס נישט געזעהן אין ערגעץ נישט באריכטן נאר געהערט.
גיב אכטונג! די צונג ליגט אין נאסקייט
דעריבער קען זי זיך שנעל גליטשן... (די בלעטל)
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3909
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 5081

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך שמח »

קרית יואל - אין א פאזיטיווע דערגרייכונג האבן וואלונטירן פון די ניי פארמירטע דעוויזע פון מצילי אש אין די סאוט בלומינגראוו געגנט אין די יעצטיגע טעג פארענדיגט ספעציעלע הלכה'דיגע טרענירונגען, די נייע דעוויזיע איז געעפנט געווארן נאכדעם וואס מען האט זיך ליידער דערזען מיט פילע פעלער אין דעם ווילעדזש ווען די לאקאלע נישט אידישע פייער דעפארטמענט האט פארנאכלעסיגט אין זייער ארבעט און נישט אנגעקומען צייטליך צו די הילפס רופן, די זעלבע סיבה וואס האט געפירט צו די גרינדונג פון מצילי אש אין קרית יואל מיט יארן צוריק.

אין די לעצטע צייט האבן עסקנים זיך אריינגעלייגט און אויפנעמען א דעת תורה פאר די נייע ארגאניזאציע, נאכן אנפרעגן ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט מען אויפגענומען דעם זעלבן דיין וואס דינט שוין אלס דומ"ץ פון חברה מצילי אש, הרה"ג רבי יואל יצחק שטערן דומ"ץ דינוב ומו"ץ בקהל יטב לב, מיט א יאר צוריק האט דער דיין אנגעהויבן געבן שיעורים פאר די וואלונטירן ווי מען האט געלערנט מיט א קלארקייט די הלכות וואס זענען נוגע איבער לויפן אום שבת צו פיקוח נפש רופן, אצינד נאך א יאר האבן די וואלונטירן זיך פארהערט די הלכות און מען ערווארט אז אצינד וועט די נייע ארגאניזאציע זיך פולקאם קענען עפענען.

@זעמל
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
לעפעלע
פרישער באניצער
פאוסטס: 15
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 16, 2025 1:37 pm
x 15

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך לעפעלע »

מען מאכט איבער די ראד'ס יעצט און קרית יואל ב''ה
איך האב געואלט וויסן מיט וועם האט דאס אז עס איז נישט אונגאנצן גראד מיט די סיידוואק ווי מען פארט אריין צו פארקונג לאט'ס אין אויך ביי די סוער'ס איז זייער אסאך פון די איבערגעמאכטע פלעטצער נישט גראד
דעיס האט מיט די קאמפעני וואס לייגט די קולן אדער האט די ארכיטעקט זיך פארעכנט (אויב יא גיי איך יעצט אריין און די ליין וויל מען דארף גאר נישט קענען )
יאנטשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 646
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 703

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך יאנטשי »

לעפעלע האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 2:25 pm מען מאכט איבער די ראד'ס יעצט און קרית יואל ב''ה
איך האב געואלט וויסן מיט וועם האט דאס אז עס איז נישט אונגאנצן גראד מיט די סיידוואק ווי מען פארט אריין צו פארקונג לאט'ס אין אויך ביי די סוער'ס איז זייער אסאך פון די איבערגעמאכטע פלעטצער נישט גראד
דעיס האט מיט די קאמפעני וואס לייגט די קולן אדער האט די ארכיטעקט זיך פארעכנט (אויב יא גיי איך יעצט אריין און די ליין וויל מען דארף גאר נישט קענען )
דו רעדסט אז די גאנצע פעיוומענט איז 2 אינטשעס נידריגער? לכאורה האט מען נאכנישט געלייגט די לעצטע שיכט בלעקטאפ.
לעפעלע
פרישער באניצער
פאוסטס: 15
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 16, 2025 1:37 pm
x 15

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך לעפעלע »

און אז די סוער איז 2 אינטשעס נידריגער?
Glass
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 545
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:30 pm
Location: Palm Tree
x 1243

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך Glass »

unnamed.png
unnamed.png (89.76 KiB) געזען געווארן 875 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4841
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14443

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

קרית יואל'ער איד האט געשריבן: דינסטאג מאי 13, 2025 1:51 pm און שפיטאל האבן זיי סיי גוטע נורסעס און סיי זייער שלעכטע, איך האב געהאט און שפיטאל א מעשה וואס כמעט האב איך זיי שוין געקענט קלאגן און געריכט און מאכן עטליכע מעלאנעס, ב''ה אז למעשה נישט וד''ל... (נאר וועגן די נורסעס און נישט וועגן די דאקטוירים).
גא"מ. ב"ה נישט געקומען לידי סכנה, אבער סוואלט געקענט, און די נורסעס האבן גארנישט געקענט טון חוץ ארויסלויפן אין די האלוועי און צוזאמרופן די גאנצע שטאק...
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6342
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14511

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

KJT.jpg
KJT.jpg (305.82 KiB) געזען געווארן 715 מאל
ענותן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 487
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 4:02 pm
x 440

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך ענותן »

ענותן האט געשריבן: זונטאג מאי 18, 2025 11:16 pm מהאט היינט גע'כשר'ט די נייע מקוה אין קרית יואל,
איינער מיט בילדער?
איך האב עס נישט געזעהן אין ערגעץ נישט באריכטן נאר געהערט.
?
גיב אכטונג! די צונג ליגט אין נאסקייט
דעריבער קען זי זיך שנעל גליטשן... (די בלעטל)
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3909
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 5081

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך שמח »

ענותן האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 9:00 pm
ענותן האט געשריבן: זונטאג מאי 18, 2025 11:16 pm מהאט היינט גע'כשר'ט די נייע מקוה אין קרית יואל,
איינער מיט בילדער?
איך האב עס נישט געזעהן אין ערגעץ נישט באריכטן נאר געהערט.
?
וואס דארפסטו אזוי וויכטיג בילדער דערפון?
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
אוועיטער
בודקע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 261
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 419

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בודקע »

שמח האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 9:05 pm
ענותן האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 9:00 pm
ענותן האט געשריבן: זונטאג מאי 18, 2025 11:16 pm מהאט היינט גע'כשר'ט די נייע מקוה אין קרית יואל,
איינער מיט בילדער?
איך האב עס נישט געזעהן אין ערגעץ נישט באריכטן נאר געהערט.
?
וואס דארפסטו אזוי וויכטיג בילדער דערפון?
קען זיין אז פלעין פאר אינטערעסאנטקייט?
כ'קען גראדע אויך באשטיין צו זען
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 3:52 am ווען א רייזע האט נישט קיינע טשעלענדזשעס ווערט דער גאנצער רייזע א טשעלענדזש!
ענותן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 487
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 4:02 pm
x 440

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך ענותן »

בודקע האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 9:20 pm
שמח האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 9:05 pm
ענותן האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 9:00 pm

?
וואס דארפסטו אזוי וויכטיג בילדער דערפון?
קען זיין אז פלעין פאר אינטערעסאנטקייט?
כ'קען גראדע אויך באשטיין צו זען
פלען פאר אינטערעסאנטקייט,
מען ענדיגט יעצט א פראיעקט פון איבער 35 מיליאן דאלאר! וואס איז שוין כמעט געענדיגט געשאפן ווערן שטילערהייט! עס גייט שוין זיין אפן אין די נאנטע טעג ממש,
אשריכם ישראל! וואויל איז דער וואס האט גענומען א חלק!
גיב אכטונג! די צונג ליגט אין נאסקייט
דעריבער קען זי זיך שנעל גליטשן... (די בלעטל)
ענותן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 487
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 4:02 pm
x 440

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך ענותן »

ענותן האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 9:38 pm
בודקע האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 9:20 pm
שמח האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 9:05 pm

וואס דארפסטו אזוי וויכטיג בילדער דערפון?
קען זיין אז פלעין פאר אינטערעסאנטקייט?
כ'קען גראדע אויך באשטיין צו זען
פלען פאר אינטערעסאנטקייט,
מען ענדיגט יעצט א פראיעקט פון איבער 35 מיליאן דאלאר! וואס איז שוין כמעט געענדיגט געשאפן ווערן שטילערהייט! עס גייט שוין זיין אפן אין די נאנטע טעג ממש,
אשריכם ישראל! וואויל איז דער וואס האט גענומען א חלק!
ק/פ
אין די נאכמיטאג שטונדן ארום 1:20 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום פראכטפולער נייער מקוה טהרה החדש קרית יואל מכשיר צו זיין די נייע מקוה המהודרת,
ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגאון הגדול הדומ''ץ שליט"א, חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט"א - ויו''ר ועד המקוואות, און מיט הרבנים הגאונים חברי הועד,
צום ערשט האט דער רבי זיך אומגעקוקט אויף אלע איינריכטונגען אויפן ארט אינאיינעם מיט הרבנים הגאונים, און די חברי ועד קרן הבנין האבן צוגעוויזען אלע קאסטבארע איינריכטונגען און פילצאליגע הידורים וועלכע זענען איינגעשטעלט געווארן צו האבן די העכסטע סטאנדארט אין כשרות אויסגעהאלטן לויט אלע שיטות להרבות טהרה בישראל,
דערנאך האט רבינו שליט"א צוגעטרעטן צו כשר'ן די מעיינות בטירחא דגברא רבא וועלכע האט זיך פארצויגן אין משך פון קרוב צו צוויי שעה, דער רבי האט גע'כשר'ט די מעיינות מיט וויין כפי הוראות רביה"ק זי"ע,
צום ערשט איז דער רבי ארויס צום פאס וויין ווי די עושי המלאכה און בוי מייסטער האבן צוגעוויזען פארן רבי'ן אלע טעכנישע חלקים, דער רבי האט איבערגעקוקט אלע איינריכטונגען אינאיינעם מיט די רבנים הגאונים שליט"א,
דערנאך האט דער רבי אנגעצינדען די פאמפ אריינצוגיסן די וויין אינעם ערשטן מעיין, דערנאך איז דער רבי אריין אינעם בנין צום צווייטן מעיין ווי דער רבי האט אנגעצינדן די פאמפ אריין צו גיסן די וויין אויך אינעם צווייטן מעיין,
נאכן אריין גיסן די גאנצע וויין איז דער רבי צוריק ארויס צום ערשטן קוואל, און צוריק אנגעצינדן די מעיין, און בודק געווען די וואסער צו עס איז אינגאנצן נשתנה טעמו ומראיתו ליין, דער רבי האט גענומען א גלעזל און אנגעפילט פונעם קוואל, נאכן באשטעטיגן אז די וואסער האט די טעם ומראה היין האט דער רבי אינאיינעם מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א געזאגט "כשר כשר כשר",
דערנאך איז דער רבי צוריק אריין צום צווייטן קוואל און בודק געווען די וואסער צו עס איז אינגאנצן נשתנה טעמו ומראיתו ליין, נאכן באשטעטיגן אז די וואסער האט די טעם ומראה היין האט דער רבי אינאיינעם מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א געזאגט "כשר כשר כשר",
במשך די גאנצע צייט האט רבינו שליט"א נושא ונותן געווען מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, און מיט די אנוועזענדע רבנים בדבר ה' זו הלכה, און איבער פארשידענע הוראות און הנהגות לגבי הכשרות מקוואות פון רבוה"ק זי"ע, סיי פון מקוואות אינדערהיים און סיי פון שטאט סיגוט, ווי אויך האט מען ארום גערעדט איבער כשר'ן מיט זאמד און מיט מילך, און פסקי הלכה פון די גדולי הפוסקים.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בהלכות מקוואות, און דער רבי מיט הגה"צ דער דיין שליט"א און די אנוועזנדע רבנים האבן זיך מפלפל געווען כדרכה של תורה אין עטליכע תשובה ספרים,
דער רבי האט געמאכט א לחיים, און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ הדומ"ץ שליט"א, חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, און פאר הרה''ג ר' חיים קלמן קליין שליט''א רב דביהמ''ד סעליש ומרבני הוועד, און די עסקני המקוה, הרה"ח ר' יואל מיטטעלמאן הי"ו און הרה"ח ר' חיים וואלף פריעדמאן הי"ו,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען ברכת הקודש,
מען האט געענדיגט ארום 3:15.
גיב אכטונג! די צונג ליגט אין נאסקייט
דעריבער קען זי זיך שנעל גליטשן... (די בלעטל)
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1926
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2297

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך שבת קודש »

די גאנצע באריכט דא פונעם הכשרת המקוה אות ביי אות איז געמאלדן געווארן אין קול בחצרות

פארוואס פארשטייען זיי נישט אז דארט איז נישט די פלאץ צו מעלדן אזא נייעס
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7345

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

וואס איז די טריליאן לעלוס דא ביי מאנטען?
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
שרייב פאוסט