כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
בודקע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 269
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 423

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בודקע »

גרינע גראז האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 3:24 pm פארוואס זאגט ער אז 75% איז נישט אמת.
איך פארשטיי נישט וואס מיינט לא מינהו ולא מקצתיה

טערעסאנט אז ער זאגט אדרבה ער איז גרייט צוקומען רעדן נעקסטע חול המועד, שווער צו גלייבן.
ווי אזוי קען ער זיין גרייט זיך צו שטעלן רעדן, אויב די אלע זאכן זענען אמת וואלט ער זיך געדארפט באגראבן אין זיין לאך און מער נישט ארויס קומען
אפשר קען גאר זיין אז עס איז נאר א שפיל און עס איז נישט דעם רשע חיים צבי
איך זעה אז דו כאפסט נישט אז ער האט נישט קיין פראבלעם מיט רויט געשוואלענע ליגנט, סאוי וואס מאכט אים אויס צו ס'איז אמת צו נישט? כ'גלייב אז אויב קען ער געבן טרעינינג קען ער אליינס אויך די מלאכת הבכי' בעת הצורך.
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 3:52 am ווען א רייזע האט נישט קיינע טשעלענדזשעס ווערט דער גאנצער רייזע א טשעלענדזש!
על פי תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 505
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 5300

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

רעד קלאר האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 3:44 pm
על פי תורה האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 1:49 am ר' אברהם גרינהוט האט נארוואס באשטעלט סעודת שבת פאר די שעלטערס (דערווייל צאלט ער אלעס פון זיין אייגן טאש)
חלה
פיש
פלייש
זופ
דיפס
קאמפאט
גרעיפ דשוס
וכו' וכו'
מיט א ברייטקייט אזוי ווי ס'פעלט זיך אויס פאר די טייערע בחורים...
יא, דאס איז נישט סתם מעשיות, דאס געשעט עז ווי ספיק!
איז נישט געווען א קאמפיין פאר פסח? איך פרעג נאר צו פארשטיין
סאיז געווען א קאמפיין
אריינגעקומען 1.2 קעש
800 אלפים אין הבטחות-פעימענט פלענער
שוין געווארן אויסגעספענדט פאר די קאורט קעיס'עס+ ארויסברענגן די משפחות
א משפחה ארויסצוברענגן קען קאסטן 100 אלפים!
אימגראציע פאפירן קען קאסטן 20 אלפים וכו' וכו'
רוב דירות בעטן א האלבע יאר פאראויס רענט
שכר לימוד א האלבע יאר פאראויס פער קינד
אויסשטאפירן מאן ווייב און 9 קינדער
אסאך יוצאים דארפן פארן קודם קיין ארץ ישראל און דערנאך קיין אמעריקע
טיקעטס פאר וואלנטירן ווי לאנג מען האט געקענט אריינגיין האט געקאסט 75 אלפים
וכו' וכו' וכו'
כ'האב אלעס אין אן עקסעל שיעט, כ'זאל עס ארויפלייגן?
על פי תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 505
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 5300

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

רעד קלאר האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 3:59 pm
על פי תורה האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 10:53 am
שמועות טובות האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 10:39 am

ער איז ביטער רחמנות
קיין געלט זאל אים קיינער נישט געבן אפילו דו האסט טאקע רחמנות אויף אים
ווייל א יעדע פעני פליט גלייך אריבער צו זייערע לאגערן (צו קויפן אזעלכע גראבע גרויסע שטעקענעס צו קענען שמייסן דעם עולם איז נישט אזא ביליגע ארטיקל) און איין אמעריקאנע דאלאר איז דארט ווערד פי כמה ממילא לוינט זיך זיי אפילו נאר די קליין געלט
און ער אליינס מוז נעבעך אוועקפאסטן ווער ווייסט פאר ווי לאנג

אויב האסטו רחמנות אויף אים געב אים א מאלצייט און ער זאל דאס אויפעסן אינפארנט פון דיר (און נישט אז ער זאל דאס אריבער שיקן צו די הנהלה זאלן זיך אנפילן זייערע בייכער דערמיט)
אדער קויף אים מענטשליכע קליידונג און זאלסט זעהן אז ער הייבט טאקע אן גיין דערמיט
אדער זאג אים א גוט ווארט און מאך זעכער אז ער גיבט א שמייכל (ווייל ביי זיי טאר מען פרייליך קיינמאל נישט זיין)
שאף אים א גוטע אכסניא און מאך זעכער אז ער שלאפט טאקע אויפן בעט און נישט אויפן פלאר (ווי מען טוט ביי זיי)
גיב אים א קאווע און מאך זעכער אז ער טרינקט דאס
וכו' וכו' וכו' קענסט אליין צולייגן נאך
היינט אנדעקט:
ער איז אהער געקומען צו ארבעטן אויף איינע פון די יוצאים צוריק צו גיין!!!

דאס מיינט נישט אז מ'דארף אים באזידלען ח''ו, ער איז נעבעך איינגערעדט און אויסגעפייניגט.
אבער ס'איז יא וויכטיג פשוט צו וויסן די מציאות.
ווי אזוי הייסט ער?
ווי אלט איז ער?
ער איז חתונה געהאט?
ארויסגעקומען אליין?
ער האט קינדער?
וואס איז די חכמה ארויס צוברענגען איינעם, וואס זאל צוריק שלעפען אנדערע?
ועגן דעם האט אים קיינער נישט ארויסגעברענגט
לב טהור שיקט אים
על פי תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 505
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 5300

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

הרב ותלמידו האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 2:03 pm איך האב געהערט פון א אינגערמאן וואס האט גערעדט די וואך צו משה חיים צבי מלכא און האט געהאט מיט אים א לענגערע שמועס.

חיים צבי האט אים געזאגט אז ער האט געהערט די גאנצע פאנעל וואס איז געווען דער פארגאנגענעם חול המועד, און ער טענה'ט אז 75 פראצענט פונעם פאנעל איז שקר וכזב די אנדערע 25 פראצענט איז לא מינהו ולא מקצתו..

רוב פונעם שמועס איז ח''צ מלכא געווען פארנומען צו זאגן אז אלעס פון די חול המועד show 'וויאזוי ער האט עס אנגערופן' איז שקר.

בין הדברים האט ער געזאגט אז נחמן האט בכלל נישט געוויסט וואסערע עסן מען האט געגעבן פאר זיין שוועסטער, נאר נחמן האט פשוט געבעטן מען זאל איר שיקן עסן פון די קאך, און ס'איז געווען א טעות און די קאך ווי מען האט אנגעגרייט די עסן... ער האט באשולדיגט די עסקנים אז זיי האבן איינגערעדט פאר מענדל לאווער אז נחמן האט געהארגעט זיין מאמע ווייל מענדל לאווער איז געווען דעמאלסט צו קליין און ער קען עס אפ' נישט געדענקן, ער האט באשולדיגט די עסקנים אין טראמעטייזן מענדל לאווער... און אים איינרעדן פאלטשע מעשיות וואס ער זאל פארציילן ברבים..
עס זענען אויסגעהערט געווארן איבער 30 עדות וועלעכע דערציילן איבער די רציחות פון דעם אכזר משה חיים צבי
אלעס אויסגעטראכטע זאכן...
יוש איז ער געבוירן אין א שווארץ מזל אז 30 מענטשן האבן באשלאסן אויסצוטראכטן זאכן אויף אים
פלאס עס האט זיך 'אליין' רעקאדירט פאון קאלס ווי ער דירעקטירט די גרעסטע רציחות וואס מען קען ניטאמאל שרייבן ברבים, מסתם איז די רעקארדער געווען ציבראכן אז עס האט זיך רעקאדירט א שטומע ענליך צו זיינס...
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1892
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5243

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך נקודות טובות »

מסתמא האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 3:40 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 2:50 pm שמועס איך נעכטן מיט א יונגערמאן, וואס האלט נישט אויס אז מהאט אריינגעברענגט דא יוצאים אין די מוסדות, "דאס אינגל קומט נעכטן אהיים אז זיין חבר פון די יוצאים האט אים דערציילט אז זיין ברודער איז שוין געווען א חתן ווען ער איז אנטלאפן, און די כלה איז שוין זינט דאן צוויי מאל חתונה געהאט..." ער ברויזט, אויף וועמענס אחריות אז דער בחורל וועט זיך נישט אמאל פאררעדן, אזוי נישט כאפנדיג, און אויפקלערן זיינע אומשולדיגע חברים?!
פרעג איך אים, צי ווייסטו וויפיל בחורים פון דיין יארגאנג זענען געווארן אויפגעקלערט און פארדארבן פון היימישע חברים וואס זענען קיינמאל פארדעם פון קרית יואל ארויס?

ער ווייסט נישט...

איך ווייס יא... אביסל, אבער גענוג... און זיין דאגה איז אז די בחורים וואס זענען אדורך דעם שואה און זענען נאך געבליבן געטריי צום רבוש"ע, זיי וועלן גאר אויפקלערן דיין בחור...

איך האב מער מורא אז די יוצאים זאלן נישט ווערן אויפגעקלערט פון די לאקאלע געגנסטערס רח"ל...

סוף דבר: יעדער וואס האט מורא אז זיינע קינדער זאלן נישט ווערן נשפע פון די צרות וואס די יוצאים זענען דורך, זאל וויסן אז אין זיינע מוסדות, ארום זיינע קינדער, דרייען זיך ליידער אסאך ערגערע גיפטיגע שלענג. פאקט. אלזא צוערשט סאלוו די עכטע פראבלעמען און נאכדעם וועלמיר רעדן פון דיינע ספק ספיקא'דיגע חשש בן בנו של חשש.

קען זיין אביסל שארף, אבער די בלוט איז מיר ארויף אין קאפ זעענדיג די מאס "דינייעל" אין וועלכע דער יונגערמאן וויקלט זיך ארום צו קענען שרייען אז די יוצאים זענען גאר די סכנה פאר זיינע קינדער.

ה' ישמור את עמו.
דינייעל??? הייליגע אכזריות באיצטלא דרבנן... כזוך נאך די ריכטיגע אויסדרוק און קללא אויף די הייליגע חוששים... אידיש בלוט גיסט זיך און דו שפעקולירסט... גיי ראטעווע לעבנס! קענסט נישט? כאטשיג שטער נישט!
העי העי! קום אראפ!

אחריות'דיגע עלטערן פראבירן צו אכט געבן ווי ווייט מעגליך מיט וועמען די קינדער פארברענגן, און פארשטייט זיך עינינו נשיאות לשמים בכל רגע ורגע. אבער עכ''ז, ווען מען רעדט פון בחורים וואס קיינער ווייסט נישט באמת וואס זיי זענען אריבער ביז אהער, געבט עס אן עקסטערע קיצל טראכטענדיג וויפיל פון זייער היסטאריע קען זיין שעדליך פאר אינגע מוחות.

די מציאות איז, פילע וואס זענען ארויס פון דארט זענען נישט אויף די סטאנדארט אידישקייט וואס איר וואלט געוואלט זעהן אייערע קינדער אויף. לאו דוקא מחללים שבת, אבער מען רעדט דאך דא פון א גיור פראסעס. ס'איז דא א מצוה פון ואהבתם את הגר, אבער דאס מיינט נישט אז איינער וואס איז זיך מגייר ביי די פופצען קען נישט זיין א פאטאנציאלע שאדן פאר תמימותדיגע קינדער. מיין פראבלעם איז נישט אז ער וועט אים מפנח זיין די רש''י וואס מען לאזט אויס. מיין פראבלעם איז אז איך ווייס נישט וואס צו ערווארטן. וואו נישט וואו טראגט ער א קופא של שרצים אונטער זיך ליידער.

אלענפאלס. מען דארף באמת פארשטיין ביידע צדדים. יעדע טאטע שיקט דאס קינד אין בית חינוך מיט א צאפלדיגע הארץ. מען ווייסט נישט מה יולד יום. ס'איז א פחד וואס טוט זיך אפ היינט. פון די אנדערע זייט דארף מען אבער וויסן אז ס'איז ב''ה דא א הנהלה רוחני וואס נעמט דאס אויך אין באטראכט, און וועלן זיכער נישט אננעמען א קינד ווי לאנג זיי זענען נישט הונדערט פראצענט אז אין אים ליגט נישט קיין סם. און אפילו שפעטער וועלן זיי אויך האלטן אן אויג.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
יחוד יחוד
פרישער באניצער
פאוסטס: 47
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אפריל 29, 2025 12:44 am
Location: Brooklyn
x 113

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יחוד יחוד »

בודקע האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 4:23 pm
גרינע גראז האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 3:24 pm פארוואס זאגט ער אז 75% איז נישט אמת.
איך פארשטיי נישט וואס מיינט לא מינהו ולא מקצתיה

טערעסאנט אז ער זאגט אדרבה ער איז גרייט צוקומען רעדן נעקסטע חול המועד, שווער צו גלייבן.
ווי אזוי קען ער זיין גרייט זיך צו שטעלן רעדן, אויב די אלע זאכן זענען אמת וואלט ער זיך געדארפט באגראבן אין זיין לאך און מער נישט ארויס קומען
אפשר קען גאר זיין אז עס איז נאר א שפיל און עס איז נישט דעם רשע חיים צבי
איך זעה אז דו כאפסט נישט אז ער האט נישט קיין פראבלעם מיט רויט געשוואלענע ליגנט, סאוי וואס מאכט אים אויס צו ס'איז אמת צו נישט? כ'גלייב אז אויב קען ער געבן טרעינינג קען ער אליינס אויך די מלאכת הבכי' בעת הצורך.
סאוי אפשר לוינט זיך יא צו אים לייגן אופן צימבל, זאל ער ארויף קומען מיט זיינע דרשות, לאמיר זעהן וואסערע לאקשן האט ער צו פארקויפן
אז ער גייט וויינען גייט קיינער נישט ווערן איבערגענומען
איך האב נישט קיין מורא אז ער גייט רעדן דברים של טעם וועגן דאס ווייסן מיר אלע אז ער האט ניקס,
אז ער זאגט אז ער איז גרייט איז עס זיין פראבלעם, וואס קאסט די טשאנס, עס איז נישט גוט פארן עולם אז זיי מאכן אזא מין רושם אז 75% איז שקר אפי' מען גלייבט זיי נישט, וועגן איך בין זיכער אז עס זענען דא אזעלכע תמימות'דיגע וואס גלייבן ליידער יא, און פארדעם שטיצן זיי די חברה מיט געלט.
כבוד מלכים
פרישער באניצער
פאוסטס: 76
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
x 338

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כבוד מלכים »

image000000.jpg
image000000.jpg (128.51 KiB) געזען געווארן 1917 מאל
שמואל פוקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 109
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 613

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמואל פוקס »

מזל טוב פאר ידידי ורעי, דוגמא של "מסירת-נפש איד" ממש,
הרה"ג ר' יואל העניך העלבראנץ שליט"א
לרגל לידת בנו למזל טוב

ווער עס קען, זאל ארויפגיין שבת אים מחזק זיין און וואונטשן א מזל טוב.

נ.ב. ער קען אויך נוצן אפאר דאלער לכבוד די שמחה. בכלל, פארמאגט ער גרויסע הוצאות, נאך פון כנישתא חדא, און אנדערע באהאלטענע זאכן וואס ער טוט ממש במסירת נפש, שלא על מנת לקבל פרס. ידיו רב לו אין ארויפברענגען און אין העלפן ארויפברענגען מענטשן פון לב-טהור. עס איז א מצוה רבה אים צו שטיצן און העלפן, ער טוט גוטע זאכן מיט די געלט.
סוחר
פרישער באניצער
פאוסטס: 55
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק פעברואר 08, 2025 10:33 pm
Location: אויפן מארק
x 173

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סוחר »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 2:50 pm שמועס איך נעכטן מיט א יונגערמאן, וואס האלט נישט אויס אז מהאט אריינגעברענגט דא יוצאים אין די מוסדות, "דאס אינגל קומט נעכטן אהיים אז זיין חבר פון די יוצאים האט אים דערציילט אז זיין ברודער איז שוין געווען א חתן ווען ער איז אנטלאפן, און די כלה איז שוין זינט דאן צוויי מאל חתונה געהאט..." ער ברויזט, אויף וועמענס אחריות אז דער בחורל וועט זיך נישט אמאל פאררעדן, אזוי נישט כאפנדיג, און אויפקלערן זיינע אומשולדיגע חברים?!
פרעג איך אים, צי ווייסטו וויפיל בחורים פון דיין יארגאנג זענען געווארן אויפגעקלערט און פארדארבן פון היימישע חברים וואס זענען קיינמאל פארדעם פון קרית יואל ארויס?

ער ווייסט נישט...

איך ווייס יא... אביסל, אבער גענוג... און זיין דאגה איז אז די בחורים וואס זענען אדורך דעם שואה און זענען נאך געבליבן געטריי צום רבוש"ע, זיי וועלן גאר אויפקלערן דיין בחור...

איך האב מער מורא אז די יוצאים זאלן נישט ווערן אויפגעקלערט פון די לאקאלע געגנסטערס רח"ל...

סוף דבר: יעדער וואס האט מורא אז זיינע קינדער זאלן נישט ווערן נשפע פון די צרות וואס די יוצאים זענען דורך, זאל וויסן אז אין זיינע מוסדות, ארום זיינע קינדער, דרייען זיך ליידער אסאך ערגערע גיפטיגע שלענג. פאקט. אלזא צוערשט סאלוו די עכטע פראבלעמען און נאכדעם וועלמיר רעדן פון דיינע ספק ספיקא'דיגע חשש בן בנו של חשש.

קען זיין אביסל שארף, אבער די בלוט איז מיר ארויף אין קאפ זעענדיג די מאס "דינייעל" אין וועלכע דער יונגערמאן וויקלט זיך ארום צו קענען שרייען אז די יוצאים זענען גאר די סכנה פאר זיינע קינדער.

ה' ישמור את עמו.
דיסעגרי.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 269
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 423

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בודקע »

סוחר האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 12:01 am

גא"מ
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 3:52 am ווען א רייזע האט נישט קיינע טשעלענדזשעס ווערט דער גאנצער רייזע א טשעלענדזש!
אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 773
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 735

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך טראפקעלע »

סענס אף יומער האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 2:18 pm
הרב ותלמידו האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 2:03 pm איך האב געהערט פון א אינגערמאן וואס האט גערעדט די וואך צו משה חיים צבי מלכא און האט געהאט מיט אים א לענגערע שמועס.

חיים צבי האט אים געזאגט אז ער האט געהערט די גאנצע פאנעל וואס איז געווען דער פארגאנגענעם חול המועד, און ער טענה'ט אז 75 פראצענט פונעם פאנעל איז שקר וכזב די אנדערע 25 פראצענט איז לא מינהו ולא מקצתו..

רוב פונעם שמועס איז ח''צ מלכא געווען פארנומען צו זאגן אז אלעס פון די חול המועד show 'וויאזוי ער האט עס אנגערופן' איז שקר.

בין הדברים האט ער געזאגט אז נחמן האט בכלל נישט געוויסט וואסערע עסן מען האט געגעבן פאר זיין שוועסטער, נאר נחמן האט פשוט געבעטן מען זאל איר שיקן עסן פון די קאך, און ס'איז געווען א טעות און די קאך ווי מען האט אנגעגרייט די עסן... ער האט באשולדיגט די עסקנים אז זיי האבן איינגערעדט פאר מענדל לאווער אז נחמן האט געהארגעט זיין מאמע ווייל מענדל לאווער איז געווען דעמאלסט צו קליין און ער קען עס אפ' נישט געדענקן, ער האט באשולדיגט די עסקנים אין טראמעטייזן מענדל לאווער... און אים איינרעדן פאלטשע מעשיות וואס ער זאל פארציילן ברבים..
לאמיר פרובירן צו פונאנדערשיידן די חילוק צווישן שקר וכזב און לא מיניה ולא מקצתיה...

אינטערעסאנט נאר אז נחמן'ס שוועסטער און די לעווי ברודערס וואס האבן ניטאמאל קיין שייכות מיט די עסקנים האבן שוין פארציילט די מעשה מיט נחמן און זיין שוועסטער עטליכע יאר צוריק נאך פאר ס'האט עקזיסטירט עסקנים בכלל.

דא האסטו א סקרינשאט פון א יונגערמאן וואס האט זיך געטעקסט מיט חיים צבי און זיך אהערגעשטעלט אלס א תמימות'דיגער וואס וויל הערן זיין זייט אויכעט...

IMG_20250502_141538.jpg
זעט אויס אז דארט האט מען אנדערע ספעלונג כללים...
די זעלבע ספעלונג ווי אסאך אפגעשפארטע ניקס...

בילד
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2738
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3103

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אנדערער »

יחוד יחוד האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 6:01 pm
בודקע האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 4:23 pm
גרינע גראז האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 3:24 pm פארוואס זאגט ער אז 75% איז נישט אמת.
איך פארשטיי נישט וואס מיינט לא מינהו ולא מקצתיה

טערעסאנט אז ער זאגט אדרבה ער איז גרייט צוקומען רעדן נעקסטע חול המועד, שווער צו גלייבן.
ווי אזוי קען ער זיין גרייט זיך צו שטעלן רעדן, אויב די אלע זאכן זענען אמת וואלט ער זיך געדארפט באגראבן אין זיין לאך און מער נישט ארויס קומען
אפשר קען גאר זיין אז עס איז נאר א שפיל און עס איז נישט דעם רשע חיים צבי
איך זעה אז דו כאפסט נישט אז ער האט נישט קיין פראבלעם מיט רויט געשוואלענע ליגנט, סאוי וואס מאכט אים אויס צו ס'איז אמת צו נישט? כ'גלייב אז אויב קען ער געבן טרעינינג קען ער אליינס אויך די מלאכת הבכי' בעת הצורך.
סאוי אפשר לוינט זיך יא צו אים לייגן אופן צימבל, זאל ער ארויף קומען מיט זיינע דרשות, לאמיר זעהן וואסערע לאקשן האט ער צו פארקויפן
אז ער גייט וויינען גייט קיינער נישט ווערן איבערגענומען
איך האב נישט קיין מורא אז ער גייט רעדן דברים של טעם וועגן דאס ווייסן מיר אלע אז ער האט ניקס,
אז ער זאגט אז ער איז גרייט איז עס זיין פראבלעם, וואס קאסט די טשאנס, עס איז נישט גוט פארן עולם אז זיי מאכן אזא מין רושם אז 75% איז שקר אפי' מען גלייבט זיי נישט, וועגן איך בין זיכער אז עס זענען דא אזעלכע תמימות'דיגע וואס גלייבן ליידער יא, און פארדעם שטיצן זיי די חברה מיט געלט.
סטאלין ימ"ש וואלסטו אויך געלאזט רעדן?
יחוד יחוד
פרישער באניצער
פאוסטס: 47
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אפריל 29, 2025 12:44 am
Location: Brooklyn
x 113

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יחוד יחוד »

אנדערער האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 1:33 am
יחוד יחוד האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 6:01 pm
בודקע האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 4:23 pm

איך זעה אז דו כאפסט נישט אז ער האט נישט קיין פראבלעם מיט רויט געשוואלענע ליגנט, סאוי וואס מאכט אים אויס צו ס'איז אמת צו נישט? כ'גלייב אז אויב קען ער געבן טרעינינג קען ער אליינס אויך די מלאכת הבכי' בעת הצורך.
סאוי אפשר לוינט זיך יא צו אים לייגן אופן צימבל, זאל ער ארויף קומען מיט זיינע דרשות, לאמיר זעהן וואסערע לאקשן האט ער צו פארקויפן
אז ער גייט וויינען גייט קיינער נישט ווערן איבערגענומען
איך האב נישט קיין מורא אז ער גייט רעדן דברים של טעם וועגן דאס ווייסן מיר אלע אז ער האט ניקס,
אז ער זאגט אז ער איז גרייט איז עס זיין פראבלעם, וואס קאסט די טשאנס, עס איז נישט גוט פארן עולם אז זיי מאכן אזא מין רושם אז 75% איז שקר אפי' מען גלייבט זיי נישט, וועגן איך בין זיכער אז עס זענען דא אזעלכע תמימות'דיגע וואס גלייבן ליידער יא, און פארדעם שטיצן זיי די חברה מיט געלט.
סטאלין ימ"ש וואלסטו אויך געלאזט רעדן?
נא באמת סטאלין וואס האט גע'הרג'ט איבער 100 טויזנט אידן הי"ד, אפשר פארגלייך אים צו היטלער.
איך זאג נישט אז ער איז א נישט קיין רשע, אבער איך מיין אריבער די לעוועל
אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 773
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 735

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך טראפקעלע »

יחוד יחוד האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 2:14 am
אנדערער האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 1:33 am
יחוד יחוד האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 6:01 pm

סאוי אפשר לוינט זיך יא צו אים לייגן אופן צימבל, זאל ער ארויף קומען מיט זיינע דרשות, לאמיר זעהן וואסערע לאקשן האט ער צו פארקויפן
אז ער גייט וויינען גייט קיינער נישט ווערן איבערגענומען
איך האב נישט קיין מורא אז ער גייט רעדן דברים של טעם וועגן דאס ווייסן מיר אלע אז ער האט ניקס,
אז ער זאגט אז ער איז גרייט איז עס זיין פראבלעם, וואס קאסט די טשאנס, עס איז נישט גוט פארן עולם אז זיי מאכן אזא מין רושם אז 75% איז שקר אפי' מען גלייבט זיי נישט, וועגן איך בין זיכער אז עס זענען דא אזעלכע תמימות'דיגע וואס גלייבן ליידער יא, און פארדעם שטיצן זיי די חברה מיט געלט.
סטאלין ימ"ש וואלסטו אויך געלאזט רעדן?
נא באמת סטאלין וואס האט גע'הרג'ט איבער 100 טויזנט אידן הי"ד, אפשר פארגלייך אים צו היטלער.
איך זאג נישט אז ער איז א נישט קיין רשע, אבער איך מיין אריבער די לעוועל
יעדער מיט זייערע מעגליכקייטן
אוועיטער
ראובי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 154
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 16, 2025 3:54 am
Location: קרית יואל
x 136

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ראובי »

יחוד יחוד האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 2:14 am
אנדערער האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 1:33 am
יחוד יחוד האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 6:01 pm

סאוי אפשר לוינט זיך יא צו אים לייגן אופן צימבל, זאל ער ארויף קומען מיט זיינע דרשות, לאמיר זעהן וואסערע לאקשן האט ער צו פארקויפן
אז ער גייט וויינען גייט קיינער נישט ווערן איבערגענומען
איך האב נישט קיין מורא אז ער גייט רעדן דברים של טעם וועגן דאס ווייסן מיר אלע אז ער האט ניקס,
אז ער זאגט אז ער איז גרייט איז עס זיין פראבלעם, וואס קאסט די טשאנס, עס איז נישט גוט פארן עולם אז זיי מאכן אזא מין רושם אז 75% איז שקר אפי' מען גלייבט זיי נישט, וועגן איך בין זיכער אז עס זענען דא אזעלכע תמימות'דיגע וואס גלייבן ליידער יא, און פארדעם שטיצן זיי די חברה מיט געלט.
סטאלין ימ"ש וואלסטו אויך געלאזט רעדן?
נא באמת סטאלין וואס האט גע'הרג'ט איבער 100 טויזנט אידן הי"ד, אפשר פארגלייך אים צו היטלער.
איך זאג נישט אז ער איז א נישט קיין רשע, אבער איך מיין אריבער די לעוועל
פארוואס פרובירסטו זיי צו פארטיידיגן און אראפשפילן זייער רשעות? וואס איז דיין מטרה? איך וויל באמת פארשטיין!
❤️‍🔥❤️‍🩹א פייער ברענט און הארץ פון א איד!!
בית הכנסת
פרישער באניצער
פאוסטס: 27
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 11:16 am
x 121

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בית הכנסת »

שמועות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 5:29 pm
ראובי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 3:12 pm
הכהן האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 12:13 pm א אינטערוויו מיט ר' נתן העלבראנץ
ער זאגט עטליכע מאל אז זײן טאטע האט נישט געהאט קיין קאנטראל אין די לעצטע יארן.

https://www.dropbox.com/scl/fi/if3z8en6 ... m6u1f&dl=0
I read the article and I'm totally confused. what is the real truth about שלמה העלבראנץ
דאס איז נישט קיין זאך וואס מ'קען רעדן אין פובליק
ווער ס'פארשטייט פארשטייט...
נישט אמת איך בין פינקט אזוי צימישט און איך וויל פארשטיין. און יא דאס דארף מען יא רעדן אין פאבליק צו ווארפן א קלארן ליכט איבערן גאנצן פרשה. שלמה איז פון די וויכטיגסטע ראלעס דא און עס ברויך אן אויסקלארונג
מכבי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 100
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 11:45 am
x 193

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מכבי »

טראפקעלע האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 1:06 am
סענס אף יומער האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 2:18 pm
הרב ותלמידו האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 2:03 pm איך האב געהערט פון א אינגערמאן וואס האט גערעדט די וואך צו משה חיים צבי מלכא און האט געהאט מיט אים א לענגערע שמועס.

חיים צבי האט אים געזאגט אז ער האט געהערט די גאנצע פאנעל וואס איז געווען דער פארגאנגענעם חול המועד, און ער טענה'ט אז 75 פראצענט פונעם פאנעל איז שקר וכזב די אנדערע 25 פראצענט איז לא מינהו ולא מקצתו..

רוב פונעם שמועס איז ח''צ מלכא געווען פארנומען צו זאגן אז אלעס פון די חול המועד show 'וויאזוי ער האט עס אנגערופן' איז שקר.

בין הדברים האט ער געזאגט אז נחמן האט בכלל נישט געוויסט וואסערע עסן מען האט געגעבן פאר זיין שוועסטער, נאר נחמן האט פשוט געבעטן מען זאל איר שיקן עסן פון די קאך, און ס'איז געווען א טעות און די קאך ווי מען האט אנגעגרייט די עסן... ער האט באשולדיגט די עסקנים אז זיי האבן איינגערעדט פאר מענדל לאווער אז נחמן האט געהארגעט זיין מאמע ווייל מענדל לאווער איז געווען דעמאלסט צו קליין און ער קען עס אפ' נישט געדענקן, ער האט באשולדיגט די עסקנים אין טראמעטייזן מענדל לאווער... און אים איינרעדן פאלטשע מעשיות וואס ער זאל פארציילן ברבים..
לאמיר פרובירן צו פונאנדערשיידן די חילוק צווישן שקר וכזב און לא מיניה ולא מקצתיה...

אינטערעסאנט נאר אז נחמן'ס שוועסטער און די לעווי ברודערס וואס האבן ניטאמאל קיין שייכות מיט די עסקנים האבן שוין פארציילט די מעשה מיט נחמן און זיין שוועסטער עטליכע יאר צוריק נאך פאר ס'האט עקזיסטירט עסקנים בכלל.

דא האסטו א סקרינשאט פון א יונגערמאן וואס האט זיך געטעקסט מיט חיים צבי און זיך אהערגעשטעלט אלס א תמימות'דיגער וואס וויל הערן זיין זייט אויכעט...

IMG_20250502_141538.jpg
זעט אויס אז דארט האט מען אנדערע ספעלונג כללים...
די זעלבע ספעלונג ווי אסאך אפגעשפארטע ניקס...

בילד
געווען א פיינע "שואה"
ומלאך רע בעל כרחו מודה!
קטןודל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 374
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 8:48 am
x 480

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קטןודל »

בית הכנסת האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 4:52 am
שמועות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 5:29 pm
ראובי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 3:12 pm

I read the article and I'm totally confused. what is the real truth about שלמה העלבראנץ
דאס איז נישט קיין זאך וואס מ'קען רעדן אין פובליק
ווער ס'פארשטייט פארשטייט...
נישט אמת איך בין פינקט אזוי צימישט און איך וויל פארשטיין. און יא דאס דארף מען יא רעדן אין פאבליק צו ווארפן א קלארן ליכט איבערן גאנצן פרשה. שלמה איז פון די וויכטיגסטע ראלעס דא און עס ברויך אן אויסקלארונג
קען זיין, אבער ערווארט עס נישט צו הערן פון א זון, וועמענס נאטירליכער אינסטינקט איז צו זעהן זיין פאטער אין א גוטן ליכט
אוועיטער
Media
פרישער באניצער
פאוסטס: 61
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 3:00 pm
x 144

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Media »

נקודות טובות האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 5:34 pm
מסתמא האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 3:40 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 2:50 pm שמועס איך נעכטן מיט א יונגערמאן, וואס האלט נישט אויס אז מהאט אריינגעברענגט דא יוצאים אין די מוסדות, "דאס אינגל קומט נעכטן אהיים אז זיין חבר פון די יוצאים האט אים דערציילט אז זיין ברודער איז שוין געווען א חתן ווען ער איז אנטלאפן, און די כלה איז שוין זינט דאן צוויי מאל חתונה געהאט..." ער ברויזט, אויף וועמענס אחריות אז דער בחורל וועט זיך נישט אמאל פאררעדן, אזוי נישט כאפנדיג, און אויפקלערן זיינע אומשולדיגע חברים?!
פרעג איך אים, צי ווייסטו וויפיל בחורים פון דיין יארגאנג זענען געווארן אויפגעקלערט און פארדארבן פון היימישע חברים וואס זענען קיינמאל פארדעם פון קרית יואל ארויס?

ער ווייסט נישט...

איך ווייס יא... אביסל, אבער גענוג... און זיין דאגה איז אז די בחורים וואס זענען אדורך דעם שואה און זענען נאך געבליבן געטריי צום רבוש"ע, זיי וועלן גאר אויפקלערן דיין בחור...

איך האב מער מורא אז די יוצאים זאלן נישט ווערן אויפגעקלערט פון די לאקאלע געגנסטערס רח"ל...

סוף דבר: יעדער וואס האט מורא אז זיינע קינדער זאלן נישט ווערן נשפע פון די צרות וואס די יוצאים זענען דורך, זאל וויסן אז אין זיינע מוסדות, ארום זיינע קינדער, דרייען זיך ליידער אסאך ערגערע גיפטיגע שלענג. פאקט. אלזא צוערשט סאלוו די עכטע פראבלעמען און נאכדעם וועלמיר רעדן פון דיינע ספק ספיקא'דיגע חשש בן בנו של חשש.

קען זיין אביסל שארף, אבער די בלוט איז מיר ארויף אין קאפ זעענדיג די מאס "דינייעל" אין וועלכע דער יונגערמאן וויקלט זיך ארום צו קענען שרייען אז די יוצאים זענען גאר די סכנה פאר זיינע קינדער.

ה' ישמור את עמו.
דינייעל??? הייליגע אכזריות באיצטלא דרבנן... כזוך נאך די ריכטיגע אויסדרוק און קללא אויף די הייליגע חוששים... אידיש בלוט גיסט זיך און דו שפעקולירסט... גיי ראטעווע לעבנס! קענסט נישט? כאטשיג שטער נישט!
העי העי! קום אראפ!

אחריות'דיגע עלטערן פראבירן צו אכט געבן ווי ווייט מעגליך מיט וועמען די קינדער פארברענגן, און פארשטייט זיך עינינו נשיאות לשמים בכל רגע ורגע. אבער עכ''ז, ווען מען רעדט פון בחורים וואס קיינער ווייסט נישט באמת וואס זיי זענען אריבער ביז אהער, געבט עס אן עקסטערע קיצל טראכטענדיג וויפיל פון זייער היסטאריע קען זיין שעדליך פאר אינגע מוחות.

די מציאות איז, פילע וואס זענען ארויס פון דארט זענען נישט אויף די סטאנדארט אידישקייט וואס איר וואלט געוואלט זעהן אייערע קינדער אויף. לאו דוקא מחללים שבת, אבער מען רעדט דאך דא פון א גיור פראסעס. ס'איז דא א מצוה פון ואהבתם את הגר, אבער דאס מיינט נישט אז איינער וואס איז זיך מגייר ביי די פופצען קען נישט זיין א פאטאנציאלע שאדן פאר תמימותדיגע קינדער. מיין פראבלעם איז נישט אז ער וועט אים מפנח זיין די רש''י וואס מען לאזט אויס. מיין פראבלעם איז אז איך ווייס נישט וואס צו ערווארטן. וואו נישט וואו טראגט ער א קופא של שרצים אונטער זיך ליידער.

אלענפאלס. מען דארף באמת פארשטיין ביידע צדדים. יעדע טאטע שיקט דאס קינד אין בית חינוך מיט א צאפלדיגע הארץ. מען ווייסט נישט מה יולד יום. ס'איז א פחד וואס טוט זיך אפ היינט. פון די אנדערע זייט דארף מען אבער וויסן אז ס'איז ב''ה דא א הנהלה רוחני וואס נעמט דאס אויך אין באטראכט, און וועלן זיכער נישט אננעמען א קינד ווי לאנג זיי זענען נישט הונדערט פראצענט אז אין אים ליגט נישט קיין סם. און אפילו שפעטער וועלן זיי אויך האלטן אן אויג.
גא''מ

א קינד פון א נאנטע משפחה מיינער איז געווען זייער טראמאטאזירט פון גיין אין חדר ווייל מ'האט אריינגערוקט דארט א יוצא לב טהור און דער יעניגער האט געווארפן א פחד אויף די קינדער...

נישט פארגעסן אז מ'לייגט זיי אריין אין אינגערע כתות ווייל זיי קענען נישט גיין העכער, ער איז געווען א כתה ה' עידזש אריינגערוקט אין כתה ג' און ער איז נאך א הויכער אויך.

ער האט געטיילט מכות, צובראכן ברילן פון א קינד וכו'

קיינער מיינט נישט דא קיין שלעכטס אבער ס'איז לכאורה נישט פראקטיש גלייך זיי אריינצוריקן אין א געהעריגע מוסד פאר מ'שטעלט זיי נישט אויף די פיס
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1466
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 4682

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

איך ריר מיר נישט קיין ברעקל פון מיין אויבן געברענגטע פאוסט.... א איד גייט אדורך א האלאקאוסט און דיין זון כאפט צובראכענע ברילן... נעבעך שעפעלע... ווי נישט אין רעאליטעט דארף מען זיין צו אפקילן דאס אהערברענגען יענע אידישע נשמות????? די מינדעסטע צעגערניש מיינט אז די קולט בלייבט אין קראפט!!!! קיינער גייט נישט נעמען דא קיין דריטע מהלך, סאיז אדער ברענגט מען זיי אהער אדער לאזט מען די האלאקאוסט אנגיין. איך בין נבהל ונשתומם פון די הארצלאזיגקייט. איך האב נישט די ווערטער. סיי וועלכע ווערטער געריכטעט אינעם ריכטונג פון נישט אהערברענגען די יוצאים באדייט א דירעקטע נתינת יד לפושעים. דאס באדייט ווייזן דעם רוקן צו דיין אידישע ברודער אינעם קאנצעטראציע לאגער!!!!

צו קלארמאכן. דא איז נישטא קיין דריטע מהלך, סאיז אלעס אין טעאריע לאנד. עס איז ’אדער ברענגט מען זיי אהער’ ’אדער לאזט מען די האלאקאוסט אנגיין’. טראכט גוט גוט צו דו ביסט נישט קאלט און סעלפיש אנשטאטן נוצן דיינע אידישע מידות און פשוטע חיוב ערבות. איך בין ערשטוינט פון די א”ג צד שני, עס איז נישטא!!!
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
חלום חלמתי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 450
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 692

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חלום חלמתי »

מסתמא האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 10:49 am איך ריר מיר נישט קיין ברעקל פון מיין אויבן געברענגטע פאוסט.... א איד גייט אדורך א האלאקאוסט און דיין זון כאפט צובראכענע ברילן... נעבעך שעפעלע... ווי נישט אין רעאליטעט דארף מען זיין צו אפקילן דאס אהערברענגען יענע אידישע נשמות????? די מינדעסטע צעגערניש מיינט אז די קולט בלייבט אין קראפט!!!! קיינער גייט נישט נעמען דא קיין דריטע מהלך, סאיז אדער ברענגט מען זיי אהער אדער לאזט מען די האלאקאוסט אנגיין. איך בין נבהל ונשתומם פון די הארצלאזיגקייט. איך האב נישט די ווערטער. סיי וועלכע ווערטער געריכטעט אינעם ריכטונג פון נישט אהערברענגען די יוצאים באדייט א דירעקטע נתינת יד לפושעים. דאס באדייט ווייזן דעם רוקן צו דיין אידישע ברודער אינעם קאנצעטראציע לאגער!!!!

צו קלארמאכן. דא איז נישטא קיין דריטע מהלך, סאיז אלעס אין טעאריע לאנד. עס איז ’אדער ברענגט מען זיי אהער’ ’אדער לאזט מען די האלאקאוסט אנגיין’. טראכט גוט גוט צו דו ביסט נישט קאלט און סעלפיש אנשטאטן נוצן דיינע אידישע מידות און פשוטע חיוב ערבות. איך בין ערשטוינט פון די א”ג צד שני, עס איז נישטא!!!
מיז מען זיי אריינלייגן אין מוסדות די ערשטע חודש זיי זענען דא?
איך און מיך
פרישער באניצער
פאוסטס: 47
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 4:16 pm
Location: נעבן א קאמפוטער
x 222

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך איך און מיך »

Media האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 10:40 am
נקודות טובות האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 5:34 pm
מסתמא האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 3:40 pm

דינייעל??? הייליגע אכזריות באיצטלא דרבנן... כזוך נאך די ריכטיגע אויסדרוק און קללא אויף די הייליגע חוששים... אידיש בלוט גיסט זיך און דו שפעקולירסט... גיי ראטעווע לעבנס! קענסט נישט? כאטשיג שטער נישט!
העי העי! קום אראפ!

אחריות'דיגע עלטערן פראבירן צו אכט געבן ווי ווייט מעגליך מיט וועמען די קינדער פארברענגן, און פארשטייט זיך עינינו נשיאות לשמים בכל רגע ורגע. אבער עכ''ז, ווען מען רעדט פון בחורים וואס קיינער ווייסט נישט באמת וואס זיי זענען אריבער ביז אהער, געבט עס אן עקסטערע קיצל טראכטענדיג וויפיל פון זייער היסטאריע קען זיין שעדליך פאר אינגע מוחות.

די מציאות איז, פילע וואס זענען ארויס פון דארט זענען נישט אויף די סטאנדארט אידישקייט וואס איר וואלט געוואלט זעהן אייערע קינדער אויף. לאו דוקא מחללים שבת, אבער מען רעדט דאך דא פון א גיור פראסעס. ס'איז דא א מצוה פון ואהבתם את הגר, אבער דאס מיינט נישט אז איינער וואס איז זיך מגייר ביי די פופצען קען נישט זיין א פאטאנציאלע שאדן פאר תמימותדיגע קינדער. מיין פראבלעם איז נישט אז ער וועט אים מפנח זיין די רש''י וואס מען לאזט אויס. מיין פראבלעם איז אז איך ווייס נישט וואס צו ערווארטן. וואו נישט וואו טראגט ער א קופא של שרצים אונטער זיך ליידער.

אלענפאלס. מען דארף באמת פארשטיין ביידע צדדים. יעדע טאטע שיקט דאס קינד אין בית חינוך מיט א צאפלדיגע הארץ. מען ווייסט נישט מה יולד יום. ס'איז א פחד וואס טוט זיך אפ היינט. פון די אנדערע זייט דארף מען אבער וויסן אז ס'איז ב''ה דא א הנהלה רוחני וואס נעמט דאס אויך אין באטראכט, און וועלן זיכער נישט אננעמען א קינד ווי לאנג זיי זענען נישט הונדערט פראצענט אז אין אים ליגט נישט קיין סם. און אפילו שפעטער וועלן זיי אויך האלטן אן אויג.
גא''מ

א קינד פון א נאנטע משפחה מיינער איז געווען זייער טראמאטאזירט פון גיין אין חדר ווייל מ'האט אריינגערוקט דארט א יוצא לב טהור און דער יעניגער האט געווארפן א פחד אויף די קינדער...

נישט פארגעסן אז מ'לייגט זיי אריין אין אינגערע כתות ווייל זיי קענען נישט גיין העכער, ער איז געווען א כתה ה' עידזש אריינגערוקט אין כתה ג' און ער איז נאך א הויכער אויך.

ער האט געטיילט מכות, צובראכן ברילן פון א קינד וכו'

קיינער מיינט נישט דא קיין שלעכטס אבער ס'איז לכאורה נישט פראקטיש גלייך זיי אריינצוריקן אין א געהעריגע מוסד פאר מ'שטעלט זיי נישט אויף די פיס
כווייס אז מען גייט מיך פארשרייען אבער איך מוז דיך געבען גערעכט

פונקט ווי נישט יעדער קינד פון סיי וועלכער צופליקטע משפחה קען אריינקומען אין אונזערע מוסד כאטש וואס דאס קינד און אפילו די עלטערן זענען אומשילדיג
אזוי אויך זיי גיהערען נישט אין אונזער מוסדות סיידן מען איז עס מסדר אויף עפעס א אופן אזוי ווי א ספעציעלע משגיח אדער עפעס ענדליך
איך בין מיך און דו בלייב דו
און ווער ס'מיינט אז איך מיין נישט איהם מיין איך אז איך מיין דווקא יא איהם
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1466
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 4682

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 11:00 am
מסתמא האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 10:49 am איך ריר מיר נישט קיין ברעקל פון מיין אויבן געברענגטע פאוסט.... א איד גייט אדורך א האלאקאוסט און דיין זון כאפט צובראכענע ברילן... נעבעך שעפעלע... ווי נישט אין רעאליטעט דארף מען זיין צו אפקילן דאס אהערברענגען יענע אידישע נשמות????? די מינדעסטע צעגערניש מיינט אז די קולט בלייבט אין קראפט!!!! קיינער גייט נישט נעמען דא קיין דריטע מהלך, סאיז אדער ברענגט מען זיי אהער אדער לאזט מען די האלאקאוסט אנגיין. איך בין נבהל ונשתומם פון די הארצלאזיגקייט. איך האב נישט די ווערטער. סיי וועלכע ווערטער געריכטעט אינעם ריכטונג פון נישט אהערברענגען די יוצאים באדייט א דירעקטע נתינת יד לפושעים. דאס באדייט ווייזן דעם רוקן צו דיין אידישע ברודער אינעם קאנצעטראציע לאגער!!!!

צו קלארמאכן. דא איז נישטא קיין דריטע מהלך, סאיז אלעס אין טעאריע לאנד. עס איז ’אדער ברענגט מען זיי אהער’ ’אדער לאזט מען די האלאקאוסט אנגיין’. טראכט גוט גוט צו דו ביסט נישט קאלט און סעלפיש אנשטאטן נוצן דיינע אידישע מידות און פשוטע חיוב ערבות. איך בין ערשטוינט פון די א”ג צד שני, עס איז נישטא!!!
מיז מען זיי אריינלייגן אין מוסדות די ערשטע חודש זיי זענען דא?
אקעי די צווייטע. כאפ אז סאיז נישט רעלעוואנט. בס”ה גייען די חששות מאכן אז זיי זאלן זיך נישט קענען סעטלען דא און נאכדעם איז זייער רוחניות און גשמיות אויף דיין פיקל. נישט אלץ האט מען די רעכט צו שוקל זיין די קאנצעקווענסן. ויותר מזה דאס גייט אפשטעלן די איבעריגע פון ארויסקומען און די האלאקאוסט וועט ווייטער אנגיין. איך קען נישט פארשטיין ווי א איד ברענגט אפילו ארויף סיי וועלכע חשש אויף די ליפן ווען די תוצאות דערפון גייען זיין איום ונורא. לאז ראטעווען! בעצם דארפסטו ווען בפועל טון, אז דו קענסט נישט, זיי כאטשיג שטיל.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1466
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 4682

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

איך און מיך האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 11:05 am
Media האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 10:40 am
נקודות טובות האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 5:34 pm

העי העי! קום אראפ!

אחריות'דיגע עלטערן פראבירן צו אכט געבן ווי ווייט מעגליך מיט וועמען די קינדער פארברענגן, און פארשטייט זיך עינינו נשיאות לשמים בכל רגע ורגע. אבער עכ''ז, ווען מען רעדט פון בחורים וואס קיינער ווייסט נישט באמת וואס זיי זענען אריבער ביז אהער, געבט עס אן עקסטערע קיצל טראכטענדיג וויפיל פון זייער היסטאריע קען זיין שעדליך פאר אינגע מוחות.

די מציאות איז, פילע וואס זענען ארויס פון דארט זענען נישט אויף די סטאנדארט אידישקייט וואס איר וואלט געוואלט זעהן אייערע קינדער אויף. לאו דוקא מחללים שבת, אבער מען רעדט דאך דא פון א גיור פראסעס. ס'איז דא א מצוה פון ואהבתם את הגר, אבער דאס מיינט נישט אז איינער וואס איז זיך מגייר ביי די פופצען קען נישט זיין א פאטאנציאלע שאדן פאר תמימותדיגע קינדער. מיין פראבלעם איז נישט אז ער וועט אים מפנח זיין די רש''י וואס מען לאזט אויס. מיין פראבלעם איז אז איך ווייס נישט וואס צו ערווארטן. וואו נישט וואו טראגט ער א קופא של שרצים אונטער זיך ליידער.

אלענפאלס. מען דארף באמת פארשטיין ביידע צדדים. יעדע טאטע שיקט דאס קינד אין בית חינוך מיט א צאפלדיגע הארץ. מען ווייסט נישט מה יולד יום. ס'איז א פחד וואס טוט זיך אפ היינט. פון די אנדערע זייט דארף מען אבער וויסן אז ס'איז ב''ה דא א הנהלה רוחני וואס נעמט דאס אויך אין באטראכט, און וועלן זיכער נישט אננעמען א קינד ווי לאנג זיי זענען נישט הונדערט פראצענט אז אין אים ליגט נישט קיין סם. און אפילו שפעטער וועלן זיי אויך האלטן אן אויג.
גא''מ

א קינד פון א נאנטע משפחה מיינער איז געווען זייער טראמאטאזירט פון גיין אין חדר ווייל מ'האט אריינגערוקט דארט א יוצא לב טהור און דער יעניגער האט געווארפן א פחד אויף די קינדער...

נישט פארגעסן אז מ'לייגט זיי אריין אין אינגערע כתות ווייל זיי קענען נישט גיין העכער, ער איז געווען א כתה ה' עידזש אריינגערוקט אין כתה ג' און ער איז נאך א הויכער אויך.

ער האט געטיילט מכות, צובראכן ברילן פון א קינד וכו'

קיינער מיינט נישט דא קיין שלעכטס אבער ס'איז לכאורה נישט פראקטיש גלייך זיי אריינצוריקן אין א געהעריגע מוסד פאר מ'שטעלט זיי נישט אויף די פיס
כווייס אז מען גייט מיך פארשרייען אבער איך מוז דיך געבען גערעכט

פונקט ווי נישט יעדער קינד פון סיי וועלכער צופליקטע משפחה קען אריינקומען אין אונזערע מוסד כאטש וואס דאס קינד און אפילו די עלטערן זענען אומשילדיג
אזוי אויך זיי גיהערען נישט אין אונזער מוסדות סיידן מען איז עס מסדר אויף עפעס א אופן אזוי ווי א ספעציעלע משגיח אדער עפעס ענדליך
דאס מיינט אז דו כאפסט נישט וואס לב טמא איז און וואספארא אויסנאם דא איז און וואספארא חיוב הצלה עס ליגט אויף ’דיר’. ויותר מזה איך קויף נישט אז דיין מוסדות מעג אפזאגן קינדער פון צובראכענע משפחות. עס איז דיני נפשות ממש.

איך ווינטש ענק אלע [נישט] צו זיצן אויפן הצלה באנק און שפירן דעם אייז קאלטן רוקן - סארי פאר מיין אויסברוך, די סעלפישקייט איז מבהיל, איום ונורא.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
Media
פרישער באניצער
פאוסטס: 61
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 3:00 pm
x 144

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Media »

מסתמא האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 10:49 am איך ריר מיר נישט קיין ברעקל פון מיין אויבן געברענגטע פאוסט.... א איד גייט אדורך א האלאקאוסט און דיין זון כאפט צובראכענע ברילן... נעבעך שעפעלע... ווי נישט אין רעאליטעט דארף מען זיין צו אפקילן דאס אהערברענגען יענע אידישע נשמות????? די מינדעסטע צעגערניש מיינט אז די קולט בלייבט אין קראפט!!!! קיינער גייט נישט נעמען דא קיין דריטע מהלך, סאיז אדער ברענגט מען זיי אהער אדער לאזט מען די האלאקאוסט אנגיין. איך בין נבהל ונשתומם פון די הארצלאזיגקייט. איך האב נישט די ווערטער. סיי וועלכע ווערטער געריכטעט אינעם ריכטונג פון נישט אהערברענגען די יוצאים באדייט א דירעקטע נתינת יד לפושעים. דאס באדייט ווייזן דעם רוקן צו דיין אידישע ברודער אינעם קאנצעטראציע לאגער!!!!

צו קלארמאכן. דא איז נישטא קיין דריטע מהלך, סאיז אלעס אין טעאריע לאנד. עס איז ’אדער ברענגט מען זיי אהער’ ’אדער לאזט מען די האלאקאוסט אנגיין’. טראכט גוט גוט צו דו ביסט נישט קאלט און סעלפיש אנשטאטן נוצן דיינע אידישע מידות און פשוטע חיוב ערבות. איך בין ערשטוינט פון די א”ג צד שני, עס איז נישטא!!!
ברענג זיי אהער און שטעל זיי אויף די פיס... שיקן אין חדר גייט זיי בכלל נישט אויסמענטשלען און נארמאלעזירן

זיי זיצן אין א קלאס מיט 30 קינדער און די מלמדים ווייסן ניטאמאל וויאזוי מ'נעמט קעיר פון אזא בריאה

די קינדער דארפן חדשים און יארן טעראפי, אריינלייגן אין א קלאס מיט קינדער איז לכאורה זייער געזונט פאר זיי אבער מ'דארף וואטשן וואס מ'טוט.
שרייב פאוסט