פרישע קלאס פון טרעינונג
אין די יעצטיגע טעג האט 'מצילי אש' ב"ה געגרייכט אן אפמאך מיט א ספעציעלע פייער אפרעישנס טרעינער, וואס איז א הויך-ראנגיגער פייער לעשער שוין פילע יארן, און בנוסף צו זיין דינסט אלץ פייער לעשער דינט ער אויך אלץ א לייסענסט אינסטראקטער אויסצולערנען די פאך פון פייער פייטונג.
ער אדורגעגאנגען מיט די באורד פון 'מצילי אש' אלע דעטאלן צו פארשטיין אונזער ציל און אונזער קאמיוניטי, און מ'האט צוזאמגעשטעלט א אייגענארטיגע ליסט וואס מ'גייט בס"ד דרוך לערנען אין די קומענדיגע תקופה.
מ'האפט אנצוהייבן די טרענונג גאר בקרוב, צוערשט וועט מען זיך טרעפן מיט די אינסטראקטער וואס דאס ווערט אנגערופן 'אריענטעשן', און דאן גלייך נאך פסח וועט מען אנהייבן די טרעינונג וואס וועט פארקומען צוויי מאל א חודש, די טרעינונג וועט בעיקר פארקומען אין א לאקאל אין מאנסי, און ס'וועט אויך אריינעמען אין זיך פולע טרענונגען וואס מ'וועט זיך דארפן לערנען פיזיש אויף פייערן, דאן וועט מען אראפארן צו א טרעינונג סענטער דאס אויסצופירן.
די אנהייב פון א פרישע קלאס ברענגט א פרישע געלעגענהייט פאר אינגעלייט זיך אנצושליסן, און אין די טעג שרייבן זיך איין נאך אינגעלייט צו דינען אלץ מעמבערס.
אזוי אויך האט מען מפרסם געוועהן אז צוליב די וואוקס פון קאלס זוכט מען צו אויפנעמען עטליכע צו סערווירן דעם ציבור אלץ דיספעטשערס, די באורד גייט איבער אלע פרטים פון די איינגעשריבנע, און זענען מסדר אלע ענינים על צד היותר טוב.
זיצונג מיט די רעגירונגס באאמטע
און א פרישע טריט צו פארשטערקערן די קשרים מיט די ערוויילטע באמטע, און צו באקומען די נויטיגע הילף פון די רעגירונג, אז מ'זאל קענען סערווירן די ציבור מיט די ריכטיגע צוזאמארבעט, איז אפגעהאלטן געווארן א מיטונג אין די טאון האול, מיט די טאון סופערווייזער מייקל ספעקט, און זיין טשיעף אוו סטעף מרת מאנטעל, און ווי אויך מיט די טשיעף פון די פאליס דעניעל היימאן, צוזאמען מיט די הנהלה פון מצילי אש.
די מיטונג איז ב"ה געווען גאר פראדוקטיוו, און די באמטע האבן קלאר ארויסגעברענגט אז זיי פארשטייען די צרכים פון אונזער היימישע ציבור, צווישן די אויסצאגן פון די מיטונג איז געווען ווען די טשיעף האט מסביר געווען אז אונז - די פאליס און אלע ארגאנאזאציעס אין אונזער געגענט, צוזאמען מיט מצילי אש - זענען דא פאר איין סיבה צו העלפן די קאמיוניטי, און מ'דארף טאקע זען צו קענען ארבעטן צוזאמען, צו קענען דינען דעם ציבור אלץ בעסער און בעסער.
און ווי שטארק האט זיך געהערט די ווערטער פון די טאון סופערווייזער ווען ער האט געזאגט אז די פאקט אז די קאל וואליום פון מצילי אש איז היפש איבער הונדערט-פופציג קאלס א חודש, דאס ווייזט אז די ציבור זיכט אונז, זיי האבן דאך אויפגעהויבן דעם טעךעפאון און גערופן מצילי אש, מיינט דאס אין אנדערע ווערטער אז די ציבור האט בוחר געווען אין אונז, און די טאון איז פארפליכטעט צוצושטעלן פאר דעם ציבור זייערע געברויכן.
די מיטונג האט זיך געענדיגט מיט גאר א גוטע שטימונג אויף צו ממשיך זיין די קשר, און צו זען וואס מ'קען ווייטער טוען צו די הצלחה פון מצילי אש לטובת די איינוואוינער.
קרישקעלעך
א מערקווידיגע קאל איז געווען אין די לעצטיגע חדשים, ווען א איד האט אריינגערופן אז ער שמעקט פייער און ס'דאכט זיך אים אז ער זעט רויעך, ווען די מעמבערס זענען אנגעקומען האבן זיי פעסטגעשטעלט אז די רויעך קומט פון די בעיסמענט, ביים אריינגיין אין די בעיסמענט האט זיך אנטפלעקט אז די בעיסמענט איז פיל מיט רויעך, אבער מ'האט נישט געקענט זען קיין שום סיבה וואס זאל מאכן די רויעך.
היות מ'האט נישט געזען קיין שום זאך וואס זאל ארויסגעבן די רויעך, האט מען זיך באנוצט מיט די ספעציעלע TIC קעמרע וואס טרעפט ווי ס'איז דא היץ, די איינציגסטע פלאץ ווי ס'איז געווען היץ איז געווען א ווייער וואס איז אריין אין א פלאץ וואס מ'האט נישט געהאט דערצו קיין צוטריט פון די בעיסמענט, מ'איז ארומגעגאנגען אינדרויסן פון די הויז און מ'האט געזען אז דארט איז דא א קליינע קלאזעט פאר די ספרינקלער סיסטעם, און דארט איז געווען א היטער וואס האט זיך איבערגעהיצט און האט פאקטיש אנגעהויבן ברענען, די מעמבערס האבן פלינק פארלאשן די פייער, און באוויזן ארויסצונעמען די היטער פון די שטוב אן צו שעדיגן די וואסער סיסטעם אדער עפעס קאליע מאכן אינעם הויז.