יאנטשי האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 13, 2025 4:59 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 13, 2025 3:23 pm
► Show Spoiler
יאנטשי האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 13, 2025 12:32 pm
עס מאכט טאקע נישט קיין סענס וואס דא גייט פאר.
אין אנהייב איז די שמועס געגאנגען אז יעדער וועט בעטן $300 פער נעט ס"פ, נאר היות רב עקיבא הערש האט זיך צוגעשטעלט מרצונו הטוב און ער האט שוין אלע נויטיגע פערמיטן וכדו' ממילא מעג ער בעטן מער ווי דעם. און דאס איז געווען די הסבר פארוואס די ועד הדירות קומען נישט ארויס מיט קיין קלארשטעלונג אויף וואס מען קען בעטן.
למעשה יעצט, יעדער בעט גראוס ס"פ, און די פראבלעם איז אז עס איז בכלל נישט קלאר וואס ווערט אריינגערעכענט אין דעם, שמועות און לשון הרע ווערן אויף פארקויפט פאר גוט געלט.
פארוואס איז נישט דא קיין קלארקייט? קען מען בכלל טשעלענדשן ווען איינער זאגט א סכום פון ס"פ וואס דו דארפסט צאלן אויף א דירה?
ענדערש זאל מען קענען בעטן $325 א ס"פ אבער נאר נעט, אזוי ווייסט מען וואס מען באקומט.
@דער תהלים איד
דו מישסט לכאורה אויס 2 אנדערע זאכן.
ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין רעדע פון נעט סקווער פיס, ווייל ווען מ'האט גערעכנט די עקספענסעס פון בויען האט מען גערעכנט "בילדעבל" סקווער פיס. דאס רופט זיך גראסס, און דאס רעכנט נישט אריין קיין פארטש אדער פארקינגס, נאר אלעס וואס איז "אינעם פאנדעישן".
אזוי האט מען אויך גערעכנט אין קרית יואל די לעצטע לאנגע יארן, ביי די וואס האבן בכלל געפרייזט לויט סקווער פיס.
אזויפיל איז יא געווען, אז די ועד הדירות איז נישט געווען צופרידן פון דעם אז מען רעכנט אויך די בעיסמענט אלס קאמאן עריע, זיי האבן גע'טענה'ט אז זיי האבן פארשטאנען אז קאמאן עריע איז נאר די שעירד סטעפס. האט מען זיך אראפגעזעצט ביין רבי'ן, און ס'איז געבליבן אז היות די בעיסמענט קאסט למעשה ביליגער דאס בויען אין פארשידענע נקודות, גייט מען רעכענען פאר'ן בעיסמענט 6%, כאטש אין גרויסקייט איז עס 10%.
וואס דו רעדסט אז שכונת ויואל משה האט באקומען א וועריענט פונעם רבי'ן ווייל ער האט אראפגעלאזט די פרייזן מרצונו הטוב, איז דאס בעטן טייערער פאר אידן פון וומסב"ג. לכאורה האסטו געמישט מיט דעם. דער רבי האט כ"ו אב ארויסגעדרוקט אז די ביליגע פרייז גייט זיין פאר תושבי קרית יואל. פאר וומסב"ג האט ער למעשה ארויסגעלייגט זיין פרייז $345, אויך פיל ביליגער ווי די פרייז האט געהאלטן.
ואגב, כ'מיין אז ער האט געהאט אסאך טענות דערויף פון וומסב"ג'ע אידן און קהל'ישע טאטעס, און פאר רוב דירות בעט ער שוין די זעלבע פרייז פאר וומסב"ג, $300 א ס"פ.
זייער שיין, זאגסט אז מען רעכענט נישט די פארטש, גארנישט אדער ווייניגער ווי 300/ספ? (אגב א פארטש קאסט אויך היבש, אפשר וואלט די פרייז געדארפט לויפן עקסטער אויף די דירה און עקסטער אויפן פארטש)
פארוואס קומט נישט די ועד ארויס מיט די פאקטן, וואס מען רעכנט יא און נישט? רוב מענטשן מיינען אז מען רעכענט יא אריין די אלע זאכן. עס וואלט געווען א שטארקע זאך.
אפסקעיל רעכנט גארנישט פאר'ן פארטש. (און כ'מיין אז קיינער אין קרית יואל רעכנט נישט, עכ"פ ביז איילענד טיים).
ביסט גערעכט אז די פארטש קאסט, אבער די סיידוואק קאסט אויך... די איידיע איז אז יעדער דעוועלאפער ווען ער מאכט זיינע עקסעל שיעטס, נעמט ער צוזאם אלע קאסטן אין איין שאפינג בעג, און ער צוטיילט עס פער סקווער פיס פונעם בנין.
און די זעלבע האט דער ועד הדירות געטון ביים רעכענען די קאסט פון בויען.
אויב געדענק איך גוט האב איך מיט אנדערטהאלבן יאר צוריק דא געשריבן אז אויב ר' עקיבא הערש גייט אראפגיין צו $300 איז ער א מאבד עצמו לדעת, ווייל די וואס רייסן אראפ גייען ווייטער טרעפן וואו אראפצורייסן, שלעכטע מענטשן ווערן נישט גוט, און קאנספראציע טעאריקער ווערן נישט רעאליסטיש...
ווען האב איך געזען אז איך בין גערעכט געווען? ווען כ'האב אנגעהויבן הערן די ניגונים אז מ'האט געהעכערט די סקווער פיס, מ'האט גרעסער געמאכט די דירות, און אלע ענליכע בלא בלא טעאריעס וואס וואקסן ווי שוועמלעך... און ס'ווערט אפילו פארקויפט דורך אזעלכע וואס קוקן אויס ווי גדולים וטובים, און יעדער קויפט עס ווייל ס'נישט דא קיין סיבה פארוואס נישט צו קויפן... (די רחמנות איז נאר אויף די וואס קויפן טאקע נישט א דירה אדאנק דעם).
דאונט געט מי ראנג, איך זאג נישט אז ער האט דערלייגט פון אויפגעבן די מיליאנען רווחים. ער האט אסאך פארדינט, אויף יענע וועלט. ס'איז בכלל נישט שייך דאס צו מסביר זיין, אזא ביזנעס'דיגע זעלבסטמארד איז שוין נישט פארגעקומען פאר דעקעידס.
איך האב עס נאר געזאגט אז אויב זאל ער עס טון כדי צו יוצא זיין די פאשקעווילן ליבהאבער, איז עס א מיסטעיק.