איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

שמועסן ארום דעם טישל אויף א לייכטערן אופן
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2459
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 8317

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך בודקע »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג מערץ 10, 2026 12:17 am
בודקע האט געשריבן: דינסטאג מערץ 10, 2026 12:14 am שלום וברכה! שפירט אייך היימיש דא, ווי ביים טאטן אויפן טיש.
ניין!!! לויט ר' יום טוב עהרליך איז עס זייער שרעקעדיג...
מען זאגט נאך בשמו אז ווען מען גייט אויפן טיש מיינט דער ברודער אז ער איז א חלה, און לייגט ארויף א חלה דעקל אויף אים, און ווען דער טאטע קומט אהיים און מאכט המוציא...
😱
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
aitch
פרישער באניצער
פאוסטס: 56
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 6:34 pm
x 90

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך aitch »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:02 pm
ChatGPT האט געשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 10:57 am
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג מערץ 08, 2026 11:31 pm שרייבענדיג היינט איבער די כומעני, חאמינאי, כאמאנאעי, וכו' וכו', ווי יעדע שטיק צייט וועקט זיך אויף א צווייטער אויבער חכם וואס אנדעקט אמעריקע אז כומעני איז שוין געשטארבן באלד פופציג יאר צוריק, און דער היינטיגער הייסט חכחאעאמיעאיניאעי. האב איך מיר דערמאנט אז ס'פאני ווי עס וואקסן כסדר אונטער פרישע דורות, און יעדער מיינט אז ער האט אנדעקט אמעריקע.

לדוגמה דער אויבער חכם ווייטס צו זאגן אז ל"ג בעומר איז בכלל נישט רבי שמעון'ס יארצייט, ווייל אזוי שרייבט דער חיד"א. ווידער דער ידען ווערט געוואר איבער די שערוריה פון די פיוט מכניסי רחמים, דער מהר"ל מיט'ן חתם סופר. און דער אויפגעקלערטער ווערט געוואר פון די ארי נוהם און רבי משה די ליאון.

דור הלך ודור בא והארץ לעולם עמדת. ומה שהיה הוא שיהיה. אינגעלע, ס'איז אקעי. האסט נישט אנדעקט אמעריקע. איך האב די אלע זאכן שוין געוויסט אלץ בחור'ל. ס'איז אקעי.
איך כאפ נישט וואס פונקטליך איז פאני דא. די איינציגסטע פאני זאך דא איז די אויסדריק "איך האב די אלע זאכן שוין געוויסט אלץ בחור'ל"
דו [געבוירן תש"כ] ביסט עס געוואויר געווארן אלס בחור [תשל''ה] און יענער [געבוירן תש''ע] איז עס פונקט אזוי געוואויר געווארן אלס בחור [תשפ''ה].

ביי מיר אין ביהמ''ד דרייט זיך עפעס א שיילער בלויז 10 יאר עלטער פון מיר און הערט נישט אויף צו סקירן וואס אלס ער ווייסט. ער געדענק פונקטליך ווער סהאט זיך ג'גט אין די מ' יארן, און ווען סעלקא האט נאך פארקויפט היטן. און איך דארף אים שוין ארויפקוקן. ווען איך פרעג אים עפעס א נייעסל וואס איז עלטער פון מיר געט ער אזא קוק, האלאו ווען ביטו געבוירן....

עניוועי. פארפארן פון די נושא. זעהסט א בחור'ל וואס זיכט צו דערשנאפן און וויסן אביסל מער ווי ווער ס'האט געכאפט פעטש אין ראדני תשס''ד, אדער אין באבוב ס''ו. ער פילט זיך גוט אז ער ווייסט און זיכט מער ווי סתם בחורים זיין עיזש, מאך אים גוט פילן. יעדער ידען און חוקר האט אזוי אנגעהויבן, אולי זה הקטן גדול יהי'.
און יא, ס'קומט אים א קאמפלימענט אז ער האט (נישט) אנטדעקט אמעריקע.
ווי @חלום חלמתי זאגט. איך שעץ זייער דער בחור'ל וואס זוכט נאלידזש. פארקערט, אויב איז דא עפעס מיט וואס איך קען אים העלפן וואלט איך אים גערן געהאלפן. מיר שטערט אז איינער ווייסט צו זאגן וועגן מכניסי רחמים? אדרבה! זאל יעדער וויסן!

איך רעד פון די קאנפידענס מיט וואס מאנכע קומען ווי כאילו זיי האבן אנדעקט אמעריקע. עס צוויי טויזענט יאר זייט רבי שמעון בר יוחאי, און ער איז זיכער אז ער איז דער ערשטער זיך צו דערוויסן איבער די פולמוס הזהר.... אינגעלע טייערע, איך האב דאס געוויסט נאך בעפאר מען האט פראדעצירט דיינע ווינדלען.... און מיין זיידע האט דאס געוויסט נאך בעפאר מען האט פראדעצירט מיינע ווינדלען.... דאס איז אלעס עלטער ווי אלט, און עס איז גארנישט קיין חידושים. ס'איז אקעי. זיי מיר נישט קיין שיילער. (דאס ערשטע מאל איך זע די ווארט, איך האף איך ניץ עס גוט...)

ווילסט נאלידזש? בי מיי געסט. אדרבה ואדרבה. אבער גיי נישט ארום דערציילן אז עס איז דא עפעס א ספר ארי נוהם ווי כאילו דו ביסט דער ערשטער וואס ווייסט צו זאגן דערפון. יאך האב דעם ספר דורכגעלערנט נאך איידער דו האסט געהייסן גרינשפאנהאווער. דו ביסט נאך געווען דעמאלטס אין דיין פריערדיגע גלגול אין די מיטעלע פופציגער יארן... דו האסט נאך דאן געהייסן קערנקרעפטיגער... טשיל! (אגב, איך בין נישט אזוי אלט. איך מיין נאר די געדאנק...)

און די זעלבע מיט ל"ג בעומר. ער האט אנדעקט אז רבי שמעון איז נישט אוועק ל"ג בעומר. די וועלט ווייסט פשוט נישט. די וועלט איז זיך טועה. ער שפירט אז ס'איז וויכטיג צו גיין אויפקלערן דעם עולם, אז עכט איז נישט היינט רבי שמען'ס יארצייט. לחיים! יישר כח!

עני וועי, טאמער דו פארשטייסט נישט וואס איך מיין האסטו בפשטות נאך נישט אנגעטראפן אזא יאקל.

(אגב, צוזאמנשטעלן די פולמוס מכניסי רחמים, מיט פעטש אין ראדני איז עפעס וואטעווער... איך זאל מאכן א בחור'ל גוט פילן ווייל ער טוט פארש ארבעט איבער ווער עס האט געשלאגן אין ראדני? פארוואס? וואס פונקטליך איז די שוויות פון די אינפארמאציע? סתם לשון הרע און מחלוקת? וואס ברענגט עס אים? דאס איז נישט קיין נאלידזש אדער חכמה. מכניסי רחמים יא, און פעטש אין באבוב נישט)
שוין צום צווייטן מאל ביזי מיט ביקורת הזוהר
ביליגעזייטלעךצו מאכןשמחהצעטלעךוכו'

שרייב פאוסט