כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2437
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 5760

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

לעבער אייער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 2:04 am ביטע אויב קען על פי תורה ארויף קומען מסביר זיין וואס עס איז געווען היינט ווען לב טמא האט צוריק באקומען א משפּחה
א דאנק
ביז @על פי תורה קומט אריין וועל איך זאגן וואס איך פארשטיי אז די פארשוינען וואס זענען גרייט צו געבן פולע קאסטעדי פאר א גויאישע משפחה וועלכע נעמען אריין די קליינע קינדער צו זיך אינדערהיים און שיקן אין א גויאישע שולע, די קענען ארויסנעמען די קינדער אן די עסקנים. און נעבעך עס איז ליידער דא ווער עס טוט עס. אבער עס איז א מיעוט לויט ווי איך פארשטיי.
אוועיטער
סענס אף יומער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 116
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 992

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

@שווערמער נעטפרי לאזט מיך עפעס עפעס נישט ציטירן דיין פאוסט, שרייב איך עס דא.

כ'האב זייער קלאר געליינט די דין ודברים ביז אהער, און כ'האב דיר זייער קלאר געענטפערט. פארגלייכן קאשוי חומרות צו לב טהור א.ג. 'חומרות' איז א ליצנות און בערך ווי פארגלייכן א שירעם צו א סטראבערי.

כ'ווייס נישט פארוואס דו זאגסט איבער די זעלבע זאך ווען כ'האב דיר שוין זייער קליפ און קלאר געענטפערט. אין לב טהור איז נישט געווען צוויי באזונדערע זאכן פון 'חומרות' און 'פייניגונגען' ווי דו צוטיילסט עס, אלע פייניגונגען זענען געקומען פארשלייערט בתורת 'חומרות' און די אלע 'חומרות' זענען געווען פשוט'ע פייניגונגס מיטלען. און ניין, זיינע חומרות זענען 'נישט' געווען קיין 'גוטע' זאכן, ס'איז געווען א בלויזע קאווער-אפ אויף אלע תיקונים און פייניגונגען. קלאר?

יעצט ליין איבער וואס דו שרייבסט מיר צוריק, און זעה ווי דו זאגסט פלעין איבער נאכאמאל די זעלבע זאך וואס כ'האב דיר שוין געענטפערט.
געטטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:48 pm
x 358

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך געטטער »

.
פיילס
lev tahor.PNG
צום טיש
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מערץ 05, 2025 2:12 pm
x 21

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך צום טיש »

גארנישט האט געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2025 4:49 pm
צום טיש האט געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2025 4:18 pm
גארנישט האט געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2025 8:48 pm איך האב געוואלט אויסשמועסן א נקודה וואס איך האב נאכנישט געזען אנמערקן,

די תשובה איז זייער פשוט,
אויב שלאגט מען אידן צוליב די חומרות מען הרגעט און מען רצחעט האט דאס נישט מיטן אייבערשטן און די רגע עס האט נישט מיטן אייבערשטן איז עס ריין רשעות פון א' ביז ת' נישט משנה אויב זיי האבן א פוינט אדער נישט
על כי אין אלו'ק בקרבי מצאנו כל הרעות האלו.
סאיז דא נאך א נקודה
סאיז דא א געדאנק סגייט בערך אזוי, אז נאכמאכן צדיקים איז מורא'דיג, אבער איינער וועט לערנען ווי דער הייליגער ריזשענער לערנט (ברבים), און עסן ווי דער הייליגער אפטער רב פלעגט עסן און שלאפן ווי דער הייליגער.. (כגדענק נישט) אזא איינער וואקסט אויף א גראביאן

לכאורה איז דא אויך דער חזו''אניק האט זיך זיינע חומרות, און דער בריסקער זיינע, אבער די שטייסט און קאלעקסט חומרות פון דער גאנצער וועלט סתם אלטס וואס? סתם צו מחמיר זיין? סאיז בכלל נישט קיין מצוה צו זיין א חמור..
אפגערעדט אז אונז האב מיר א מסורה מדור ודור, ווער איז געווען זייער רבי? דאס איז געווען דער הויפט טענה פון אב''ד ותיקין ז''ל קעגן די כת (סדארף צו זיין א בריוו פון אים)
בכלל נאך א סימן פון אן ערליכע איד אז מען איז מחשיב א צווייטע ערליכע איד און שטענדיג איז מען מסופק צו מען טאקע גענוג, און דא מאכט מען אפ, נאר איך און קיינער נישט, נאר ביי מיר איז דער אמת אינגאנצען, און ביי קיינעם נישט, נאר זיי זענען אן ערב רב? ווי איז דא אזא דרך אין עבדות השם?
בנוגע די אראפקיקן אנדערע אידן,
יא! אין אסאך קהילות קוקט מען אראפ אנדערע, אמת נישט אז זיי זענען ערב רב אבער מען קוקט שטארק אראפ.
וואס האלטסטו אויף די מאדערענע אידן,,, להוי ידוע זיי דרש'נען ווי שלעכט די חרדישע אידן זענען אז עס איז פול מיט שנאת חינם...
וואס האלטסטו אויף די מזרחי (אויב זענט איר א וויליאמסבורגער אדער קרית יואלער וואס האלט איר ששש.. אויף בעלזא...)
און וואס האלט מען אין קאשוי אויף סאטאמאר...

אבער פארשטייט זיך אז זאגן אז משיח וועט נאר קומען דא, און יעדער איינער איז די ערב רב איז אן אנדערע מעשה אינגאנצען...
אבער דאס וואס איר זאגט אז פון די סימנים פון א ערליכע איד איז ארויפקיקן אנדערע,
מיר מעגן זיך אויכעט פארבעסערן אין דעם הינזיכט, ארויפקיקן אנדערע חסידות'ען, ארויפקוקן די ליטווישע בני תורה, און אפי' די מאדערענע... עס זענען דא צווישן זיי אזאלעכע וואס עס איז ממש דא וואס ארויפצוקוקן...
איך וועל דערציילן וואס עס האט מיר אמאל געזאגט א גאר מאדערענע איד נאך וואס ער האט געטוען עפעס א ארבעט ביי מיר אין שטוב, זאגט מיר דער איד, איר ווייסט איר זענט זייער אפגעהיטן אין קדושה וכו' אבער איך בין הייליגער פון אייך, איר פארשטייט וואס דאס מיינט אז איך קום אויף א נישט אידישע פלאץ טוען אן ארבעט און א ערוואקסענע מיידל עפענט אויף און זאגט אז קיינער איז נישט אין שטוב נאר זי (דא קומט 3 פינטלעך וד''ל) און איך דריי זיך אויס און גיי אוועק פון דארט..
אקעי צוויי נקידות קודם בסה''כ זאגסטו אז אונז דארף מיר אביסעל ארבעטן מער אויף דעם ענין, נו, יעדער קען זיך פארבעסערן אבער סאיז בכלל נישט אז יעדער איז אפגעפרעגט,

און נאך אביסעל טיפער איז אז כרעד ספעסיפיק פון אן עובד וואס איז אויסגעקאכט און געבויט מיט א ריכטיגע בליק, ממילא קומיר נישט זאגען אז סאמאר אדער אן אנדערע קרייז האלט כך וכך

נאך א פינטעל אז כווייס נישט אויב - די ריכטיגע זאך איז - איך מוז יעצט האלטען פון יעדעם איינעם אויפן ספעקטרום פון רעכטן ביזען לינקען

אגב מכבד זיין האבן די רעספעקט פאר א צווייטען (און נישט שלאגן מענטשען אויפן גאס וכו') האט מען אלעמאל געלערנט ביי אונז אפי' פאר להדיל א גוי

כלפי דיין לעצטע נקודה איז יש ויש, דאס איז זיכער גערעכט מען מעג זיך לערנען פון א יעדעם און ארויסנעמען די גיטע נקידות פון איבעראל, אבער לאמיר נישט אזוי אוועקמאכן אונזערע גדרים וסייגים וואס אונז פיר מיר זיך כדי סזאל נישט צוברענגען צו קיין נסיונות (איז עס נישט אזויפיל חשוב -די גדרים שלא בשת נסיון -ווי יענער וואס קומט איבער די נסיון? ניין? אויב אזוי גיי איך אוועקנעמען אלע גדרים און טשוזען נסיונות ח''ו...)
זכריה
פרישער באניצער
פאוסטס: 31
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 8:59 am
Location: london
x 38

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך זכריה »

איינער קען אפשר לייגן א בילד פון יואל וויינגארטן

גוט און אישי אויך...
העלפן א איד
פרישער באניצער
פאוסטס: 35
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 8:39 pm
x 88

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך העלפן א איד »

לינק צו געבן מיט א קארטל
https://www.paypal.com/donate/?hosted_b ... CRE3Q9ZKH2
העלפן א איד
פרישער באניצער
פאוסטס: 35
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 8:39 pm
x 88

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך העלפן א איד »

הייליגע אידן. עס איז נאכנישט דא גענוג געלט אויף מצות. רופטס ענק אן ווארעם
אהרן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 121
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 8:07 pm
x 191

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אהרן »

בית הכנסת האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 2:18 am
העלאו בעלאו האט געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2025 12:32 pm איך האב געהערט ר יושע העכט רעדן אויף קרעטשמע ביי באבוב צום סוף זאגט ער דארט אז די אלע היינטיגע בריעטינג, קורסעס, לדוגמא פאסיבל יו וכו' זענען קולטס.. אזאנע שטותים צו רעדן אז איך שעם מיך פאר אים, (פאר ווער ס'ווייסט אז די אלע פלעצער האבן די לידערס געווענליך נישט קיין שייכות מיט דיר א טאג נאך דו קורס)
איך הייב שוין אן קוועסטשענען זיין גאנצע עקפערטיז..
סא אויף די קורסעס לעניית דעתי טרייבט ער לכאורה איבער (הגם איך האב אביסל אויסגעהערט דרשות פון דער בעל האפאסיבל יא, גראדע זייע הנאה געהאט אבער איך האב געשפירט אז עפעס טויג נישט און כקען עס נישט פינפוינטן ....) אבער מיט הרב י. ר. איז ער ביטער גערעכט עס וועבט זיך צוביסלעך פארנט פון אינזערע פליישיגע אויגן א ביטערן קולט! צייט וועט רעדן אזוי ווי ער זאגט. איך שטעל זיך פאר אז מען גייט דאס מעקן אבער עס איז נישט ריכטיג באמת. ווייל מען דארף שטארקע עווערנעס אין דעם (דרייסיג יאר צוריק וואלט מען געמעקט איינער וואס שרייבט אזוי אויף שלמה העלבראנס) איך האב אסאך געהערט זיינע זאכן און איך בין קאנווינסט אז דא וועבט זיך א שרעקליכע קולט דער אייבערשטער זאל האלטן זיין רעכטע האנט.
סתם נייגעריג הרב ...
זיין קהילה גייט שוין אן בערך 20 יאר קענסט אנצייגען עפעס ווי ער גייט קעגן די מענטשהייט? עס איז א אפענע קהילה רוב דרשות ווערט געפילעמט און געליפטערט אויף די ברייטע געוועב, מענשטען זענען שוין ארויס פון די קהילה במשך די יארן, דערווייל האב איך נישט געהערט עפעס זאפטיגע לשה''ר פארשטייט זיך ער האט זיך זיינע עטליכע שיטות ווי חתונה האבן ביי די 15 16 און די דרך הלימוד פון זאגן וכדו' קענסט זיך דינגען אויף די זאכן עס מאכט עס אבער נאכנישט פאר א קולט מער ווי סיי וועלכע אנדערע חסידות
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1688
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 2822

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פשוט און גראד »

העלפן א איד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 12:39 pm לינק צו געבן מיט א קארטל
https://www.paypal.com/donate/?hosted_b ... CRE3Q9ZKH2
Done
יישכ פאר מזכה זיין
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1688
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 2822

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פשוט און גראד »

יושע העכט

זיין בליק קומט פון אסאך פירסט הענד עקספיריענס - פלוס, פון א פראפעשענעל פרעספעקטיוו.

די דעפינישען פון א קולט איז א סוגיא בפני עצמו - ס‘פאנגט זיך נישט אן מיט אלע פארדארבענע, פאני, זאכען אינעם ערשטען טאג. סיי דער מנהיג - אין סיי דער מיטגליד.
א קולט קען פונקט אזוי זיין א מקום ווי מ‘האקט א לעבן, לכה"פ אין די אנפאנג.

#גלות סינדראם
אהרן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 121
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 8:07 pm
x 191

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אהרן »

פשוט און גראד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 1:23 pm יושע העכט

זיין בליק קומט פון אסאך פירסט הענד עקספיריענס - פלוס, פון א פראפעשענעל פרעספעקטיוו.

די דעפינישען פון א קולט איז א סוגיא בפני עצמו - ס‘פאנגט זיך נישט אן מיט אלע פארדארבענע, פאני, זאכען אינעם ערשטען טאג. סיי דער מנהיג - אין סיי דער מיטגליד.
א קולט קען פונקט אזוי זיין א מקום ווי מ‘האקט א לעבן, לכה"פ אין די אנפאנג.

#גלות סינדראם
לויט עם זענען רוב חסידות היינט א קולט ער קען עס שטייטזיך נישט זאגן במפורש אבער אזוי האלט ער
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1396
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 4286

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

אהרן האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 1:48 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 1:23 pm יושע העכט

זיין בליק קומט פון אסאך פירסט הענד עקספיריענס - פלוס, פון א פראפעשענעל פרעספעקטיוו.

די דעפינישען פון א קולט איז א סוגיא בפני עצמו - ס‘פאנגט זיך נישט אן מיט אלע פארדארבענע, פאני, זאכען אינעם ערשטען טאג. סיי דער מנהיג - אין סיי דער מיטגליד.
א קולט קען פונקט אזוי זיין א מקום ווי מ‘האקט א לעבן, לכה"פ אין די אנפאנג.

#גלות סינדראם
לויט עם זענען רוב חסידות היינט א קולט ער קען עס שטייטזיך נישט זאגן במפורש אבער אזוי האלט ער
מהיכי תיתי?
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
צייטווייליג
חבר המערכת
פאוסטס: 378
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
x 841

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך צייטווייליג »

אהרן האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 12:53 pm
בית הכנסת האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 2:18 am
העלאו בעלאו האט געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2025 12:32 pm איך האב געהערט ר יושע העכט רעדן אויף קרעטשמע ביי באבוב צום סוף זאגט ער דארט אז די אלע היינטיגע בריעטינג, קורסעס, לדוגמא פאסיבל יו וכו' זענען קולטס.. אזאנע שטותים צו רעדן אז איך שעם מיך פאר אים, (פאר ווער ס'ווייסט אז די אלע פלעצער האבן די לידערס געווענליך נישט קיין שייכות מיט דיר א טאג נאך דו קורס)
איך הייב שוין אן קוועסטשענען זיין גאנצע עקפערטיז..
סא אויף די קורסעס לעניית דעתי טרייבט ער לכאורה איבער (הגם איך האב אביסל אויסגעהערט דרשות פון דער בעל האפאסיבל יא, גראדע זייע הנאה געהאט אבער איך האב געשפירט אז עפעס טויג נישט און כקען עס נישט פינפוינטן ....) אבער מיט הרב ... איז ער ביטער גערעכט עס וועבט זיך צוביסלעך פארנט פון אינזערע פליישיגע אויגן א ביטערן קולט! צייט וועט רעדן אזוי ווי ער זאגט. איך שטעל זיך פאר אז מען גייט דאס מעקן אבער עס איז נישט ריכטיג באמת. ווייל מען דארף שטארקע עווערנעס אין דעם (דרייסיג יאר צוריק וואלט מען געמעקט איינער וואס שרייבט אזוי אויף שלמה העלבראנס) איך האב אסאך געהערט זיינע זאכן און איך בין קאנווינסט אז דא וועבט זיך א שרעקליכע קולט דער אייבערשטער זאל האלטן זיין רעכטע האנט.
סתם נייגעריג הרב ...
זיין קהילה גייט שוין אן בערך 20 יאר קענסט אנצייגען עפעס ווי ער גייט קעגן די מענטשהייט? עס איז א אפענע קהילה רוב דרשות ווערט געפילעמט און געליפטערט אויף די ברייטע געוועב, מענשטען זענען שוין ארויס פון די קהילה במשך די יארן, דערווייל האב איך נישט געהערט עפעס זאפטיגע לשה''ר פארשטייט זיך ער האט זיך זיינע עטליכע שיטות ווי חתונה האבן ביי די 15 16 און די דרך הלימוד פון זאגן וכדו' קענסט זיך דינגען אויף די זאכן עס מאכט עס אבער נאכנישט פאר א קולט מער ווי סיי וועלכע אנדערע חסידות
ביטע נישט דיסקוסירן קיין נעמען
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1688
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 2822

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פשוט און גראד »

אהרן האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 1:48 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 1:23 pm יושע העכט

זיין בליק קומט פון אסאך פירסט הענד עקספיריענס - פלוס, פון א פראפעשענעל פרעספעקטיוו.

די דעפינישען פון א קולט איז א סוגיא בפני עצמו - ס‘פאנגט זיך נישט אן מיט אלע פארדארבענע, פאני, זאכען אינעם ערשטען טאג. סיי דער מנהיג - אין סיי דער מיטגליד.
א קולט קען פונקט אזוי זיין א מקום ווי מ‘האקט א לעבן, לכה"פ אין די אנפאנג.

#גלות סינדראם
לויט עם זענען רוב חסידות היינט א קולט ער קען עס שטייטזיך נישט זאגן במפורש אבער אזוי האלט ער
כ‘ווייס נישט וואס ער פערזענליך האלט.

ואגב..
(ששששש, זאג נישט אויס)

אפשר מעמבערס פון די חסידות. לאו דוקא די עקטשעל חסידות
אבער ס‘נישט נוגע עניוועי.
אם אין אני לי מי לי
אוועיטער
סענס אף יומער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 116
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 992

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

ס'קומט באלד א דעטאלירטע באריכט פון גוואטעמאלע בעז''ה.
כבוד מלכים
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
x 219

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כבוד מלכים »

זכריה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 12:36 pm איינער קען אפשר לייגן א בילד פון יואל וויינגארטן

גוט און אישי אויך...
זיינע קינדער זענען נעכטן צוריק געגעבן געווארן צו די מאמע
זכריה
פרישער באניצער
פאוסטס: 31
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 8:59 am
Location: london
x 38

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך זכריה »

כבוד מלכים האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 3:28 pm
זכריה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 12:36 pm איינער קען אפשר לייגן א בילד פון יואל וויינגארטן

גוט און אישי אויך...
זיינע קינדער זענען נעכטן צוריק געגעבן געווארן צו די מאמע
ווי איז זי דארטן אדער אינדרויסן
אוועיטער
סענס אף יומער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 116
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 992

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

א גאר דעטאלירטע באריכט פון די נעכטיגע טאג אין גוואטעמאלא.

אינדערפרי איז פארגעקומען א געריכט סעסיע איבער צוויי יונגע בחורים - קינדער פון נחמן העלבראנץ. נאכדעם וואס קיינער האט נישט געוואלט פיילן קאסטעדי אויף זיי, זייענדיג קינדער פונעם פירער אליינס, האבן די בחורים געבעטן די עסקנים אז מ'זאל זיי ארויסהעלפן צו קענען ארויסקומען קיין ניו יארק וויבאלד קיינער זארגט זיך נישט פאר זיי, און דאן האבן די עסקנים אריינגעברענגט אין בילד די מומע מרת טעללער פון ניו יארק, און זי איז אראפגעקומען אין געריכט אין גוואטעמאלא צו פארלאנגען קאסטעדי אויף אירע פלומעניקעס מיטן פלאן זיי אהיימצונעמען צו זיך אין שטוב אין ברוקלין.
די הירינג האט זיך אנגעשטויסן אין אן אומערווארטעטע פראבלעם, צוליב דעם וואס די גוואטעמאלא רעגירונג האט לעצטנס געהייערט א פריוואטע פירמע וואס פארפיגט אויף טשיילד אביוז אנגעלעגנהייטן מיטצוהאלטן די געריכט סעסיעס איבער די לב טהור קינדער און געבן זייער מיינונג און רעקאמענדאציעס וויאזוי מ'זאל זיך אומגיין מיט די קינדער, נאכדעם וואס די לב טהור מיטגלידער האבן גע'טענה'ט אין געריכט אז די אלע קלאגעס קעגן זיי איז בלויזע אנטיסעמיטיזם קעגן זייער קהילה און איז נישט באזירט אויף קיין פאקטישע פארלעצונגען וואס זיי זענען באגאנגען (איבריג צו זאגן אז זינט דאן האט די רעגירונג נאר באקומען א שטערקערע מאנדאט צוליב דעם וואס די פירמע האט ווי פארשטענדליך זיך אנגענומען פאר די רעגירונג קעגן לב טהור), און אצינד ווען מרת טעללער איז געקומען פיילן קאסטעדי, האבן די עסקנים פארזעהן אז די פריוואטע פירמע מוז אויך דורכפירן א גרונטליכע valuation אויף די פאמיליע מיטגלידער וואס קומט פארלאנגען קאסטעדי זיכער צו מאכן אז יענער קומט נאך די נויטיגע מאסנאמען צו קענען ערציען די קינדער אין גוטע אומשטענדן, און זיי האבן איר געשיקט פאר א valuation בלויז צו די PGN רעגירונגס אגענטור, און ווען ס'איז געקומען צו די הירינג, האט מען זיך אנגעשטויסן אין דעם טעכנישן פראבלעם אז מרת טעללער איז נאכנישט קוואליפיצירט איבערצונעמען די אחריות אויף די קינדער, וויבאלד זי איז נישט אריבערגעגאנגען די valuation פראצעדור ביי די פריוואטע פירמע, ממילא האט מען בלית ברירה געמוזט באשטימען א פרישע דאטום פאר א קומענדיגע הירינג ווען זי וועט שוין האבן אריבערגעגאנגען דעם valuation ביי די פריוואטע פירמע, און דאן וועט זי בעז''ה קענען ארויסנעמען די קינדער און קומען מיט זיי קיין ניו יארק.

שפעטער איז פארגעקומען נאך א הירינג ווען די ריכטער האט אויטאריזירט בעיל פאר חיים צבי מלכה און אברהם דינקל ביז די קומענדיגע הירינג, פארשטייט זיך אונטער שטרענגע מאסנאמען ווי טשעיסינג און הויז ארעסט.

אין א שאקירנדע אנטוויקלונג וואס איז אויך נעכטן פארגעקומען, אויפן זעלבן שטייגער ווי יושע חיים לאווער האט ארויסגענומען זיינע קינדער אונטער די שרעקליכע הסכמה צו שיקן די קינדער אין פובליק סקול, האבן נאך א לב טהור פארפאלק, יואל וויינגארטן חתן משה יוסף ראזנער, (יואל וויינגארטן אליינס זיצט אין תפיסה, און זיין שוואגער יואל ראזנער בן משה יוסף האט איבערגענומען די אחריות און נעמט קעיר פון די גאנצע פרשה), אריינגעגעבן פארן געריכט פאפירן אז זיי זענען אויך גרייט צו שיקן זייערע קינדער יעדן טאג אין פובליק סקול! און מ'רעדט נישט דא פון קליינע קינדער, די רעדע איז פון גרויסע קינדער קרוב לבר מצוה! און אויב איז דאס נאכנישט גענוג, האבן זיי אריינגעגעבן אין געריכט פאפירן אז זיי געבן איבעער קאסטעדי רעכט פון זייער אייגענע ווילן פאר א גוי'אישע פארפאלק פון גוואטעמאלא! פשוט און פראסט!! און נישט סתם א גוי, נאר א באקאנטער קרימינאל אין גוואטעמאלא וואס איז שוין דריי מאל געזעצן אין טורמע פאר ערנסטע פארברעכנס!
ליידער פארן ארום איבעראל שאקירנדע ווידיאוס וויאזוי די גאנצע משפחה גייט ארויס פון געריכט, בשעת ווען די אויסגעלאסענע נידריגע גוי'אישע פארפאלק האלטן אין די האנט לעכטיגע אידישע קינדערלעך און האלזן זיי ארום מיט גרויס ליבשאפט רח''ל! שומו שמים!


(בייגעלייגט א בילד פון די ווייטאגליכע סצענע, ווער עס וויל כשר'ן די קליפס מ'זאל עס קענען דא ארויפלייגן, קען קומען אין אישי. ליידער איז דא זייער אסאך צו כשר'ן)

4353522226336105161.jpg
4353522226336105161.jpg (154.22 KiB) געזען געווארן 3881 מאל

און פארשטייט זיך אז איינע פון די הויפט תנאים צו קענען האבן די קינדער איז, אז זיי טארן נישט האבן די מינדעסטע שייכות אויף סיי וועלכע אופן מיט קיינעם פון די לב טהור כת.

עס דארף ערווענט ווערן, אז די גאנצע מציאות פון שיקן די קינדער אין פובליק סקול, איז עפעס וואס איז לכאורה א וויסטע פאנטאזיע און עפעס וואס גייט בפשטות נישט געשען במציאות. מיט די אידישקייט חלק האבן זיי ליידער ליידער נישט קיין שום פראבלעם, אבער מ'דארף פארשטיין אז די גוואטעמאלא גוים האבן שרעקליך פיינט די לב טהור כת, וויבאלד זיי ווייסן זייער גוט איבער די אלע אביוז וואס זיי האבן געטוהן ביז היינט. אויף אזוי ווייט, אז דער גוי וואס האט גענומען קאסטעדי אויף די וויינגארטן פאמיליע איז גאר אויסגעשטאנען גרויסע פראטעסטן פון זיינע שכנים נאכדעם וואס זיי האבן געהערט איבער זיינע פלענער! און דאס איז נאך געווען אפילו בעפאר ער האט עס פאקטיש אויסגעפירט, בלויז פון הערן זיינע פלענער זענען זיי שוין ארויסגעקומען פראטעסטירן, און שוין אפגערעדט וואס זיי זענען אומשטאנד צו טוהן יעצט ווען ס'גייט פאקטיש פאסירן. און ממילא לייגט זיך זייער שווער אויפן שכל וויאזוי די קינדער זאלן זיך בכלל קענען געפינען אין א נידריגע גוואטעמאלא פובליק סקול אפילו גשמיות'דיג גערעדט.
ווי אויך איז די גאנצע פלאן נאר א צוויי חדשים'דיגע פראבע וואס עטליכע אגענטורן גייען גאר שטרענג נאכקוקן און אינפארסירן, און אויב קומט פאר סיי וועלכע פארלעצונג, גייען די קינדער צוריק אינעם שעלטער. בלויז אויב זיי קומען נאך די אלע תנאים במשך די צוויי חדשים, דאן וועט די פלאן ווייטער קענען אנגיין לכאורה (היו לא תהי').

אין נאך א איראנישע אנטוויקלונג, האט חיים צבי מלכה לעצטנס געשיקט א שליח צו די עסקנים, אז ער וויל אויסארבעטן א דיעל מיט זיי, אז מ'וועט אים ריינוואשן פון אלע קלאגעס קעגן אים און אים באפרייען פון טורמע (עס דראעט אים גאר הארבע אורטיילן פון לאנגע יארן), און אין אויסטויש איז ער מסכים אז מ'זאל ערלויבן צו באפרייען אכט בחורים פון איינע פון די שעלטערס און זיי נעמען קיין אמעריקע, נאכן זעהן אז די עסקנים זענען נישט גרייט צו קאאפערירן מיט אים, האט ער געהעכערט זיין פארשלאג צו באפרייען א גאנצע שעלטער פון פופצן בחורים, אויסער דריי בחורים.
ס'גלייבט זיך שווער אז די זעלבע פירער וואס מוטיגט זיינע אונטערטאנען חלילה נישט אויפצוגעבן און באפרייען די קינדער צו די ערב רב אפגעזעהן וואסערע טייערע פרייז עס קאסט, איז ער פלוצלינג גרייט אפצו'שמד'ן די אלע בחורים אלעס אז ער זאל קענען גיין פריי...
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1688
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 2822

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פשוט און גראד »

גיסט טרערן. הארץ עסעניש.

גיי מיר זאגן תהילים אי"ה.
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1443
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 5790

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שינאווער »

טאטע אין הימל!!!!

שיק שוין משיח!!!!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6018
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 13231

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אלוקינו ואלוקי אבותינו, היה עם שלוחי עמך בית ישראל.

שלשה שותפין באדם. דער דערבארעמדיגער טאטע אין הימל וועט זיכער נישט צולאזן אז די זינדיגע שותפים זאלן אים באראבעווען.
שטענדיגרייט
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יאנואר 04, 2025 9:00 pm
x 52

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שטענדיגרייט »

💔💦😭😭😭
הנההנם
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 11, 2025 4:33 pm
Location: BP
x 105

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הנההנם »

איך וויין
געטראפן יעצט א משפחה מיטגליד פון ראזנער, ער קען זיך נישט בארואיגן, ער טענ'עט אז מדארף מער אנ"ש זאלן העלפן די "הייליגע" (זיין לשון) עסקנים.
ער זאגט מיר: מען דארף אריינמישן טראמפ און די קעיס. איך זאג דיר די קינדער זענען אזוי ווי די האסטידזעס און עזה
וועלוול
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 1:29 am
x 5

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך וועלוול »

@סענס אף יומער
וויאזוי באפרייט מלכה די שעלטערס מיט בחורים?
אוועיטער
פהאציק
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 24, 2025 3:57 pm
x 32

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פהאציק »

סענס אף יומער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 4:05 pm
עיני עיני ירדי מים, דאס הארץ בלוטיגט צו ווי בלוט אין פלייש וואס קומען פון אידישע עלטערן קענען אנקומען,
שרייב פאוסט