כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
העלפן א איד
פרישער באניצער
פאוסטס: 95
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 8:39 pm
x 358

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך העלפן א איד »

הייליגע אידן. עס איז נאכנישט דא גענוג געלט אויף מצות. רופטס ענק אן ווארעם
העלפט די יוצאים זיך מסדר זיין https://donary.com/2005
קוויקפעי (Zelle) helpltvictims@gmail.com
אפדעיטס איבער לב טהור 716-232-2100 דאן 74
אהרן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 128
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 8:07 pm
x 207

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אהרן »

בית הכנסת האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 2:18 am
העלאו בעלאו האט געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2025 12:32 pm איך האב געהערט ר יושע העכט רעדן אויף קרעטשמע ביי באבוב צום סוף זאגט ער דארט אז די אלע היינטיגע בריעטינג, קורסעס, לדוגמא פאסיבל יו וכו' זענען קולטס.. אזאנע שטותים צו רעדן אז איך שעם מיך פאר אים, (פאר ווער ס'ווייסט אז די אלע פלעצער האבן די לידערס געווענליך נישט קיין שייכות מיט דיר א טאג נאך דו קורס)
איך הייב שוין אן קוועסטשענען זיין גאנצע עקפערטיז..
סא אויף די קורסעס לעניית דעתי טרייבט ער לכאורה איבער (הגם איך האב אביסל אויסגעהערט דרשות פון דער בעל האפאסיבל יא, גראדע זייע הנאה געהאט אבער איך האב געשפירט אז עפעס טויג נישט און כקען עס נישט פינפוינטן ....) אבער מיט הרב י. ר. איז ער ביטער גערעכט עס וועבט זיך צוביסלעך פארנט פון אינזערע פליישיגע אויגן א ביטערן קולט! צייט וועט רעדן אזוי ווי ער זאגט. איך שטעל זיך פאר אז מען גייט דאס מעקן אבער עס איז נישט ריכטיג באמת. ווייל מען דארף שטארקע עווערנעס אין דעם (דרייסיג יאר צוריק וואלט מען געמעקט איינער וואס שרייבט אזוי אויף שלמה העלבראנס) איך האב אסאך געהערט זיינע זאכן און איך בין קאנווינסט אז דא וועבט זיך א שרעקליכע קולט דער אייבערשטער זאל האלטן זיין רעכטע האנט.
סתם נייגעריג הרב ...
זיין קהילה גייט שוין אן בערך 20 יאר קענסט אנצייגען עפעס ווי ער גייט קעגן די מענטשהייט? עס איז א אפענע קהילה רוב דרשות ווערט געפילעמט און געליפטערט אויף די ברייטע געוועב, מענשטען זענען שוין ארויס פון די קהילה במשך די יארן, דערווייל האב איך נישט געהערט עפעס זאפטיגע לשה''ר פארשטייט זיך ער האט זיך זיינע עטליכע שיטות ווי חתונה האבן ביי די 15 16 און די דרך הלימוד פון זאגן וכדו' קענסט זיך דינגען אויף די זאכן עס מאכט עס אבער נאכנישט פאר א קולט מער ווי סיי וועלכע אנדערע חסידות
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2609
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 5517

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פשוט און גראד »

העלפן א איד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 12:39 pm לינק צו געבן מיט א קארטל
https://www.paypal.com/donate/?hosted_b ... CRE3Q9ZKH2
Done
יישכ פאר מזכה זיין
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2609
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 5517

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פשוט און גראד »

יושע העכט

זיין בליק קומט פון אסאך פירסט הענד עקספיריענס - פלוס, פון א פראפעשענעל פרעספעקטיוו.

די דעפינישען פון א קולט איז א סוגיא בפני עצמו - ס‘פאנגט זיך נישט אן מיט אלע פארדארבענע, פאני, זאכען אינעם ערשטען טאג. סיי דער מנהיג - אין סיי דער מיטגליד.
א קולט קען פונקט אזוי זיין א מקום ווי מ‘האקט א לעבן, לכה"פ אין די אנפאנג.

#גלות סינדראם
אהרן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 128
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 8:07 pm
x 207

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אהרן »

פשוט און גראד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 1:23 pm יושע העכט

זיין בליק קומט פון אסאך פירסט הענד עקספיריענס - פלוס, פון א פראפעשענעל פרעספעקטיוו.

די דעפינישען פון א קולט איז א סוגיא בפני עצמו - ס‘פאנגט זיך נישט אן מיט אלע פארדארבענע, פאני, זאכען אינעם ערשטען טאג. סיי דער מנהיג - אין סיי דער מיטגליד.
א קולט קען פונקט אזוי זיין א מקום ווי מ‘האקט א לעבן, לכה"פ אין די אנפאנג.

#גלות סינדראם
לויט עם זענען רוב חסידות היינט א קולט ער קען עס שטייטזיך נישט זאגן במפורש אבער אזוי האלט ער
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1931
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 6529

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

אהרן האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 1:48 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 1:23 pm יושע העכט

זיין בליק קומט פון אסאך פירסט הענד עקספיריענס - פלוס, פון א פראפעשענעל פרעספעקטיוו.

די דעפינישען פון א קולט איז א סוגיא בפני עצמו - ס‘פאנגט זיך נישט אן מיט אלע פארדארבענע, פאני, זאכען אינעם ערשטען טאג. סיי דער מנהיג - אין סיי דער מיטגליד.
א קולט קען פונקט אזוי זיין א מקום ווי מ‘האקט א לעבן, לכה"פ אין די אנפאנג.

#גלות סינדראם
לויט עם זענען רוב חסידות היינט א קולט ער קען עס שטייטזיך נישט זאגן במפורש אבער אזוי האלט ער
מהיכי תיתי?
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
צייטווייליג
חבר המערכת
פאוסטס: 407
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
x 1106

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך צייטווייליג »

אהרן האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 12:53 pm
בית הכנסת האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 2:18 am
העלאו בעלאו האט געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2025 12:32 pm איך האב געהערט ר יושע העכט רעדן אויף קרעטשמע ביי באבוב צום סוף זאגט ער דארט אז די אלע היינטיגע בריעטינג, קורסעס, לדוגמא פאסיבל יו וכו' זענען קולטס.. אזאנע שטותים צו רעדן אז איך שעם מיך פאר אים, (פאר ווער ס'ווייסט אז די אלע פלעצער האבן די לידערס געווענליך נישט קיין שייכות מיט דיר א טאג נאך דו קורס)
איך הייב שוין אן קוועסטשענען זיין גאנצע עקפערטיז..
סא אויף די קורסעס לעניית דעתי טרייבט ער לכאורה איבער (הגם איך האב אביסל אויסגעהערט דרשות פון דער בעל האפאסיבל יא, גראדע זייע הנאה געהאט אבער איך האב געשפירט אז עפעס טויג נישט און כקען עס נישט פינפוינטן ....) אבער מיט הרב ... איז ער ביטער גערעכט עס וועבט זיך צוביסלעך פארנט פון אינזערע פליישיגע אויגן א ביטערן קולט! צייט וועט רעדן אזוי ווי ער זאגט. איך שטעל זיך פאר אז מען גייט דאס מעקן אבער עס איז נישט ריכטיג באמת. ווייל מען דארף שטארקע עווערנעס אין דעם (דרייסיג יאר צוריק וואלט מען געמעקט איינער וואס שרייבט אזוי אויף שלמה העלבראנס) איך האב אסאך געהערט זיינע זאכן און איך בין קאנווינסט אז דא וועבט זיך א שרעקליכע קולט דער אייבערשטער זאל האלטן זיין רעכטע האנט.
סתם נייגעריג הרב ...
זיין קהילה גייט שוין אן בערך 20 יאר קענסט אנצייגען עפעס ווי ער גייט קעגן די מענטשהייט? עס איז א אפענע קהילה רוב דרשות ווערט געפילעמט און געליפטערט אויף די ברייטע געוועב, מענשטען זענען שוין ארויס פון די קהילה במשך די יארן, דערווייל האב איך נישט געהערט עפעס זאפטיגע לשה''ר פארשטייט זיך ער האט זיך זיינע עטליכע שיטות ווי חתונה האבן ביי די 15 16 און די דרך הלימוד פון זאגן וכדו' קענסט זיך דינגען אויף די זאכן עס מאכט עס אבער נאכנישט פאר א קולט מער ווי סיי וועלכע אנדערע חסידות
ביטע נישט דיסקוסירן קיין נעמען
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2609
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 5517

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פשוט און גראד »

אהרן האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 1:48 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 1:23 pm יושע העכט

זיין בליק קומט פון אסאך פירסט הענד עקספיריענס - פלוס, פון א פראפעשענעל פרעספעקטיוו.

די דעפינישען פון א קולט איז א סוגיא בפני עצמו - ס‘פאנגט זיך נישט אן מיט אלע פארדארבענע, פאני, זאכען אינעם ערשטען טאג. סיי דער מנהיג - אין סיי דער מיטגליד.
א קולט קען פונקט אזוי זיין א מקום ווי מ‘האקט א לעבן, לכה"פ אין די אנפאנג.

#גלות סינדראם
לויט עם זענען רוב חסידות היינט א קולט ער קען עס שטייטזיך נישט זאגן במפורש אבער אזוי האלט ער
כ‘ווייס נישט וואס ער פערזענליך האלט.

ואגב..
(ששששש, זאג נישט אויס)

אפשר מעמבערס פון די חסידות. לאו דוקא די עקטשעל חסידות
אבער ס‘נישט נוגע עניוועי.
אם אין אני לי מי לי
אוועיטער
סענס אף יומער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 480
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5336

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

ס'קומט באלד א דעטאלירטע באריכט פון גוואטעמאלע בעז''ה.
האלט מיט די נייעס, באריכטן, אנטוויקלונגען, אינטערוויוס, און אלעס איבער פרשת ילדי גואטעמאלא:
''חסידישע קווארטל": #47 716-232-2100
כבוד מלכים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 163
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
x 612

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כבוד מלכים »

זכריה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 12:36 pm איינער קען אפשר לייגן א בילד פון יואל וויינגארטן

גוט און אישי אויך...
זיינע קינדער זענען נעכטן צוריק געגעבן געווארן צו די מאמע
זכריה
פרישער באניצער
פאוסטס: 41
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 8:59 am
Location: london
x 54

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך זכריה »

כבוד מלכים האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 3:28 pm
זכריה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 12:36 pm איינער קען אפשר לייגן א בילד פון יואל וויינגארטן

גוט און אישי אויך...
זיינע קינדער זענען נעכטן צוריק געגעבן געווארן צו די מאמע
ווי איז זי דארטן אדער אינדרויסן
אוועיטער
סענס אף יומער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 480
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5336

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

א גאר דעטאלירטע באריכט פון די נעכטיגע טאג אין גוואטעמאלא.

אינדערפרי איז פארגעקומען א געריכט סעסיע איבער צוויי יונגע בחורים - קינדער פון נחמן העלבראנץ. נאכדעם וואס קיינער האט נישט געוואלט פיילן קאסטעדי אויף זיי, זייענדיג קינדער פונעם פירער אליינס, האבן די בחורים געבעטן די עסקנים אז מ'זאל זיי ארויסהעלפן צו קענען ארויסקומען קיין ניו יארק וויבאלד קיינער זארגט זיך נישט פאר זיי, און דאן האבן די עסקנים אריינגעברענגט אין בילד די מומע מרת טעללער פון ניו יארק, און זי איז אראפגעקומען אין געריכט אין גוואטעמאלא צו פארלאנגען קאסטעדי אויף אירע פלומעניקעס מיטן פלאן זיי אהיימצונעמען צו זיך אין שטוב אין ברוקלין.
די הירינג האט זיך אנגעשטויסן אין אן אומערווארטעטע פראבלעם, צוליב דעם וואס די גוואטעמאלא רעגירונג האט לעצטנס געהייערט א פריוואטע פירמע וואס פארפיגט אויף טשיילד אביוז אנגעלעגנהייטן מיטצוהאלטן די געריכט סעסיעס איבער די לב טהור קינדער און געבן זייער מיינונג און רעקאמענדאציעס וויאזוי מ'זאל זיך אומגיין מיט די קינדער, נאכדעם וואס די לב טהור מיטגלידער האבן גע'טענה'ט אין געריכט אז די אלע קלאגעס קעגן זיי איז בלויזע אנטיסעמיטיזם קעגן זייער קהילה און איז נישט באזירט אויף קיין פאקטישע פארלעצונגען וואס זיי זענען באגאנגען (איבריג צו זאגן אז זינט דאן האט די רעגירונג נאר באקומען א שטערקערע מאנדאט צוליב דעם וואס די פירמע האט ווי פארשטענדליך זיך אנגענומען פאר די רעגירונג קעגן לב טהור), און אצינד ווען מרת טעללער איז געקומען פיילן קאסטעדי, האבן די עסקנים פארזעהן אז די פריוואטע פירמע מוז אויך דורכפירן א גרונטליכע valuation אויף די פאמיליע מיטגלידער וואס קומט פארלאנגען קאסטעדי זיכער צו מאכן אז יענער קומט נאך די נויטיגע מאסנאמען צו קענען ערציען די קינדער אין גוטע אומשטענדן, און זיי האבן איר געשיקט פאר א valuation בלויז צו די PGN רעגירונגס אגענטור, און ווען ס'איז געקומען צו די הירינג, האט מען זיך אנגעשטויסן אין דעם טעכנישן פראבלעם אז מרת טעללער איז נאכנישט קוואליפיצירט איבערצונעמען די אחריות אויף די קינדער, וויבאלד זי איז נישט אריבערגעגאנגען די valuation פראצעדור ביי די פריוואטע פירמע, ממילא האט מען בלית ברירה געמוזט באשטימען א פרישע דאטום פאר א קומענדיגע הירינג ווען זי וועט שוין האבן אריבערגעגאנגען דעם valuation ביי די פריוואטע פירמע, און דאן וועט זי בעז''ה קענען ארויסנעמען די קינדער און קומען מיט זיי קיין ניו יארק.

שפעטער איז פארגעקומען נאך א הירינג ווען די ריכטער האט אויטאריזירט בעיל פאר חיים צבי מלכה און אברהם דינקל ביז די קומענדיגע הירינג, פארשטייט זיך אונטער שטרענגע מאסנאמען ווי טשעיסינג און הויז ארעסט.

אין א שאקירנדע אנטוויקלונג וואס איז אויך נעכטן פארגעקומען, אויפן זעלבן שטייגער ווי יושע חיים לאווער האט ארויסגענומען זיינע קינדער אונטער די שרעקליכע הסכמה צו שיקן די קינדער אין פובליק סקול, האבן נאך א לב טהור פארפאלק, יואל וויינגארטן חתן משה יוסף ראזנער, (יואל וויינגארטן אליינס זיצט אין תפיסה, און זיין שוואגער יואל ראזנער בן משה יוסף האט איבערגענומען די אחריות און נעמט קעיר פון די גאנצע פרשה), אריינגעגעבן פארן געריכט פאפירן אז זיי זענען אויך גרייט צו שיקן זייערע קינדער יעדן טאג אין פובליק סקול! און מ'רעדט נישט דא פון קליינע קינדער, די רעדע איז פון גרויסע קינדער קרוב לבר מצוה! און אויב איז דאס נאכנישט גענוג, האבן זיי אריינגעגעבן אין געריכט פאפירן אז זיי געבן איבעער קאסטעדי רעכט פון זייער אייגענע ווילן פאר א גוי'אישע פארפאלק פון גוואטעמאלא! פשוט און פראסט!! און נישט סתם א גוי, נאר א באקאנטער קרימינאל אין גוואטעמאלא וואס איז שוין דריי מאל געזעצן אין טורמע פאר ערנסטע פארברעכנס!
ליידער פארן ארום איבעראל שאקירנדע ווידיאוס וויאזוי די גאנצע משפחה גייט ארויס פון געריכט, בשעת ווען די אויסגעלאסענע נידריגע גוי'אישע פארפאלק האלטן אין די האנט לעכטיגע אידישע קינדערלעך און האלזן זיי ארום מיט גרויס ליבשאפט רח''ל! שומו שמים!


(בייגעלייגט א בילד פון די ווייטאגליכע סצענע, ווער עס וויל כשר'ן די קליפס מ'זאל עס קענען דא ארויפלייגן, קען קומען אין אישי. ליידער איז דא זייער אסאך צו כשר'ן)

4353522226336105161.jpg
4353522226336105161.jpg (154.22 KiB) געזען געווארן 4242 מאל

און פארשטייט זיך אז איינע פון די הויפט תנאים צו קענען האבן די קינדער איז, אז זיי טארן נישט האבן די מינדעסטע שייכות אויף סיי וועלכע אופן מיט קיינעם פון די לב טהור כת.

עס דארף ערווענט ווערן, אז די גאנצע מציאות פון שיקן די קינדער אין פובליק סקול, איז עפעס וואס איז לכאורה א וויסטע פאנטאזיע און עפעס וואס גייט בפשטות נישט געשען במציאות. מיט די אידישקייט חלק האבן זיי ליידער ליידער נישט קיין שום פראבלעם, אבער מ'דארף פארשטיין אז די גוואטעמאלא גוים האבן שרעקליך פיינט די לב טהור כת, וויבאלד זיי ווייסן זייער גוט איבער די אלע אביוז וואס זיי האבן געטוהן ביז היינט. אויף אזוי ווייט, אז דער גוי וואס האט גענומען קאסטעדי אויף די וויינגארטן פאמיליע איז גאר אויסגעשטאנען גרויסע פראטעסטן פון זיינע שכנים נאכדעם וואס זיי האבן געהערט איבער זיינע פלענער! און דאס איז נאך געווען אפילו בעפאר ער האט עס פאקטיש אויסגעפירט, בלויז פון הערן זיינע פלענער זענען זיי שוין ארויסגעקומען פראטעסטירן, און שוין אפגערעדט וואס זיי זענען אומשטאנד צו טוהן יעצט ווען ס'גייט פאקטיש פאסירן. און ממילא לייגט זיך זייער שווער אויפן שכל וויאזוי די קינדער זאלן זיך בכלל קענען געפינען אין א נידריגע גוואטעמאלא פובליק סקול אפילו גשמיות'דיג גערעדט.
ווי אויך איז די גאנצע פלאן נאר א צוויי חדשים'דיגע פראבע וואס עטליכע אגענטורן גייען גאר שטרענג נאכקוקן און אינפארסירן, און אויב קומט פאר סיי וועלכע פארלעצונג, גייען די קינדער צוריק אינעם שעלטער. בלויז אויב זיי קומען נאך די אלע תנאים במשך די צוויי חדשים, דאן וועט די פלאן ווייטער קענען אנגיין לכאורה (היו לא תהי').

אין נאך א איראנישע אנטוויקלונג, האט חיים צבי מלכה לעצטנס געשיקט א שליח צו די עסקנים, אז ער וויל אויסארבעטן א דיעל מיט זיי, אז מ'וועט אים ריינוואשן פון אלע קלאגעס קעגן אים און אים באפרייען פון טורמע (עס דראעט אים גאר הארבע אורטיילן פון לאנגע יארן), און אין אויסטויש איז ער מסכים אז מ'זאל ערלויבן צו באפרייען אכט בחורים פון איינע פון די שעלטערס און זיי נעמען קיין אמעריקע, נאכן זעהן אז די עסקנים זענען נישט גרייט צו קאאפערירן מיט אים, האט ער געהעכערט זיין פארשלאג צו באפרייען א גאנצע שעלטער פון פופצן בחורים, אויסער דריי בחורים.
ס'גלייבט זיך שווער אז די זעלבע פירער וואס מוטיגט זיינע אונטערטאנען חלילה נישט אויפצוגעבן און באפרייען די קינדער צו די ערב רב אפגעזעהן וואסערע טייערע פרייז עס קאסט, איז ער פלוצלינג גרייט אפצו'שמד'ן די אלע בחורים אלעס אז ער זאל קענען גיין פריי...
האלט מיט די נייעס, באריכטן, אנטוויקלונגען, אינטערוויוס, און אלעס איבער פרשת ילדי גואטעמאלא:
''חסידישע קווארטל": #47 716-232-2100
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2609
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 5517

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פשוט און גראד »

גיסט טרערן. הארץ עסעניש.

גיי מיר זאגן תהילים אי"ה.
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1965
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 7005

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שינאווער »

טאטע אין הימל!!!!

שיק שוין משיח!!!!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 7344
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 17600

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אלוקינו ואלוקי אבותינו, היה עם שלוחי עמך בית ישראל.

שלשה שותפין באדם. דער דערבארעמדיגער טאטע אין הימל וועט זיכער נישט צולאזן אז די זינדיגע שותפים זאלן אים באראבעווען.
שטענדיגרייט
פרישער באניצער
פאוסטס: 23
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יאנואר 04, 2025 9:00 pm
x 66

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שטענדיגרייט »

💔💦😭😭😭
הנההנם
פרישער באניצער
פאוסטס: 31
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 11, 2025 4:33 pm
Location: BP
x 230

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הנההנם »

איך וויין
געטראפן יעצט א משפחה מיטגליד פון ראזנער, ער קען זיך נישט בארואיגן, ער טענ'עט אז מדארף מער אנ"ש זאלן העלפן די "הייליגע" (זיין לשון) עסקנים.
ער זאגט מיר: מען דארף אריינמישן טראמפ און די קעיס. איך זאג דיר די קינדער זענען אזוי ווי די האסטידזעס און עזה
וועלוול
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 1:29 am
x 5

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך וועלוול »

@סענס אף יומער
וויאזוי באפרייט מלכה די שעלטערס מיט בחורים?
אוועיטער
פהאציק
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 24, 2025 3:57 pm
x 34

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פהאציק »

סענס אף יומער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 4:05 pm
עיני עיני ירדי מים, דאס הארץ בלוטיגט צו ווי בלוט אין פלייש וואס קומען פון אידישע עלטערן קענען אנקומען,
אוועיטער
גארנישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 306
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
Location: קרית בבל החריבה
x 1278

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גארנישט »

@צום טיש אודאי זענען אונזערע גדרים חשובער
אבער עס זענען דא אידן וואס זיי לעבן פשוט אין א סביבה וואס מיר זענען נישט משיג זייערע נסיונות
און צומאל איז עס אפי' נישט אין זייער בחירה, א איד פון א מאדערענע משפחה אויב זאל ער נישט רעדן צו זיינע קרובים פון די אנדערע זייט מחיצה איז ער צוקריגט מיט די גאנצע משפחה.. און אין זייער וועלט זענען זיי העלדן אויף זייערע זאכן]
האב איך בסה''כ געשריבן אז אנשטאט זיי אראפקוקן אויף זייערע שוואכקייטן דארף מען ארויפקוקן זייערע שטארקקייטן (ווי אויכעט איז דארט כמעט נישטא קיין לה''ר וכו').
ששש... איך האב גארנישט געזאגט
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1666
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2729

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך טיפע טאשן »

סענס אף יומער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 4:05 pm א גאר דעטאלירטע באריכט פון די נעכטיגע טאג אין גוואטעמאלא.

אינדערפרי איז פארגעקומען א געריכט סעסיע איבער צוויי יונגע בחורים - קינדער פון נחמן העלבראנץ. נאכדעם וואס קיינער האט נישט געוואלט פיילן קאסטעדי אויף זיי, זייענדיג קינדער פונעם פירער אליינס, האבן די בחורים געבעטן די עסקנים אז מ'זאל זיי ארויסהעלפן צו קענען ארויסקומען קיין ניו יארק וויבאלד קיינער זארגט זיך נישט פאר זיי, און דאן האבן די עסקנים אריינגעברענגט אין בילד די מומע מרת טעללער פון ניו יארק, און זי איז אראפגעקומען אין געריכט אין גוואטעמאלא צו פארלאנגען קאסטעדי אויף אירע פלומעניקעס מיטן פלאן זיי אהיימצונעמען צו זיך אין שטוב אין ברוקלין.
די הירינג האט זיך אנגעשטויסן אין אן אומערווארטעטע פראבלעם, צוליב דעם וואס די גוואטעמאלא רעגירונג האט לעצטנס געהייערט א פריוואטע פירמע וואס פארפיגט אויף טשיילד אביוז אנגעלעגנהייטן מיטצוהאלטן די געריכט סעסיעס איבער די לב טהור קינדער און געבן זייער מיינונג און רעקאמענדאציעס וויאזוי מ'זאל זיך אומגיין מיט די קינדער, נאכדעם וואס די לב טהור מיטגלידער האבן גע'טענה'ט אין געריכט אז די אלע קלאגעס קעגן זיי איז בלויזע אנטיסעמיטיזם קעגן זייער קהילה און איז נישט באזירט אויף קיין פאקטישע פארלעצונגען וואס זיי זענען באגאנגען (איבריג צו זאגן אז זינט דאן האט די רעגירונג נאר באקומען א שטערקערע מאנדאט צוליב דעם וואס די פירמע האט ווי פארשטענדליך זיך אנגענומען פאר די רעגירונג קעגן לב טהור), און אצינד ווען מרת טעללער איז געקומען פיילן קאסטעדי, האבן די עסקנים פארזעהן אז די פריוואטע פירמע מוז אויך דורכפירן א גרונטליכע valuation אויף די פאמיליע מיטגלידער וואס קומט פארלאנגען קאסטעדי זיכער צו מאכן אז יענער קומט נאך די נויטיגע מאסנאמען צו קענען ערציען די קינדער אין גוטע אומשטענדן, און זיי האבן איר געשיקט פאר א valuation בלויז צו די PGN רעגירונגס אגענטור, און ווען ס'איז געקומען צו די הירינג, האט מען זיך אנגעשטויסן אין דעם טעכנישן פראבלעם אז מרת טעללער איז נאכנישט קוואליפיצירט איבערצונעמען די אחריות אויף די קינדער, וויבאלד זי איז נישט אריבערגעגאנגען די valuation פראצעדור ביי די פריוואטע פירמע, ממילא האט מען בלית ברירה געמוזט באשטימען א פרישע דאטום פאר א קומענדיגע הירינג ווען זי וועט שוין האבן אריבערגעגאנגען דעם valuation ביי די פריוואטע פירמע, און דאן וועט זי בעז''ה קענען ארויסנעמען די קינדער און קומען מיט זיי קיין ניו יארק.

שפעטער איז פארגעקומען נאך א הירינג ווען די ריכטער האט אויטאריזירט בעיל פאר חיים צבי מלכה און אברהם דינקל ביז די קומענדיגע הירינג, פארשטייט זיך אונטער שטרענגע מאסנאמען ווי טשעיסינג און הויז ארעסט.

אין א שאקירנדע אנטוויקלונג וואס איז אויך נעכטן פארגעקומען, אויפן זעלבן שטייגער ווי יושע חיים לאווער האט ארויסגענומען זיינע קינדער אונטער די שרעקליכע הסכמה צו שיקן די קינדער אין פובליק סקול, האבן נאך א לב טהור פארפאלק, יואל וויינגארטן חתן משה יוסף ראזנער, אריינגעגעבן פארן געריכט פאפירן אז זיי זענען אויך גרייט צו שיקן זייערע קינדער יעדן טאג אין פובליק סקול! און מ'רעדט נישט דא פון קליינע קינדער, די רעדע איז פון גרויסע קינדער קרוב לבר מצוה! און אויב איז דאס נאכנישט גענוג, האבן זיי אריינגעגעבן אין געריכט פאפירן אז זיי געבן איבעער קאסטעדי רעכט פון זייער אייגענע ווילן פאר א גוי'אישע פארפאלק פון גוואטעמאלא! פשוט און פראסט!! און נישט סתם א גוי, נאר א באקאנטער קרימינאל אין גוואטעמאלא וואס איז שוין דריי מאל געזעצן אין טורמע פאר ערנסטע פארברעכנס!
ליידער פארן ארום איבעראל שאקירנדע ווידיאוס וויאזוי די גאנצע משפחה גייט ארויס פון געריכט, בשעת ווען די אויסגעלאסענע נידריגע גוי'אישע פארפאלק האלטן אין די האנט לעכטיגע אידישע קינדערלעך און האלזן זיי ארום מיט גרויס ליבשאפט רח''ל! שומו שמים!


(בייגעלייגט א בילד פון די ווייטאגליכע סצענע, ווער עס וויל כשר'ן די קליפס מ'זאל עס קענען דא ארויפלייגן, קען קומען אין אישי. ליידער איז דא זייער אסאך צו כשר'ן)


4353522226336105161.jpg


און פארשטייט זיך אז איינע פון די הויפט תנאים צו קענען האבן די קינדער איז, אז זיי טארן נישט האבן די מינדעסטע שייכות אויף סיי וועלכע אופן מיט קיינעם פון די לב טהור כת.

עס דארף ערווענט ווערן, אז די גאנצע מציאות פון שיקן די קינדער אין פובליק סקול, איז עפעס וואס איז לכאורה א וויסטע פאנטאזיע און עפעס וואס גייט בפשטות נישט געשען במציאות. מיט די אידישקייט חלק האבן זיי ליידער ליידער נישט קיין שום פראבלעם, אבער מ'דארף פארשטיין אז די גוואטעמאלא גוים האבן שרעקליך פיינט די לב טהור כת, וויבאלד זיי ווייסן זייער גוט איבער די אלע אביוז וואס זיי האבן געטוהן ביז היינט. אויף אזוי ווייט, אז דער גוי וואס האט גענומען קאסטעדי אויף די וויינגארטן פאמיליע איז גאר אויסגעשטאנען גרויסע פראטעסטן פון זיינע שכנים נאכדעם וואס זיי האבן געהערט איבער זיינע פלענער! און דאס איז נאך געווען אפילו בעפאר ער האט עס פאקטיש אויסגעפירט, בלויז פון הערן זיינע פלענער זענען זיי שוין ארויסגעקומען פראטעסטירן, און שוין אפגערעדט וואס זיי זענען אומשטאנד צו טוהן יעצט ווען ס'גייט פאקטיש פאסירן. און ממילא לייגט זיך זייער שווער אויפן שכל וויאזוי די קינדער זאלן זיך בכלל קענען געפינען אין א נידריגע גוואטעמאלא פובליק סקול אפילו גשמיות'דיג גערעדט.
ווי אויך איז די גאנצע פלאן נאר א צוויי חדשים'דיגע פראבע וואס עטליכע אגענטורן גייען גאר שטרענג נאכקוקן און אינפארסירן, און אויב קומט פאר סיי וועלכע פארלעצונג, גייען די קינדער צוריק אינעם שעלטער. בלויז אויב זיי קומען נאך די אלע תנאים במשך די צוויי חדשים, דאן וועט די פלאן ווייטער קענען אנגיין לכאורה (היו לא תהי').

אין נאך א איראנישע אנטוויקלונג, האט חיים צבי מלכה לעצטנס געשיקט א שליח צו די עסקנים, אז ער וויל אויסארבעטן א דיעל מיט זיי, אז מ'וועט אים ריינוואשן פון אלע קלאגעס קעגן אים און אים באפרייען פון טורמע (עס דראעט אים גאר הארבע אורטיילן פון לאנגע יארן), און אין אויסטויש איז ער מסכים אז מ'זאל ערלויבן צו באפרייען אכט בחורים פון איינע פון די שעלטערס און זיי נעמען קיין אמעריקע, נאכן זעהן אז די עסקנים זענען נישט גרייט צו קאאפערירן מיט אים, האט ער געהעכערט זיין פארשלאג צו באפרייען א גאנצע שעלטער פון פופצן בחורים, אויסער דריי בחורים.
ס'גלייבט זיך שווער אז די זעלבע פירער וואס מוטיגט זיינע אונטערטאנען חלילה נישט אויפצוגעבן און באפרייען די קינדער צו די ערב רב אפגעזעהן וואסערע טייערע פרייז עס קאסט, איז ער פלוצלינג גרייט אפצו'שמד'ן די אלע בחורים אלעס אז ער זאל קענען גיין פריי...
ווי אזוי געט די גאווערמענט איבער קאסטעדי פאר א קרימינאל?
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
שווערמער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 307
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 6:44 pm
x 489

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שווערמער »

סענס אף יומער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 9:58 am @שווערמער נעטפרי לאזט מיך עפעס עפעס נישט ציטירן דיין פאוסט, שרייב איך עס דא.

כ'האב זייער קלאר געליינט די דין ודברים ביז אהער, און כ'האב דיר זייער קלאר געענטפערט. פארגלייכן קאשוי חומרות צו לב טהור א.ג. 'חומרות' איז א ליצנות און בערך ווי פארגלייכן א שירעם צו א סטראבערי.

כ'ווייס נישט פארוואס דו זאגסט איבער די זעלבע זאך ווען כ'האב דיר שוין זייער קליפ און קלאר געענטפערט. אין לב טהור איז נישט געווען צוויי באזונדערע זאכן פון 'חומרות' און 'פייניגונגען' ווי דו צוטיילסט עס, אלע פייניגונגען זענען געקומען פארשלייערט בתורת 'חומרות' און די אלע 'חומרות' זענען געווען פשוט'ע פייניגונגס מיטלען. און ניין, זיינע חומרות זענען 'נישט' געווען קיין 'גוטע' זאכן, ס'איז געווען א בלויזע קאווער-אפ אויף אלע תיקונים און פייניגונגען. קלאר?
ניין, זייער נישט קלאר און פשוט נישט ריכטיג. אויב דאס איז געווען דיין כוונה ביסטו טאקע נישט גערעכט.

לב טהור האט פארכאפט יונגעלייט פון די היימישסטע פרימסטע משפחות, און ער האט דאס געטון דורכ'ן באצוקערן זיינע דרכים מיט עפעס וואס איז זיי געפאלן; מיט עפעס וואס איז 'גוט' אין די אויגן פון היימישע ערליכע אידן. און דאס איז געווען די חומרות, הידורים, און מדריגות וכולי. ער פלעגט פארשטעלן א גאנצע שפיל פון ערליכקייט און פרומקייט פאר יעדע באזוכער דארט.

נעם למשל דער ענין פון אנטי-ציוניזם. דו קענסט עס בשו"א נישט אנרופן "פייניגונגען"... נאר פשוט אז ער האט פרובירט זיך צו לעקן צו די פרימערער עולם דערמיט.

וזה ברור ופשוט אז עפעס א 'גוטסקייט' האט ער ארויסגעשטעלט פאר די גאס, ווייל קיינער גייט נישט צו ל"ט בלויז כדי צו ווערן געפייניגט...

יעצט כמובן אז ער האט געפייניגט זיינע לייט, און אז יעדע פייניגונג זיינס האט ער געטון בשם די תורה עפ"ל, וכדומה, אבער די סארט "חומרות" איז נישט פאפולער ביי קיינעם, און קיינער וואלט נישט אהינגעגאנגען זוכה צו זיין צו לעבן אין א קהילה וואו עס קומט פאר. נישט דאס האט ער געלייגט אין די שאו-רום.

אצינד בימי נחמן, האט ער גענומען חומרות אויפ'ן זעלבן שטראז פון זיין טאטן, כשרות און לבוש, נאר סאך סאך עקסטרעמער און פשוט זינלאז און עמארציש, און דאס איז געווען בלויז אונטערצודריקן, ווייל קיינער ווערט נישט נתפעל פון שמאטע קעפ וואס עסן באנדלעך.

מיט טיפע אנטשולדיגונג פאר'ן צושרייבן עפעס וואס האט צו טון מיט "גוט" און "ערליך", צו אזא געמיינע מאן ווי שלמה העלבראנץ...
כבוד מלכים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 163
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
x 612

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כבוד מלכים »

וועלוול האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 4:38 pm @סענס אף יומער
וויאזוי באפרייט מלכה די שעלטערס מיט בחורים?

ער באפוילט די עלטערן זיך אינטער צוגעבן אין לאזן קאסטעדי פאר די עסקנים
מאיר שלום
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 133
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 2:19 pm
x 312

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מאיר שלום »

על פי תורה האט געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2025 1:26 pm רשעים אפילו על פתחו של גיהנום אינם חוזרים
עס האט היינט געדארפט באשטעטיגט ווערן אין געריכט די באפרייאונג פון 2 לעכטיגע בחורים פון די שעלטערס, אומשולדיגע קינדערלעך וועלעכע זענען אנטשלאסן קיינמאל מער נישט צוריקצוגיין צו לב טמא, אלעס האט שוין געקלאפט ב''ה, ביז די רשעים האבן אריינגעגעבן אן עמירדשינסי סטעי און אפגעשטופט די געריכט מיט 6 וואכן!

דעי בחורים גייען ממילא קיינמאל נישט צוריק צו לב טהור, אבער דעי רשעים ווילן זיי האלטן ווי לענגער אינעם שעלטער, אבי נישט צו גיין מיט די עסקנים.

די עסקנים ארבעטן פיבערהאפטיג אויף נאך עטליכע קעיס'עס, ציווישן איין נייעס'ל און די אנדערע, זאגטס ביטע א קאפיטל תהלים!
ווער איז די צד פון לב טהור אין געריכט? די עלטערן אדער חברי הנהלה?
העלפן א איד
פרישער באניצער
פאוסטס: 95
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 8:39 pm
x 358

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך העלפן א איד »

אידישע קינדער. אידישע הערצער. רופטס ענק אן ווארעם

מ'ברויך מצות אויף פסח. מ'ברויך אהינשיקן אידן צו לינדערן זייער צער

מ'ברויך געלט!!!

קרעדיט קארטל https://www.paypal.com/donate/?hosted_b ... CRE3Q9ZKH2
קוויקפעי celax1000@outlook.om
העלפט די יוצאים זיך מסדר זיין https://donary.com/2005
קוויקפעי (Zelle) helpltvictims@gmail.com
אפדעיטס איבער לב טהור 716-232-2100 דאן 74
שרייב פאוסט