און וואס האט מען געטוען דערצו????
אהה, ביידען האט געזאגט don't....
#בושות
אויפ'ן שפיץ גאפל, די פאלעסטינער האבן זיך באקוועם געמאכט אין ירדן און געגרינדעט באוואפנטע מיליציעס, כאדם העושה בתוך שלו, ביז דער קעניג, דער מלך ישן, דער פאטער פונעם היינטיגן צולייגער האט אנגעהויבן ציטערן פאר זיין בענקל, ער האט גענומען די זאך אין די האנט אריין, אריינגעברענגט זיין ארמיי און אויסגעשאכטן טויזענטער פאלעסטינער. לויט וויקיפעדיע האט עס ירדן געשאצט ביי 2,500 פאלעסטינער אומגעקומענע, אראפאט האט עס געשאצט אויף 3,400, און מדנ"י האט עס גאר געשאצט אויף ארום 20,000. אסאך פאלעסטינער זענען דאן אנטלאפן פון ירדן קיין לבנון, און געשפילט א שיינע ראלע אין חרוב מאכן לבנון.
די קאר איז געווארן געריקט לכאורה דורך די פאליציי.
ארום געדרייט די פארקערטע וועג?
כ'האף אז ביי זיי אינדערהיים האבן זיי אויך א מזוזה
מתנחלים וכדו’ פארוואס נישט.
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
כ'שטעל מיך פאר אז זיי האבן, וואס כ'האב געוואלט ארויסברענגען איז אז יעצט ניצן זיי די מזוזוה ווי א פראפעגאנדע פונקט ווי הענגען א פאן אויף א הויז אין עזה.
רבים וטובים כאפן א הרהור תשובה.וואוילער האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 12, 2023 6:24 pm ס'איז א חלק פונעם פיקטשער,
פאר מ'גייט ארויס זינגט מען ה' מלך, דארט קלעבט מען מזוזות, און ווען מ'קומט צוריק רעדט מען פון די ניסים...
אויב איינער כאפט א הורהור תשובה, און שרייט יעצט שמע ישראל גייענדיג אינעם סכנה'דיגן מלחמה, פיין. אבער ס'זעהט אויס ווי ס'ווערט געטוהן בלויז סימבאליש.
איין שטיק אפיקורסות, עס האט קיין שייכות צו תשובה ותיקון המעשיםשוש אשיש האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 12, 2023 9:30 pmרבים וטובים כאפן א הרהור תשובה.וואוילער האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 12, 2023 6:24 pm ס'איז א חלק פונעם פיקטשער,
פאר מ'גייט ארויס זינגט מען ה' מלך, דארט קלעבט מען מזוזות, און ווען מ'קומט צוריק רעדט מען פון די ניסים...
אויב איינער כאפט א הורהור תשובה, און שרייט יעצט שמע ישראל גייענדיג אינעם סכנה'דיגן מלחמה, פיין. אבער ס'זעהט אויס ווי ס'ווערט געטוהן בלויז סימבאליש.
פון אלע שיכטן און קרייזען.
יא, כולל אידן וועלכע האבן נאר געלייגט תפילין ביי די בר מצווה און לינקער.
-
איך געפון זיך אין א’’י און לעב מיט די רוח הדברים, די ’צייטגייסט’ איז הייליג!
זאגן, אין ראדני ביים כינוס וועט יא זיין בכיות?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 12, 2023 6:13 pm א זייטיגע אויפמערקונג.
מען האלט שוין ביי ארום 50 חללים רח"ל פון די מלחמה אין עזה, און מען זעט נישט קיין הארץ שאקל ביי קיינעם, מען זעט נישט קיין דמעות'דיגע יום תפילות און בכיות אויף די שרעקליכע לעבנס פארשניידונג פון אזויפיל מזרע ישראל, וביניהם אפשר אפילו שומרי תורה.
מה זאת? מה פשט? וואס איז די פאסיווקייט?
לכאורה וועט דער ענטפער זיין "הער אויס, א מלחמה קאסט א פרייז, דאס איז נארמאל".
איז די שאלה אויב אזוי, די אלע אומגעקומענע ביז אהער רח"ל, אריינגערעכנט די 1200 פון שמחת תורה הי"ד, זענען דאך אלע פונקט אזוי חללי המדינה, וואס איז איין קייט חללים פון 70 יאר צייט, יעדע פאר יאר אונטער א נייע צורה. טא אפשר דא אויך חלילה זיין פאסיוו ווייל "ליסען, האבן א לאנד קאסט א פרייז"? יעדער חלל דארט איז א חלל הציוני אינעם אנגייענדער קאמף צו האבן א אידישע מדינה. נו, אויב פאסיוו, אפשר דא אויך?
רבותי! עס פאלן חללים! אידיש בלוט גיסט זיך! וואו איז דער טרייסל??!!
יש ויש, נישט אלעס איז שווארץ אדער ווייס.פרייליך האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 12, 2023 9:42 pmאיין שטיק אפיקורסות, עס האט קיין שייכות צו תשובה ותיקון המעשיםשוש אשיש האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 12, 2023 9:30 pmרבים וטובים כאפן א הרהור תשובה.וואוילער האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 12, 2023 6:24 pm ס'איז א חלק פונעם פיקטשער,
פאר מ'גייט ארויס זינגט מען ה' מלך, דארט קלעבט מען מזוזות, און ווען מ'קומט צוריק רעדט מען פון די ניסים...
אויב איינער כאפט א הורהור תשובה, און שרייט יעצט שמע ישראל גייענדיג אינעם סכנה'דיגן מלחמה, פיין. אבער ס'זעהט אויס ווי ס'ווערט געטוהן בלויז סימבאליש.
פון אלע שיכטן און קרייזען.
יא, כולל אידן וועלכע האבן נאר געלייגט תפילין ביי די בר מצווה און לינקער.
-
איך געפון זיך אין א’’י און לעב מיט די רוח הדברים, די ’צייטגייסט’ איז הייליג!
יעדע ריר פון פעולות הציונים איז נגד ד' ותורתו הק'
האסט אמאל געזעהן ווי אזוי א פארלאמענט זיצונג קוקט אויס ביי די אראבער? קוקט אויך אויס ווי א קלאס רום... (ששש מדינת ישראל איז נישט קיין סאך בעסער...)
איך בין נישט קיין מנהל דא, ממילא איז מיין מיינונג נישט קיין סאך נוגע. אבער אין מיינע אויגען זענט איר גערעכט אז ווי לאנג מען ברענגט השקפות וואס איז געווען אנגענומען ווען די גדולי הדור ווי דער טשעבינער רב מיטן בית ישראל האבן געלעבט, קען מען נישט מוחה זיין אויף דעם! הגם האדמו''ר מסאטמאר האט שטארק נישט געהאלטן ווי זיי...שוש אשיש האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 2:48 am שוין, א קליינע ווידוי דברים:
די בעלי הבית דאהי זענען סאטמערע, און לכאורה אויך די מערהייט פון די סייט באנוצער.
מיינע שיטות זענען נישט ווי זייער/אייער שיטות אבער איך רעספעקטיר א חסיד פון רבינו יואל זי’’ע און אזוי אויך זיין שיטה אין קנאות/אידישקייט.
איך זיך נישט צו אויפקלערן אדער בייטן איינעם’ס מיינונגען און אנשויאונגען.
איך פארשטיי אויך אז די בעלי הבית דא ברויכן זיך צושטעלן צו פילטערס/קהילות און דאך טרעפן עפעס א נפק’’מ צווישן דא און אייוועלט.
אבער... היות דא איז אויך ’אפיציעל’ צוגעשטעלט פאר אלע סארטן און קרייזען, איז במילא ברויכן די קנאים דא פארשטיין אז עס זענען פארהאן תגובות וועלכע טריגערען א רעאקציע וואס איז פונקט פארקערט פון שיטת סאטמער.
און עס איז נמאס און זינלאז צו איבערקייען שטרוי וואס איז שוין אריבער א מעלה גרה א דור און א האלב ארויף, דיינע קנאי’שע זיידעס מיט מיינע אגודה’יסטישע זיידעס זענען שוין זאט פון שטויב וואס מערט זיך אויף די צדי צדדים פון די אלע וויכוחים.
אפשר זאל די סייט אדמין איינמאל פאר אלעמאל קלארשטעלן וואס ווען וואו?!
אפשר וועלן זיי קומען צו א מסקנא אז עס דארף זיין 100 פראצענט כשיטת סאטמער אדער אפשר אז מען טאר נישט מאכן התגרות באגודאים און זיי אנרייצען אויף קאנטער תגובות?
אפשר אז יעדע צד הויכוח אין השקפה מוז זיין אויף אן עקסטערע אשכול וואו ביידע צדדים זאלן זיך אויסבורטשען אן זיך כלל אנשטויסען איינער אין די אנדערע, ולא קרב זה אל זה כל הלילה?!...
--
נ.ב.
עס שטייט אז אין פורענות בא אלא בשביל ישראל וכו’
יעצט, איך פארשטיי אבער נישט וואס די מאמר חז’’ל איז מחייב...
די חו’’ל אידן וועלן שרייען אז די שולדיגע אין די פורענות זענען די ציונים.
די א’’י אידן ווידער וועלן שרייען אז שולדיג איז די פשרות אין חינוך, קאומען קאור וכו’
די פרויען וועלן זאגן אז עס איז וועגן די מענער וועלכע רעדן אין ביהמ’’ד
די מענער וועלן זאגן אז עס איז וועגן די צניעות ביי די נשים.
די אגודה/מזרחי וועגן די אי אחדות...
וחוזר חלילה...
לאמיר אלע האקן על חטא אויף אונזער שכן’ס הארץ.
מוז מען זאגן אז אלא בשביל ישראל, מיינט צו זאגן אז אלץ חיוב ערבות גיי איך זיך מתבונן זיין אין דיינע חטאים אזויווי עס ווערט געברענגט פון צדיקים אויף די מידה פון עין טובה.
לכבוד חברינו הותיק @שוש אשיש. מצד די הנהלה גלייב איך אז מ'דארף נאר קוקן די פארשריפטן און אליינס עס אפלערנען... אבער מצדי וויל איך פרובירן דאס אויסצושמועסן, אולי נבא אל הבירור.
האפענטליך וועל איך זיך באציען צו דיין גאנצע תגובה, אבל עכשיו אין הזמן איתי.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 2:46 pmלכבוד חברינו הותיק @שוש אשיש. מצד די הנהלה גלייב איך אז מ'דארף נאר קוקן די פארשריפטן און אליינס עס אפלערנען... אבער מצדי וויל איך פרובירן דאס אויסצושמועסן, אולי נבא אל הבירור.
ציונות איז ביי אלע גדולי ישראל (למעט המזרחי) געווען דער נסיון הדור, חזיר טריף.
פארוואס? נישט ווייל זיי זענען משכילים אדער כופרים, ערשטנס ווייל נישט אלע זענען געווען און צווייטנס ווייל דאס איז שוין געווען בסעפאר אויך אוטן האט ניש טגעמוז טראגן דאס נאמען ציונות.
נאר, דער עצם געדאנק פון זיך נעמען ארץ ישראל אלס א לאנד בכח הזרוע, איז געווען אפגעפרעגט אלס א כפירה ומרידה בה', ביי אלע גדולי ישראל, חסידישע און אויבערלענדישע און ליטווישע צוגלייך, אן אריינגיין אין דיוקים פון פארשידענע מהלכים דערין, צי ווי דער מהריי"ץ אלס טוישן דאס דמות פון כלל ישראל צו נאציאנאליזם, צי ווי דער ויואל משה אלס שלש שבועות וואס איז געווען הייליג ביי כלל ישראל מיט א פשטות, אפגעזען ווער ס'איז אריין אינעם עיון שבדבר און ווער נישט, דאס איז געווען דער שטעלונג קליפ און קלאר.
פלאץ...
עד כאן הנראה לעניית דעתי.