מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
עטליכע קורצע נייעס'ן מהנעשה והנשמע:
- גרויסע ציפער פון 30 ראקעטן געשאסן פון לבנון אויף מדנ"י, אריינגערעכנט עטליכע גאנץ טיף כמעט ביז חיפה, דערווייל די ווייטסטע דורכאויס די יעצטיגע קאנפליקט. כאמאס'ס מיליטערישער פליגל נעמט פאראנטווארטליכקייט אלס נקמה איבער עזה. מדנ"י באמבארדירט דארט אלס רעאקציע.
- בולגאריע'ס פרעמיער מיניסטער באזוכט מדנ"י אויף ביקור חיזוק.
- כאמאס מעלדט איבער העפטיגע צה"ל באמבארדירונגען נעבן די באקאנטע שיפא שפיטאל אין עזה, דערונטער א געביידע אינעם קאמפליקס גופא. כמובן אז ס'זענען שוין דא הונדערטער פארוואונדעטע.
- א הויכראנגיגער כאמאס'ניק אומברענגט נעכטן נאכט, ואיל עספה, קאמאנדיר פון די דיר אל-בלח בריגאדע (פרעג מיך נישט וואס ס'איז), וואס האט געהאט א חלק אין די שמח"ת פאגראמען און אויספלאנירט נאך אטאקעס אויך נאכדעם. געווען אסאך פארמישט אין טעראר במשך די יארן. כאמאס: מיר האבן שוין אויפגענומען א ממלא מקום. (אקעי, כאמאס האט עס למעשה נישט געזאגט, דאס שרייב איך בדרך צחוק מכאיב)
- 3 טראבל מעיקערס נעכטן אומגעקומען דורך צה"ל פייער אין טולכרם, מערב ברעג. לויט לאקאלע קוועלער, האבן 2 באלאנגט צו כאמאס, און איינער צו פאטאך'ס מיליטערישער פליגל.
- 23 מזרח ירושלים איינוואוינער ארעסטירט אין שועפט פאר'ן פארעפענטליכן העצערישע רייד און כאמאס שטיצע. מער ארעסטן וועלן נאכפאלגן אין די קומענדיגע טעג, וואכן, און יארן
עושה שלום במרומיו הוא יעשה...

שלושים יום לאטאקע
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
מדינת ישראל האט געמאלדן א פרישע עפענונג פון עטליכע שעה צייט פאר ציווילע איינוואינער פון צפון עזה וועלכע ווילן אנטלויפן קיין דרום עזה
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
די רפיח דורגאנג פון עזה קיין עגיפטן איז צוריק געעפענט געווארן פאר פארוואונדעטע פאלעסטינער
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
געזונטהייט מיניסטעריום פון עזה
10,022 טויטע
10,022 טויטע
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
קאמיוניקאציע סערוויסעס צוריקגעשטעלט לענגאויס עזה נאך פופצן שעה
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
פארבליבענע דריי טויזנט איינוואוינער אין קרית שמונה ווערן געבעטן צו עוואקואירן צוליב פארמערטע כיזבאללא ראקעט אטאקעס
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער האט היינט צוזאמען גענומען אלע אמבאסאדא וואס זענען נאך פארבליבן און מדינת ישראל
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
א מיסיל פון איראק איז געווארן אראפגעשאסן העכער ירדן
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
חיזבאלא # 62 און # 63
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
מדינת ישראל באמבאדירט חיזבאלא צילן און לבנון
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
איראנע פרעזידענט כומעיני צום פרעמיער מיניסטער פון איראק:
איראן מיט איראק קענען לייגן פרעשור אויף אמעריקע זאל לייגן פרעשור אויף מדינת ישראל פאר א פייער-אפשטעל
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
רעפובליקאנער סענעטאר לינדזי גרעהעם און דעמאקראטישער סענעטאר ריטשערד בלומענטאל וועלן פארשלאגן א רעזאלוציע וועלכע טוט רעקאמענדירן אז אמעריקע זאל אטאקירן איראן אויב כיזבאלא אטאקירט מדינת ישראל.
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
ראקעטן לאנשערס געטראפן דורך די צה"ל און א סקול און עזה
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
ניו יארק טיימס:
די אמעריקאנער רעגירונג האט געשיקט א מעסעדזש פאר איראן און כיזבאלא אז אמעריקע גרייט זיך אריינצומישן מיליטעריש אויב זיי וועלן אטאקירן מדינת ישראל.

טערקישע פארלאמענט פארלאנגט פון ערדואן אריינצושיקן כוחות פאר במשך איין יאר און עזה
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
איראנע פירער כומעיני גייט זינטאג אפרייזן קיין סאודיע אראביע
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
יו ען סעקרעטערי:
עזה ווערט איבערגעדרייעט פאר א בית הקברות פאר קינדער
עזה ווערט איבערגעדרייעט פאר א בית הקברות פאר קינדער
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
פענטאגאן:
אמעריקע באזעס און איראק/סיריע זענען געקומען אונטער אטאקע 38 מאל און די לעצטע פאר וואכן,
46 אמעריקאנער מיליטערלייט זענען פארוואונדעט געווארן

אין טול כרם איז פריער פארגעקומען דורך צה"ל און שב"כ א אויספלאנירטע אטענטאט ווי 4 באוואפענטע טעראריסטען זענען אומגעברענגט געווארען אין א קאר זייענדיג אויפען וועג.
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
ניר דבורי:
צה"ל געפינט זיך עטליכע 100 מעטער אפגעריקט פון די שיפא שפיטאל און עזה

פרעזידענט ביידען האט היינט נאכאמאל אפגעהאלטן א טעלעפאן קאל מיט פרעמיער מיניסטער נתניהו
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
כאַמאַס ווארטזאגער אבו עוביידה:
אין די לעצטע 48 שעה אויף די שלאכטפעלדער, האבן כאמאס קעמפער אינגאנצן אדער טיילווייז פארניכטעט 27 מדינת ישראל מיליטערישע אויטאמאבילן, באמבארדירט די איזרעלי קרעפטן מיט צענדליגער מאָרטער שעלז, און האבן געהאט דירעקטע צונויפשטויסן מיט די פיינטליכע קרעפטן, מיט באשטעטיגטע פארלוסטן ביי זיי

פראנקרייך :
1,040 אנטיסעמיטישע אטאקעס פארגעקומען אין פראנקרייך זייט אקטאבער 7