גיוס בני ישיבות

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 758
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 1162

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

Screenshot_20240703_164538_X.jpg
Screenshot_20240703_164538_X.jpg (452.8 KiB) געזען געווארן 264 מאל
אוועיטער
פלעשלייט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 121
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 4:08 pm
x 138

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך פלעשלייט »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 7:18 pm Screenshot_20240703_164538_X.jpg
דאס איז דאך אין עזרה ויעוץ אפיס אין ירושלים....

האלטס ער דארף א פטור??....
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4413
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 6783

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

פלעשלייט האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 7:44 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 7:18 pm Screenshot_20240703_164538_X.jpg
דאס איז דאך אין עזרה ויעוץ אפיס אין ירושלים....

האלטס ער דארף א פטור??....
ווער, טראמפ? יא...

און ער האט עס באקומען, פונעם סופרים קאורט. הרב שישא'ס קרעדיט? :roll:
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1645
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 1512

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך אנדערער »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 8:13 pm
פלעשלייט האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 7:44 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 7:18 pm Screenshot_20240703_164538_X.jpg
דאס איז דאך אין עזרה ויעוץ אפיס אין ירושלים....

האלטס ער דארף א פטור??....
ווער, טראמפ? יא...

און ער האט עס באקומען, פונעם סופרים קאורט. הרב שישא'ס קרעדיט? :roll:
טראמפ וויל דווקא יא ווערן איינגעריקט
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4413
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 6783

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

ווייס איך נישט וועלכער דזשורנאליסט האט יעצט אפירגעטראפן דאס בילד פון מארק ביי מרכז עזרה...

איך האב עס דא געהאט באריכטעט אום אפריל דער צענטער:

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 6:17 pm א אינטערסאנטע באגעגעניש איז געווען אין אפיס פון "מרכז עזרה ויעוץ", מיט א גרויסער לויער פון אמעריקא וואס וואוינט היינט אין ארץ ישראל, מארק זעל.

מארק האט היינט א שטיקל השפעה אויף די ארטיגע פאליטיקאנטן, זייענדיג א גרויסער אמעריקאנער און איזאעלישער אקטיוויסט, און ער איז דער ווייס פרעזידענט פון די אונטערנאציאנאלע פליגל פון די רעפובליקאנע פארטיי גערופן "RO" (רעפובליקענס אויווערסיעס). ער איז אויך א גרויסער לויער וואס פארשטייט צו געזעץ.

הרב שמעון שישא האט מיט אים דורכגעטון סיי א געוויסע פדיון שבויים פאל, און סיי די גאנצע נושא פון די פרישע שווערע גזירת הגיוס, וויאזוי מען קען טרעפן א ישועה פארן יהדות החרדית.

ס'איז קאמיש צוצוצייגן, אז כאטש מארק איז א פרא-ציוניסטישער אקטיוויסט, אבער זייענדיג א גוי האט ער נישט די שנאה כבושה אויף ערליכע אידן וואס די ציונים האבן! זינט ער האט נישט דעם שנאת ע"ה לת"ח, און איז נישט פון די ישראל כשהן יורדין. דערפאר איז ער גרייט צו אויסשמועסן און העלפן אז די אידן שומרי התורה הקדושה זאלן זיך קענען מציל זיין פון די גזירות נגד הדת.
מושי פוטערפאס
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 3:29 pm
Location: new york
x 4

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך מושי פוטערפאס »

"משה אמת ותורתו אמת והם בדאים"

דעם פארגאנגענעם זונטאג האט אין די ירושלימ'ער גאסן אפגעהילכט א הילכיגע קידוש השם, וואס האט זיך פארשפרייט איבער גאנץ ארץ ישראל בפרט און אויך איבער די גאנצע וועלט, ווען ערליכע אידן הנאמנים לד' ולתורתו האבן אויסגעשריגן דעם וויי געשריי איבערגעגעבן דורך די מנהיגים און ראשי עם קודש אין שפיץ פון כ"ק מרן גאב"ד עיה"ק ירושלים שליט"א איבער די שרעקליכע גזירת גיוס בני הישיבות וואס די מדינה הטמאה האט ארויפגעשטעלט אויף אלע חרדי'שע בחורים, און א פולשטענדיגע מחאה קעגן די חרדי'שע חברי כנסת וואס זוכן צו פאראורזאכן פארשידענע געמיינע פשרות אשר לא שיערום אבותינו. דאס אלעס איז געקומען נאך די הארץ-ווייעיגע רוף דורך בי"ד הגדול שבירושלים העדה החרדית אין שפיץ פונעם גאב"ד ירושלים שליט"א, ווען דערנאך האבן זיך צו דעם צוגעשטעלט פילע קרייזן און סעקטעס פון די ליטווישע, ספרדי'שע און חסיד'ישע וואס האבן ארויסגעהאט דעם שרעקליכן מצב אין וואס מ'געפונט זיך. און אין די זעלבע צייט האט זיך מיט א גרויסע סייעתא דשמיא ארויסגעוויזן דעם אמת'ן און ריכטיגן בליק אויף די 'עדה החרדית' און לעומתם די מחריבים, וואס פלאגט שוין אסאך אידן פאר א לענגערע תקופה געוואר צו ווערן דעם ריינעם לויטערן אמת.


אנגעהויבן האט זיך עס מיט עטליכע וואכן צוריק, ווען זאכן אין די מדינה הציונית האט זיך אנגעהויבן קאכן, און פלענער דורך די בג"ץ הציונית האט זיך אנגעפאנגען וועבן צו טרעפן עצות ווי אזוי אריינצושלעפן היימישע בחורים אין די טמא'נע מיליטער, מיט'ן כלומר'שטן סיבה צוליב די מלחמה סיטואציע וואס פעלט אויס נאך מענטשליכע כוחות אין די מיליטער. די אויסגאנג דערפון איז שוין קלאר געווען ביי יעדן, אז זיי וועלן ארויפצווינגען אויף עפעס א וועג א 'גיוס חובה' אויף די חרדי'שע געמיינדע, אבער די פראבלעם איז בעיקר געווען, ווען די חרדי'שע כנסת מיטגלידער פון די פרעמדע קרייזן האבן ווי אייביג אנגעפאנגען אויסצופלאנירן פארשידענע פשרות איבער דעם, ווען אצינד זענען שוין געפארן אסאך ווייטער ווי ביז היינט, וואס אויף א געזעץ וואס זיי האבן געקעמפט דערקעגן מיט אלע כוחות קוים געציילטע יארן בעפאר, האבן זיי שוין ליידער דאן צוגעשטימט, א געזעץ וואס די אינהאלט דערפון איז צוביסלעך אריינצופירן טויזנטער בחורי הישיבות אינעם צבא השמד, דאן האט מען קלאר געזעהן ווי פארבלענדעט און ווי ווייט די אידן האבן זיך דערקייקלט צו איינשטימען איינצוגיין אויף אזעלכע פשרות.



אין יענע טעג ווען ערליכע אידן זענען אויפגעשוידערט געווארן איבער די שמועות מבהילות זענען אין א היסטארישע שריט ארויפגעגאנגען אל מעון הקודש פונעם שר צבא ה' ההולך לפני מחנה ישראל כ"ק דער ירושלימ'ער רב שליט"א, די ראשי הנהלת העדה החרדית הר"ר אפרים שטערן און הר"ר שמעון ווייס, זיך דורכשמועסן און דן זיין איבער די ריכטיגע און נוטיגע שריט וואס דארף גענומען ווערן איבער די שרעקליכע גזירה וואס ליגט אויפ'ן טיש. על אף די פארשידנארטיגע מיינונגען האבן זיי פארשטאנען די גורל'דיגע חובת השעה ווען מ'דארף מיט א אחדות און צוזאמארבעט זיך ארויסשטעלן מיט א ווייט-אפקלאנגע עצרת מחאה כנהוג אין עדה החרדית מיום הווסדה.



דער רב שליט"א האט מיט א געוואלדיגע פייער און קאך אויסגעהערט און דורכגעשמועסט די געוואלדיגע סכנה וואס הויערט אויף אונז, און פארבעטן אז מ'זאל פאררופן ככל המוקדם א גרויסארטיגע עצרת תפילה ומחאה להעביר רוע הגזירה. די ראשי הנהלה האבן עס דורכגעטוהן מיט די הרבנים הגאונים חברי הבד"צ שליט"א, וואס האבן טאקע באשטימט א היסטארישע עצרת ע"פ כיכר זופניק אויף מיטוואך פר' שלח וואו דארטן וועט מען משמיע זיין את דבר ה' און אויסשרייען דעם קול מחאה אינאיינעם מיט אלע ערליכע אידן וואס ווייטאגן אויף די שרעקליכע גזירה. א קריאת הקודש אין א מכתב קודש איז פארשפרייט געווארן בחוצות ירושלים וואו מרן הגאב"ד וחברי הבד"צ שליט"א פון די עדה החרדית ווענדן זיך צום כלל הציבור און צו די מנהיגי קהילות הקודש וואס ווייטאגן אויף די גזירת שמד מיט א רוף זיך צו משתתף זיין ביים עצרת.



די פראבלעם דא איז געווארן אז די אזוי-גערופענע קנאים די אנשי בליעל מחריבי קרתא וואס זיי איז אינגאנצן נישט אנגעגאנגען דעם גאנצן מצב און די חובת השעה, זיי האבן געקוקט דערויף מיט א צווייטע בליק אינגאנצן, מיט א שרעקליכע פחד אז אפשר וועט דא אביסל נתרומם ווערן כבוד בי"ד הגדול שבירושלים אינאיינוועגס, ווען יעדער וועט ח"ו זעהן דעם ריינעם אמת מי ומי ההולכים, ווער האלט פון זייערע מעשי פרעות און שטיצט עס, און ווער קוקט נאר אויפ'ן שם שמים און אנערקענט אז דער גדול הדור וואס פירט היינט צוטאגס די עדה החרדית מיט זיין גרויסן כח התורה והקדושה איז דער ראש גולת אריאל רבינו הגדול מרא דארעא קדישא הגאב"ד שליט"א, פארשטאנען האבן זיי אז זיי קענען פארדינען פונעם גאנצן עצרת גאר א שרעקליכן נידערלאגע. האבן זיי מחליט געווען בלא בושת מיט געמיינע כוונות פשוט צו צוברעכן און אפהאלטן אז די גרויסע און וויכטיגע עצרת זאל צושטאנד קומען, אנצופאנגען פארפירן מיט זייערע ברייט באקאנטע מיטלען אפן און גראב אינעם בי"ד הגדול שבירושלים. מיט א פרעכהייט זענען זיי אנגעקומען יעדן טאג אינעם בניני העדה החרדית מיט אנדערע פראבלעמען און טענות, ווען מיט א ביליגע חוצפה האבן זיי געשריגן אויף די ערליכע עסקנים און די חשוב'ע רבנים בתחבולות שונות, זיי האבן פון אונטער'ן ערד ארויפגעברענגט טענות ווי צום ביישפיל אז מ'דארף לוחם זיין צוזאמען מיט די פרעמדערע קרייזן, און אז כיכר זופניק איז צו א קליינע שטח און מ'דארף גיין אויף שרי ישראל, פארשטייט זיך אויך ס'זאל נישט זיין קיין באלעמער ביים עצרת, און אן קיין בושה געפאדערט אז מרן הגאב"ד שליט"א זאל נישט משמיע זיין את דבר ה', נאר איינער פון די פרעמדע ראשי ישיבות הגאון רבי יהושע דוד טורטשין שליט"א, דאן מיט'ן טענה אז מיטוואך גייט זיין זייער הייס, ועוד ועוד אשר אי אפשר לפורטם כי רבים ומשונים הם, אלעס מיט'ן קלארן ציל וואס זיי האבן אפן און גראב ארויסגעזאגט אז דער ירושלימ'ער רב שליט"א טאר נישט אויפטרעטן דארטן מיט דברות קודש, נאר פרעמדע רבנים און ראשי ישיבות וואס זענען אינגאנצן נישט אייניג מיט'ן הייליגן דרך פון די עדה החרדית, נאר צו צוברעכן זיין גרויסן כח און אפצוהאלטן דאס יהדות החרדית וואס דארשט צו הערן דעם ריינעם דעת תורה און דעם לויטערן ריכטיגן דרך הסלולה לנו מרבותינו הק' זצוק"ל, און ס'זאל ח"ו נישט נתרומם ווערן דעם כבוד התורה, און מאכן א קידוש השם מיט'ן אחדות'דיגן קול מחאה אדירה וואס דארף געהערט ווערן. ווען זיי האבן געזעהן אז א צעטל פונעם בי"ד איז שוין ארויסגעקומען לאור עולם מיט א רוף אויף קומענדיגן מיטוואך ע"פ כיכר זופניק, זענען זיי אויפגעטאנצן מיט שרעק, און מיט א ווילדע מחשבה אן צופיל טראכטן גלייך ארויסגעגעבן א צעטל אויף זונטאג אין כיכר השבת, און ארומגעלאפן צו אדמורי"ם ורבנים מיט זייערע סטראשערייען אז מ'טאר זיך נישט צושטעלן צו די עצרת פון די עדה החרדית טאמער דער רב שליט"א וועט דארטן אויפטרעטן וכו' וכו' עפ"ל, ווען ס'האט אויסגעזעהן ווי מ'האנדלט דא ממש פון די מזרחי'שע עסקנים וואס ציטערן צו הערן דעם אמת'ן דעת תורה הברורה, אן אריינטראכטן די קאנסעקווענצן דערפון און די קומענדיגע שריט וואס זיי גייען נעמען.



בי"ד הגדול העדה החרדית וועלכע זענען אינגאנצן נישט געווען אינטרעסירט ס'זאל ח"ו ווערן א א גאנצע פאליטישע מחלוקה דא, ווען מ'רעדט דא פון יסודות הדת וואס דארף זיין ריין לשם שמים, האבן נאכ'ן זיך מתייעץ זיין פאררופן א מושב בי"ד בהרכב מלא בראשות רבינו הגדול הגאב"ד שליט"א אנצונעמען די ריכטיגע החלטות צו פארשטילן אביסל די חיות טורפות זאלן נישט חרוב מאכן דעם גאנצן ענין. ביים מושב בי"ד האט מען ברייט דורכגעטוהן דעם גאנצן ענין פון אלע זייטן מיט אלע פראבלעמען וואס קענען זיך מאכן אינאיינעם מיט די ערליכע עסקנים און אויך שלוחים פון די אנשי רשע, און מיט א געמיינזאמע החלטה נאכ'ן פארשטיין מיט וועמען מ'האנדלט דא, און אז די נישט-מענטשן זענען עלול אויף אלעס, מחליט געווען זיי צופרידן צושטעלן, און אינאיינוועגס העלפן אראפקריכן פון בוים, ווען די חברי הבד"ץ בהתייעצות הגאב"ד שליט"א האבן אראפגעשריבן א צעטל אז די זמן עצרת איז געטוישט געווארן אויף דעם קומענדיגן זונטאג פר' קרח ע"פ כיכר זופניק, כדי אבער זיי זאלן זיך בארואיגן האט מען צוגעלייגט די ווערטער אז די עצרת איז בעיקר געווידמעט פאר די בחורי הישיבות, און די רבנים האבן צוגעשטומט אז מ'זאל צושרייבן אז נאך דעם גרויסארטיגן עצרת וואו מ'וועט הערן די פייערדיגע דרשות וועט מען זיך ארויסלאזן אויף א תהלוכת מחאה צו כיכר השבת און אויף שרי ישראל, און אויך האט מען געגעבן רשות צו ברענגען הרב טורטשין שליט"א זאל אויפטרעטן אין זופניק, וואס למעשה האט ער אליינ'ס עס אפגעווארפן. דאס אלעס מיט'ן ציל אז ס'זאל זיין א געמיינזאמע צוזאמארבעט, אן קיין חורבנות און שטערונגען פון די אנשי רשע.



די היינטיגע ממשיכי דרך פון קרח ועדתו האבן אבער נישט אויפגעגעבן, זיי האבן געהאלטן אז אולי ואולי וועט זיי עס נאכאלץ נישט ברענגען קיין כבוד מילד גערעדט, האבן זיי אנגעפאנגען צו פארשפרייטן מיט צעטלעך און האטליינ'ס און מייקס אויף די גאסן, אז די עצרת איז פאררופן אויף זיבן אזייגער ע"פ כיכר השבת, כדי די עולם בעיקר די פרעמדע זאלן נישט כאפן אז די עצרת וואס די עדה החרדית האט פאררופן וועט פארקומען בעפאר אויף כיכר זופניק, צעטלעך איז געפליקט געווארן, מייק'ס זענען צושטערט געווארן וואס האבן מודיע געווען פאר'ן ציבור איבער די עצרת פון די עדה החרדית, און זיי זענען געזעצן און געהאפט אז די ציבור וועט אפקויפן זייערע פראפעגאנדע און זיי וועלן ארויסקומען די געוואונער.



מיטוואך זעקס אזייגער אין דער אוונט זענען די גאסן פון ירושלים שווארץ געווארן פון די רבבות אלפי ישראל וואס האבן געשטראמט צום עצרת תפילה ומחאה ע"פ כיכר זופניק, באסעס מיט אידן פון אלע שיכטן און קרייזן בכלל פון איבער גאנץ ארץ ישראל, עלטערע ליטווישע און יונגערע ספרדי'שע אינאיינעם מיט מיטל יעריגע חסידי'שע, און בפרט בני קהילות הקודש החונים תחת דגלו של העדה החרדית פון די רעכט און די לינקע, פון די ירושלימ'ער אנשי ישוב הישן ביז די אונגארישע האבן בענאזאם ארויפשפאצירט דעם בארג צום גרוסן רחבה, עטליכע מינוט שפעטער איז שוין דאס מקום המיועד געווארן צר מהכיל, ווען די ארומיגע גאסן פון שטראוס און אראפ זענען אין איין מינוט פארשווארצט געווארן פון די אלפים ורבבות, און האבן געמוזט אקאמענדירן דעם אומשאצבארע צאל פון אנשים יראים ושלמים וואס זענען אלע געקומען מיט איין מטרה לשמוע את דבר ה' איבער די חובת השעה און מתפלל זיין להעביר רוע הגזירה און אויסשרייען דעם קול מחאה קעגן דעם שלטון הרשע.



די היסטארישע פארטש פון די בניני העדה החרדית האט זיך צוביסלעך אנגעפילט מיט פילע אדמורי"ם ורבנים און דיינים מיט ראשי ישיבות, פון די חסידי'שע רבי'ס מיט די ספרדי'שע און ליטווישע ראשי ישיבות, א שטילקייט האט באנומען אלע פארזאמלטע ווען מלכי צדק מלך שלם רבינו הגדול מרן פוסק הדור כ"ק הגאב"ד שליט"א האט זיך באוויזן במלוא הדרה, ווען מ'שטופט זיך פון אלע זייטן א בליק צו געבן אויפ'ן הייליגן און לעכטיגן צורה. דאס בילד וואס האט זיך ארויסגעשטעלט האט יעדעם געפלעפט און געכאפט א געוואלדיגע התפעלות, ווען אין די פראנט שורה פון די אויבנ-אן זענען אויסגע'שורה'עט אלע חברי הבד"צ שליט"א אין שפיץ פונעם גרויסן ירושלימ'ער רב שליט"א, א היסטארישע מחזה וואס פילע בני העדה החרדית האבן שוין פאר א לאנגע צייט אויסגעווארט מיטצוהאלטן, ווען ס'האט זיך אויסגעשריגן פון זיך אליינ'ס דאס עדה החרדית איז נישט אונטערגעגאנגען און וועט ווייטער שטיין מיט א פעלזן פעסטקייט לוחם צו זיין די מלחמת אש קודש טראץ אלע פרואוואנגען דאס צו שטערן און אנידערברעכן, דאס עדה החרדית האט א רב וואס איז אנגענומען ביי יעדן פונעם עדה החרדית מיט'ן גרעסטן כבוד און הערכה, און פרייען זיך מיט די געוואלדיגע זכי' ווען דער רבן של ישראל וואס שאקלט וועלטן פירט מיט'ן גאנצן שטארקייט אלע פעולות פון די עדה החרדית.



די עצרת האט זיך אנגעפאנגען אום 6 אזייגער אוונט, ווען הרה"ג ר' יעקב ראבינאוויטש שליט"א מחשובי קהל הקודש משכנות הרועים האט פארגעזאגט עטליכע קאפיטלעך תהילים. דער עצרת איז אנגעפירט געווארן דורך דער ספרא דדינא הרה"ג ר' יצחק שלמה בלויא שליט"א, וואס האט ארויס געגעבן דער ווייטאג און וויי געשריי על מה אנו נאספים, און נאך געזאגט דיבורים מנהמת לבו הטהור פון רבינו הגדול בעל השערי טוביה זי"ע מרא דארעא קדישא, וואס ער פלעגט אויסשרייען ביי די עצרות מחאה פארלאפענע יארן איבער דער גזירת הגיוס. מיט ווייטאג האט ער ארויס געבריינגט איבער דיע וואס פרובירן זאגן אז דער פראבלעם פון מיליטער איז צניעות און חילול שבת וכדומה, ווען מען טוט נישט אריין קלערן אז דער עצם דינען אין מיליטער איז א כפירה ומרידה במלכות שמים וכל באי'ה לא ישובון.

דערנאך איז געהערט געווארן פלאם פייערדיגע ווערטער פון הגאון הגדול ר' אברהם יצחק אולמאן שליט"א חבר הביד"צ וואס האט ארויס געברענגט אז בית דין האט ארויסגעגעבן די הוראה אז אלע ישיבות און כוללים זאלן זיך באטייליגן ווייל ביטולה של תורה זה היא קיומה, און ווייטער ארומגערעדט איבער די שרעקליכע גזירה וואס די עיקר פראבלעם איז די פשרות וואס מ'וויל אנמאכן, און לעת כזאת דארפן מיר זיך מחזק זיין מיט לימוד התורה ביתר שאת ועוז, און זיך דערווייטערן פון די קוויי הנייעס למיניהם המכלים מנפש ועד בשר. דאן איז געהערט געווערן דברים כדרבונות פון הגאון הגדול ר' יהושע ראזנבערגער שליט"א חבר הביד"צ, וואו ער האט ארומגערעדט און געווייטאגט איבער די גזירות על הדת פון דער שלטון הרשע די לעצטע 70 יאר, וואס די עצה דערויף איז נאר צו שטיין דערקעגן מיט מסירות נפש און א פעלזן פעסטקייט.


א סקרוך איז דורך ביים ציבור ווען דער ספרא דדיינא האט אויסגערופן אז מען וועט האבן די זכיה צו הערן דברות קודש מלהבות אש פונעם שר צבא ה' לוחם מלחמות ה' עמוד האש דער שר התורה וההוראה רבינו הגדול מרן פוסק הדור כ"ק הגאב"ד שליט"א מרא דארעא דישראל, א יראת הכבוד האט דורכגענומען דעם גאנצן עולם הנאספים פון אלע סארטן, ווען דער ציבור הרבבות איז געוואנדן מיט א השתוקקות צום אויבן אן צו הערן דער דבר ה' מירושלים איבער די גורל'דיגע שרעקליכע מצב און די ריכטיגע חובת השעה. 'וזאת התורה אשר שם משה לפני בני ישראל', דער רב שליט"א האט מיט א הארץ און וויי געשריי ארויס געברענגט און מסביר געווען דער ביטערער גזירה המרחפת על יושבי ארצינו הק', און די קלארע פסק הלכה אז קיין שום בחור נישט קיין נפקא מינא צו ער לערנט אין א ישיבה אדער נישט טאר נישט ע"פ תורה דינען אינעם צבא השמד. דער רב שליט"א האט זיך געוואנדן צו די שלטונות זאגנדיג אז מיר זענען גרייט צו אנפילן די תפיסות מיט א אויפגעהויבענע קאפ, ווען גארנישט וועט נישט קענען אונז בייגן פון דער דרך התורה, און טאמער חלילה מען וועט ארעסטירן א בחור וועט דאס גאנצער יהדות החרדית בראשות מנהיגיה ארויס גיין דערקעגן מיט א מלחמת חרמה. דער רב שליט"א האט צוגעענדיגט אז אין דעם ביטערן מצב וואס מיר געפונען זיך ווען ס'שוועבט א ביטערע מלחמה בארצינו הקדושה דארפן מיר פארשטערקערן דער כח התורה ביתר שאת ועוז ווען תורה מגנא ומצלי, ויענו כל העם אמן, ווען יעדער פון די באטייליגטע קען זיך נישט איבערקומען פון התפעלות אז ב"ה לא אלמן ישראל, דער באשעפער האט אונז נאך איבערגעלאזט א עמוד אש וואס פירט אונז ווייטער אינעם ריכטיגן דרך הסלולה לנו מדור דור.



דערנאך איז געהערט געווערן די ווערטער בלשון הקודש דורך הגאון ר' משה צדקה שליט"א ראש ישיבת פורת יוסף פאר די אחינו הספרדים הנאספים, און צום שלוס פון דער עצרת איז פארגעזאגט געווערן פרקי תהלים און פסוקי יחוד מיט א געוואלדיגע ברען דורך כ"ק האדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א בהתעוררות רב.



דערנאך זענען אלע רבנים און חברי הבד"ץ אריינגעגאנגען אינעם בי"ד שטיבל אפצוגעבן א הארציגן יישר כח פאר די דברות קודש דורכ'ן גאב"ד שליט"א, און מקבל זיין ברכת קדשו, און אינאיינוועגס דורכגעשמועסט די ווייטערדיגע שריט אין די וויכטיגע מערכה למען הצלת כלל ישראל, און אזוי אויך זיך אפצושאקלען פון די מעשי פרעות ביי די תהלוכת מחאה, און קלאר ארויסגעברענגט אז אונז דארפן זיך פירן ווי דעם אויסגעטראטענעם דרך פון די עדה החרדית, ווען ס'האבן זיך צווישן אנדערע דארטן אנגעזעהן כ"ק האדמורי"ם מתולדות אהרן, משכנות הרועים שליט"א, אלע חברי הביד"צ און רבנים פון קהילות הקודש פון די אנשי ישוב הישן, ווען דאן האט מען ארויסבאגלייט בשירה וזמרה דעם רב שליט"א, ווען הונדערטער אידן שטייען און שטופן זיך לראות את פני הקודש.



צום שלוס פונעם היסטארישן עצרת הרבבות, ווען יעדער איינער בלי יוצא מן הכלל איז אנגעווארעמט געווארן מיט א אש קודש און מיט א קלארקייט וואס דא גייט פאר, האט מען זיך אינאיינעם ארויסגעלאזט אויף א גרויסע תהלוכת מחאה דורך כיכר השבת אויפ'ן וועג צו שרי ישראל, ווי אנשים יראים ושלמים האבן אינאיינעם אויסגעשריגן דעם ביטערן וויי געשריי און מוחה געווען אויף די שלטון הרשע וואס זוכט אונז אויסצו'שמד'ן רח"ל, דערנאך האט מען זיך אומגעקערט אהיים אנגעהויפנט מיט פילע עמער'ס פון חיזוק און אמונה.



דער געוואלדיגע עצרת האט געהאט א ווייטן אפקלאנג איבער גאנץ מדינת ישראל מיט א ריזן קידוש השם, ווען מ'האט געזעהן און פארשטאנען אז ס'זענען דא טויזנטער אידן בלי גוזמא וואס זענען גרייט אויף אלעם און וועלן זיך קיינמאל נישט לאזן אונטערברעכן. אינאיינוועג'ס האט די עצרת אויך אויסגעשריגן א געוואלדיגע קידוש השם פאר די גאנצע וועלט מיט געוואלדיגע חיזוק פאר די ירושלימ'ער אידן וואס בלוטיגן פאר א לענגערע צייט ס'זאל ח"ו נישט אונטערגיין דעם הארעוואניע פון אונזערע הייליגע מנהיגים השוכנים בארץ המה, און אויפגעהויבן דעם שטארקן כח און כבוד פונעם בי"ד הגדול שבירושלים, ווען מ'האט קלאר געזעהן מי ומי ההולכים, ווען די גרויסע געפלאנטע אונטערערדישע פלענער דורך די אנשי בליעל מחבלי כרמים משולי המחנה, ארויסצוברענגען דעם ציבור צו זייערע פראפעגאנדע'ס און דרשות אויף כיכר השבת, און ח"ו נישט ביי די עצרת פון די עדה החרדית האט זיך אויסגעלאזט ווי א זייפן בלאז, באלעמער'ס איז צוגעגרייט געווארן, דרשות האט געדארפט געזאגט ווערן, מחאות האט געדארפט אויסגעשריגן ווערן, אבער די הייליגע אידן וואס זענען אהינגעקומען לשם שמים ע"פ ציווי פונעם ירושלימ'ער רב ובית דינו הצדק, האבן ניטאמאל געקוקט אויף זייער זייט, יעדער איז אנגעפלאמט געווארן דורך די הייליגע דרשות און מיט א ברען געגאנגען מוחה זיין כדרך המסורה לנו אן קיין חורבונות און שאדנ'ס פאר מענטשן, און די חברה זענען געבליבן דארטן אויסגעשפילט אן קיין רבנים, אן קיין מנהיגים, און אן קיין ערליכע אידן, און זיך געוואלט טרעפן אינעם גרוב פון קרח ועדתו ווי אמשנעלסטן פאר גרויס בושה וחרפה.



דאס יהדות החרדית שרייט אויס פאר די אנשי רשע: "יישר כוחכם, יישר כוחכם"!!! אונז דאנקען אייך זייער אז ענק האבן איינמאל פאר אלעמאל קלאר געוויזן און אויסגעשריגן "אין לנו חלק ונחלה אין די עדה החרדית", "אונז זענען זיך נישט משתתף אין זייערע מחאות, אונז צושטערן זייערע מערכות, אונז גייען קעגן די הוראות פון אלע מנהיגים, אונז זעמיר א אפגעטיילטע קהילה וואס טוהען ככל העולה על רוחינו". איר קענט אונז שוין נישט פארקויפן וואס איז ריכטיג זאל געטוהן ווערן אין עדה החרדית ווייל ענק האבן מיט אונז גארנישט קיין שייכות, דאס וואס ערליכע אידן פרובירן שוין מיט אלע מיני גוטע וועגן צו טוהן, אייך אויסצושפייען מתוך מחנינו, האבן ענק ב"ה אליינ'ס אויסגעפירט נאך מיט א שמיץ אריבער, ענק האבן זיך אליינ'ס געגראבן די בור און דארטן אריינגעווארפן...


ברוך המקדש שמו ברבים!!!

אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4413
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 6783

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דער פאקטישער גזירה גייט ארויס לפועל, ליידער אויף זייער א קלוגע וועג! רח"ל.


פרסום ראשון במהדורה: חוות דעת המשפטית של צה"ל שהובילה לחשיפת נתוני החרדים העובדים ״אין אפשרות מעשית לגייס עשרות אלפי חרדים״

אחרי הפרסום השבוע בחדשות הערב על פניית צה״ל למס הכנסה ולביטוח הלאומי לחשיפת נתוני הצעירים החרדים העובדים - הערב פרסמנו בכאן 11 את חוות הדעת המשפטית שמאפשרת את חשיפת נתוני הביטוח הלאומי על צעירים עובדים חרדים - לראשונה

במסמך הפנימי צה״ל מודה: גיוס עשרות אלפי חרדים ״אינו אפשרי ואינו מעשי״. נדרש סינון שיאפשר גיוס מלש״בים על פי תעדוף.

חוות הדעת קבעה שנתון הצעירים החרדים העובדים רלוונטי לעניין מתן קדימות בגיוסם משום שהפרו את תנאי חוק הגיוס שפקע והעניק להם בעבר את פטור ״תורתו אומנותו״.

בצבא הסבירו שבהיעדר חוק גיוס ובהיעדר הגנה משפטית הצעירים החרדים הללו עשויים לקבל קדימות בתיעדוף של הצבא בגיוס.

השבוע חשפנו את פניית צה״ל למס הכנסה והביטוח הלאומי. בביטוח הלאומי אמרו היום שבתוך שבועיים כלל הנתונים יועברו לצה״ל.
אוועיטער
צווייזייטיג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 975
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 546

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך צווייזייטיג »

מושי פוטערפאס האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 11:43 am א סקרוך איז דורך ביים ציבור ווען דער ספרא דדיינא האט אויסגערופן אז מען וועט האבן די זכיה צו הערן דברות קודש מלהבות אש פונעם שר צבא ה' לוחם מלחמות ה' עמוד האש דער שר התורה וההוראה רבינו הגדול מרן פוסק הדור כ"ק הגאב"ד שליט"א מרא דארעא דישראל.
ומי הם בדאים?!
ער האט דאס קיינמאל נישט געזאגט.
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
אוועיטער
רעגענדיגע זונטאג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 613
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
x 1021

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך רעגענדיגע זונטאג »

צווייזייטיג האט געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2024 12:05 am
מושי פוטערפאס האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 11:43 am א סקרוך איז דורך ביים ציבור ווען דער ספרא דדיינא האט אויסגערופן אז מען וועט האבן די זכיה צו הערן דברות קודש מלהבות אש פונעם שר צבא ה' לוחם מלחמות ה' עמוד האש דער שר התורה וההוראה רבינו הגדול מרן פוסק הדור כ"ק הגאב"ד שליט"א מרא דארעא דישראל.
ומי הם בדאים?!
ער האט דאס קיינמאל נישט געזאגט.
ער האט נישט געשריבן אז מ' האט עס געזאגט.
אוועיטער
Spa 42
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 849
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
x 3046

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך Spa 42 »

א נאטיץ האט ארויסגעליקט פון די מיליטער וואס דארט שטייט אז עס איז קלאר אז עס איז נישט דא קיין שום וועג אריינצושלעפן מאסן ווייז בחורים אין מיליטער.
שרייב פאוסט