ביטע קלאר אויס וואס איז א טעות??שטיינער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 11:24 amדאס וואס איר שרייבט בענין משפחת ר"י חסיד איז כמדומה לי א טעות. כ'מיין ס'איז אן אנדערע מהלך אינגאנצן.ChatGPT האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 10:27 amכ'וואלט מכיר טוב געווען אויב דו קענסט צוצייכענען מקורות אז מען האט שוין געוואוינט דארט מימי חז''ל.קרני פרה האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 1:32 am זיי זענען באקאנט אלץ די חכמי פרובינצא, א גאר אלטע מושרשדיגע שבט פון אידען אין איירופה כנראה נאך מימי חז"ל
מערסט באקאנטע פון רבותינו הראשונים פון דארט לפי סדר הדורות , מפי הזכרון .
רבינו משה הדרשן מנבורנה, עיר קדומה לחכמה
רבינו אברהם בן יצחק אב"ד המכונה הראב"ד השני בעל ספר האשכול
חתנו רבינו אברהם בן דוד הראב"ד המפורסם בעל ההשגות מקרית יערים
רבינו משולם בן יעקב מלוניל וחמשת בניו, רבינו יהונתן הכהן מלוניל שחיבר הפי' על רב אלפס, הראבן הירחי בעל ספר המנהיג, הם נקראו חכמי לוניל
רבינו יצחק בן אבא מארי ממרשיליה (מארסיי) בעל העיטור
עוד גרו שם מבני ספרד שגלו לשם מחמת הגזירות רבינו הרז"ה בעל המאור, הרד"ק ומשפחת קמחי המדקדקים , בני משפחת תיבון המתרגמים שהפיצו שם חכמה ופיליסופיה
כל זה עד סוף האלף החמישי, ועוד חזון...
די ערשטע און עלסטע מקום ווי אידן האבן געוואוינט גלייך לאחר החורבן, איז געווען איטאליע - רוים. דארט זענען אנגעקומען די מתקני "והוא רחום" וואס מען זאגט מאנטאג און דאנערשטאג. די סיבה דערצו איז וויבאלד עס איז געווען מלכות רוים וועלכע האט שולט געווען אויף א''י.
ווי אויך האבן דארט געלעבט די פייטנים און גאר גרויסע לייט גאר פרי, נאך איידער די תקופת רבינו גרשום מא''ה. למשל די פיוט אנקת מסלדיך נתחבר ע''י סילנו הפייטן
קבלה איז אהין אנגעקומען פון די חכמי בבל און פארבליבען אלס מורשת אשכנז פון גאר א לאנגע צייט בעיקר צווישן משפחת רבינו יהדה החסיד וקרוביו.
חוקרי הדורות שטעלן נוסח אשכנז אלס המשך פון סידור בני רומניא וועלכע גייט בשיטת תלמיד ירושלמי (נאר שפעטער משנה געווען ס'זאל שטימען מיטן בבלי שהלכה כמותו) און נוסח ספרד מקורו בסידור רב עמרם כמנהג מתיבתות דבבל.
פרובינצא איז צווישן אשכנז-צרפת און מדינות ספרד, ממילא דארט האט זיך אריינגעכאפט די לימוד פיליזאפיע וואס איז געווען נפוץ און ספרד (אשכנז האט מען בדרך כלל נישט געלערנט פיליזאפיע, ויש כמה טעמים בזה) און דאס האט צוגערנגט דעם גרויסן חורבן היהדות כמבואר בספרי הרשב''א ור' אבא מרי הירחי
ר' אהרן איז געקומען פון בבל - געטראפן דער זיידע ר' משה בעל אימת נוראותיך און אים איבערגעגעבן רזי התורה.
וכך כותב הרוקח בהקדמה לספרו:
https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... =8&hilite=