יהדות פרובאנס

אונזער היסטאריע
אוועיטער
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
Location: סאן אנטאניע
x 588

Re: יהדות פרובאנס

פאוסט דורך ChatGPT »

שטיינער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 11:24 am
ChatGPT האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 10:27 am
קרני פרה האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 1:32 am זיי זענען באקאנט אלץ די חכמי פרובינצא, א גאר אלטע מושרשדיגע שבט פון אידען אין איירופה כנראה נאך מימי חז"ל
מערסט באקאנטע פון רבותינו הראשונים פון דארט לפי סדר הדורות , מפי הזכרון .
רבינו משה הדרשן מנבורנה, עיר קדומה לחכמה
רבינו אברהם בן יצחק אב"ד המכונה הראב"ד השני בעל ספר האשכול
חתנו רבינו אברהם בן דוד הראב"ד המפורסם בעל ההשגות מקרית יערים
רבינו משולם בן יעקב מלוניל וחמשת בניו, רבינו יהונתן הכהן מלוניל שחיבר הפי' על רב אלפס, הראבן הירחי בעל ספר המנהיג, הם נקראו חכמי לוניל
רבינו יצחק בן אבא מארי ממרשיליה (מארסיי) בעל העיטור
עוד גרו שם מבני ספרד שגלו לשם מחמת הגזירות רבינו הרז"ה בעל המאור, הרד"ק ומשפחת קמחי המדקדקים , בני משפחת תיבון המתרגמים שהפיצו שם חכמה ופיליסופיה
כל זה עד סוף האלף החמישי, ועוד חזון...
כ'וואלט מכיר טוב געווען אויב דו קענסט צוצייכענען מקורות אז מען האט שוין געוואוינט דארט מימי חז''ל.

די ערשטע און עלסטע מקום ווי אידן האבן געוואוינט גלייך לאחר החורבן, איז געווען איטאליע - רוים. דארט זענען אנגעקומען די מתקני "והוא רחום" וואס מען זאגט מאנטאג און דאנערשטאג. די סיבה דערצו איז וויבאלד עס איז געווען מלכות רוים וועלכע האט שולט געווען אויף א''י.
ווי אויך האבן דארט געלעבט די פייטנים און גאר גרויסע לייט גאר פרי, נאך איידער די תקופת רבינו גרשום מא''ה. למשל די פיוט אנקת מסלדיך נתחבר ע''י סילנו הפייטן
קבלה איז אהין אנגעקומען פון די חכמי בבל און פארבליבען אלס מורשת אשכנז פון גאר א לאנגע צייט בעיקר צווישן משפחת רבינו יהדה החסיד וקרוביו.

חוקרי הדורות שטעלן נוסח אשכנז אלס המשך פון סידור בני רומניא וועלכע גייט בשיטת תלמיד ירושלמי (נאר שפעטער משנה געווען ס'זאל שטימען מיטן בבלי שהלכה כמותו) און נוסח ספרד מקורו בסידור רב עמרם כמנהג מתיבתות דבבל.

פרובינצא איז צווישן אשכנז-צרפת און מדינות ספרד, ממילא דארט האט זיך אריינגעכאפט די לימוד פיליזאפיע וואס איז געווען נפוץ און ספרד (אשכנז האט מען בדרך כלל נישט געלערנט פיליזאפיע, ויש כמה טעמים בזה) און דאס האט צוגערנגט דעם גרויסן חורבן היהדות כמבואר בספרי הרשב''א ור' אבא מרי הירחי
דאס וואס איר שרייבט בענין משפחת ר"י חסיד איז כמדומה לי א טעות. כ'מיין ס'איז אן אנדערע מהלך אינגאנצן.
ביטע קלאר אויס וואס איז א טעות??

ר' אהרן איז געקומען פון בבל - געטראפן דער זיידע ר' משה בעל אימת נוראותיך און אים איבערגעגעבן רזי התורה.

וכך כותב הרוקח בהקדמה לספרו:

https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... =8&hilite=
פיילס
Screenshot 2025-09-18 125123.png
Screenshot 2025-09-18 125123.png (159.43 KiB) געזען געווארן 339 מאל
שטיינער
פרישער באניצער
פאוסטס: 85
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 2:50 am
x 48

Re: יהדות פרובאנס

פאוסט דורך שטיינער »

ChatGPT האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 12:53 pm
שטיינער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 11:24 am
ChatGPT האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 10:27 am

כ'וואלט מכיר טוב געווען אויב דו קענסט צוצייכענען מקורות אז מען האט שוין געוואוינט דארט מימי חז''ל.

די ערשטע און עלסטע מקום ווי אידן האבן געוואוינט גלייך לאחר החורבן, איז געווען איטאליע - רוים. דארט זענען אנגעקומען די מתקני "והוא רחום" וואס מען זאגט מאנטאג און דאנערשטאג. די סיבה דערצו איז וויבאלד עס איז געווען מלכות רוים וועלכע האט שולט געווען אויף א''י.
ווי אויך האבן דארט געלעבט די פייטנים און גאר גרויסע לייט גאר פרי, נאך איידער די תקופת רבינו גרשום מא''ה. למשל די פיוט אנקת מסלדיך נתחבר ע''י סילנו הפייטן
קבלה איז אהין אנגעקומען פון די חכמי בבל און פארבליבען אלס מורשת אשכנז פון גאר א לאנגע צייט בעיקר צווישן משפחת רבינו יהדה החסיד וקרוביו.

חוקרי הדורות שטעלן נוסח אשכנז אלס המשך פון סידור בני רומניא וועלכע גייט בשיטת תלמיד ירושלמי (נאר שפעטער משנה געווען ס'זאל שטימען מיטן בבלי שהלכה כמותו) און נוסח ספרד מקורו בסידור רב עמרם כמנהג מתיבתות דבבל.

פרובינצא איז צווישן אשכנז-צרפת און מדינות ספרד, ממילא דארט האט זיך אריינגעכאפט די לימוד פיליזאפיע וואס איז געווען נפוץ און ספרד (אשכנז האט מען בדרך כלל נישט געלערנט פיליזאפיע, ויש כמה טעמים בזה) און דאס האט צוגערנגט דעם גרויסן חורבן היהדות כמבואר בספרי הרשב''א ור' אבא מרי הירחי
דאס וואס איר שרייבט בענין משפחת ר"י חסיד איז כמדומה לי א טעות. כ'מיין ס'איז אן אנדערע מהלך אינגאנצן.
ביטע קלאר אויס וואס איז א טעות??

ר' אהרן איז געקומען פון בבל - געטראפן דער זיידע ר' משה בעל אימת נוראותיך און אים איבערגעגעבן רזי התורה.

וכך כותב הרוקח בהקדמה לספרו:

https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... =8&hilite=
די מהלך פון רמב"ן ורבותיו איז אנדערש פונעם מהלך פון חסידי אשכנז.
ביטע נישט אריינגיין אין סודות התורה דא. יש"כ.
וויאזוי ס'קען זיין? יכול להיות אז ר' יצחק סגי נהור האט מקבל געווען פון נאך פלעצער חוץ פון ר' אהרן. איני יודע.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1994
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 6891

Re: יהדות פרובאנס

פאוסט דורך מסתמא »

שטיינער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 12:42 pm
ר' משה האט ככל הנראה געלעבט בערך 30 יאר פאר ד' שבויים.
בענין האשכנזים עי' ספר האשכנזים הראשונים
גיבסט אונז דא אזא תמימותדיגע לינק... דאס איז דאך אן אוצר בלום! תבורך מן השמים. כגיי עס לייגן אינעם 'פון וואו שטאמען מיר' טעמע. ייש"כ גדול נאכאמאל.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1994
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 6891

Re: יהדות פרובאנס

פאוסט דורך מסתמא »

כהאב דאס געטראפן, נאכנישט דורכגעליינט.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
שטיינער
פרישער באניצער
פאוסטס: 85
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 2:50 am
x 48

Re: יהדות פרובאנס

פאוסט דורך שטיינער »

הרב @מסתמא אז איר לייגט מעג איך אויך לייגן פון מיינע ארכיוון.
בין תורה לחכמה - המאירי וחביריו.pdf
(40.65 MiB) דאונלאודעד 25 מאל
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1994
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 6891

Re: יהדות פרובאנס

פאוסט דורך מסתמא »

שטיינער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 1:51 pm הרב @מסתמא אז איר לייגט מעג איך אויך לייגן פון מיינע ארכיוון.
בין תורה לחכמה - המאירי וחביריו.pdfחליפת-המכתבים בין יהודי ספרד ופרובנציאה לבין יהודי קושטא ותולדות אנוסי פרובנציאה.pdfיהודי פרובנס.pdf
לייג נאר לייג, ייש”כ גדול
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1797
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3181

Re: יהדות פרובאנס

פאוסט דורך הדסים »

תינוק הבורח האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 7:58 am
קרני פרה האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 1:32 am זיי זענען באקאנט אלץ די חכמי פרובינצא, א גאר אלטע מושרשדיגע שבט פון אידען אין איירופה כנראה נאך מימי חז"ל
מערסט באקאנטע פון רבותינו הראשונים פון דארט לפי סדר הדורות , מפי הזכרון .
רבינו משה הדרשן מנבורנה, עיר קדומה לחכמה
רבינו אברהם בן יצחק אב"ד המכונה הראב"ד השני בעל ספר האשכול
חתנו רבינו אברהם בן דוד הראב"ד המפורסם בעל ההשגות מקרית יערים
רבינו משולם בן יעקב מלוניל וחמשת בניו, רבינו יהונתן הכהן מלוניל שחיבר הפי' על רב אלפס, הראבן הירחי בעל ספר המנהיג, הם נקראו חכמי לוניל
רבינו יצחק בן אבא מארי ממרשיליה (מארסיי) בעל העיטור
עוד גרו שם מבני ספרד שגלו לשם מחמת הגזירות רבינו הרז"ה בעל המאור, הרד"ק ומשפחת קמחי המדקדקים , בני משפחת תיבון המתרגמים שהפיצו שם חכמה ופיליסופיה
כל זה עד סוף האלף החמישי, ועוד חזון...
רבנו מנחם בן שלמה המאירי
רבינו יונה מגירונדי

(קען זיין ס'איז שוין געשטאנען דא) חכמי פרובינציה האבן געהאט עטליכע זאכן עטוואס אנדערש למעליותא ווי די אנדערע גדולי הראשונים, ראשית כל האבן זיי ווייניגער געליטן פון צרות וגירושים ווי אין אנדערע פלעצער לדוגמא בעת וואס אין פראנקרייך איז בימי תקופת הראשונים פארגעקומען דריי גירושים, שריפת התלמוד און סתם שווערע גזירות, אין דייטשלאנד איז געווען דער ערשטער קרייצצוג וואס האט נאכגעפאלגט מיט די גזירות תתנ"ו, די צווייטע און דריטע קרייצצוגן, די בלוט בלבולים, שווארצע מגיפה שחיטות און נאך איז אין פרובינציה געווען פארהעלטניסמעסיג רואיג ממש ביז סוף תקופת הראשונים ווען פרובינציה איז געווארן א חלק פון פראנקרייך.

שנית, די חכמי אשכנז וצרפת זענען מער ווייניגער געווען אפגעהאקט פון די חכמי ספרד משא"כ די חכמי פרובינציה זענען געווען אין פארבינדונג מיט זיי און אויך נישט אינגאנצן אפגעהאקט פון אשכנז וצרפת הגם דער דרך הלימוד איז געווען אנדערש.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
קרני פרה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 252
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 1:06 am
x 1649

Re: יהדות פרובאנס

פאוסט דורך קרני פרה »

הדסים האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 9:20 pm

עטליכע הערות
רבינו יונה איז געווען פון גירונה וואס איז געהעריג ספרד (קאטולניה)
ער האט נאר געלערענט ביי רבי שלמה מן ההר אין פרובינצא, (חוץ מזה האט ער אויך געלערנט ביי די בעלי התוספות אין צרפת)
זיין קרוב ובן עירו דער רמב״ן האט אויך געלערנט ביי די חכמי פרובינציא

די גרושי צרפת האבן אויך חל געווען אין פרובינציא זינט עס אויך געווען אינטער מלכות צרפת, א חוץ די ארבע קהילות וואס זענען געווען אינטערן רשות פונעם פויפסט וואס דאס איז געבליבן א קליינע זכר צו די אמאליגע יהדות פרובינציא ביז די לעצטע צייט (א עקסטערע אינטערסאנטע אומבאוואוסטע שטיק היסטוריה)

פרובינציא געפונט זיך אויפן מאפע צווישען ספרד אין צרפת אין יענע תקופה, אזוי האט דאס געדינט ווי א בריק ווי די ספרי גדולי ספרד ווי דער רי״ף זענען אנגעקומען קיין צרפת און פון דארט קיין אשכנז, און די זעלבע פארקערט די תורת בעלי התוספות קיין ספרד

דארט אליין זענען די ישיבות נשפע געווען סיי פון ספרד סיי פון צרפת ואשכנז, לצד זייערע אייגענע אייגענארטיגע מסורות און דרכי הלימוד
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 863
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 919

Re: יהדות פרובאנס

פאוסט דורך תינוק הבורח »

הדסים האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 9:20 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 7:58 am
קרני פרה האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 1:32 am זיי זענען באקאנט אלץ די חכמי פרובינצא, א גאר אלטע מושרשדיגע שבט פון אידען אין איירופה כנראה נאך מימי חז"ל
מערסט באקאנטע פון רבותינו הראשונים פון דארט לפי סדר הדורות , מפי הזכרון .
רבינו משה הדרשן מנבורנה, עיר קדומה לחכמה
רבינו אברהם בן יצחק אב"ד המכונה הראב"ד השני בעל ספר האשכול
חתנו רבינו אברהם בן דוד הראב"ד המפורסם בעל ההשגות מקרית יערים
רבינו משולם בן יעקב מלוניל וחמשת בניו, רבינו יהונתן הכהן מלוניל שחיבר הפי' על רב אלפס, הראבן הירחי בעל ספר המנהיג, הם נקראו חכמי לוניל
רבינו יצחק בן אבא מארי ממרשיליה (מארסיי) בעל העיטור
עוד גרו שם מבני ספרד שגלו לשם מחמת הגזירות רבינו הרז"ה בעל המאור, הרד"ק ומשפחת קמחי המדקדקים , בני משפחת תיבון המתרגמים שהפיצו שם חכמה ופיליסופיה
כל זה עד סוף האלף החמישי, ועוד חזון...
רבנו מנחם בן שלמה המאירי
רבינו יונה מגירונדי

(קען זיין ס'איז שוין געשטאנען דא) חכמי פרובינציה האבן געהאט עטליכע זאכן עטוואס אנדערש למעליותא ווי די אנדערע גדולי הראשונים, ראשית כל האבן זיי ווייניגער געליטן פון צרות וגירושים ווי אין אנדערע פלעצער לדוגמא בעת וואס אין פראנקרייך איז בימי תקופת הראשונים פארגעקומען דריי גירושים, שריפת התלמוד און סתם שווערע גזירות, אין דייטשלאנד איז געווען דער ערשטער קרייצצוג וואס האט נאכגעפאלגט מיט די גזירות תתנ"ו, די צווייטע און דריטע קרייצצוגן, די בלוט בלבולים, שווארצע מגיפה שחיטות און נאך איז אין פרובינציה געווען פארהעלטניסמעסיג רואיג ממש ביז סוף תקופת הראשונים ווען פרובינציה איז געווארן א חלק פון פראנקרייך.

שנית, די חכמי אשכנז וצרפת זענען מער ווייניגער געווען אפגעהאקט פון די חכמי ספרד משא"כ די חכמי פרובינציה זענען געווען אין פארבינדונג מיט זיי און אויך נישט אינגאנצן אפגעהאקט פון אשכנז וצרפת הגם דער דרך הלימוד איז געווען אנדערש.
רבנו יונה איז נישט מחכמי פרובינציה.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1797
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3181

Re: יהדות פרובאנס

פאוסט דורך הדסים »

קרני פרה האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 10:27 pm
הדסים האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 9:20 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 7:58 am

רבנו מנחם בן שלמה המאירי
רבינו יונה מגירונדי

(קען זיין ס'איז שוין געשטאנען דא) חכמי פרובינציה האבן געהאט עטליכע זאכן עטוואס אנדערש למעליותא ווי די אנדערע גדולי הראשונים, ראשית כל האבן זיי ווייניגער געליטן פון צרות וגירושים ווי אין אנדערע פלעצער לדוגמא בעת וואס אין פראנקרייך איז בימי תקופת הראשונים פארגעקומען דריי גירושים, שריפת התלמוד און סתם שווערע גזירות, אין דייטשלאנד איז געווען דער ערשטער קרייצצוג וואס האט נאכגעפאלגט מיט די גזירות תתנ"ו, די צווייטע און דריטע קרייצצוגן, די בלוט בלבולים, שווארצע מגיפה שחיטות און נאך איז אין פרובינציה געווען פארהעלטניסמעסיג רואיג ממש ביז סוף תקופת הראשונים ווען פרובינציה איז געווארן א חלק פון פראנקרייך.

שנית, די חכמי אשכנז וצרפת זענען מער ווייניגער געווען אפגעהאקט פון די חכמי ספרד משא"כ די חכמי פרובינציה זענען געווען אין פארבינדונג מיט זיי און אויך נישט אינגאנצן אפגעהאקט פון אשכנז וצרפת הגם דער דרך הלימוד איז געווען אנדערש.
עטליכע הערות
רבינו יונה איז געווען פון גירונה וואס איז געהעריג ספרד (קאטולניה)
ער האט נאר געלערענט ביי רבי שלמה מן ההר אין פרובינצא, (חוץ מזה האט ער אויך געלערנט ביי די בעלי התוספות אין צרפת)
זיין קרוב ובן עירו דער רמב״ן האט אויך געלערנט ביי די חכמי פרובינציא
גערעכט
קרני פרה האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 10:27 pm די גרושי צרפת האבן אויך חל געווען אין פרובינציא זינט עס אויך געווען אינטער מלכות צרפת, א חוץ די ארבע קהילות וואס זענען געווען אינטערן רשות פונעם פויפסט וואס דאס איז געבליבן א קליינע זכר צו די אמאליגע יהדות פרובינציא ביז די לעצטע צייט (א עקסטערע אינטערסאנטע אומבאוואוסטע שטיק היסטוריה)
כ'מיין דו מאכסט א טעות, פרובאנס איז געפירט געווארן דורך א קעניגליכע משפחה (Anjou). גירוש יהדות פרובינציה איז געווען הערשט ארום ר"ס (רנ"ח - רס"ב) - עטליכע יאר נאכן זיך צאמשטעלן מיט צרפת בשנת רנ"ו, דאס איז שוין לאנג נאכן שריפת התלמוד (וואס האט לכאורה היבש ווייניגער אפעקטירט פרובינציא) און אויך נאך דריי גירושים פון פראנקרייך.
(דער לעצטער און ענדגילטיגער גירוש פון פראנקרייך איז געווען שנת קנ"ד ארום הונדערט יאר איידער גירוש פרובאנס).

חוץ מזה איז נאך אלץ געבליבן א קליין טייל פון פרובאנס - אפילו נאכן זיך צאמשטעלן מיט צרפת - וואס האט געהערט פארן "הייליגן שטול" וואס דארט איז דער גירוש געווען הערשט אין די תחילת הש' יארן.
קרני פרה האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 10:27 pm פרובינציא געפונט זיך אויפן מאפע צווישען ספרד אין צרפת אין יענע תקופה, אזוי האט דאס געדינט ווי א בריק ווי די ספרי גדולי ספרד ווי דער רי״ף זענען אנגעקומען קיין צרפת און פון דארט קיין אשכנז, און די זעלבע פארקערט די תורת בעלי התוספות קיין ספרד

דארט אליין זענען די ישיבות נשפע געווען סיי פון ספרד סיי פון צרפת ואשכנז, לצד זייערע אייגענע אייגענארטיגע מסורות און דרכי הלימוד
אזוי אויך די ספרי הרמב"ם זענען לכאורה אזוי אנגעקומען קיין אייראפע.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
קרני פרה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 252
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 1:06 am
x 1649

Re: יהדות פרובאנס

פאוסט דורך קרני פרה »

[quote=הדסים post_id=211616 time=1761026538 user_id=22
די גרושי צרפת האבן אויך חל געווען אין פרובינציא זינט עס אויך געווען אינטער מלכות צרפת, א חוץ די ארבע קהילות וואס זענען געווען אינטערן רשות פונעם פויפסט וואס דאס איז געבליבן א קליינע זכר צו די אמאליגע יהדות פרובינציא ביז די לעצטע צייט (א עקסטערע אינטערסאנטע אומבאוואוסטע שטיק היסטוריה)
[/quote]
כ'מיין דו מאכסט א טעות, פרובאנס איז געפירט געווארן דורך א קעניגליכע משפחה (Anjou). גירוש יהדות פרובינציה איז געווען הערשט ארום ר"ס - עטליכע יאר נאכן זיך צאמשטעלן מיט צרפת, דאס איז שוין לאנג נאך שריפת התלמוד (וואס האט לכאורה היבש ווייניגער אפעקטירט פרובינציא) און אויך נאך דריי גירושים פון פראנקרייך.
(דער לעצטער און ענדגילטיגער גירוש פון פראנקרייך איז געווען שנת קנ"ד ארום הונדערט יאר איידער גירוש פרובאנס
[/quote]

אויף וויקי האב איך יעצט געקוקט איז שטארק משמע ווי דיר איך ווייס נישט פונקטליך ווי מען לערנט עס אפ און אויף וואס זיי בויען, די גאנצע היסטוריה פון די לענדער הערשאפטן און מלחמות אין די מיטל אלטער איז עפעס אזוי מין פארנעפלט און אומפארשטענדליך און וויקי איז לאו דוקא א גוטע מקור

עכ״פ וואס איך האב געהאט אנגענומען מיט א פשטות אז די גירוש צרפת שנת ס״ו האט אויך חל געווען אין פרובינצא אדער אויף חלקים דערפון, נעם איך מספרי רבותינו אליין, אסאך וואס שרייבן אויף זיך אדער מען שרייבט אויף זיי ממגורשי צרפת זענען פון די חכמי פרובינצא, למשל רבינו ירוחם, ר אהרן הכהן בעל אורחות חיים, רבי אבא מרי הירחי, רבי אשתורי הפרחי, לכאורה אויך דער בעל צדה לדרך, הלוא דבר היא וצריך לימוד
שרייב פאוסט