אלבום בחינם: דריקעניש - ליצנותא ד'היינטיגע ניגונים...

אין דער עולם הנגינה און ארום
אוועיטער
עדיטאריעל
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1168
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:46 am
x 3843

Re: אלבום בחינם: דריקעניש - ליצנותא ד'היינטיגע ניגונים...

פאוסט דורך עדיטאריעל »

כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
אוועיטער
עדיטאריעל
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1168
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:46 am
x 3843

Re: אלבום בחינם: דריקעניש - ליצנותא ד'היינטיגע ניגונים...

פאוסט דורך עדיטאריעל »

ניי ארויסגערינען: ערשטע דעמא פון די 'שטירן אקסן ניגון' ארויסגערינען פארן פאבליק....

כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2288
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 5316

Re: אלבום בחינם: דריקעניש - ליצנותא ד'היינטיגע ניגונים...

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

עדיטאריעל האט געשריבן: מאנטאג מערץ 24, 2025 10:17 am ניי ארויסגערינען: ערשטע דעמא פון די 'שטירן אקסן ניגון' ארויסגערינען פארן פאבליק....

:lol:
אוועיטער
רעגענדיגע זונטאג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 705
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
x 1329

Re: אלבום בחינם: דריקעניש - ליצנותא ד'היינטיגע ניגונים...

פאוסט דורך רעגענדיגע זונטאג »

פעינטיג האט געשריבן: מאנטאג מערץ 24, 2025 12:01 am IMG_20250324_000100.jpg
אלעס איז געווען אויף נמרוד'ס קאפ..
אוועיטער
עדיטאריעל
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1168
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:46 am
x 3843

Re: אלבום בחינם: דריקעניש - ליצנותא ד'היינטיגע ניגונים...

פאוסט דורך עדיטאריעל »

הרה"צ רבי שמעון זאב מייזליש שליט"א מיט א שטארקע דרשה אויף קרעטשמע איבער די אלבום - אויב איינער קען אהערברענגן
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
יונגער זיידע
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 8:38 pm
x 15

Re: אלבום בחינם: דריקעניש - ליצנותא ד'היינטיגע ניגונים...

פאוסט דורך יונגער זיידע »

עדיטאריעל האט געשריבן: מאנטאג מערץ 24, 2025 7:37 pm הרה"צ רבי שמעון זאב מייזליש שליט"א מיט א שטארקע דרשה אויף קרעטשמע איבער די אלבום - אויב איינער קען אהערברענגן
ר' שמעון זאב מייזליש
Who knows
פרישער באניצער
פאוסטס: 86
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:04 pm
x 141

Re: אלבום בחינם: דריקעניש - ליצנותא ד'היינטיגע ניגונים...

פאוסט דורך Who knows »

די אלבום איז שוין געהעריג אפעציעל, מ'רעדט שוין אפילו דערקעגן
פרייער פויגל
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 4:16 am
x 99

Re: אלבום בחינם: דריקעניש - ליצנותא ד'היינטיגע ניגונים...

פאוסט דורך פרייער פויגל »

Who knows האט געשריבן: מאנטאג מערץ 24, 2025 9:06 pm די אלבום איז שוין געהעריג אפעציעל, מ'רעדט שוין אפילו דערקעגן
יעדער איז פארנומען מיט די סידי אויף זייער וועג...
אוועיטער
רעגענדיגע זונטאג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 705
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
x 1329

Re: אלבום בחינם: דריקעניש - ליצנותא ד'היינטיגע ניגונים...

פאוסט דורך רעגענדיגע זונטאג »

עדיטאריעל האט געשריבן: מאנטאג מערץ 24, 2025 7:37 pm הרה"צ רבי שמעון זאב מייזליש שליט"א מיט א שטארקע דרשה אויף קרעטשמע איבער די אלבום - אויב איינער קען אהערברענגן
זאל איך שרייבן וואס איך טראכט???

אקעי, ניין איך גיי נישט שרייבן.
אוועיטער
חלום חלמתי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 192
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 257

Re: אלבום בחינם: דריקעניש - ליצנותא ד'היינטיגע ניגונים...

פאוסט דורך חלום חלמתי »

יונגער זיידע האט געשריבן: מאנטאג מערץ 24, 2025 8:41 pm
עדיטאריעל האט געשריבן: מאנטאג מערץ 24, 2025 7:37 pm הרה"צ רבי שמעון זאב מייזליש שליט"א מיט א שטארקע דרשה אויף קרעטשמע איבער די אלבום - אויב איינער קען אהערברענגן
ר' שמעון זאב מייזליש
ער זאגט גוט!
א לייק קאסט נישט, נישטא פארוואס צו קארגן..
דעת קדשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1021
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 2234

Re: אלבום בחינם: דריקעניש - ליצנותא ד'היינטיגע ניגונים...

פאוסט דורך דעת קדשי »

פיילס
IMG-20250325-WA0012.jpg
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 472
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 833

Re: אלבום בחינם: דריקעניש - ליצנותא ד'היינטיגע ניגונים...

פאוסט דורך צווייטער »

יונגער זיידע האט געשריבן: מאנטאג מערץ 24, 2025 8:41 pm
עדיטאריעל האט געשריבן: מאנטאג מערץ 24, 2025 7:37 pm הרה"צ רבי שמעון זאב מייזליש שליט"א מיט א שטארקע דרשה אויף קרעטשמע איבער די אלבום - אויב איינער קען אהערברענגן
ר' שמעון זאב מייזליש
לא זכיתי להבין על מה יצא הקצף.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
יונגער זיידע
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 8:38 pm
x 15

Re: אלבום בחינם: דריקעניש - ליצנותא ד'היינטיגע ניגונים...

פאוסט דורך יונגער זיידע »

צווייטער האט געשריבן: דינסטאג מערץ 25, 2025 7:45 am
יונגער זיידע האט געשריבן: מאנטאג מערץ 24, 2025 8:41 pm
עדיטאריעל האט געשריבן: מאנטאג מערץ 24, 2025 7:37 pm הרה"צ רבי שמעון זאב מייזליש שליט"א מיט א שטארקע דרשה אויף קרעטשמע איבער די אלבום - אויב איינער קען אהערברענגן
ר' שמעון זאב מייזליש
לא זכיתי להבין על מה יצא הקצף.
הער עס איבער וועסטו אלעס פארשטיין
יונגער זיידע
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 8:38 pm
x 15

Re: אלבום בחינם: דריקעניש - ליצנותא ד'היינטיגע ניגונים...

פאוסט דורך יונגער זיידע »

Who knows האט געשריבן: מאנטאג מערץ 24, 2025 9:06 pm די אלבום איז שוין געהעריג אפעציעל, מ'רעדט שוין אפילו דערקעגן
קיינער רעדט נישט קעגן די סידי
הער עב איבער , ער זאגט אפאר מאל אינמיטן די דרשה אז ער רעדט נישט קעגן די ארויסגעבער, ער רעדט איבער די פועל יוצא וואס ס'געשעהט, אז די מיני ניגונים קומען אריין אין היימישע שטובער דורך לצנות, ווייל סתם אזוי וואלט אזעלכע ניגונים נישט אריינגעקומען אין היימישע שטובער
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2288
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 5316

Re: אלבום בחינם: דריקעניש - ליצנותא ד'היינטיגע ניגונים...

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

יונגער זיידע האט געשריבן: דינסטאג מערץ 25, 2025 10:12 am

עס קוקט אויס ווי ער האט נישט געכאפט אז די סידי איז טאקע געמאכט צו ליצנות מאכן פון היינטיגע ניגונים.
הדסים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 267
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 341

Re: אלבום בחינם: דריקעניש - ליצנותא ד'היינטיגע ניגונים...

פאוסט דורך הדסים »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג מערץ 25, 2025 11:06 am

ער האט טענות אז מ'זינגט עס ביי היימישע חתונות, דאכט זיך אז וואו מ'זינגט עס זענען די ניגונים פון וואס מ'מאכט ליצנות אויך נישט קיין פראבלעם.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2288
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 5316

Re: אלבום בחינם: דריקעניש - ליצנותא ד'היינטיגע ניגונים...

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

הדסים האט געשריבן: דינסטאג מערץ 25, 2025 6:50 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג מערץ 25, 2025 11:06 am
יונגער זיידע האט געשריבן: דינסטאג מערץ 25, 2025 10:12 am

קיינער רעדט נישט קעגן די סידי
הער עב איבער , ער זאגט אפאר מאל אינמיטן די דרשה אז ער רעדט נישט קעגן די ארויסגעבער, ער רעדט איבער די פועל יוצא וואס ס'געשעהט, אז די מיני ניגונים קומען אריין אין היימישע שטובער דורך לצנות, ווייל סתם אזוי וואלט אזעלכע ניגונים נישט אריינגעקומען אין היימישע שטובער
עס קוקט אויס ווי ער האט נישט געכאפט אז די סידי איז טאקע געמאכט צו ליצנות מאכן פון היינטיגע ניגונים.
ער האט טענות אז מ'זינגט עס ביי היימישע חתונות, דאכט זיך אז וואו מ'זינגט עס זענען די ניגונים פון וואס מ'מאכט ליצנות אויך נישט קיין פראבלעם.
מ'זינגט עס לשם בדחנות, נישט לשם ניגון, עס איז אנדערש ווי ווען זיי זינגען די פארגרעבטע ניגונים געהעריג אלס ניגון.
הדסים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 267
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 341

Re: אלבום בחינם: דריקעניש - ליצנותא ד'היינטיגע ניגונים...

פאוסט דורך הדסים »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג מערץ 25, 2025 7:03 pm
הדסים האט געשריבן: דינסטאג מערץ 25, 2025 6:50 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג מערץ 25, 2025 11:06 am

עס קוקט אויס ווי ער האט נישט געכאפט אז די סידי איז טאקע געמאכט צו ליצנות מאכן פון היינטיגע ניגונים.
ער האט טענות אז מ'זינגט עס ביי היימישע חתונות, דאכט זיך אז וואו מ'זינגט עס זענען די ניגונים פון וואס מ'מאכט ליצנות אויך נישט קיין פראבלעם.
מ'זינגט עס לשם בדחנות, נישט לשם ניגון, עס איז אנדערש ווי ווען זיי זינגען די פארגרעבטע ניגונים געהעריג אלס ניגון.
מעגליך, איך זאג נאר אז אפילו ווען נישט איז עס אויך נאר ביי אזעלכע חתונות וואו תוכן הנגינה שפילט נישט קיין ראלע.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
פרייליכער איד
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 7:22 pm
x 1

Re: אלבום בחינם: דריקעניש - ליצנותא ד'היינטיגע ניגונים...

פאוסט דורך פרייליכער איד »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 12:42 am

ווי אזוי שעמען זיי זיך נישט ממאכט דאך חויזק פונקט פון זיי????
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2075
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 6667

Re: אלבום בחינם: דריקעניש - ליצנותא ד'היינטיגע ניגונים...

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

אזוי ווי געשריבן אויבן - דער וואס ליגט אין די סארט נגינה איז עס א שיינע דזשאוק און וועט עס געהעריג זינגען ביי חתונות ווייל דאס זענען זיי!!!

ביי קרייזן וואו די סארט נגינה איז פסול און מיאוס וועט מען עס העכסטנס אינמיטן א לייכטע מינוט אנהייבן זינגען לשם דזשאוק אבער נישט זינגען דעם גאנצן ניגון. און כל שכן נישט אלס חלק פון א טאנץ מיטן גאנצן קנאק.

כן נראה בעיני דעת בעל הבית

און קען טאקע זיין אז הרה"ג ר' שמעון זאב מייזליש איז קעגן די גאנצע מהלך פון הרה"ג ר' הילל יואל קעפעטש.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
עדיטאריעל
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1168
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:46 am
x 3843

Re: אלבום בחינם: דריקעניש - ליצנותא ד'היינטיגע ניגונים...

פאוסט דורך עדיטאריעל »

אין די סעריע...
פיילס
Screenshot 2025-03-26 145015.png
Screenshot 2025-03-26 145155.jpg
IMG-20250326-WA0168.jpg
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
דעת קדשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1021
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 2234

Re: אלבום בחינם: דריקעניש - ליצנותא ד'היינטיגע ניגונים...

פאוסט דורך דעת קדשי »

ברייטע אנאליז אויף דעם דריקעניש אלבום ליינט און שדוינט...און האט הנאה
געשריבן דורך @כינור פון ...ועלט

ס׳איז טאקע נאך נישט ענדע יאר, די מאגן ברענעריי פון די מאן המן טאשן זענען נאך ווייט פון פארלאשן און פלאקערט בינאזאם מיטן פייער פון די מצה אויווענעס, אבער ס׳איז מעגליך אז מיר האבן שוין א קאנדידאט פארן אלבום פונעם יאר.

ניגון 1. גנבענען

ס׳איז מורא׳דיג ווי ער נוצט די היינטיגע שפראך אויסדרוקן א שטייגער ווי נמרוד׳ס ׳קאוט׳, אזוי צילט ער דירעקט די יונגט און די מעסעדזש גייט אריין סאבקאנטשעסלי טיף אין די יונגע געדערים. אזוי דארף זיין. ׳מאנטל׳ איז סתם אלטמאדיש און ליכט יארן צוריקגעשטאנען. אז מען וויל קענען אינספרירן און משפיע זיין אין א בחינה פון כל המלמד את חבירו תורה כאילו יולדו ברויך זיך די לעקסיקאן אויפבויען צו שטייפע הויכן אז די צעירי הצאן זאלן נישט פאשען אין פרעמדע בתי מדרשים.

די מוזיק איז גאר געשמאק, און די בעיס ליין איז ווי א לעק פון קליינס וואנילא אייסקריעם.

דער זינגער זינגט מיט אזא אימפעט און הויכע ניווא אז ער קען מיט רעכט באטיטלט ווערן א פליעדיגער שטערן. זיין שטימע איז צוגעקלעבט מיט סטיק גלו צום טאן און ס׳נעמט קיינמאל נישט די ראנג עקזיט אראפ. התפעלות של ממש.

די ניגון איז רייף צו ווערן דער קומענדיגער בר מצוה שלאגער און צווייטן טאנץ קלימאקס. אזא וויכטיגע און עמאציאנעלע מעסעדזש. ער נעמט געהויבענע ווייט-אויסזעהנדע מושגים - אז מען טאר נישט גנבענען (ביי אונז אין קאליפארניע האט מען געוואוסט אז ביז $999 איז מותר לצורך פרנסה) און ער איז עס מלבש אין אן איינפאכע ניגון פאר כלל ישראל צו איינזעהן אז ס׳איז דא א וועלט פון העכערע מדריגות אוט דער.

פרישע טאלאנט!

ניגון 2. נח

הערליך!

א באקס קלינעקס טישאס איז פארנוצט געווארן בלויז ביי דעם טרעק. יא. אונזער הייליגע זיידע נח, איז אויך צומישט און פארלוירן פונקט ווי אונז היינט און ווי זיין אייניקל כנען.

די מעסעדזש ווי דער יונה, דער יונתי תמתי, פארגעסט נישט פונעם שובו בנים שובבים און ער קערט זיך צוריק צום קומענדיגן זמן אפילו מען האט אים נישט אנגענומען אין ישיבה, און נאכדערצו מיט א בלעטל - א לא נתקבל קארטל אין מויל איז דאך אזא הייליגע געהויבענע אינספראציע געאייניגט פאר דער היינטיגער עם-פי-3 פלעיר מיט א בחור איינגעשטעקט.

די תנועות זענען פון מארס ממש. מען שפירט באלד ווי מען פליט אין די ספערן מיט אילאן מאסק׳ס סטארלינק צו העכערע השגות.

ניגון 3. סדום

די ניגון ׳כאפט׳ דיר גראד. ממש ווי דער מלמד כאפט דער אויער פונעם קינד און זאגט אים: ׳קום שעפעלע! היינט איז דא בונדאש פאר פרישטאג׳. די קאנעקשען איז שטאקן טיף און גרייכט פלעצער ווי דער גרעסטער היינטיגער בעלי מחנכים קענען נישט אנקומען ביי די פאדקעסטס.

אט הער נאר דער ערשטע פאל:

׳קוק נישט צוריק לוט׳ס ווייב׳.

איז דען דא הייליגער ווי דעם? אזא לעקציע אין שמירת עינים.

די תנועות אויפן דעם ניגון קען זיך דאכטן איז גראד ארויס פונעם משה גאלדמאן אוצר. די פשטות און ריינקייט פון די פעלער זענען ממש געאייניגט פאר תינוקות שלא טעמו טעם צולאז׳לאז.

דער אינקוויזיטאר פונעם ליד איז א חמת מלא טעלענט. ס׳שפראצט פון אים גין גאלד. ס׳גיסט זיך איבער הארציגע הרגשים און רויע - מידיום רער געפילן. הארצרייסענד און וויטגרייכענד.

ווי די שטימע ווערט אפגעהאקט אזוי כסדר מער צום סוף פונעם ליד איז ראקיש! ריטעריש און רייף פארן פורים מאביל זיך צו דערהייבן טפח מעל הקרקע בשמחה של מצות קידוש לבנה.

4. דרוקעניש

איך קאנצעטריר, מעדעטיר, טיפער און טיפער אין אן אויסטערליש טיפע טראנס, איך שפיר עפעס א וואנדערליכע אריינבליק אין מיינע אינערליכע עמאציעס און אנערקען אז אמאליגע אומהיילבארע שניטן זענען יא היילבאר, און דאן הילכעט אפ ווי אין היפנאזיע:

׳שטייט א מלאך מיט א גאן הו עה!

די אימפאקט וואס דאס האט געלאזט אויף מיין נפש. מי מילל ומי פילל. א באנייטע מענטש.

די טרעק איז גדלות המוחין של ממש אזש איך שפיר ווי איך וויל קויפן א גרעסערע סייז יארמולקע פארן פריש צוגעשפראצטע מח.

ווי נעמט מען נאך אזא ניגון?

״איך האלט נישט אויס דעי דרוקעניש שרייט בלעמ׳ס אייזל״. ------

נורא נוראות. פחד׳דיגע ווערטער.

אפילו אויב מען מען געפונט זיך אין גאר א געפערליכע סיטואציע, ווען די מלאך שטייט מיט א שווערד, די ביזנעס גייט מיטן פיטום אראפ, די ווייב הייסט וואשן דישעס, נישט אויפגעבן ח״ו. געדענק אז אן אייזל האט געקענט, קענסטו אויך זיין אן אייזל.

אפילו פון בהמות קען מען זיך לערנען. אז איינער געבט דיר א קאמפלימענט אז דו זינגסט ווי אן אתון, נעם עס אן! יא יעדער באקומט זיינע מתנות פון גאט און ס׳איז גארנישט קיין גאווה צו שטאלצירן דערמיט.

״האו אבאוט דעט״?

איך גיי גאגא פאר דעם ניגון. איבערהויפט די נשמה שבו. א מעדיטאציע סעסיע.

די עה אה עה אה איז ממש א תנועה ארויס פונעם קאצקע חדר. אפשר אפילו פון ישיבה קטנה.

ס׳רירט צו די סטרונעס פונעם אינערליכסטן סטרונע. דאס מיינט אז קולמוס הלב איז נגינה. נאר אזוי, אבער נאר אזוי, קומט מען אן צו פרידן אז ס׳זאל איבערלאזן דעצעדירנדע שניטן אינעם נפש.

די מוזיק הארכט. די אינסטרומענטן קאלאברירן געמיינזאם.

דאס ליד טראגט מיט שטאלץ די נאמען פונעם אלבום, און מיט רעכט. טאמבס אפ.

איך בין איבערצייגט אז ווען טראמפ הערט ווען דעם ליד וואלט ער דאס גענוצט ביים מעמד הבאגלייטן נאך די כינוסים. די געפיל פון ׳נצחון׳, די ויגבה לבו בדרכי השכם איז ממש געגאסן פאר פאליטישע מאניפעסטעציעס.

PETA וואלט זיכער געמאכט צימעס מיט דעם ליד, ווי דער אייזל מאכט חוזק פונעם מלאך. אזא חוצפה?

ניגון 5. מצות

אה ס׳קומט דאך יעצט פסח. לאמיר זיך דערווארעמען אויף היימישע ראזעווע.

נישט נארמאל די חוש פונעם בעל מחבר צו נעמען ווייטאגליכע אקטועלע יונתן שווארץ טעמעס און עס אזוי מין שיין אריינשנירן אין נגינה שפראך. כלל ישראל איז פול אוו טעלענט.

בכלל זיין שטימע איז עפעס אויסנאם. אונטערגעבעט ווי ווארימע פוטער אויף א הייסע בארכע.

די ניגון וועט בלייבן א שטעמפל ווי אזוי כלל ישראל האט זיך געהאלטן אין אלע דורות. כאטש ס׳רינט בלוט האלט מען זיך מיט די בלבולי המוחין.

זינגטס אלע מיט. ׳אוי עס בלוטיגט די מצות פון א קריסטלעך קינד׳. שיקטס ארויף די טישוס עיסעפ.

וואט עי ביוטופול סאנג. אן אפשפיגלונג פונעם דור.

ניגון 6. גלעזער

איך בין אינגאנצען צומישט. ביז דא האט ער מיר דעליווערט משה גאלדמאן סחורה אויפן ארגינעלן פארצייטישע מהלך אויפן אמאליגן טעם מיטן היינטיגן פארמאט, און דא זינגט ער מיר א היינטיגע מאדערנע ניגון, איבער גלעזער גאר.

אבער נישט כאפן קיין אלטע קוגל, לאמיר קודם אויסהערן.

אה ענדליך א ניגון ווי ער מאכט חוזק פון די אלטמאדישע וואס טוהן זיך אן גלעזער נישט ביים שפיגעל, און מאכן דערמיט א חילול השם גייענדיג ווי א סעלמאן פיש קעגן די אנגענומענע סטאנדארטן.

די ערשטע פאל איז א געמיש פון שוואקי און לואיש.

ווי ער גייט אריין אין עליוועיטער און שיסט אראפ אונטערן אדמה און זינגט אן אקטאווע אונטערן באוואוסטזיין איז האר אויפשטעלנד טאלאנטפול טו די נעקסט לעוועל.

ער ברענגט ארויס אז אפילו מען זעהט אלס שווארץ טוט מען זיך אן ווייסע גלעזער פול אוו לאוו און פאזאטיוויטי וואס ברענגט אן אויטאמאטישע כח הפועל בנפעל אין א באשיינפערליכע איבערווייז אויפן אדם נפעל כפי פעולותיו.

די לידער דרינגען אין די גלידער.

ביי 3:46 הערט מען אינעם לינקן אויער ווי איינער קייעט פאטעיטא טשיפס.

איך שטוין איבער די קוראדזש פונעם מוציא לאור. דער דעפיניציע פון מילא שעמאיי ליי.

ניגון 7. צארטקייט

יעצט רעדט מען! די ניגון איז ממש א ניגון מיטן פולן אמאליגע טראגע.

ער קומט מיט א שטורמישע אויפוואכונג צו פאררעכטען די בייזוויליגע קליידונג און דערמיט פארשטערקערן חומת הדת לטוהר המחנה לקיים מה שנאמר גם כי יעלה אל גורן האטד לא יסור ממנו.

נאך פילע מוטשעניש איז געטראפן געווארן די ליריקס פונעם ליד אין אוצר החכמה אין אן אלט ספר פון ד׳ אלפים שנת תרכ״ו.

צארטקייט׳ס אפיס פארט פליט ארומעדיג,
אקוראט פליט דער עס האבן,
טוישן מענטשן אויף באלקענעס,
לעבן טאראסעס, וועגן בייזוויליגע פארשלאנגען.

פארפאלן. נישטא ווי די אמאליגע פאעטיקער. ארט געמישט מיט פיליזאפיע און ביזרא דאספסתא.

בכלל טוט ער דאס אלעס אויף אזא טיף לאגישע פארנעם וואס דרינגט גראד אריין אינעם באטרעפענדן.

די פראדאקשען איז ווידער פונעם העכסטן קאליבאר מיט א פאקוס אויף SAS טראגענדע אידן וואס געדענקן נאך דעם רבין פארן על המחיה.

ניגון 8. אברהם אבינו

דא מוז איך שוין קומען מיט א שאקירענדע קול מחאה און שאקעלדיגע קול בוכים. ביי אונז האט מען אין אלע דורות געוואוסט אז אברהם אבינו האט געוואלט שעכטן יצחק. דא קומט ער, ווי פון די מתחדשים, און ער נעמט דעם אומפאפולערע שטעלונג אז יצחק אבינו האט זאגאר געוואלט שעכטן אברהם!

אדרבא הערט עס אין זיינע ווערטער:

״דער אויבערשטער זאגט פאר אברהם אבינו, זאל ארויפלייגן אויפן מזבח יצחק אבינו, ער זאל אים שעכטן אברהם אבינו״ היל״ת.

איין זאך פארשטיי איך נישט פארוואס ברויך יצחק זיין אויפן מזבח אויב ברויך ער שעכטן אברהם? מדרש פליעה.

די קווייער קען מען גראד דערקענען איז מעשי ידי להתפאר פון יואלי האראוויץ. וואסערע דזשאב געמאכט. קיינער, אבער קיינער ביעט אים נישט.

בכלל די פיאנא האט איינגענומען א נאסקייט און צולאזט זיך אין שטיקלעך פאנק לייק נעווער׳ס מוזיק אשכול. אה! א פארגעניגן פאר די אויערן.

פאר די ארץ ישראל׳דיגע אידן וואס ליינען דעם ארטיקל, אט האט איר אן איבערטייטש אויף די לכאורה פרעמד הערענדע דיבורים:

׳סאו דאנט דו איט אברהם אבינו, דאונט דו איט טו יצחק אבינו. הוא הא עה הא הא, הוהא הואא הואה אההא האה׳.

די ערשטע ווערטער פארשטיי איך אויך נישט, אבער די אוה עה איז קאוד שפראך וואס די מלמדים נוצן אין מלמדים שטיבל בשעת הנחת תפילין דרבינו תם אז מען זאל ארויפשיקן די קארן פלעקס.

די ניגון וועט אריין גיין מיט גאלדענע בוכשטאבן אינעם אידישן היסטאריע בוך באדמת אמעריקא והגלילות און מיט דעם וועט מען אקעגן גיין קעגן דעם גואל הדם.

ניגון 9. זכותו

אט האלט מען שוין ביי נעילה. די הרגשים זענען אנגעשפיצט ווי א שפיציגע שרויפן ציער און פול מיט דארשט ווי דער לעמעלע ביי תשליך.

איים סארי! איך וויל נישט זיין נעגעטיוו, אבער דאס איז די ערשטע ניגון אינעם סידי וואס האט נישט קיין שום סטרוקטור לויט די מוזיקאלישע טערמינען און גייט מיט א פרעכקייט קעגן יעדע אנגענומענע נארמע אין די מוזיקאלישע טעאריע.

וואס איז פשט אזוי צו שפעטן און שפייען אין פנים די אנגענומענע רעגולאציעס און צוימינגען געשטעלט דורכ׳ן מוזיק קאמיסיע, ס׳איז קיינמאל אנולירט געווארן דורך פעדעראלע ריכטער, ברויך מען עס פאלגן אומצוויידייטלעך. אן אפענע חוצפה און א שטעך אין רוקן פאר די אלטע געווארדיע מוזיק ליבהאבער.

און בכלל שטעלט ער א שעדליכע פרעצעדענט אז מען מאכט ניגונים אויף הייליגע ווערטער פון די פסוקים. דברים אשר לא שערום רעבותינו און וואלטן געריסן די האר פון ביידענס פיס.

אחח. פארוואס ענדיגן מיט אזא צודרייטע פראסטע ניגון, הא?

קום דא חיים חזקל, שטיי אויף דעי טייל און לייג ביידע פיאות אויפן אויערן. נא שוין יעצט!
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5953
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 12875

Re: אלבום בחינם: דריקעניש - ליצנותא ד'היינטיגע ניגונים...

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שרייב פאוסט