השם ישמרינוסענס אף יומער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 03, 2025 4:54 pm אפדעיטס בנוגע די לעצטערע אומקלארע באריכטן איבער משפחות וואס האבן צוריקבאקומען די קינדער.
די רעדע איז פון משפחת יושע חיים לאווער.
ווי ערווענט פריער, טוהט די פאמיליע שפילן מיט די אויטאריטעטן, און זיי האבן באקומען רשות ארויסצונעמען די קינדער פונעם שעלטער דורכ'ן זיך אונטערנעמען נאכצוקומען גאר עקסטרעמע תנאים, צווישן אנדערע דארפן זיי גיין וואוינען אפגעזונדערט פון די קהילה און אין גאר א שיינע דירה וואס זאל זיין גענוג צוגעפאסט לויט זייערע פראטאקאלן אז ס'איז גענוג מענטשליך צו וואוינען דארטן, און זיי דארפן אריינשיקן די קינדער אין א שמוציגע פובליק סקול מיט גוים און גויטעס וואס איז ספעציעל אויסגעלאסן יעצט אין די גאר הייסע וועטערס דארטן.
די עלטערן האבן זיך אונטערגענומען נאכצוקומען די אלע תנאים טראץ דעם וואס ס'איז גאר עקסטרעמע פארלאנגען און זייער נישט קיין רעאליסטישע פלאן, אבער זיי האפן אז דאס וועט זיין א גוטע טריק ארויסצובאקומען די קינדער און קענען צוריקגיין צו לב טהור עווענטועל.
אבער אין די זעלבע צייט פלאנירט די גוואטעמאלא דאס צו אינפארסירן אויפן שטרענגסטן אופן און סיי וועלכע מינדעסטע פארלעצונג פון די פארשריפטן וועט ברענגען אז די רעגירונג וועט תיכף ומיד צוריקנעמען די קינדער אינעם שעלטער ווילאנג די עלטערן זענען נישט גענצליך ארויס פונעם קולט.
ולה‘ הישועה! ישועות ה‘ כהרף עין!