כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
מנהיג
פרישער באניצער
פאוסטס: 51
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 5:19 pm
Location: וואו נישט?
x 222

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מנהיג »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 9:34 am
הורקנוס האט געשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 10:52 pm זאגטס מיר זענען ענק נארמאלע באזעסענע מענטשן? מען קען פירן א שמועס מיט ענק?
ווען דו זאלסט קומען בדרך שאלה וואלט מען דיר לכאורה געענטפערט נארמאל. אז דו ביסט גלייך געקומען מיט אן אטאקע אויף הרב וואזנער "א מין מיאוסע זאך דאס" אין די צייט וואס למעשה איז דא וואס "לייקענען די האלאקאסט" און טאקע דאס טרייבט צו פארציילן דעם אמת, האט געגעבן צו שפירן אז דיין ציל איז עפעס אנשערש. אויף למעשה זאגסטו דאך אז מען האט שוין אראפגענומען די פריוואטע זאכן. איז דאך אודאי גוט.
צופעליג האב איך אויך געהאלטן אז עס איז זייער נישט מענטשליך צו אויספראקן ברבים פונקטליך וואס די קינדער קענען יא אדער נישט און וואספארא פייגלעך זיי האבן אין קאפ
נאך אלעמען איז די ציל זיי ארויסצוברענגען צווישן אונז און זיי מאכן פילן ווי נארמאלע מענטשן, ווי נארמאל וועלן זיי זיך פילן ווען זיי הערן דאס איבער?? ווי א נארמאלע בליק וועלן מענטשן האבן אויף זיי צו לאזן זייערע קינדער זיך חבר'ן מיט זיי??
ווילסט מגלה זיין די רציחות? אדרבה ואדרבה, ווילסט מען זאל רחמנות האבן אויף זיי? אדרבה, פארצייל זייערע ליידן, אבער צו אויספויקן זייער מצב רוחני בהוה און זייער ידיעות ביהדות ווי ארים עס איז, איז לדעתי זייער נישט מענטשליך...
שאא שאא שריי נישט... כ'האב נאר געזאגט מיין מיינונג... דו מעגסט אויך זאגן דיינס .... אבער דארפסט נישט שרייען.....
מ'ברויך מיר האבן איין מנהיג, דעם לעבעדיגן באשעפער!!!! (רביה''ק מ'סאטמאר אמור תשכ''ז)
מחודש
פרישער באניצער
פאוסטס: 23
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 11:28 pm
x 37

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מחודש »

מנהיג האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 4:05 pm

ווען מען רעדט נישט פון קיין יחיד וואס איז די פראבלעם ארויסצוברענגען אז מפאר'תם'עט זיי דעם קאפ
מנהיג
פרישער באניצער
פאוסטס: 51
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 5:19 pm
Location: וואו נישט?
x 222

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מנהיג »

מחודש האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 4:12 pm
מנהיג האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 4:05 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 9:34 am

ווען דו זאלסט קומען בדרך שאלה וואלט מען דיר לכאורה געענטפערט נארמאל. אז דו ביסט גלייך געקומען מיט אן אטאקע אויף הרב וואזנער "א מין מיאוסע זאך דאס" אין די צייט וואס למעשה איז דא וואס "לייקענען די האלאקאסט" און טאקע דאס טרייבט צו פארציילן דעם אמת, האט געגעבן צו שפירן אז דיין ציל איז עפעס אנשערש. אויף למעשה זאגסטו דאך אז מען האט שוין אראפגענומען די פריוואטע זאכן. איז דאך אודאי גוט.
צופעליג האב איך אויך געהאלטן אז עס איז זייער נישט מענטשליך צו אויספראקן ברבים פונקטליך וואס די קינדער קענען יא אדער נישט און וואספארא פייגלעך זיי האבן אין קאפ
נאך אלעמען איז די ציל זיי ארויסצוברענגען צווישן אונז און זיי מאכן פילן ווי נארמאלע מענטשן, ווי נארמאל וועלן זיי זיך פילן ווען זיי הערן דאס איבער?? ווי א נארמאלע בליק וועלן מענטשן האבן אויף זיי צו לאזן זייערע קינדער זיך חבר'ן מיט זיי??
ווילסט מגלה זיין די רציחות? אדרבה ואדרבה, ווילסט מען זאל רחמנות האבן אויף זיי? אדרבה, פארצייל זייערע ליידן, אבער צו אויספויקן זייער מצב רוחני בהוה און זייער ידיעות ביהדות ווי ארים עס איז, איז לדעתי זייער נישט מענטשליך...
שאא שאא שריי נישט... כ'האב נאר געזאגט מיין מיינונג... דו מעגסט אויך זאגן דיינס .... אבער דארפסט נישט שרייען.....
ווען מען רעדט נישט פון קיין יחיד וואס איז די פראבלעם ארויסצוברענגען אז מפאר'תם'עט זיי דעם קאפ
קודם כל מ'האט גערעדט דארט פון א יחיד אויך, והשנית וזה העיקר, ווען די רעדסט פון די ראשי הכת, עלטערן, וכו' קענסטו רואיג זאגן און פארציילן אז זיי פארתמען זייערע קינדער, אבער עס איז אנדערש ווען די רעדסט פון די קינדער דירעקט און דו ביסט מסביר מיט רחל דיין קליינע טאכטער פונקטליך וואס דאס קינד ווייסט/קען יא/נישט
(איך רעד שוין נישט פונעם עצם פאקט אז די קינדער זענען נישט שולדיג אין זייער חינוך, עכ''ז איז עס נישט לפי כבודם ולפי תקוותם פאר א נארמאל לעבן דאס אויסצופויקן.)
מ'ברויך מיר האבן איין מנהיג, דעם לעבעדיגן באשעפער!!!! (רביה''ק מ'סאטמאר אמור תשכ''ז)
אוועיטער
סענס אף יומער
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 599

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

אין א איראנישע אבער גאר ווייטאגליכע עפיזאד, האט א לב טהור מיטגליד י. ח. ל. אריינגעגעבן א פארלאנג אין געריכט אז ער וויל ארויסנעמען זיינע קינדער פון די אנשטאלט, מיט די ארגומענט אז ער איז מסכים זיך אפצוטיילן און וואוינען אפגעזונדערט פון לב טהור, און ער געבט אריין זיינע קינדער אין א לאקאלע גוי'אישע פובליק סקול אלס א חלק פון די געריכט תנאים צו מאכן א עדזשיוקעישן פלאן פאר די קינדער!

פאר אונז היימישע אידן טאר מען חלילה נישט איבערגעבן די קינדער אפילו אויב דאס באדייט דאס ווייטער האלטן און איבערלאזן די קינדער אינעם שעלטער פאר א לאנגע תקופה זיי אריינלייגנדיג אין א שרעקליכע געפאר ברוחניות (ובגשמיות לשיטתם), ווייל אונז זענען די ערב רב, אבער אין א לאקאלע פובליק סקול איז נישט קיין שום פראבלעם אריינצולייגן די קינדער, און איז זאגאר בעסער ווי עסן פלייש אינעם שעלטער...

שומו שמים.
אוועיטער
סענס אף יומער
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 599

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

אפדעיטס בנוגע די לעצטערע אומקלארע באריכטן איבער משפחות וואס האבן צוריקבאקומען די קינדער.

די רעדע איז פון משפחת יושע חיים לאווער.
ווי ערווענט פריער, טוהט די פאמיליע שפילן מיט די אויטאריטעטן, און זיי האבן באקומען רשות ארויסצונעמען די קינדער פונעם שעלטער דורכ'ן זיך אונטערנעמען נאכצוקומען גאר עקסטרעמע תנאים, צווישן אנדערע דארפן זיי גיין וואוינען אפגעזונדערט פון די קהילה און אין גאר א שיינע דירה וואס זאל זיין גענוג צוגעפאסט לויט זייערע פראטאקאלן אז ס'איז גענוג מענטשליך צו וואוינען דארטן, און זיי דארפן אריינשיקן די קינדער אין א שמוציגע פובליק סקול מיט גוים און גויטעס וואס איז ספעציעל אויסגעלאסן יעצט אין די גאר הייסע וועטערס דארטן.
די עלטערן האבן זיך אונטערגענומען נאכצוקומען די אלע תנאים טראץ דעם וואס ס'איז גאר עקסטרעמע פארלאנגען און זייער נישט קיין רעאליסטישע פלאן, אבער זיי האפן אז דאס וועט זיין א גוטע טריק ארויסצובאקומען די קינדער און קענען צוריקגיין צו לב טהור עווענטועל.
אבער אין די זעלבע צייט פלאנירט די גוואטעמאלא דאס צו אינפארסירן אויפן שטרענגסטן אופן און סיי וועלכע מינדעסטע פארלעצונג פון די פארשריפטן וועט ברענגען אז די רעגירונג וועט תיכף ומיד צוריקנעמען די קינדער אינעם שעלטער ווילאנג די עלטערן זענען נישט גענצליך ארויס פונעם קולט.

עס דארף ארויסגעברענגט ווערן, אז די משפחה האט נאר באוויזן צו באקומען רשות ארויסצונעמען די קינדער אונטער די אלע תנאים, בלויז צוליב דעם וואס קיינער איז נישט געקומען פיילן קאסטעדי אויף זייערע קינדער, ממילא איז די רעגירונג בכלל געווען גרייט צו הערן אזא פארשלאג פון ארויסנעמען די קינדער - פארשטייט זיך אונטער גאר שטרענגע פארלאנגען - וויבאלד זיי האבן נישט קיין אנדערע פלאן דערווייל וואס צו טוהן מיט די דאזיגע קינדער. אבער ביי כמעט אלע אנדערע פאמיליעס איז ניטאמאל דא אזא אפציע בכלל פון קענען ארויסנעמען די קינדער אפילו מיט שווערע תנאים, וויבאלד אויף רוב קינדער זענען שוין געקומען פאמיליע מיטגלידער און געפיילט קאסטעדי, ממילא וויל די רעגירונג איבערגעבן די קינדער פאר די קרובים ענדערש ווי פאר די עלטערן אין לב טהור, אפילו מיט שטרענגע תנאים.
אוועיטער
סענס אף יומער
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 599

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

אין אנדערע אנטוויקלונגען אין גוואטעמאלא.

משפחת ר' יוחנן לאווער.
ר' יוחנן איז געווען חתונה געהאט בזיווג ראשון מיט שלמה העלבראנץ'ס טאכטער, און נאכדעם וואס זיין ווייב איז אומגעברענגט געווארן דורך איר ברודער נחמן - די היינטיגע אפיציעלע פירער, האט ער חתונה געהאט מיט מרת לעווי, וואס איר ערשטע מאן איז אוועק נאכ'ן נישט זיין געזונט, און נישט האבנדיג קיין רשות פון די הנהלה זיך צו גיין היילן אין שפיטאל, איז ער נעבעך אויסגעגאנגען צום טויט, און איבערגעלאזט זיין ווייב און א שטוב מיט קינדערלעך, צווישן זיי די באקאנטע יואלי און מענדי לעווי וואס זענען אנטלאפן מיט עטליכע יאר צוריק, און די לאווער יתומים זענען אויפגעוואקסן צוזאמען מיט זייער נייע מאמע - די געוועזענע מרת לעווי.

די מאן ר' יוחנן איז שוין ארויס פון לב טהור און האלט זיך דערוויל אויף ביי די אור חדש קהילה פון די גרים, און ער וויל ארויסגיין פון גוואטעמאלא צוזאמען מיט זיין ווייב און קינדער, אבער דערווייל איז זיין ווייב נישט גרייט צו קאאפערירן און זי עקשנ'ט זיך צו בלייבן אין לב טהור. די מומע פון די קינדער מרת טעללער (א שוועסטער פון די לאווער קינדער'ס עכטע מאמע) איז לעצטנס געקומען קיין גוואטעמאלא און געפיילט קאסטעדי אויף אירע פלומעניקעס וועלנדיג זיי נעמען און ערציען ביי זיך אינדערהיים אין וויליאמסבורג, און אין די זעלבע צייט איז געקומען די קאנאדישע youth protection אגענטור און אויך געפיילט קאסטעדי אויף די לאווער קינדער, מיט די טענה אז זיי זענען געבוירענע קאנאדישע בירגער, און זיי ווילן נעמען די קינדער אונטער זייער אויפזיכט.
היינט האט א ריכטער געשטעלט אן אולטימאטום פאר מרת לעווי, אז זי האט דריי וואכן צו באשליסן צווישן די דריי אפציעס: 1) פולקאם איבערלאזן די קולט און זיך אוועקציען פון גוואטעמאלא מיט איר מאן און קינדער און אנהייבן א נארמאלע לעבן. 2) אויב לאזט זי נישט אפ די קולט, וועלן די קינדער ווערן איבערגעגעבן פאר די מומע מרת טעללער און גיין וואוינען אין וומסב''ג. 3) אדער וועלן זיי איבערגעבן די קינדער פאר די קאנאדישע רעגירונג וואס האט קאסטעדי רעכט צוליב זייער קאנאדישע בירגערשאפט. אבער די ריכטער האט קלארגעשטעלט פאר די מאמע, אז צוריקבאקומען די קינדער ווילאנג זי איז נאך אין לב טהור, איז עפעס וואס קומט נישט אין באטראכט און וועט אויף קיין שום פאל נישט פאסירן.
עריק
פרישער באניצער
פאוסטס: 15
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 3:28 pm
Location: ים ברעג
x 18

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך עריק »

@שינאווער ביסט אייזען
קיפ איט אפ
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1657
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 2728

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פשוט און גראד »

סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 4:54 pm אפדעיטס בנוגע די לעצטערע אומקלארע באריכטן איבער משפחות וואס האבן צוריקבאקומען די קינדער.

די רעדע איז פון משפחת יושע חיים לאווער.
ווי ערווענט פריער, טוהט די פאמיליע שפילן מיט די אויטאריטעטן, און זיי האבן באקומען רשות ארויסצונעמען די קינדער פונעם שעלטער דורכ'ן זיך אונטערנעמען נאכצוקומען גאר עקסטרעמע תנאים, צווישן אנדערע דארפן זיי גיין וואוינען אפגעזונדערט פון די קהילה און אין גאר א שיינע דירה וואס זאל זיין גענוג צוגעפאסט לויט זייערע פראטאקאלן אז ס'איז גענוג מענטשליך צו וואוינען דארטן, און זיי דארפן אריינשיקן די קינדער אין א שמוציגע פובליק סקול מיט גוים און גויטעס וואס איז ספעציעל אויסגעלאסן יעצט אין די גאר הייסע וועטערס דארטן.
די עלטערן האבן זיך אונטערגענומען נאכצוקומען די אלע תנאים טראץ דעם וואס ס'איז גאר עקסטרעמע פארלאנגען און זייער נישט קיין רעאליסטישע פלאן, אבער זיי האפן אז דאס וועט זיין א גוטע טריק ארויסצובאקומען די קינדער און קענען צוריקגיין צו לב טהור עווענטועל.
אבער אין די זעלבע צייט פלאנירט די גוואטעמאלא דאס צו אינפארסירן אויפן שטרענגסטן אופן און סיי וועלכע מינדעסטע פארלעצונג פון די פארשריפטן וועט ברענגען אז די רעגירונג וועט תיכף ומיד צוריקנעמען די קינדער אינעם שעלטער ווילאנג די עלטערן זענען נישט גענצליך ארויס פונעם קולט.
השם ישמרינו :oops: :o :(

ולה‘ הישועה! ישועות ה‘ כהרף עין!
שמואל פוקס
פרישער באניצער
פאוסטס: 50
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 262

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמואל פוקס »

סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 4:54 pm אין אנדערע אנטוויקלונגען אין גוואטעמאלא.

משפחת ר' יצחק לאווער.
איתחלף ליה 'יצחק' ב'יוחנן'.

איך וויל נאכאמאל ערווענען פארן ציבור, אז ווער עס מיינט אז ער באקומט דא "קראנטע" אינפארמאציע, זאל וויסן אז מען קען נישט נעמען פון דא קיין אינפארמאציע. מענטשן שרייבן דא אין די לופטן, אן וויסן ריכטיגע פאקטן.

בכלל, פון די הונדערט בלעטער איז ניכר, אז דער עולם האט באמת נישט ארויס וואס עס קומט דארט פאר. מענטשן רעדן זיך איין אז מען פארשטייט און מען ווייסט, מען בלעבלט נאך וואס פלוני האט געהערט פון אלמוני, מען פרעגט דערויף קושיות און מען בויט דערויף בנינים אין די לופטן. ס'איז באמת נישט רעלעוואנט וואס עס ווערט דא גערעדט. איך וועל זאגן נאכמער, אפילו די וואס זענען געווען דארט אויף א באזוך (איך רעד נישט פון די וואס גייען אהין קביעות'דיג און ליגן דערין באמת), כאפן נישט באמת וואס עס קומט דארט פאר. מען גיבט זיך אזא טובל און ארויס, און מען מיינט אז מען ווייסט שוין אלעס. שינעם להם, זאלן זיי געניסן פון זייער ענטענשן געזונטערהייט און אויסלעקן זייערע רגעים של פירסום.

איך וויל נישט אוועקמאכן אידן וואס ברענגען דא "קראנטע" נייעס, איך וויל אויך נישט אוועקנעמען די פרידם אוו ספיטש. אבער עס קוקט אביסל אויס אז "לב טהור" איז געווארן אזא פאנטש בעג, אז יעדער וואס האט געהאט א שווערער טאג היינט און זוכט וואו זיך אויסצוגעבן, גיבט א האק אריין אין זיי און צעלאזט זיך אויף זיי מיטן גאנצן קראפט. ס'איז שוין זאגאר געווארן אייכמאן, און נאך אביסל איז דאס שוין גאר אייכמאן אן איידעלער צדיק קעגן לב-טהור (באלד גייט נאך קומען איינער שרייבן, "טאקע אזוי"). ס'איז גוט אידעלעך, האקט אריין שטיקער...
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2381
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 5589

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

שמואל פוקס האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 5:27 pm

איך פארשטיי אז דער וואס שרייבט "אייכמאן" קומט עס צוליב זיין אויפגעשוידערטקייט זייענדיג נענטער צו די זאך און זעענדיג זאכן וואס זיין מח קען נישט סובל זיין. עס איז טאקע א גוזמא און נישט ריכטיג אזוי צו שרייבן.

אבער די ווארהייט פון די פייניגונגען דארט הערט מען פון ערשטהאנטיגע עדיות, מ'דארף בכלל נישט אנקומען צו אידטיש דערפאר.
וואלף
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 479
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 875

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך וואלף »

@שמואל פוקס נו וואס קומט יא באמת פאר דארט?
אנעקדאט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 191
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 3:37 pm
x 242

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אנעקדאט »

שמואל פוקס האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 5:27 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 4:54 pm אין אנדערע אנטוויקלונגען אין גוואטעמאלא.

משפחת ר' יצחק לאווער.
איתחלף ליה 'יצחק' ב'יוחנן'.

איך וויל נאכאמאל ערווענען פארן ציבור, אז ווער עס מיינט אז ער באקומט דא "קראנטע" אינפארמאציע, זאל וויסן אז מען קען נישט נעמען פון דא קיין אינפארמאציע. מענטשן שרייבן דא אין די לופטן, אן וויסן ריכטיגע פאקטן.

בכלל, פון די הונדערט בלעטער איז ניכר, אז דער עולם האט באמת נישט ארויס וואס עס קומט דארט פאר. מענטשן רעדן זיך איין אז מען פארשטייט און מען ווייסט, מען בלעבלט נאך וואס פלוני האט געהערט פון אלמוני, מען פרעגט דערויף קושיות און מען בויט דערויף בנינים אין די לופטן. ס'איז באמת נישט רעלעוואנט וואס עס ווערט דא גערעדט. איך וועל זאגן נאכמער, אפילו די וואס זענען געווען דארט אויף א באזוך (איך רעד נישט פון די וואס גייען אהין קביעות'דיג און ליגן דערין באמת), כאפן נישט באמת וואס עס קומט דארט פאר. מען גיבט זיך אזא טובל און ארויס, און מען מיינט אז מען ווייסט שוין אלעס. שינעם להם, זאלן זיי געניסן פון זייער ענטענשן געזונטערהייט און אויסלעקן זייערע רגעים של פירסום.

איך וויל נישט אוועקמאכן אידן וואס ברענגען דא "קראנטע" נייעס, איך וויל אויך נישט אוועקנעמען די פרידם אוו ספיטש. אבער עס קוקט אביסל אויס אז "לב טהור" איז געווארן אזא פאנטש בעג, אז יעדער וואס האט געהאט א שווערער טאג היינט און זוכט וואו זיך אויסצוגעבן, גיבט א האק אריין אין זיי און צעלאזט זיך אויף זיי מיטן גאנצן קראפט. ס'איז שוין זאגאר געווארן אייכמאן, און נאך אביסל איז דאס שוין גאר אייכמאן אן איידעלער צדיק קעגן לב-טהור (באלד גייט נאך קומען איינער שרייבן, "טאקע אזוי"). ס'איז גוט אידעלעך, האקט אריין שטיקער...
מ'האט אייך שוין געבעטן אז אויב ווייסט איר אויף עפעס אז ס'איז נישט ריכטיג זאלט איר זאגן (אזויווי @על פי תורה), און נישט קומען מזמן לזמן מיט א מודעה אז נאר איך ווייס, און עטס אלע דא ווייסטס גארנישט, אן זאגן פון וואס דו רעדסט.

יישר כח
יאיא
פרישער באניצער
פאוסטס: 55
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:02 am
x 161

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יאיא »

און אנדערע נייעס פאר די וואס זענען מקפיד פאר 100
האלט שוין די טעמע ביי 100 פעידשעס
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1657
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 2728

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פשוט און גראד »

שמואל פוקס האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 5:27 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 4:54 pm אין אנדערע אנטוויקלונגען אין גוואטעמאלא.

משפחת ר' יצחק לאווער.
איתחלף ליה 'יצחק' ב'יוחנן'.

איך וויל נאכאמאל ערווענען פארן ציבור, אז ווער עס מיינט אז ער באקומט דא "קראנטע" אינפארמאציע, זאל וויסן אז מען קען נישט נעמען פון דא קיין אינפארמאציע. מענטשן שרייבן דא אין די לופטן, אן וויסן ריכטיגע פאקטן.

בכלל, פון די הונדערט בלעטער איז ניכר, אז דער עולם האט באמת נישט ארויס וואס עס קומט דארט פאר. מענטשן רעדן זיך איין אז מען פארשטייט און מען ווייסט, מען בלעבלט נאך וואס פלוני האט געהערט פון אלמוני, מען פרעגט דערויף קושיות און מען בויט דערויף בנינים אין די לופטן. ס'איז באמת נישט רעלעוואנט וואס עס ווערט דא גערעדט. איך וועל זאגן נאכמער, אפילו די וואס זענען געווען דארט אויף א באזוך (איך רעד נישט פון די וואס גייען אהין קביעות'דיג און ליגן דערין באמת), כאפן נישט באמת וואס עס קומט דארט פאר. מען גיבט זיך אזא טובל און ארויס, און מען מיינט אז מען ווייסט שוין אלעס. שינעם להם, זאלן זיי געניסן פון זייער ענטענשן געזונטערהייט און אויסלעקן זייערע רגעים של פירסום.

איך וויל נישט אוועקמאכן אידן וואס ברענגען דא "קראנטע" נייעס, איך וויל אויך נישט אוועקנעמען די פרידם אוו ספיטש. אבער עס קוקט אביסל אויס אז "לב טהור" איז געווארן אזא פאנטש בעג, אז יעדער וואס האט געהאט א שווערער טאג היינט און זוכט וואו זיך אויסצוגעבן, גיבט א האק אריין אין זיי און צעלאזט זיך אויף זיי מיטן גאנצן קראפט. ס'איז שוין זאגאר געווארן אייכמאן, און נאך אביסל איז דאס שוין גאר אייכמאן אן איידעלער צדיק קעגן לב-טהור (באלד גייט נאך קומען איינער שרייבן, "טאקע אזוי"). ס'איז גוט אידעלעך, האקט אריין שטיקער...
אקעי, וואס די ווילסט 'נישט' ווייס מיר שוין.

זאג זשע, וואס ווילסטו יא? די אליין ווייסט שוין? דעיס אז די עולם איז טפשים, בהימות, איז דוקא נוגע דא ביי די נושא אדער בכלל?

אין כאן פאנטשינג בעג, ואין כאן כלום. אבל יש כאן בני אדם, וישראלים הם,
גארנישט
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
Location: מאנסי ניו יארק
x 197

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גארנישט »

יאיא האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 5:41 pm און אנדערע נייעס פאר די וואס זענען מקפיד פאר 100
האלט שוין די טעמע ביי 100 פעידשעס
עס איז ראטזעם פאר דער וואס וויל האבן די רעקארד''ס ער זאל שנעל סעיוו'ן די גאנצע טעמע, וויבאלד איין טאג גייט דאס געמעקט ווערן לכאורה.
גארנישט
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
Location: מאנסי ניו יארק
x 197

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גארנישט »

עהעם האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 2:54 pm
ר' משה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 2:17 pm
ברוך'ל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 2:07 pm דעס איז דריי פון די 5 קינדער וואס האבן זיך נעכטן צוריק צאם געשטעלט מיט זייער עלטערן
ב"ה זיי האבן כאטש פילע באקן. זאל דער באשעפער העלפן ס'זאל נישט צוריק ווערן אויסגעמאגערט
זעט אויס אז די בילדער ווייזן אביסל אן אנדערע בילד ווי די באגלייבטע עדות'שאפטן דערציילן...
(די לב טהור זענען ערגער ווי די נאציס ווייל די קינדער ווייסן נישט צו זאגן פון הרב וואזנער זצ"ל און באבובער רבי, עיני עיני יורדה מים אויף אזעלכע שרעקליכע צרות, די האר פון קאפ קען זיך אויפשטעלן בלויז פון הערן אזא שוידערליכע אומגליק, א שאד מ'האט זיי נישט ארויסגענומען פריער, וואלטן זיי ווען יא געקענט וויסן פון הרב וואזנער זצ"ל און באבובער רבי).
נו אודאי נאכן זיין דריי חדשים אין די שעלטערס זעען די קינדער אויס גיט,
די קשיא איז אויף די וואס שרייען אז דארט הונגערן די קינדער, אמער אין אנהויב האבן זיי אויסגעזען שלעכט און יעצט גוט,
ווער ווייסט וויאזוי די 5 קינדער וועלן אויסזען אין 3 חדשים ארום,
אוי רבונו של עולם האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדערלעך
פרייער פויגל
פרישער באניצער
פאוסטס: 52
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 4:16 am
x 152

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פרייער פויגל »

סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 3:03 pm
טיפע חשבונות האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 10:56 am @סענס אף יומער לאמיר שוין ענדיגן ווייל אונז גייען אין סירקלס.

נאציס זענען די ערגסטע און ביידע הינזיכטן.
מיינסט צו זאגן ווייל דו האסט נישט וואס ענטפערן

האסט נאכנישט פארענטפערט דיין זינלאזע הנחה.
איך פארשטיי נישט וועלכע זינלאזע הנחות @טיפע חשבונות האט געזאגט??

@סענס אף יומער איר דארפט נישט ווערן אזוי ציהיצט.. ער האט בכלל נישט געזאגט קיין גוט ווארט אדער זיך אנעמען אויף ל''ט אויך נישט קלענער געמאכט זייערע עוולות.
ס''ה ארויסגעברענגט א אמת'דיגע נקידה.
ביטע נישט ווערן אזוי צעהיצט...
קום אריין קלאר
ניי צום טיש
פאוסטס: 4
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 6:58 pm
x 11

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קום אריין קלאר »

עהעם האט געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2025 10:05 pm
קום אריין קלאר האט געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2025 5:56 pm אלע גדולי ישראל האלטן אנדערש ווי אים
בקושי האט זיך געטראפן איין גדול בישראל, ר' חיד"ו וואס איז ארויסגעקומען אין פאבליק זאגן זיין דעה בענין לב טהור, און אפילו דאס אויף א מאדנע וועג...
אלע שאלות וואס ער פסקנ'ט איז ער מודיע דורך א קליפ? איך דענק אז ער שרייבט תשובות.
מר' @עהעם סאיז יתכן אז אויב די שטערסט די עסקנים און רבנים פון הצלת נפשות האסטו א דין פון א חייב מ.

איך האב נאר געפענט א ניק דא צו פראטעקטן רב @על פי תורה וואס ווער עס ווייסט איז ער א עסקן לשם מצוה ממש פאר ילדי לב טמא
איך האב נישט קיין אנוהג ווי א אידיש קינד קען שרייבן וואס די שרייבסט אלץ צוזאם דא
ברוך'ל
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 30, 2025 12:35 pm
Location: Los Angeles
x 18

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ברוך'ל »

מיט וואס האט ער געשטערט די עסקנים
און ווי קומט אריין דא חייב מ. ריבונו של עולם אזוי רעדט מען נישט!!!!
ברוך'ל
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 30, 2025 12:35 pm
Location: Los Angeles
x 18

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ברוך'ל »

אזוי ווי ר' @שמואל פוקס האט געשריבן, מען זאגט, מען בויט פיתום ורעמסס אויף יסודות פון שטרוי.
קודם האט ער געשטערט די עסקנים, שפעטער ווערט ער שוין מחויב מיתה, מוראדיג!
ווייסע טיילס
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 6:32 pm
x 89

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ווייסע טיילס »

קום אריין קלאר האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 7:04 pm
עהעם האט געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2025 10:05 pm
קום אריין קלאר האט געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2025 5:56 pm אלע גדולי ישראל האלטן אנדערש ווי אים
בקושי האט זיך געטראפן איין גדול בישראל, ר' חיד"ו וואס איז ארויסגעקומען אין פאבליק זאגן זיין דעה בענין לב טהור, און אפילו דאס אויף א מאדנע וועג...
אלע שאלות וואס ער פסקנ'ט איז ער מודיע דורך א קליפ? איך דענק אז ער שרייבט תשובות.

איך האב נאר געפענט א ניק.... ילדי לב טמא
וועלקאם, סאיז א פובליק סייט דא און דו דארפסט וואטשען וואס דו רעדסט, נישט אלעס וואס מען טראכט מעג מען שרייבען אויף סאשעל מידיא סקען מאכען ערנסטע לעגאלע קאפוויי

האסט נישט קיין אנונג ווער עס ליינט אלטס אויף פאבליק וועבסייט'ס

סאיז שוין העכסט צייט אז דער ברייטער עולם זאל זיין אווער דערויף
על פי תורה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 272
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 2779

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

א איד וואס איז מסייע בידי רוצחים איז חייב מיתה
Think and Thank
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 337
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 1207

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Think and Thank »

קום אריין קלאר האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 7:04 pm
עהעם האט געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2025 10:05 pm
קום אריין קלאר האט געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2025 5:56 pm אלע גדולי ישראל האלטן אנדערש ווי אים
בקושי האט זיך געטראפן איין גדול בישראל, ר' חיד"ו וואס איז ארויסגעקומען אין פאבליק זאגן זיין דעה בענין לב טהור, און אפילו דאס אויף א מאדנע וועג...
אלע שאלות וואס ער פסקנ'ט איז ער מודיע דורך א קליפ? איך דענק אז ער שרייבט תשובות.
מר' @עהעם סאיז יתכן אז אויב די שטערסט די עסקנים און רבנים פון הצלת נפשות האסטו א דין פון א חייב מ.

איך האב נאר געפענט א ניק דא צו פראטעקטן רב @על פי תורה וואס ווער עס ווייסט איז ער א עסקן לשם מצוה ממש פאר ילדי לב טמא
איך האב נישט קיין אנוהג ווי א אידיש קינד קען שרייבן וואס די שרייבסט אלץ צוזאם דא
שינאווער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 3:40 pm
יאנטשי האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 3:32 pm זיך דרייענדיג אויף אנדערע פארומס האב איך שוין קענענגעלערענט מערערע טראולס, אבער אזא איינעם ווי דא איז ממש א יחיד במינו...

איך ווואונדער זיך אויף די וואס ענטפערן אים, האלסט טאקע דיין ענטפער וועט איינעם קלוגער מאכן? ער ווארט קוים אריינצוגיין אין א דיני דברים מיט איינעם און אויסברעכן נאך א ספין, קענסט זיך נישט איינהאלטן צו איגנארירן?
Think and Thank
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 337
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 1207

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Think and Thank »

גארנישט האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 5:59 pm
עהעם האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 2:54 pm
ר' משה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 2:17 pm

ב"ה זיי האבן כאטש פילע באקן. זאל דער באשעפער העלפן ס'זאל נישט צוריק ווערן אויסגעמאגערט
זעט אויס אז די בילדער ווייזן אביסל אן אנדערע בילד ווי די באגלייבטע עדות'שאפטן דערציילן...
(די לב טהור זענען ערגער ווי די נאציס ווייל די קינדער ווייסן נישט צו זאגן פון הרב וואזנער זצ"ל און באבובער רבי, עיני עיני יורדה מים אויף אזעלכע שרעקליכע צרות, די האר פון קאפ קען זיך אויפשטעלן בלויז פון הערן אזא שוידערליכע אומגליק, א שאד מ'האט זיי נישט ארויסגענומען פריער, וואלטן זיי ווען יא געקענט וויסן פון הרב וואזנער זצ"ל און באבובער רבי).
נו אודאי נאכן זיין דריי חדשים אין די שעלטערס זעען די קינדער אויס גיט,
די קשיא איז אויף די וואס שרייען אז דארט הונגערן די קינדער, אמער אין אנהויב האבן זיי אויסגעזען שלעכט און יעצט גוט,
ווער ווייסט וויאזוי די 5 קינדער וועלן אויסזען אין 3 חדשים ארום,
אוי רבונו של עולם האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדערלעך
שינאווער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 3:40 pm
יאנטשי האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 3:32 pm זיך דרייענדיג אויף אנדערע פארומס האב איך שוין קענענגעלערענט מערערע טראולס, אבער אזא איינעם ווי דא איז ממש א יחיד במינו...

איך ווואונדער זיך אויף די וואס ענטפערן אים, האלסט טאקע דיין ענטפער וועט איינעם קלוגער מאכן? ער ווארט קוים אריינצוגיין אין א דיני דברים מיט איינעם און אויסברעכן נאך א ספין, קענסט זיך נישט איינהאלטן צו איגנארירן?
על פי תורה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 272
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 2779

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

ברוך'ל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 7:27 pm אזוי ווי ר' @שמואל פוקס האט געשריבן, מען זאגט, מען בויט פיתום ורעמסס אויף יסודות פון שטרוי.

שרייב פאוסט