אויף פסח זענען מיר נאך אויך נישט געדעקט, סיי מיט געלט, און סיי מיט קאפעלס וועלעכע זאלן פירן סדרים אין די שעלטערס (מיר דארפן 5, 3 האבן מיר שוין לכאורה).על פי תורה האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 30, 2025 8:40 pm *מעלדונג פון די עסקנים*
מיר האבן נאכנישט קיין וואלנטירן פאר קומעדיגע וואך צו זיין אין די שעלטער פון די בחורים
ב''ה אז די לעצטע פאר וואכן האבן מיר כסדר צוגעשטעלט באזוכער, אזוי אויך ארבעטן מיר אויף חג הפסח צו אהינצוברענגן משפחות.
אבער אויפן קומעדיגן וואך האבן מיר נאכנישט קיינעם, און די בחורים וויינען צו אונז אז עס זיי אוממעגליך איבערצולעבן דעי טינקעלע מצב אליין, מיט באזוכער גייט אוועק האלב פון זייער צער.
אויב קענט איר גיין צו די בחורים שעלטער פון זונטאג ביז מיטוואך (מען צאלט אויס די טיקעטס און א דירה) טעקסט אייער אינפאו צו 929-486-9205
הצלת נפשות ממש!
די צייט רוקט זיך, און די קינדערלעך זענען זייער דערשראקן וויאזוי זייער פסח גייט אויסזען...