קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק
Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק
גענומען פון "קרית ברסלב בלעטל"
- פיילס
-
- cover_page-0001 (2).jpg (216.44 KiB) געזען געווארן 2486 מאל
-
- liberty_page-0003.jpg (294.43 KiB) געזען געווארן 2486 מאל
-
- liberty_page-0004.jpg (382.48 KiB) געזען געווארן 2486 מאל
Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק
.
- פיילס
-
- liberty_page-0005.jpg (396.49 KiB) געזען געווארן 2480 מאל
-
- liberty_page-0006.jpg (383.23 KiB) געזען געווארן 2480 מאל
-
- liberty_page-0007.jpg (338.65 KiB) געזען געווארן 2480 מאל
Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק
.
- פיילס
-
- liberty_page-0008.jpg (376.37 KiB) געזען געווארן 2478 מאל
Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק
ביים אינסטאלירן די סעלצער און וואסער מאשין אין ביהמ"ד אין שטעטל - ג' אמור תשפ"ו
- פיילס
-
- ביים-אינסטאלירן-די-סעלצער-און-וואסער-מאשין-אין-ביהמד-אין-שטעטל---ג'-אמור-תשפו-large.jpg (245.86 KiB) געזען געווארן 2380 מאל
-
- ביים-אינסטאלירן-די-סעלצער-און-וואסער-מאשין-אין-ביהמד-אין-שטעטל---ג'-אמור-תשפו2-large.jpg (121.97 KiB) געזען געווארן 2380 מאל
Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק
הכנות צום גרויסארטיגע ל"ג בעומר הדלקה אין שטעטל - ב' אמור תשפ"ו
- פיילס
-
- image000000-large.jpg (244.06 KiB) געזען געווארן 2379 מאל
Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק
ברכת האילנות פון די לעכטיגע קינדערלעך ביים חצר פון מו"ה אברהם שבתי מזרחי הי"ו אין שטעטל - אחרי קדושים תשפ"ו
- פיילס
-
- IMG_2994-large.jpg (354.33 KiB) געזען געווארן 2378 מאל
-
- IMG_2995-large.jpg (310.13 KiB) געזען געווארן 2378 מאל
-
- IMG_3002-large.jpg (241.54 KiB) געזען געווארן 2378 מאל
ערנסטע הכנות אין שטעטל צום גרויסן מעמד הדלקה קומענדיגן ל"ג בעומר
אין שטעטל גרייט מען זיך מיט גרויס עקסטאז צום גרויסן טאג ל"ג בעומר, ווען דער ראש ישיבה שליט"א וועט צום ערשטן מאל פראווען דעם הייליגן טאג אינאיינעם מיט אנשי שלומינו אין שטעטל. דאס איז אנדערש ווי אין די פארגאנגענע יארן, ווען דער ראש ישיבה שליט"א פלעגט פארן קיין מירון צו וויילן דעם שיינעם יום טוב אין עיר הקודש מירון ביים הייליגן ציון פונעם תנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי, בצל הקודש פון זיין גרויסן טאטן כ"ק אדמו"ר מקארלסבורג שליט"א.
מיט עטליכע וואכן צוריק האט דער ראש ישיבה געמאלדן אז היי יאר פלאנט ער צו בלייבן דא און פארברענגען מיט אנשי שלומינו, וואו מען וועט אפרעכטן דעם טאג מיט גרויס שמחה און התעוררות. ער וויל אויסנוצן די געלעגנהייט אנוצווארימען אידישע קינדער צו גיין אין די וועגן פונעם הייליגן תנא, בפרט דורך לערנען תורת רבי שמעון בר יוחאי, און מאכן אן אויפוואכונג אז מען זאל זיך קובע זיין שיעורים אין זוהר הקדוש און אין די תיקונים. מען קען זיך נישט פארשטעלן די גרויסקייט און הייליגקייט פון די ווערטער וואס דער הייליגער תנא האט אונז איבערגעלאזט; אפילו בלויז צו זאגן די ווערטער איז מקדש און מטהר א מענטש, און עס איז מסוגל צו באהעפטן א אידיש קינד צום אויבערשטן.
וויבאלד דער ראש ישיבה שליט"א וועט דא וויילן, וועט מען פראווען א גרויסע מעמד הדלקה אינעם שטעטל. אויפן פארלאנג פונעם ראש ישיבה וועט מען עס מאכן דינסטאג נאכמיטאג, כדי די קינדער - וואס זענען דאס טייערסטע וואס מיר פארמאגן - זאלן אויך קענען מיטהאלטן און מיטנעמען מיט זיך אויפן גאנצן לעבן דעם געשמאק און זיסקייט פון תורה און אידישקייט.
אזוי ווי עס ווערט ערווארטעט א גאר גרויסער ציבור און דער מעמד ההדלקה וועט פארקומען ביים פארקינג לאט, האט מען מסדר געווען מיט די פאליציי אפצושפארן דעם גאנצן פארקער אויף האשקי רד. כדי עס זאל זיין ארדענונג און אלע זאלן קענען מיטהאלטן. עס וועט זיין א באגרעניצטע צאל VIP פארקינג ערטער פאר די ספאנסערס פונעם מעמד; ווער עס וויל באקומען א פארקינג אדער קויפן זכותים קען זיך מעלדן צום משמש ר' ישראל פוקס אויף 845-720-2560.
מיט די הילף פונעם אויבערשטן וועט די הדלקה אינעם חצר פון בית המדרש זיך אנהייבן אום 5:30 נאכמיטאג. וויבאלד עס וועט נישט זיין קיין פארקינג פארן אלגעמיינעם ציבור ביים בית המדרש, וועט ארויסגיין א באס אום 5:15 אפצונעמען דעם עולם צום מעמד פון "לעמאנעיד סופערמארקעט", פונעם "בית התבשיל", און פון ירושלים גאס. אזוי אויך וועט במשך דעם מעמד זיין א שאטל באס פונעם באזאר צום הדלקה און צוריק. נאכן מעמד וועלן זיין באסעס צוריקצופירן דעם עולם צו די דריי אויבנדערמאנטע סטאנציעס: לעמאנעיד סופערמארקעט, בית התבשיל און ירושלים גאס.

- הכניסה-לרשבי-(1).png (1.32 MiB) געזען געווארן 2245 מאל
הנהלה פון שטעטל אריין אין קאנטראקט פאר א נייעם בנין פאר די מוסדות
אין א פרישע פרייליכע בשורה הערט מען איבער א נייעם בנין וואס די הנהלה פונעם ברסלב'ן שטעטל ארבעט אפצוקויפן פאר די הייליגע מוסדות.
עס האט זיך אנגעהויבן ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט געבעטן די הנהלה זיי זאלן אריינקוקן צו זען אויב עס איז דא א מעגליכקייט אפצוקויפן דעם גרויסן און פעסטן פינף-שטאקיגן בנין אויף טשעסטנאט סטריט וואס שטייט הארט נעבן דעם בנין המוסדות, כדי צו האבן פלאץ פאר די פרישע קלאסן וואס עפענען זיך כסדר יעדעס יאר ברוך השם, סיי ביי די אינגלעך און סיי ביי די מיידלעך.
ווען דער חבר הנהלה מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו האט אנגעהויבן אריינצוקוקן דערין, האט ער זיך געזען שטיין פאר א וואנט; ער האט נישט געקענט דערגיין ווער דער אייגענטימער דערפון איז, און צי עס איז בכלל דא א רעדע איבער עס אפצוקויפן. בפרט היות דער בנין זעט אויס צו זיין געדעקט מיט הכנסות פון די פילע טענענטס וואס וואוינען דארט, איז נישט געווען קיין עכטע סיבה צו טראכטן פארוואס מען זאל עס וועלן פארקויפן.
נאכן בעטן דעם אייבערשטן, איז ער געוואר געווארן אז דער בעל הבית וואוינט גאר אין כינע, אבער מען איז ווידער געבליבן שטעקן זוכן מער אינפארמאציע איבער אים אן ערפאלג.
אזוי איז דורך א שטיק צייט, ביז איין שיינעם טאג - אזוי בהשגחה פרטית - האט ר' מנחם באמערקט אז דער בנין איז גאר אויפן מארקעט, און מען זוכט א קונה וואס זאל עס אפקויפן.
ער האט תיכף גערופן דעם אנגעגעבענעם נומער זאגנדיג אז ער איז א פאטענציאלער קונה. זיי האבן איבערגעגעבן דעם פרייז, און מען האט אנגעהויבן אנגרייטן א קאנטראקט כדי צו קענען שליסן דעם געשעפט ווי אמשנעלסטן. אבער נאך בלויז עטליכע טעג האבן זיי צוריקגערופן זאגן אז עס איז אפירגעקומען א פרישע קונה וואס וויל אפקויפן דעם בנין, דערפאר גייט די פרייז ארויף מיט נאך הונדערט טויזנט דאלער. בלית ברירה האט מען אונטערגעשריבן דעם קאנטראקט פארן העכערן סכום, נאך איידער עס וועט ארויפגיין נאך מער.
דא קומען מיר אן צו וואו מיר האלטן יעצט: די מעשה האלט ביי דעם פונקט אז מען דארף שאפן דעם גאנצן סכום אפצוקויפן דעם בנין, וואס דער פרייז דערפון באטרעפט א סך הכל פון צוויי מיליאן דאלער.
דער ראש ישיבה שליט"א האט געשטעלט אונזער אלעמען באקאנטן עסקן מו"ה אהרן פיש הי"ו צו שאפן דעם סכום, און אזוי האפט מען צו שליסן דעם מקח קומענדיגע וואך. רופט יעצט צו מנדב זיין א באדייטנדן סכום אדער בארגן א סכום געלט פאר אונזערע קינדער: 347-889-9892.
פאר ווער עס איז אינטערעסירט אריינצוגראבן אביסל טיפער, וועלן מיר דא ברענגען אביסל היסטאריע פון אט דעם בנין.
אינעם פארגאנגענעם יום טוב פסח "בלעטל" איז געווען באשריבן אביסל היסטאריע פון ליבערטי פון א אידישן שטאנדפונקט. אסאך פון די גרעסטע און סוקסעספולסטע זומער-האטעלן אין די קעטסקילס צווישן די יארן תר"נ און תרע"ה (1890-1915 למספרם), האבן זיך געפונען אין און ארום דעם שטעטל ליבערטי.
קיין איינע פון די אלע האטעלן פון יענע צייטן האבן נישט זוכה געווען איבערצולעבן: דער "סוואנאנא" האטעל האט אפגעברענט אין יאר תרע"ב (1912), דער "וואוואנדא" האטעל אין תרע"ד (1914), און דער "יע לאנקאשיר" האטעל איז פארברענט געווארן אין יאר תר"פ (1920).
אויסער איין באקאנטער רעזארט אין ליבערטי וואס האט נישט נאר איבערגעלעבט, נאר איז געווארן איינע פון די מערסט בארימטע נעמען אין דעם גאנצן געגנט. דאס איז געווען דער "האל האוז" (Hall House), וואס איז שפעטער געווארן באקאנט אלס דער "האטעל לענאפע" (Hotel Lenape). און דאס איז טאקע דער בנין איבער וועלכן מיר רעדן יעצט.
דער "האל האוז", וועלכער איז גערופן געווארן נאך זיין אייגנטומער דזשעי. סי. האלל, האט זיך געעפנט אין יאר תר"נ אלס אן עכטער רעזארט פונעם אלטן שטייגער. אין די אנאנסן פלעגן זיי שרייבן אז דער האטעל געפינט זיך הויך אויף א בארג אינעם דארף, ארומגענומען מיט שיינע שאטנדיגע ביימער.
דער האטעל האט פארמאגט 50 שיינע, לופטיגע און באקוועמע צימערן. עס איז געווען באלויכטן מיט עלעקטריציטעט, וואס האט געהייסן א גאר מאדערנע זאך פאר יענע צייטן. פונעם פארטש האט מען געהאט א הערליכן פאנאראמישן בליק איבערן גאנצן ארום.
אבער די צייטן האבן זיך געטוישט. די פארוויילונגען וואס דער "האל האוז" האט אנגעבאטן, זענען מיט דער צייט געווארן צו פשוט און צוריקגעבליבן פאר די מער פארגעשריטענע טוריסטן פונעם נייעם 20'סטן יארהונדערט. און ווי רוב רעזארטן פון יענע צייט, האט דער האטעל אויך אנגעהויבן שטארק צו גיין בארג אראפ.
אבער אנדערש ווי די אנדערע, האבן די נייע אייגנטומער באוויזן דאס צו האלטן אפן; זיי האבן עס אינגאנצן איבערגעבויט און געטוישט דעם קאנצעפט. עס האט מער נישט געהייסן קיין "רעזארט", נאר פשוט א מאדערנער, שטאטישער האטעל מיטן נאמען "האטעל לענאפע".
די פלענער פארן נייעם האטעל זענען געווארן אנאנסירט מיט גרויס פאמפע אין די נייעס, אין יולי 1927:
"עס ווערט באריכטעט אומאפיציעל אז די דירעקטארן פון די 'האלל הויז קארפארעישן' פלאנירן צו טוישן דעם נאמען צו 'האטעל לענאפע'. עס הייסט אז די זאך איז שוין כמעט אפגעמאכט," האט די צייטונג געשריבן, צוגעבנדיג אז מיטן עפענען א נייע רייכע ציגעלנע געביידע, וועלן די אייגנטומער פטור ווערן פונעם אלטמאדישן טעם וואס דאס ווארט 'הויז' (House) ברענגט מיט זיך.
און טאקע מאנטאג, דעם 10'טן פעברואר, 1930, האט זיך די נייע געביידע געעפנט מיט גרויס פאראדע. עס איז געווען א הערליכער בנין געבויט פון רויטע ציגל אין א מאדערנעם "דזשארדזשיען" סטיל, דיזיינט דורך די באקאנטע אלבאני ארכיטעקטן "פעמבער און דעמערס" (עס פארמאגט נאך היינט די זעלבע רויטע ציגל).
די ערשטע געסט זענען געווען איבער 280 באטייליגטע ביי א גרויסן פאליטישן פארטיי-דינער. דער האטעל איז באצייכענט געווארן אלס "דער מערסט מאדערנער בנין אינדרויסן פון די גרויסע שטעט". ער האט פארמאגט א ריזיגן לאבי וואס איז געווען הויך גאנצע צוויי שטאק, 50 געסט-צימערן, און א גרויסן עס-זאל פאר 300 מענטשן.
פון יענעם טאג אן איז דער "האטעל לענאפע" געווארן דאס הארץ פונעם שטעטל ליבערטי. דארט זענען פארגעקומען די וויכטיגסטע פאליטישע דינערס, חתונות, אווענטן, קאמפיינס און אלע סארט אונטערנעמונגען, ביז ער האט צום סוף ענדגילטיג פארמאכט די טירן דעם 24'סטן יאנואר, 1970. אביסל שפעטער איז די אלטע געביידע ווידער איבערגעמאכט געווארן, דאס מאל פאר אפארטמענטס פאר עלטערע לייט וואס האבן נישט קיין גרויסע הכנסות. דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל האבן כח אנצוגיין ווייטער מיט די הייליגע מוסדות, און מיר זאלן אלע קענען אויפשטעלן לעכטיגע אידישע דורות וואס פירן זיך מיט די עצות פונעם הייליגן רבי'ן.

- The-Hotel-Lenape..jpg (74.97 KiB) געזען געווארן 2010 מאל
זיבן יאר פונעם שטעטל אפגעצייכנט
אין די טעג ווערט אפגעצייכנט זיבן יאר פונעם דאטום י"ז סיון תשע"ט, ווען די ערשטע עטליכע משפחות מאנשי שלומינו האבן זיך אפיציעל אריינגעצויגן אינעם נייעם שטעטל וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט דאן געגרינדעט.
עס האט דעמאלט אויסגעזען ווי א ווייטער חלום: א שטעטל? וואו, אינעם וויסטן ליבערטי? אבער געלויבט דעם אויבערשטן, מיט סייעתא דשמיא שטייט מען היינט בלויז עטליכע יאר שפעטער, און עס שפרודלט א הערליך בליענדע שטעטל וואו פילע משפחות אנשי שלומינו, יראים ושלמים, לעבן אינעם שויס פון דער נאטור אינאיינעם מיט'ן אויבערשטן. אלעס איז ברוך השם געפאלן אין פלאץ, און עס פעלט גארנישט אינעם שטעטל, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות.
עס וואלט זיך באמת אויסגעפעלט מערערע ארטיקלען צו באשרייבן די פילע פעולות, מוסדות און ארגאניזאציעס וואס אפערירן מיט סייעתא דשמיא אינעם שטעטל. מיר וועלן דא אויסרעכענען בלויז אויפ'ן שפיץ גאפל, און מיר האפן מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף אין די צוקונפט טאקע צו קענען מאכן א געהעריגע אפהאנדלונג און באשרייבן יעדן באזונדער מיט'ן ריכטיגן כבוד.
דאס שטעטל פארמאגט הערליך צוגעשטעלט אלעס וואס א אידישע שטאט דארף צו האבן, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. דאס שטעטל פארמאגט צוויי שולן וואו מען דאווענט טעגליך אינדערוואכן: די צענטראלע שול געפינט זיך אויף האשקי רד. און דינט ווי א מנינים-צענטער מיט כסדר'דיגע מנינים שחרית, מנחה און מעריב; און די צווייטע געפינט זיך אין די נייע געגנט פונעם ווילעדזש, אינעם בנין פונעם תלמוד תורה. אזוי אויך פארמאגט דאס שטעטל א גרויסן לופטיגן היכל התורה צום לערנען, וואו דער קול תורה הילכט אפ במשך רוב שעות פון טאג און נאכט. דאס שטעטל פארמאגט פיר מקוואות טהרה, א גרויסן תלמוד תורה און א מיידל שולע וואו די קינדער ווערן נתחנך מיט יראת שמים און מידות טובות, א ישיבה פאר די בחורים, א סעמינאר פאר מיידלעך, א כולל פאר די אינגעלייט, א אינגל קעמפ, א מיידל קעמפ און א קאנטרי פאר שטאטישע משפחות. א גרויסע בית הדפוס מיט'ן מכון "עצתו אמונה", א מהודר'דיגע מצה בעקעריי, א בית הוראה בראשות פונעם דיין שליט"א, א קאמפיוטער קיאסק, א וועד הכשרות. דאס שטעטל פארמאגט אן עירוב וואס ציעט זיך מיילן לאנג, וואו געטרייע מלמדים געבן זיך אוועק יעדע וואך עס איבערצוקוקן און בודק צו זיין, און א בית השחיטה מיט פיר אויסגעצייכענטע שוחטים יראי ה'. אין די יעצטיגע טעג ארבעט מען העפטיג צו בויען פרישע בנינים פאר'ן חדר און פאר דער מיידל שולע, און מען ארבעט אויך אויף צו קענען גרינדן א בית החיים.
ווער רעדט נאך פון די ימים טובים און די געהויבענע טעג אין שטעטל, ווען דער ראש ישיבה שליט"א קומט ארויס און מען לעבט ממש מעין עולם הבא. מען הערט זיך צו צום ראש ישיבה וואס דערמאנט כסדר אז עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט אויסער דעם אייבערשטן, און נאר אויב מען לעבט מיט אמונה קען מען האבן א זיס און געשמאק לעבן דא אויף דער וועלט. אנגעהויבן פון די זומער טעג ווען דער ראש ישיבה שליט"א געפינט זיך אין שטעטל און מען איז נהנה פון די שיינע שיעורים יעדן טאג און יעדן שבת, און דערנאך די געהויבענע ימים טובים ווי סוכות, חנוכה, פסח, ל"ג בעומר און שבועות - וואס מען דארף גארנישט מסביר זיין וואס דאס מיינט א יום טוב במחיצת פונעם ראש ישיבה.
דער חסד וואס טוט זיך אפ אין שטעטל איז אין לשער ואין לתאר; כמעט יעדער איינער אין שטעטל נעמט אן אקטיווע טייל אין איינע פון די פילע וואלונטיר ארגאניזאציעס. למשל, "שעוות אסירים" וועלכע גייען כסדר באזוכן ארעסטאנטן אין די תפיסות; "ביקור חולים" שיקט טעגליך פרישטאג און נאכטמאל פאר קימפעטארינס און אנדערע נויטבאדערפטיגע; "הצלה" פארמאגט צענדליגער וואלונטירן און פאראמעדיקס וואס לויפן כסדר אויף הצלת נפשות קאלס; די פייער דיפארטמענט פארמאגט היימישע וואלונטירן; און פילע "חברים" און "חביבים" מעמבערס געבן כסדר אוועק צענדליגער שעות צו העלפן א איד אין נויט. דער "בית התבשיל" פארמאגט פילע וואלונטירן וואס זענען מסדר וועכנטליכע חלוקות פון עסן בחנם, ווי אויך קמחא דפסחא און תומכי שבת פאר יעדן וואס דארף. פילע פרויען געבן אוועק צענדליגער שעות וועכנטליך פאר איינע פון די צוויי באזארן — פאר קליידער און פאר מעבל — וואו מען פארקויפט אלעס כמעט בחנם, אדער צו העלפן אינעם קימפעטארין היים. פילע אינגעלייט געבן זיך אוועק צו שרייבן פארן "בלעטל" צייטונג, כדי דער עולם זאל האבן ערליכע לייען מאטריאל פאר מענער, פרויען און קינדער.
פון א גשמיות'דיגן בליק פארמאגט דאס שטעטל א גוט אהערגעשטעלטע שאטל סערוויס צו טראגן מענטשן פון איין געגנט צום צווייטן. די אינגעלייט און בעלי בתים שטעלן זיך אויך ב"ה גוט אוועק מיט פרנסות; דאס שטעטל פארמאגט פילע געשעפטן פאר אלע געברויכן, פון ספרים, קליידער און שפילצייגן, ביז א גרויסן סופערמארקעט און נאך. אזוי אויך טוען פילע אינעם קאנסטראקשן ליין, און עס זענען דא פילע האלסעיל און סערוויס ביזנעסער.
אבער דער עיקר פונעם שטעטל איז נישט די כמות, נאר די איכות. אינגעלייט, בחורים, קינדער, פרויען און מיידלעך לעבן אלע מיט א תכלית; זיי לעבן מיט א ציל צו דינען דעם אויבערשטן און נאר אים צו געפעלן. מען געדענקט אז כדי צו האבן א גוט לעבן דארף מען אויפבויען א גוטע רילעישאנשיפ מיט'ן אויבערשטן, ווייל אויב מען האט א גוטע קאנעקשאן איז מען א געהאלפענער. אויף דעם וועג וועט מען בעז"ה ווייטער גיין ביז משיח צדקינו.
אבן מאסו הבונים היתה לראש פינה.
אינעם בילד: די ראש ישיבה שליט"א באזוכט די מוסדות אין קרית ברסלב ליבערטי דינסטאג לך לך תש"פ

- 8MzRvy54VQ_WhatsAppImage2019-11-06at4.10.50PM-large.jpg (157.46 KiB) געזען געווארן 2003 מאל
-
פנחס דוד לעבאוויטש
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 427
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 12:44 pm
- x 1204
Re: זיבן יאר פונעם שטעטל אפגעצייכנט
יארן ארום גייט מען נישט גלייבן אז מען האט אמאל נישט גע‘חלום‘ט אז אזאנס קען זיך אויסארבעטן...
Re: זיבן יאר פונעם שטעטל אפגעצייכנט
מ'גייט אויכט נישט גלייבן אז מענטשן פלעגן אמאל נישט חתונה מאכן אין שול..פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 10, 2026 6:46 pmיארן ארום גייט מען נישט גלייבן אז מען האט אמאל נישט גע‘חלום‘ט אז אזאנס קען זיך אויסארבעטן...
-
פנחס דוד לעבאוויטש
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 427
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 12:44 pm
- x 1204
Re: זיבן יאר פונעם שטעטל אפגעצייכנט
Hope so...מאיר שלום האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 12, 2026 12:06 amמ'גייט אויכט נישט גלייבן אז מענטשן פלעגן אמאל נישט חתונה מאכן אין שול..פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 10, 2026 6:46 pmיארן ארום גייט מען נישט גלייבן אז מען האט אמאל נישט גע‘חלום‘ט אז אזאנס קען זיך אויסארבעטן...
- בערל דער פייפער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1412
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 2312
Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק
וויפל משפחות וואוינען שוין דארט, און אויף ווי א גרויסע שטח אויסגעשפרייט?
נייע 'טעג' אפיס עפנט זיך בקרוב אין שטעטל
קרית ברסלב — א מורא'דיגע בשורה טובה ווערט איצט געמאלדן פאר די איינוואוינער פונעם שטעטל: נאך א לאנגע צייט ווארטן קומט ענדליך צו אן ענדע די פילע שוועריקייטן וואס מען האט געהאט ביים פילטערן די טעלעפאנען און קאמפיוטערס. די גוטע נייעס איז אז די באקאנטע 'טעג' ארגאניזאציע עפנט אן אפיציעלן לאקאציע אינעם שטעטל, וואס וועט זיכער ברענגען א גרויסע הרחבת הדעת פארן גאנצן ציבור.
די פריידיגע נייעס איז געמאלדן געווארן אויף א ספעציעלן אינטערוויו וואס איז אפגעהאלטן געווארן אויף "קול ברסלב" צווישן דעם מנהל התלמוד תורה, הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א, און דעם מנהל הישיבה, הר"ר אברהם משה שטראסער שליט"א.
ווי דער מנהל ר' אברהם משה האט ארויסגעברענגט ביי די שמועס, פלעגט מען אים כסדר אפשטעלן און בעטן עצות אין דעם ענין. די עיקר שוועריקייט איז געווען אז זייענדיג דא ווייט אין אפסטעיט, האט יעדע פשוט'ע געברויך פון פילטערן א פאון אדער א קאמפיוטער געפאדערט אסאך צייט און כוחות, און מען האט געדארפט מאכן לאנגע נסיעות קיין קרית יואל. זייער אפט מאל נאכ'ן קויפן א נייע פאון, צי אנליין אדער ערגעץ אנדערש, איז עס געבליבן ליגן אין א זייט אומבאנוצט פאר א לאנגע צייט, פשוט ווייל עס איז געווען צו שווער אנצוקומען צו א פילטער סערוויס.
דער פראיעקט האט זיך אנגעהויבן בערך א יאר צוריק. ר' אברהם משה פארציילט אבער, אז ער האט אנגעהויבן ארבעטן דערויף מיט פיל מער ענערגיע ווען ס'איז לעצטנס געווארן די גרויסע אויפוואכונג איבער עי-איי (AI), וואס דאס האט געברענגט פרישע שאלות פון עלטערן וועלכע סארט פאונס זענען אויסגעהאלטן. מיט די הילף פון ר' יודל פעלדמאן, וועלכער פלעגט ארבעטן פאר 'טעג' אין לייקוואוד פאר ער האט זיך אריבערגעצויגן צום שטעטל, האט מען אנגעהויבן ארבעטן צו ברענגען 'טעג' אהער.
ער האט זיך א לאנגע צייט געמוטשעט צו קענען אויפסעטן א מיטינג מיט הרב גאטליעב, דער גרינדער און פירער פון 'טעג', וועלכער איז א גאר פארנומענער מענטש. ענדליך דעם דאנערשטאג, פרשת חקת-בלק, איז פארגעקומען די אסיפה אינעם שטעטל. דער גרינדער פון טעג, הרב גאטליעב, איז פערזענליך אראפגעקומען אינאיינעם מיט זיין געהילף; די אסיפה מיט פילע פון אנשי שלומינו איז פארגעקומען אינעם שטוב פונעם חבר ההנהלה, הר"ר מרדכי אהרן האלפערן.
הרב גאטליעב האט ארויסגעברענגט זיין התפעלות פון די ווארעמקייט פונעם ציבור אינעם שטעטל, וויאזוי דער עולם וויל עס און זוכט עס אליינס. צווישן אנדערע האט ער זיך אויסגעדרוקט: "אן א פילטער האסטו נישט קיין בחירה; 'טעג' איז דא פשוט דיר צוריקצוגעבן דיין בחירה." ער האט צוגעגעבן אז עס איז אים א געוואליגע שמחה צו זען ווי אינעם שטעטל קומט דער פארלאנג פאר פילטערס פונעם ציבור אליינס, וועלכע הערן די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א און פארשטייען די וויכטיגקייט פון זיין אפגעהיטן, דעריבער איז נישטא קיין סיבה צו מאכן תקנות.
ס'איז באשלאסן געווארן ביים מיטינג אז ס'גייט זיך עפענען אן אפיציעלע 'טעג' אפיס דא אין שטעטל בעז"ה. מען שטעלט אויף א שיינע, מכובד'יגע לאקעישאן – נישט סתם א ווינקל אין ביהמ"ד אדער אין א בעיסמענט – נאר א געהעריגע סטאר וואס וועט זיין אפן מיט קלארע שעות, כדי ס'זאל זיין באקוועם און צוגענגליך פארן גאנצן ציבור. ר' מרדכי אהרן האלפערן הי"ו האט ברייטהארציג מסכים געווען צוצושטעלן דעם שטח ביי זיין פעקטארי, און מען האפט עס צו עפענען ממש בקרוב.
דער נייער צענטער וועט דינען סיי פאר פילטערינג און סיי פאר אינפארמאציע. מען וועט דארט בעז"ה קענען באקומען הדרכה און גוטע עצות נאך בעפארן קויפן א סעלפאון, א היים פאון, אדער אנדערע טעכנאלאגישע דיווייסעס; צו וויסן וועלכע כלי מען דארף פילטערן, וועלכע מען קען פילטערן, און וואס ס'איז די בעסטע לויטן מצב. דאס וועט בעז"ה שפארן אסאך אידיש געלט און פארמיידן עגמת נפש.
דער ראש ישיבה שליט"א, וועלכער האט שטארק געשטופט מען זאל עפענען דעם אפיס, האט זיך אויסגעדריקט מיט גרויס שמחה הערנדיג די נייעס. מען ערווארטעט בקרוב צו הערן די בשורה אז דער אפיס איז שוין אינגאנצן אפן צום צופרידנהייט פונעם גאנצן ציבור.
בשם ה' נעשה ונצליח!

- 544d45efbccbea731de9f7b69211f9cc78dab64a-1-large.jpg (154.62 KiB) געזען געווארן 1383 מאל
-
- 4cc62cf4b58e0b0cf45cdcd1ef62b3c8477a3fff-2-large.jpg (123.31 KiB) געזען געווארן 1383 מאל
Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק
Wow!!
איז דא א מאפע פונעם שטעטל מיט אלע קהל'ישע בנינים אנגעצייכנט?

שטותים איז נישט דער אלטערנאטיוו פון שכל (קרעדיט: @הדסים)
-
תורה ויראה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 917
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
- x 1759
-
ברטנורה
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 59
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 25, 2026 5:02 am
- Location: בארא פארק
- x 150
Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק
קען איינער ביטע ברענגן די מאפע פונעם עירוב אין ליבערטי אויפדעטיד לעצטענ'ס יאר ייש''כ
אפשר הרה''צ ר' Coventry@ ייש''כ
אפשר הרה''צ ר' Coventry@ ייש''כ
- Brand Name Lighting
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 19
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 05, 2026 10:42 pm
- Location: Lighting NY
- x 71
- פארבינד זיך:
Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק
קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק האבן געטוהן אסאך זאכן גאר קלוג - אנדערע וואס עפענען נייע ישובים זאלן זיך אפלערנען.
- מען האט אנגעהויבן קליין. מאנכע מיינען אז מען מוז האבן 200 משפחות פאר מען מאכט א נייע ישוב.
- אלעס גייט דארטן מיט מורא'דיגע געטריישאפט, און דער עולם ארבייט מיט. איך האב א חבר וואס האט געקויפט א הויז פאר א אינוועסטמענט. די הנהלה האט אים קלאר געזאגט אז מען קען נישט בעטן אין די וועלט אריין, ווייל עס וועט העכערן פרייזן, און ער ארבייט מיט, ער פארשטייט.
- מען שפרייט זיך אויס! 2-3 הייזער אויף איעדע גאס. נישט איעדער גייט באקומען א הויז אין סענטער! שוין דא אפאר מנינים פאר פרייטיג נאכט. דאס איז זייער קלוג! עס מאכט זיכער אז פרייזען גייען נישט ארויף אין די וועלט אריין! די ליטווישע טוען שוין דאס פאר יארן.
- מען פארשטייט אז מען מוז נישט האבן אלעס פון דעי וואן! איצט נאך יארן האבן זיי שוין אלעס, אפילו א הערליכע סופערמארקעט וואס איז אפן א גאנץ יאר. אבער מען האט אנגעהויבן מיט מסירות נפש. קליגע אידן האבן פארשטאנען אז די הרחבת הדעת פון א גרויס דירה, די ערליכקייט פון זיין אויסערן שטאט, וועגט איבער די באקוועמליכטקייט פון האבן אלעס אונטערן האנט.

Full line of LED Light Bulbs and Electrical Supplies
https://brandnamelighting.com/
Large Selection on Wallplates, Electric Outlet Covers and Switch Plates
https://wallplate.store/
https://brandnamelighting.com/
Large Selection on Wallplates, Electric Outlet Covers and Switch Plates
https://wallplate.store/
- Brand Name Lighting
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 19
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 05, 2026 10:42 pm
- Location: Lighting NY
- x 71
- פארבינד זיך:
Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק
אינטערסאנט ווי לעיט אפריל למספרים זענען נאך אלע קינדער געגאנגן אין ווינטער מאנטלען.
Full line of LED Light Bulbs and Electrical Supplies
https://brandnamelighting.com/
Large Selection on Wallplates, Electric Outlet Covers and Switch Plates
https://wallplate.store/
https://brandnamelighting.com/
Large Selection on Wallplates, Electric Outlet Covers and Switch Plates
https://wallplate.store/
Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק
ס'איז נקודות וואס מ'דארף שטארק אפלערנען, ס'איז אן הוכחה אז דאס איז די וועג אוועקצושטעלן פרישע ישובים, הלואי נאך קהילות וועלן נאכמאכן די מאדעל.Brand Name Lighting האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 12, 2026 2:30 pm קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק האבן געטוהן אסאך זאכן גאר קלוג - אנדערע וואס עפענען נייע ישובים זאלן זיך אפלערנען.
- מען האט אנגעהויבן קליין. מאנכע מיינען אז מען מוז האבן 200 משפחות פאר מען מאכט א נייע ישוב.
- אלעס גייט דארטן מיט מורא'דיגע געטריישאפט, און דער עולם ארבייט מיט. איך האב א חבר וואס האט געקויפט א הויז פאר א אינוועסטמענט. די הנהלה האט אים קלאר געזאגט אז מען קען נישט בעטן אין די וועלט אריין, ווייל עס וועט העכערן פרייזן, און ער ארבייט מיט, ער פארשטייט.
- מען שפרייט זיך אויס! 2-3 הייזער אויף איעדע גאס. נישט איעדער גייט באקומען א הויז אין סענטער! שוין דא אפאר מנינים פאר פרייטיג נאכט. דאס איז זייער קלוג! עס מאכט זיכער אז פרייזען גייען נישט ארויף אין די וועלט אריין! די ליטווישע טוען שוין דאס פאר יארן.
- מען פארשטייט אז מען מוז נישט האבן אלעס פון דעי וואן! איצט נאך יארן האבן זיי שוין אלעס, אפילו א הערליכע סופערמארקעט וואס איז אפן א גאנץ יאר. אבער מען האט אנגעהויבן מיט מסירות נפש. קליגע אידן האבן פארשטאנען אז די הרחבת הדעת פון א גרויס דירה, די ערליכקייט פון זיין אויסערן שטאט, וועגט איבער די באקוועמליכטקייט פון האבן אלעס אונטערן האנט.
-
תורה ויראה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 917
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
- x 1759
Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק
קהלות קענען עס נישט נאכמאכן, ס'דארף זיין די מענטשן פון די קהלות זאלן זיין גרייט דערפאר.פלאם האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 14, 2026 9:37 amס'איז נקודות וואס מ'דארף שטארק אפלערנען, ס'איז אן הוכחה אז דאס איז די וועג אוועקצושטעלן פרישע ישובים, הלואי נאך קהילות וועלן נאכמאכן די מאדעל.Brand Name Lighting האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 12, 2026 2:30 pm קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק האבן געטוהן אסאך זאכן גאר קלוג - אנדערע וואס עפענען נייע ישובים זאלן זיך אפלערנען.
- מען האט אנגעהויבן קליין. מאנכע מיינען אז מען מוז האבן 200 משפחות פאר מען מאכט א נייע ישוב.
- אלעס גייט דארטן מיט מורא'דיגע געטריישאפט, און דער עולם ארבייט מיט. איך האב א חבר וואס האט געקויפט א הויז פאר א אינוועסטמענט. די הנהלה האט אים קלאר געזאגט אז מען קען נישט בעטן אין די וועלט אריין, ווייל עס וועט העכערן פרייזן, און ער ארבייט מיט, ער פארשטייט.
- מען שפרייט זיך אויס! 2-3 הייזער אויף איעדע גאס. נישט איעדער גייט באקומען א הויז אין סענטער! שוין דא אפאר מנינים פאר פרייטיג נאכט. דאס איז זייער קלוג! עס מאכט זיכער אז פרייזען גייען נישט ארויף אין די וועלט אריין! די ליטווישע טוען שוין דאס פאר יארן.
- מען פארשטייט אז מען מוז נישט האבן אלעס פון דעי וואן! איצט נאך יארן האבן זיי שוין אלעס, אפילו א הערליכע סופערמארקעט וואס איז אפן א גאנץ יאר. אבער מען האט אנגעהויבן מיט מסירות נפש. קליגע אידן האבן פארשטאנען אז די הרחבת הדעת פון א גרויס דירה, די ערליכקייט פון זיין אויסערן שטאט, וועגט איבער די באקוועמליכטקייט פון האבן אלעס אונטערן האנט.
און אגב, בלומינגבערג איז צופיל אנדערש? אויך אנגעהויבן (און נאכאלץ) קליין מיט כמעט גארנישט, געשיקט קיין קר"י לערנען, האבן עטליכע שוהלן און מנינים.
און עכט כמעט יעדע נייע ישוב איז אזוי, נאר ס'נישט דא צופיל מענטשן וואס ווילן אהינגיין ביז ס'קומען נישט נאך טויזענט מענטשן, ארבעט מען אויף גרעסערע דעוועלאופמענטס צו שלעפן אסאך אויפאמאל
- Brand Name Lighting
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 19
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 05, 2026 10:42 pm
- Location: Lighting NY
- x 71
- פארבינד זיך:
Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק
אמת אז עס איז נישט דא צופיהל מענטשן וואס ווילן גיין צו א נייע ישוב... אויב מען איז נישט געבעקט פון א קהילה. אבער א קהילה בעקט עס, און בפרט אויב די רבי פון די חסידות שטופט עס, וועט יא זיין מענטשען וואס וועלן עס טוהן. אפילו אויב עס איז נאר עטליכע צענדליגע משפחות. לאמיר נעמען א מיטל סייז קהילה, אויב זייער רבי וועט בעטן 40 אינגעלייט צו מופן קיין, לאמיר זאגן, ווייט לעיק, וועלן זיי נישט גיין? מען רעדט דאך נישט פון אפאר 100 מייל אוועק. אוואדאי וועלן זיי גיין! און קרית ברסלב ליבערטי איז די פרוף! ווער רעדט נאך פון שיכון סקווירא, סוואן לעיק, א גרעסערע חסידות.תורה ויראה האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 15, 2026 5:20 pmקהלות קענען עס נישט נאכמאכן, ס'דארף זיין די מענטשן פון די קהלות זאלן זיין גרייט דערפאר.פלאם האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 14, 2026 9:37 amס'איז נקודות וואס מ'דארף שטארק אפלערנען, ס'איז אן הוכחה אז דאס איז די וועג אוועקצושטעלן פרישע ישובים, הלואי נאך קהילות וועלן נאכמאכן די מאדעל.Brand Name Lighting האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 12, 2026 2:30 pm קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק האבן געטוהן אסאך זאכן גאר קלוג - אנדערע וואס עפענען נייע ישובים זאלן זיך אפלערנען.
- מען האט אנגעהויבן קליין. מאנכע מיינען אז מען מוז האבן 200 משפחות פאר מען מאכט א נייע ישוב.
- אלעס גייט דארטן מיט מורא'דיגע געטריישאפט, און דער עולם ארבייט מיט. איך האב א חבר וואס האט געקויפט א הויז פאר א אינוועסטמענט. די הנהלה האט אים קלאר געזאגט אז מען קען נישט בעטן אין די וועלט אריין, ווייל עס וועט העכערן פרייזן, און ער ארבייט מיט, ער פארשטייט.
- מען שפרייט זיך אויס! 2-3 הייזער אויף איעדע גאס. נישט איעדער גייט באקומען א הויז אין סענטער! שוין דא אפאר מנינים פאר פרייטיג נאכט. דאס איז זייער קלוג! עס מאכט זיכער אז פרייזען גייען נישט ארויף אין די וועלט אריין! די ליטווישע טוען שוין דאס פאר יארן.
- מען פארשטייט אז מען מוז נישט האבן אלעס פון דעי וואן! איצט נאך יארן האבן זיי שוין אלעס, אפילו א הערליכע סופערמארקעט וואס איז אפן א גאנץ יאר. אבער מען האט אנגעהויבן מיט מסירות נפש. קליגע אידן האבן פארשטאנען אז די הרחבת הדעת פון א גרויס דירה, די ערליכקייט פון זיין אויסערן שטאט, וועגט איבער די באקוועמליכטקייט פון האבן אלעס אונטערן האנט.
און אגב, בלומינגבערג איז צופיל אנדערש? אויך אנגעהויבן (און נאכאלץ) קליין מיט כמעט גארנישט, געשיקט קיין קר"י לערנען, האבן עטליכע שוהלן און מנינים.
און עכט כמעט יעדע נייע ישוב איז אזוי, נאר ס'נישט דא צופיל מענטשן וואס ווילן אהינגיין ביז ס'קומען נישט נאך טויזענט מענטשן, ארבעט מען אויף גרעסערע דעוועלאופמענטס צו שלעפן אסאך אויפאמאל
Full line of LED Light Bulbs and Electrical Supplies
https://brandnamelighting.com/
Large Selection on Wallplates, Electric Outlet Covers and Switch Plates
https://wallplate.store/
https://brandnamelighting.com/
Large Selection on Wallplates, Electric Outlet Covers and Switch Plates
https://wallplate.store/
פארשריט אין די ארבעט צו מאכן אן עירוב פארן ווילידזש אוו ליבערטי
קרעדיט: ברסלב סענטער
מיט פרייד קומען אריין אפדעיטס פונעם וועד העירוב, אז מען האלט אינמיטן די ארבעט פון אויפבויען א מהודר'דיגן עירוב אינעם געגנט פונעם ווילידזש אוו ליבערטי. דאס וועט צוגעבן אסאך הרחבת הדעת פאר די פילע משפחות וואס האבן זיך לעצטנס אריינגעצויגן אין דעם נייעם געגנט. דער עירוב וועט ווערן צוזאמגעשטעלט מיט'ן אלטן שטעטל עירוב, און וועט פאראייניגן אלע איינוואוינער פון אלע געגנטער אין איין גרויס פאראייניגט שטעטל.
ווי באקאנט האט דער ראש ישיבה אויפגעשטעלט א הערליכע שטעטל וואס האט זיך אנגעהויבן אין די געגנט פון האשקי רד., וואו צענדליגער משפחות פירן א זיסע לעבן אינעם שויס פון נאטור, ווי מען האט די געלעגעהייט טאג טעגליך צו זען דעם הימל און זיך דערמאנען אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט.
דאס שטעטל האט זיך ב"ה שטארק פארשפרייט לאורכה ולרוחבה, אבער לעצטנס איז דאס שטעטל באדייטנד פארברייטערט געווארן ווען מען האט זיך אנגעהויבן אריינציען אין א פרישן געגנט, דאס מאל איז עס דער געגענט פונעם ווילידזש אוו ליבערטי.
דער עירוב פראיעקט איז א המשך פון די פילע באמיאונגען מצד די הנהלה צו צושטעלן אלע געברויכן וואס א אידישע שטאט דארף האבן ברוחניות ובגשמיות. און ווען דער עירוב וועט בעז"ה פארטיג ווערן, וועלן אלע משפחות קענען ארויסגיין, טראגן און ברענגען יעדן שבת; אויך ווען דער ראש ישיבה וועט וויילן דא אויף שבת, וועט מען קענען גיין צווישן אלע געגנטער פונעם שטעטל, אנגעהויבן פון אלד מאנטיסעלא רד. ביזן חדר אויף טשעטנאט סט. בעז"ה.
דער פראיעקט איז שטארק פארוויקלט מיט פילע ביוראקראטישע פרטים; מען דארף האבן פארשידענע פלענס און פערמיטס, אבער נאך פיל ארבעט האפט מען יעצט צו ענדיגן אלעס וואס די רעגירונג פאדערט.
דער עירוב וועט זיין א צוזאמשטעל פון פארשידענע חלקים: טייל וועלן האבן געהעריגע צורות הפתח, אנדערע חלקים וועלן האבן לחי'ס, און אין אסאך פלעצער וועט עס האבן פולקאמע צוימען.
די גאנצע ארבעט ווערט אנגעפירט דורך דעם חשוב'ן וועד העירוב וואס שטייט אונטער די השגחה פון הגאון הרב יחיאל שטיינמעץ שליט"א, א גרויסער מומחה בעניני עירובין, וועלכער שטייט אונטערן גאנצן עירוב אין שטעטל. ער איז ארומגעגאנגען איבערן שטח פונעם ווילעדזש צו פלאנירן די פונקטליכע פרטים, עס זאל זיין אויסגעהאלטן להלכה הונדערט פראצענט. די קאסטן פאר דעם פראיעקט, אריינגערעכנט די פערמיטס און די בוי-ארבעט, ווערן געשאצט אויף בערך זעכציג טויזנט דאלער.
אין זכות פון שמירת שבת און שמחת המצוות, זאל מען זוכה זיין צו אלע גוטע השפעות.
שמחים לשמרו ולערב עירובו

- WhatsApp-Image-2026-07-07-at-11.46.38-AM-large.jpg (193.51 KiB) געזען געווארן 111 מאל
-
- WhatsApp-Image-2026-07-07-at-11.43.47-AM-large.jpg (155.2 KiB) געזען געווארן 111 מאל