קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
Coventry
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 172
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:43 pm
x 334

Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק

פאוסט דורך Coventry »

גענומען פון "קרית ברסלב בלעטל"
פיילס
cover_page-0001 (2).jpg
cover_page-0001 (2).jpg (216.44 KiB) געזען געווארן 643 מאל
liberty_page-0003.jpg
liberty_page-0003.jpg (294.43 KiB) געזען געווארן 643 מאל
liberty_page-0004.jpg
liberty_page-0004.jpg (382.48 KiB) געזען געווארן 643 מאל
אוועיטער
Coventry
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 172
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:43 pm
x 334

Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק

פאוסט דורך Coventry »

.
פיילס
liberty_page-0005.jpg
liberty_page-0005.jpg (396.49 KiB) געזען געווארן 637 מאל
liberty_page-0006.jpg
liberty_page-0006.jpg (383.23 KiB) געזען געווארן 637 מאל
liberty_page-0007.jpg
liberty_page-0007.jpg (338.65 KiB) געזען געווארן 637 מאל
אוועיטער
Coventry
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 172
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:43 pm
x 334

Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק

פאוסט דורך Coventry »

.
פיילס
liberty_page-0008.jpg
liberty_page-0008.jpg (376.37 KiB) געזען געווארן 635 מאל
אוועיטער
Coventry
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 172
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:43 pm
x 334

Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק

פאוסט דורך Coventry »

ביים אינסטאלירן די סעלצער און וואסער מאשין אין ביהמ"ד אין שטעטל - ג' אמור תשפ"ו
פיילס
ביים-אינסטאלירן-די-סעלצער-און-וואסער-מאשין-אין-ביהמד-אין-שטעטל---ג'-אמור-תשפו-large.jpg
ביים-אינסטאלירן-די-סעלצער-און-וואסער-מאשין-אין-ביהמד-אין-שטעטל---ג'-אמור-תשפו-large.jpg (245.86 KiB) געזען געווארן 537 מאל
ביים-אינסטאלירן-די-סעלצער-און-וואסער-מאשין-אין-ביהמד-אין-שטעטל---ג'-אמור-תשפו2-large.jpg
ביים-אינסטאלירן-די-סעלצער-און-וואסער-מאשין-אין-ביהמד-אין-שטעטל---ג'-אמור-תשפו2-large.jpg (121.97 KiB) געזען געווארן 537 מאל
אוועיטער
Coventry
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 172
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:43 pm
x 334

Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק

פאוסט דורך Coventry »

הכנות צום גרויסארטיגע ל"ג בעומר הדלקה אין שטעטל - ב' אמור תשפ"ו
פיילס
image000000-large.jpg
image000000-large.jpg (244.06 KiB) געזען געווארן 536 מאל
אוועיטער
Coventry
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 172
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:43 pm
x 334

Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק

פאוסט דורך Coventry »

ברכת האילנות פון די לעכטיגע קינדערלעך ביים חצר פון מו"ה אברהם שבתי מזרחי הי"ו אין שטעטל - אחרי קדושים תשפ"ו
פיילס
IMG_2994-large.jpg
IMG_2994-large.jpg (354.33 KiB) געזען געווארן 535 מאל
IMG_2995-large.jpg
IMG_2995-large.jpg (310.13 KiB) געזען געווארן 535 מאל
IMG_3002-large.jpg
IMG_3002-large.jpg (241.54 KiB) געזען געווארן 535 מאל
אוועיטער
Coventry
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 172
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:43 pm
x 334

ערנסטע הכנות אין שטעטל צום גרויסן מעמד הדלקה קומענדיגן ל"ג בעומר

פאוסט דורך Coventry »

אין שטעטל גרייט מען זיך מיט גרויס עקסטאז צום גרויסן טאג ל"ג בעומר, ווען דער ראש ישיבה שליט"א וועט צום ערשטן מאל פראווען דעם הייליגן טאג אינאיינעם מיט אנשי שלומינו אין שטעטל. דאס איז אנדערש ווי אין די פארגאנגענע יארן, ווען דער ראש ישיבה שליט"א פלעגט פארן קיין מירון צו וויילן דעם שיינעם יום טוב אין עיר הקודש מירון ביים הייליגן ציון פונעם תנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי, בצל הקודש פון זיין גרויסן טאטן כ"ק אדמו"ר מקארלסבורג שליט"א.

מיט עטליכע וואכן צוריק האט דער ראש ישיבה געמאלדן אז היי יאר פלאנט ער צו בלייבן דא און פארברענגען מיט אנשי שלומינו, וואו מען וועט אפרעכטן דעם טאג מיט גרויס שמחה און התעוררות. ער וויל אויסנוצן די געלעגנהייט אנוצווארימען אידישע קינדער צו גיין אין די וועגן פונעם הייליגן תנא, בפרט דורך לערנען תורת רבי שמעון בר יוחאי, און מאכן אן אויפוואכונג אז מען זאל זיך קובע זיין שיעורים אין זוהר הקדוש און אין די תיקונים. מען קען זיך נישט פארשטעלן די גרויסקייט און הייליגקייט פון די ווערטער וואס דער הייליגער תנא האט אונז איבערגעלאזט; אפילו בלויז צו זאגן די ווערטער איז מקדש און מטהר א מענטש, און עס איז מסוגל צו באהעפטן א אידיש קינד צום אויבערשטן.

וויבאלד דער ראש ישיבה שליט"א וועט דא וויילן, וועט מען פראווען א גרויסע מעמד הדלקה אינעם שטעטל. אויפן פארלאנג פונעם ראש ישיבה וועט מען עס מאכן דינסטאג נאכמיטאג, כדי די קינדער - וואס זענען דאס טייערסטע וואס מיר פארמאגן - זאלן אויך קענען מיטהאלטן און מיטנעמען מיט זיך אויפן גאנצן לעבן דעם געשמאק און זיסקייט פון תורה און אידישקייט.

אזוי ווי עס ווערט ערווארטעט א גאר גרויסער ציבור און דער מעמד ההדלקה וועט פארקומען ביים פארקינג לאט, האט מען מסדר געווען מיט די פאליציי אפצושפארן דעם גאנצן פארקער אויף האשקי רד. כדי עס זאל זיין ארדענונג און אלע זאלן קענען מיטהאלטן. עס וועט זיין א באגרעניצטע צאל VIP פארקינג ערטער פאר די ספאנסערס פונעם מעמד; ווער עס וויל באקומען א פארקינג אדער קויפן זכותים קען זיך מעלדן צום משמש ר' ישראל פוקס אויף 845-720-2560.

מיט די הילף פונעם אויבערשטן וועט די הדלקה אינעם חצר פון בית המדרש זיך אנהייבן אום 5:30 נאכמיטאג. וויבאלד עס וועט נישט זיין קיין פארקינג פארן אלגעמיינעם ציבור ביים בית המדרש, וועט ארויסגיין א באס אום 5:15 אפצונעמען דעם עולם צום מעמד פון "לעמאנעיד סופערמארקעט", פונעם "בית התבשיל", און פון ירושלים גאס. אזוי אויך וועט במשך דעם מעמד זיין א שאטל באס פונעם באזאר צום הדלקה און צוריק. נאכן מעמד וועלן זיין באסעס צוריקצופירן דעם עולם צו די דריי אויבנדערמאנטע סטאנציעס: לעמאנעיד סופערמארקעט, בית התבשיל און ירושלים גאס.
פיילס
הכניסה-לרשבי-(1).png
הכניסה-לרשבי-(1).png (1.32 MiB) געזען געווארן 402 מאל
אוועיטער
Coventry
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 172
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:43 pm
x 334

הנהלה פון שטעטל אריין אין קאנטראקט פאר א נייעם בנין פאר די מוסדות

פאוסט דורך Coventry »

אין א פרישע פרייליכע בשורה הערט מען איבער א נייעם בנין וואס די הנהלה פונעם ברסלב'ן שטעטל ארבעט אפצוקויפן פאר די הייליגע מוסדות.

עס האט זיך אנגעהויבן ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט געבעטן די הנהלה זיי זאלן אריינקוקן צו זען אויב עס איז דא א מעגליכקייט אפצוקויפן דעם גרויסן און פעסטן פינף-שטאקיגן בנין אויף טשעסטנאט סטריט וואס שטייט הארט נעבן דעם בנין המוסדות, כדי צו האבן פלאץ פאר די פרישע קלאסן וואס עפענען זיך כסדר יעדעס יאר ברוך השם, סיי ביי די אינגלעך און סיי ביי די מיידלעך.

ווען דער חבר הנהלה מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו האט אנגעהויבן אריינצוקוקן דערין, האט ער זיך געזען שטיין פאר א וואנט; ער האט נישט געקענט דערגיין ווער דער אייגענטימער דערפון איז, און צי עס איז בכלל דא א רעדע איבער עס אפצוקויפן. בפרט היות דער בנין זעט אויס צו זיין געדעקט מיט הכנסות פון די פילע טענענטס וואס וואוינען דארט, איז נישט געווען קיין עכטע סיבה צו טראכטן פארוואס מען זאל עס וועלן פארקויפן.

נאכן בעטן דעם אייבערשטן, איז ער געוואר געווארן אז דער בעל הבית וואוינט גאר אין כינע, אבער מען איז ווידער געבליבן שטעקן זוכן מער אינפארמאציע איבער אים אן ערפאלג.

אזוי איז דורך א שטיק צייט, ביז איין שיינעם טאג - אזוי בהשגחה פרטית - האט ר' מנחם באמערקט אז דער בנין איז גאר אויפן מארקעט, און מען זוכט א קונה וואס זאל עס אפקויפן.

ער האט תיכף גערופן דעם אנגעגעבענעם נומער זאגנדיג אז ער איז א פאטענציאלער קונה. זיי האבן איבערגעגעבן דעם פרייז, און מען האט אנגעהויבן אנגרייטן א קאנטראקט כדי צו קענען שליסן דעם געשעפט ווי אמשנעלסטן. אבער נאך בלויז עטליכע טעג האבן זיי צוריקגערופן זאגן אז עס איז אפירגעקומען א פרישע קונה וואס וויל אפקויפן דעם בנין, דערפאר גייט די פרייז ארויף מיט נאך הונדערט טויזנט דאלער. בלית ברירה האט מען אונטערגעשריבן דעם קאנטראקט פארן העכערן סכום, נאך איידער עס וועט ארויפגיין נאך מער.

דא קומען מיר אן צו וואו מיר האלטן יעצט: די מעשה האלט ביי דעם פונקט אז מען דארף שאפן דעם גאנצן סכום אפצוקויפן דעם בנין, וואס דער פרייז דערפון באטרעפט א סך הכל פון צוויי מיליאן דאלער.

דער ראש ישיבה שליט"א האט געשטעלט אונזער אלעמען באקאנטן עסקן מו"ה אהרן פיש הי"ו צו שאפן דעם סכום, און אזוי האפט מען צו שליסן דעם מקח קומענדיגע וואך. רופט יעצט צו מנדב זיין א באדייטנדן סכום אדער בארגן א סכום געלט פאר אונזערע קינדער: 347-889-9892.

פאר ווער עס איז אינטערעסירט אריינצוגראבן אביסל טיפער, וועלן מיר דא ברענגען אביסל היסטאריע פון אט דעם בנין.

אינעם פארגאנגענעם יום טוב פסח "בלעטל" איז געווען באשריבן אביסל היסטאריע פון ליבערטי פון א אידישן שטאנדפונקט. אסאך פון די גרעסטע און סוקסעספולסטע זומער-האטעלן אין די קעטסקילס צווישן די יארן תר"נ און תרע"ה (1890-1915 למספרם), האבן זיך געפונען אין און ארום דעם שטעטל ליבערטי.

קיין איינע פון די אלע האטעלן פון יענע צייטן האבן נישט זוכה געווען איבערצולעבן: דער "סוואנאנא" האטעל האט אפגעברענט אין יאר תרע"ב (1912), דער "וואוואנדא" האטעל אין תרע"ד (1914), און דער "יע לאנקאשיר" האטעל איז פארברענט געווארן אין יאר תר"פ (1920).

אויסער איין באקאנטער רעזארט אין ליבערטי וואס האט נישט נאר איבערגעלעבט, נאר איז געווארן איינע פון די מערסט בארימטע נעמען אין דעם גאנצן געגנט. דאס איז געווען דער "האל האוז" (Hall House), וואס איז שפעטער געווארן באקאנט אלס דער "האטעל לענאפע" (Hotel Lenape). און דאס איז טאקע דער בנין איבער וועלכן מיר רעדן יעצט.

דער "האל האוז", וועלכער איז גערופן געווארן נאך זיין אייגנטומער דזשעי. סי. האלל, האט זיך געעפנט אין יאר תר"נ אלס אן עכטער רעזארט פונעם אלטן שטייגער. אין די אנאנסן פלעגן זיי שרייבן אז דער האטעל געפינט זיך הויך אויף א בארג אינעם דארף, ארומגענומען מיט שיינע שאטנדיגע ביימער.

דער האטעל האט פארמאגט 50 שיינע, לופטיגע און באקוועמע צימערן. עס איז געווען באלויכטן מיט עלעקטריציטעט, וואס האט געהייסן א גאר מאדערנע זאך פאר יענע צייטן. פונעם פארטש האט מען געהאט א הערליכן פאנאראמישן בליק איבערן גאנצן ארום.

אבער די צייטן האבן זיך געטוישט. די פארוויילונגען וואס דער "האל האוז" האט אנגעבאטן, זענען מיט דער צייט געווארן צו פשוט און צוריקגעבליבן פאר די מער פארגעשריטענע טוריסטן פונעם נייעם 20'סטן יארהונדערט. און ווי רוב רעזארטן פון יענע צייט, האט דער האטעל אויך אנגעהויבן שטארק צו גיין בארג אראפ.

אבער אנדערש ווי די אנדערע, האבן די נייע אייגנטומער באוויזן דאס צו האלטן אפן; זיי האבן עס אינגאנצן איבערגעבויט און געטוישט דעם קאנצעפט. עס האט מער נישט געהייסן קיין "רעזארט", נאר פשוט א מאדערנער, שטאטישער האטעל מיטן נאמען "האטעל לענאפע".

די פלענער פארן נייעם האטעל זענען געווארן אנאנסירט מיט גרויס פאמפע אין די נייעס, אין יולי 1927:

"עס ווערט באריכטעט אומאפיציעל אז די דירעקטארן פון די 'האלל הויז קארפארעישן' פלאנירן צו טוישן דעם נאמען צו 'האטעל לענאפע'. עס הייסט אז די זאך איז שוין כמעט אפגעמאכט," האט די צייטונג געשריבן, צוגעבנדיג אז מיטן עפענען א נייע רייכע ציגעלנע געביידע, וועלן די אייגנטומער פטור ווערן פונעם אלטמאדישן טעם וואס דאס ווארט 'הויז' (House) ברענגט מיט זיך.

און טאקע מאנטאג, דעם 10'טן פעברואר, 1930, האט זיך די נייע געביידע געעפנט מיט גרויס פאראדע. עס איז געווען א הערליכער בנין געבויט פון רויטע ציגל אין א מאדערנעם "דזשארדזשיען" סטיל, דיזיינט דורך די באקאנטע אלבאני ארכיטעקטן "פעמבער און דעמערס" (עס פארמאגט נאך היינט די זעלבע רויטע ציגל).

די ערשטע געסט זענען געווען איבער 280 באטייליגטע ביי א גרויסן פאליטישן פארטיי-דינער. דער האטעל איז באצייכענט געווארן אלס "דער מערסט מאדערנער בנין אינדרויסן פון די גרויסע שטעט". ער האט פארמאגט א ריזיגן לאבי וואס איז געווען הויך גאנצע צוויי שטאק, 50 געסט-צימערן, און א גרויסן עס-זאל פאר 300 מענטשן.

פון יענעם טאג אן איז דער "האטעל לענאפע" געווארן דאס הארץ פונעם שטעטל ליבערטי. דארט זענען פארגעקומען די וויכטיגסטע פאליטישע דינערס, חתונות, אווענטן, קאמפיינס און אלע סארט אונטערנעמונגען, ביז ער האט צום סוף ענדגילטיג פארמאכט די טירן דעם 24'סטן יאנואר, 1970. אביסל שפעטער איז די אלטע געביידע ווידער איבערגעמאכט געווארן, דאס מאל פאר אפארטמענטס פאר עלטערע לייט וואס האבן נישט קיין גרויסע הכנסות. דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל האבן כח אנצוגיין ווייטער מיט די הייליגע מוסדות, און מיר זאלן אלע קענען אויפשטעלן לעכטיגע אידישע דורות וואס פירן זיך מיט די עצות פונעם הייליגן רבי'ן.
פיילס
The-Hotel-Lenape..jpg
The-Hotel-Lenape..jpg (74.97 KiB) געזען געווארן 167 מאל
אוועיטער
Coventry
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 172
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:43 pm
x 334

זיבן יאר פונעם שטעטל אפגעצייכנט

פאוסט דורך Coventry »

אין די טעג ווערט אפגעצייכנט זיבן יאר פונעם דאטום י"ז סיון תשע"ט, ווען די ערשטע עטליכע משפחות מאנשי שלומינו האבן זיך אפיציעל אריינגעצויגן אינעם נייעם שטעטל וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט דאן געגרינדעט.

עס האט דעמאלט אויסגעזען ווי א ווייטער חלום: א שטעטל? וואו, אינעם וויסטן ליבערטי? אבער געלויבט דעם אויבערשטן, מיט סייעתא דשמיא שטייט מען היינט בלויז עטליכע יאר שפעטער, און עס שפרודלט א הערליך בליענדע שטעטל וואו פילע משפחות אנשי שלומינו, יראים ושלמים, לעבן אינעם שויס פון דער נאטור אינאיינעם מיט'ן אויבערשטן. אלעס איז ברוך השם געפאלן אין פלאץ, און עס פעלט גארנישט אינעם שטעטל, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות.

עס וואלט זיך באמת אויסגעפעלט מערערע ארטיקלען צו באשרייבן די פילע פעולות, מוסדות און ארגאניזאציעס וואס אפערירן מיט סייעתא דשמיא אינעם שטעטל. מיר וועלן דא אויסרעכענען בלויז אויפ'ן שפיץ גאפל, און מיר האפן מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף אין די צוקונפט טאקע צו קענען מאכן א געהעריגע אפהאנדלונג און באשרייבן יעדן באזונדער מיט'ן ריכטיגן כבוד.

דאס שטעטל פארמאגט הערליך צוגעשטעלט אלעס וואס א אידישע שטאט דארף צו האבן, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. דאס שטעטל פארמאגט צוויי שולן וואו מען דאווענט טעגליך אינדערוואכן: די צענטראלע שול געפינט זיך אויף האשקי רד. און דינט ווי א מנינים-צענטער מיט כסדר'דיגע מנינים שחרית, מנחה און מעריב; און די צווייטע געפינט זיך אין די נייע געגנט פונעם ווילעדזש, אינעם בנין פונעם תלמוד תורה. אזוי אויך פארמאגט דאס שטעטל א גרויסן לופטיגן היכל התורה צום לערנען, וואו דער קול תורה הילכט אפ במשך רוב שעות פון טאג און נאכט. דאס שטעטל פארמאגט פיר מקוואות טהרה, א גרויסן תלמוד תורה און א מיידל שולע וואו די קינדער ווערן נתחנך מיט יראת שמים און מידות טובות, א ישיבה פאר די בחורים, א סעמינאר פאר מיידלעך, א כולל פאר די אינגעלייט, א אינגל קעמפ, א מיידל קעמפ און א קאנטרי פאר שטאטישע משפחות. א גרויסע בית הדפוס מיט'ן מכון "עצתו אמונה", א מהודר'דיגע מצה בעקעריי, א בית הוראה בראשות פונעם דיין שליט"א, א קאמפיוטער קיאסק, א וועד הכשרות. דאס שטעטל פארמאגט אן עירוב וואס ציעט זיך מיילן לאנג, וואו געטרייע מלמדים געבן זיך אוועק יעדע וואך עס איבערצוקוקן און בודק צו זיין, און א בית השחיטה מיט פיר אויסגעצייכענטע שוחטים יראי ה'. אין די יעצטיגע טעג ארבעט מען העפטיג צו בויען פרישע בנינים פאר'ן חדר און פאר דער מיידל שולע, און מען ארבעט אויך אויף צו קענען גרינדן א בית החיים.

ווער רעדט נאך פון די ימים טובים און די געהויבענע טעג אין שטעטל, ווען דער ראש ישיבה שליט"א קומט ארויס און מען לעבט ממש מעין עולם הבא. מען הערט זיך צו צום ראש ישיבה וואס דערמאנט כסדר אז עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט אויסער דעם אייבערשטן, און נאר אויב מען לעבט מיט אמונה קען מען האבן א זיס און געשמאק לעבן דא אויף דער וועלט. אנגעהויבן פון די זומער טעג ווען דער ראש ישיבה שליט"א געפינט זיך אין שטעטל און מען איז נהנה פון די שיינע שיעורים יעדן טאג און יעדן שבת, און דערנאך די געהויבענע ימים טובים ווי סוכות, חנוכה, פסח, ל"ג בעומר און שבועות - וואס מען דארף גארנישט מסביר זיין וואס דאס מיינט א יום טוב במחיצת פונעם ראש ישיבה.

דער חסד וואס טוט זיך אפ אין שטעטל איז אין לשער ואין לתאר; כמעט יעדער איינער אין שטעטל נעמט אן אקטיווע טייל אין איינע פון די פילע וואלונטיר ארגאניזאציעס. למשל, "שעוות אסירים" וועלכע גייען כסדר באזוכן ארעסטאנטן אין די תפיסות; "ביקור חולים" שיקט טעגליך פרישטאג און נאכטמאל פאר קימפעטארינס און אנדערע נויטבאדערפטיגע; "הצלה" פארמאגט צענדליגער וואלונטירן און פאראמעדיקס וואס לויפן כסדר אויף הצלת נפשות קאלס; די פייער דיפארטמענט פארמאגט היימישע וואלונטירן; און פילע "חברים" און "חביבים" מעמבערס געבן כסדר אוועק צענדליגער שעות צו העלפן א איד אין נויט. דער "בית התבשיל" פארמאגט פילע וואלונטירן וואס זענען מסדר וועכנטליכע חלוקות פון עסן בחנם, ווי אויך קמחא דפסחא און תומכי שבת פאר יעדן וואס דארף. פילע פרויען געבן אוועק צענדליגער שעות וועכנטליך פאר איינע פון די צוויי באזארן — פאר קליידער און פאר מעבל — וואו מען פארקויפט אלעס כמעט בחנם, אדער צו העלפן אינעם קימפעטארין היים. פילע אינגעלייט געבן זיך אוועק צו שרייבן פארן "בלעטל" צייטונג, כדי דער עולם זאל האבן ערליכע לייען מאטריאל פאר מענער, פרויען און קינדער.

פון א גשמיות'דיגן בליק פארמאגט דאס שטעטל א גוט אהערגעשטעלטע שאטל סערוויס צו טראגן מענטשן פון איין געגנט צום צווייטן. די אינגעלייט און בעלי בתים שטעלן זיך אויך ב"ה גוט אוועק מיט פרנסות; דאס שטעטל פארמאגט פילע געשעפטן פאר אלע געברויכן, פון ספרים, קליידער און שפילצייגן, ביז א גרויסן סופערמארקעט און נאך. אזוי אויך טוען פילע אינעם קאנסטראקשן ליין, און עס זענען דא פילע האלסעיל און סערוויס ביזנעסער.

אבער דער עיקר פונעם שטעטל איז נישט די כמות, נאר די איכות. אינגעלייט, בחורים, קינדער, פרויען און מיידלעך לעבן אלע מיט א תכלית; זיי לעבן מיט א ציל צו דינען דעם אויבערשטן און נאר אים צו געפעלן. מען געדענקט אז כדי צו האבן א גוט לעבן דארף מען אויפבויען א גוטע רילעישאנשיפ מיט'ן אויבערשטן, ווייל אויב מען האט א גוטע קאנעקשאן איז מען א געהאלפענער. אויף דעם וועג וועט מען בעז"ה ווייטער גיין ביז משיח צדקינו.

אבן מאסו הבונים היתה לראש פינה.


אינעם בילד: די ראש ישיבה שליט"א באזוכט די מוסדות אין קרית ברסלב ליבערטי דינסטאג לך לך תש"פ
פיילס
8MzRvy54VQ_WhatsAppImage2019-11-06at4.10.50PM-large.jpg
8MzRvy54VQ_WhatsAppImage2019-11-06at4.10.50PM-large.jpg (157.46 KiB) געזען געווארן 160 מאל
שרייב פאוסט