קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק
קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק
ברוכים הבאים!
דא וועט מען בעזהשי"ת ברענגן נייעס פון קרית ברסלב ליבערטי, ניו יארק. בנשיאות די ראש ישיבה הגר"י רוטה שליט"א

Re: נייעס פון קרית ברסלב ליבערטי, ניו יארק
שטאטישע שאטל גייט אנהייבן ארומפארן אין שטעטל בעזרת השם
- פיילס
-
- 0005.jpg (405.83 KiB) געזען געווארן 2618 מאל
- רעגענדיגע זונטאג
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 716
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
- x 1387
Re: נייעס פון קרית ברסלב ליבערטי, ניו יארק
וויפיל משפחות וואוינען כהיום אין שטעטל?
Re: נייעס פון קרית ברסלב ליבערטי, ניו יארק
ארום 150רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 8:19 pm וויפיל משפחות וואוינען כהיום אין שטעטל?
Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק
נייעס פון שטעטל, פרשת תצוה. (קרעדיט: קרית ברסלב בלעטל)
- פיילס
-
- 0006.jpg (159.33 KiB) געזען געווארן 2350 מאל
- בערל דער פייפער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1274
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 1906
Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק
וועלכע הצלה איז דא דארט?
Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק
קעטסקילס הצלה
Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק
קינדער אין שטעטל חדר שפילן זיך ביי לאנטש
- פיילס
-
- WhatsApp-Image-2024-02-26-at-21.05.20_db167b31-large.jpg (236.26 KiB) געזען געווארן 2059 מאל
-
- WhatsApp-Image-2024-02-26-at-21.05.21_f63eaf2c-large.jpg (254.5 KiB) געזען געווארן 2059 מאל
-
מיילעך פריילעך
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4438
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 13753
Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק
דער עולם לעבט דארט ווי איין גרויסע משפחה???
Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק
נייעס פון שטעטל, פרשת פקודי. (קרעדיט: קרית ברסלב בלעטל)
- פיילס
-
- 0004.jpg (196.1 KiB) געזען געווארן 1825 מאל
מאוו סאליוואן ליבערטי שאטל ב"ה אנגעהויבן פארן
קרעדיט: ברסלב סענטער
נאך עטליכע יאר השתדלות דורך די חברי הנהלה מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו, מו"ה מרדכי אהרן האלפערין הי"ו און מו"ה שבתי מזרחי הי"ו עסט מען שוין יעצט די פירות, ווען די רעגירונג אין סאליווען קאונטי האט שוין באשטעטיגט און איינגעשטעלט למעשה א נייע באס רוט וואס זיי רופן די "ליבערטי לופ" ספעציעל צוגעשטעלט פאר אנשי שלומינו, מען קען הערן אן אויספירליכע באריכט אביסל איבער די מיטמאכענישן וואס די הנהלה האט געדארפט דורכגיין כדי דאס זאל קענען צושטאנד קומען אויף קול ברסלב.
דער באס איז צוגעשטעלט גענצליך בחנם, און פארט ארויס פנעם ערשטן סטאפ אויף 76 נאר מעין סטריט (זייער נאנט צום תלמוד תורה און צו לעמאנעיד סופערמארקעט) פינף מאל א טאג 10:00, 11:00, 12:00, 1:00, און 5:30
פאלגענד איז דער רוט:
* 76 נארט מעין סט. אין די ווילידזש.
* ביים ערשטן סוריקל פארט עס ארויף אויף מיל סטריט.
* נאכן צווייטן סוירקל נעמט עס די רוט 52 אריין צום 17.
* פונעם 17 הייוועי נעמט עס דעם עקזיט 101 צו פערנדעיל ראוד.
* פון דארט גייט עס צום אלד רוט 17.
* דער שאטל מאכט דערנאך א לינקס צו קווין מאונטען ראוד.
* נאכדעם נאך א לינקס צו רעדקליף ראוד.
* עס פארט דורך בארדיטשוב לעין.
* פון דארט דרייט זיך דער באס איין א רעכטס צו איסט מאנגאפ ראוד.
* דרייט דער זיך ארויף רעכטס צו האשקי ראוד.
* עס פארט דורך דעם בית המדרש אויף 181 האשקי.
* נאך האשקי פארט דער שאטל ווייטער גראד אויף דענמען ראוד.
* מאכט א לינקס אויף קראס ראוד.
* פארט דורך מארקס סטריט.
* דערנאך מאכט עס א לינקס צום רוט 52.
* דערנאך נאך א לינקס צו טווין ברידזש ראוד.
* דער באס פארט דורך דעם ספרים געשעפט.
* נאכדעם פארט מען דורך ירושלים קאורט.
* מען פארט דורך בית המדרש עצתו אמונה.
* פון דארט מאכט מען א רעכטס אויף אלד מאנטיסעלא ראוד.
* מען פארט דורך מחנה אילן החיים.
* עס דרייט זיך רעכטס צום רוט 52.
* גלייך נאכדעם נאך א רעכטס אריין צו גאלדען פארק לעין.
* דערנאך ווידער א רעכטס צוריק צום רוט 52.
* מען פארט אריין צום ליבערטי פלאזא (דארט ווי שאפרייט געפונט זיך - ביים טשארדזשינג סעטישאן).
* עס מאכט א לינקס ארויס צוריק צום 52.
* ביים סוירקל פארט עס ארויס צו מיל סריט.
* דערנאך א רעכטס צו אבערפעסט סטריט.
* עס פארט ווייטער ארויף צו דארבי לעין.
* מאכט א רעכטס אויף גרענט סטריט.
* פארט ווייטער צו דייער עוועניו.
* מאכט א לינקס אויף ליבערטי סטריט.
* דרייט זיך איין לינקס צו נארט מעין סטריט.
* מען פארט דורך לעמאנעיד סופערמארקעט.
* דער רוט ענדיגט זיך ביים ערשטן סטאפ אויף 76 נארט מעין סטריט.
ושמור צאתינו ובואינו לחיים ולשלום

- MoveSullivanLogo.jpg (84.96 KiB) געזען געווארן 1530 מאל
וויאזוי דער אויבערשטער האט געהאלפן אז די בית הדפוס האט באקומען א שטייער עקזעמפשאן
קרעדיט: ברסלב סענטער
דער בנין ווי דער בית הדפוס געפונט זיך פלעגט זיין א באס גאראדזש פאר די "ראלינג ווי באס קאמפעני", זיי האבן עס פארקויפט ווייל זיי זענען עס אויסגעוואקסן און זיי האבן געמופט אויף א גרעסערע פלאץ.
וויבאלד דער בנין איז אריבער פון א פריוואטע פירמע, און איז געווארן די אייגענטום פון די קהלה, זאגט דער ניו יארק סטעיט געזעץ אז זיי דארפן נישט צאלן קיין שטייערן, דער בנין האט געהאט א שטייער ביל פון פופצן טויזענט דאלער א יאר, און די הנהלת בית הדפוס האט אנגעפרעגט דעם חבר הנהלה מו"ה מנחם שטיינבערג ני"ו וויאזוי מען שיקט אן עקזעמפשאן אפליקעישאן, ער האט זיי געהאלפן און אנגעוויזן וואס צו טון, און אזוי האבן זיי טאקע געטון, און האבן עס געשיקט גענוג פרי.
די אסעסער אין ליבערטי איז זעט אויס נישט געווען צופרידן מען זאל אראפ נעמען אזא גרויסע ציפער פון די שטייערן, זי האט ארום געשפילט מיטן בית הדפוס און געזאגט אז אלעס איז מסודר, אבער די לעצטע מינוט איידער די שטייערן פאר די נייע יאר ווערן באשטימט, האט זי געזאגט אז מען באקומט נישט דעם פטור, זי האט גענוצט א נארישע אויסרייד אז מען האט געטוישט דעם באנוץ פונעם בנין פון א באס גאראדזש צו א דרוקעריי און מען דארף האבן פאר דעם א באשטעטיגונג פונעם פלענינג באורד. ר' מנחם פארציילט איז ער געגאנגען צו די בילדינג דעפארטמענט און געזאגט אז אויב וואלט מען געדארפט א פערמיט צו טוישן באנוץ פארוואס האט עטס עס נישט געזאגט ווען מען האט גענומען א פערמיט צו קענען ציען פרישע לעקטער פארן בית הדפוס. ר' מנחם, ר' שבתי און ר' מרדכי אהרן האבן גערעדט צו וועם מ'האט נאר געקענט מ'האט גערעדט צו די טאון באורד מעמבערס, און זיי האבן געזאגט אז זיי פארשטייען אויך אז דער בית הדפוס איז גערעכט, אבער וואס זאלן מיר טון אז די אסעסער פאלגט נישט, אלע האבן געזאגט אז לו יהא אפילו אויב מ'וואלט געדארפט גיין צום בילדינג דעפארטמעט צו מעגן טוישן די באנוץ וואלט מען זיי מערסטענס געקענט געבן א ווייאלעישאן, אבער דאס טוישט נישט די געזעץ אין ניו יארק סטעיט איז אז א שטח וואס געהערט פאר א קהלה איז פטור פון שטייערן.
ר' מנחם איז געגאנגען צום סופערווייזער, און דאן איז דער אסעסער ארויפגעקומען מיט א פרישע תירוץ, אז דער בית הדפוס איז א ביזנעס, א פרינטינג ביזנעס, און א ביזנעס איז נישט קיין קהלה וואס איז פטור פון שטייערן.מען האט אים געזאגט אז דאס איז נישט קיין פאר פראפיט ביזנעס, דא דרוקט מען אידישע זאכן און מען פארשפרייט עס פאר ביליגער פון קאסט פרייזן, און ווערט אויסגעהאלטן דורך נדבות. מ'האט זיי אריבערגערופן זיי זאלן עס קענען זען, זיי האבן געזען דעם גרויסן בית הדפוס, מ'האט זיי געוויסן די ספרים אויף אידיש, אויף ענגליש, מ'האט זיי געוויזן דעם שול ווי מ'דאווענט מנחה, און זיי האבן געזען אז אלעס איז בלויז א קהלה פרינטינג. אבער עס האט נאך אלץ נישט געהאלפן, דער סופערווייזער זאגט אז זי פאלגט נישט, און די טאון מוז צוקומען צו איר, מען קען איר נישט ארויסווארפן ווייל מען מוז האבן אן אסעסער, און מען האט נישט קיין ברירה מיט איר.
ר' מנחם זאגט אז ער האט אויפגעזוכט די געזעץ פון די סטעיט, און געזען אז עס שטייט דארט קלאר אז עס איז נישט די געשעפט פון די שטאט צו וויסן וואס א קהלה טוט אין זייער שטח. און אפילו אויב א קהלה האט ווען א געשעפט דארט צאלט מען נישט קיין שטייערן דערויף. אבער דער אסעסער פאלגט נישט. זי דרייט זיך ארויס אלע מיני נארישע תירצים.
ר' מנחם זאגט אז ער האט געבעטן דעם אויבערשטן זאל אים זאגן וואס צו טון, דא שטייט די הדפסה מיט א ביל פון פופצן טויזענט דאלער שטייערן, וואס זיי זענען הונדערט פראצענט לעגאל פטור פון צאלן, אבער מען טאפט א וואנט. ר' מנחם און ר' מרדכי אהרן האבן איין טאג באגעגענט דעם לאיער פונעם טאון, און זיי האבן אים געזאגט "ביסט דאך א לאיער, דו קעסנט דאך געזעץ, וואס איז די מעשה? פארוואס זאל מען נישט געבן פאר בית הדפוס וואס עס קומט זיך זיי?", דער לאיער האט זיי געזאגט, "עטס זענטס הונדערט פראצענט גערעכט, איך וועל רעדן צו איר."
דער אויבערשטער האט געהאלפן אז נאך יענעם מיטינג מיט'ן לאיער, האט זי אראפ גענומען דעם פראפערטי פון די שטייערן. ר' מנחם האט אים געפרעגט, "וויאזוי האסטו עס געמאכט, וואס האסטו איר געזאגט, אז זי האט דיר געפאלגט?", האט ער געזאגט, "איך האב איר קלאר געזאגט אויב דו נעמסט עס נישט אראפ, און זיי גייען קלאגן אין געריכט, וואלט איך אלס די לאיער פון די טאון עס געדארפט פארטיידיגן, אבער וויבאלד איך האב נישט מיט וואס עס צו בארעכטיגן, וועסטו זיך דארפן אליינס זוכן א לאיער. די טאון וועט זיך נישט אננעמען פאר דיר. ווייל דו טיסט אן אומלעגאלע זאך". דאס האט זי שוין נישט געוואלט הערן. און זי האט זיך געבראכן.
מען קען הערן א לענגערע באריכט איבער דעם פארציילט דורך ר' מנחם הי"ו אויף קול ברסלב, "הנהלה אפדעיטס" אפטיילונג.

- WhatsApp-Image-2022-06-12-at-7.56.47-PM-large.jpg (188.1 KiB) געזען געווארן 1335 מאל
ביהמ"ד החדש אין קרית ברסלב ליבערטי
עס טוט זיך העפטיגע ארבעט אונטערן צענטראלן בית המדרש אין שטעטל אויף 181 האשקי ראוד. צענדליגע ארבעטער שטייען אויף זייערע שטעלעס און פירן אויס די פילצאליגע קאמפליצירטע צוגרייטונגען פארן גרויסן נייעם בית המדרש וואס ווערט געבויט גאר געשיקט בסייעתא דשמיא.
עס בויעט זיך ב"ה זייער שנעל אויף דער נייער עקסטענשאן וואס וועט אנטהאלטן צווישן אנדערע א גרויסע הערליכע בית המדרש מיט א הויכע דאך פון צוויי שטאק הויך, עס וועט בעז"ה האבן פון ביידע זייטן א גרויסע גאלעריע פאר די פרויען. אין די אונטערשטע שטאק וועט זיין א גרויסע רחבות'דיגע מקוה, מיט דריי בורות, און צענדליגע שויערס פון ביידע זייטן. דער שטאק וועט האבן א גרויסע און ברייטע דירעקטע אריינגאנג פון די גאס, א גרויסע שמש שטיבל וואס וועט צושטעלן די פולע שמש סערוויסעס וואס דער ציבור ווארט, עס וועט האבן אסאך בתי כבוד. די העכערע שטאק ווי עס וועט זיין דער גרויסער היכל הבית המדרש וועט האבן איר צענטראלע גרויסע אריינגאנג מיט א ברייטע לאבי אויף די רעכטע זייט, פונעם לאבי רעכטס וועט מען גיין צום גרויסן נייעם בית המדרש, און לינקס וועט פירן צום יעצטיגן עקזיסטירנדן בית המדרש וואס וועט גענוצט ווערן טעגליך פאר די מנינים שחרית מנחה מעריב, דער יעצטיגער בית המדרש וועט בעז"ה צוטיילט ווערן מיט ווענט, און וועט קענען אקאמאדירן יעדע האלבע שעה א מנין. אזוי אויך וועט מען בעז"ה שטארק פארברייטערן דעם קאווע שטיבל, מיט אלע צוגעהערן וואס פעלט אויס.
דער נייער בית המדרש וועט אין די וואכן טעג גענוצט ווערן פאר א היכל התורה, וואס וועט גענוצט ווערן במשך דעם טאג דורך די לומדי הכולל, און אזוי אויך פאר אלע אנשי שלומינו וואס ווילן א רואיג ווינקל צו לערנען, און נישט געשטערט ווערן פון די מנינים. אזוי אויך וועט מען דאווענען דערין יעדן שבת ויום טוב בעז"ה.
אויפן פארלאנג פון ראש ישיבה שליט"א וועט דער נייער בית המדרש פארמאגן אויף די מזרח וואנט גרויסע שיינע לעכטיגע פענסטער, ווי עס פאסט פאר א מקדש מעט.
אין די לעצטע וואכן האט מען זיך גערוקט מיט גאר גרויסע טריט, מען האט שוין געענדיגט די עקסקעוועישן, אויסגעגראבן די טיפע גרוב אונטערן בית המדרש, מען האט האט געדארפט גראבן זייער טיף צוליב וואס דער נייער בית המדרש וועט זיין א שטאק אראפ, פלוס וואס די בורות פון די מקוה איז נאך א שטאק אראפציר. מען האט געדארפט גיסן זייער אסאך קאנקריט אונטערן אלטן בנין צו אונטערפינען, דאס הייסט אז דער אלטער בנין האט זיך געהאלטן אויף דעם בארג וואס איז יעצט געווארן אוועקגעגראבן, און ווען מ'איז מחבר אזא געביידע צו אן אלטן עקזעסטירנדן דארף מען זיכער מאכן אז די אלטע בנין זאל נישט איינפאלן. און דאס האט גענומען היבש צייט, און עס איז זייער אן אחריות'דיגע ארבעט. ברוך השם אז מ'האט שוין געענדיגט דער חלק, און מ'האט שוין אנגעהויבן גיסן ווענט, זייער הויכע ווענט. אזוי אויך האלט מען שוין טיף אינמיטן די פלאמבינג ארבעט פון אונטער די ערד, וואס מ'דארף פארטיגן איידער מען קען צוגיין צו גיסן די פלאר. מען אינסטאלירט אלע אפלויף און וואסער פיייפס, און ווי נאר מען ענדיגט מיט די פלאמבינג אויף א חלק פונעם שטח, גייט מען תיכף צו צו גיסן די צעמענטענעם פלאר פונעם אונטערשטן שטאק.
מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף האפט מען צו ענדיגן די גאנצע פלאמבינג און פלאר ביז קומענדיגע וואך, און ב"ה די האלץ פאר די פרעימינג איז שוין אויך אנגעקומען, און מיט'ן אויבערשטנס'ס הילף וועט מען זיך נעמען צו די האלץ פרעימינג ארבעט אין די קומענדיגע וואך.
מיר האפן אייך צו האלטן אינפארמירט מיט די לעצטע אפדעיטס אין די קומענדיגע וואכן מיט די פארשריט פון די ארבעט בסייעתא דשמיא. דער אויבערשטער זאל העלפן אז פון דעם בית המדרש זאל ארויסקומען אסאך תורה תפלה, און כבוד שמים.

- IMG-20250228-WA0025-large.jpg (184.19 KiB) געזען געווארן 2664 מאל
בילדער וויאזוי די נייע ביהמ"ד אין שטעטל וועט אויסזען מיטן אייבערשטענס הילף
.
- פיילס
-
- IMG-20250228-WA0023-large.jpg (196.32 KiB) געזען געווארן 2660 מאל
-
- IMG-20250228-WA0029-large.jpg (259.98 KiB) געזען געווארן 2660 מאל
-
- IMG-20250228-WA0032-large.jpg (199.57 KiB) געזען געווארן 2660 מאל
Re: ביהמ"ד החדש אין קרית ברסלב ליבערטי
.
- פיילס
-
- IMG-20250228-WA0021-large.jpg (247.36 KiB) געזען געווארן 2656 מאל
-
- IMG-20250228-WA0022-large.jpg (194.66 KiB) געזען געווארן 2656 מאל
מען מאכט שוין די פרעימינג ביים נייע ביהמ"ד אין שטעטל - עש"ק תצוה תשפ"ה
.
- פיילס
-
- WhatsApp-Image-2025-03-07-at-17.31.02_c9c63edd-large.jpg (212.29 KiB) געזען געווארן 2520 מאל
-
- IMG-20250307-WA0011-large.jpg (205.88 KiB) געזען געווארן 2520 מאל
-
- IMG-20250307-WA0010-large.jpg (237.78 KiB) געזען געווארן 2520 מאל
אנגעקומען שיפמענט פון האלץ פאר די דאך פון די נייע שול אין שטעטל - ב' כי תשא תשפ"ה
.
- פיילס
-
- IMG-20250311-WA0001-large.jpg (202.29 KiB) געזען געווארן 2385 מאל
Re: ביהמ"ד החדש אין קרית ברסלב ליבערטי
פארשריט מיט די בוי ארבעט ביי די ביהמ"ד אין שטעטל - ה' כי תשא תשפ"ה
- פיילס
-
- IMG-20250313-WA0015-large.jpg (232.84 KiB) געזען געווארן 2309 מאל
געהויבענע מעמד "יציקת הבורות", ביים נייעם גרויסן בית המדרש אין שטעטל
געלויבט דעם אייבערשטן אז די ארבעט צו בויען דעם נייעם שול גייט גאר שנעל, עס דערקענט זיך די תפילות פון אלע אנשי שלומינו וואס בעטן דעם אייבערשטן אז אלעס זאל פארן שנעל אן קיין מכשולות, מען זעט א ספעציעלע סייעתא דשמיא, און די ארבעט פארט שנעל און געשיקט, קוים האט מען געמאכט די פלענער, און יעצט האלט מען שוין נאכן גראבן, מען האט שוין געגאסן די יסודות, די ווענט, די אונטערערדישע פלאמבינג, די סלעב פונעם אונטערשטן שטאק, מען האלט שוין טיף אינמיטן די פרעימינג, מען לייגט שוין אפילו די באלקענעס פארן דאך, די דרויסענדיגע סטרוקטור איז שוין כמעט פארטיג.
יעצט איז געקומען די צייט צו גיסן די בורות פאר די מקוה, אין וואס די פילע שטעטל איינוואוינער וועלן זיך מקדש און מטהר זיין טאג טעגליך איידער מען גייט דאווענען, אזוי אויך פאר א מצוה, אדער ערב שבת ויום טוב. דער בוי מייסטער מוה"ר אברהם שבתי מזרחי הי"ו האט אפגעקויפט די זכיה פון די בורות המקוה לע"נ זיינע זיידעס און באבעס, מען בויעט בעז"ה דריי בורות, איין בור וועט זיין מער לוילעך און איין בור וועט זיין מער הייס. איין בור איז נתנדב געווארן לע"נ ר' חיים ב"ר יעקב וזוגתו סאסא בת ר' יעקב ע"ה סאאל, דער צווייטער בור איז נתנדב געווארן לע"נ ר' משה ב"ר נסים יוסף וזוגתו רינה בת ר' רחמים ע"ה דאנא, און די דריטע בור איז לע"נ ר' דוד ב"ר שבתי וזוגתו פלורה בת ר' יצחק ע"ה מזרחי.
די גאנצע פראצעדור איז דורכגעארבעט געווארן דורך די תלמידי חכמים די למודי הכולל וואס זענען בקיעים אין די שווערע קאמפליצירטע הלכות מקוואות, וואס האבן אויסגעקנאטן און דורכגעטון דעם גאנצן סוגיא און זיכער געמאכט אז עס ווערט געבויעט בהידור רב ועל פי הלכה. יעצט ווען מען האט שוין געהאלטן דא איז דער ראש ישיבה שליט"א מיט די תלמידי חכמים פונעם כולל אראפ געקומען פערזעליך מיט צו האלטן ווי מען פירט אויס די ארבעט אויף די ריכטיגע וועג.
דער נדבן מו"ה אברהם שבתי הי"ו מיט זיינע קרובים בראש פון זיינע חשובע עלטערן זענען געקומען מיטהאלטן דעם פרייליכן מאמענט ווי מען גרייט זיך צו בויען א מקוה און האבן די זכיה אז א מקוה וועט זיין לעילוי נשמת פון די חשובע עלטערן נ"ע.
ווען מען האט געענדיגט גיסן האט מען געשטעלט לחיים אויפן טיש, מען האט זיך אראפ געזעצט און מען האט געזינגען עטליכע פרייליכע ניגונים לכבוד דעם געלעגענהייט, און דער ראש ישיבה שליט"א האט איבערגעלאזט דברי חיזוק פאר אלע פארזאמלטע.
מַה מִקְוֶה מְטַהֵר אֶת הַטְּמֵאִים אַף הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְטַהֵר אֶת יִשְׂרָאֵל

- WhatsApp-Image-2025-03-19-at-16.10.00_91720068.jpg (210.54 KiB) געזען געווארן 2188 מאל
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5649
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 19937
Re: געהויבענע מעמד "יציקת הבורות", ביים נייעם גרויסן בית המדרש אין שטעטל
דא עפעס בילדער פון די מעמד?Coventry האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 20, 2025 6:32 pm געלויבט דעם אייבערשטן אז די ארבעט צו בויען דעם נייעם שול גייט גאר שנעל, עס דערקענט זיך די תפילות פון אלע אנשי שלומינו וואס בעטן דעם אייבערשטן אז אלעס זאל פארן שנעל אן קיין מכשולות, מען זעט א ספעציעלע סייעתא דשמיא, און די ארבעט פארט שנעל און געשיקט, קוים האט מען געמאכט די פלענער, און יעצט האלט מען שוין נאכן גראבן, מען האט שוין געגאסן די יסודות, די ווענט, די אונטערערדישע פלאמבינג, די סלעב פונעם אונטערשטן שטאק, מען האלט שוין טיף אינמיטן די פרעימינג, מען לייגט שוין אפילו די באלקענעס פארן דאך, די דרויסענדיגע סטרוקטור איז שוין כמעט פארטיג.
יעצט איז געקומען די צייט צו גיסן די בורות פאר די מקוה, אין וואס די פילע שטעטל איינוואוינער וועלן זיך מקדש און מטהר זיין טאג טעגליך איידער מען גייט דאווענען, אזוי אויך פאר א מצוה, אדער ערב שבת ויום טוב. דער בוי מייסטער מוה"ר אברהם שבתי מזרחי הי"ו האט אפגעקויפט די זכיה פון די בורות המקוה לע"נ זיינע זיידעס און באבעס, מען בויעט בעז"ה דריי בורות, איין בור וועט זיין מער לוילעך און איין בור וועט זיין מער הייס. איין בור איז נתנדב געווארן לע"נ ר' חיים ב"ר יעקב וזוגתו סאסא בת ר' יעקב ע"ה סאאל, דער צווייטער בור איז נתנדב געווארן לע"נ ר' משה ב"ר נסים יוסף וזוגתו רינה בת ר' רחמים ע"ה דאנא, און די דריטע בור איז לע"נ ר' דוד ב"ר שבתי וזוגתו פלורה בת ר' יצחק ע"ה מזרחי.
די גאנצע פראצעדור איז דורכגעארבעט געווארן דורך די תלמידי חכמים די למודי הכולל וואס זענען בקיעים אין די שווערע קאמפליצירטע הלכות מקוואות, וואס האבן אויסגעקנאטן און דורכגעטון דעם גאנצן סוגיא און זיכער געמאכט אז עס ווערט געבויעט בהידור רב ועל פי הלכה. יעצט ווען מען האט שוין געהאלטן דא איז דער ראש ישיבה שליט"א מיט די תלמידי חכמים פונעם כולל אראפ געקומען פערזעליך מיט צו האלטן ווי מען פירט אויס די ארבעט אויף די ריכטיגע וועג.
דער נדבן מו"ה אברהם שבתי הי"ו מיט זיינע קרובים בראש פון זיינע חשובע עלטערן זענען געקומען מיטהאלטן דעם פרייליכן מאמענט ווי מען גרייט זיך צו בויען א מקוה און האבן די זכיה אז א מקוה וועט זיין לעילוי נשמת פון די חשובע עלטערן נ"ע.
ווען מען האט געענדיגט גיסן האט מען געשטעלט לחיים אויפן טיש, מען האט זיך אראפ געזעצט און מען האט געזינגען עטליכע פרייליכע ניגונים לכבוד דעם געלעגענהייט, און דער ראש ישיבה שליט"א האט איבערגעלאזט דברי חיזוק פאר אלע פארזאמלטע.
מַה מִקְוֶה מְטַהֵר אֶת הַטְּמֵאִים אַף הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְטַהֵר אֶת יִשְׂרָאֵל
Re: ביהמ"ד החדש אין קרית ברסלב ליבערטי
מען שלעפט די טראסעס פונעם נייע ביהמ"ד אין שטעטל - ג' ויקהל תשפ"ה
- פיילס
-
- WhatsApp-Image-2025-03-19-at-16.19.29_b3041f3a-large.jpg (172.1 KiB) געזען געווארן 2111 מאל
Re: ביהמ"ד החדש אין קרית ברסלב ליבערטי
ווייטערדיגע פארשריט מיט די בוי ארבעט ביים נייע ביהמ"ד אין שטעטל - ג' ויקהל תשפ"ה
- פיילס
-
- WhatsApp-Image-2025-03-18-at-18.01.06_66759c44-large.jpg (334.1 KiB) געזען געווארן 2111 מאל
-
- WhatsApp-Image-2025-03-18-at-18.01.06_91cc32b8-large.jpg (303.95 KiB) געזען געווארן 2111 מאל
Re: געהויבענע מעמד "יציקת הבורות", ביים נייעם גרויסן בית המדרש אין שטעטל
- פיילס
-
- WhatsApp-Image-2025-03-19-at-22.29.25_be2da8ae-large.jpg (252.53 KiB) געזען געווארן 1981 מאל
-
- IMG-20250319-WA0040-large.jpg (235.25 KiB) געזען געווארן 1981 מאל
-
- IMG-20250319-WA0035-large.jpg (245.44 KiB) געזען געווארן 1981 מאל
געהויבענע מעמד "יציקת הבורות", ביים נייעם גרויסן בית המדרש אין שטעטל
.
- פיילס
-
- IMG-20250319-WA0024-large.jpg (210.03 KiB) געזען געווארן 1976 מאל
-
- IMG-20250319-WA0028-large.jpg (226.35 KiB) געזען געווארן 1976 מאל
-
- IMG-20250319-WA0031-large.jpg (229.01 KiB) געזען געווארן 1976 מאל
Re: ביהמ"ד החדש אין קרית ברסלב ליבערטי
ביים לייגן די טראסעס אויפן דאך פונעם נייע ביהמ"ד אין שטעטל - ה' ויקהל תשפ"ה
- פיילס
-
- WhatsApp-Image-2025-03-20-at-20.38.17_9839218e-thumbnail.jpg (41.55 KiB) געזען געווארן 1972 מאל
-
- WhatsApp-Image-2025-03-20-at-17.31.05_cad50797-thumbnail.jpg (34.57 KiB) געזען געווארן 1972 מאל