די מצב פון בתי מדרשים אין שכונת ויואל משה, קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
פארשטענדליך אידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 107
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 6:01 pm
x 341

Re: די מצב פון בתי מדרשים אין שכונת ויואל משה, קרית יואל

פאוסט דורך פארשטענדליך אידל »

נאסע שמאטעס האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 5:33 pm
פארשטענדליך אידל האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 5:27 pm
נאסע שמאטעס האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 5:25 pm מענטשן האבן שלעכטע מידות פארפאלן טריי נישט עס צו טוישן
א גוטער ביישפיל צו דעם איז ווען מענטשן רעדן זיך אויס זייער ווייטאג, און גיין לאכן און זאגן אז זיי האבן שלעכטע מידות.
איך רעד נישט לגבי ווייטאג נאר לגבי וויאזוי מען רעדט פון א נדבן. ממש איך שעם מיך צו זיין אין די קהלה. אבער דא אין וומסב"ג זענען מענטשן אנדערש
גערעכט! שוין נאכן זיך אויסגעבן די ווייטאג לאמיר טאקע זען די געלונגענע חלקים פונעם בית המדרש זעלבסט.
  • לאמיר אנהויבן ביים אריינגאנג צום בית המדרש, א זעלטענהייט פון א בית המדרש, דער אריינגאנג איז גראונד לעוול! גלייך פונעם סיידוואלק גייט מען שוין גלייך אריין אין דעם ריזיגן גרויסן לאבי, אן קיינע סטעפס.
  • דער לאבי אליינס איז א מייסטערווערק פאר זיך, ווען אלע ווענט זענען ליידיג! נישטא קיינע הענגערס אויף די ווענט, אדער סינקס, עס דינט בלויז אלס רחבות'דיגע פארצימער! די הענגערס און אפילו טלית ותפילין שענק (וואס בעליע"וו אי"ט א"ר נא"ט זענען שוין אינסטאלירט) זענען אין קליינע שטיבעלעך מחובר צו דעם לאבי!
  • א היכל הבית מדרש מיט א הויעכע דאך, "אן קיין פאו"ל'ס"
    דער ארטיסטישע דיזיין פונעם בית המדרש, איז עפעס אויסנאם שיין! די שענק מיט די ווענט און די זייגער'ס מיטן פלאר, ארון הקודש, באלעמער (מטן הערליכן באנק), די מאיאסטעטישע טשענדעליער'ס, און אפילו די פענסטערס פונעם ווייבער שול, קומען זיך צוזאם און ברענגען באמת ארויס גאר א געשמאקער אטמאספער.
    די פראכטפולע מקוה! די ריזיגע בריייטע אנטון צימער מיט די הערליכע פראקטישע בענק, די צענדליגע שאוער'ס מיט די שיינע ווענטלעך און צוויי אריינגענעג, די צוויי הערליכע בורות מיט א נייעם פילטער, עס אנטשפרעכט זיכער צו ברענגען א רעוועלוציע אין אלע בתי מדרשים.
      א שטאק ארויף די הערליכע שטיבלעך, צוויי פראכטפולע שטיבלעך מיט א הערליכע ארון קודש/עמוד/באלעמער, נישט קיין אייזערנע פרעים מיט א האלץ, נאר הערליך שיין ווי א בית המדרש פאר זיך!
        דער גרויסער ווייבער שול, מיט פראקטישע ווענטלעך עס צו צעטיילן אין צוויי שטובלעך, א פראכטפולער אריינגאנג, אויך גראונד לעוול!
          און אפילו א רעמפ פאר די וואס קומען פונעם אנדערן זייט (אוסטרה) און א מעכטיגע ספיקער סיטעם בילט-אין פאר די שיעורים.
        ממש א כלילת יופי.
        עס דערקענט זיך אז ר' עקיבא הערש'ס זון ר' אלעזר האט דאס אהערגעשטעלט מיט הארץ און געפיל, ווי עס זאל ווען זיין א פערזענליכע זאך.
        יישר כח
        סיסטעם
        פרישער באניצער
        פאוסטס: 17
        זיך איינגעשריבן: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 6:11 pm
        Location: kj
        x 5

        Re: די מצב פון בתי מדרשים אין שכונת ויואל משה, קרית יואל

        פאוסט דורך סיסטעם »

        חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 6:32 pm
        סיסטעם האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 6:30 pm
        ► Show Spoiler
        דעיס איז א צווייטע מין מעשה, די זעלבע איז געווען מיט שכונות ברך משה אין ק"י.
        מה ענין שמיטה אצל הר סיני...
        קאך
        ניי צום טיש
        פאוסטס: 7
        זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 8:34 pm
        x 9

        פאוסט דורך קאך »

        פארשטענדליך אידל האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 6:05 pm

              אלעס איז אמת וואס די זאגסט דא
              אבער ווי שיין עס זאל זיין פארענטפערט נישט די עוולה וואס מ'האט דא געטון מיטען עולם

                    ענדליך איינער מיט אביסל נארמאלקייט

                    דער נדבן האט אפשר געטוהן א עבירה אז די צענטראלע שוהל וועט נישט זיין אין צענטער אין וועט נעמען לגענער ווי צוגעזאגט

                    אין פאקט קומט ער מיט א הערליכע ביהמ''ד בעזהשי''ת, אסאך גרעסער ווי צוגעזאגט
                    אין פאקט דער שוהל וואס מ'האט צוגאזט איז דא, טאקע קליין אבער ס'קומט דאך נאך א ריזן כנ''ל

                    ס'דא א מאנגעל אין שוהלען? יא,
                    ער האט צוגעזאגט? יא, אין געגבן אין א געוויסע זוהן מער ווי צוגעזאגט

                    אויב די גרויסע שוהל וועט זיין ווי גערעדט וואלט איך געווינטשען אלע נדבנים זאלען זיין אזעלכע ''שקרנים'' ווי דער נדבן

                    אין ס'איז א בושה אין א גרויל אז אנשטוט בענטשן דעם נדבן זענען דא מענטשן וואס זעהן יעדע זאך אזוי שווארץ
                    אין פארשמירן די נדבן אין פאבליק אויף א פאבליק פארום
                    די זאכען באלאנגען נישט אין פאבליק בכלל

                    איך וואלט רעקאמענדירט די נדבן זאל קומען בויען שוהלען אין וומסב''ג
                    דער עולם וועט אים אפרישיעיטן
                    ער וועט זיין א העלד ווי אברהם בראך, אהרן ווייס וכו'
                    אוועיטער
                    חלום חלמתי
                    אידטיש נייעס באריכטער
                    פאוסטס: 3820
                    זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
                    x 22914

                    פאוסט דורך חלום חלמתי »

                    סיסטעם האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 6:33 pm
                    חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 6:32 pm
                    סיסטעם האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 6:30 pm
                    ► Show Spoiler
                    אז מ'רעדט שוין פין וומסב''ג
                    וען מ'האט געבויט לי גארדענס האט קיינער נישט געוואלט דארט וואינען
                    האט מען צוגעזאגט צווישן אנדערע אז ביים קארנער גייט קומען א פארק אדער ענליכס פאר די קאנדא, אין איז אפילו געווען א חלק פין די זאוניג אז ס'וועט ווערן דעזיגנירט פאר קאמיוניטי צוועקן פאר די קאנדאמיניום, אין יעד'ס קאנדא בוק שטייט עס נאך געשריבן

                    אינמיטן בויען האבען 2 ברודער אפגעקויפט די דעוואלאפמענט אין די קארנער לאט וואס מ'האט ממילא נישט געקענט בויען קיין דירות האבען זיי 'מנדב' געווען פאר א קהילה אין געהאנגען א סיין בנין.....

                    מ'זיכט נאך יעצט די פארק

                    ביים קלאוזען ווער ס'האט געזאגט א ווארט האט מען געזאגט, קענסט צירוקנעמן דיין דיפאזיטן... (נאכען ווארטן לאנגע יארען)
                    דעיס איז א צווייטע מין מעשה, די זעלבע איז געווען מיט שכונות ברך משה אין ק"י.
                    מה ענין שמיטה אצל הר סיני...
                    דעיס פרעג איך....
                    נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

                    זאלץ בענד אינטער די קוליסן

                    פריש: פאר חובבי היסטאריע און קרישקע ליבהאבער.
                    אוועיטער
                    דער תהלים איד
                    אקטיווער שרייבער
                    פאוסטס: 8470
                    זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
                    x 20645

                    Re: די מצב פון בתי מדרשים אין שכונת ויואל משה, קרית יואל

                    פאוסט דורך דער תהלים איד »

                    סוחר האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 4:45 pm די ספינעריי פון געוויסע מיט אגענדעס דא איז אין לשער... כ'הייב אן טראכטן אז די קאנספעראציעס אז @דער תהלים איד באקימט באצאלט פארן דעקן וואס מען ברויך איז יש דברים בגו...
                    איך פארשטיי מורא'דיג שטארק דיין אנהויבן א לאנגע תגובה מיט דעם.

                    ווייל דאס איז די איינציגסטע שורה וואס איז ריכטיג. סיי אז די ספינעריי מיט אגענדעס זענען אין לשער... (איך מיין נאר דיין תגובה, נישט די אנדערע וואס רעדן פון ווייטאג). און סיי אז איך באקום טאקע אסאך מאל באצאלט פאר דעקן וואס מען ברויך, דערפאר ווייס איך זאכן וואס אנדערע ווייסן נישט. אבער שרייבן אויף אידטיש איז נישט אינקלודעד.

                    און טאקע דערפאר וועל איך יעצט נישט רעאגירן מער... כ'בין ביזי ביז'ן הימל יעצט.

                    נאר איין זאך, איך האב שוין געשריבן בעבר אז מ'דארף זיין משוגע צו סערווירן א ציבור און ערווארטן עפרישיעישן. איך זאג עס פאר לעוולס מקטון ועד גדול. אמאל קומט עס אויס צו זאגן פאר מלמדים, פאר ר' גדלי' סעגעדין, פאר ר' שלמה זלמן ווייס, פאר ר' אשר מענדל כהנא, פאר ר' עקיבא הערש קליין, פאר ר' עמרם אקער, (סארי, איך שיס נעמען אן קיין צושטעל נאר סתם פון זכרון וועמען ס'האט שוין נוגע געווען).

                    אויב קען מען עס טון בלתי לה' לבדו און נעמען די חיזוק אליינס פון הימל, זאל מען ממשיך זיין. אז נישט, קען עס קאסטן א הארץ אטאקע ל"ע ח"ו. איך רעד זייער שרעקעדיג... אבער איך האב שוין מיטגעהאלטן וויאזוי מענטשן זעען אויס נאכ'ן זיך אוועקגעבן פאר'ן כלל. מ'מוז דאס חזר'ן און חזר'ן און געדענקען: דער ציבור גייט דיר ווארפן דעם קיתון על הפנים! ערווארט נישט מער! ויונעם לך.
                    אוועיטער
                    חלום חלמתי
                    אידטיש נייעס באריכטער
                    פאוסטס: 3820
                    זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
                    x 22914

                    Re: די מצב פון בתי מדרשים אין שכונת ויואל משה, קרית יואל

                    פאוסט דורך חלום חלמתי »

                    דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 6:57 pm

                    דעיס איז דיין ענפער אויף זיין טענה?
                    נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

                    זאלץ בענד אינטער די קוליסן

                    פריש: פאר חובבי היסטאריע און קרישקע ליבהאבער.
                    אוועיטער
                    דער תהלים איד
                    אקטיווער שרייבער
                    פאוסטס: 8470
                    זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
                    x 20645

                    Re: די מצב פון בתי מדרשים אין שכונת ויואל משה, קרית יואל

                    פאוסט דורך דער תהלים איד »

                    חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 7:24 pm דעיס איז דיין ענפער אויף זיין טענה?
                    ניין. אויף די איבריגע 99%.

                    די עצם פראבלעם איז ריכטיג, אויף צעעטווייליג. די עצם טענה איז נישט ריכטיג, אבער כ'וועל דערציילן מער ווען כ'וועל האבן די 5 מינוט דערפאר.
                    אוועיטער
                    חלום חלמתי
                    אידטיש נייעס באריכטער
                    פאוסטס: 3820
                    זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
                    x 22914

                    Re: די מצב פון בתי מדרשים אין שכונת ויואל משה, קרית יואל

                    פאוסט דורך חלום חלמתי »

                    דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 7:26 pm
                    חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 7:24 pm דעיס איז דיין ענפער אויף זיין טענה?
                    ניין. אויף די איבריגע 99%.

                    די עצם פראבלעם איז ריכטיג, אויף צעעטווייליג. די עצם טענה איז נישט ריכטיג, אבער כ'וועל דערציילן מער ווען כ'וועל האבן די 5 מינוט דערפאר.
                    געוואלדיג.

                    צעמיר ווארטן
                    נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

                    זאלץ בענד אינטער די קוליסן

                    פריש: פאר חובבי היסטאריע און קרישקע ליבהאבער.
                    קאך
                    ניי צום טיש
                    פאוסטס: 7
                    זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 8:34 pm
                    x 9

                    Re: די מצב פון בתי מדרשים אין שכונת ויואל משה, קרית יואל

                    פאוסט דורך קאך »

                    סיסטעם האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 6:38 pm
                    פארשטענדליך אידל האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 6:05 pm
                    נאסע שמאטעס האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 5:33 pm

                    איך רעד נישט לגבי ווייטאג נאר לגבי וויאזוי מען רעדט פון א נדבן. ממש איך שעם מיך צו זיין אין די קהלה. אבער דא אין וומסב"ג זענען מענטשן אנדערש
                    גערעכט! שוין נאכן זיך אויסגעבן די ווייטאג לאמיר טאקע זען די געלונגענע חלקים פונעם בית המדרש זעלבסט.
                    • לאמיר אנהויבן ביים אריינגאנג צום בית המדרש, א זעלטענהייט פון א בית המדרש, דער אריינגאנג איז גראונד לעוול! גלייך פונעם סיידוואלק גייט מען שוין גלייך אריין אין דעם ריזיגן גרויסן לאבי, אן קיינע סטעפס.
                    • דער לאבי אליינס איז א מייסטערווערק פאר זיך, ווען אלע ווענט זענען ליידיג! נישטא קיינע הענגערס אויף די ווענט, אדער סינקס, עס דינט בלויז אלס רחבות'דיגע פארצימער! די הענגערס און אפילו טלית ותפילין שענק (וואס בעליע"וו אי"ט א"ר נא"ט זענען שוין אינסטאלירט) זענען אין קליינע שטיבעלעך מחובר צו דעם לאבי!
                    • א היכל הבית מדרש מיט א הויעכע דאך, "אן קיין פאו"ל'ס"
                      דער ארטיסטישע דיזיין פונעם בית המדרש, איז עפעס אויסנאם שיין! די שענק מיט די ווענט און די זייגער'ס מיטן פלאר, ארון הקודש, באלעמער (מטן הערליכן באנק), די מאיאסטעטישע טשענדעליער'ס, און אפילו די פענסטערס פונעם ווייבער שול, קומען זיך צוזאם און ברענגען באמת ארויס גאר א געשמאקער אטמאספער.
                      די פראכטפולע מקוה! די ריזיגע בריייטע אנטון צימער מיט די הערליכע פראקטישע בענק, די צענדליגע שאוער'ס מיט די שיינע ווענטלעך און צוויי אריינגענעג, די צוויי הערליכע בורות מיט א נייעם פילטער, עס אנטשפרעכט זיכער צו ברענגען א רעוועלוציע אין אלע בתי מדרשים.
                        א שטאק ארויף די הערליכע שטיבלעך, צוויי פראכטפולע שטיבלעך מיט א הערליכע ארון קודש/עמוד/באלעמער, נישט קיין אייזערנע פרעים מיט א האלץ, נאר הערליך שיין ווי א בית המדרש פאר זיך!
                          דער גרויסער ווייבער שול, מיט פראקטישע ווענטלעך עס צו צעטיילן אין צוויי שטובלעך, א פראכטפולער אריינגאנג, אויך גראונד לעוול!
                            און אפילו א רעמפ פאר די וואס קומען פונעם אנדערן זייט (אוסטרה) און א מעכטיגע ספיקער סיטעם בילט-אין פאר די שיעורים.
                          ממש א כלילת יופי.
                          עס דערקענט זיך אז ר' עקיבא הערש'ס זון ר' אלעזר האט דאס אהערגעשטעלט מיט הארץ און געפיל, ווי עס זאל ווען זיין א פערזענליכע זאך.
                          יישר כח
                          ענדליך איינער מיט אביסל נארמאלקייט

                          דער נדבן האט אפשר געטוהן א עבירה אז די צענטראלע שוהל וועט נישט זיין אין צענטער אין וועט נעמען לגענער ווי צוגעזאגט

                          אין פאקט קומט ער מיט א הערליכע ביהמ''ד בעזהשי''ת, אסאך גרעסער ווי צוגעזאגט
                          אין פאקט דער שוהל וואס מ'האט צוגאזט איז דא, טאקע קליין אבער ס'קומט דאך נאך א ריזן כנ''ל

                          ס'דא א מאנגעל אין שוהלען? יא,
                          ער האט צוגעזאגט? יא, אין געגבן אין א געוויסע זוהן מער ווי צוגעזאגט

                          אויב די גרויסע שוהל וועט זיין ווי גערעדט וואלט איך געווינטשען אלע נדבנים זאלען זיין אזעלכע ''שקרנים'' ווי דער נדבן

                          אין ס'איז א בושה אין א גרויל אז אנשטוט בענטשן דעם נדבן זענען דא מענטשן וואס זעהן יעדע זאך אזוי שווארץ
                          אין פארשמירן די נדבן אין פאבליק אויף א פאבליק פארום
                          די זאכען באלאנגען נישט אין פאבליק בכלל

                          איך וואלט רעקאמענדירט די נדבן זאל קומען בויען שוהלען אין וומסב''ג
                          דער עולם וועט אים אפרישיעיטן
                          ער וועט זיין א העלד ווי אברהם בראך, אהרן ווייס וכו'
                          ענטפער ביטע תכלית
                          למעשה זענען זייער אסאך יונגעלייט אן קיין פלאץ יעצט אינעם ביהמ"ד.
                          סוחר
                          אקטיווער באניצער
                          פאוסטס: 137
                          זיך איינגעשריבן: מוצש"ק פעברואר 08, 2025 10:33 pm
                          Location: אויפן מארק
                          x 374

                          Re: די מצב פון בתי מדרשים אין שכונת ויואל משה, קרית יואל

                          פאוסט דורך סוחר »

                          דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 6:57 pm
                          סוחר האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 4:45 pm די ספינעריי פון געוויסע מיט אגענדעס דא איז אין לשער... כ'הייב אן טראכטן אז די קאנספעראציעס אז @דער תהלים איד באקימט באצאלט פארן דעקן וואס מען ברויך איז יש דברים בגו...
                          איך פארשטיי מורא'דיג שטארק דיין אנהויבן א לאנגע תגובה מיט דעם.

                          ווייל דאס איז די איינציגסטע שורה וואס איז ריכטיג. סיי אז די ספינעריי מיט אגענדעס זענען אין לשער... (איך מיין נאר דיין תגובה, נישט די אנדערע וואס רעדן פון ווייטאג). און סיי אז איך באקום טאקע אסאך מאל באצאלט פאר דעקן וואס מען ברויך, דערפאר ווייס איך זאכן וואס אנדערע ווייסן נישט. אבער שרייבן אויף אידטיש איז נישט אינקלודעד.

                          און טאקע דערפאר וועל איך יעצט נישט רעאגירן מער... כ'בין ביזי ביז'ן הימל יעצט.

                          נאר איין זאך, איך האב שוין געשריבן בעבר אז מ'דארף זיין משוגע צו סערווירן א ציבור און ערווארטן עפרישיעישן. איך זאג עס פאר לעוולס מקטון ועד גדול. אמאל קומט עס אויס צו זאגן פאר מלמדים, פאר ר' גדלי' סעגעדין, פאר ר' שלמה זלמן ווייס, פאר ר' אשר מענדל כהנא, פאר ר' עקיבא הערש קליין, פאר ר' עמרם אקער, (סארי, איך שיס נעמען אן קיין צושטעל נאר סתם פון זכרון וועמען ס'האט שוין נוגע געווען).

                          אויב קען מען עס טון בלתי לה' לבדו און נעמען די חיזוק אליינס פון הימל, זאל מען ממשיך זיין. אז נישט, קען עס קאסטן א הארץ אטאקע ל"ע ח"ו. איך רעד זייער שרעקעדיג... אבער איך האב שוין מיטגעהאלטן וויאזוי מענטשן זעען אויס נאכ'ן זיך אוועקגעבן פאר'ן כלל. מ'מוז דאס חזר'ן און חזר'ן און געדענקען: דער ציבור גייט דיר ווארפן דעם קיתון על הפנים! ערווארט נישט מער! ויונעם לך.
                          כ‘האב געמעקט מיין תגובה. עס באלאנגט טאקע נישט צו שרייבן און פובליק, און כ‘וויל בעטן אלע וואס האבן מיך צוטירט זאלן עס אויך מעקן.

                          אבער לאמיתו של ענין, גלייב איך נישט אז דו האלטסט וואס דו שרייבסט דא, עס וואלט מיר געווען זייער אינטערסאנט עס אויס צושמיעסן מיט דיר פערזענליך, אינמיטן דו וואך האב איך געווענליך נישט קיין צייט אבער דאנערשטאג איז חגא, איז אז דו ווילסט לאז מיר וויסן.

                          הצלחה
                          אגד
                          פרישער באניצער
                          פאוסטס: 90
                          זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 9:08 am
                          x 114

                          Re: די מצב פון בתי מדרשים אין שכונת ויואל משה, קרית יואל

                          פאוסט דורך אגד »

                          דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 6:57 pm
                          סוחר האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 4:45 pm די ספינעריי פון געוויסע מיט אגענדעס דא איז אין לשער... כ'הייב אן טראכטן אז די קאנספעראציעס אז @דער תהלים איד באקימט באצאלט פארן דעקן וואס מען ברויך איז יש דברים בגו...
                          איך פארשטיי מורא'דיג שטארק דיין אנהויבן א לאנגע תגובה מיט דעם.

                          ווייל דאס איז די איינציגסטע שורה וואס איז ריכטיג. סיי אז די ספינעריי מיט אגענדעס זענען אין לשער... (איך מיין נאר דיין תגובה, נישט די אנדערע וואס רעדן פון ווייטאג). און סיי אז איך באקום טאקע אסאך מאל באצאלט פאר דעקן וואס מען ברויך, דערפאר ווייס איך זאכן וואס אנדערע ווייסן נישט. אבער שרייבן אויף אידטיש איז נישט אינקלודעד.

                          און טאקע דערפאר וועל איך יעצט נישט רעאגירן מער... כ'בין ביזי ביז'ן הימל יעצט.

                          נאר איין זאך, איך האב שוין געשריבן בעבר אז מ'דארף זיין משוגע צו סערווירן א ציבור און ערווארטן עפרישיעישן. איך זאג עס פאר לעוולס מקטון ועד גדול. אמאל קומט עס אויס צו זאגן פאר מלמדים, פאר ר' גדלי' סעגעדין, פאר ר' שלמה זלמן ווייס, פאר ר' אשר מענדל כהנא, פאר ר' עקיבא הערש קליין, פאר ר' עמרם אקער, (סארי, איך שיס נעמען אן קיין צושטעל נאר סתם פון זכרון וועמען ס'האט שוין נוגע געווען).

                          אויב קען מען עס טון בלתי לה' לבדו און נעמען די חיזוק אליינס פון הימל, זאל מען ממשיך זיין. אז נישט, קען עס קאסטן א הארץ אטאקע ל"ע ח"ו. איך רעד זייער שרעקעדיג... אבער איך האב שוין מיטגעהאלטן וויאזוי מענטשן זעען אויס נאכ'ן זיך אוועקגעבן פאר'ן כלל. מ'מוז דאס חזר'ן און חזר'ן און געדענקען: דער ציבור גייט דיר ווארפן דעם קיתון על הפנים! ערווארט נישט מער! ויונעם לך.
                          נ. ב. כאטש דריי פון דיינע פינעף צדיקים ווערן עפרישיעיטעד געהעריג, און די אנדערע צוויי באמת אויך, מען האט נאר טענות אויף זאכן וואס איז נישט לפי רוחו של כל אחד ואחד....
                          אוועיטער
                          דער תהלים איד
                          אקטיווער שרייבער
                          פאוסטס: 8470
                          זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
                          x 20645

                          Re: די מצב פון בתי מדרשים אין שכונת ויואל משה, קרית יואל

                          פאוסט דורך דער תהלים איד »

                          סוחר האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 8:47 pm אבער לאמיתו של ענין, גלייב איך נישט אז דו האלטסט וואס דו שרייבסט דא, עס וואלט מיר געווען זייער אינטערסאנט עס אויס צושמיעסן מיט דיר פערזענליך, אינמיטן דו וואך האב איך געווענליך נישט קיין צייט אבער דאנערשטאג איז חגא, איז אז דו ווילסט לאז מיר וויסן.
                          איך ארבעט אין א חאגע... חוץ די וואך וועל איך אפשר זיין ביים תורתך לימוד הרבים...

                          איך ווייס נישט ווער דו ביסט, אבער אויב דו ווייסט יא, שפעט ביינאכט קענסטו מיר קאלן.
                          אוועיטער
                          דער תהלים איד
                          אקטיווער שרייבער
                          פאוסטס: 8470
                          זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
                          x 20645

                          Re: די מצב פון בתי מדרשים אין שכונת ויואל משה, קרית יואל

                          פאוסט דורך דער תהלים איד »

                          אגד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 10:17 am נ. ב. כאטש דריי פון דיינע פינעף צדיקים ווערן עפרישיעיטעד געהעריג, און די אנדערע צוויי באמת אויך, מען האט נאר טענות אויף זאכן וואס איז נישט לפי רוחו של כל אחד ואחד....
                          איך האב געשריבן די נעמען ווייל אויף "אלע" פון זיי איז מיר שוין אויסגעקומען צו מיטהאלטן ווי זיי טוען א זאך לטובת הציבור און זיי ווערן באשולדיגט אין עס טון לרעתם, אדער אין זיין ראנג דורך קאנספירירן די פרטים ארום.

                          נאכ'ן שרייבן איז מיר אריין אין קאפ נאך אפאר נעמען... אבער נאר צו נעמען א דוגמא רבי אברהם יוסף פריעדמאן פון ועד הקהילות... נישט משיג צו זיין. עניוועי. רוב מאל איז ניאמאל מעגליך מסביר צו זיין ווי ראנג די "אנגענומענע ווערסיעס" זענען.

                          לאמיך יעצט שרייבן די מציאות וועגן די בתי מדרשים.

                          ערשטנס בנוגע די קאמיונעטי רום געזעץ:

                          ביז די ס' יארן, איז בכלל נישט געווען אין סטייל אזא זאך ווי געגנט בתי מדרשים. בית מרדכי איז געווען אן אויסנאם אלס "התאחדות אברכים ביהמ"ד"... וואטעווער איט מיענט טו בי... אבער חוץ מזה איז לאקאלע בתי מדרשים געווען נאר אין בעיסמענטס, עפ"י רוב דורך בני יואל, אין די דעמאלסדיגע שפראך "די מתנגדים"...

                          ביים בויען די עצי תמרים דירות "אין א ווייטע וואלד"... האט מען שוין יא פארשטאנען אז דא וועט מוזן זיין א לאקאלע ביהמ"ד, איז צו מזל די פראיעקט געווען א ועד הקרי' פראיעקט, האבן זיי איבערגעלאזט א שטח דערפאר. און עסקני השכונה האבן עס אויפגעבויט, מיט געלט פון נדבנים ובראשם ר' מאיר הירש.

                          יענע צייט איז געקומען העסקן ר' גדלי' סעגעדין און געזאגט פאר'ן רבי'ן אז ער וויל מאכן א געזעץ אז יעדער בילדער מוז "איבערלאזן א פלאץ, מיט געבויטע 4 ווענט" פאר א ביהמ"ד, אדער געבן דאס געלט אנשטאט צו קענען בויען עפעס דערנעבן.

                          די געדאנק איז געווען ווילד פרעמד, און געוויסע אין קהל האט זיך געשלאגן דערקעגן. למשל ר' מרדכי לייב גליק האט ממש געקעמפט דערקעגן ביים רבי'ן, ער האט געהאלטן אז די גאנצע שטאט וויל דאווענען אין גרויסן ביהמ"ד. ר' גדלי' האט גע'טענה'ט, אז דו בויסט אויף בידים אלע בעיסמענט רבי'ס... ער האט דעמאלס געזאגט א סטעיטמענט, וואס איך וועל מיך טרויען צו איבערזאגן... "אדער איז דא איין מרא דאתרא מיט אסאך בתי מדרשים, אדער איז דא איין ביהמ"ד מיט אסאך מרא דאתרא'ס!!!". איבריג צו זאגן ווי גערעכט ער איז געווען... און דער געזעץ איז טאקע אריין אין קראפט.

                          ס'איז בשעתו בכלל נישט געווען די רעדע פון די היינטיגע "מנינים צענטערן", פאר אינדערוואכן ווען ס'איז דא קארס. דער עיקר פאקוס איז געווען אויף איין גרויסער היכל פאר שב"ק. דאס האט דער געזעץ געצילט. א מקוה איז אפגערעדט אז א געזעץ קען נישט פארלאנגען לעגאל. דער געזעץ מאכט דעם "יש מאין". אבער דאס איז נישט אלעס ארום און ארום.

                          למשל, בית דוב אויף לעמבערג פאזע 2 איז געווען א קאמיונעטי רום, אבער עס צו פארענדיגן האבן די לאקאלע תושבים נאך געשוויצט, ויזכר לטוב ר' אהרן דוד רובינשטיין ע"ה, ועוד. און די זעלבע מיט "אהל פיגא" פאר'ן פראג דעד-ענד וואס ר' חיים נחום האט געבויט שוין נאכן געזעץ. די יסוד פאר'ן ביהמ"ד איז געווען זיין געלט, און די הנהלת הקרי' האט געהאלפן די תושבים זוכן נדבנים פאר די איבריגע. הרב מאיער האט געבויט אויף פראג, האט ער געמאכט א ביהמ"ד דברי יואל אין א בעיסמענט, און דאס האט טאקע נישט קיין מקוה.

                          כהיום איז שוין געווארן דער נארם אין אסאך חרדישע געגנטער, אז יעדע געגנט האט א גאנצע צענטער מיט שטיבלעך, עכ"פ ביז יארן נאכ'ן אריינמופן ווערט עס, ס'איז א געוואלדיגע בענעפיט פאר'ן ציבור, אבער נישט דאס פאדערט דער קאמיונעטי רום געזעץ פונעם בילדער, און נישט דאס איז דער 'מוז' פונעם געזעץ.

                          אבער מ'וויל דאך יא? נו, קען מען טון וואס מ'טוט אין יעדע שטאט איבער די וועלט. "יעדער" קען אפקויפן א שטח פאר'ן מארקעט פרייז (אזוי ווי קהל ויואל משה האט געטון נעבן ענקלעיוו), "יעדער" קען אפקויפן א גאנצע בנין מיט אלע דירות (בערך ווי בני יואל האט געטון אין שכונת ברך משה), און נאר אזוי איז דא א מנינים צענטער מיט פארקינגס וכל המסתעף.

                          נאר וואס, געווענליך דויערט א שיינע פאר יאר פון ווען דער עולם וואוינט דארט ביז אזאנס קען געשען. למשל אין שכונת דברי יואל, ביי יומי ווערצבערגער. ער האט געגעבן וואס דער געזעץ פארלאנגט, דעריבער איז ב"ה דא א הערליכע שיינע שבת ביהמ"ד. אבער ולא יותר. א מקוה גייט יעצט דער עולם אנהויבן ארבעטן צו שאפן געלט דערפאר. ס'וואקסט נישט אויפ'ן בוים. פונקט ווי שכונת ברך משה וואו דער בילדער האט געהאלטן אז ער פאלט נאכנישט אונטערן געזעץ, און די תושבי השכונה האבן זיך צוביסלעך געמוזט אויפבויען זייער שול (דער שטח דארט האט ועד הקרי' געגעבן), און פונקט ווי אויף קארלסבורג וואס די תושבים האבן אליינס געדארפט שאפן געלט און ס'האט טאקע געדויערט אפאר יאר ס'זאל ווערן א געהעריגע ביהמ"ד, און פונקט ווי אויף חברון וואס איז נאך עד היום נישט דא קיין געהעריגע פלאץ ניטאמאל וויפיל דער ביהמ"ד געזעץ פארלאנגט.

                          אין קורצן, דער געזעץ שטעלט צו גענוג פאר א שבת ביהמ"ד, איין גרויסע היכל וואס זאל זיין ראוי פאר א C אף O, אן קיין טיילס, אן קיין קאפי רום, אן קיין טישן, ער דארף געבן א רעדי גרויסע פלאץ מיט שיטראק און פארקעי פלאר. די איבריגע ליגט אויף די תושבים.

                          אבער, דא קומט דער אבער.

                          אחד הי' הטפסר ר' עקיבא הערש קליין, וואס ער האט געזאגט "איך גיי בויען נישט די מינימום, נאר די מאקסימום". ער גייט בויען אזוי ווי קיינער בעפאר האט נאכנישט געבויט, גרעסער און שענער ווי די תושבים אליינס אין סיי וועלכע געגנט האבן נאר געבויט.

                          1) ער גיט דאפלט און טריפלט סקווער פיס ווי ער מוז, 2) ער גיט רעדי שולן, ער בויט מיט א מקוה, מיט שטיבלעך, מיט אלעס אלעס ארום ביז'ן טשילאר.

                          למשל, עיקערס ענקלעיוו האט נאך געהאט די סייטפלענס פון ר' אברהם יודא גאלדבערגער, מיט א "פלאץ" פאר א שבת ביהמ"ד. הגם, די סייטפלענס זענען נאך פון "בעפאר דעם געזעץ", און לויטן געזעץ דארף ער גארנישט געבן.

                          איז געקומען ר' עקיבא, און געזאגט אז ער גייט אויף דעם פלאץ מאכן א הויכער בנין כלול בהדרו! אלעס אלעס, סיי פאר שבת און סיי שטיבלעך פאר אינדערוואכן, א הערליכער מקוה, מהחל ועד כלה. און בד"וו, זיין חשבון איז געווען אז ס'גייט אים קאסטן 2-3 מיליאן דאלאר, ס'האלט שוין ביי 6 מיליאן!!!

                          און... מ'גייט עס יעצט רעיזן צו 8 מיליאן, וואס א קליינע חלק האבן די גבאים גענומען אויף זיך. דהיינו?

                          לאמיר צונעמען וואס די מעשה דארט אין ענקלעיוו איז יעצט:

                          חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 5:23 pm די זעלבע געשעט יעצט אין עקערס ענקלעיוו ווי די תושבים האבן אפגעשטעלט די בוי ארבעט פון א א קלענערע שול ווי די יעצטיגע צייטווייליגע, צו פארמיידן דעם פורים שפיל
                          דאס איז גאר איבערגעטריבן און נישט ריכטיג. די רעדע איז פון פונקט 2 מאל אזוי גרויס ווי די יעצטיגע. נאר וואס, זייענדיג א פלאן וואס ער האט איבערגענומען פון א רעדי סייטפלען, האט ער נישט "געציילט זיצן". אגב, קיינער ווייסט דאך נישט באמת וויפיל פראצענט מענטשן גייען אראפ אין גרויסן ביהמ"ד, וויפיל גייען צו אנדערע נאנטע שולן אויף עיקערס ראוד אדער סאטמאר דרייוו אדער ישראל זופניק וכו', און וויפיל וועלן דאווענען אין א פאטענציאלע מהרי"י שול דערנעבן, אא"וו. קיין איין ביהמ"ד אויף דער וועלט האט דאך נישט קיין זיצן ציילונג לויט איינוואוינער. גיי טשעק אויף די ווייטע "קעסקעיד" אין וומסב"ג וויפיל דירות ס'איז דא דארט און וויפיל זיצן דער שול האט... און ס'איז נאך קיינעם נישט בייגעפאלן דארט צו באשמוצן ר' אברהם בראך אז זיינע שולן האבן א ביטערע געדרענג... חומר למחשבה...

                          יעצט, נאכ'ן עפענען די צייטווייליגע ענקלעיוו שול (וואו ער צאלט בד"וו "$12,000 חודש'ליכע רענט" בנדבה גמורה!!! ברענג מיר נאך אזא נדבן/בילדער אין די וועלט!!! ביטע ברענג מיר...) האט זיך ארויסגעשטעלט אז מיט'ן האבן האלב תושבים שוין אריינגעמופט, איז דער "האלב סייז" צייטווייליגער ביהמ"ד ענג! און מ'קען זיך רידן אז דער גרויסער בנין וועט ווידער זיין ענג נאך וואס די צווייטע פאזע דירות מופן אריין.

                          האבן זיך די גבאי ביהמ"ד אראפגעזעצט מיט'ן נדבן, און אריינגעקוקט אין פארשידענע פלענער וואו מ'קען פארגרעסערן, איין זייט איז דא א סוער ליין וואס צו רוקן וועט דויערן א שיינע פאר יאר מיט די DEC וכו', איין זייט איז דא דירות צו נאנט, בקיצור איז געבליבן איין אפציע, און ר' עקיבא האט גלייך באצאלט פאר אן ארכיטעקט צו ארבעטן דערויף! און ביזדערווייל האט מען אפגעשטעלט די ארבעט.

                          יעצט וואס דויערט שוין דארט 6 חדשים?

                          אה, דא קומט מען צו צום חילוק פון ק"י און וומסב"ג. ר' עקיבא הערש איז א ווארטס מענטש, און ער וויל נישט ברעכן זיינע הבטחות פאר די וואס האבן געקויפט דארט דירות. ממילא האט ער געזאגט אז מ'קען עס נאר טון אויב די גבאים ברענגען חתימות פון די שכנים אז זיי זענען מסכים, ווייל עס גייט אביסל אוועקנעמען פון זייער "VIEW".

                          און אט דאס האט געדויערט א קנאפע 6 חדשים! (נישט צו באשולדיגן קיינעם, ס'איז העכסט נארמאל און פארשטענדליך! אבער דאס איז לדעתי דער הויפט פראבלעם מיט בתי מדרשים אין ק"י, מענטשן זענען זייער באקוועם מיט זייערע שיינע דירות, און יעדע ריר איז א געשעעניש, יעדע שכן וואס וויל רוקן א וואנט ווערט יעדער צושפילט, אפגעזען מיט א ביהמ"ד. זאל יעדער זיך נאכפרעגן ביי די קאנדא מענעדזשמענט קאמפאניס).

                          ב"ה אז דא דיעלט מען מיט זייער וואוילע שכנים, ס"ה האט יעדער געוואלט פארזיכערן אז מ'גייט נישט א טאג נאכדעם גיין נאך ווייטער, דער רב הביהמ"ד האט געדארפט ווערן אינוואלווד און געבן זיין ווארט, ואכמ"ל. בס"ד האפט מען בקרוב ממש צו קענען צוקומען צו א פלאן ס'זאל ווערן א הערליכער ריזיגער ביהמ"ד וואס דער היכל אליינס וועט זיין נאנט צו 6,000 סקווער פיס.

                          ווער עס טרעפט מיר נאך איין אזא נדבן, נאך איין אזא בילדער, גייט אריין אין א גורל...

                          אויש. וואו בין איך דא אריינגעקראכן? זאג שוין וועגן שכונת ויואל משה!!! אקעי, עקסטערע תגובה. שיק.
                          אוועיטער
                          חלום חלמתי
                          אידטיש נייעס באריכטער
                          פאוסטס: 3820
                          זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
                          x 22914

                          Re: די מצב פון בתי מדרשים אין שכונת ויואל משה, קרית יואל

                          פאוסט דורך חלום חלמתי »

                          ► Show Spoiler
                          עקיבא איז גארנישט מחייב נישט פון דעם רעדט איך (די דעוועלאפער פון ברך משה האט געבויעט די ארגינעלע ישמח משה אין א בעיסמענט און ניטאמאל געגעבן געלט ווען מען האט געבויעט א גרויסע ביהמ"ד ווי די תושבים זאלן קענען דאווענען, אויסגעהאלטן לויט די קאמיוניטי רום געזעץ...)

                          איך רעדט פון די נישט רעכענען וויפיל מתפללים סוועלן עווענטועל דאווענען דארט וואס דא איז געווען א מיס-קאלקילעישן..
                          נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

                          זאלץ בענד אינטער די קוליסן

                          פריש: פאר חובבי היסטאריע און קרישקע ליבהאבער.
                          אגד
                          פרישער באניצער
                          פאוסטס: 90
                          זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 9:08 am
                          x 114

                          Re: די מצב פון בתי מדרשים אין שכונת ויואל משה, קרית יואל

                          פאוסט דורך אגד »

                          דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 10:28 am
                          אגד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 10:17 am נ. ב. כאטש דריי פון דיינע פינעף צדיקים ווערן עפרישיעיטעד געהעריג, און די אנדערע צוויי באמת אויך, מען האט נאר טענות אויף זאכן וואס איז נישט לפי רוחו של כל אחד ואחד....
                          איך האב געשריבן די נעמען ווייל אויף "אלע" פון זיי איז מיר שוין אויסגעקומען צו מיטהאלטן ווי זיי טוען א זאך לטובת הציבור און זיי ווערן באשולדיגט אין עס טון לרעתם, אדער אין זיין ראנג דורך קאנספירירן די פרטים ארום.

                          נאכ'ן שרייבן איז מיר אריין אין קאפ נאך אפאר נעמען... אבער נאר צו נעמען א דוגמא רבי אברהם יוסף פריעדמאן פון ועד הקהילות... נישט משיג צו זיין. עניוועי. רוב מאל איז ניאמאל מעגליך מסביר צו זיין ווי ראנג די "אנגענומענע ווערסיעס" זענען.
                          אז מענטשן האבן טענות אויפן אדמיניסטראטור פון די מוסדות ווייזט עס נישט אויף עפרישיעישן.

                          צוריק צו די נושא
                          שבת קודש
                          אקטיווער שרייבער
                          פאוסטס: 2201
                          זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
                          x 2688

                          Re: די מצב פון בתי מדרשים אין שכונת ויואל משה, קרית יואל

                          פאוסט דורך שבת קודש »

                          איך בין אריינגעפאלן אינעם נייעם ביהמ''ד האט זיך געשפירט ווי אין בנין בראך הערליך שיין א רחבות פאר אינדערוואכן

                          די פארקינג לאט אונטערן בנין וואס ערהאלט בערך 10 פארקינג מיין איך עס איז כדאי עס אריינצונעמען אינעם ביהמ''ד צו מאכן גענוג פלאץ, פלאץ קומט פאר פארקינג
                          אוועיטער
                          Think and Thank
                          אקטיווער שרייבער
                          פאוסטס: 1487
                          זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
                          x 4771

                          Re: די מצב פון בתי מדרשים אין שכונת ויואל משה, קרית יואל

                          פאוסט דורך Think and Thank »

                          דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 11:10 am גיי טשעק אויף די ווייטע "קעסקעיד" אין וומסב"ג וויפיל דירות ס'איז דא דארט און וויפיל זיצן דער שול האט... און ס'איז נאך קיינעם נישט בייגעפאלן דארט צו באשמוצן ר' אברהם בראך אז זיינע שולן האבן א ביטערע געדרענג... חומר למחשבה...

                          סתם א זייטיגע נקודה, די קעסקעיד שול האט מער ווי גענוג פלאץ און זיצן צו אקאמאדירן אפילו צוויי מאל אזויפיל מענטשן ווי עס וואוינען אין קעסקעיד. די סיבה פארוואס עס איז אנגעלייגט איז ווייל עס איז די סאמע איינציגסטע וואכן ביהמ"ד אין די געגנט, אזוי אז אלע מענטשן פון אלע גאסן ארום - אפילו צען מינוט צו וואקן פון קעסקעיד - דאווענען דארט.
                          גד'ל
                          פרישער באניצער
                          פאוסטס: 80
                          זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 15, 2024 12:19 pm
                          Location: ניו יארק
                          x 80

                          Re: די מצב פון בתי מדרשים אין שכונת ויואל משה, קרית יואל

                          פאוסט דורך גד'ל »

                          דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 11:10 am

                          די געדאנק איז געווען ווילד פרעמד, און געוויסע אין קהל האט זיך געשלאגן דערקעגן. למשל ר' מרדכי לייב גליק האט ממש געקעמפט דערקעגן ביים רבי'ן, ער האט געהאלטן אז די גאנצע שטאט וויל דאווענען אין גרויסן ביהמ"ד. ר' גדלי' האט גע'טענה'ט, אז דו בויסט אויף בידים אלע בעיסמענט רבי'ס... ער האט דעמאלס געזאגט א סטעיטמענט, וואס איך וועל מיך טרויען צו איבערזאגן... "אדער איז דא איין מרא דאתרא מיט אסאך בתי מדרשים, אדער איז דא איין ביהמ"ד מיט אסאך מרא דאתרא'ס!!!". איבריג צו זאגן ווי גערעכט ער איז געווען... און דער געזעץ איז טאקע אריין אין קראפט.

                          איך גלייך די שטיקל אינפאו
                          אסעמבלימאן
                          פרישער באניצער
                          פאוסטס: 38
                          זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 18, 2025 1:05 pm
                          Location: 10950
                          x 65

                          Re: די מצב פון בתי מדרשים אין שכונת ויואל משה, קרית יואל

                          פאוסט דורך אסעמבלימאן »

                          איך בין שוין לאנג נייגעריג דאס

                          פארוואס טאקע אויף קארלסבורג האבן די דעוועלעפאר נישט געדארפט געבן א פלאץ פאר א בהמ''ד?
                          ארבעט זאנע
                          פרישער באניצער
                          פאוסטס: 99
                          זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 3:33 pm
                          Location: 10950
                          x 117

                          Re: די מצב פון בתי מדרשים אין שכונת ויואל משה, קרית יואל

                          פאוסט דורך ארבעט זאנע »

                          דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 11:10 am לאמיך יעצט שרייבן די מציאות וועגן די בתי מדרשים.

                          ערשטנס בנוגע די קאמיונעטי רום געזעץ:

                          זייער שיין, אסאך אינטערעסאנטע אינפארמאציע

                          אז דו ווייסט יא אפשר געבסטו ארויס נאך אביסל סודות?
                          אוועיטער
                          דער תהלים איד
                          אקטיווער שרייבער
                          פאוסטס: 8470
                          זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
                          x 20645

                          Re: די מצב פון בתי מדרשים אין שכונת ויואל משה, קרית יואל

                          פאוסט דורך דער תהלים איד »

                          Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 12:27 pm
                          דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 11:10 am גיי טשעק אויף די ווייטע "קעסקעיד" אין וומסב"ג וויפיל דירות ס'איז דא דארט און וויפיל זיצן דער שול האט... און ס'איז נאך קיינעם נישט בייגעפאלן דארט צו באשמוצן ר' אברהם בראך אז זיינע שולן האבן א ביטערע געדרענג... חומר למחשבה...

                          סתם א זייטיגע נקודה, די קעסקעיד שול האט מער ווי גענוג פלאץ און זיצן צו אקאמאדירן אפילו צוויי מאל אזויפיל מענטשן ווי עס וואוינען אין קעסקעיד. די סיבה פארוואס עס איז אנגעלייגט איז ווייל עס איז די סאמע איינציגסטע וואכן ביהמ"ד אין די געגנט, אזוי אז אלע מענטשן פון אלע גאסן ארום - אפילו צען מינוט צו וואקן פון קעסקעיד - דאווענען דארט.
                          איך רעד פון שבת.

                          וויפיל מענטשן וואוינען אין קעסקעיד, און וויפיל זיצן איז דא.
                          אוועיטער
                          דער תהלים איד
                          אקטיווער שרייבער
                          פאוסטס: 8470
                          זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
                          x 20645

                          Re: די מצב פון בתי מדרשים אין שכונת ויואל משה, קרית יואל

                          פאוסט דורך דער תהלים איד »

                          אסעמבלימאן האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 1:03 pm איך בין שוין לאנג נייגעריג דאס

                          פארוואס טאקע אויף קארלסבורג האבן די דעוועלעפאר נישט געדארפט געבן א פלאץ פאר א בהמ''ד?
                          ווייל די סייט פלענס (פאר ר' אברהם יודא ג"ב? איך געדענק שוין נישט) זענען שוין געווען ארויסגעגעבן בעפאר דעם געזעץ.
                          שבת קודש
                          אקטיווער שרייבער
                          פאוסטס: 2201
                          זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
                          x 2688

                          Re: די מצב פון בתי מדרשים אין שכונת ויואל משה, קרית יואל

                          פאוסט דורך שבת קודש »

                          דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 11:10 am לאמיך יעצט שרייבן די מציאות וועגן די בתי מדרשים.

                          ערשטנס בנוגע די קאמיונעטי רום געזעץ:

                          יענע צייט איז געקומען העסקן ר' גדלי' סעגעדין און געזאגט פאר'ן רבי'ן אז ער וויל מאכן א געזעץ אז יעדער בילדער מוז "איבערלאזן א פלאץ, מיט געבויטע 4 ווענט" פאר א ביהמ"ד, אדער געבן דאס געלט אנשטאט צו קענען בויען עפעס דערנעבן.

                          די געדאנק איז געווען ווילד פרעמד, און געוויסע אין קהל האט זיך געשלאגן דערקעגן. למשל ר' מרדכי לייב גליק האט ממש געקעמפט דערקעגן ביים רבי'ן, ער האט געהאלטן אז די גאנצע שטאט וויל דאווענען אין גרויסן ביהמ"ד. ר' גדלי' האט גע'טענה'ט, אז דו בויסט אויף בידים אלע בעיסמענט רבי'ס... ער האט דעמאלס געזאגט א סטעיטמענט, וואס איך וועל מיך טרויען צו איבערזאגן... "אדער איז דא איין מרא דאתרא מיט אסאך בתי מדרשים, אדער איז דא איין ביהמ"ד מיט אסאך מרא דאתרא'ס!!!". איבריג צו זאגן ווי גערעכט ער איז געווען... און דער געזעץ איז טאקע אריין אין קראפט.
                          למעשה יעצט אז מען בויעט שוהלן וואס האבן נישט גענוג פלאץ פאר אלע אנ''ש בויעט מען ווייטער בידים אויף אלע בעיסמענט רבי'ס
                          שרייב פאוסט